☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #11552

אשכול אן א טיטל #11552

326 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11552
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:08 pm

· #374352
עפעס דרייט זיך איבער.. פשעווארסק?

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:09 pm

· #374353
ר' יחזקאל ליינט די פאפירן מיט די גלעזער אין די הענט - אזוי זיס!!

א בילד !

טאמבל סאס » זונטאג יוני 11, 2017 6:09 pm

· #374354
א באנטש מיט מענטשן הארגענען זיך ארום וואס מ'דארף טוהן נעקסט. יעדער וויל זיין א ראש. דער ברכה פון אליהו הנביא מיט ר' יהושע בן לוי ווערט מקוים.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:11 pm

· #374355
אויווי. ס'נעמט שוין צו לאנג. ס'בלייבט נישט איבער צייט פאר די פאקטן..
מ'וועט מוזן איבערלאזן עול מלכות שמים און בר יוחאי פאר א צווייט מאל.

טאמבל סאס » זונטאג יוני 11, 2017 6:11 pm

· #374356
איינער האט זיך אפיצעל צושאקלט אין א ריטם אויף די אויבערשטע שטאק. איז דאס הערשל קלאר?

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:12 pm

· #374357
מ'האט געהעריג אוועקגעשלעפט די מייק פון אים... ער האט ווייטער גערעדט...

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:14 pm

· #374358
קאווע טרינקער
מלך ישראל
קאשוי רב!!!!!!

ער זעהט אויס שרוי בצער.
קען נישט רעדן??

טאמבל סאס » זונטאג יוני 11, 2017 6:14 pm

· #374359
פארוואס זעט מען נאכנישט איין? די קאשויע משפחה ווערט קראנק פאר די צייט. זיי מאכן נישט גוטע רעבעס. ווען זיי דערגרייכן ענדליך די גיל פון ווערן זקן הזקנים פאלן זיי חלוש.. לאדיך אפ פון זיי. נישט גוטע דזשינס.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:15 pm

· #374360
נארישע שריט, א ריקארדינג פון ר' יעקב מאיר.

טאמבל סאס » זונטאג יוני 11, 2017 6:16 pm

· #374361
די צוויי שורות די לינקע זייט פון דעם פאדיום פון אינגעלייט און מידל עידזש באלעבאטים וואס שמועסן און לאכן ברענגט א שרעקליכע פראסטקייט. ווער קען מרעיש זיין?

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:16 pm

· #374362
אונטער דעם לאנצוטער, איז ליפשיץ פון יתד?

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:18 pm

· #374363
אה! מיט א שטריימעל!!!

נייס!!

יהודי פשוט » זונטאג יוני 11, 2017 6:18 pm

· #374364
ר׳ לייבוש איז אנגעקומען

בן אדם » זונטאג יוני 11, 2017 6:19 pm

· #374365
קאווע טרינקער
מ'האט געהעריג אוועקגעשלעפט די מייק פון אים... ער האט ווייטער גערעדט...

חוץ פון זיינע גבאים האט קיינער נישט געדארפט ער זאל רעדן. ס'וואלט גענוג געווען ווען מ'שטעלט די מיקי פארנט פון זיין בארד, מ'כאפט אפאר בילדער למען ישמעו ויראו, און ווייטער געגיינגען.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:19 pm

· #374367
וואזוי געבט זיך ר' לייבוש אן עצה אין אנטווערפען אן ווייזער ?

טאמבל סאס » זונטאג יוני 11, 2017 6:20 pm

· #374368
אזא אונארדענונג, אזא דיסארגיניזאציע, אזא צעפראסקעטקייט. עס ווירבלט ווי בינען הייוו..זיי ווייסן נישט אז די גאנצע וועלט קוקט אויף זיי?

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:21 pm

· #374369
ווינע רב? יוצא געווען?

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:22 pm

· #374370
מייזלעס: דער הייליגער בעלזער רב זכרונו לברכה... ר' ישכר דוב...

שגץ.

טאמבל סאס » זונטאג יוני 11, 2017 6:23 pm

· #374371
די צוויי ביהיינד קאשויע רב זענען דאך אזעלכע בורדאקס!! פארוואס טראסקענען זיי איבער די גאנצע זאך? מ'שיקט מעסידזשעס אהין און צוריק. אזא רחמנות די וואס דארף זיך אויפהייבן יעדע סעקנט אדורכלאזן די גרויסע אחורייימס.

ווארט א מינוט. העסט געבן שלום באלד.. וואס וועט שוין געשען?

בן אדם » זונטאג יוני 11, 2017 6:23 pm

· #374372
ער איז דא מיט'ן שטריימל צו ווייזען אז עכט איז ער דא פאר א חתונה, סאו ביי די חתונה דארף ער גיין מיט די הוא צו ווייזן אז עכט איז ער געקומען צום כינוס.

טאמבל סאס » זונטאג יוני 11, 2017 6:24 pm

· #374373
ווער איז דער ריזיגער ...... מיט די הויכע היט און ריפסענע בעקישע? שווארצע בארד, דער וואס רעדט מיט דער לעצטער רעבע אויף רעכטס פונעם פאדיום יעצט? אוועקגעדרייעט פון עולם?

טאמבל סאס » זונטאג יוני 11, 2017 6:25 pm

· #374374
אה, ער ברענגט יעצט ארויף דעם אלטן איד

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:25 pm

· #374375
טאמבל סאס
די צוויי ביהיינד קאשויע רב זענען דאך אזעלכע בורדאקס!! פארוואס טראסקענען זיי איבער די גאנצע זאך? מ'שיקט מעסידזשעס אהין און צוריק. אזא רחמנות די וואס דארף זיך אויפהייבן יעדע סעקנט אדורכלאזן די גרויסע אחורייימס.

ווארט א מינוט. העסט געבן שלום באלד.. וואס וועט שוין געשען?

זיי האבן נישט קיין עקספיריענס, ער איז ניי.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:25 pm

· #374376
נועם המידות

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:27 pm

· #374377
נישט גוט.
גאר א שוואכע בעקגראונד בשעת'ן צענטראלע דרשה.

טאמבל סאס » זונטאג יוני 11, 2017 6:28 pm

· #374378
פוהל מיט קלישעיס דער ר׳ זלמן לייב. ער האט א שיינער קול באט בכלל נישט רעביש. ווען איך הער עס סתם אזוי זאג איך אז ער רופט אויס די עליות פאר די הקפות אין שוהל... דאס איז זיין דזשאב..

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:29 pm

· #374380
ר' ז"ל האט אן א רעשוואלקע? ער זעהט אויס צו ברייט.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:30 pm

· #374382
דר' עולם איז נישט engaged מ'זינגט נישט, מ'וויינט נישט. סתם מ'שמועסט.

טאמבל סאס » זונטאג יוני 11, 2017 6:30 pm

· #374383
די ערשטע בעל דרשן וואס מאכט מיר גוט לאכן. זייערע זיידעס זענען געווען ערליכע אידן און מ'האט זיי אוועקגעריסן פון אידישקייט..אבער וואו האט זיך עס אנגעפאנגען? ווער האט זיי אוועקגעריסן?

shem-tov » זונטאג יוני 11, 2017 6:30 pm

· #374384
דאס אז די אמתדיגע ערליכע יודן שלעפן די בערד איז פארשטענדליך ווייל זיי האבן נאך קיינמאל זיך נישט געקוקט אויף א ווידיאו ווי נעריש עס קוקט אויס. אבער פאר די ראדני שוויצער צו זיצן אויבן אן און ארומלאכן ווי שוטים דאס ווייזט אויף טפשות די ווייסט דאך אז יעדער זעהט דיך וואס זוצטו דארט פרעך און די עסקנים וואס לויפן ארום ווי סוואלט געווען תשל"ה יעדער וויל ווייזן ווי גוט ער איז, שוין לאז ער זיך שפירן גוט ביינאכט גייט ער מסביר זיין פאר זיין ווייב ווי וויכטיג ער איז סאו זי זאל אים היינט גארנישט בעטן. אבער דער עיקר שיינקייט איז דער הערליכער צבור וואס דאס זעהט מען אבער נישט

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:31 pm

· #374385
כ"ק אדמו"ר מתימן שליט"א

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:31 pm

· #374386
ער גייט רעדן לשון קודש בהברה תימנית?????

טאמבל סאס » זונטאג יוני 11, 2017 6:32 pm

· #374387
האסט געזען? ביז ר׳ זלמן לייב האט גערעדט איז געווען א מין ערבוביה.. ווער האט ערלעדיגט אז יעצט זאל זיין רוהיג? אלע זיצן.

shem-tov » זונטאג יוני 11, 2017 6:33 pm

· #374388
ווי איז משה גבאי?

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:33 pm

· #374389
ר' ז"ל'ס דרשה איז א אוסף מילים פון אמונה דת ציונים רבי ז"ל וכו'ו וכו' אנע סדר...

shem-tov » זונטאג יוני 11, 2017 6:34 pm

· #374390
דער לעבן דעם ראב"ד האלט זיך נישט ביים אויפשטעלן

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:34 pm

· #374391
אל תראו ואל תכבסו?????

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:37 pm

· #374392
כ'פארשטיי נישט... אויערבאך האט דאך אלץ גענומען געלט... און דאך איז ער געווארן א סאטמארע... זעהסט דאך אז די געלט שוחד ארבעט נישט...

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:37 pm

· #374394
אה... די אבות הקדושים קומען אראפ....
ס'איז א עת רצון....

וואו איז תהילים כולל ?????????????

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:38 pm

· #374395
אונטער ר' לייבוש, .. איינער וויינט
מי זה?

shem-tov » זונטאג יוני 11, 2017 6:38 pm

· #374396
דער תימנער זיצט ווי א באאס...

טאמבל סאס » זונטאג יוני 11, 2017 6:38 pm

· #374397
אפשר דאך טוט עס איינעם דארט עכט עכט וויי?

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:40 pm

· #374398
קאפישע רב וויינט שוין.
ס'הייסט ער מיינט עס אמת'דיג.

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:42 pm

· #374399
נישט געוואוסט ער איז אויך א חזן.
הערליך.

טאמבל סאס » זונטאג יוני 11, 2017 6:43 pm

· #374400
איך מיין אז די חברה וואס האבן אים ארויפגעלייגט דארט האבן עס סתם געטוהן זיך אונטערצוהאלטן ווייל ער האט א ספעציעלע פאני קול..

טאמבל סאס » זונטאג יוני 11, 2017 6:45 pm

· #374401
פארוואס זאגט מען נישט די גאנצע אבינו מלכנו? 😂

יהודי פשוט » זונטאג יוני 11, 2017 6:46 pm

· #374402
טאמבל סאס
פארוואס זאגט מען נישט די גאנצע אבינו מלכנו? 😂

האסט שוין געטראפן איין גוטע זאך אינעם כינוס ?

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:46 pm

· #374403
קאווע טרינקער
נישט געוואוסט ער איז אויך א חזן.
הערליך.

און דו ווילסט מיך איינרעדן אז מ'האט ליב געהאט דעם רבי זכחכלחלחכלחגעלינו'ס דאוואנען????????
?

קאווע טרינקער » זונטאג יוני 11, 2017 6:47 pm

· #374404
נישט געזעהן צבי ישכר דוב הכהן כץ דושינסקי?

יהודי פשוט » זונטאג יוני 11, 2017 6:47 pm

· #374405
קאווע טרינקער
קאווע טרינקער
נישט געוואוסט ער איז אויך א חזן.
הערליך.

און דו ווילסט מיך איינרעדן אז מ'האט ליב געהאט דעם רבי זכחכלחלחכלחגעלינו'ס דאוואנען????????
?

א מזל אז די ביסט נישט געוועהן ביי מעמד הר סיני
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7