☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז..

חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז..

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11539
בלאט: 1 2

תורה ומדע » זונטאג יוני 4, 2017 3:00 pm

· #373142
חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז..
<a class="postlink" href="https://youtu.be/sdiFg-7X5W0">https://youtu.be/sdiFg-7X5W0</a>
קוקענדיג און אנאליזערן דעם עולם, שטעלט זעך די פראגע, איז דען מעגליך אז די חסידים פרייען זיך באמת מיטן רבין, אדער איז דאס נאר מצוות אנשים מלומדה. אויב יא וויפיעל פראצענט פונעם עולם און וויפיעל שמחה. אויב דער מספר איז קליין, לוינט דען נישט בעסער אהיים שיקען דעם עולם אדער זיי שיקען אין ביהמ״ד אריין. און וואס איז מיט די הונדערטע בחורים וואס זענען מבטל תורה אין מיטען זמן. איז טאקע יצא הפסדו בשכרו. איך מיין באמת, און נישט ח״ו לקנטר, כידוע בין איך אליין א שטיקעל חסיד און ידיד קיין בעלז. דער בעלזער רב שליטא און אנדערע רביס זענען דאך יראי השם און מאנכע אפילו בני תורה. וואס איז פשט פון דעם? איז דאס פאר די פארטיי אזוי וויכטיג?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 4, 2017 3:23 pm

· #373158
יעדער איז אן ערליכער איד, נאר בנוגע געוויסע זאכן איז זיי שווער איבערצוהערשן זייערע אינטערעסן.

אישתישבי » זונטאג יוני 4, 2017 3:34 pm

· #373164
איז וואס פונטקליך ​זענט איר מציע?

מאכען אז נאר אהאלב עולם וואס פילט באמת מיט דער שמחה זאל קומען?

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יוני 4, 2017 3:35 pm

· #373165
דאס מיינט חסידות. זיי מקושר מיטן רבי. איך בין זיכער אז ווען די בעל שם טוב האט חתונה געמאכט זענען חסידים אויך געקומען צו פארן און מבטל תורה געווען. די שיטה פון חסידות איז אז זיין מקושר מיטן רבי איז פונקט אזוי וויכטיג ווי לערנען. איינס גייט נישט אנעם צווייטער.

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יוני 4, 2017 3:35 pm

· #373166
ליטוואק פון בודאפעסט
יעדער איז אן ערליכער איד, נאר בנוגע געוויסע זאכן איז זיי שווער איבערצוהערשן זייערע אינטערעסן.

אפ"ל

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 4, 2017 3:38 pm

· #373169
די קעניג פין אמעריקע
ליטוואק פון בודאפעסט
יעדער איז אן ערליכער איד, נאר בנוגע געוויסע זאכן איז זיי שווער איבערצוהערשן זייערע אינטערעסן.

אפ"ל

ואפ"ל פארקערט אויך

תורה ומדע » זונטאג יוני 4, 2017 3:45 pm

· #373170
די קעניג פין אמעריקע
דאס מיינט חסידות. זיי מקושר מיטן רבי. איך בין זיכער אז ווען די בעל שם טוב האט חתונה געמאכט זענען חסידים אויך געקומען צו פארן און מבטל תורה געווען. די שיטה פון חסידות איז אז זיין מקושר מיטן רבי איז פונקט אזוי וויכטיג ווי לערנען. איינס גייט נישט אנעם צווייטער.

עד כדי כך? בחורים וואס לערנען א גאנצען טאג זאללען מבטל זיין תורה? ממילא לערנען און דאווינען שלא לשמה איז דאך בעצם א קיום מצוה אפילו מען טוט עס אבי יוצא צו זיין, אבער טאנצען ביים רבינס שמחה אהנע געמיט, נאר ווייל מהאלט איצטער ביים פינפטער חתונה פון רבינס זוהן.. תורה מה תהא עלי׳.

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יוני 4, 2017 4:23 pm

· #373173
אז ענק גלייכן נישט תורת הבעל שם איז דאס ענקער פראבלעם.

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יוני 4, 2017 4:27 pm

· #373174
ס׳געווען מתנגדים וואס האבן געהאלטן אז זינגען י-ה אכסוף פרייטאג צונאכטס איז אויך ביטול תורה.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 4, 2017 4:43 pm

· #373176
איינער זאגט פאר 'זיכער' אז דער בעש"ט'ס תלמידים האבען עס געטוהן, א צווייטער שרייט איהם אן אז דער בעש"ט'ס תלמידים וואלטען נישט, און דער אנדערער זאגט אז דער דינגט זיך אויפ'ן בעש"ט.

זאג עפעס צו דער זאך.

א. ווי שטייט אז דער בעש"ט האט דאס מחדש געווען?
ב. וואס האט מקושר זיין מיט פארען צו א חתונה?
ג. פון ווי שטאמט דער ענין אז מ'קען ירש'נען דער פאסטען פון 'דער מיט וועמען מ'דארף זיך מקשר זיין'?
ד. וואס האט יענעמ'ס חתונה צו טוהן מיט שבת זמירות?

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יוני 4, 2017 4:54 pm

· #373178
פון דיינע שאלות ווייזט אויס אז די האסט נישט קיין רבי. א חסיד וואס האט א רבי האט נישט די אלע קשיות.

תורה ומדע » זונטאג יוני 4, 2017 4:55 pm

· #373179
לאו דוקא

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יוני 4, 2017 5:04 pm

· #373181
די אלע נשתכח קאקאש קעיק פרעסערס אין ווילי מיינען אז זיי וועלן אונז אויסלערנען וואס מיינט חסידות. אלע יארן האבן אונזער זיידעס געוואוסט אז פארן צום רבי׳ן איז פונקט עבודת השם ווי זיצן אין שטעטל מיט די גמרא תוס׳. און זיי זענען געפארן מיט מסירת נפש ממש. נישט קיין חילוק צו אויף א יו״ט צו א שמחה און רבי׳נס הויף צו ס׳האט סתם געכאפט א הייליג רייץ צו פארן. (גיי לערן מיט א גוי ברטנורא)

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 4, 2017 5:05 pm

· #373182
יעצט זאגסטו 'אלע יארען' מיט זיידעס. פריער האסטו געזאגט 'בעש"ט'. האסט נאך ווערטער פאר דיין ענין?

און ווען מ'רעדט פון מסירות נפש, וועמענ'ס נפש מיינט מען? די הונגעריגע ווייב און קינדער?

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יוני 4, 2017 8:10 pm

· #373199
Re: חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז
די קעניג פין אמעריקע
אז ענק גלייכן נישט תורת הבעל שם איז דאס ענקער פראבלעם.

אנטשולדיג אייך @קעניג פון אמעריקא, פון וואספארא א קשר רעדט איר דא? פון דעם וואס ס'שטייט אין רמב"ם מצות עשה להידבק בחכמים, כדי ללמוד ממעשיהם  שנאמר: ובו תדבק.  וכי אפשר לאדם להידבק בשכינה?  אלא כך אמרו חכמים בפירוש מצוה זו: הידבק בחכמים ותלמידיהם" (הלכות ו ב).
דא שטייט קלאר ארויס "חכמים ותלמידיהם" אין נישט "ברבי'ס ויורשיהם".
אדער אפשר גאר מיינסטו דאס וואסי שטייט אין לקוטי הלכות אדער אין לקוטי מהר"ן? יענץ האט גארנישט מיט תורה צו טוהן און אויך נישט מיט גאט.

ווען די פארסט צו א רבין ערגעץ ווי, מ'רעדט פון אזא איינעם וואס האט אויף זיך די "ברענד" די וואס קעניגליכע רויטערע בלוט פליסן אין עם, פון אזא איינעם וואס וויל נעבעך נישט זיין א רבי, וואס מ'האט עם נעבעך געצווינגען צו זיין א רבי, אין ער זיצט אויבנאן אזוי בדרך אפשר, און דו גייסט דיך "מקשר" זיין מיט אזא איינעם, איז וואס פינקטלעך מיינט דיין קשר מיט עם?? צו שטיין נעבן עם ווי א מעגענעט? אדער מיינט עס זיך אפלערנען פון עם אזוי ווי דער רמב"ם שרייבט "כדי ללמוד ממעשיהם" איז וואספארא מעשים גייסטו דיך אפלערנען פון עם, ווי מ'רייסט אויף א פיש? אדער ווי מ'עסט זופ אנעם זיך צובייגן און ס'טראפט נישט אראפ? אדער ווי ער קריגט זיך מיט אנדערע?? אדער אפשר קוקן אויף זיינע הערליכע קאלירטע בעקישעס!
ביטע זיי מסביר וואס מקושר מיינט.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 4, 2017 9:53 pm

· #373220
Re: חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז
מ׳רעדט זיך אפ אז דער שטיבעל ווערט אלס פארוואנדעלט אין פערזענליכע שלעגעריי, לאמיר דא נוצען די געלעגענהייט צו רעדען איידעל.

דער פותח האשכול האט געפרעגט אז די צייט פארשווענדעניש אויף דער רבינ׳ס אייניקעל׳ס שמחה איז א ביטול תורה, פארוואס לאזען עס צו די מנהיגים פון חסידות׳ער. א פיינע קשיא.

ענטפערט דער קעניג פון אמעריקא אז דער בעש"ט\זיידעס האבען געהאלטען פון אן ענין פון התקשרות צדיקים.

טענה׳ט עמעזאן אז התקשרות צדיקים איז א מיטל צו עבודת ה׳, נישט קיין עבודה פאר זיך, און דעריבער בלייבט די שאלה, פארוואס דארף יעדער קומען צום חתונה פון דער רבינ׳ס אייניקעל, זאל יעדער קומען ווען ער דארף א הייב אין עבודת ה׳? נאך א שאלה פרעגט ער, וויאזוי ווערט א יורש פון מוסדות און בניינים א צדיק? (די שאלה קען מען לייכט פארענטפערען. מ׳קומט נישט אלס ר׳ ישכר דוב פון ירושלים׳ס אייניקעל, נאר אלס ר׳ ישכר דוב פון בעלזא׳ס אייניקעל. נאר צו דעם דארף מען פרעגען מאי אולמיה האי אייניקעל מהאי אייניקעל? א מאכנובקא חו א סקווערער אייניקעל איז פונקט אזא אייניקעל?)

יעצט, בעלזער ניקס וואס זענען שוין נאך די ברמצוה ווערען געבעטען, געמוטליכעהייט, ערקלערען זייער שטעלונג. עפרא לפומיה׳ס וועלען גארנישט אויפווייזען. ביטע ברענגען מקורות צו סברות. דא איז א פלאץ ווי ערוואקסענע מענטשען האבען נישט קיין מורא אריינצוטראכטען אין אלטע גלויבונגען צו זען צו זיי שטימען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דערבער » זונטאג יוני 4, 2017 10:50 pm

· #373227
Re: חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז
הערט אויס אלעס איז על פי סוד מען וועט פרעגען וועט עס נישט לוינען ווייל אלעס בשם התורה וחסידות

Sent from my SM-G955U using Tapatalk

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג יוני 4, 2017 10:57 pm

· #373229
ליטוואק פון בודאפעסט
מ׳רעדט זיך אפ אז דער שטיבעל ווערט אלס פארוואנדעלט אין פערזענליכע שלעגעריי, לאמיר דא נוצען די געלעגענהייט צו רעדען איידעל.

דער פותח האשכול האט געפרעגט אז די צייט פארשווענדעניש אויף דער רבינ׳ס אייניקעל׳ס שמחה איז א ביטול תורה, פארוואס לאזען עס צו די מנהיגים פון חסידות׳ער. א פיינע קשיא.

ענטפערט דער קעניג פון אמעריקא אז דער בעש"ט\זיידעס האבען געהאלטען פון אן ענין פון התקשרות צדיקים.

טענה׳ט עמעזאן אז התקשרות צדיקים איז א מיטל צו עבודת ה׳, נישט קיין עבודה פאר זיך, און דעריבער בלייבט די שאלה, פארוואס דארף יעדער קומען צום חתונה פון דער רבינ׳ס אייניקעל, זאל יעדער קומען ווען ער דארף א הייב אין עבודת ה׳? נאך א שאלה פרעגט ער, וויאזוי ווערט א יורש פון מוסדות און בניינים א צדיק? (די שאלה קען מען לייכט פארענטפערען. מ׳קומט נישט אלס ר׳ ישכר דוב פון ירושלים׳ס אייניקעל, נאר אלס ר׳ ישכר דוב פון בעלזא׳ס אייניקעל. נאר צו דעם דארף מען פרעגען מאי אולמיה האי אייניקעל מהאי אייניקעל? א מאכנובקא חו א סקווערער אייניקעל איז פונקט אזא אייניקעל?)

יעצט, בעלזער ניקס וואס זענען שוין נאך די ברמצוה ווערען געבעטען, געמוטליכעהייט, ערקלערען זייער שטעלונג. עפרא לפומיה׳ס וועלען גארנישט אויפווייזען. ביטע ברענגען מקורות צו סברות. דא איז א פלאץ ווי ערוואקסענע מענטשען האבען נישט קיין מורא אריינצוטראכטען אין אלטע גלויבונגען צו זען צו זיי שטימען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אויב גלייבסטו אין תורת הבעל שם ליין ווייטער וואס איך שרייב. אויב נישט דאן זעץ זיך עסן א שטיקל קאקאש קעיק בעסער ווייל די וועסט סיי ווי נישט פארשטיין וואס איך שרייב.

ע״פ תורת הבעל שם פארנעמט די אויבן אהן פון אידישקייט אין זיין מקושר צום רבי׳ן. צו ס׳איז ר׳ ישכר דוב פון ירושלים פאר א בעלזער חסיד. צו ס׳איז ר׳ישראל פון בני ברק פאר א וויזניצער חסיד צו ס׳איז ר׳דוד׳ל פון ראקלענד קאנטי פאר א סקווערע חסיד. נישט קיין חילוק צו זיי האבן געירשנט דאס רבנות פאסטן צו נישט. וואס ס׳קאונט איז אז די חסידים האבן זיך געפיקט דער איד פאר א רבי נישט קיין חילוק פארוואס זיי האבן איהם געפיקט איז ער רבי. פאקט איז אז די אלע חסידים לערנען א דרך אין עבודת השם ביי די אויבן דערמאנטע אידן. אט דאס מיינט א רבי. דאס אז די האלסט אז אין די פריערדיגע דורות זענען געווען גרעסערע רביס מאכט זיי נישט אויס רבי. אין די פאקט וואס די האלסט אז אין היינטיגע דור איז דא גרעסערע צדיקים ווי זיי מאכט זיי אויך נאך נישט אויס רבי. סך הכול אז די האלסט אז אנדערע זענען גרעסער דאן גא עהעד פיק די אנדערע אלץ דיין רבי. דאס מאכט אבער נישט אנדערע אידענס טשויס אויס. אנדערע אידען זענען אינטייטלד צו האבן זייערע רביס.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יוני 4, 2017 11:05 pm

· #373234
די קעניג פין אמעריקע
וואס ס'קאונט איז אז די חסידים האבן זיך געפיקט דער איד פאר א רבי נישט קיין חילוק פארוואס זיי האבן איהם געפיקט איז ער רבי.

אויב דעיס איז דיין פאוינט אז די חסידים האבן געפיקט א רבי'ן, איז עס זייער א שוואכע פאוינט, ווייל די אלע רבי'ס וואס דו רעכנסט אויס האבן זייערע חסידים "נישט" געפיקט, די חסידים זענען דארט געבוירן געווארן אן צו קענען בוחר זיין אין וועלכע איינשטאלט זיי זאלן דינען.

איש את רעהו » זונטאג יוני 4, 2017 11:07 pm

· #373235
די קעניג פין אמעריקע

וואס ס'קאונט איז אז די חסידים האבן זיך געפיקט דער איד פאר א רבי "נישט קיין חילוק פארוואס זיי האבן איהם געפיקט איז ער רבי".

WOW
חידושים בתורת החסידות
בספרי חב"ד ותורת ברסלב לא מצינו כזה
אגב 99% עולם האט נישט געפיקט, איין פראצענט אפשר פיקט זיך א רבי.

וואלווי » זונטאג יוני 4, 2017 11:09 pm

· #373237
איך בין שוין העכער די בר מצוה און גיי פרובירן צו רעדען איידעלערהייט.

אביסעל דומה צום פותח האשכול'ס פראגע, אבער מער כלליות'דיג, באדערט מיך שוין יארן פון פאר די בר מצוה ווי אין גאנץ תורת החסידות ווערט מבואר די ענין פון זרע קודש, ענף עץ אבות, בנן של קדושים'ס, וכו'. חלילה נישט לקנטר ערענסט גערעדט דאס איז ווי ווייט איך ווייס ארויס געצויגן פון פון פינגער. אפי' אז ס'דא עפעס זכות אבות אדער איינער וועט אפיר זוכען עפעס מראה מקומות מהיכי תיתי ס'גייט נישט ארויף אויפ'ן ראש כולל פון דער קהילה אדער די חסידישע ראשי חבורה, אדער ווי מ'זאגט "גאד פארביד" אויף עפעס א תלמיד חכם און חסיד פון אן אנדערע קרייז.

אויב איינער האט עפעס לייטישע מראה מקומות זיי מוחל און פאוסט עס, האפענטליך וועט איינמאל פאר אלעמאל געסאלווד ווערען די קווענקעלנישן.

תורה ומדע » זונטאג יוני 4, 2017 11:18 pm

· #373243
איך בין גאר שטארק באהאווענט אין ספרי תלמידי הבעש״ט ותלמידיהם ותלמידי תלמידיהם. איך בין אויך א רבישע אייניקל. מיט דעם אלעם ווייס איך נישט אפילו קיין איין מקור וואס זאגט אז א רבי מעג מבטל תורה זיין פון זיינע בחורים פאר די אייניקלס חתונה וואס איז שוין א דבר רגיל מדי שנה בשנה.
דער ערוגה״ב שרייבט אהן אין זיין צוואה ״הכנה דרבה״ אז זיינע אייניקלעך זאללען פארעהן צין א רבין וואס עס פארען צו עם א ציבור אידען און האלטען זיך צוזאמען. האועבער, דאס איז נאר אויף שבתות ויו״ט, חתונה פון א טאכטער פון א זוהן פאר טויזענטער בחורים מהליכי תיתי. דוכט זיך אז לויט די פריערדיגע אשכולות וועט מיר קיינער ניט חושד זיין אז איך בין א קנאי אדער סטמערער. איך בין באמת גאר א שטארקער אוהד פאר בעלז, לובאוויטש, סטאלין וכדו. אבל תורה הוא וללמוד אני צריך..

תורה ומדע » זונטאג יוני 4, 2017 11:27 pm

· #373248
אט האט איהר דעם ספר

מפוזרי » זונטאג יוני 4, 2017 11:34 pm

· #373256
Re: חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז
אז דו פארשטייסט אז אויף א שבת מעג מען יא פארן, איז פארוואס פאר א חתונה נישט? דאס וואס ער קען זען ביים שבת טיש, קען ער אויך זען ביים חתונה טיש און צומאל מער. דאכט זיך אז דער רב איז מער אין די כלים בײ א חתונה ווי בײ א שבת טיש, בדרך כלל.

איש את רעהו » זונטאג יוני 4, 2017 11:35 pm

· #373257
תורה ומדע

דוכט זיך אז לויט די פריערדיגע אשכולות וועט מיר קיינער ניט חושד זיין אז איך בין א קנאי אדער סטמערער.
אבל תורה הוא וללמוד אני צריך..

ווי קומט דער שמועס צו קנאות וסאטמאר
מען האט נישט אין סאטמאר מחדש געווען הל' תלמוד תורה
אין קנאות האט נישט צו די טעמע

תורה ומדע » זונטאג יוני 4, 2017 11:38 pm

· #373260
די קעניג פין אמעריקע

אויב גלייבסטו אין תורת הבעל שם ליין ווייטער וואס איך שרייב. אויב נישט דאן זעץ זיך עסן א שטיקל קאקאש קעיק בעסער ווייל די וועסט סיי ווי נישט פארשטיין וואס איך שרייב.

ע״פ תורת הבעל שם פארנעמט די אויבן אהן פון אידישקייט אין זיין מקושר צום רבי׳ן. צו ס׳איז ר' ישכר דוב פון ירושלים פאר א בעלזער חסיד. צו ס'איז ר' ישראל פון בני ברק פאר א וויזניצער חסיד צו ס׳איז ר׳דוד׳ל פון ראקלענד קאונטי פאר א סקווערע חסיד. נישט קיין חילוק צו זיי האבן גע'ירש'נט דאס רבנות פאסטן צו נישט. וואס ס'קאונט איז אז די חסידים האבן זיך געפיקט דער איד פאר א רבי נישט קיין חילוק פארוואס זיי האבן איהם געפיקט איז ער רבי. פאקט איז אז די אלע חסידים לערנען א דרך אין עבודת השם ביי די אויבן דערמאנטע אידן. אט דאס מיינט א רבי. דאס אז דו האלסט אז אין די פריערדיגע דורות זענען געווען גרעסערע רבי'ס מאכט זיי נישט אויס רבי. אין די פאקט וואס דו האלסט אז אין היינטיגע דור איז דא גרעסערע צדיקים ווי זיי מאכט זיי אויך נאך נישט אויס רבי. סך הכל אז דו האלסט אז אנדערע זענען גרעסער דאן גא עהעד פיק די אנדערע אלץ דיין רבי. דאס מאכט אבער נישט אנדערע אידענס טשויס אויס. אנדערע אידן זענען אינטייטלד צו האבן זייערע רבי'ס.

מען לערנט זיך עבודת השם? און אויב נישט פארמאכען זיי זייערע געשעפט. א נעכטיגן טאג! אלא מאי דער רבי דארף זיין ראוי לאותו איצטלא און אז נישט איז ער עתיד ליתן את הדין פארן פארפיהרען דעם עולם ווי די גמ' זאגט עליונים למטה ותחתונים למעלה. גראדע איז אויסגעקומען אז דער בעלזער רב שליט"א איז משכמו ולמעלה און פיט אריין אין גזע הצדיקים פון זיינע זיידעס אזוי ווי עס האט שוין אויסגעשמועסט דער בעל אורים ותומים דא אין ק"ש. אבער הא גופא קשיא, וויאזוי איז דאס מוצדק?

תורה ומדע » זונטאג יוני 4, 2017 11:42 pm

· #373261
מפוזרי
אז דו פארשטייסט אז אויף א שבת מעג מען יא פארן, איז פארוואס פאר א חתונה נישט? דאס וואס ער קען זען ביים שבת טיש, קען ער אויך זען ביים חתונה טיש און צומאל מער. דאכט זיך אז דער רב איז מער אין די כלים בײ א חתונה ווי בײ א שבת טיש, בדרך כלל.

שבת און יו״ט זענען לכתחילה געגעבען געווארען להידבק בד׳ בתפילה בשירה ובזימרה. פארפאטשקענען א זמן אין ישיבה פאר בחורים וועגען א חתונה פון אן אייניקל איז א פשע לעניות דעתי.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יוני 4, 2017 11:46 pm

· #373262
Re: חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז
קענסט מיטיילען וואס דער בעש"ט האט געזאגט, פון וואנעט ווייסטו אז ער האט עס געזאגט, און מיט וואס ביסטו איבערגעצייגט אז דאס פארען פאר א חתונה איז נכלל אין זיין ווערטער?

און פארוואס טאקע איז נישט קיין חילוק פארוואס זיי האבען געפיקט? ווען זיי האבען איהם געפיקט צוליעב זיין שיינע שטימע\כאריזמא\קענטעניס אין פאליטיק\אכצען דורות וכו׳, פארשטייסטו נישט אז דאס איז ביטול תורה? באלעמוטשעט צייט מיט כוחות אויף גארנישט? וואס איז דאס בנש"ק אנדערש פון די אלע דערמאנטע מידות?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שמעון וואלף » מאנטאג יוני 5, 2017 12:37 am

· #373270
תורה ומדע
מפוזרי
אז דו פארשטייסט אז אויף א שבת מעג מען יא פארן, איז פארוואס פאר א חתונה נישט? דאס וואס ער קען זען ביים שבת טיש, קען ער אויך זען ביים חתונה טיש און צומאל מער. דאכט זיך אז דער רב איז מער אין די כלים בײ א חתונה ווי בײ א שבת טיש, בדרך כלל.

שבת און יו״ט זענען לכתחילה געגעבען געווארען להידבק בד׳ בתפילה בשירה ובזימרה. פארפאטשקענען א זמן אין ישיבה פאר בחורים וועגען א חתונה פון אן אייניקל איז א פשע לעניות דעתי.


לא ניתנו שבתות וימים טובים אלא לעסוק בהם בדברי תורה (ירושלמי שבת טו, ג)

אמרה תורה לפני הקב"ה ריבונו של עולם, כשיכנסו ישראל לארץ, זה רץ לכרמו וזה רץ לשדהו, ואני מה תהא עלי? אמר לה: יש לי זוג שאני מזווג לך ושבת שמו, שהם בטלים ממלאכתם ויכולים לעסוק בך (טור או"ח רצ)

אלץ בקי בספרי תלמידי בעל שם, אפשר קענסטי צוצייכענען ווי זיי קריגן זיך אויף די מאמרי חז"ל

אייז קריעם » מאנטאג יוני 5, 2017 1:03 am

· #373277
א יוד וואס באלאנגט צו א חסידות, ווען ער האלט ביי א שידוך, מוז דער רבי אויסהערן אלע הצאות, און ווען דער ריכטיגע קומט שוין, מוז דער רבי נעמען אויף זיך אחריות אז דאס איז טאקע די ריכטיגע. ווען דער שידוך איז שוין בשעה טובה געשלאסן געווארן, מוז דער רבי זיין מלא שמחה על גדותיו.

יעצט, ווען די רבי מאכט א שמחה פארוואס זאל דער חסיד נישט וועלן זיך מיטפרייען?? איינער וואס האט א רבי-חסיד רילעישנשיפ דארף נישט האבן קיין פראבלעם דאס צו פארשטיין.

די שאלה הייבט זיך אן ווען מען איז נישט צופרידן און א חסידות ווייל דער יורש בלאזט ארויס קוים האלבע ווערטער און די אינטערעסירסט דעם יורש ווי פאריעריגער קרויט.

בן ישי » מאנטאג יוני 5, 2017 2:04 am

· #373288
וואס גייט דא פאהר? דאס ביסל כשר אינטערטעימענט פאר אינזערע בחורים ווילן ענק אוועק נעמען?
בחורים היינטיגע צייטן דארפן מער אינטערטעימענט אין אויב איז עס ביים שטיין אין טאנצן ביי א שמחה, בכבוד גדול! אז נישט וועלן זיי טרעפן אנדערע זאכן וואס זיך צו אינטערטעינען אין ס'וועט נישט טויגן! וועם גייט אן צו ער פריידט זיך באמת צו נישט?!

בן ישי » מאנטאג יוני 5, 2017 2:09 am

· #373289
בנוסף צו דעם איז פונקט ווי מ'פארשטייט היינט אז ס'גיט צו נעמען בחורים אויף א שבת התוועדות כאטש ס'מאכט א שטיקל ביטול תורה די פאר טעג פריער ביים זיך גרייטן אין מאכן די פלענער אין אפאר טעג דערנאך, לוינט זיך עס ווייל די בחורים בארימען א boost וואס האלט זיך לענגער.
די זעלבע זאך חסידישע בחורים באקימען א boost נאך א געשמאקע לעבעדיגע שמחה אין די קהילה.

בן ישי » מאנטאג יוני 5, 2017 2:21 am

· #373292
בכלל האלט איך אז די חסידות'ן ווי די בחורים זענען באשעפטיגט פאר אפאר וואכן מיטן צוגרייטן שיינע זאכן פאר די רבי'ס שמחה קען צומאל זיין א גרויסע ישועה פאר די בחורים אין ישיבה וואס האבן נישט די נערווען צו זיצן אגאנצן טאג איבער די גמרא, חוץ וואס דאס האלט זיי באשעפטיגט, קען עס אמאל אויך שטארק העלפן די מער שוואכערע וואס ביים זיצן ביי די גמרא פוהלן זיי זיך צוקלאפט אין צובראכן אז קיינער אנערקענט זיי נישט, דא האבן זיי א געלעגנהייט צו ווייזן זייער שטארקייטן אין צומאל ספעציעלע טאלאנט אין דאס קען זיי מורא'דיג דערהייבן, אזוי אויך איז עס גיט אז די בחורים לערנען זיך אויס צו בויען וכו' אין אפשר וועט עס זיי צוניצקימען נאך די חתונה.
עכ"פ איך מיין אז נישט קיין נפק"מ ווי שטארק די חסידים פרייען זיך באמת מיט זייער רבי'ס שמחה נאכאלץ איז דא געניג גיטע זאכן וואס קענען ארויס קימען דערפון.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 5, 2017 5:57 am

· #373296
Re: חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז
אקעי, מ׳האלט שוין ביי נאך א שיטה. דאס האט שוין נישט מיט׳ן בעש"ט צו מיט חסידות, נאר פראקטיש צוטוהן מיט די בחורים׳ס נויטען.

אינטרעסאנט איז, אז דער אויבישטער האט געשיקט קינדער לויט די בחורים׳ס נויט. יארען לאנג האט דאס נישט אויסגעפעלט, און פלוצלונג ווען יא, האט הרה"צ פראדוצירט דער נויטיגע סחורה. סקווער האט שוין גענויט אין דעם פריער, וראה זה פלא, ס׳איז שוין געווען אייניקלעך אוועילעבעל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אייז קריעם » מאנטאג יוני 5, 2017 7:04 am

· #373298
דאס הייסט צו זאגן אז די גאנצע זאך איז איין שטיק סקעם!?

בעצם האט עס גארנישט מיט יודישקייט צוטוהן נאר אזא מין בעיביסיטטינג? אפשר זאל מען מאכן עקסערסייז מיט די בחורים, עס איז אויכעט קואשער ענטערטעינמענט.

תורה ומדע » מאנטאג יוני 5, 2017 7:16 am

· #373299
אפשר זאלל מען זיי אויסלערנען לייענען און שרייבען אין די צייט..

תורה ומדע » מאנטאג יוני 5, 2017 8:14 am

· #373303
שמעון וואלף
תורה ומדע
מפוזרי
אז דו פארשטייסט אז אויף א שבת מעג מען יא פארן, איז פארוואס פאר א חתונה נישט? דאס וואס ער קען זען ביים שבת טיש, קען ער אויך זען ביים חתונה טיש און צומאל מער. דאכט זיך אז דער רב איז מער אין די כלים בײ א חתונה ווי בײ א שבת טיש, בדרך כלל.

שבת און יו״ט זענען לכתחילה געגעבען געווארען להידבק בד׳ בתפילה בשירה ובזימרה. פארפאטשקענען א זמן אין ישיבה פאר בחורים וועגען א חתונה פון אן אייניקל איז א פשע לעניות דעתי.


לא ניתנו שבתות וימים טובים אלא לעסוק בהם בדברי תורה (ירושלמי שבת טו, ג)

אמרה תורה לפני הקב"ה ריבונו של עולם, כשיכנסו ישראל לארץ, זה רץ לכרמו וזה רץ לשדהו, ואני מה תהא עלי? אמר לה: יש לי זוג שאני מזווג לך ושבת שמו, שהם בטלים ממלאכתם ויכולים לעסוק בך (טור או"ח רצ)

אלץ בקי בספרי תלמידי בעל שם, אפשר קענסטי צוצייכענען ווי זיי קריגן זיך אויף די מאמרי חז"ל

עיין בסידור היעבץ ובגמ׳ מגילה יב.

shem-tov » מאנטאג יוני 5, 2017 10:20 am

· #373323
דעס ביסל אינטערטעימענט פונעם בחור ווילסטו אים אויך צונעמען?

בן ישי » מאנטאג יוני 5, 2017 11:19 am

· #373330
ווי איך האב שוין געשריבן האב איך נישט גענימען קיין צד דא צו דאס איז יא אדער נישט יודישקייט אדער חסידות אדער סתם א סקעם, איך זאג איין זאך דאס איז זיכער גיט פאר די בחורים.
די עולם דא קען ווייטער דורכטוהן די נושא אבער איך מיין לגבע מיין נקודה וואלט בעצם יעדער אין קאווע שטיבל צוגעשטימט, וואס הייסט היינטיגע בחורים קענען נישט זיצן אזוי לאנג איבער די גמרא, לערן זיי עפעס אויס, געב זיי וואס צו טוהן פאר זיי טרעפן אליינס...אבער וויבאלד מ'רעדט דא קעגן חסידות'ן וויל נישט יעדער צושטימען צו מיר ווייל דאס הייסט אז מ'זאגט די רבי'ס טוהן יא גיט...איז ממילא בין איך מגלה דעת אז איך נעם נישט קיין צד לכאן או לכאן איך ברענג פשוט ארויס א נקודה אז ס'קימט ארויס א גיטע זאך דערפון.

איש חזון » מאנטאג יוני 5, 2017 12:00 pm

· #373336
איך האב נישט קיין עיר קאנדישאן האב איך נישט געקענט דורכלעזן דעם גאנצן אשכול, אבער תמיהני על @תורה ומדע, ווייסטו דען נישט אז בעלזער חסידים שפירן פשוט א געוואלדיגע אהבה און נאנטקייט צו זייער גרויסע פאטער? און יא, ווען א טאטע מאכט חתונה, גייט מען (איך בין גראדע נישט דארט).
(און ליהוי ידוע, אז די מתמידים שביניהם נוצן אויס די צייט, זייט נישט באזארגט, און די המון עם, איז דאך פאר זיי א טובה צו זיין פארנומען מיט דעם, שמחה דקדושה מיט התעוררות נורא נוראות, איידער ווי מיט אנדערע זאכן).

תורה ומדע » מאנטאג יוני 5, 2017 12:18 pm

· #373340
מסכים, אבער דאס איז אויפן חשבון פון לערנען, און בחורים וואס האבען קוים צוויי יאהר אין ישיבה (וואס דאס איז א באזונדערע שמועס, וויאזוי חסידישע בחורים זענען אין זייער לעבען נישט טועם דעם אמתע טעם פון לערנען אין א ״ישיבה״), הרגנען אוועק דעם זמן פארדעם אז דער רבי מאכט חתונה אן אייניקל. דער רבי איז נישט קיין טאטע פאר די בחורים, אפשר פאר זייערע טאטעס. פאר די בחורים איז ער אן עובד השם וואס דינט דעם באשעפער 24 שעות א טאג. נו וואס האט דאס מיט דער חתונה?

איש חזון » מאנטאג יוני 5, 2017 12:44 pm

· #373348
תורה ומדע
דער רבי איז נישט קיין טאטע פאר די בחורים

לא הבנתי, אבער איך בין מסכים אז מען קען זיך טאקע וואונדערן אויף די אלע געפארעכצער וואס ברענגט צו ביטול תורה (וויאזוי האט דער רב געזאגט אמאל ביי לאו''ב כ''א מנ''א, חסידים זאגן אז סיפורי צדיקים איז ווי לימוד התורה, אבער א תלמיד חכם ווערט מען נישט פון דעם... ליטוואק, געב א לייק), אבער כמובן אז דאס איז א קשיא אויפ'ן רב זעלבסט, ונראה ברור דס''ל דביטולה זו קיומה, ויש להתבונן בשיטתו, אבל ברור שזו שיטתו, און איך געדענק גוט ווי מיינע חברים די מתמידים האבן גוט אויסגענוצט די צייט.

אישתישבי » מאנטאג יוני 5, 2017 1:44 pm

· #373361
הייסט עס כאילו מען דארף פארענטפערן די קרעפ ווייל אויב נישט וועט מען אויפהערן מיט דער גאנצע משוגעת

היינטיגע חסידות און היינטיגע ליטאים האבן גארנישט מיט תורה, הויך צייט אז די וויכוחים זאלען זיך סטאפען.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יוני 5, 2017 2:11 pm

· #373371
גוט אז דו זאגסט מיר וואס איך וויל דא טוהן.

מיר גייט נישט אן די ביטול תורה, נאר די שקרים וואס מ'פרעדיגט דא. קודם בעש"ט, נאכדעם זיידעס, נאכדעם סתם אן עצה פאר יונגע בחורים. קיין איין זאכליכע טענה נאך נישט געברענגט.

און די טענה פון @בן ישי ודעימיה אז מ'דאר, צושטעלען ענטערטיינמענט פאר בחורים, האט מען שוין ארוםגערעדט אין די לעצטיגע וועקער בשם הגר"י לעבאוויטש, עיי"ש. בקצרה, דער תורה בעט נישט קיין הילף. היט איהם און טו ווי ער הייסט, און אזוי וועט מען מצליח זיין. ווען מ'הייבט אן אין זייטיגע וועגען, דעמאלס דארף מען עצות מעצות שונות.

אישתישבי » דינסטאג יוני 6, 2017 8:28 am

· #373560
ליטוואק
איין שאלה צו דיר,
ביסטו א מנהל דא אין שטיבעל אדער נישט?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 6, 2017 8:34 am

· #373561
Re: חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז
אישתישבי
ליטוואק
איין שאלה צו דיר,
ביסטו א מנהל דא אין שטיבעל אדער נישט?

מיין תאווה איז צו ענטפערען אז יא, ווייל אזוי האב איך א געשטעל פון א צדיק המעביר על מגותיו, ווען רוב די אטאקעס וואס איך באקום ווערען נישט פארראכטען.
למעשה אבער, בין איך נישט און אפילו בימי ׳גבאי החודש׳ האט מען מיר קיינמאל נישט מכבד געווען מיט דער שטעלער

אישתישבי » דינסטאג יוני 6, 2017 1:17 pm

· #373581
ווייל איך קען נישט זעהן א צווייטע זאל באדערען ווען מען שרייבט אז א ליטוואק איז א מפריס פרסה ביזען אחור (א רמז אויף א פראק) חוץ דיר.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 6, 2017 1:47 pm

· #373584
ווען האסטו געזען אז ס'זאל מיר באדערען? אדרבא, דאס טוט ארויס ברענגען וואס פאר א שטעלונג ענק מתנגדים האבען. נאר מיט לאזונגען ווי צלם אין הארץ וכדו' קענט עטץ בארעכטיגען ענקערע שנאת התורה. ווייזט זיך אויס פון דעם אליינס אז קיין זאכליכע טענות האט מען נישט. נאר די בעש"ט\זיידעס\אלע יארען\ענטערטעינמענט טענות.

cictim » דינסטאג יוני 6, 2017 2:10 pm

· #373588
ליטוואק פון בודאפעסט

נאר די בעש"ט\זיידעס\אלע יארען\
טענות.


אונז רופן דאס אן "מסורה" וואס איז "פרייאריטי" אין אידישקייט, א זאך וואס די מתנגדים האבן אויסגעריסען.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג יוני 6, 2017 4:18 pm

· #373598
אנדערע האבען ליעב צו זאגען 'משנה ברורה איז פאר יתומים'. איך זאג 'מסורה איז פאר עמהארצים'.
והן הן הדברים שכתב @citcim
בלאט: 1 2