☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז..

חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז..

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11539
בלאט: 1 2

יעקב מענטש » דינסטאג יוני 6, 2017 4:59 pm

· #373607
דאס פארן צו א רבי איז אלץ געווען א חסידישע זאך, מ'פלעגט פארן הערן דעם רבינ'ס תורה, און אזוי האט מען זיך רעטשארדזט אין עבדות ה'.

דאס גיין צו א חתונה פונעם רבינס אייניקל, איז פשוט אז דער עולם וואס האט א נאנטן קשר מיטן רבין פרייט מען זיך מיט און מ'קומט לכבודו, דארף נישט זיין אנדערש ווי ליטוואק מיט זיין ראש ישיבה. אבער ווי פארשטענדליך איז עס היינט מער א מיטל צו 'בויען' דעם רבין נישט אזוי ווייט מבחינת רצוננו לראות את מלכנו, והא ראיה, אויב די חסידים ווייסן מיט א וודאות אז ס'גייט נישט זיין קיין גרויסער 'עולם', געשעהט ממש וואונדער אז נאר א קליינער ציבור קומט אן... פון די אנדערע זייט, ברגע די חסידים ווייסן אז ס'גייט זיין אין נעסוי קאליסיום קומט אן אזא גרויסער עולם אז ס'שפילט זיך איבער דעם עומדים צפופים ומשתחוים רווחים.

די גאנצע רעביסטעווע טראגט גאנץ א זויערן פנים היינטיגע צייטן, אפי' א דור צוריק ווען אמתע צדיקים האבן פארנומען דעם אויבן אן, און מ'האט נאך געהאט צו 'וועמען' צו קומען, האט דער גאנצער טראסק ארום, חתונות, צאתכם/בואכם לשלום מעמדים, און די כלליותדיגער לופט ארום, נישט געהאט קיין אידישן חן, היינטיגע צייטן האבן שוין א באדייטענדע טייל חסידים מיטן רבין גארנישט איינגעלייגט (ביי יעדע חסידות לויפן די פראצענטן אביסל אנדערש), און מ'זיצט דארט ווייל ס'איז עכט נישט דא קיין סיבה אוועקצוגיין. און אויב זוכט מען אמתע סיפוק, איז דא היינט א שפע פון אינטערנאצינאלע משפיעים מיט אן אפיל צום ברייטערן ציבור וואס בליען און וואקסן.

תורה ומדע » דינסטאג יוני 6, 2017 6:00 pm

· #373617
די רביס זענען זיך רובע דרובא זיך אלייןס שולדיג אינעם דיקליין פון דער מושג. אבער נאך אלעמען זענען זיי די איינציגע וועלכע טראגען דעם עול הציבור. ווען די אללע משפיעים למיניהם וואלטן געדארפט נושא בעול זיין אזוי ווי די רביס וואלטן זיי אללע געזאגט מוחל טובות... האלטען דרשות מיט פארגלייזטע אייגעלעך איז נישט קיין קונץ..

אישתישבי » מיטוואך יוני 7, 2017 3:56 am

· #373676
ליטוואק פון בודאפעסט
אנדערע האבען ליעב צו זאגען 'משנה ברורה איז פאר יתומים'. איך זאג 'מסורה איז פאר עמהארצים'.
והן הן הדברים שכתב @citcim


ערשטע מאל איך הער עס אויף משנה ברורה.

מען זאגט עס אויף חזון איש שיעורים מיטמגר"ח נאה, כאילו ביז זיי האט מען נישט געוויסט​ ווי גרויס איז א כזית, ממילא איז עס נאר פאר בעלי תשובה וואס האבן נישט קיין מסורה.

און צו זאגען אז מסורה איז פאר עמיראצים איז א נארישער סטעיטמענט, בפרט פאר א ליטוואק, ווייל כידוע זענען ליטוואקעס נאך מער מיט מסורה מיט דער מעתיקי השמועה בולשיט.

דערבער » מיטוואך יוני 7, 2017 7:51 am

· #373693
גיט גיט

דערבער » מיטוואך יוני 7, 2017 7:59 am

· #373694
אייז א רבי זאגט אייז אלע קענען גיין. אין מיט דעם וויל מען מאכען ענק יעדער איינער. דאס הייסט אייז די דינסט מיר 100 פערסענט איז גיט אייז נישט קענסט גיין פין דא .
אין דעם וועג איז נישט אויסגעהאלטן דאס קימט פשוט אייז אלעס קימט זיך מיר..

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 7, 2017 8:21 am

· #373697
'מעתיקי השמועה' איז אויך פאר עמהארצים

שמעקעדיג » דאנערשטאג יוני 8, 2017 12:02 am

· #373779
לאמיר אייך מגלה זיין די אמת'ע סיבה און מטרה פון די שמחות ביים רבי'ן.

די חסידים הערן א גאנץ יאר פונעם רעבין באיזה דרך ישכון אור, את המעשה אשר יעשון ואת הדרך אשר ילכון בה, וכדו' די אלע שיינע פראזן. מען גיבט אכטונג שלא תכבה גחלת החסידות. מען פירט זיך נאר לויט די מסורה פון די רבי ז"ל און די הייליגע זיידעס המקובל לנו מדור דור. מען איז נישט משנה קיין זיז כל שהוא ח"ו. און דאס טוט דער רבי חזר'ן כסדר פאר די תלמידים, ביי די שאלעשידעס תורה און די שבת שובה דרשה און ווען אימער ס'שייך.

אז דער רבי זז"ג מאכט ענדליך חתונה, שטייטעך שוין אז די זיידעס קומען אראפ פונעם עולם העליון, זאגאר מען פארשיקט זיי פון ג"ע (וואס דעריבער איז מען זיך נוהג ביי די חסידים אפצושפארן די הויפט גאסן כידוע), נו אז די הייליגע זיידעס און רביה"ק זי"ע קומען אראפ, איז דאך נאר יושר אז די חסידים - וועלכע זענען זיך כסדר מוסר נפש זיך פירן בדרכיהם הק' - זאלן אויסנוצן די געלעגנהייט און זיי מקבל פנים זיין, און בשעת מעשה וואונטשן מז"ט און זיך פרייען מיט זייער שמחה, ווי אויך זאלן די זיידעס און רביה"ק שעפן נחת דקדושה ווי טויזענטער חסידים פירן זיך אין זייערע הייליגע וועגן על דרך ישראל סבא. ביי די חתונה קומט ארויס די התרגשות כמים פנים אל פנים, פון די חסידים צו די זיידעס און אבות הק' און ווייס-ווערסע פון די זיידעס צו די לעכטיגע דורות. די גאנצע התקשרות צו די די פריערדיגע רבי'ס און כוחות וואס מען לייגט אריין זיך צו פירן אין זייערע וועגן שיסט יעצט אויס ווי א וואלקאן בארג, און די שמחה איז עד אין לשער! נישט אומזיסט שרייבן די צייטונגען נאך יעדע רעבישע חתונה אז די חסידים ואנשי מעשה לאזן טרערן ביי דער חופה! און דאס איז אויך פשט אין די עלקטראנישע שטראם וואס לויפט אדורך ווען די מוזיק הייבט אן קול רנה און דער רבי מיט זיינע זיידעס הק' באווייזן זיך אינעם זאל. אודאי טאנצט מען אזש וינועו אמות הסיפים!

איז דען מעגליך נישט צו גיין צו די חתונה? עת לעשות לה' הפרו תורתך! (וואס פארשטייט דען א ליטוואק??)

(כ"ז כתבתי בדרך אפשר ובדרך צחות, וה' הטוב יכפר).

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יוני 8, 2017 10:05 am

· #373825
דו דערמאנסט מיר. ווען איך האב געלערנט אין בריסק, האט ר' אברהם יהושע חתונה געמאכט און די תלמידים זענען געגאנגען. ס'איז געווען א נארמאלע גרויסע חתונה, נישט קיין רבישע, אבער ס'איז געווען א גרויסע עולם. ביים טאנצען האב איך באמערקט אויף זיין פנים, ווען מ'האט אנגעהויבען דער ניגון י-ה זכות אבות, ווי אן ערנסטע מינע גייט אריבער זיין פנים און ער נעמט דער זאך זייער צום הארצען. איך האב געפלאצט פון געלעכטער, און איך האב איהם געוואלט אנכאפען און זאגען אז 'זכות אבות' מיינט די שלשת אבות אברהם יצחק ויעקב, נישט עפעס פערזענליך נייטיג צו איהם מער ווי א צווייטען.

cictim » דאנערשטאג יוני 8, 2017 11:54 am

· #373836
היינט האבן זיי שוין יא מקבל געווען די מסורה, מ'נעמט שוין קוויטלעך, מיגייט אויף קברים, מ'שטופט זיך צו כאפן א בליק, אמאל אפילו טישן (לעיקוואד פורים), יהי רצון ס'זאל אריין גין אין פרטי'שן לעבן זיך צו פירן ע"פ חסידות.

יהודי פשוט » מיטוואך יוני 14, 2017 7:03 pm

· #375111
Re: חסידים ביים רבין׳ס שמחה, וויפיעל איז אמת און וויפיעל איז
דער שטיקל דברי תורה איז נוגע דא (כמובן נאר פאר חסיד׳ישע אידן און נישט פאר קיין ליטפאק׳ס וואס וועלן נאר זיכן אפצולאכן דערפון)

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יוני 14, 2017 7:49 pm

· #375118
אינטרעסאנט, די אונגארישע לאכען דאך פון דער מנחת אלעזר. נאר ביי די ליטווישע רעדט מען פון איהם מיט כבוד.

דעת זקנים » מיטוואך יוני 14, 2017 7:52 pm

· #375119
לא היה ולא נברא, דער מנחת אלעזר איז געשעצט און פארהייליגט איבעראל.

וואלווי » מיטוואך יוני 14, 2017 7:53 pm

· #375120
ייש"כ יהודי פשוט טאקע א פיינע צושטעל, אבער ס'איז סך הכל א דרוש און א גוט ווערטעל, ע"פ פשט איז דא בעסערע תירוצים פארוואס ר' יהושע איז געגאנגען, סיי אז א נשיא זאל נישט גיין אן א באגלייטער, סיי אז ר' יהושע האט למעשה נישט מבטל תורה געווען נאר גערעדט אין לערנען, און ווער זאגט זיי האבן צוגרינד געלייגט א נאכט לימוד התורה פאר'ן שידוך שליסען, תנאים, אויפרוף, חתן מאהל, חתונה, לאקאלע שבע ברכות, לעצטע שבע ברכות וכו' וכו'.

עכ"פ, דער פותח האשכול איז געבליבן מיט'ן קשיא למעשה.

אישתישבי » מיטוואך יוני 14, 2017 8:27 pm

· #375128
[ציטאט אראפגענומען]


ביסט נעבעך אנגעווייטאגט פין דער גט מעושה אשכול.

בארואיגט אייך, ס'געשעהט גארנישט אז מען איז אמאהל אויפגעוויזן צו זיין א עם הארץ.
בלאט: 1 2