☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?

וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?

187 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11530
בלאט: 1 2 3 4

חקרן » זונטאג מאי 28, 2017 8:40 pm

· #372738
וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
הער איך, אז עפעס קומט פאר אונטער די קוליסן אין ויז'ניץ. דער רבי האט געגעבן א דרשה דעם פארגאנגענעם דאנערשטאג (אדער אן אנדערע טאג), בערך די זעלבע סטייל דרשה וואס ער האט גערעדט אמאל אין הר נוף, אז מען זאל נישט דערלאזן אז עס זאל צוקומען צו א מרידה, און מען דארף זיין בהכנעה וכו' וכו'.

ווייסט איינער וואס פונקטליך ער האט דארט גערעדט? - מען זאגט אז ער האט אויך אנגעווארנט אז דער דאזיגע דרשה זאל נישט ארויסקומען ברבים, און דערפאר איז טאקע פאראן א סוד דערפון.

אויך טוט זיך דארט וועגן סמארטפאונס. ער האט געהייסן פארברענען אלע סמארטפאונס, אפילו כשר'ע. שפעטער האט ער אביסל צוריקגעצויגן און אביסל פארוואסערט דעם ענין.

ווער קען קלארשטעלן וואס דארט גיייט פאר?

קלוגע יודל » זונטאג מאי 28, 2017 8:59 pm

· #372741
Re: וואס גייט פאר אין מרכז ויז'ניץ?
געהערט אז ער האט געזאגט:

1) אינטער פופציג דארף מען שטיין ביים טיש און ביים דאווענען.

2) אז מען דארף דאווענען שמונה עשרה מיט אפענע אויגן

3) אז פאר א יעדע אירוע (טיש/דאווענען) זאל מען שוין זיין גרייט פינעף מינוט פארן צייט

4) אזוי ווי אין אמרי ברוך (זיין ערשטע בעת המדרש, ווען ער האט געהאט א קליין קרעמעל) האט מען נישט געפרעגט קיין קשיות, אזוי איך זאל מען נישט יעצט פרעגן קיין קשיות. דהיינו מען זאל גלייבן און די רבי בלינדערהייט.

6) אז לעצטענס קומט מען וויניגער צופארן אויף שבת.
און טאקע שוין אויף די וואך שבת איז געקומען צו פארן א קבוצה יונגעלייט לעשות רצון צדיק.

און נאך ענדליכע אזעלעכע זאכן, וואס מטרתם הוא אחת, צוריק צו ברענגען די פאר שמייליגטע גלאנץ צו זיי.

ביטע פארעכטן די קעפל צו "וואס גייט פאר אין מרכז ויז'ניץ".
מען דארף נישט פארשעמען גאנץ ויזניץ....

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 9:08 pm

· #372745
עס איז א שאד אז ווען א רבי וויל נאר צו זיינע נאכפאלגער זאגן א זאך וואס געהער פריוואט צו זיי
מיז מען קומען און ארויסשמירן אין פאבליק יענמע'ס פרייוועט שמועסן.

דארט איז דא קריגערייען איבער די המשכת הירושה.

שבת אחים » זונטאג מאי 28, 2017 10:49 pm

· #372759
אפשר האט עס עפעס צוטוהן מיט די אפעראציע וואס ער האט לעצטענס געמאכט אויף די מאגן, רבינו שליטא מאכט נעבעך מיט שוין יאהרן לאנג און ליידט ל״ע אויף א שרעקליכע מחלה וואס רופט זיך אין אידיש די ״קעגול-פרעסן-סינדראום״ , איז מען געגעאנגען דרינגענד צום דאקטער און מ׳האט אים צוגעשמאלצען דעם מאגן לויט זיין יארגאנג, מ׳האט אים אנגעפארט א פרישע קליינע מאגן ווי א ״קליין קינד״ און דורכדעם קען ער נאר עסען א כזית פון יעדע דריטע קוגל פון די יארצייט פון די הייליגע סבתא קדישא פון דעש (די באהאלטנע כופר׳טע) וואס האט נישט ליעב געהאט ר׳ ישראל ווייל ער איז ״ערליך און צו-פרום״....

די גיטע בוך זאגט דאך שוין Food makes the mood!... ואם אין קמח אין תורה...

שבת אחים » זונטאג מאי 28, 2017 10:55 pm

· #372761
איש את רעהו
עס איז א שאד אז ווען א רבי וויל נאר צו זיינע נאכפאלגער זאגן א זאך וואס געהער פריוואט צו זיי
מיז מען קומען און ארויסשמירן אין פאבליק יענמע'ס פרייוועט שמועסן.

דארט איז דא קריגערייען איבער די המשכת הירושה.


ווי איז דא קריגעריי איבער המשכת הירושה???

אין ויז'ניץ? אזוי??? וואס איז די מחלוקה צי ר׳ מענדלע איז מרכז-דעש אדער מרכז-גרויסארדיין???

ער איז דאך ל״ע אינגאנצן נישט ביים דעת, קיינמאל נישט געוועהן און קיינמאל נישט זיין.

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג מאי 28, 2017 11:09 pm

· #372765
ווער איז מרכז ויז'ניץ ר׳ מנדל אדער ר׳ ישראל?

איסר האטלקי » זונטאג מאי 28, 2017 11:40 pm

· #372773
נישט געהערט איבער דעם דרשה, נאר איבער זיין ברודער'ס דרשה של דופי פארגאנגענע וואך איבער חיבו"נ...

שבת אחים » מאנטאג מאי 29, 2017 1:40 am

· #372779
איסר האטלקי
נישט געהערט איבער דעם דרשה, נאר איבער זיין ברודער'ס דרשה של דופי פארגאנגענע וואך איבער חיבו"נ...


וואס האט ער געזאגט?

שבת אחים » מאנטאג מאי 29, 2017 1:44 am

· #372780
די קעניג פין אמעריקע
ווער איז מרכז ויז'ניץ ר׳ מנדל אדער ר׳ ישראל?


דו זאגסט דאך אז דו קענסט פינף מענדליסטן? וואלסטו דאך געדארפט וויסן...

וויזניץ איז ר׳ ישראל

וויזשניץ איז ר׳ מאטעלע

מרכז ויז'ניץ איז ר׳ מענדלע פון דעש, ער האט געגנבט די נאמען ויזניץ פון זיין עלטערע ברודער.

קלוגע יודל » מאנטאג מאי 29, 2017 1:50 am

· #372782
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
שבת אחים

מרכז ויז'ניץ איז ר׳ מענדלע פון דעש, ער האט געגנבט די נאמען ויזניץ פון זיין עלטערע ברודער.

זיין ברידער איז אזא גוטער, אז ער לאזט איהם עס ניצען בחנם.

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג מאי 29, 2017 7:52 am

· #372789
שקויעך שבת! איך האב געקענט די מענדעליסטן אלץ מענדעליסטן. נישט אלץ ׳מרכז ויזניצער׳

חקרן » מאנטאג מאי 29, 2017 3:44 pm

· #372823
זאל ער מאכן נאך א גילוי, אזוי ווי ער האט געזען זיין טאטע ככלות השבעה בהקיץ, וועלכער האט אים געהייסן אנטאן א קאלפיק און פירן רבי'סטעווע... עטס געדענקט נאך דעם גילוי?

שבת אחים » מאנטאג מאי 29, 2017 6:14 pm

· #372827
זיין זוהן ר׳ חיים מאיר הער איך איז יא א שטיקל לייט. איך קען אים נישט, איז עס וואר?

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג מאי 29, 2017 6:21 pm

· #372829
ער זעט אויס ווי א איידלער יונגערמאן. זיצט און לערנט.

שבת אחים » מאנטאג מאי 29, 2017 7:00 pm

· #372832
איז ער קלוג ? אדער ער גייט אין די דרכים פונעם טאטען און זיידען???

בן ישי » מאנטאג מאי 29, 2017 7:07 pm

· #372833
ער זעהט אויס צו זיין קלוג אין פירט א שיינע קהילה אין בארא פארק, יעדע פרייטאג צונאכטס פירט ער א שיינע זיץ אין בהמ"ד מיט א שיינע עולם.

שבת אחים » מאנטאג מאי 29, 2017 7:08 pm

· #372834
מרכז ויז'ניץ איז למעשה א מעלה פאר וויזניץ, מ׳האט גענומען אלע תמימותדיגע איינגערעדטע מארמישע קיען און געמאכט פאר זיי א עקסטרע קרעמעל און עקסטערע מלוכה מיט אייגענע מוסדות, און שלום על ישראל.

בן ישי » מאנטאג מאי 29, 2017 7:11 pm

· #372836
ס'איז נאכאלץ דא געניג פון זיי ביי אלע

מיר'ער בחור » מאנטאג מאי 29, 2017 7:19 pm

· #372837
עיין שם פאר ס'ווערט געמעקט <a class="postlink" href="http://www.forum.ladaat.info/viewtopic.php?f=1&t=12368">http://www.forum.ladaat.info/viewtopic.php?f=1&t=12368</a>

שבת אחים » מאנטאג מאי 29, 2017 9:23 pm

· #372850
בן ישי
ס'איז נאכאלץ דא געניג פון זיי ביי אלע


אמת, סאיז געבליבן משוגעים ביי יעדעם, אבער אויף זיי קען מען זאגן בפה מלא ״סביבנו פרים רבים״... קמאן, זיי זענען אינגאנצן צודרודלעט, מיין טאטע גלייבט אויך אין זיין רבי, ר׳ מאטעלע, דאך שטייט ער נישט אויף צופרי און זאגט ״מודה אני״ פאר די רבי, און אפילו ער האלט עולם ומלאו פון אים, קען ער אמאל זאגן, אז ר׳ מאטעלע האט געמאכט א טעות וכדומה, און ער איז נישט ממש א אפגאט אין זיינע אויגן, נאר א הייליגע אויסגעארבעטע איד, די חילוקים זענען גאר גרויס...

גר ותושב » מאנטאג מאי 29, 2017 10:18 pm

· #372852
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
איסר האטלקי
נישט געהערט איבער דעם דרשה, נאר איבער זיין ברודער'ס דרשה של דופי פארגאנגענע וואך איבער חיבו"נ...

מה זאת?

שבת אחים » דינסטאג מאי 30, 2017 1:24 am

· #372865
גר ותושב
איסר האטלקי
נישט געהערט איבער דעם דרשה, נאר איבער זיין ברודער'ס דרשה של דופי פארגאנגענע וואך איבער חיבו"נ...

מה זאת?


והיה כי ישאלך בנך ״מה זאת״?

ואמרת אליו בחזק יד הוציאנו ה׳ ממצרים מבית עבדים...!

פארשטייסטע?¿

די קעניג פין אמעריקע » דינסטאג מאי 30, 2017 8:25 am

· #372873
שאולזאהן האט געשריבן היינט צופריה דערוועגן. איז אמת וואס ס׳שטייט דארט?

שבת אחים » דינסטאג מאי 30, 2017 8:34 am

· #372874
די קעניג פין אמעריקע
שאולזאהן האט געשריבן היינט צופריה דערוועגן. איז אמת וואס ס׳שטייט דארט?


וואס איז די שאלה בכלל? צי שאולזאהן איז פעיק ניוס????

די קעניג פין אמעריקע » דינסטאג מאי 30, 2017 9:27 am

· #372881
אז שאולזאן איז פעיק ווייסן מיר. כ׳האב נישט געפרעגט וועגן שאולזאהן. נאר וועגן די מעשה.

שבת אחים » דינסטאג מאי 30, 2017 8:09 pm

· #372918
די קעניג פין אמעריקע
אז שאולזאן איז פעיק ווייסן מיר. כ׳האב נישט געפרעגט וועגן שאולזאהן. נאר וועגן די מעשה.


מסתמא איז עס אמת, טיפיקל פאר אים צוזאגן אזעליכע זאכן...
אבער כהאב קיין אהנונג נישט אויב סאיז טאקע אמת, איך קען נישט קיין פאליטיק פון ר׳ מענדלע. די איינציגסטע שייכות וואס איך האב מיט ר׳ מענדלע איז, אסאך מאל וואטש איך קליפס פון אים מיט זיינע חסידים אויף יו-טוב און איך ראלל מיך פאר געלעכטער... ספעציעל ווען ער האלט א דרשה, ער רעדט פאר און פאר וואסער...

אויף שאולזאהן קען מען זיך נישט פארלאזן, ער מישט סתם דרעק וואס ער האט געהערט אין מקוה...

די קעניג פין אמעריקע » פרייטאג יוני 2, 2017 11:44 am

· #372951
ווי אזוי איז געווען ביים רבי יו''ט? כ'האב געהערט אז ס'געווען א אויסערגעווענדליכע גרויסע עולם?

שבת אחים » זונטאג יוני 11, 2017 11:49 pm

· #374510
כהאב געהערט אז די גאנצע מעשה האט זיך אנגעהויבן ווען אפאר מענדליסטן האבן איין שיינעם טאג מחליט געוועהן איבער צולאזן די מענדליסטישע-קולט און האבן געדזשוינט די נייע דזיקוב-וויזניץ חסידות וואס ווערט געפירט דורך הרב ישראל אליעזר אדלער (אייניקל פון ר׳ חיים מאירל), און צו אלע צרות איז אנגעקומען לשה״ר צום ״פארהייליגטען״ אז זיין גרעסטע שטיצער די ברוח-התוכס הנגיד הפליפער מאיר דוד טאבאק (ער איז א אמתדיגע נגיד, ווערט כמעט א ביליאן דאללער...! און אים מיינט די פסוק ״לא לחכמים לחם״) איז גאר געגעאנגען פאשענען אין פרעמדע פעלדער און רעדט זיך דורך זיינע בזיונות מיט אנדערע רבנים..! נו נו, מעהר פון דעם האט נישט אויסגעפעלט אויפצוועקן דעם בער, דער ״העליגער צאדיק״ האט זיך גלייך אויפגעכאפט פון א טיפע שלאף און געטוהן כל מה שביכלתו אריינגערעכענט רעדן שטותים מיט הבלים צו זיינע מענשטען און זיי סטראשענען, ער האט געמוזט מאכן עפעס א ״מעידזשאר-מאוו״ ווייל סקען אים נאך קאסטן מיליאנען...! היל״ת.

עני וועי 😉

נעקסט קעיס.

קלוגע יודל » מאנטאג יוני 12, 2017 12:31 am

· #374514
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
געהערט אז לעצטע וואך האט די הייליגע רבי ארויס געווארפן איינע פון די נאנטע שטוב מענטשן...

בן אדם » מאנטאג יוני 12, 2017 10:14 am

· #374570
אזוי ווי ס'גויאישט זיך אזוי אידישט זיך...

שבת אחים » דינסטאג יוני 13, 2017 1:54 am

· #374811
קלוגע יודל
געהערט אז לעצטע וואך האט די הייליגע רבי ארויס געווארפן איינע פון די נאנטע שטוב מענטשן...


ער האט קיינעם נישט ארויסגעווארפן וואס איך האב געהערט, ער האט געזאגט פאר איינע פון זיינע גרויסע תומכים (נישט מ.ד. טאבאק אדער ד.סימקאוויטש) וועיל דיך אויס אדער מיר אדער די סעלפאון און יענער האט געזאגט (פאר א ווערטל כאילו) ״רבי איך וועל אויס די סעלפאון״, ער איז שוין צוריק דארט... יענער באלאנגט דארט, ער איז א שטיקל פון זייער ׳פורניטשור׳, ער גייט נישט אין ערגעץ, און דער ״פארהייליגטער״ דארף אים האבן, סאיז פשוט ״האורמאונס״... ער האט געמאכט א אפראציע און ער גייט דורך שווערע צייטן...
ער קען שוין נישט עסען זעקס סלייזעס קעגיל און ער ווערט ממש משוגע...

קלוגע יודל » דינסטאג יוני 13, 2017 2:16 am

· #374814
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
שבת אחים
קלוגע יודל
געהערט אז לעצטע וואך האט די הייליגע רבי ארויס געווארפן איינע פון די נאנטע שטוב מענטשן...


ער האט קיינעם נישט ארויסגעווארפן וואס איך האב געהערט, ער האט געזאגט פאר איינע פון זיינע גרויסע תומכים (נישט מ.ד. טאבאק אדער ד.ס.) אדער מיר אדער די סעלפאון און יענער האט געזאגט (פאר א ווערטל כאילו) ״רבי איך וועל אויס די סעלפאון״, ער איז שוין צוריק דארט... יענער באלאנגט דארט, ער איז א שטיקל פון זייער ׳פורניטשור׳, ער גייט נישט אין ערגעץ, און דער ״פארהייליגטער״ דארף אים האבן, סאיז פשוט ״האורמאונס״... ער האט געמאכט א אפראציע און ער גייט דורך שווערע צייטן...
ער קען שוין נישט עסען זעקס סלייזעס קעגיל און ער ווערט ממש משוגע...

געהערט היינט נאכט (ביי א חתונה פון א ויזניצע חסיד):
די מעשה מיט די סעלפאון איז געווען מיט ח. שטערן פון נ.י. (נישט געהערט אז ער האט איהם צוריק גענטפערט, עס מאכט אויך נישט קיין סענס דאס)

ער האט יא ארויס געווארפן זיין נאנטע שטוב מענטש, ער הייסט א. קורניצער, וואס ווער עס ווייסט פלעגט די הייליגע רבי גאר אסאך פארברענגען מיט איהם.

לעצטע וואך האבן זיי געמאכט א מנין תהילים ביים ציון פון די ויזניצע רבי זי"ע די ישועות משה, איבער צו בעטן אויף די חוצפה פון די היינטיגע ויזניצע רבי צו מאכן א הרנסת ספר תורה לע"נ רבי יודעלע מדזיקוב זי"ע

פאר שבת האבן זיי גערופן פייער לעשער צום הויז פון די ויזניצע רבי, און די ויזניצע רבי האט עפעס מגיה געווען דערויף ביי שלש סעודות אז קיינאץער זאל זיך נישט אננעמען פאר כבוד ויזניץ.

היינט נאכט האט ער געגעבן נאך א שמייליגע דרשה אין אשדוד. כמעשהו ברשונה ושני' כך מעשהו בשלישי, היינט האט ער אויך גאר שטרענג אנגעזאגט אז דער וואס פארציילט וואס ער גייט רעדן גייט זיין געשאלטן וכו'.

נאכן דרשה אין אשדוד איז ער געגאנגען צו א חתונה פון א אייניקעל פון ר' ח. מ. פעלדמאן און דארט ביי די חתונה האבן אפאר שמייליגע חסידים געשטופט ר' ח.מ.ז האט אנגעהויבן צו גיין מכות, אלעס בפני די הייליגע רבי, און די הייליגע רבי האט זיך גארנישט אנגערופן.

בקיצור עס איז יו"ט אינדערוואכן דארט, די ויזניצע חסידים זאגן מיר אז עס שפילט זיך איבער וואס די הייליגע רבי האט געמאכט פאר 15-20 יאר צוריק. עס קומט נאך אסאך נייעס זאגט מיר איינער. (ער האט מיך געזאגט אז ער גייט מיך קיפען פאוסטעד מיט די נייעס דארט, איך האף עס אי"ה מערצעשעם דא צו לייגן די נייעס פון דארט)

אי"ה עוד חזון למועד.

מנחם אבראמאוויטש » דינסטאג יוני 13, 2017 3:40 am

· #374815
קען איינער אויפקלערן וואס פשט פון א מנין תהילים ביים אהב"י?
איבערבעטען פארוואס?
אויך הערט מען פון א קיריאויזע דרשה בעניני אישות פון האדמור ממרכז. מה זה?

קלוגע יודל » דינסטאג יוני 13, 2017 3:50 am

· #374817
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
מנחם אבראמאוויטש
קען איינער אויפקלערן וואס פשט פון א מנין תהילים ביים אהב"י?
איבערבעטען פארוואס?
אויך הערט מען פון א קיריאויזע דרשה בעניני אישות פון האדמור ממרכז. מה זה?

איבערבעטן אויף די שרעקליכע "זינד" וואס ויזניצע רבי האט געטון, מיט'ן אריינגעבן א ספר תורה לע"נ זיין פעטער, וואס האט זיך אלע יארן געהאלטן גאר נאנט מיט די ישועות משה זי"ע, רבי יודעלע מדזיקוב זי"ע....

שבת אחים » דינסטאג יוני 13, 2017 4:02 am

· #374818
ממש אזוי...

ואנכי לא ידעתי.

קלוגע יודל » דינסטאג יוני 13, 2017 4:25 am

· #374821
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
שבת אחים
ממש אזוי...

ואנכי לא ידעתי.

@שבת'ל, עס איז דא ויזזניצע חסידים אין סטעטן איילענד, די קענסט געוואר ווערן פון זיי אלעס.

מיר'ער בחור » דינסטאג יוני 13, 2017 8:28 am

· #374828
קלוגע יודל

ער האט יא ארויס געווארפן זיין נאנטע שטוב מענטש, ער הייסט א. קורניצער, וואס ווער עס ווייסט פלעגט די הייליגע רבי גאר אסאך פארברענגען מיט איהם.

ווער? קארניצער פון ישמח משה ?
האט ער נישט געדארפט צו מאכן אן הכנסת ספר תורה לעצטענס ביי עם ?

קלוגע יודל » דינסטאג יוני 13, 2017 4:46 pm

· #374955
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
מיר'ער בחור
קלוגע יודל

ער האט יא ארויס געווארפן זיין נאנטע שטוב מענטש, ער הייסט א. קורניצער, וואס ווער עס ווייסט פלעגט די הייליגע רבי גאר אסאך פארברענגען מיט איהם.

ווער? קארניצער פון ישמח משה ?
האט ער נישט געדארפט צו מאכן אן הכנסת ספר תורה לעצטענס ביי עם ?

ווייס איך נישט ווי ער וואוינט, אבער ער איז דער פון די מצה בעקעריי, דער וואס האט אריינגעגעבן די ספר תורה פאריגע וואך. אגב די הייליגע רבי האט צוריק געשיקט די ספר תורה.

שבת אחים » דינסטאג יוני 13, 2017 7:23 pm

· #374970
קלוגע יודל
שבת אחים
ממש אזוי...

ואנכי לא ידעתי.

@שבת'ל, עס איז דא ויזזניצע חסידים אין סטעטן איילענד, די קענסט געוואר ווערן פון זיי אלעס.

הא הא
איך בין דאך די וויזניצער רבי פון סטעטן איילענד.
זאגסט מיר אז איך האב חסידים אין סטעטן איילענד??? אוואדי...! וואס א שאלה??? ריזיגע פארענטעשרס! פרעג בעסער נישט...!

קלוגע יודל » דינסטאג יוני 13, 2017 8:05 pm

· #374988
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
שבת אחים
קלוגע יודל
שבת אחים
ממש אזוי...

ואנכי לא ידעתי.

@שבת'ל, עס איז דא ויזזניצע חסידים אין סטעטן איילענד, די קענסט געוואר ווערן פון זיי אלעס.

הא הא
איך בין דאך די וויזניצער רבי פון סטעטן איילענד.
זאגסט מיר אז איך האב חסידים אין סטעטן איילענד??? אוואדי...! וואס א שאלה??? ריזיגע פארענטעשרס! פרעג בעסער נישט...!

איך ווייס נישט ווער די ביסט, אבער איך קען א שיינע פאר ויזניצע חסידים אין סטעטן איילענד.

שבת אחים » מאנטאג יוני 26, 2017 4:34 pm

· #376851
באקומען אויף וואטסאפפ

גרויסע צרות...

אינגאנצן...?

ק/פ

קריסה בויז'ניץ מרכז?! (ר"מ)

אמש הופיע האדמו"ר בסעודת ראש חודש באלעד.
המשפטים הקשים שיצאו מפיו, מביאים את החסידים למסקנה אחת.
משהו בלתי נשלט עובר עליו והמצב חמור בהרבה מכפי שחשבו.

האדמו"ר עישן סיגריות בשרשרת לעיני הקהל ונשף את האוויר החוצה בצורות שונות ומשונות.

בכה ילל וצרח לסירוגין

'אני משוגע', 'עובר עלי משהו' 'מה אני?'(איך בין א משוגינער, עס גייט אריבער אויף מיר, איך ווייס נישט וואס בין איך בכלל)

'זז לי משהו בראש' (איך בין בארירט געוורען אויפן קאפ)

'תגידו לנשים שלכם שהם הולכות לסבול מכם כי אתם הולכים לסבול ממני בחמש שנים הקרובות (זאגטס עינקערע וויבער אז זיי גייען ליידען פון עינק ווייל עינק געין ליידן פון מיר)

'בקרוב אני מגיע לכאן לקבלת קהל אישי וכולם חייבים להיכנס אלי ותכינו את האשה שכולם ללא יוצא מן הכלל הולכים לחטוף ממני' (זאגטס אהן עינקערע וויבער ווען זי יקומן אריין צו מיר אלע אן איין אויסנאם וועלען כאפען פון מיר שטארק)

מי שיש לו בעיה עם זה אין לו אמונת צדיקים וילך מפה.

מספיק לי 10 חסידים כמו שהיה בתשס"ב בהיכל ברוך אבל נאמנים במאה % ובלי שום שאלות, גם אם לא נראה לכם כלום, אעשה מה שאני רוצה ואיך שאני רוצה.

ועוד כהנה וכהנה.

החסידים מזועזעים ממה שעיניהם ראו ואזניהם שמעו, גם הטון שבו נשמעו הדיבורים הידיים שעפו באוויר וכל ההתנהגות העידו שמדובר בהתפרצות חמורה.

ההתלחששויות בקרב החסידים המודאגים הוא שדרוש פסיכיאטר בדחיפות
די מצב איז שווער! אתמול בשעה 12:00 בצהריים הגיע ההיליגער רבי לשחרית בקהילתו באלעד לאחר שכ 20-25 משפחות הפסיקו להתפלל אצלם וחלקם הוציאו את הילדים מהמוסדות... בא לחזק ויצא חוזיק, גמרו שחרית ב 3:00 אחה"צ , ב6:30 נכנס לטיש ר"ח במהלכו נשא דברים בעצבנות יתר כשלפניו מונח קופסת סיגריות ועישן "7" סגריות בזה אחר זה, בין הפנינים שדלפו "אני עושה את המעשים האחרונים כדי שלא יזרקו ביצים על בני חיים מאיר, מספיק שזרקו עלי", בת"ת צאנז נרשמו לזמן אלול הבעל"ט משפחות ניימן וייס וזולדן בת"ת ערלוי משפ' ברויאר בישיבת מכנובקא משפ' אסקל וכהן.

נראה את המזוזה של מי הם יעקרו הפעם?!

סמבטיון » מאנטאג יוני 26, 2017 4:38 pm

· #376854
קען עס איינער קאנפירמען? עס איז מיר זייער שווער צו גלייבן.

איך אויך » מאנטאג יוני 26, 2017 5:07 pm

· #376863
געהערט פון איינעם אז עס האט צוטוהן מיט די בענד אפעראציע וואס ער איז אדורך וואס איז לפעמים עלול צו טריגערן א משבר.

גראף » מאנטאג יוני 26, 2017 7:41 pm

· #376879
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
כופרים!!! ס'איז העכערע זאכען. וואס פארשטייען אונז.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

קאצקע ציקער » מאנטאג יוני 26, 2017 8:07 pm

· #376884
גראף
כופרים!!! ס'איז העכערע זאכען. וואס פארשטייען אונז.

Sent from my XT1096 using Tapatalk

אלעס קימט פון אונזערע חטאים

שבת אחים » מאנטאג יוני 26, 2017 9:16 pm

· #376899
איך אויך
געהערט פון איינעם אז עס האט צוטוהן מיט די בענד אפעראציע וואס ער איז אדורך וואס איז לפעמים עלול צו טריגערן א משבר.


ממש אלעס פארענטפערט, חוץ איין פראגע וואס איז מיר געבליבן שווער לויט דיין טעאריע, וואס איז געוועהן די אלע אנדערע מאהל ווען ״דער הייליגער״ האט געכאפט ״א קורצשלוס״ אין די לעצטע צוואנציג יאהר?, מעהר ווי איינמאל איז עס געשעהן... מקען הערן אויף די טעיפס אין זיינע דרשות נאך מיט פופצן יאהר צוריק אז דער יעניגער איז נישט בסדר.... דעמאלטס האט ער דאך נאכגעקענט אריינפאקן נייצן און א האלב טאצן ״קעגעל״ און די האורמאונען זענען נאכנישט געוועהן צומישט און פארדרייט??? הא???

חוץ מזה איז ער דער ערשטער וואס איך הער און איך קען וואס האט געכאפט א צוזאמענברוך פון די בענד אפעראציע, אלזא וועל איך איינזעצן אז סאיז מעהר ווי די אפארציע אויפן מאגן נאר מ׳האט דא צוטהן מעיקרא מיט א פאציענט, און יעצט אז מ׳האט אים צוגענומען די ״קעגעל״ מיט די ״הייליגע אכילה״ האט ער נישט ווי אויסצוגעבן זיין כעס שרייעט ער ווי א עגלה ערופה אויף זיינע חסידים (און זייערע ווייבער...??? 😕 ).

ווי זאגט די וועלט: ״אז סשטינקט, שטינקט עס פון קאפ״!

ענדע צדיק » מאנטאג יוני 26, 2017 9:20 pm

· #376900
שבת אחים
ווי זאגט די וועלט: ״אז סשטינקט, שטינקט עס פון קאפ״!

איכא דאמרי בהאי לישנא: אז ס'שטינקט, שטינקט פון קאפ"י (מלשון קאווע [שטיבל])

איסר האטלקי » דינסטאג יוני 27, 2017 12:52 am

· #376922
שבת אחים
וואס איז געוועהן די אלע אנדערע מאהל ווען ״דער הייליגער״ האט געכאפט ״א קורצשלוס״ אין די לעצטע צוואנציג יאהר?

חוץ מזה איז ער דער ערשטער וואס איך הער און איך קען וואס האט געכאפט א צוזאמענברוך פון די בענד אפעראציע,

א) פאר א פרעמדער פארזאן, נישט פון די וויזניצע קרייזן, קוקן אלע וויזניצ'ע רבי'ס אויס מאדנע, נו איז ער אביסל מער מאדנע, נישט קיין גרויסע דיפערענס...

ב) איך ווייס פון א נאנטער קרוב מיינער וואס האט גענומען דעם סליעוו אפעראציע, באלד דערנאך איז ער געווארן ביטערליך דיפרעסד. דאן האב איך געהערט אז עס מאכט זיך ביי אסאך.

קאצקע ציקער » דינסטאג יוני 27, 2017 12:58 am

· #376923
איסר האטלקי
שבת אחים
וואס איז געוועהן די אלע אנדערע מאהל ווען ״דער הייליגער״ האט געכאפט ״א קורצשלוס״ אין די לעצטע צוואנציג יאהר?

חוץ מזה איז ער דער ערשטער וואס איך הער און איך קען וואס האט געכאפט א צוזאמענברוך פון די בענד אפעראציע,

א) פאר א פרעמדער פארזאן, נישט פון די וויזניצע קרייזן, קוקן אלע וויזניצ'ע רבי'ס אויס מאדנע, נו איז ער אביסל מער מאדנע, נישט קיין גרויסע דיפערענס...
/quote]
הער אויף, זייער א גרויסע דיפערענס

קל וחומר » דינסטאג יוני 27, 2017 1:17 am

· #376924
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
איך האב עפעס געהערט האלבע ווערטער אז ער האט געהאט עפעס צוטוהן מיט ווייבער פון זיינע חסידים און זיי זענען אוועקגעגאנגען פון אים און פלאנען צו מאכן א שטינק, פון דעם קומט די אויסברוך.

כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די כנות הדברים.
בלאט: 1 2 3 4