☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?

וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?

187 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11530
בלאט: 1 2 3 4

שבת אחים » דינסטאג יוני 27, 2017 2:39 am

· #376928
איסר האטלקי
שבת אחים
וואס איז געוועהן די אלע אנדערע מאהל ווען ״דער הייליגער״ האט געכאפט ״א קורצשלוס״ אין די לעצטע צוואנציג יאהר?

חוץ מזה איז ער דער ערשטער וואס איך הער און איך קען וואס האט געכאפט א צוזאמענברוך פון די בענד אפעראציע,

א) פאר א פרעמדער פארזאן, נישט פון די וויזניצע קרייזן, קוקן אלע וויזניצ'ע רבי'ס אויס מאדנע, נו איז ער אביסל מער מאדנע, נישט קיין גרויסע דיפערענס...

ב) איך ווייס פון א נאנטער קרוב מיינער וואס האט גענומען דעם סליעוו אפעראציע, באלד דערנאך איז ער געווארן ביטערליך דיפרעסד. דאן האב איך געהערט אז עס מאכט זיך ביי אסאך.

אזוי גאר????
וואס מאדנע ווי מאדנע?
דיין מאמע איז מאדנע...!

קיין איין וויזניצער רבי איז נישט מאדנע נאר ר׳ מענדלע און זיין טאטע, דריי נישט קיין קאפ.

שבת אחים » דינסטאג יוני 27, 2017 2:54 am

· #376930
ענדע צדיק
שבת אחים
ווי זאגט די וועלט: ״אז סשטינקט, שטינקט עס פון קאפ״!

איכא דאמרי בהאי לישנא: אז ס'שטינקט, שטינקט פון קאפ"י (מלשון קאווע [שטיבל])

כא כא כא
אייגענס? אדער שרייבסט נאך @שוועמל צי ווייסאיכווער פון אייוועלט???
ווייל ספאסט נישט אז מזאל שרייבן אויף ק״ש אז קאווע שטיבל שטינקט...

זאג עפעס אנדערש ענדע צדיקם ווערן אויך מגלגול אין פיש? ווייל ס׳ווערט געברענגט אז צדיקים ווערן מגלגול אין פיש... און לכאורה ענדע צדיקים ווערן מגלגול אין די ״נעץ״ פון די פישכאפער...??? נישט אזוי?

אין וויזניץ עסט מען נישט פסח קיין פיש, אנשטאטס פיש עסעט מען עפעס א געמויזאכץ וואס מ׳רופט ״פאלשע פיש״ וואס איז עכט געמאכט פון
פלייש, און אויף דעם האט די לעצטער ארגעניאלער אמאליגער בדחן, נאך מיט א שמעק פון אינדערהיים, מוותיקי חסידי וויזניץ הרה״ח ר׳ חיים מענדיל מערמעלשטיין ז״ל וואס האט זוכה געוועהן צו בדחנן ביי רוב גרויסע רביס פון די לעצטע דור (וויזניץ-אלע וויזניצע חתונות ווילאנג ער האט געלעבט, סאטמאר, פאפא, צעהלים, ספינקא, סקווירא, ראחמסטריווקא, סקלען, מונקאטש, פאלטישאן, און נאך) פלעגט זאגן ״צדיקים ווערן מגולגל אין פיש, ׳פאלשע׳ צדיקים ווערן מגלגול אין ׳פאלשע פיש׳...

שבת אחים » דינסטאג יוני 27, 2017 3:13 am

· #376931
אז מ׳רעדט שוין פון ר׳ חיים מענדיל ז״ל

מיט יאהרן צוריק ממש פאר פורים, ווען די וויזניצע ביה״ח אין מאנסי איז נאך געוועהן גאר ניי, האבן אפאר אנטיסימיטשע כוליגאנעס באפאלן די וויזניצע ביה״ח אויף רוט 306 און אין איין נאכט געוואנדעלט און אראפגעווארפן אלע מצבות אויסער צוויי מצבות איז געבליבן שטיין דער ״וועלטס בדחן״ ר׳ חיים מענדל און די צייסלהיימער רב הרב פראמאוויטש זצ״ל. מיין טאטע איז דאן געוועהן פורים רב אין וויזניץ, האט ער געזאגט אויפן טיש אז פשט פארוואס נאר די צוויי זענען געבליבן שטיין און אלע אנדערע מצבות זענען געוועהן אויף דער ערד איז פשוט:

ר׳ חיים מענדל האט זיך אויפגעשטעלט בדחנ׳ן און אלע אנדערע האבן זיך געקוילערט אויף דער ערד פאר געלעכטער, חוץ דער צייסלהיימער רב וואס איז געוועהן א ערנסטע מענטש איז געבליבן שטיין... ר׳ מאטעלע האט זייער הנאה געהאט פון די ווארט.

diff » דינסטאג יוני 27, 2017 10:59 am

· #376966
א שטיקל רפואה פאר די ברידערס
ווען זיי פארדרייען דער שו"ע

ענדע צדיק » דינסטאג יוני 27, 2017 11:27 am

· #376973
אוי ווי איך האב נישט געוואוסט אז מ'מעג נישט מאכן א ווערטל.
איך האב גארנישט געהאט בכונה קעגן קאווע שטיבל נאר נאכגעזאגט א ווארט וואס איך האב אמאל געהערט אדער געטראכט איך ווייס אליינס נישט

ענדע צדיקים ווערן לכאורה מגלגל אינעם זנב פון די פיש
פארדעם האט די וויידל אזא גוטע טעם

שבת אחים » דינסטאג יוני 27, 2017 1:18 pm

· #376986
כ׳ווייס נישט.
אפשר איז עס נאך געוועהן פאר סקלענער רבי איז נסתלק געווארן.

איסר האטלקי » דינסטאג יוני 27, 2017 1:58 pm

· #376992
שבת אחים

קיין איין וויזניצער רבי איז נישט מאדנע נאר ר׳ מענדלע און זיין טאטע, דריי נישט קיין קאפ.

זיין ברודער איז אויך נישט מאדנע? כ'מיין אז יא, זה בכה וזה בכה.
ר' מאטעלע האט זיך אויך זיינע מאדנעקייטן, אבער אויף קיין ערליכע אידן רעד איך נישט...
א דור פריער קען איך ליידער נישט.

תנחום » דינסטאג יוני 27, 2017 3:09 pm

· #376999
שאולזון: אדמו"ר שמקצרים לו את הקיבה אוכל את החסידים.

שבת אחים » מיטוואך יוני 28, 2017 6:35 am

· #377091
איסר האטלקי
שבת אחים

קיין איין וויזניצער רבי איז נישט מאדנע נאר ר׳ מענדלע און זיין טאטע, דריי נישט קיין קאפ.

זיין ברודער איז אויך נישט מאדנע? כ'מיין אז יא, זה בכה וזה בכה.
ר' מאטעלע האט זיך אויך זיינע מאדנעקייטן, אבער אויף קיין ערליכע אידן רעד איך נישט...
א דור פריער קען איך ליידער נישט.

זאג? ביסט אינגאנצן פון קאפ געפאלן? וואס גלייכסטו צו ר׳ מאטעלע צו ר׳ מענדלע אין מאדנעקייט???

ר׳ מאטעלע איז א פרומער קנאי, נישט קיין מאדנער מענטש בכלל, אין די יונגערע יאהרן, האט מען געקענט מיט אים רעדן, פירן א שמועס, (איך האב אסאך געשמועסט מיט אים) בארגן געלט, טוהן ביזנעס, בעטן פאר א גמילת חסדים, זיך דורכרעדן מיט אים, פרעגן א עצה אין ביזנעס, זיין ווארט איז א ווארט, קענסט אים טראסטן מיט צעהן טריליאן דאללער, זיין צייט איז א צייט, און מ׳קען פרידיקטען בערך זיין ביהעיווער...

משא״כ ר׳ מענדלע און זיין טאטע...

ר׳ ישראלטשע איז נאך די נארמאלסטע פון זיי אלע

און פון פריעדיגע דור, וואפארא פארגלייך איז דאס?

וויזניץ איז מיסדו געבויט אויף ״אהבת ישראל״ און אויף א ווארימע ״שבת קודש״...

דער גאנצער וועלט ווייסט אז דער הייליגער אהבת ישראל זצ״ל האט יעדעם מקרב געוועהן אפילו חולאים און פגעים, און אפילו זיינע גרעסטע שונאים. סאום האו האט זיין אייניקל ר׳ מושעלע נישט דעס אפ געלערנט דעס פון זיין זיידע ווייל ער האט בידים ארויסגעשטויסן און גערודפט זיינע אייגענע קינדער און אייניקלעך פאר יאהרן לאנג... געמאכט ״בושות״ פאר וויזניץ.

דער ר׳ מוישלע מיט זיין רביצין האבן געלייגט וויזניץ אין דער ערד אריין... פשוט און גראד..

מ׳פלעגט זאגן א ווערטל:

אין יענע תקופה ווען מ׳האט גערודפט דעם אהבת ישראלס אייניקל-די היינטיגע וויזניצער רבי הרה״צ מרן ר׳ ישראל שליט״א

האט זיך א ווערטל ארומגעדרייט

אזויפיל ״אהבת ישראל״ וויפל איז עס דא אין [בני ברק] ויז'ניץ אזויפיל ״תורה ויראה״ איז דא אין סאטמאר....

איך אויך » מיטוואך יוני 28, 2017 8:43 am

· #377101
לייק פאר דיין לעצטע שורה.

איסר האטלקי » מיטוואך יוני 28, 2017 3:04 pm

· #377122
שבת איך רעד נישט יעצט פון ערליכקייט, אהבת ישראל, שבת קודש. איך האב גערעדט פון עפעס אנדערש.

שבת אחים » מיטוואך יוני 28, 2017 3:37 pm

· #377124
איסר האטלקי
שבת איך רעד נישט יעצט פון ערליכקייט, אהבת ישראל, שבת קודש. איך האב גערעדט פון עפעס אנדערש.

נא,
ארויסווארפן א זוהן און נישט געבן קיין געלט פאר זיינע אייניקלעך חתונה בשעת ער האט זיך געבאדן אין געלט און לוקסוס-אט דאס איז מאדנע!

ווען ר׳ ישראלטשע איז געקומען קיין שווייץ איינמאל און ער האט געוואלט אריינגיין צו זיין טאטען, האבן אים די גבאים געגעבן ״מכת רצח״ אויף א שוידערליכען אופן אזש אז מ׳האט אים געדארפט אריינפירן אין שפיטאל, ווייל ער האט געוואלט זאגן גיט מארגן פאר זיין אלטען טאטע-אט דאס איז מאדנע!

ווען ער האט געזאגט פאר הרב ר׳ ישראל אליעזר אדלער (מדזיקוב-וויזניץ) ער זאל זיך נישט משדך זיין מיט ישראלטשע און אפגערדעט שידוכים פאר זיינע אייגענע אייניקלעך-אט דאס איז מאדנע!

אז איינער פלעגט אריינקומען צו ר׳ מוישלע און ער פלעגט פרעגן ״ווי שיקט איר די קינדער״? און מ׳האט געזאגט אין מאנסי-וויזניץ פלעגט ער זיך אוועקדרייען און נישט געוואלט ווייטער רעדן מיט יענעם- אט דאס איז מאדנע...!

דער ר׳ מוישלע איז געוועהן א קליינער חכם און קיין אהבת ישראל האט ער נישט געהאט, אפשר אהבת וויזניץ יא (נאר זיין אייגענע ברענד), אבער עפעס וואס האט נישט געהאט צוטוהן מיט ״אים״ איז אלעס געוועהן געשטארבן...

און יא-ער איז געוועהן ״א מאדנער מענטש״! אזויווי דו הערסט!

סקרן » מיטוואך יוני 28, 2017 5:24 pm

· #377136
שמעתי פון קראנטע מקורות אז ר' חיים מאיר איז דארט געווען לעצטע וואך און פרובירט איבער צו רעדן אין טאטען צו נעמען עפעס וואס וועט אים בארוהיגן קיינער האט נישט געוואוסט פארוואס ער איז געפארן ביז ביים גרשה האט דער טאטע זיך צולאזט און געשריגען מ'שיקט מיין זון מיך זאגן איך זאל גיין אויף כדורים כאילו איך ווייס נישט וואס גייט פאהר אדערווייל איז דער זון דא ווייל די שווער האט חתונה געמאכט די וואך אין בעלזא ווען ס'איז געווען אזא מצב האט מען נישט ארויסגעלאזט די רב צום עולם אבער אין ויזניץ.......

קלוגע יודל » מיטוואך יוני 28, 2017 7:27 pm

· #377142
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
סקרן
שמעתי פון קראנטע מקורות אז ר' חיים מאיר איז דארט געווען לעצטע וואך און פרובירט איבער צו רעדן אין טאטען צו נעמען עפעס וואס וועט אים בארוהיגן. קיינער האט נישט געוואוסט פארוואס ער איז געפארן, ביז ביים דרשה האט דער טאטע זיך צולאזט און געשריגען: מ'שיקט מיין זון מיך זאגן איך זאל גיין אויף כדורים כאילו איך ווייס נישט וואס גייט פאהר. אדערווייל איז דער זון דא ווייל די שווער האט חתונה געמאכט די וואך. אין בעלזא ווען ס'איז געווען אזא מצב האט מען נישט ארויסגעלאזט די רב צום עולם, אבער אין ויזניץ.......

ווען די וואלסט געלייגט סימוני פיסוק וואלט געווען גערינגער צו ליינען.

קלוגע יודל » מיטוואך יוני 28, 2017 7:34 pm

· #377143
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
שבת אחים
איסר האטלקי
שבת איך רעד נישט יעצט פון ערליכקייט, אהבת ישראל, שבת קודש. איך האב גערעדט פון עפעס אנדערש.

נא,
ארויסווארפן א זוהן און נישט געבן קיין געלט פאר זיינע אייניקלעך חתונה בשעת ער האט זיך געבאדן אין געלט און לוקסוס-אט דאס איז מאדנע!

זיינע אייניקלעך האט ער ווייטער ליב געהאט, איץון ער פלעגט וועלן זיי זאָלן קומען צו איהם, אבער די חסידים ארום פלעגן רודפן די אייניקליך. ער האט געוואלט זיי זאָלן יא קומען.

שבת אחים

ווען ר׳ ישראלטשע איז געקומען קיין שווייץ איינמאל און ער האט געוואלט אריינגיין צו זיין טאטען, האבן אים די גבאים געגעבן ״מכת רצח״ אויף א שוידערליכען אופן אזש אז מ׳האט אים געדארפט אריינפירן אין שפיטאל, ווייל ער האט געוואלט זאגן גיט מארגן פאר זיין אלטען טאטע-אט דאס איז מאדנע!

האט ער געוויסט דערפון אז די גבאי גייט איהם אראפ שטופן די טרעפ?? די גבאים האבן דאך נישט געוואלט אז ער זאל טרעפן די טאטע וויבאלד זיי האבן מורא געהאט פון זייערע בעה"ב, היינטיגע הגה"ק ההייליגע אדמו"ר ממרכז שליט"א (וואס אגב איז די גבאי היינט פון די שטערקסטע חסידים - אזוי גייט עס אין ויזניץ [emoji2] )
שבת אחים

ווען ער האט געזאגט פאר הרב ר׳ ישראל אליעזר אדלער (מדזיקוב-וויזניץ) ער זאל זיך נישט משדך זיין מיט ישראלטשע און אפגערדעט שידוכים פאר זיינע אייגענע אייניקלעך-אט דאס איז מאדנע!

להד"ם!!
שבת אחים

אז איינער פלעגט אריינקומען צו ר׳ מוישלע און ער פלעגט פרעגן ״ווי שיקט איר די קינדער״? און מ׳האט געזאגט אין מאנסי-וויזניץ פלעגט ער זיך אוועקדרייען און נישט געוואלט ווייטער רעדן מיט יענעם- אט דאס איז מאדנע...!

אינטערסאנט ווי איך קען א שיינע פאר ויזניצע משפחות פון אמעריקא וואס האבן געשיקט קיין ויזניץ מאנסי. (איינער פון זיי אפילו א מענדעליסט)

איסר האטלקי » מיטוואך יוני 28, 2017 8:03 pm

· #377145
שבת, איך רעד פון מאדנע, דו קומסט מיט באווייזן פון רשעות און טפשות וכו' וכו'.

קען זיין אז ביזט אויך אנגעשטעקט פון די מאדנע קרענק, דעריבער האסטו נישט קיין אהנונג וואס דאס איז....

בן אדם » מיטוואך יוני 28, 2017 8:23 pm

· #377146
ער איז אויף א ספעציעלע דייעט שוין עטליכע יאר. ער קען נישט עסן ווען ער וויל און וואס ער וויל, ווייל ער האט ( געפלעגט האבן ) יסורים אויף זיין רוקן.

שבת אחים » מיטוואך יוני 28, 2017 9:01 pm

· #377152
קלוגער אידל
להד״ם זאלסטו זאגן פאר דיין עלטער באבע, ר׳ ישראל אליעזר אדלער האט עס פארציילט פאר ר׳ מאטעלע, די לשון איז געוועהן אזוי

״מאך אפ מיר אדער אים״

ער האט געסטראשעט אז ער גייט אפהאקן מיט זיין נעפיו ר׳ ישראל אליעזר אדלער אויב טוט ער די שידוך.

און דעמאלטס האט ר׳ מאטעלע מוחה געוועהן ברבים און גערופן זיין ברודער מיט זייער נישט קיין שיינע לשון...
וואס איז זיך אים געקומען...! רשעות און רציחה האט נישט קיין פלאץ אין וויזניץ...

און דריי זיך נישט ארויס מיט די ״גבאים״ האבן געשלאגן. פאר כמעט צוואנציג יאהר האט מען אים גערודפט, געשטויסן, און געשלאגן, ביי יעדע לוי׳, יעדע חתונה, די קינדער פון וויזניץ ב״ב פלעגן אפעציעל ווארפן שטיינער אויף אים, געשפיגן אין פנים אריין.

און ווי איז געוועהן דער רבי???? ער איז געשלאפן???

זאגסט ער האט נישט גערודפט זיינע אייניקלעך

ל י ג ע נ ע ר...!

מדבר שקר תרחק!

ער האט זיי גערודפט עד חרמה אויף א נידערטרעכטיגער אופן, וואס ער קען זיי ניטאמאל איבערבעטן ווייל ער האט זיי שאדן געלייגט אויף אייביג!

איך קען דיר פארציילן הונדרעט מעשיות ווי ער אליינס בכבודו ובעצמו האט גערודפט זיינע אייניקלעך.

איך הייב אן מיט די ערשטע מעשה:
א שטיק צייט נאך מ׳האט ארויסגעווארפן ר׳ ישראל, האט ער חתונה געמאכט א טאכטער, אפאר טעג פאר די חתונה איז זי-די כלה געקומען צו איר זיידע אין שטוב איינלאדענען צי די חתונה, מ׳האט איר שטייצעך נישט אריינגעלאזט, זי האט זיך נישט געלאזט און געשטאנען און געווארט ביי די טיר נאך ער ענדיגט דאוונען מעריב און אויפן וועג ארויס איז זי צוגעלאפן צו אים און זיך געבטען ער זאל ערשיינען כאטש פאר אפאר מינוט ביי די חתונה, און זי האט געזאגט ״וואס בין איך שולדיג״? וואס האב איך געטוהן אז זיידי קומט נישט צו מיין חתונה? זי האט אויסגעפלאצט אין א געוויין פארנעט פון אים און פון זיינע גבאים...

וואס מיינט איר האט דער ציס״ע געטוהן דער ״היילגער אדמו״ר״ דיינע???

ער האט איר ניטאמאל גענטפערט, ניטאמאל זיך צוטוהן געמאכט פון איר...!

כבין זיכער אז דער ״אמרי חיים״ מיט דער ״אהבת ישראל״ מיט ר׳ מאטעלע וואלטן קיינמאל נישט געטוהן אזא רשעות...! קיינמאל נישט! נישט נאר צו זייערע אייגענע אייניקלעך נאר אפילו צו א פרעמדע מענטש.

גרויס ״רשעות״ האט ער געטוהן פאר ר׳ ישראל און זיינע קינדער על לא דבר, און סאיז געקומען מרוב טפשותו און פון ״מאדנעקייט״

און דו זאגסט נאך סאיז נישט ״מאדענע״???

איינער דא קען נאך איינעם וואס האט גערודפט זיינע אייגענע קינד און אייניקלעך פאר 18 יאהר???

סמוז נישט זיין קיין רבי, סקען זיין אפילו סתם א מענטש..

איינער קען נאך עמעציער וואס האט געטוהן די זעלבע ווי ר׳ משהלע?

ווער טוט אזא זאך????

אפשר פארשטייסט נישט די אפטייטש פון ״מאדנע״

מאדנע מיינט א זאך וואס קיינער טוט נישט און סאיז נישט עקספעטעט אין סאסייעטי און קולטור....

אלזא ארויסווארפן א אייגענע קינד על לא דבר = ״מאדענע״ אין מיין בוך...

שבת אחים » מיטוואך יוני 28, 2017 9:52 pm

· #377161
מיין פעטער וואס וואוינט אין בני ברק, (א מאנסי וויזניצער) און גאר א נאנטע ידיד פאר ר׳ ישראל יאהרן לאנג איז אריין געגעאנגען צוזאמען מיט די טשערנאבילער רבי זז״ג פון בני ברק (ר׳ ישראלס שוואגער) און זיי האבן זיך געבעטן צו אים בכל לשון של בקשה ער זאל נישט ארויסווארפן ר׳ ישראל , זיי זענען געוועהן גרייט פאר אלעס, אריינגערעכענט אז ר׳ ישראל זאל אוועקציען וואוינען קיין ירושלים אדער אפילו אמעריקא און זיי האבן גערעדט צום וואנט.

מיין פעטער מיטן טשערנאבילער רבי מיט נאך אפאר אידן בתוכם הרה״ח ר׳ משה דוד טאבאק, הרה״ח ר׳ מנחם אליעזר מוזס, משב״ק האמרי חיים און היינטיגע חבר הכנסת וואס פארטרעט וויזניץ, זענען געגעאנגען צו אלע דעמאלסדיגע גרויסע רבנים (הרב וואזנער, לב שמחה פון גור, תולדות אהרן וכו)בעטן אז זיי זאלן רעדן צו ר׳ מוישלע, און אלע זענען טאקע געגעאנגען רעדן מיט אים, די לב שמחה האט געזאגט אויב די פראבלעם איז געלט איז ער גרייט צו באצאלן אלע זיינע חובות! א אסטראנאמישע סומע אין יענע צייט...

סהאט נישט געהאלפן קיין פדנו ומצלינו, ער האט פאר יעדעם געזאגט ״איר פארשטייט מיך נישט״! און זהו!

איך קען די גאנצע היסטאריע פון ר׳ ישראל און איך געדענק נאך ווען מ׳האט אים ארויסגעווארפן פון וויזניץ

מיין טאטע מיט זיינע ברודערס זענען געוועהן פון די ערשטע זיך צושטעלן אויף זיין זייט.

ווען מ׳האט אים די ערשטע מאל ארויסגעוארפן פון וויזניץ און ער איז געקומען קיין וויליאמסבורג איז ער איינגעשטנען ביי אונז אינדערהיים, איך בין דאן געוועהן א קינד...

איי זיסע זכרונות...

קלוגע יודל » מיטוואך יוני 28, 2017 10:12 pm

· #377162
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
נאר די תירוץ איז: אז עס איז נישט געלט, נישט גארנישט, עס איז נאר די איינע רביצין..... וד"ל

יהודי פשוט » דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:24 am

· #377184
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
מען פארציילט אז דער זוטשקא רבי איז דעמאלטס געקומען צו ר׳ משה׳לע זצ״ל און איהם געזאגט אז ער גייט נישט ארויס פון דא ביז ווילאנג ער רופט נישט צוריק ר׳ ישראל׳טשע, האט ר׳ משה׳לע אריין גערופן די גבאים און געזאגט אז מ׳זאל אנגרייטן א שיינעם צימער מיט א באקוועמע בעט ווייל דער זוטשקא רבי גייט דא איינשטיין פאר א לאנגע צייט...

diff » דאנערשטאג יוני 29, 2017 11:07 am

· #377192
סניש אים, סהאט געמוזט געשען. ער האט שוין געהאלטן ביים ווערען מלך ישראל

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 29, 2017 12:28 pm

· #377199
יהודי פשוט
מען פארציילט אז דער זוטשקא רבי איז דעמאלטס געקומען צו ר׳ משה׳לע זצ״ל און איהם געזאגט אז ער גייט נישט ארויס פון דא ביז ווילאנג ער רופט נישט צוריק ר׳ ישראל׳טשע, האט ר׳ משה׳לע אריין גערופן די גבאים און געזאגט אז מ׳זאל אנגרייטן א שיינעם צימער מיט א באקוועמע בעט ווייל דער זוטשקא רבי גייט דא איינשטיין פאר א לאנגע צייט...

גאנץ שיין פון אים אז ער האט אים געוואלט געבן א בעט.

יהודי פשוט » דאנערשטאג יוני 29, 2017 1:10 pm

· #377209
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
שבת אחים
גאנץ שיין פון אים אז ער האט אים געוואלט געבן א בעט.

שבת: זאלסט מיר מוחל זיין איך בין נישט קיין ספעציעלע גרויסע חסיד פון ר׳ משה׳לע זצ״ל, אבער די ביסט אויף איהם זייער אנגעווייטאגט מחמת איזה סיבה שהוא, און די גייסט נאר אפיר זוכן די שלעכטע זייט פון איהם

קלוגע יודל » דאנערשטאג יוני 29, 2017 1:12 pm

· #377210
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
יהודי פשוט
שבת אחים
גאנץ שיין פון אים אז ער האט אים געוואלט געבן א בעט.

שבת: זאלסט מיר מוחל זיין איך בין נישט קיין ספעציעלע גרויסע חסיד פון ר׳ משה׳לע זצ״ל, אבער די ביסט אויף איהם זייער אנגעווייטאגט מחמת איזה סיבה שהוא, און די גייסט נאר אפיר זוכן די שלעכטע זייט פון איהם

ער זעהט אויס אנגעווייטאגט אויף די באשעפער און אויף די ישועות משה. נו שטייט די ישועות משה גוט....

יהודי פשוט » דאנערשטאג יוני 29, 2017 1:27 pm

· #377213
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
וויזוי האט ר׳ משה׳לע געזאגט: ויאמינו בשם, וויזוי ווייסט מען אויב א איד גלייבט אינעם אויבערשטן, ובמשה עבדו, אויב ער האט אמונה אין די צדיקים....

קלוגע יודל » דאנערשטאג יוני 29, 2017 1:33 pm

· #377215
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
יהודי פשוט
וויזוי האט ר׳ משה׳לע געזאגט: ויאמינו בשם, וויזוי ווייסט מען אויב א איד גלייבט אינעם אויבערשטן, ובמשה עבדו, אויב ער האט אמונה אין די צדיקים....

דאכט זיך מיר, אז דאס האט זיין זון די הייליגע רבי פון מרכז געזאגט.

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 29, 2017 1:38 pm

· #377218
אפילו צפורה האגער-פרידמאן זז״ג די יונגסטע שוועסטער פון ר׳ משה׳לע וואס איז געוועהן חתונה געהאט מיטן פאשקאנער רב זצ״ל.

זי צוזאמען מיט איר מאן זענען כיודע געוועהן אפגעפארן פאר יאהרן לאנג און נישט געהאט כמעט קיין שייכות מיט וויזניץ, איז געקומען רעדן מיט איר ברודער זיך בעטן ביי אים ער זאל אים צוריקנעמען. זי האט אים געזאגט ״אפילו צו מיר האט מען זיך נישט אזוי אויפגעפירט, און ער האט דאך גארנישט געטוהן אקעגן וואס איך האב געטוהן״...

אלעס איז געפאלן אויף טויבע אויערן...

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 29, 2017 1:40 pm

· #377219
קלוגע יודל
יהודי פשוט
שבת אחים
גאנץ שיין פון אים אז ער האט אים געוואלט געבן א בעט.

שבת: זאלסט מיר מוחל זיין איך בין נישט קיין ספעציעלע גרויסע חסיד פון ר׳ משה׳לע זצ״ל, אבער די ביסט אויף איהם זייער אנגעווייטאגט מחמת איזה סיבה שהוא, און די גייסט נאר אפיר זוכן די שלעכטע זייט פון איהם

ער זעהט אויס אנגעווייטאגט אויף די באשעפער און אויף די ישועות משה. נו שטייט די ישועות משה גוט....

איך בין נישט אנגעווייטאגט אויף קיינעם, דעס איז מיין בליק אויף די זאכן וואס איך האב צוגעזעהן מיט מיינע אויגן...

יהודי פשוט » דאנערשטאג יוני 29, 2017 2:30 pm

· #377224
וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
שבת אחים

זאג? ביסט אינגאנצן פון קאפ געפאלן? וואס גלייכסטו צו ר׳ מאטעלע צו ר׳ מענדלע אין מאדנעקייט???

ר׳ מאטעלע איז א פרומער קנאי, נישט קיין מאדנער מענטש בכלל, אין די יונגערע יאהרן, האט מען געקענט מיט אים רעדן, פירן א שמועס, (איך האב אסאך געשמועסט מיט אים) בארגן געלט, טוהן ביזנעס, בעטן פאר א גמילת חסדים, זיך דורכרעדן מיט אים, פרעגן א עצה אין ביזנעס, זיין ווארט איז א ווארט, קענסט אים טראסטן מיט צעהן טריליאן דאללער, זיין צייט איז א צייט, און מ׳קען פרידיקטען בערך זיין ביהעיווער...

שבת: אנטשולדיגס איך ווייס נישט ווי די ביסט אויף געוואקסן אבער אין די וועלט האט ר׳ מאטל׳ע אייביג געהייסן מאדנע (אויסער זייט ער איז אלט און אטאמאטיש אויך א צדיק), די וואס קענען איהם קענען טאקע פרידיקטן זיין ביהעביער, ווייל ער ביהעיבט אייביג די זעלבע מאדנע.
איך האב נאך נישט איינגעזעהן זיין גרויס אהבת ישראל, ער האט אלץ שטארק ליב געהאט זיך צו מישן אין זאכן וואס האבן נישט געהאט מיט איהם קיין שום קשר וכו׳ וכו׳ די ליסטע איז גרויס...

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 29, 2017 2:57 pm

· #377229

אמת ער איז טאקע אביסל מאדנע מיט זיינע מוחאות יעדען דינסטיג און דאנערשטיג, און וועגן די בילדער, אבער אלעס שטאמט פון איין זאך, ער איז א גרויסער קנאי, אבער ער איז נישט מאדנע בעצם, און זיין מאדנעקייט איז הימל און ערד צו זיין ברודערס, מקען עס נישט פארגלייכן צו ר׳ מושילע און אוואדי נישט צו ר׳ מענדלע.

איך בין נישט קיין חסיד פון ר׳ מאטעלע און נישט פון ר׳ מוישלע, אבער אויב איינער פון זיי האט געהאט ״אהבת ישראל״ איז עס זיכער ר׳ מאטעלע, ער איז פון די גרעסטע ״בעלי צדקה״ אין אונזער דור, למשל לעצטע מאהל ער איז געוועהן אין ישראל האט ער אויסגעטיילט שווערע מיליאנען, יעדער וואס איז אריין צו אים אין געזאגט אז ער מאכט חתונה האט ער געגעבן 10 ביז 15 טויזנט שקלים, אפילו פרעמדע, ספרדים, וכו׳. סאיז דעמאלטס באשריבן געווארן דאכצעך אפילו אין די ״הארץ״

מיין טאטע איז געוועהן א יתום און ר׳ מאטעלע האט אים חתונה געמאכט, ר׳ מאטעלע איז אין יענע יאהרן געוועהן א ״בלוטיגע ארימאן״ און ער האט געבארגט געלט אויף ״אפאר יאהר״ פעימענטס צו באצאלן פאר די חתונה.

קיינער האט נישט געוואוסט דערפון ביז לעצטענס, ווען די מלווה האט עס פארציילט פאר מיר און מיינע ברודערס ביי א גלעגענהייט פערזענליך פארציילט, ממש גאנץ לעצטענס.

מיין פעטער אין מאנסי מאכט ״יעדער יאהר״ חתונה אויפן חשבון איז דער פון 27 פיליס טערעס גייט אריינווארפן כאטשיק א צענער צי א צוואנציער.

און נישט אז ר׳ מאטלע איז א עושר, ער איז ווייט פון עושר, וואס ער פארמאגט און האט אין טאש טראסעקט ער אויס אין א מינוט פאר צדקה וחסד, און פאר די אייניקלעך, ער דרייט טאקע מיט מיליאנען און ער האט א מזל אז ער האט אסאך רייכע חסידים ווי ר׳ שמעון דושינסקי, ר׳ פנחס ניימאן ר׳ יודא יואל ראזנפעלד, ר׳ פנחס קליין, ר׳ משה שטראלי און די ליסט גאוס אן, ווען נישט די אידן איז ער אויך אויף געהאקטע צרות, ער דארף אויסהאלטן א גאנצע ארמיי פון קינדער און אייניקלעך וואס ציילט זיך היינט אין די טויזנטער אנ-לייק די ברודער און זיין רביצין לאה׳טשע האט נישט ר׳ מאטעלע קיין שלמים אין די שווייץ... ער האט חובות!

יהודי פשוט » דאנערשטאג יוני 29, 2017 3:05 pm

· #377231
וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
מאדנע ווייל ער איז א קנאי??? הייסט אז עפענען די פאסיק מיט׳ן זיפער אינמיטן טיש בפני כל עם ועדה דאס קומט נישט פון מאדנעקייט??? אפשר אויך פון קנאות??? באטראכטן א פרעמדן מענטש פון קאפ ביז פיס פאר א האלבע שעה אין א ציה איז נישט מאדנע??? עס איז דא נאך...
איך קען אידן אין וויזניץ מאנסי וואס האבן נישט קיין שטיקל ברויט און דיין צדיק ווארפט זיי קיינמאל נישט אריין קיין פרוטה... אויך נישט ווען זיי מאכן חתונה... איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון קיינעם אויסער א וויזניצ׳ער אז ר׳ מאטל׳ע איז א בעל חסד אדער אז ער האט אמאל א טובה געטוהן א איד...
בנוגע דאס וואס די זאגסט אז ער האט נישט קיין געלט... חלום ווייטער.... ר׳ מאטל׳ע איז א ריזיגער עושר, ער האט אסאך געלט און ער האט אויך זייער ליב זיין געלט...
כבודו במקומו מונח, קען זיין אז א איז א וואוילער איד און אן ערליכער איד און א מתמיד אבער דאס נעמט נישט אוועק זיינע חסרונות

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 29, 2017 3:09 pm

· #377233
יהודי פשוט
מאדנע ווייל ער איז א קנאי??? הייסט אז עפענען די פאסירן מיט׳ן זייער אינמיטן טיש בפני כל עם ועדה דאס קומט נישט פון מאדנעקייט??? אפשר אויך פון קנאות??? באטראכטן א פרעמדן מענטש פון קאפ ביז פיס פאר א האלבע שעה אין א ציה איז נישט מאדנע??? עס איז דא נאך...
איך קען אידן אין וויזניץ מאנסי וואס האבן נישט קיין שטיקל ברויט און דיין צדיק ווארפט זיי קיינמאל נישט אריין קיין פרוטה... אויך נישט ווען זיי מאכן חתונה... איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון קיינעם אויסער וויזניצ׳ער אז ר׳ מאטל׳ע איז א בעל חסד אדער אז ער האט אמאל א טובה געטוהן א איד...
בנוגע דאס וואס די זאגסט אז ער האט נישט קיין געלט... חלום ווייטער.... ר׳ מאטל׳ע איז א ריזיגע א עושר, ער האט אסאך געלט און ער האט אויך זייער ליב זיין געלט...
כבודו במקומו מונח, קען זיין אז א איז א וואוילער איד און אן ערליכער איד און א מתמיד אבער דאס נעמט נישט אוועק זיינע חסרונות

סאיז טאקע דא אידן אין מאנסי וואס זענען ארים, אבער סאיז נישטא קיין רבי אויף די גאנצע וועלט וואס געט אזויפיל פאר זיינע חסידים ווי ער! קיינער נישט! קיינער! אדרבה זאג מיר ווער?

וועגן זיינע געלטער...

ער קען נישט קאווערן זיין דעילי באנק

האסט גיט געהערט!

ער מוטשעט זיך, ער דארף האבן יעדען טאג א פופציג טויזנט דאללער ער מיט זיין אלע קינדער און אייניקלעך צו קענען לעבן בדחקות!

ווייסט וואס דאס מיינט?

דו ווייסט פון וויפל משפחות מרעדט דא???

יהודי פשוט » דאנערשטאג יוני 29, 2017 3:12 pm

· #377234
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
שבת: איך קען נאר אזוי פיל זאגן אז בהכרח מוז זיין אז די ביסט א וויזניץ מאנסי׳ער חסיד ( הגם איך ווייס נישט פונקטלעך וויזוי מען קען זיין א חסיד פון א רבי ווען מען איז א מתנגד צו אידישקייט, אבער עבי שטיין איז אויך געבליבן א חסיד פון ר׳ מאטל׳ע) וממילא איז ביי דיר ר׳ מאטל׳ע כולו מעלות און ר׳ משה׳לע פארקערט

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 29, 2017 3:18 pm

· #377237
איך קען פערזענליך א איד פאר יאהרן לאנג וואס העלפט דעם רבינס שטוב קאווערן די באנק, ער איז א עושר אדיר, און גלייב מיר ווען נישט אים און נאך אפאר רייכע אידן וואלסטו געזעהן ר׳ מאטעלע מיט כמעט אלע זיינע אייניקלעך אין שומר שבת שנארן געלט...

דו ווייסט וויפל זיין בוזשעט א חודש צו לעבן איז????

האסט א מושג בכלל? אדער פלעפלסט סתם מקוה וואסער???

יהודי פשוט » דאנערשטאג יוני 29, 2017 3:19 pm

· #377238
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
איך האב נישט קיין השגה וויפיל זיין בודזשעט איז איך ווייס נאר אז זיין אינקאם איז אסאך מער

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 29, 2017 4:13 pm

· #377243
יהודי פשוט
איך האב נישט קיין השגה וויפיל זיין בודזשעט איז איך ווייס נאר אז זיין אינקאם איז אסאך מער

דו שרייבט דאך אליינס אז דו האסט נישט קיין השגה? איז ווי שפרינגסט שוין צו די מסקנא??? סתם וואס די גאס זאגט??? פלוז?

כדאי ער זאל זיין א עושר וואלט ער געדארפט האבן א solid business, וואספארא ביזנעס האט ער???

איך וועל דיר זאגן וואס זיין ביזנעס איז ער איז א רבי און ער האט חסידים וואס ברענגן אים געלט און העלפן אים... דעס איז פונקטליך וואס איך האב געשריבן.

חוץ דעם איז ער א שותף אין די ביה״ח אין מאנסי, און פון די געלט קען מען קיין עושר נישט ווערן ווען מ׳האט דרייצן הונדרעט אייניקלעך צו שפייזן, אויסער וואס ער טיילט פאר די חסידים.

כזעה נאכנישט פון ווי ער האט א אינקאום פון פופציג-זעכציג טויזנט דאללער א יעדען איינציגע טאג... אבי גע׳דברט.

טראכט אריין
ר׳ מוישלע האט אלע יאהרן געדארפט אויסהאלטן נאר ר׳ מענדלע-איין איינציג קינד. ער האט נישט געדארפט באצאלן פאר סקווירער רביס קינדער׳ס חתונות וכו׳
אלע זיינע קינדער זענען אייגענע רביס, און ר׳ מנחם ארנסטר האט אייגען געלט, ווידער ר׳ מאטעלע האט געדארפט אויסהאלטן פערצן קינדער און זיי חתונה מאכן און יעדע פון זיינע קינדער האבן אויך א שטוב מיט קינדער. זיין עלטסטע טאכטער האט 21 קינדער...! האסט גיט געהערט.

פון ווי נעמט ער אלע געלט????

פון זיינע רייכע חסידים.... קיין גרויסע ביזיונית האט ער נישט.

סקרן » דאנערשטאג יוני 29, 2017 4:23 pm

· #377245
למעשה מ'רעדט דאך דא פון מרכז וואס גייט פאהר דארט?
{ס'איז אינטרעסאנטער לענ"ד}

יהודי פשוט » דאנערשטאג יוני 29, 2017 4:41 pm

· #377251
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
שבת: דער אשכול איז פאר וויזניץ מרכז אויב די ווילסט ממשיך זיין דער ענין עפען אויף א פרישער אשכול אויף ר׳ מאטל׳ע זז״ג

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 29, 2017 7:36 pm

· #377270
איך עפען נישט קיין שום אשכולות, כהאב אנדערע דאגות. אז מ׳האט פונקט גערעדט האב איך געזאגט מיין מיינונג פון מיין פראספעקטיוו. פון מיין זייט זאל ער האבן טריליאנען, אדער זאל ער זיין א ארימאן. סאיז דא גענוג און נאך מענטשען וואס זארגן זיך פאר אים, איך דארף מיך זארגן פאר מיר אליינס... איך בין אויך א רבי, איך נעם אן פדיונת אויכעט....

איך אויך » דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:14 pm

· #377287
שבתל אלעס קען איך פארדייען ביז אפענע שקרים. ר' מאטעלע איז באקאנט אלס מאלטי מיליאנער עס האט נישט קיין זין דאס צו לייקענען. (קומסט מיר פאר ווי דער משה היה רויעך וואס לייגט אויך אראפ דעם ברך אלס בלוטיגער ארימאן יע יע )

קען זיין ער איז פולי בארעכטיגט דערצו, ער האט אפגעקופט א דריטל מאנסי אין די בראשית יארן ווען יעדער האט עם געזאגט ער איז משוגע פאר דאס טוהן. ער פלעגט געבן א שטיקל ריעל עסטייט פאר יעדע אייניקעל ביים חתונה, גראדע לעצטענס האב איך געהערט אז מחמת ריבוי העם גיבט ער שוין נישט קיין שטחים נאר 50 אלפים מזומן.

קלוגע יודל » דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:20 pm

· #377288
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
איך אויך
שבתל אלעס קען איך פארדייען ביז אפענע שקרים. ר' מאטעלע איז באקאנט אלס מאלטי מיליאנער עס האט נישט קיין זין דאס צו לייקענען. (קומסט מיר פאר ווי דער משה היה רויעך וואס לייגט אויך אראפ דעם ברך אלס בלוטיגער ארימאן יע יע )

קען זיין ער איז פולי בארעכטיגט דערצו, ער האט אפגעקופט א דריטל מאנסי אין די בראשית יארן ווען יעדער האט עם געזאגט ער איז משוגע פאר דאס טוהן. ער פלעגט געבן א שטיקל ריעל עסטייט פאר יעדע אייניקעל ביים חתונה, גראדע לעצטענס האב איך געהערט אז מחמת ריבוי העם גיבט ער שוין נישט קיין שטחים נאר 50 אלפים מזומן.

און ער האלט נישט אויס אלע זיינע אייניקלעך.

די אייניקלעך וואס ארבעטן נישט (עכ"פ נישט כלי קודש) געט ער זיי חודש'ליך געלט, אבער ער האלט זיי נישט אויס.

איך אויך » דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:43 pm

· #377294
זייער שיין פון עם. וויפיל רביס קענסטו וואס געבען א חודשליכע געהאלט פאר אזויפיל אייניקלעך קע''ה?

יהודי פשוט » דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:48 pm

· #377295
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
איך האב געהערט פון אפאר אייניקלעך פון ר׳ מאטל׳ע אז ער געט שוין היינט בכלל נישט קיין געהאלט פאר די אייניקלעך

גראף » דאנערשטאג יוני 29, 2017 9:58 pm

· #377296
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
אויב מעג איך פרעגן, פארוואס דארף ער אויסהאלטן זיינע אייניקלעך? ער לאזט זיי נישט גיין ארבייטען אדער אלע זענען אין כולל?

Sent from my XT1096 using Tapatalk

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 29, 2017 10:44 pm

· #377302
גראף
אויב מעג איך פרעגן, פארוואס דארף ער אויסהאלטן זיינע אייניקלעך? ער לאזט זיי נישט גיין ארבייטען אדער אלע זענען אין כולל?

Sent from my XT1096 using Tapatalk

ער לאזט זיי יא גיין ארבעטן, אפאר פון זיינע אייניקלעך ארבעטן טאקע, אבער רוב זענען דאך בני תורה. און רובא דרובא פון זיי מוטשענען זיך זייער שטארק, זייערע ווייבער זענען טיטשערס אויף זיי באקומען ח״י-קאק, און די זיידע ווארפט אריין און ר׳ פנחס ניימאן צאלט די עלקטריק בילל, און מקוה געלט איז בחנם פאר אלע זיינע אייניקלעך... פארשטייסט וואס כמיין??? די גאס הערט נישט אויף צו זאגן ער האט רייכע אייניקלעך! בול קרעפ... פיהר אדער פינף אייניקלעך פון פופצן הונדרעט האבן געלט.... אויך נישט ווייס איך וואס... מ׳האט שוין געהערט אזאנס...

שבת אחים » דאנערשטאג יוני 29, 2017 11:05 pm

· #377304
איך אויך
שבתל אלעס קען איך פארדייען ביז אפענע שקרים. ר' מאטעלע איז באקאנט אלס מאלטי מיליאנער עס האט נישט קיין זין דאס צו לייקענען. (קומסט מיר פאר ווי דער משה היה רויעך וואס לייגט אויך אראפ דעם ברך אלס בלוטיגער ארימאן יע יע )

קען זיין ער איז פולי בארעכטיגט דערצו, ער האט אפגעקופט א דריטל מאנסי אין די בראשית יארן ווען יעדער האט עם געזאגט ער איז משוגע פאר דאס טוהן. ער פלעגט געבן א שטיקל ריעל עסטייט פאר יעדע אייניקעל ביים חתונה, גראדע לעצטענס האב איך געהערט אז מחמת ריבוי העם גיבט ער שוין נישט קיין שטחים נאר 50 אלפים מזומן.

אמת ער פלעגט געבן א לאט פאר יעדע אייניקל און היינט געט ער פופציג טויזנט, קיין מולטי-מיליאנער איז ער נאך אלץ נישט! ווייט פון דעם!
נאר די גאס האט פארדרייט די מעשה

כדאי ר׳ מאטעלע מיט זיין משפחה זאלן קענען לעבן בדחקות דארפן זיי האבן שווערע מיליאנען... און זיי האבן טאקע... אבער ער איז נאכאלץ נישט קיין מולטי מיליאנער, ער לאזט ניטאמאל איבער קיין ירושה פאר זיינע קינדער און אייניקלעך חוץ די בנינים פון די מוסדות און זיינע אנטיק זאכן.

ער האט נישט געקויפט האלב מאנסי אין די בראשית יאהרן די מישסט זיך אויס מיט זיין חסיד ר׳ יחיאל לעבאוויטש.

ער האט שוין לאנג נישט קיין ריעל עסטעיט, יעדע שטיקל פראפערטי איז צוטיילט צווישן הונדרעטער אייניקלעך.

איך בין בכלל נישט קיין חסיד פון ר׳ מאטעלע, איך האב שוין אסאך מאהל געשריבן זייער נעגטיוו אויף אים, אבער דער אמת בלייבט אמת, ר׳ מוישעלע איז נפטר געווארן די איינציגסטע וויזניצער רבי מיט איבער 30 מיליאן דאללער איבערגעלאזט פאר די קינדער.

ר׳ מאטעלע האלט און איין זאגן אז ער זארגט זיך פון ווי אלע זיינע אייניקלעך וועלן האבן פרנסה איינמאל ער איז נישטא.

#פאקטן בלייבן פאקטן

גיטע נאכט

יהודי פשוט » פרייטאג יוני 30, 2017 6:01 am

· #377320
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?
חסידי ויז'ניץ מרכז אספו מכל תיבות הדואר בעיר את המקומון בגלל שצוין שם בכתבה את שם האדמו"ר בנוסף לשם ויז'ניץ.
בנוסף לאיומים והטרדות לעורך המקומון שהעז לכתוב את שם האדמו"ר בכדי שהקוראים יבינו באיזה ויז'ניץ מדובר.

יהודי פשוט » פרייטאג יוני 30, 2017 6:03 am

· #377321
Re: וואס גייט פאר אין ויז'ניץ (מרכז)?

שבת אחים » מוצ"ש יולי 1, 2017 11:55 pm

· #377409
יהודי פשוט
איך האב געהערט פון אפאר אייניקלעך פון ר׳ מאטל׳ע אז ער געט שוין היינט בכלל נישט קיין געהאלט פאר די אייניקלעך

אלעס וואס איך שרייב דא איז ביז ממש לעצטענס ווען ער איז נאך געוועהן אין די כלים, היינט איז ער דאך שוין בלינד ל״ע און ער איז נישט געזונט, און ער איז אין די טיעפע ניינציגערס, ער האט שוין נישט קיין כח צו דעם.

איך האלט שוין נישט מיט די לעצטע פאר יאהר. אלעס איז מעגליך, אבער איך גלייב שווער אז ער געט ממש גארנישט. און אויב ער געט נישט דירעקט קומט עס דורך א צווייטן, א חסיד וואס נעמט קעיר פון דעם, פון ערגעץ לעבן זיי, כמעט קיינער פון זיי ארבעטן נישט, איז ווער האלט זיי אויס???
בלאט: 1 2 3 4