☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » בד''ה - הגה''צ רבי פישל הערשקאוויטש זצ''ל

בד''ה - הגה''צ רבי פישל הערשקאוויטש זצ''ל

66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11523
בלאט: 1 2

ליפא » מוצ"ש מאי 27, 2017 10:05 pm

· #372520
בד''ה - הגה''צ רבי פישל הערשקאוויטש זצ''ל
הגאון הצדיק המפורסם רבי אפרים פישל הערשקאוויטש זצ"ל אב"ד האליין ודומ"ץ צאנז-קלויזענבורג, 94 יאר

קאווע טרינקער » מוצ"ש מאי 27, 2017 10:23 pm

· #372525
אין א דור ווי אמונת טפילות נעמען איבער די י"ג עיקרים, פעילט א גדול וואס איז געווען א שונא מובהק פון משוגעת'ן.

די קעניג פין אמעריקע » מוצ"ש מאי 27, 2017 11:05 pm

· #372529
איז ער געווען קראנק?

די קעניג פין אמעריקע » מוצ"ש מאי 27, 2017 11:09 pm

· #372530
אן אשכול וועגן ר׳ פישעלע

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/3975">viewtopic.php?f=24&t=3975&hilit=%D7%A4%D7%99%D7%A9%D7%A2%D7%9C%D7%A2</a><!-- l -->

בן ישי » מוצ"ש מאי 27, 2017 11:32 pm

· #372533
יא ער איז געווען נישט געזונט

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג מאי 28, 2017 12:31 am

· #372537
שוין דא פרטים אויף די לוויה ?

התם ומתמם עם תמימים » זונטאג מאי 28, 2017 12:54 am

· #372539
תורה תורה חגרי שק התפלשו באפרים..
די לוי' איז מארגן 11 אידערפרי אין קלויזנבורגער בית מדרש אויף לי עוויניו אויף די וועג קיין אר''י

קלוגע יודל » זונטאג מאי 28, 2017 1:08 am

· #372540
Re: בד''ה - הגה''צ רבי פישל הערשקאוויטש זצ''ל
די קעניג פין אמעריקע
שוין דא פרטים אויף די לוויה ?

11:00 פון קלויזענבורג אין וויליאמסבורג, אויפן וועג קיין ארץ־ישראל ישראל מיט די 7:00 אלעל פליגער.

די מטה איז שוין יעצט אין די ביהמ"ד.

בן ישי » זונטאג מאי 28, 2017 1:21 am

· #372543
<a class="postlink" href="https://twitter.com/AhBlickLive/status/868677089481940992">https://twitter.com/AhBlickLive/status/ ... 9481940992</a>

נעגעל וואסער » זונטאג מאי 28, 2017 3:02 am

· #372553
Re: בד''ה - הגה''צ רבי פישל הערשקאוויטש זצ''ל

נעגעל וואסער » זונטאג מאי 28, 2017 3:03 am

· #372554
Re: בד''ה - הגה''צ רבי פישל הערשקאוויטש זצ''ל

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 1:57 pm

· #372618
בד"ה
דעתו בנוגע עירוב וומ"ס איז ערגעצווי אינעם שטיבל באשריבן ?

שמעון וואלף » זונטאג מאי 28, 2017 3:28 pm

· #372642
איך בין געווען ביי די לוי' און איך בין סורפרייזט וואספארא קליינער עולם ס'איז דארט געווען. קוים וואס די גאס פארענט פון שול איז געווען פיל, און דאס רעכענט שוין אריין אסאך מענטשן פון אויסער וויליאמסבורג וואס זענען געקומען. איך האב מיך געראכטן אז עטליכע גאסן וועלן זיכער זיין געשטאפט.
די לעצטע יארן איז נישט געוועהן בדומה לו אין וומ"ס. בראש וראשון איז די קשיא אויף די נישט-סאטמערע וומ"ס עולם וואס ביים עירוב האבן זיי אלע געטעהנ'ט אז ר' פישל איז מתיר און ער איז די גרעסטע פוסק אין שטאט. ווי זענען זיי געווען? פארוואס זענען זייערע תלמוד תורות און ישיבות נישט ארויסגעקומען געבן די פארדינטע כבוד אחרון? אבער פון די סאטמערע האב איך אויך עקספעקטעט מער. היינט איז שוין יעדער איבערצייגט אז די מחלוקת'ער זענען ביליגע פאליטיק און האט מיט'ן באשעפער גארנישט. סיי ארונים און סיי זלונים האבן זיך איבערגעבעטן מיט אלטע שונאים און האלטן אז ס'וואלט געווען בעסער ווען מ'וואלט זיך קיינמאל נישט געקריגט. איז אז ס'ווערט נפטר אזא אדם גדול וואלט מען געדארפט ניצן אביסול דעם שכל און טון וואס איז ריכטיג.
שעם אן יו

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 3:46 pm

· #372651
שמעון וואלף

בראש וראשון איז די קשיא אויף די נישט-סאטמערע וומ"ס עולם וואס ביים עירוב האבן זיי אלע געטעהנ'ט אז ר' פישל איז מתיר און ער איז די גרעסטע פוסק אין שטאט. ווי זענען זיי געווען? פארוואס זענען זייערע תלמוד תורות און ישיבות נישט ארויסגעקומען געבן די פארדינטע כבוד אחרון?

זיי האבן זיך נישט געקריגט לכבודו פון רבי פישעלע, מען האט זיך באניצט מיט דעם וואס רבי פישעלע האט בעצם געהאלטן אז ס'פעלט נישט אויס די עירוב בכלל
די אלע האבן נישט געקעמפט לכבודו, זיי האבן מיט אים גארנישט געהאט.

גרויסע מענטשעלע » זונטאג מאי 28, 2017 4:53 pm

· #372666
Re: בד''ה - הגה''צ רבי פישל הערשקאוויטש זצ''ל

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 4:59 pm

· #372669
מופת פון רבי פישעלע
1 גאס אין לי עוו. קוקט אויס ווי א 4/5 גאסן לאנג

I'm back » זונטאג מאי 28, 2017 5:05 pm

· #372676
נמחק

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 5:19 pm

· #372682
נמחק

גאנצל » זונטאג מאי 28, 2017 5:27 pm

· #372688
נמחק

I'm back » זונטאג מאי 28, 2017 5:28 pm

· #372689
נמחק

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 5:30 pm

· #372692
נמחק

התם ומתמם עם תמימים » זונטאג מאי 28, 2017 7:41 pm

· #372732
א באנדע משוגעים
אזוי צו זיין ביזי ווען עס איז נסתלק געווארן דער גאון הדור דער פאר הדור והדרו
שעמען זאלסט איהר
באגראבן פאר בושה זאלסט עטס אלע ....

גייט צו ענקערע לעכער אין פארמאכט ענקערע שמוצוגער מויל

קל וחומר » זונטאג מאי 28, 2017 7:57 pm

· #372734
Re: בד''ה - הגה''צ רבי פישל הערשקאוויטש זצ''ל
איש את רעהו
שמעון וואלף

בראש וראשון איז די קשיא אויף די נישט-סאטמערע וומ"ס עולם וואס ביים עירוב האבן זיי אלע געטעהנ'ט אז ר' פישל איז מתיר און ער איז די גרעסטע פוסק אין שטאט. ווי זענען זיי געווען? פארוואס זענען זייערע תלמוד תורות און ישיבות נישט ארויסגעקומען געבן די פארדינטע כבוד אחרון?

זיי האבן זיך נישט געקריגט לכבודו פון רבי פישעלע, מען האט זיך באניצט מיט דעם וואס רבי פישעלע האט בעצם געהאלטן אז ס'פעלט נישט אויס די עירוב בכלל
די אלע האבן נישט געקעמפט לכבודו, זיי האבן מיט אים גארנישט געהאט.

דו רעדסט מתוך ידיעה אדער מתוך השערה?

איש את רעהו » זונטאג מאי 28, 2017 8:34 pm

· #372737
די גרויסער ציבור מלווים
📎 IMG-20170528-WA0156.jpg

פליקער » זונטאג מאי 28, 2017 10:34 pm

· #372755
Re: בד''ה - הגה''צ רבי פישל הערשקאוויטש זצ''ל
גם אני בין געווען ביי די לוי', און איך האב אויך געשטוינט סארא ביטערע קליינער עולם עס איז געווען, ממש חרפות און בושות קעגען וואס פאר א גדול בישראל נאך מיט נומערן אויף לינקען ארעם.
נאכען זיך עגבערען איז מיר איינגעפאלען די סיבה פארוואס כמעט קיין איין רב פון וויליאמסבורג איז נישט געווען צים האבן.
ווייל ער איז אויך און ערגעץ נישט געווען קיין מאל, לאמיר טאקע צוריק קוקען,
איז ער געווען ביי ר' אברהם לייטנער'ס לוי'?
איז ער געווען ביי די ברך משה'ס?
איז ער געווען קשויער'ס?
איר כאפט?
טא וואס ווינדערט איר זיך.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מאי 28, 2017 10:37 pm

· #372757
והחי יתן אל לבו שטייט אויף דעם, דיספד יספדוהו וכו'. דער וואס גייט ביי יענעמ'ס לוויה, וועט האבן מענטשען ביי זיינס.

טמיר » זונטאג מאי 28, 2017 10:48 pm

· #372758
Re: בד''ה - הגה''צ רבי פישל הערשקאוויטש זצ''ל
ער איז געווען זייער פארביסן אויף סאטמאר (מען זאגט וועגן ספינקא, אויב איך האב נישט קיין טעות), איז דער עולם געווען פארביסן אויף עם. למעשה יעדער זאגט אז ער איז געווען אן אדם גדול.

גאנצל » זונטאג מאי 28, 2017 10:51 pm

· #372760
יא ס'איז געווען וועגן די מחלוקה פון סאטמאר מיט ר' אבישל ער האט דאס נישט געקענט מוחל זיין אזוי ווייט אז ער איז ברוגז געווען אויף הרב הצדיק רבי הערשלע פון ספינקא אז ער האט זיך געקענט איבערבעטן מיט סאטמאר

די קעניג פין אמעריקע » זונטאג מאי 28, 2017 11:18 pm

· #372767
גראדע אויף די בילדער זעט דאס אויס ווי א גרויסע לוי׳

ליפא » מאנטאג מאי 29, 2017 1:50 am

· #372781
בד"ה

ס'געווען א ריזיגע עולם אין בית המדרש.

אינדרויסן האט זיך אנגעזען א ריזיגע עולם פון סאטמארע חסידים און שיינע אידן, מער פון אנדערע (נישט קלוז"ב) חסידות'ער.

פון א''וו

די קעניג פין אמעריקע » מאנטאג מאי 29, 2017 7:57 am

· #372791
זעט מיר אויס אז די וואס פארגינען נישט פאפא ווען זיי מאכן עפעס א איווענט. אט די זענען די זעלבע וואס פארגינען נישט דא ווען איינער האט זיך דערוואגט צו מאכן עפעס ביים פריץ אין שטאט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 29, 2017 8:55 am

· #372795
לאמיר דיר מסביר זיין. אפשטעלן גאסען, הענגען פלאקאטען אין די גאנצע שטאט, און דרוקען בלעטער פון בילדער אין צייטונג איז א פארדרייטע זאך צו טוהן, הן מטעם פאפא, סקווער, באבוב, וויזניץ, בעלזא און שפיטיווקע.
קומען צו א לויה פון א ת"ח איז א מצוה.

יחי ההבדל הגדול!

איש את רעהו » מאנטאג מאי 29, 2017 9:50 am

· #372801
איינס פון די איידעמער ביים ספינקע רבי ר' הערשעלע זצ"ל זעהט מען אהן צווישן די מלווים.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג מאי 29, 2017 10:11 am

· #372805
בד''ה

נישט צו ח"ו פוגע זיין אין זיין כבוד, אבער יעצט גייט זיין א מחלוקת צווישען דער ליגענער (איד) און דער שקרן (בלאט) וויפיהל זענען געוועהן ביי זיין לוי'. און מסתמא ווייל די צוויי לשון הרע בלעטער זענען סאקמערע און ער האט געהאלטען פון דער עירוב גייען זיי איהם אוועק מאכען מיט א לעצטע בריקע... מעעעע עס איז אפי' נישט געוועהן קיין 1,000 מענטשען

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 29, 2017 11:35 am

· #372810
איך וועלל טון אזוי ווי בן אדם...! איך וועלל לאזן דעם עמוד ליידיג. און יהי רצון ווי גלייך כ'האב עפעס געשריבן. די מעלה פון דעם איז אז איעדער קען אריינטייטשן אין דעם ליידיגן עמוד וואס ער וויל...יהי רצון כאילו איך וואלט עס אליינס געשריבן. נאר ס'איז א ביסל צו שארף...!

תנחום » מאנטאג מאי 29, 2017 12:05 pm

· #372811
ווען די לוויה איז אין ב"פ וואלט זיכער געוועהן א גרעסערער עולם. כ'וואונדער מיך פארוואס זיי האבן נישט אריבער געפירט די מיטה דארט

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 29, 2017 12:27 pm

· #372812
תנחום: דאנק גאט (אדער די טעראריסטן) אז מ'האט נישט אויסגעבראכן די שויבן ביי איהם אין הויז אדער אין זיין ביהמ"ד. ווילסטו נאך אז ס'זאלל זיין א גרויסער עולם. דאמאלס וואלטן דאך נשתנה געווארן די סדרי בראשית. אז אזעלכע באד יונגען ווי ישראל מעם און שיען בית פיהרן דאס קרעמל, קען נישט הערשן קיין נארמאלקייט...!

איש את רעהו » מאנטאג מאי 29, 2017 3:44 pm

· #372824
מסע הלוי'
הכתרת בנו
<a class="postlink" href="https://www.dropbox.com/s/tyh1mpilkc2szc5/HgrapHershkowitzLevayahSivan5777.wmv?dl=0">https://www.dropbox.com/s/tyh1mpilkc2sz ... 7.wmv?dl=0</a>

טמיר » מאנטאג מאי 29, 2017 10:28 pm

· #372853
Re: בד''ה - הגה''צ רבי פישל הערשקאוויטש זצ''ל
א חידוש פון א מעשה, פון א"וו!

כ'וועל פארציילן א מעשה (הגם כ'האב עס בתחלה נישט געוואלט שרייבן, אבער מ'דארף דאך עס ערגעץ שרייבן אז מ'זאל וויסן...) וואס רבי יעקב חיים אמסל ז"ל האט פארציילט אז ער איז דערביי געווען. די מעשה ווארפט אביסל א ליכט פארוואס ר' פישעלע האט געשפירט א התרחקות פון אנהייב אן אין סאטמאר, הגם ער איז געווען א עניו אמיתי וואס איז נישט בנמצא, און האט בכלל נישט געהאט קיין "שנאה" ווי מאנכע ווילן זאגן.

ר' פישל'ע ז"ל איז אריין צום רבי'ן זצ"ל נעמען "שלום" (און ווי ס'זעט אויס האט דער רבי זצ"ל אים נישט געקענט פון פארדעם), און דער רבי האט אים געפרעגט: אינגערמאן וואס טוט איר? האט ער גענטפערט: "אז איך לערן". האט דער רבי געזאגט אז ער זאל גיין זוכען עפעס ארבייט, ווייל מ'ברויך דאך טון עפעס. ע"כ המעשה.

און ר' פישעלע ברוב ענוותנותו האט גארנישט געזאגט פארן רבי'ן ווער ער איז, און אז ער איז געווען ראב"ד אין ראצפערט און רב אין האליין אא"וו.

ווי אויך האט זיך קיינער פון בית מדרש נישט געיאוועט צו גיין זאגן פארן רבין ווער ער איז.

ר' יעקב חיים האט זיך אלס מתאוננן געווען פארוואס ער איז נישט צוגעגאנען צום רבין זאגן אז דער 'אינגערמאן' קען יעדען תוס' פון ש"ס.

קאמענטארן זענען איבריג!
ע"כ פון א"וו

ויש ליישב אז די רבי האט געזען ברוח קדשו אז ער וועט מתיר זיין די עירוב!

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 30, 2017 12:29 am

· #372862
איש את רעהו
שמעון וואלף

בראש וראשון איז די קשיא אויף די נישט-סאטמערע וומ"ס עולם וואס ביים עירוב האבן זיי אלע געטעהנ'ט אז ר' פישל איז מתיר און ער איז די גרעסטע פוסק אין שטאט. ווי זענען זיי געווען? פארוואס זענען זייערע תלמוד תורות און ישיבות נישט ארויסגעקומען געבן די פארדינטע כבוד אחרון?

זיי האבן זיך נישט געקריגט לכבודו פון רבי פישעלע, מען האט זיך באניצט מיט דעם וואס רבי פישעלע האט בעצם געהאלטן אז ס'פעלט נישט אויס די עירוב בכלל
די אלע האבן נישט געקעמפט לכבודו, זיי האבן מיט אים גארנישט געהאט.

איך קען נישט פארשטיין וואס די שרייבסט. ווער האט זיך נישט געקריגט לכבודו? און וואס מיינט אז "ר' פישעלע האט געהאלטן אז ס'פעלט נישט אויס קיין עירוב"?

תנחום » דינסטאג מאי 30, 2017 12:33 am

· #372863
טמיר
א חידוש פון א מעשה, פון א"וו!

כ'וועל פארציילן א מעשה (הגם כ'האב עס בתחלה נישט געוואלט שרייבן, אבער מ'דארף דאך עס ערגעץ שרייבן אז מ'זאל וויסן...) וואס רבי יעקב חיים אמסל ז"ל האט פארציילט אז ער איז דערביי געווען. די מעשה ווארפט אביסל א ליכט פארוואס ר' פישעלע האט געשפירט א התרחקות פון אנהייב אן אין סאטמאר, הגם ער איז געווען א עניו אמיתי וואס איז נישט בנמצא, און האט בכלל נישט געהאט קיין "שנאה" ווי מאנכע ווילן זאגן.

ר' פישל'ע ז"ל איז אריין צום רבי'ן זצ"ל נעמען "שלום" (און ווי ס'זעט אויס האט דער רבי זצ"ל אים נישט געקענט פון פארדעם), און דער רבי האט אים געפרעגט: אינגערמאן וואס טוט איר? האט ער גענטפערט: "אז איך לערן". האט דער רבי געזאגט אז ער זאל גיין זוכען עפעס ארבייט, ווייל מ'ברויך דאך טון עפעס. ע"כ המעשה.

און ר' פישעלע ברוב ענוותנותו האט גארנישט געזאגט פארן רבי'ן ווער ער איז, און אז ער איז געווען ראב"ד אין ראצפערט און רב אין האליין אא"וו.

ווי אויך האט זיך קיינער פון בית מדרש נישט געיאוועט צו גיין זאגן פארן רבין ווער ער איז.

ר' יעקב חיים האט זיך אלס מתאוננן געווען פארוואס ער איז נישט צוגעגאנען צום רבין זאגן אז דער 'אינגערמאן' קען יעדען תוס' פון ש"ס.

קאמענטארן זענען איבריג!
ע"כ פון א"וו

ויש ליישב אז די רבי האט געזען ברוח קדשו אז ער וועט מתיר זיין די עירוב!
אינטערעסאנט, כ'האב געהערט די זעלבע מעשה אויף מנשה הקטן פון אונגוואר. ער האט זיך באליידיגט אויפן רבי'ן און געגאנגען קיין קלויזענבורג. די מעשה שטימט מער אויף איהם

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 30, 2017 12:52 am

· #372864
די קעניג פין אמעריקע
גראדע אויף די בילדער זעט דאס אויס ווי א גרויסע לוי׳

די קעניג פין אמעריקע
זעט מיר אויס אז די וואס פארגינען נישט פאפא ווען זיי מאכן עפעס א איווענט. אט די זענען די זעלבע וואס פארגינען נישט דא ווען איינער האט זיך דערוואגט צו מאכן עפעס ביים פריץ אין שטאט.

די בילדער איז סתם ליצנות געמאכט פונ'ם עולם. נעם למשל די בילד
📎 IMG-20170528-WA0156.jpg
דא האט מען גענומען די אינטערסעקשאן פון לי/היוז און עס אויסגעצויגן ס'זאל אויסקוקן ווי א גאנצע בלאק. די בילדער פון ביהמ"ד אינעווייניג האט קוקט אויס ווי די לענג איז לערך זיבן מאל אזוי גרויס ווי די ברייט. איך בין דארט געווען און מיטאמאל איין גאס איז געווען פיל (און דאס רעכענט שוין אריין די פרויען וואס זענען געשטאנען קעגן איבער די שול.) אמת, אסאך מענטשן זענען נישט געבליבן די גאנצע צייט און אוועק אינדערמיט בפרט ווען די קלויזענבערגע רב האט מאריך געווען בדרוש אבער עכ"ז איז געווען סאך א קלענערע עולם ווי איך האב מיך געראכטן. בפרט אז די וועטער איז געווען גאר איינגענעם צו זיין אינדרויסן און ס'איז אפילו געווען צוגעשטעלט בענקלעך אויף די גאס צו זיצן (וואס אסאך זענען געווען ליידיג.) ס'האט מיר זייער געבאדערט ווייל איך האב געהאלטן אז היינט צו טאגס איז שוין דער עולם מער אויפגעקלערט און מ'איז שוין אויפגעוואקסן די אמאליגע בעבישע מחלוקת'ן. איך האב נישט עקספעקטעט סאטמאר זאל פארמאכן די ישיבה און שיקן די עולם) אפשר די ארונים יא) אבער פאפא, סקווירא, וויזניץ, צעהלים, וויען, ווי זענען זייערע בחורים און קינדער געווען?

שבת אחים » דינסטאג מאי 30, 2017 9:14 am

· #372880
איך פארשטיי נישט, וואס האט פאפא,צעהלים, וויען, וויזניץ, איינגעשטויסן מיט ר׳ פישלע??? זיי האבן אייגענע דיינים און רבנים, ער איז געוועהן א קלויזנבורג דיין, ער איז נישט געוועהן קיין אדמו״ר אדער כ׳ווייס וואס, ער איז געוועהן א גרויסע ת״ח, און נישט יעדער קען לויפן צו יעדע לוי׳. חוץ מזה אזויווי פליקער שרייבט ער איז קיינמאל נישט געקומען צו אנדערע חסידות׳ן, טא פארוואזשע דארף מען גיין צו אים?

מ׳האט אים לעצטענס געמאכט פאר א גאנצע רשכבה״ג...

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 30, 2017 10:13 am

· #372890
ווען ער איז אן אדמו"ר דארף מען יא גייען? ער איז נישט זייער אדמו"ר?

נאר דער ענין איז, אז די אלע אויבענדערמאנטע קרייזען שפילען כאילו זיי פיהרען זיך עפ"י תורה, און ווען די תורה איז נישט אזא סתירה צו זייער באקוועמליכקייט, זענען זיי גרייט צו טוהן ווי די תורה הייסט. און די תורה איז שטארק מכבד א ת"ח, און דעריבער בלייבט עס א קשיא אויף זיי. וואס פארא סתירה צו זייער באקוועמליכקייט איז די לויה געווען?

שבת אחים » דינסטאג מאי 30, 2017 1:26 pm

· #372900
ליטוואק פון בודאפעסט
ווען ער איז אן אדמו"ר דארף מען יא גייען? ער איז נישט זייער אדמו"ר?

נאר דער ענין איז, אז די אלע אויבענדערמאנטע קרייזען שפילען כאילו זיי פיהרען זיך עפ"י תורה, און ווען די תורה איז נישט אזא סתירה צו זייער באקוועמליכקייט, זענען זיי גרייט צו טוהן ווי די תורה הייסט. און די תורה איז שטארק מכבד א ת"ח, און דעריבער בלייבט עס א קשיא אויף זיי. וואס פארא סתירה צו זייער באקוועמליכקייט איז די לויה געווען?

א אדמור איז היינט א פירער פון א קבוצה אידן, משא״כ א דיין, א שיינע איד אינערהאלב א קהילה, וואס איז קיינמאל נישט געגעאנגען צו אנדערע קהילות. ופשוט הוא.

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 30, 2017 1:33 pm

· #372901
שבת אחים
איך פארשטיי נישט, וואס האט פאפא,צעהלים, וויען, וויזניץ, איינגעשטויסן מיט ר׳ פישלע??? זיי האבן אייגענע דיינים און רבנים, ער איז געוועהן א קלויזנבורג דיין, ער איז נישט געוועהן קיין אדמו״ר אדער כ׳ווייס וואס, ער איז געוועהן א גרויסע ת״ח, און נישט יעדער קען לויפן צו יעדע לוי׳. חוץ מזה אזויווי פליקער שרייבט ער איז קיינמאל נישט געקומען צו אנדערע חסידות׳ן, טא פארוואזשע דארף מען גיין צו אים?

מ׳האט אים לעצטענס געמאכט פאר א גאנצע רשכבה״ג...

שבת אחים: זיי נישט ברויגז. ווען דו קומסט זאגן א מבינות איבער די גוטסקייט פון בערני סאנדערס ירוס הודו. אדער איבער די געמיינקייט פון דאנאלד טראמפ ומשפחתו, וועטציך קיינער נישט מפלפל זיין מיט דיר. ווייל דאס איז דיין ספעציאליטעט. אבער אין דהע טאוראה ליין איז א ביסעלע אנדעריש (כדברי הליט-פאק). א איד ווי ר' פישל'ע הערשקאוויטש זצ"ל, וועלכער איז כל ימיו געזיצן אין די ד' אמות של הלכה און ר'האטציך אינגאנצן נישט געמישט אין פאליטיק. און מענטשן פון אלע שיכטן און קרייזן (כדברי ה'בלאט) זענען איהם געקומען פרעגן שווערע און קאמפליצירטע שאלות. מייניך אז אלס כבוד התורה וואלט זיך געפאסט ווען אלע נארמאלע קהילות (אויסער סאקמער, שטייצעך) וואלטן געקומען און גענומען א טייל בייי זיין לויה...!

שבת אחים » דינסטאג מאי 30, 2017 2:15 pm

· #372903
berlbalaguleh

בערני קומט נישט אריין דא. איך האב נישט געזאגט אז ער איז נישט געוועהן קיין גרויסע פוסק, מ׳האט נאר געשמועסט פארוואס אנדערע קהילות האבן נישט אנטייל גענומען אין די לוי׳ מיט גרויס וואונדער, האב איך געפרעגט וואס איז דער גרויסער וואונדער, פארוואס דארף מיין טאטע למשל וואס וואוינט אין וויליאמסבורג שוין פערציג יאהר גיין צו ר׳ פישלע? ער האט גארנישט געהאט מיט אים ווען ער האט געלעבט....

ווער סאיז געגעאנגען צו אים ווען ער האט געלעבט, זאל גיין צו די לוי׳.

פארדריי נישט מיינע ווערטער ביטע.

בן אדם » דינסטאג מאי 30, 2017 3:46 pm

· #372909
ליטוואק פון בודאפעסט
ווען ער איז אן אדמו"ר דארף מען יא גייען? ער איז נישט זייער אדמו"ר?

נאר דער ענין איז, אז די אלע אויבענדערמאנטע קרייזען שפילען כאילו זיי פיהרען זיך עפ"י תורה, און ווען די תורה איז נישט אזא סתירה צו זייער באקוועמליכקייט, זענען זיי גרייט צו טוהן ווי די תורה הייסט. און די תורה איז שטארק מכבד א ת"ח, און דעריבער בלייבט עס א קשיא אויף זיי. וואס פארא סתירה צו זייער באקוועמליכקייט איז די לויה געווען?

אל ארך אפיים וכו' וכו' ושם נאמר ויעבור וכו' וכו'
(מתוך הפזמון ליום ט' של סליחות נוסח ליטא)

איסר האטלקי » פרייטאג יוני 2, 2017 1:06 am

· #372927
שבת אחים
פארוואס דארף מיין טאטע למשל וואס וואוינט אין וויליאמסבורג שוין פערציג יאהר גיין צו ר׳ פישלע? ער האט גארנישט געהאט מיט אים ווען ער האט געלעבט....

ווער סאיז געגעאנגען צו אים ווען ער האט געלעבט, זאל גיין צו די לוי׳.

נישט אז איך בין דיין בר פלוגתא, נאר איך פארשטיי נישט די מיינונג. טראץ מיין עקסטרעמער שטעלונג בנוגע קנאות, האלט איך פארט אז ער איז לכל הדעות געווען די גרעסטער תלמוד חכם, פוסק, מתמיד אין שטאט. א קדוש וטהור פון אינגווייז אן, געשטאנען ווייט פון סיי וועלכער נידנוד של מחלוקות כמטחוי קשת. כאטש וואס ער איז בטבע געווען גאר א סענסיטיווער מענטש איז ער געווען אויסגעארבעט אין אלע מידות. אזא איד איז מכפר אויף די גאנצע שטאט, יעדער איינוואוינער האט א חיוב ארויסצוגיין אפצוגעבן דעם כבוד האחרון וואס אים קומט זיך. אין סיי וועלכער אנדערער שטאט וואלט ער לענ"ד באקומען א שענערע לויה.
(אויף סאטמאר איז די קשיא פונקט אזוי שטארק ווי אויף פאפא און צעלים, נאר א סאטמארער קען מען הערן פארוואס זיי זאלן זיך איינרעדן אז זיי דארפן נישט גיין. קיין תירוץ האט נישט קיינער).

שבת אחים » פרייטאג יוני 2, 2017 10:27 am

· #372940
נישט מיין בר פלוגתא,
ווען דו הייבסט אן צורעדן נערישקייטן האסטו ביי מיר געפוילט,

״חיובים״? ״נישטא קיין תירוצים״???

איך האב נישט געוואוסט אז סאיז דא נייע הלכה אז מ׳מוז גיין צו יעדע לוי׳ פון יעדע דיין און פוסק....

גיט צו וויסן...
בלאט: 1 2