יעקב מענטשאויב איך מעג אפפערן מיין מיינונג.
די סייז פונעם ציבור ביי א לויה איז נישט תלוי ווי גרויס יענער איז אין תורה, ס'האט צוטאן מיט וויפיל מענטשען דער באטרעפענדער האט אפעקטירט זייער לעבן.
הרב וואזנער ז"ל איז געווען מן הסתם פון די מערסטע אנגענומענע פוסקים (אויב נישט "די" גרעסטע פוסק) ביי אידן פאר ער איז אוועק, ער פלעגט זיך האלטן פארווע/נייטראל ביי די 'הייסע' נושאים, און אזוי ארום פלעגט ער אפעלירן צום ברייטן עולם, יעדער האט אים געקענט און געוואוסט צו זאגן פון אים.
ר' פישהלע ז"ל פלעגט זיצן אין זיין ווינקל, און נישט פארנומען קיין ארט אין די הנהגה פון דעם כלל, אוודאי קען זיין אז דיינים פלעגן שיקן אלע 'שווערע שאלות' צו אים, אבער ביי דעם המון עם איז ער געווען 'קלויזנבורגער דיין' נישט וויליאמסבורגער, ניו יארקער, אמעריקע'ס דיין.
אני בעצמי האב ביז די עירוב פרשה נישט געוואוסט פון אזא נאמען, איך האב יא געוואוסט ווער סאטמערע דיין איז, אויך האב איך געוואוסט ווער פאפא דיין איז (איך פלעג לייענען די אירגון שיעורי תורה פלאקאטן) איך האב קיינמאל פארדעם נישט געהאט קיין געלעגענהייט אויסצוגעפונען פון אזא איד ווי ר' פישל הערשקוביץ ז"ל, ער איז זיך געזיצן אין זיין ווינקל און קיינעם געבאדערט
טאמער האסטי נישט געוויסט פון אים ביז די עירוב פרשה, ביסטי לכאורה געווען א אינגל ביז דעמאלטס. מסתמה הינדרעטע ספרים האבן זיין הסכמה, און יעדע יודע ספר האט געוויסט פון אים. אבער אין וויליאמסבורג בפרט האט יעדער געוויסט פון אים און מחשיב געווען, חוץ סאטמאר, און ס'זענען דא טויזענטער נישט סאטמאר איינוואינער אין וומ"ס. אבער אפילו אין סאטמאר האט ער געהאט אסאך מעריצים ווי ס'האט זיך טאקע אנגעזעהן ביים לוי' אז אסאך סאטמארע זענען דארט געווען.