☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #11499

אשכול אן א טיטל #11499

155 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11499
בלאט: 1 2 3 4

גר ותושב » פרייטאג מאי 19, 2017 1:11 pm

· #371795
גאנצל
גר ותושב
גאנצל

א עסקן פון מרכז עזרה ויועץ האט מיר געזאגט אז זיי האבן ארבעט איבער'ן קאפ און זיצן זייער אסאך מיט לויערס איך גלייב אים דו מוזט נישט

דא אין מאנסי האבן מיר אויך א community outreach center עס איז פשוט שתדלנות און עסקנות ווי קומט דא אריין הפגנות כינוסים אפשפארן גאסן און נישט לאזן די בחורים גיין צו לשכת הגיוס און גורם זיין דורך דעים תפיסה פאר בחורים ווער קען דאס נעמען אויף זיין אחריות?


כינוסים איז אויף די להבא

אפשפארן גאסן ביסטו 100 % גערעכט

ווער האט אייך שווארץ נביאות געזאגט אויף להבא אז מדארף יעצט מאכן די כינוס?

גאנצל » פרייטאג מאי 19, 2017 1:14 pm

· #371796
אויף ווען דען זאל מען ווארטן ? אויף לאחר המעשה ?

גר ותושב » פרייטאג מאי 19, 2017 1:20 pm

· #371797
גאנצל
אויף ווען דען זאל מען ווארטן ? אויף לאחר המעשה ?

וועלכע מעשה ווער רעדט פון א מעשה בכלל?

גאנצל » פרייטאג מאי 19, 2017 1:21 pm

· #371798
שווער איבער צו זאגן צוויי מאל איטליכע תגובות ארויפצו האבן מיר עס אויסגעשמועסט

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 19, 2017 1:26 pm

· #371799
קודם כל, אז מ׳האט נישט וואס צו טוהן, טוט מען גארנישט. דערנאך זאל מען קומען מיט א פלאן וואס קען העלפען, און אז נישט זאל מען זאגען תהלים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » פרייטאג מאי 19, 2017 3:00 pm

· #371807
גר ותושב
גאנצל

א עסקן פון מרכז עזרה ויועץ האט מיר געזאגט אז זיי האבן ארבעט איבער'ן קאפ און זיצן זייער אסאך מיט לויערס איך גלייב אים דו מוזט נישט


ווער קען דאס נעמען אויף זיין אחריות?


עס זענען דא רבנים וואס זענען בעלי אחראים דערויף
ס'געפעלט דיר נישט זייער נעמען אחריות, נעם דו פון דיר אראפ דעם אחריות, ואתה את נפשך הצלת.

גר ותושב » פרייטאג מאי 19, 2017 3:01 pm

· #371808
איש את רעהו
גר ותושב
גאנצל

א עסקן פון מרכז עזרה ויועץ האט מיר געזאגט אז זיי האבן ארבעט איבער'ן קאפ און זיצן זייער אסאך מיט לויערס איך גלייב אים דו מוזט נישט


ווער קען דאס נעמען אויף זיין אחריות?


עס זענען דא רבנים וואס זענען בעלי אחראים דערויף
ס'געפעלט דיר נישט זייער נעמען אחריות, נעם דו פון דיר אראפ דעם אחריות, ואתה את נפשך הצלת.


ישר כח

איש את רעהו » דינסטאג מאי 30, 2017 12:19 am

· #372860
שמעקעדיג

איך זעה דער עולם מאכט דא פעסט ליצנות פון די גאנצע מערכה, כאילו די גאנצע זאך איז פשוט אויסגעזויגן פונעם פינגער. עס איז א ווייטאג אז דער עולם איז נישט ריכטיג אינפארמירט


רוב עולם אינטערסירט ניטאמאל צו די מדינה וויל יא שמד'ן אדער נישט
אפילו זיי זאלן זיך איבערצייגן טויזענט מאל אז די הסכם פון חב"ד וואס זיי מאכן דערויף גרויס געלט האט מיט די גזירת גיוס, וועלן זיי בלייבן ביי זייער'ס מען דארף האסן קעגן א זאך וואס קומט פין סאטמאר
ווייל די קרעפלעך וואס מ'האט בימי נעוריו געפיטערט האט געלערנט צו האסן דעם ספר ויוא"מ.

ליטוואק פון בודאפעסט

אוודאי איז מיליטער א געפערליכע פראבלעם, און ס'איז מעגליך אז זיי פראבירען אריינצושלעפן פרומע אין מיליטער. די מערכה האט גארנישט מיט דעם אבער.
די א.ג. עסקנים שטעלען בכלל נישט פאר קיין פלאן, זיי רעדן נישט פון א מהלך וויאזוי פטור צו ווערן פון די פראבלעם און דאס איז דא נישט די ציהל.

האסט קיין איינמאל פארטוישט א ווארט מיט די עסקנים
און די רעדסט בשמם כאילו זיי האבן קיין מהלך אינעם עסק.

איש את רעהו » דינסטאג מאי 30, 2017 12:27 am

· #372861
רשימה פון בחורים וואס האבן פראבלעמען מיטן מיליטער
דריי סארטן
מסובך - הייסט די וואס עס פעלט די מעמד בן ישיבה וכדומה

מאסר - די וואס זענען אין תפיסה

ל"ע - זענען אזעלעכע וואס זענען אריינגעפאלן אין מיליטער בכפיה
די אלע זענען ערליכע בחורים וואס ווילן בלייבן שומתומ"צ און נישט גיין אין מיליטער📎 שמות אגודים בצרה סיון תשע%27%27ז חו%27%27ל_Page_1.jpg
📎 שמות אגודים בצרה סיון תשע%27%27ז חו%27%27ל_Page_1 (1).jpg
📎 שמות אגודים בצרה סיון תשע%27%27ז חו%27%27ל_Page_2.jpg

קפה נמס » דינסטאג מאי 30, 2017 1:31 am

· #372866
שמעקעדיג
איך זעה דער עולם מאכט דא פעסט ליצנות פון די גאנצע מערכה, כאילו די גאנצע זאך איז פשוט אויסגעזויגן פונעם פינגער. עס איז א ווייטאג אז דער עולם איז נישט ריכטיג אינפארמירט, און אטע דאס טאקע איז די מטרה פון דעם כינוס, ברענגען awareness פאר די איגנארענט, און חיזוק פאר די וואס ווייטאגן.

דאונט געט מי ראנג, איך בין א שוואכער חסיד פון די נאכאנאנדע כינוסיים, איסורים וחרמות, איך ווייס גוט אז מיר לעבן אין א אכשר דרא עפאכע און מען קריכט אויף די גראדע ווענט צו טיילן איסורים ווי אימער מעגליך; אבער דא ווייס איך פון קלארע פאקטן אז דער מצב איז ביטער ווי א גאל, די אלע וואס מאכן עס אוועק מיט א פשטות כאילו מען שטעלט זיך און מען באקומט א פטור, זענען פשוט נישט ריכטיג אינפארמירט. עס פאסירן פרישע ביטערע אינצידענטן יעדע וואך, מדינת ישראל איז אנטשלאסן צו פארכאפן ווי מער היימישע בחורים אין מיליטער, מיט כל מיני מיטלען און טאקטיקן, סיי מיט גוטן און סיי מיט בייזן. עס איז באמת אן עת צרה ליעקב.

.

@שמעקעדיג,
אפשר טיילסטו מיט מיט'ן עולם פון די פאקטן וואס דו ווייסט, און וואספארא אינצידענטן פאסירן יעדע וואך ?
איך בין זיכער אז אסאך וואלטן אנגענומען דיינע ווערטער מיט מער ערנסטקייט ווי אלע ליפלעטן און פאשקעווילן...

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מאי 30, 2017 8:43 am

· #372877
איך האב א שווערער קשיא. אין דיין רשימה זעט מען בערך צוואנציג צו דרייסיג לא עלינו׳ניקס, וואס האבען זיך געשמדט צום צבא הציוני. אין די צעטעל שטייט אז ס׳איז דא 12000. מיר דארפען שנעל א מאטעמאטיקער, א שטייגער ווי אונזער @זבולן, דאס צו לעזען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

געוואלדיג » דינסטאג מאי 30, 2017 10:11 am

· #372889
איך בין געווארן פאר א מינוט עקסייטעט אז עס זענען דא קלארע ליסטעס ווי מען וועט קענען קלאר מאכן למי החותמת ולמי הפסולים, נעם איך מיר איבער קוקן זעה איך אז רוב רובם פון די ליסט איז מסובל א סארט טערמין וואס איז נישטא קיין שום וועג צו קלאר מאכן אויב האט דאס עפעס האפט, און אפילו וואו עס שטייט אסיר איז עס מיט א מאמעס נאמען נישט קיין לעצטע נאמען אדער פאון נאמבער.

איש את רעהו » דינסטאג מאי 30, 2017 4:53 pm

· #372911
ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב א שווערער קשיא. אין דיין רשימה זעט מען בערך צוואנציג צו דרייסיג לא עלינו׳ניקס, וואס האבען זיך געשמדט צום צבא הציוני. אין די צעטעל שטייט אז ס׳איז דא 12000
lk


דיין שווערע שאלה וואלטיך דיר פותר געווען
נאר היות ווילסטעך זאגן אז ס'קיין גזירה ניטא, נו האלטיר מיט דעם, קיין גזירה איז נישטא מען זיכט קיינעם נישט אריינצוזעהן אין מיליטער
די פרקליט המדינה האט סתם אין די וועלט געשריבן עטליכע דפים איבער די הארבקייט פין די וואס שטערן די פריוואטקייט פון די מגייסים, מען פארלייגט זיך אומזינסט אויף די וואס שרייען נאך מיליטערלייט, אלעס איז אבי געזינט עס קומט בכלל גאר נישט פאר, כ'האף יעצט זענט איר צופרידן.

א ליסטיגן יו"ט

שמעון וואלף » דינסטאג מאי 30, 2017 5:42 pm

· #372917
.אקעי, איך גיי נישט
📎 DBGNCatXYAINhid.jpg

גר ותושב » דאנערשטאג יוני 1, 2017 11:45 pm

· #372922
📎 IMG_20170601_234444.jpg
איך האף אז דער בריוו איז פאלש קען איינער קאנפירמען?

איש את רעהו » פרייטאג יוני 2, 2017 12:33 am

· #372925
עצרת הגרש אויערבאך פון היינט📎 hfdvyms2__w968h642q95.jpeg


📎 n16uz1ud__w968h644q95.jpeg


קהל תומכים, בהם ראשי הישיבות של 'הפלג הירושלמי' ובראשם הגר״ש אוירבך, התכנסו הערב לעצרת מחאה בירושלים תחת הכותרת "עת לדבר". העצרת נערכה על רקע גל המעצרים של בכירי עיתון 'הפלס' במהלך השבועות האחרונים.

גל מעצרים וחקירות זה התפרש בעיני ראשי ׳הפלג׳ כמסע השתקה וסתימת פיות. בשל כך, העצרת עסקה הן בהתקפה על רשויות האכיפה המנסים לפגוע בציבור בני התורה והן בממסד הליטאי שמעניק לטענתם גיבוי שבשתיקה למעשים הללו.

העצרת החלה עם נאומו של הגר״ש אוירבך שפרץ במהלך דבריו בבכי ואמר לציבור השומעים: "אנו בעת צרה של גזירות קשות על היהדות, ובהסתר פנים גדול מאוד, מול אחים, אחים ממש. כאשר אין יראת ד' בוערת בקרבם, אז נכנסת אש זרה, במעשים אשר לא ייעשו, שאין לזה כל הסבר. כל גדולי ישראל בכל הדורות עמלו לרומם את בני דורם, לחזק את הדור כל אחד בדרכו, והיום שומעים דעות כאילו אסור לרומם, לחזק ולתבוע".

הגר״א דויטש, מראשי ישיבת פוניבז', דיבר בחריפות רבה על חיבוק הדוב מצד הממשל שמחפש "לחנוק את היהדות החרדית", כלשונו. הרב דויטש האשים ותקף בחריפות את 'דגל התורה' שנותנת יד להשתקת הציבור והעיתון שמאיר את הזרקורים למקומות הנכונים לדבריו - "גזירות הגיוס, החינוך והאקדמיה".

ראש ישיבת גרודנא הרב שמידע דיבר על הוראתו של ראש הישיבה לדבר, ולא לשתוק - נוכח הניסיונות הבלתי פוסקים של מדינת ישראל ושותפיה החרדיים. "על כל אחד מאיתנו חובה להיות פה למחאה נגד הקלקול הפושה", אמר.

הרב יעקב כהן, חתנו של נשיא מועצת חכמי התורה של ש"ס הגר"ש כהן, ומראשי ישיבת יקירי ירושלים, תקף את הממסד הליטאי שלדבריו מפעיל איומים על גדולי ישראל כדי שלא ישתתפו בכל מיני כינוסים: "אני יכול להעיד על כך באופן אישי ומקרוב". עוד הוא אמר, "‏אני יודע שהעסקנים יעשו הכל כדי שהערב אאבד את משרתי, ולמרות זאת אני עומד כאן"

איש את רעהו » פרייטאג יוני 2, 2017 12:55 am

· #372926
📎 kk2png.png
📎 kk2.png
📎 kk3.png

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 2, 2017 6:42 am

· #372934
מ'דארף רייבן די אויגן. מ'צאלט קינדער אנצושרייען מענטשן?!

און מענטשען געבן געלט פאר אזעלכע פאסקודנאציעס?!

שלא שם חלקינו כהם וגורלינו ככל המונם

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 2, 2017 8:33 am

· #372936
ליטוואק, האסט שוין אמאל געהערט פון א הלכה "וגוערין בו"?
פאראן שולן וואס שטעלן גבאים אויף דעם, צו אינפארסירן די הלכה. און מען צאלט זיי נאך געלט פאר דעם!! שומו שמים..

לויט די שיטה וואס איז מחמיר אויף די מצוה פון תוכחה איז עס בכלל נישט אזא געפערליכע עוולה ווי דו לייגסט עס אראפ. יעדער האט זיין פרעספעקטיוו.

איש את רעהו » פרייטאג יוני 2, 2017 9:59 am

· #372938
ליטוואק פון בודאפעסט

מ'צאלט קינדער אנצושרייען מענטשן?!


האסט נישט געליינט די צעטיל ריכטיג

איש את רעהו » פרייטאג יוני 2, 2017 10:10 am

· #372939
דער מודעה ברענגט דער בילד📎 k.jpg

און בארואיגט די קינדער אז ווער עס פאלט אין פאליצייאישע הענט וועט באקומען א שיינע מטבע
עס איז א לעצטערע טאקטיק פון די מוחים צו פארשטערקערן די פראנט קעגן די פאליציי

אינטערסאנט איז נאר ווי די פאליציי פארלייגט זיך אזוי אויף די שרייער'ס עס איז דאך בכלל קיין גזירה נישטא, נו מה כל הרעש אפאר איגענטליכע שרייען איבער א גזירה שלא הי' ולא נברא.

היינט פרייטיג האבן זיי ווידער זיך פארלייגט אויף שרייער'ס און געכאפט א גאר יונגער
📎 2uyivhrt__w470h264q95.jpeg

גר ותושב » פרייטאג יוני 2, 2017 10:52 am

· #372943
@איש קוקט אויס ווי איר קענט נישט קיין עברית ליין איבער די צעטל עס שטייט דארט אז מען באקומט באצאלט כמנין חרדקים החוצה אויב שרייט מען און אויב באקומט מען קלעפ דאן באקומט מען א הוספה כמנין אגרוף ואני הקטן שנדר איך בלי נדר א קדיש פאר אלע געהארגעטע.

גר ותושב » פרייטאג יוני 2, 2017 11:00 am

· #372944
שמעקעדיג
ליטוואק, האסט שוין אמאל געהערט פון א הלכה "וגוערין בו"?
פאראן שולן וואס שטעלן גבאים אויף דעם, צו אינפארסירן די הלכה. און מען צאלט זיי נאך געלט פאר דעם!! שומו שמים..

לויט די שיטה וואס איז מחמיר אויף די מצוה פון תוכחה איז עס בכלל נישט אזא געפערליכע עוולה ווי דו לייגסט עס אראפ. יעדער האט זיין פרעספעקטיוו.

כבוד הרב שמעקעדיג איך האב בדרך כלל שטארק הנאה פון אייער שרייבן אבער עפעס ביי די נושא איז עס בבחינת נרדי נתן ריחו עס איז שוין נישט אזוי שמעקעדיג ווי בעפאר קודם כל איז דען דער גוערין בו א בנין אב לכל התורה כולה? ועוד רעדן בשעת התפילה איז לכולה עלמא אסור מה שאין כן דאס גיין אין מיליטער. ועוד לשיטתך איז דען דער עירוב שרייער מקיים א מצוה פון וגוערין בו? און טאמער האלטן אנדערע אז מען מעיג טראגן מיטן עירוב איזער מחיוב מיתה?
חוץ פון דעים וואס משטעלט עס אוועק כאילו מען שרייט נאר וואס טוט זיך מיט שטיינער ווארפעריי? קומענדיגע מאל וואס איינער רעדט ביים דאווענען מעיג איך אויך ווארפן א שטיין בקל וחומר?

געוואלדיג » פרייטאג יוני 2, 2017 11:43 am

· #372950
איך פארשטיי נישט, קומט א פרומער אינגערמאן וואס איז פון די ל״ע׳ניקעס וואס איז בע״כ אנגעקומען טין מיליטער און עפ״י געזעץ מוז ער אלס ארום גיין מיט די מונדירן, ער קומט ענדליך אהיים צו זיין אויסגעבענקטע פארמיליע ווערט ער באווארפן מיט שטיינער און קולות מיט א תורה חדשה פון יהרג ואל יעבור און וגוערין בו מיינט אויך אויף מיליטער און גאר באצאהלן פאר דעם wow

#וואסגייטמעןשרייען

קפה נמס » פרייטאג יוני 2, 2017 12:37 pm

· #372959
קפה נמס
שמעקעדיג
איך זעה דער עולם מאכט דא פעסט ליצנות פון די גאנצע מערכה, כאילו די גאנצע זאך איז פשוט אויסגעזויגן פונעם פינגער. עס איז א ווייטאג אז דער עולם איז נישט ריכטיג אינפארמירט, און אטע דאס טאקע איז די מטרה פון דעם כינוס, ברענגען awareness פאר די איגנארענט, און חיזוק פאר די וואס ווייטאגן.

דאונט געט מי ראנג, איך בין א שוואכער חסיד פון די נאכאנאנדע כינוסיים, איסורים וחרמות, איך ווייס גוט אז מיר לעבן אין א אכשר דרא עפאכע און מען קריכט אויף די גראדע ווענט צו טיילן איסורים ווי אימער מעגליך; אבער דא ווייס איך פון קלארע פאקטן אז דער מצב איז ביטער ווי א גאל, די אלע וואס מאכן עס אוועק מיט א פשטות כאילו מען שטעלט זיך און מען באקומט א פטור, זענען פשוט נישט ריכטיג אינפארמירט. עס פאסירן פרישע ביטערע אינצידענטן יעדע וואך, מדינת ישראל איז אנטשלאסן צו פארכאפן ווי מער היימישע בחורים אין מיליטער, מיט כל מיני מיטלען און טאקטיקן, סיי מיט גוטן און סיי מיט בייזן. עס איז באמת אן עת צרה ליעקב.

.

@שמעקעדיג,
אפשר טיילסטו מיט מיט'ן עולם פון די פאקטן וואס דו ווייסט, און וואספארא אינצידענטן פאסירן יעדע וואך ?
איך בין זיכער אז אסאך וואלטן אנגענומען דיינע ווערטער מיט מער ערנסטקייט ווי אלע ליפלעטן און פאשקעווילן...

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 2, 2017 2:44 pm

· #372971
שמעקעדיג
ליטוואק, האסט שוין אמאל געהערט פון א הלכה "וגוערין בו"?
פאראן שולן וואס שטעלן גבאים אויף דעם, צו אינפארסירן די הלכה. און מען צאלט זיי נאך געלט פאר דעם!! שומו שמים..

לויט די שיטה וואס איז מחמיר אויף די מצוה פון תוכחה איז עס בכלל נישט אזא געפערליכע עוולה ווי דו לייגסט עס אראפ. יעדער האט זיין פרעספעקטיוו.

אקעי, איך קום קיין ווסמב"ג געבען קינדער פאקסי פאפס פאר׳ן אנשרייען מענטשען וואס שמועסען ביי חזרת הש"ץ, בסדר?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גר ותושב » פרייטאג יוני 2, 2017 3:01 pm

· #372973
איש את רעהו

אינטערסאנט איז נאר ווי די פאליציי פארלייגט זיך אזוי אויף די שרייער'ס עס איז דאך בכלל קיין גזירה נישטא, נו מה כל הרעש אפאר איגענטליכע שרייען איבער א גזירה שלא הי' ולא נברא.


טאקע וועיגן דעים סתם א באנדע ליידיגייערס צושטערן די סדר היום אן קיין שום סיבה דארף מען קער נעמען.

איש את רעהו » פרייטאג יוני 2, 2017 3:19 pm

· #372974
גר ותושב
איש את רעהו

אינטערסאנט איז נאר ווי די פאליציי פארלייגט זיך אזוי אויף די שרייער'ס עס איז דאך בכלל קיין גזירה נישטא, נו מה כל הרעש אפאר איגענטליכע שרייען איבער א גזירה שלא הי' ולא נברא.


טאקע וועיגן דעים סתם א באנדע ליידיגייערס צושטערן די סדר היום אן קיין שום סיבה דארף מען קער נעמען.

נאפס
זיי זענען עקסטרים אגרעסיוו קעגן די שרייער, קוקט אויס עפעס ווייסן זיי יא פון א גזירה צו זאגן.

איש את רעהו » פרייטאג יוני 2, 2017 3:38 pm

· #372978
נעע.. ס'נישטא קיין גזירה

<a class="postlink" href="http://thegius.com/%D7%94%D7%99%D7%AA%D7%9B%D7%9F-%D7%99%D7%A9%D7%99%D7%91%D7%95%D7%AA-%D7%97%D7%91%D7%93%D7%99%D7%95%D7%AA-%D7%A8%D7%A9%D7%95%D7%9E%D7%95%D7%AA-%D7%9B%D7%99%D7%A9%D7%99%D7%91%D7%95%D7%AA-%D7%9E/">http://thegius.com/%D7%94%D7%99%D7%AA%D ... AA-%D7%9E/</a>


<a class="postlink" href="http://thegius.com/%D7%9B%D7%A0%D7%A1-%D7%A2%D7%AA-%D7%9C%D7%93%D7%91%D7%A8-%D7%A0%D7%A0%D7%A2%D7%9C-%D7%91%D7%94%D7%A8%D7%92%D7%A9%D7%AA-%D7%A8%D7%95%D7%9E%D7%9E%D7%95%D7%AA-%D7%95%D7%91%D7%9E%D7%95%D7%9B%D7%A0%D7%95/">http://thegius.com/%D7%9B%D7%A0%D7%A1-% ... %A0%D7%95/</a>

היינטיגער ביילאגע אין צייטונג

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 2, 2017 4:32 pm

· #372982
גר ותושב
שמעקעדיג
ליטוואק, האסט שוין אמאל געהערט פון א הלכה "וגוערין בו"?
פאראן שולן וואס שטעלן גבאים אויף דעם, צו אינפארסירן די הלכה. און מען צאלט זיי נאך געלט פאר דעם!! שומו שמים..

לויט די שיטה וואס איז מחמיר אויף די מצוה פון תוכחה איז עס בכלל נישט אזא געפערליכע עוולה ווי דו לייגסט עס אראפ. יעדער האט זיין פרעספעקטיוו.

כבוד הרב שמעקעדיג איך האב בדרך כלל שטארק הנאה פון אייער שרייבן אבער עפעס ביי די נושא איז עס בבחינת נרדי נתן ריחו עס איז שוין נישט אזוי שמעקעדיג ווי בעפאר קודם כל איז דען דער גוערין בו א בנין אב לכל התורה כולה? ועוד רעדן בשעת התפילה איז לכולה עלמא אסור מה שאין כן דאס גיין אין מיליטער. ועוד לשיטתך איז דען דער עירוב שרייער מקיים א מצוה פון וגוערין בו? און טאמער האלטן אנדערע אז מען מעיג טראגן מיטן עירוב איזער מחיוב מיתה?
חוץ פון דעים וואס משטעלט עס אוועק כאילו מען שרייט נאר וואס טוט זיך מיט שטיינער ווארפעריי? קומענדיגע מאל וואס איינער רעדט ביים דאווענען מעיג איך אויך ווארפן א שטיין בקל וחומר?

איך האב נישט געמיינט צו נעמען א שטעלונג דא, איך האב נאר געוואלט מסביר זיין פאר ליטוואק וואס איז געווארן אזוי ערשיטערט, אז צומאל טרעפט מען אזא זאך אז מען דארף שרייען ע"פ תורה, ותו לא מידי.

קפה נמס » פרייטאג יוני 2, 2017 4:40 pm

· #372984
@שמעקעדיג,
דו האסט שוין גענומען א שטעלונג, דו האסט געזאגט אז דו ווייסט פאקטן און דו ווייסט וועכנטליכע מעשיות. אויף דערווייל האסטו נישט צוגעברענגט קיין שום פאקט אדער מעשה וואס דו ווייסט...?

גר ותושב » פרייטאג יוני 2, 2017 4:47 pm

· #372985
איש את רעהו
גר ותושב
איש את רעהו

אינטערסאנט איז נאר ווי די פאליציי פארלייגט זיך אזוי אויף די שרייער'ס עס איז דאך בכלל קיין גזירה נישטא, נו מה כל הרעש אפאר איגענטליכע שרייען איבער א גזירה שלא הי' ולא נברא.


טאקע וועיגן דעים סתם א באנדע ליידיגייערס צושטערן די סדר היום אן קיין שום סיבה דארף מען קער נעמען.

נאפס
זיי זענען עקסטרים אגרעסיוו קעגן די שרייער, קוקט אויס עפעס ווייסן זיי יא פון א גזירה צו זאגן.

זיי זענען עקטרים אקעיגן אראבער so what.

גר ותושב » פרייטאג יוני 2, 2017 4:50 pm

· #372986
שמעקעדיג

איך האב נישט געמיינט צו נעמען א שטעלונג דא, איך האב נאר געוואלט מסביר זיין פאר ליטוואק וואס איז געווארן אזוי ערשיטערט, אז צומאל טרעפט מען אזא זאך אז מען דארף שרייען ע"פ תורה, ותו לא מידי.


אויף דעים ארויף האב איך גענטפערט אז נישט א יעדע חרש שוטה וקטן קען זיך נעמען די דין פון גוערין בו אין די האנט אריין און ניצן ווי אימער.

שמעקעדיג » פרייטאג יוני 2, 2017 5:44 pm

· #372999
דאס איז אמת. והשומרים קארטלעך יוכיח. אבער דער קאנצעפט עקזיסטירט פארט ביי אונז. און דאס האב איך געוואלט ארויסברענגען.

קפה נמס, אי"ה

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 2, 2017 6:18 pm

· #373003
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/372877">viewtopic.php?p=372877#p372877</a><!-- l -->

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » פרייטאג יוני 2, 2017 6:35 pm

· #373006
[ציטאט אראפגענומען]


דער ליסט איז נישט פון שנת תשנ"ט ביז היינט
עס איז א ליסט פון בחורים / אינגעלייט וואס האבן אין די לעצטערע תקופה זיך אנגעהאקערט אינעם פויסט פינעם צה"ל

בכלל וואס מאכט דיר אויס צו די צעטיל זאגט 50 צו 1000 אדער 12 טויזענט, אויב ס'קיין גזירה ממילא נישט פארהאן.

איש את רעהו » פרייטאג יוני 2, 2017 6:38 pm

· #373008
@שלום אויב ביסטי אינטערסירט צו וויסן מער, נעמט א בילעט צום עצרת קומענדיגער זינטיג שלח אינעם סטאדיום
נאדער
📎 IMG-20170602-WA008.jpg

גר ותושב » פרייטאג יוני 2, 2017 6:43 pm

· #373009
איש את רעהו
[ציטאט אראפגענומען]


דער ליסט איז נישט פון שנת תשנ"ט ביז היינט
עס איז א ליסט פון בחורים / אינגעלייט וואס האבן אין די לעצטערע תקופה זיך אנגעהאקערט אינעם פויסט פינעם צה"ל

בכלל וואס מאכט דיר אויס צו די צעטיל זאגט 50 צו 1000 אדער 12 טויזענט, אויב ס'קיין גזירה ממילא נישט פארהאן.

ווייל אויב איינער פארקויפט לאקשן און זאגט אז עס איז צוויי פיס גרויס אפילו איך האלט נישט ביים קויפן דע לאקשן קען איך זיך נאך אלץ דינגען אז די לאקשן וואס די ווילסט לשיטתך מיר פארקויפן איז קוים א האלבע פיס לאנג

איש את רעהו » פרייטאג יוני 2, 2017 6:47 pm

· #373010
איר האלט ממילא נישט ביים קויפן די סארט לאקשן, איר העט נאר האבן קאפוויי, איר גלייכט בעסער די אנדערע לאקשן, גייט קויפט ביי א צווייטן
שכח

גר ותושב » פרייטאג יוני 2, 2017 6:51 pm

· #373011
איש את רעהו
איר האלט ממילא נישט ביים קויפן די סארט לאקשן, איר העט נאר האבן קאפוויי, איר גלייכט בעסער די אנדערע לאקשן, גייט קויפט ביי א צווייטן
שכח

דער אנדערע מאכט נישט אזעלכע גרויסע עדס און אדווערטייזמענט פאר זיינע לאקשן און ער קומט מיר אויך נישט איינטיילן מיינע געפיהלן צו איך דארף זיין טרויעריג אדער בזעם אדער כל מיני לשונות זיי טוהן וואס זיי האלטן אז זיי דארפן טוהן דא אבער קומט מען א רויטע בליטיגע אותיות צו פארקויפן אביסל נישט אפגעקאכטע לאקשן עס איז מיר אסאך מער אינטערסאנט דאס מיט צוהאלטן.

איש את רעהו » פרייטאג יוני 2, 2017 7:05 pm

· #373013
עס איז דא ביליגע בילעטן פון 10 טאלער וועסטי קענען מיטהאלטן די אינטערסאנטע סצענע

גר ותושב » פרייטאג יוני 2, 2017 7:09 pm

· #373014
איש את רעהו
עס איז דא ביליגע בילעטן פון 10 טאלער וועסטי קענען מיטהאלטן די אינטערסאנטע סצענע

איך טראכט טאקע ערנס דערביי און טאמער טאקע וועט בעזרת השם נאכפאלגן א באריכט ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען וויפיל פאן די עולם האט געהאט וויפיל יודן האבן בכלל אויסגעהערט די דרשות ועוד ועוד אן אלע צוגעהערן פון אנגארישע שפראך.

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג יוני 2, 2017 7:29 pm

· #373016
גר ותושב
איש את רעהו
עס איז דא ביליגע בילעטן פון 10 טאלער וועסטי קענען מיטהאלטן די אינטערסאנטע סצענע

איך טראכט טאקע ערנס דערביי און טאמער טאקע וועט בעזרת השם נאכפאלגן א באריכט ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען וויפיל פאן די עולם האט געהאט וויפיל יודן האבן בכלל אויסגעהערט די דרשות ועוד ועוד אן אלע צוגעהערן פון אנגארישע שפראך.

א שאד פאר די צייט און געלט, וואס גייט מען שוין הערן דארט ווי אפאר כמו רעדנערס געבן זיך אויס אויף אן ענין וואסי באמת נישט נוגע פאר קיינעם, זייער שרייען גייט נישט טוישן קיין זאך, און סך הכל די וואס שיקן ארויס דעם עולם שרייען ווייסן עס אויך.
נאר וואזשע דען?? נאר די אלע גרויסע ברענדס דארפן שטארק מאכן זייער ברענד יעדע שטיק צייט, ניצט מען דעס פאר א מיטל. ס'איז נישט מחייב קיינעם גארנישט און ס'קאסט נאר די פאר דאלער, און ווער ווייסט אפשר איז גאר דא אפאר יחידים וואס מאכן דערפון עפעס, צו כבוד צו געלט אדער ביידע

קאצקע ציקער » פרייטאג יוני 2, 2017 7:53 pm

· #373017
און חיים מאיר מארקאוויטש האט נאך א פראדזעקט פון ווי צו מאכן געלט..

גר ותושב » מוצ"ש יוני 3, 2017 11:39 pm

· #373033
דער גאלדענער אדלער
גר ותושב
איש את רעהו
עס איז דא ביליגע בילעטן פון 10 טאלער וועסטי קענען מיטהאלטן די אינטערסאנטע סצענע

איך טראכט טאקע ערנס דערביי און טאמער טאקע וועט בעזרת השם נאכפאלגן א באריכט ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען וויפיל פאן די עולם האט געהאט וויפיל יודן האבן בכלל אויסגעהערט די דרשות ועוד ועוד אן אלע צוגעהערן פון אנגארישע שפראך.

א שאד פאר די צייט און געלט, וואס גייט מען שוין הערן דארט ווי אפאר כמו רעדנערס געבן זיך אויס אויף אן ענין וואסי באמת נישט נוגע פאר קיינעם, זייער שרייען גייט נישט טוישן קיין זאך, און סך הכל די וואס שיקן ארויס דעם עולם שרייען ווייסן עס אויך.
נאר וואזשע דען?? נאר די אלע גרויסע ברענדס דארפן שטארק מאכן זייער ברענד יעדע שטיק צייט, ניצט מען דעס פאר א מיטל. ס'איז נישט מחייב קיינעם גארנישט און ס'קאסט נאר די פאר דאלער, און ווער ווייסט אפשר איז גאר דא אפאר יחידים וואס מאכן דערפון עפעס, צו כבוד צו געלט אדער ביידע

איך וואלט געצאלט אפאר דאלער צו מיטהאלטן א קאמעדיע שאו.

דער גאלדענער אדלער » מוצ"ש יוני 3, 2017 11:45 pm

· #373035
איך אויך, אבער נאר עפעס וואס כ'האב עכט הנאה, אבער ביים דע אזוי גערופענע כינוס האב איך בכלל נישט קיין הנאה צו זעהן ווי ס'קומען זיך צאם טויזענטער מענטשן, וואס ווערן אויסגעניצט פאר די פראפאגאנדע פון געוויסע יחידים וואס מ'פארקויפט זיי לאקשן

גר ותושב » מוצ"ש יוני 3, 2017 11:54 pm

· #373039
דאס ביסטו גערעכט איך וועל אבער יא הנאה האבן פון די לאקשן פאקויפערס וואס ווייסן וואס זיי פארקויפן און שטעלן אן א ערנסטע מינע כאילו זיי גייען יעצט ראטעווען די וועלט און אויב איינער גייט דארט לאזן א טרער דעמאלט איז עס מיר ווערט אסאך מער ווי צען דאלער.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג יוני 4, 2017 12:14 am

· #373041
איך בין מסכים מיט דיר אז ס'איז פאני, און אויך א געלעכטער, אבער ס'איז א ווייטאג.
עפעס א מין קולטור, כצאן לטבח, וואס אפאר יחידים מאכן אפ לויפן נאך טויזענטער, מיטן תירץ פון צאו לך בעקבי הצאן.

איש את רעהו » זונטאג יוני 4, 2017 12:26 am

· #373045
@גאלדענע אדלער @גר ותושב אז איר ווילט קענט איר קויפן די לאקשן ביי פרוש/המבשר גפני/יתד
נאדער זייערע סחורה📎 IMG_0826.JPG
📎 IMG_0827.JPG 📎 IMG_0828.JPG

וואלווי » זונטאג יוני 4, 2017 12:28 am

· #373046
גר ותושב
איך וואלט געצאלט אפאר דאלער צו מיטהאלטן א קאמעדיע שאו.


נאך אלס נישט ווערד. א מאווי טיקעט פאר א קאמעדי מיט אביסעל געפיטער'טע פאפקארן און א 20 אונס קאוק אלס פאר אונטער צען דאללער איז בעסערע וועליו אוו ענטערטעינמענט.
בלאט: 1 2 3 4