☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #11499

אשכול אן א טיטל #11499

155 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11499
בלאט: 1 2 3 4

איש את רעהו » דאנערשטאג מאי 18, 2017 8:52 pm

· #371663
גאנצל
[ציטאט אראפגענומען]

לאמיר דיר זאגן וואס דא סיקריק באדערט סיקריק פאר @איש און סיקריק נאכדעים וועסטו סיקריק זיך שפארן סיקריק כח אים פראבירן סיקריק פארשטיין געבן סיקריק
סיקריקים
סיקריקים

סיקריקים

לעצטענס ווען גאנצל וויל זעך ערקלערן און יענעמ'ס נקודה אפפרעגן איז דא א נייע צויבער ווארט, דערנאך ווערט שוין זיינע רייד מובן מאליו
עי' כאן דברי שמעקעדיג איבער די סארט ניק'ס

שמעקעדיג » דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:25 pm

· #371693
.
📎 IMG-20170518-WA0014.jpg

גר ותושב » דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:42 pm

· #371699
קען איינער קלאר מאכן די פאקט ביטע וויפיל ארעסטירטע זענען דא פון די וואס זענען יא געגאנגען אין לשכת הגיוס?

פון די וואס גייען נישט איז מיר נישט אינטערסאנט זיי זוכען צרות וועלן זיי עס טרעפן כאפ א בליק דא ווי עקסטרימיסטן כאפן זיך אריין אין א מיליטערישע באזע ביי א הפגנה.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/pLoOperC6vk">https://youtu.be/pLoOperC6vk</a>

און פאר זיי מאכט מען דאך דער מלבושי ישע ארגענעזאציע?
איך וואלט אנדערש עס גערופן וועד רופא כל בשר!
איך האפ אז זיי האבן געמאכט א סעודת הודאה פארן נישט כאפן א בולעט אין קאפ.

גאנצל » דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

· #371706
איש את רעהו
ליין זיין דרשה
ער רעדט אן עקסטרים שפראך
עס איז נענטער צו ברענגען נאכן פריערדיגע אויסברוך

אה שוין געבוירן א נייע טוירם....... א עקסטרעים שפראך

ער רעדט שוין באלד 20 יאר פון גיוס און מיט א עקסטרעים שפראך

נאר וואס דען ווילסט קענען צוקומען צו דיין צווייטע שורה ספינסטו דיין ערשטע שורה

און דעס מיינט א ס............

ניט די ערשטע שורה דיינס איז אמת און ניט די צווייטע די אויספיר

ווילסט ניט איך זאל דיר זאן סרטק וועל איך רעדן אידיש

הער אויף ספינען און קאט די קרעפ

גאנצל » דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:54 pm

· #371707
[ציטאט אראפגענומען]

איך נות דיך ניט איך האב בעסער וועם צו נוצן.......

איך געב דיר נאר עדווייס ווילסט עס נאך ניט נעמען זאל דיר וואויל באקומען גיי טענה דיך מיט אים ביסט דו וועסט געבן א האנט פאר מיר אויך........

איסר האטלקי » דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:54 pm

· #371709
געוואלדיג

ביטע האלטן דעם אשכול אוועק פון פערזענליכע אטאקעס, און יא דיר, דיר טאקע מיינט מען, א דאנק.

גאנצל » דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:58 pm

· #371710
איש את רעהו
גאנצל
[ציטאט אראפגענומען]

לאמיר דיר זאגן וואס דא סיקריק באדערט סיקריק פאר @איש און סיקריק נאכדעים וועסטו סיקריק זיך שפארן סיקריק כח אים פראבירן סיקריק פארשטיין געבן סיקריק
סיקריקים
סיקריקים

סיקריקים

לעצטענס ווען גאנצל וויל זעך ערקלערן און יענעמ'ס נקודה אפפרעגן איז דא א נייע צויבער ווארט, דערנאך ווערט שוין זיינע רייד מובן מאליו
עי' כאן דברי שמעקעדיג איבער די סארט ניק'ס

סיקריק איז דער באדייט פון א סארט מענטש וואס פארדרייט פאקטן נעמט ווערטער פון איינעם און פארדרייט עס ציט זיך אראפ די היט ביז'ן אויער און פארגלייזט זיך די אויגן און שרייט געוואלד אן א פאר וואס

און דאס טוסטו האסט א בעסער ווארט פאר אזא איינעם אדרבה געב אהער און איך וועל אנהייבן דעס צו נוצן

איש את רעהו » פרייטאג מאי 19, 2017 12:14 am

· #371717
גאנצל
איש את רעהו
גאנצל
[ציטאט אראפגענומען]

לאמיר דיר זאגן וואס דא סיקריק באדערט סיקריק פאר @איש און סיקריק נאכדעים וועסטו סיקריק זיך שפארן סיקריק כח אים פראבירן סיקריק פארשטיין געבן סיקריק
סיקריקים
סיקריקים

סיקריקים

לעצטענס ווען גאנצל וויל זעך ערקלערן און יענעמ'ס נקודה אפפרעגן איז דא א נייע צויבער ווארט, דערנאך ווערט שוין זיינע רייד מובן מאליו
עי' כאן דברי שמעקעדיג איבער די סארט ניק'ס

סיקריק איז סיקריק וואס ציוניסטישע פרעסע האט גענימען צו פייניגען אנדערע דער באדייט סיקריק סיקריק פון א סארט סיקריק פארדרייט סיקריק
פאקטן נעמט סיקריק
ווערטער פון סיקריק

און דאס סיקריק
באדייט סיקריק

דא האט פאר דיר @שמעקעדיג געשריבן א לאנגע אשכול,
ביטע נעם צו קענטעניס אז מען קומט נישט אן מיט יענעם באטיטלען און זיכן צו קאנווינסען א דעה מיט כנויין וכינוי כינויין.

גאנצל » פרייטאג מאי 19, 2017 12:16 am

· #371719
איך בין שוין באקאנט מיט ענקער קרעפ באלד א חצי יובל יארן

איסר האטלקי » פרייטאג מאי 19, 2017 12:19 am

· #371722
גאנצל

האסט א בעסער ווארט פאר אזא איינעם אדרבה געב אהער און איך וועל אנהייבן דעס צו נוצן

פארוואס דארפסטו נוצן צונעמען מסביר צו זיין א שיטה?
האסט וואס צו ענטפערן ענטפער צום פינטל. צולייגן נעמען הייסט נישט געענטפערט, עס האט אנדערע נעמען. געוואלדיג האט היינט געשריבן א שיין אשכול פאר אזעלכע נאטורן.

גאנצל » פרייטאג מאי 19, 2017 12:42 am

· #371726
איסר האטלקי
גאנצל

האסט א בעסער ווארט פאר אזא איינעם אדרבה געב אהער און איך וועל אנהייבן דעס צו נוצן

פארוואס דארפסטו נוצן צונעמען מסביר צו זיין א שיטה?
האסט וואס צו ענטפערן ענטפער צום פינטל. צולייגן נעמען הייסט נישט געענטפערט, עס האט אנדערע נעמען. געוואלדיג האט היינט געשריבן א שיין אשכול פאר אזעלכע נאטורן.

אבער וואס טוט מען צו איינעם וואס פארלייקנט פאקטן ? און ער בויעט נאך גאנצעטע פאלשע בנינים

גאנצל » פרייטאג מאי 19, 2017 1:32 am

· #371729
סיקריק איז נישט שלא מן ענין

דאס איז דער תירוץ, דאס איז 'דער' ענין

סיקריק איז א מהלך

און אז איך זעי איינער גייט מיט די מהלך רוף איך עס אן ביים נאמען

איך דארף עפעס יעדע מאל גיין מסביר זיין די יסוד פון א סיקריק

איך וועל דיר געבן א ביישפיל ווען @איסר האט אטקירט ר' אהרן מיט שיטה חדשה

ליין איבער יענע ארטיקל וויפיל מ'האט אים געקארנערט און אנגעוויזן אויף זיין לעכרליכקייט איז ער אויפגעקומען מיט א נייע זאך פערטיג מיט איין ליגענט געגאנגען צום צווייטן און ער האט נאך מיט חוצפה היינט פונדאסניי פלעין צוריק געגאנגען צום ערשטן ליגענט

לאמיך איך פארשטיין געבן
צו איך וואק אויפ'ן גאס צו נישט איז נישט קיין שיטה מחלוקה דאס איז א מציאות די זעלבע מיט'ן זיך שטעלן צום גיוס ס'קומט ניט אריין שיטה דאס איז א מציאות שאלה און ער ווייסט 100 % אז די מציאות איז אנדערש ער האט דאס אליין מודה געווען היינט

נאר וואס ? ער איז גרייט געווען צו פארדרייען די מציאות צו קענען אטאקירן מיט שיטה חדשה דעס מיינט פארפיפעריש בלאף פון קאפ ביז פוס

נישט די ערשטע חלק פון זיך נישט שטעלן וואס דעס איז וואס ? א מציאות שאלה נישט קיין שיטה שאלה, איז אמת או נישט די צווייטע חלק איז אמת ס'איז נאר כדי מ'זאל קענען נאכ'ן פארדרייען די מציאות שרייען שיטה חדשה

דעס מיינט סיקריק אזוי ווי ס'איז דא וועזשעטעריענס איז דא סיקריקים פאקטן פארדרייערס און שוין קומט מען צו צו א אטאקע בשעת די מציאות אויף וואס דו בויעסט די אטאקע הייבט זיך נישט אן

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג מאי 19, 2017 1:34 am

· #371730
[ציטאט אראפגענומען]

בעצם ווי קום איך אן דא אריין צו שטעקן מיין שטימפיגע פעדער צווישען אזעלכע ריזן, אבער צוריק צו האלטן מיין פעדער וויל איך אויך נישט ווייל ס'וועט ווערן נאך מער שטימפיג, אשר ע"כ וועל איך לאזן הערן מיין ארימע מיינונג.

בעצם בין איך אינגאנצן צומישט, כ'האב שוין פארלוירן חשבון ווער ס'מיט וועם, און ווער ס'קעגן וועם, און קעגן וועם פראטעסטירט מען, און פאר וועם נעמט מען זיך אן. מיר קוקט עס מער אויס ווי די קרבנות פון "קיץ המזבח" אז מ'האט נישט געוואלט לאזן דעם מזבח ליידיג.

די אלע מחאות וואס קומט פאר סיי וואס די רבנישע פאראייניגונג פון קנדא וואס האלט אויף אויך אן אפיס אויף דיוויזיאן עוו. אין ברוקלין ,און סיי די אנדערע וואס זוכן מוחה צו זיין בכל עת מצוא, איז נישט מער ווי צו האלטן דעם עולם ביזי מיט כמו אידישע אנגעלעגענהייטן. איי פארוואס אזוי גרויסע טראסק? א סטאדיום!! קען זיין ווייל ס'שוין לאנג נישט געווען אזא אקציע, און בכלל ווען דען זאל מען עס מאכן, ווינטער איז שווער צאם צו קלאפן אזא אינטערנעמונג, מילא איז יעצט די בעסטע צייט. ס'פיין ווארעם אינדרויסן, נישט צו הייס נישט צו קאלט.

בקרוב קומט שוין די זימער און דאמאלס איז דאך דא קביעותדיגע מחאות וואס לויפט שוין אויפן קאלענדער יאר נאך יאר, און מ'דארף נישט אויפקומען מיט קיין פרישע פראבלעמען, ווייל ס'קען נאך צומישן דעם עולם. דער עולם איז מאר לעס סעט מיט אלע סעזאן פראבלעמען/עוולות/מחאות/שעריריות.
ווינטער, שובבי"ם-מיאמי.
ספרינג, אנפאנג זימער- ציונות/גיוס.
זימער-שמאלע געפאסטע קליידער מיט לאנגע ראובס.
תשרי חשון-איז בין הזמנים.
און נאכדעם איז א חוזר חלילה סייקל, און נאכדעם איז דא יעראונד מחאות/פראבלעמען, ווי למשל אינטרנט וכדומה.

איז יעדע שטיק צייט דארף מען מאכן עפעס א מין גרויסע מחאה, נוסח סטאדיום אדער נוסח וואשינגטון וכדומה אזוי ווי א טאנאפ אין א קאר, מאכט מען ביי עטליכע צענדליגע טויזענט מייל. און אויך האט מען צוגעשטעלט פאר שב"ק, מוחה זיין אויף ווער ס'טראגט מיטן עירוב.
עפעס אן אנדערען ריעזן איז לכאורה נישטא דא פארוואס מ'מאכט א פראטעסט לפענ"ד.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 19, 2017 7:21 am

· #371737
גאנצל
איסר האטלקי
גאנצל

האסט א בעסער ווארט פאר אזא איינעם אדרבה געב אהער און איך וועל אנהייבן דעס צו נוצן

פארוואס דארפסטו נוצן צונעמען מסביר צו זיין א שיטה?
האסט וואס צו ענטפערן ענטפער צום פינטל. צולייגן נעמען הייסט נישט געענטפערט, עס האט אנדערע נעמען. געוואלדיג האט היינט געשריבן א שיין אשכול פאר אזעלכע נאטורן.

אבער וואס טוט מען צו איינעם וואס פארלייקנט פאקטן ? און ער בויעט נאך גאנצעטע פאלשע בנינים

מ'מאכט איהם פרעזידענט פון אמעריקא.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 19, 2017 7:30 am

· #371738
איך מיין מ׳זאל בעטען דער עולם ארויפצוקומען מיט לאזונגען אויף צו שרייען. שטיסל מאכט גאר א גוטע פאינט, געוואלד! איז שוין פארדזשאווערט און אויסגענוצט, מ׳דארף א נייעם קריגס שריי אויסצורופען דער בלאה בלאה בלאה.

קאווע טרינקער » פרייטאג מאי 19, 2017 8:56 am

· #371743
ס'רוב פון דעם אשכול זענען תגובות פון ניק'ס וואס איך גלענץ ניטאמאל וואס זיי שרייבן, כדי זיך נישט אויפצורעגן - בכל אופן, די פאקט אז סתם א סאטמארע אינגערמאן וועט דיר נישט קענען ענטפערן "מה כל הרעש", אדער "וואס איז גזירת גיוס" און סתם המון עם האבן נישט קיין השגה וואס די נישט-מחאה-נאר-כינוס is all about, איז גענוג צו פארשטיין אז לא דובים ולא יער, ס'איז ריין שמוציג, מ'וויל דא "ווייזן" אז מיר זענען א יש, נישט פאר די ציונים נאר פאר אנדערע חרדים. ממילא, בקהלם אל תחד כבודי, נישט נישט מיין בשר ודם פאר דיינע אינטערעסן.

בד"וו, ס'איז מיר ממש צו לאכן ווי אין אייוועלט ווערט די כינוס אשכולות געמאניטארט לייוו דורך זיבעציג גבאים, און מ'פילט אן בלעטער דורך ציטירין ריזיגע תגובות און איבערפרעגן די זעלבע דאמב קשיות - בכל אופן, אלץ דרייט זיך ארום צו ר' מלכיאל קומט יא אדער נישט. פארוואס? ווייל כדי צו וויייזען פאר אנדערע חרדים ווי שטארק אונז זענען, איז עס נאר אינטערסאנט ווען די בילד האט ליטווישע as well, ווייל דאס אז סאטמאר איז קעגען בני ברק איז דאך שוין אלטע נייעס.. איך גלייב אז מ'גייט הייסן צענדליגע אנע-בערד סאטמאר פעוטים קינדער אנצוטון קנייטש היטן כדי וראו כל בני ברק אז אונז גייען דווקא מיט די ירושלמיע בני יואל, די פארלוירענע פלג חברה.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 19, 2017 9:31 am

· #371746
כינוסים זענען באופן כללי כדי אויפצוווייזען אז אונז זע׳מיר דא. סיי אין סיטיפילד סיי ברחובה של עיר. איך האב טאקע לעצטענס געטראכט אז אונז זע׳מיר שוין לאנג אווערדיו פאר א כינוס כלל ישראל.

איך מיין אז ר׳ מלכיאל האט זייער נישט געגליכענט די לעצטיגע מחאה ווייל די מידיא האט נאכאנאנד געוויזען דער שפיטיווקער בילד, און ס׳איז געווארען א הפגנה קעגען הרב שטיינמן. דער עולם אין לעיקוואוד וועט קיינמאל נישט מפגין זיין קעגען א פרטישע מענטש, און זיכער נישט קעגען א ת"ח און זיכער נישט קעגען א גדול הדור. הרב מלכיאל וויל נעמען די אנדערע צד אין א"י, אבער דער ציבור אין לעיקוואוד איז רובא דרובא נישט מיט איהם אין דעם און ער וויל זיך נישט נאכאמאל שפארען מיט דער ציבור אין לעיקוואוד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 19, 2017 9:36 am

· #371747
איך זעה דער עולם מאכט דא פעסט ליצנות פון די גאנצע מערכה, כאילו די גאנצע זאך איז פשוט אויסגעזויגן פונעם פינגער. עס איז א ווייטאג אז דער עולם איז נישט ריכטיג אינפארמירט, און אטע דאס טאקע איז די מטרה פון דעם כינוס, ברענגען awareness פאר די איגנארענט, און חיזוק פאר די וואס ווייטאגן.

דאונט געט מי ראנג, איך בין א שוואכער חסיד פון די נאכאנאנדע כינוסיים, איסורים וחרמות, איך ווייס גוט אז מיר לעבן אין א אכשר דרא עפאכע און מען קריכט אויף די גראדע ווענט צו טיילן איסורים ווי אימער מעגליך; אבער דא ווייס איך פון קלארע פאקטן אז דער מצב איז ביטער ווי א גאל, די אלע וואס מאכן עס אוועק מיט א פשטות כאילו מען שטעלט זיך און מען באקומט א פטור, זענען פשוט נישט ריכטיג אינפארמירט. עס פאסירן פרישע ביטערע אינצידענטן יעדע וואך, מדינת ישראל איז אנטשלאסן צו פארכאפן ווי מער היימישע בחורים אין מיליטער, מיט כל מיני מיטלען און טאקטיקן, סיי מיט גוטן און סיי מיט בייזן. עס איז באמת אן עת צרה ליעקב.

איך ווייס אז אסאך ניקס (מאכן זיך ווי זיי) פארשטייען נישט דעם פראבלעם פון גיין אין מיליטער, זיי טענה'ן עס איז א גוטע און וויכטיגע זאך, און מען קען דארט זיין אן ערליכער איד און לערנען פלייסיג.... צו די חברה רעד איך נישט, זיי לעבן דאך אויף אן אנדער פלאנעט; איך רעד צו די דאזיגע וועלכע זענען מודה אז מיליטער איז א פראבלעם, נאר זיי כאפן נישט אז דער מצב יעצט איז ערגער ווי מיט 10 יאר צוריק. זיי דארפן וויסן אז זיי זענען נישט אינפארמירט ריכטיג, און צו זיי איז דער כינוס געווענדעט. אדרבה, קומט צום כינוס, און מ'וועט רעדן נאכדעם.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 19, 2017 10:13 am

· #371751
אוודאי איז מיליטער א געפערליכע פראבלעם, און ס'איז מעגליך אז זיי פראבירען אריינצושלעפן פרומע אין מיליטער. די מערכה האט גארנישט מיט דעם אבער. די א.ג. עסקנים שטעלען בכלל נישט פאר קיין פלאן, זיי רעדן נישט פון א מהלך וויאזוי פטור צו ווערן פון די פראבלעם און דאס איז דא נישט די ציהל. איך בין נישט קיין ריזיגע חסיד פון די היינטיגע פירערשאפט אין א"י מצד בני ברק, אבער כאטש מיט א פלאן קומען זיי. זיי טענה'ן אז שטילערהייט איז די איינציגסטע וועג, אז דער פרייע וועט אונז קיינמאל נישט פארשטיין, דעריבער קען מען דאס ניטאמאל פראבירען, נאר מיט האנדלונגען וואס זענען בעסער געטוהן אונטער די פארהאנגען, ועוד ועוד.

ווען איינער ווייזט א ליניע פון די הפגנת א' נשא צו דער איזרעאלי רעגירונג אפשטעלן זייער פראבירונגען צו מאכן מיליטער א חלק פון די חרדי'שע לעבן, קען מען ווייטער רעדן.

מיר'ער בחור » פרייטאג מאי 19, 2017 10:19 am

· #371752
שמעקעדיג
איך זעה דער עולם מאכט דא פעסט ליצנות פון די גאנצע מערכה, כאילו די גאנצע זאך איז פשוט אויסגעזויגן פונעם פינגער. עס איז א ווייטאג אז דער עולם איז נישט ריכטיג אינפארמירט, און אטע דאס טאקע איז די מטרה פון דעם כינוס, ברענגען awareness פאר די איגנארענט, און חיזוק פאר די וואס ווייטאגן.

דאונט געט מיר ראנג, איך בין א שוואכער חסיד פון די נאכאנאנדע כינוסיים, איסורים וחרמות, איך ווייס גוט אז מיר לעבן אין א אכשר דרא עפאכע און מען קריכט אויף די גראדע ווענט צו טיילן איסורים ווי אימער מעגליך; אבער דא ווייס איך פון קלארע פאקטן אז דער מצב איז ביטער ווי א גאל, די אלע וואס מאכן עס אוועק מיט א פשטות כאילו מען שטעלט זיך און מען באקומט א פטור, זענען פשוט נישט ריכטיג אינפארמירט. עס פאסירן פרישע ביטערע אינצידענטן יעדע וואך, מדינת ישראל איז אנטשלאסן צו פארכאפן ווי מער היימישע בחורים אין מיליטער, מיט כל מיני מיטלען און טאקטיקן, סיי מיט גוטן און סיי מיט בייזן. עס איז באמת אן עת צרה ליעקב.

איך ווייס אז אסאך ניקס (מאכן זיך ווי זיי) פארשטייען נישט דעם פראבלעם פון גיין אין מיליטער, זיי טענה'ן עס איז א גוטע און וויכטיגע זאך, און מען קען דארט זיין אן ערליכער איד און לערנען פלייסיג.... צו די חברה רעד איך נישט, זיי לעבן דאך אויף אן אנדער פלאנעט; איך רעד צו די דאזיגע וועלכע זענען מודה אז מיליטער איז א פראבלעם, נאר זיי כאפן נישט אז דער מצב יעצט איז ערגער ווי מיט 10 יאר צוריק. זיי דארפן וויסן אז זיי זענען נישט אינפארמירט ריכטיג, און צו זיי איז דער כינוס געווענדעט. אדרבה, קומט צום כינוס, און מ'וועט רעדן נאכדעם.

אדרבה אפשר רעדסטו אביסל מער בפרטיות וואס ס'גייט טאקע פאר ס'זעט אויס ווי דו ווייסט עפעס מער.
און מיט וואס פונקטליך גייט עס למעשה בעסער ווערן נאכ'ן כינוס מחאה?

געוואלדיג » פרייטאג מאי 19, 2017 10:29 am

· #371753
שמעקי כבר מילתי אמורה, די גאנצע כינוס איז געבויעט אויף פאקטן געשטעלט און פאבריצירט דורך הר׳ אויערבאך׳ס מענטשן און הפלס צייטונג מיט זייערע שותפים אין יהדות הגולה דער איד,
יעדער וואס האט אביסל באקאנטשאפט אין די עד״ח ווייסט פארוואס די מחאות ווערן געפירט אזוי בדיעבד און פארוואס ווי איסר זאגט פאלגן נישט רוב רובם אויב נישט אלע בחורים פון די ישיבות אונטערגעווארפן די עד״ח די אייגענע נייע מכלומר׳שטע שטעלונג איבער זיך שטעלן.

גאנצל » פרייטאג מאי 19, 2017 11:08 am

· #371757
א' פאקט: די ממשלה מאכט היינט שווערער צו באקומען א פטור וואס אמאל האט מען באקומען פון א דר. אין איין מעת לעת דארף היינט דורכגיין מער ווי איין דר. מיט לויערס און אמאל נאך שווערער -ניט אום שבת גערעדט זענען זיי גערעכט וואס עפעס זאל איך געבן א פטור פאר א געזונטע פעהיגע מענטש- אבער למעשה בעיסד אויף די העצע און בעיסד אויף זייערע מעשים ליגט דא עפעס מער

די זעלבע מיט די מעמד בן ישיבה ווערט שווערער און שווערער מיט רעגולאציעס ווי דער בחור מוז לערנען 45 שעה א וואך וכדו' ריכטיגע בא אחיך במרמה

ב' דעס אלעס ווייזט אז דא איז דא א גרויסע פלאן אנצוקומען צו א מצב ווי ס'וועט כמעט נישט מעגליך זיין צו לערנען אין א ישיבה

ג' די זאך קען געפייט ווערן זייער שנעל אזוי ווי ביי גיוס נשים און די ממשלה ווייסט דערפון און זיי זוכן דעס איבערצוקלוגן

ד' די אלע וואס ווילן זיין באקוועים און ווילן זיין במנוחה און ווילן נישט טראכטן פונעם עתיד ובעיקר ווילן נישט פארלירן זייער מקור ממון פאר זייערע מוסדות פרייען זיך זייער לאור המצב און זיי וויקלען זיך איין אין א פארבלענדעניש אז די מצב איז נישט געפערליך און ס'גייט נישט ווערן ערגער הכל על מקומו

ה' זיך איינרעדן אז מיט שטולעניש גייט מען עפעס אויפטון איז נאריש די פאקט ביז היינט האט מען 'נאר' אויפגעטון דורך עקשנות און געשריי

ו די ערשטע זאך וואס דא דארף געשען איז א פאראייניגונג וואס ביי גיוס נשים איז געווען פשוט דארף יעצט א התעוררות און די סיבות דערצו זענען 3 1 היות די רעגירונג איז נישט געקומען אזוי אגרעסיו ווי דעמאלט מילא איז אין די מין טיים געווארן אזא רוח פון פראבירן מאכן פשרות ביי טייל 2 ווייל די גאנצע פאליטיק צווישן די ליטווישע בני תורה האט אוועק געפירט די מערכה פונעם ריכטיגן טרעק 3 איז פשוט מ'זוכט היינט ווי ווייניגער זיך צו רייסן מיט די ממשלה די אמאליגע לייבן זענען שוין נישטא

מילא יעצט וויל מען בויען א פאראייניגטע פראנט פון די פארבליבענע וואס ווילן יא מיט א שטארקייט שטערן די גזירה לגמרי און שרייען דערפאר מאכט מען בתור כינוס ווייל מ'רעדט נאך נישט צו די גאס מ'רעדט צו זיך אליין

@געוואלדיג דו האסט א טעות אנפאנג האט טאקע געהייסן אז די מערכה איז זיך בלויז אנצונעמען פאר די איינע פלג וואס זיי שטעלן זיך נישט ס'האט טאקע געקלונגען אביסל אינטערסאנט (כאטש מ'קען יעצט אויך פארשטיין) אבער לע"ע איז שוין די חשש אוועק געפלויגן יעצט איז די מערכה צו פאראייניגן און פארפעסטיגן דעם פראנט

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 19, 2017 11:28 am

· #371758
גיוס נשים איז אנדערש ווי דא. גיוס נשים קען דער גאס פארשטייען, גיוס נשים קענען די גויים פארשטייען. איינער פון די ראשי האגודה, מר. הערי גודמאן, האט זאגאר געברענגט א קלאגע אויף מדינת ישראל צום ציווילע רעכט טיילונג פון דער פארייניגטע פעלקער ביז מ'האט איהם צוריק געהאלטען אז אידען ברענגען נישט זייער שלעגערייען ביי גוים. גיוס בני הישיבות איז א זאך וואס קיין גוי צו נישט רעליגיעזע איד קען נישט פארשטייען. דעריבער האט מען געהאלטען פון אנהייב אז מ'גייט פיהרען דער זאך פון אונטער די פארהאנגען. מ'זאגט נאך פון דער חזו"א אז דער פטור פון בני הישיבות איז א זאך וואס מ'טאר נישט רעדען הויך דערפון. דער כוונה איז הן ווייל א נס דארף מען האלטען שטיל, און אויך ווייל דאס איז מעורר א קטרוג פון די יעניגע חברה.

נאך עפעס, ס'איז בכלל נישט באשטעטיגט אז דער 'רחובה של עיר' מהלך האט אמאל גע'ארבעט. זוך אויף די אמת'ער היסטוריה פון ניתוחי מתים און גיוס בנות. ס'איז גארנישט אזוי קלאר, און דער פשרה פון גיוס בנות איז אויך נישט געווען לרוחם פון די גדולי הדור דעמאלס, אבער קיין כח צו שלאגען האט כלל ישראל דעמאלס שוין נישט געהאט.

סתם אזוי, דער עצם הענין אז יונגע ראצע'ס, אומערוואקסענע קינדער, און וואנאבי עסקונעם זאלען איינטיילען מיט א קלארקייט וואס וועט געלונגען און וואס נישט, וואס ווילען די חברי כנסת און וואס נישט, וואס ווילען די ראשי הישיבות און וואס נישט, איז א נערישקייט. אין מעדיצין דארף מען נישט אריינרעדען מיט א קלארקייט אז מ'האט עס נישט שטודירט, אין הלכה איז אזוי, און אין פאליטיק איז אויך אזוי. וואס וועט ארבעטען און וואס נישט איז נישט פאר יעדער קינד וואס האט אמאל געליינט 'פון דא און דארט' אין דער איד. טאמער איינער ברענגט מיר אן עסקן וואס טענה'ט אויף זיך אז ער ווייסט פון ערפארונג און אנדערע וויאזוי צו טוישען די מיינונג פון דער רעגירונג, זעי איך א צד. ביזדערווייל איז אזוינס נישט פארגעקומען, אחוץ די שלוחי דרבנן וואס טוהן על דעת גדולי תורה ויראה.

גאנצל » פרייטאג מאי 19, 2017 11:31 am

· #371760
ליטוואק פון בודאפעסט

יאפ זדאס אין איין זייט פון די מטבע
די צווייטע זייט האב איך שוין געשריבען אויבן

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 19, 2017 11:36 am

· #371761
איך ווייס ס'איז אביסל נעריש מצדי, אבער ס'זעט מיר אויס ווי דו מיינסט אז צוויי זייטען פון די מטבע מיינט אז אפילו איינער וואס ווייסט נישט בחייכון וביומיכון דארף אויך האבען א מיינונג, און איך האלט אז נאר די וואס ווייסען דארפען האבען א מיינונג. דאס האסטו טאקע געזאגט צו געמיינט? מסתמא נישט, ווייל קיינער קען אזוי נישט טראכטען (אחוץ אונזער הויכגעשעצטע פרעזידענט), אבער נאר צו בארואיגען בעט איך דיר דאס צו באשטעטיגען.

גאנצל » פרייטאג מאי 19, 2017 11:40 am

· #371762
ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס ס'איז אביסל נעריש מצדי, אבער ס'זעט מיר אויס ווי דו מיינסט אז צוויי זייטען פון די מטבע מיינט אז אפילו איינער וואס ווייסט נישט בחייכון וביומיכון דארף אויך האבען א מיינונג, און איך האלט אז נאר די וואס ווייסען דארפען האבען א מיינונג. דאס האסטו טאקע געזאגט צו געמיינט? מסתמא נישט, ווייל קיינער קען אזוי נישט טראכטען (אחוץ אונזער הויכגעשעצטע פרעזידענט), אבער נאר צו בארואיגען בעט איך דיר דאס צו באשטעטיגען.

פון וואנען נעמסטו אז די וואס טוען דערין ווייסן ניט בחייכון וביומיכון ?

געוואלדיג » פרייטאג מאי 19, 2017 11:50 am

· #371764
גאנצל,
א׳ פטור האט אלס געדויערט אפאר מעל״ע אזוי ווי היינט, בן ישיבה מעמד איז אויך גארנישט געטוישט.

ב׳פאלט אוועק ווייל גארנישט איז קלאר אז עס איז דא א באהאלטענע פלאן,

ג׳ גיוס בנות איז נישט געווארן שנעל מסודר עס איז געווען א שווערע און ערנסטע פייט.

ד׳ איז סתם דיבורים.

ה׳ עס איז נישט קלאר אז נאר מיט שרייען טוהט מען אויף, ובר אילן יוכיח די מעין גאס וואס שניידט דורך די היימישע געגנטער אין ירושלים וואס די פילע מחאות האבן נישט אויפגעטוהן צו עס צומאכן אין שבת אבער די שטילע שתדלנות יא.

ו׳ ביי גיוס נשים האט מען קיינעם געדארפט פאראייניגן די צרה איז געווען קלאר און די פראבלעם עכט, משא״כ יעצט וואס דער מצב איז פונקט ווי 10 יאר צוריק, דארף מען צוקומען צו ערנסטע הסברה און ברעינוואשינג צו קענען פאבריצירן א וויי געשריי.

שמעקעדיג » פרייטאג מאי 19, 2017 11:55 am

· #371766
געוואלדיג, איך בין שפראכלאז.
גארנישט האט זיך נישט געטוישט פון 10 יאר צוריק?

גאנצל » פרייטאג מאי 19, 2017 11:57 am

· #371767
איך האב לעצטענס גערעדט מיט עטליכע בחורים פון א"י וואס זאגן מיר קלאר אז ס'איז היינט פאר זיי זייער שווער צו באקומען א פטור מ'דארף זוכן ערענסטע עצות צו ווייזן די נישט פעהיגקייט

אמאל אין מיינע צייטן פלעגט מען מער ווייניגער גיין אין מקוה און זיך משוגע מאכן און דער בחור איז געווען רואיג היינט איז נישט אזוי

וועגן די מעמד בן ישיבה זאגן עסקנים אז היינט פארלאנגט מען פון ר"י מגידי שיעור און משגיחים אז די בחורים מוזן זיצן און לערנען 45 שעה און מ'דארף דאס אויפווייזן

סאו אדער דו אדער איך זענען מיסאינפארמירט

גר ותושב » פרייטאג מאי 19, 2017 11:58 am

· #371768
שמעקעדיג
געוואלדיג, איך בין שפראכלאז.
גארנישט האט זיך נישט געטוישט פון 10 יאר צוריק?

זיי מפרט פונקליך וואס האט זיך געטוישט און וויפיל תפיסה זיצערס (מלבושי ישע געלט נעמערס) זענען "יא" געגאנגען אין לשכת הגיוס און נישט באקומען א פטור וואס פאר דעים זיצען זיי.

געוואלדיג » פרייטאג מאי 19, 2017 12:00 pm

· #371770
שמעקעדיג
געוואלדיג, איך בין שפראכלאז.
גארנישט האט זיך נישט געטוישט פון 10 יאר צוריק?

אינמיטן איז געווען א קורצע לפיד תקופה ווען עס איז געווען א עכטע גזירה און דאן האבן אפילו די אגודיסטישע קרייזן זיך נישט געשטעלט, אבער זייט די לעצטע וואלן ווען די פרומע פארטייען זענען צוריק אין די קאאליציע האבן זיי אלעס צוריק געדרייט צום אלטן.

גר ותושב » פרייטאג מאי 19, 2017 12:02 pm

· #371773
געוואלדיג
שמעקעדיג
געוואלדיג, איך בין שפראכלאז.
גארנישט האט זיך נישט געטוישט פון 10 יאר צוריק?

אינמיטן איז געווען א קורצע לפיד תקופה ווען עס איז געווען א עכטע גזירה און דאן האבן אפילו די אגודיסטישע קרייזן זיך נישט געשטעלט, אבער זייט די לעצטע וואלן ווען די פרומע פארטייען זענען צוריק אין די קאאליציע האבן זיי אלעס צוריק געדרייט צום אלטן.

און עס איז כדאי טאקע ארויס צו ברעינגען אז דאס האבן די חברי הכנסת צוריק געדרייט און ווען נישט זיי טראץ די הפגנות וואלט די מצב געוועזן און א סאך אן ערגערן צושטאנד.

געוואלדיג » פרייטאג מאי 19, 2017 12:07 pm

· #371774
גאנצל די בחורים האבן דיר דערציילט דעם אמת, עס איז נישטגרינג זיי צו אויסנארן און עס איז קיינמאל גרינג געווען איך געדענק נאך יארן צוריק ווען מיינער א באקאנטער האט זיך געטראפן אן קיין אנדערע עצה חוץ פון נוצן זיינע מכנסיים אלס א בית הכבוד און נאר אזוי האבן זיי איהם פריי געלאזט און איך רעד דא פון א גוטע 15 יאהר צוריק.

גר ותושב » פרייטאג מאי 19, 2017 12:07 pm

· #371775
גאנצל
איך האב לעצטענס גערעדט מיט עטליכע בחורים פון א"י וואס זאגן מיר קלאר אז ס'איז היינט פאר זיי זייער שווער צו באקומען א פטור מ'דארף זוכן ערענסטע עצות צו ווייזן די נישט פעהיגקייט

אמאל אין מיינע צייטן פלעגט מען מער ווייניגער גיין אין מקוה און זיך משוגע מאכן און דער בחור איז געווען רואיג היינט איז נישט אזוי

וועגן די מעמד בן ישיבה זאגן עסקנים אז היינט פארלאנגט מען פון ר"י מגידי שיעור און משגיחים אז די בחורים מוזן זיצן און לערנען 45 שעה און מ'דארף דאס אויפווייזן

סאו אדער דו אדער איך זענען מיסאינפארמירט

היינטיגע צייטן איז אויך שווערער צו באקומען גאווערמענט פראגראמס דארפסט אסאך מער אויפווייזן אסאך מער ווי אמאל אז די ביסט אן עני ואביון.
אמאל אויב האסטו זיך אנגעגעסן מיט קנאבל און אנגעטוהן א הוט פארקערט האסטו געקענט באקומען א פטור היינט זענען זיי מער פארגעשריטן און קויפן נישט די שטותים איז וואס איז יעצט ווי זעסטו דא די מלחמת הדת?

גאנצל » פרייטאג מאי 19, 2017 12:22 pm

· #371776
סאו די שאלה איז פ"וו זיי האבן עס געטוישט צו אלס פארגעשריטנקייט צו ווייל זיי האבן א אגענדע צו זעהן ווי ווייניגער ערליכע בחורים אין ישיבות

אקעי האב מיר צוויי צדדים צו זאגן אז זיי זענען הערשט יעצט קלוג געווארן און איינגעזען אז ס'איז טאקע נישט דא טויזנטער קראנקע בחורים נאר זיי מאכן זיך איז עפעס וואס מ'קען שטארק אריין קוקן צו ס'איז טאקע אזוי

פלאס וואס זיי מאכן די מעמד בן ישיבה אויך מיט כמעט על מנת שתעלה לרקיע רעגולאציעס

ברענגט צו א מסקנה אז די ערד ברענט

און מ'טוט וואס א יעדע גרופ טוט ווען זיי שפירו זיך באקרידעוועט פון די רעגירונג מ'שרייט

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 19, 2017 12:25 pm

· #371777
על מנת שתעלו לרקיע איז א שקר, ווייל דו זעסט דאך אז אלע ישיבות זענען נאך פול.

שרייען ווען ס׳טוט וויי איז זייער פיין, אבער איך וויל ענדערש זיצען אינדערהיים און ארבעטען\לערנען\קאוועשטיבלען. כ׳מיין קיין גרויסע ענין איז עס נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

געוואלדיג » פרייטאג מאי 19, 2017 12:26 pm

· #371778
נאר איין קליין פראבלעם מיט דיינע ברענענדיגע ערד, ווייל די אלע פאקטן זענען ריין פראפאגאנדע.

געוואלדיג » פרייטאג מאי 19, 2017 12:30 pm

· #371779
נאר פארט איז די כינוס א פאזעטיווע זאך אויב וועט עס פארמינערן כאטש עטוואס פון דעם שטרייט צווישן די צוויי סאטמארער פארטייען.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 19, 2017 12:35 pm

· #371781
אז מ׳וויל פאקטען וואס מ׳קען פון דארט ציען א מסקנא.

א. א גרופע מענטשען אין א"י שפירען באקריוועדעט ווען זיי האבען פארלוירען זייער מאכט און צייטונג.

ב. די מענטשען זענען פלוצלונג געווארען גאס קנאים, א זאך וואס זיי האבען אלע יארען פארדאמט.

ג. די מענטשען פארשטייען גוט וויאזוי צו דרוקען א צייטונג און פארשפרייטען באקוועמער פאקטען און אויפבלאזען וואס איז זיי וויכויג, שכך היא דרכם של פארטיי דזשורנאליסטען.

ד. זיי האבען זיך אנגעטראפען מיט א ציבור אין אמעריקא וואס האלט זיך פאראנטווארטליך אויף יעדער זאך וואס טוט זיך אין א"י, און זיך באנוצט מיט זייערע שוואכקייטען און אגענדעס זיי איינצורעדען זייער צייטונג פאקטען.

ה. פון דעם האבען א נייע שטאב עסקנים געצויגען א חיונה, דורך עפענען ׳הייליגע מוסדות׳ וואס נעמען נאר געלט אין לינקע טאש נישט אין רעכטע טאש, און אזוי מאכט מען דאפעלט פון תמימי לב אין אמעריקא.

ה. תמימות׳דיגע יונגעלייט גלויבען ארטיקלן אין צייטונג, ווען ס׳שטימט מיט זייער פריערדיגע גלויבונגען, אן ערשיינונג וואס רופט זיך אויף ענגליש confirmation bias און אזוי שטייט א מערכה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גאנצל » פרייטאג מאי 19, 2017 12:40 pm

· #371782
אדער איז עס ריין פראפעגאנדע און איר זענט גערעכט אדער זענט איר מיסאינפארמירט און די עסקנים זענען גערעכט

פון ווי גייט מען זיך איבערצייגן וואס עס איז טאקע די מציאות ?

גר ותושב » פרייטאג מאי 19, 2017 12:46 pm

· #371783
גאנצל
אדער איז עס ריין פראפעגאנדע און איר זענט גערעכט אדער זענט איר מיסאינפארמירט און די עסקנים זענען גערעכט

פון ווי גייט מען זיך איבערצייגן וואס עס איז טאקע די מציאות ?

זייער פשוט איך האב דיר איין קשיא וואס איך פרעיג שוין צום דריטן מאל און איך האב נאך נישט קיין תשובה.
וויפיל בחורים פון דיי וואס זענען זיך יא געגאנגען שטעלן צום לשכת הגיוס זיצן אין תפיסה?

גאנצל » פרייטאג מאי 19, 2017 12:53 pm

· #371786
זייער ווייניג

אבער פון די אנדערע זייט האבן זייער אסאך נישט באקומען קיין פטור און זיי פלאגן זיך טאקע

און אנדערע האבן גענומען דחוי'ס וואס דערווייל איז עס נאך פארהעלטענסמעסיג

א עסקן פון מרכז עזרה ויועץ האט מיר געזאגט אז זיי האבן ארבעט איבער'ן קאפ און זיצן זייער אסאך מיט לויערס איך גלייב אים דו מוזט נישט

איך אויך » פרייטאג מאי 19, 2017 12:53 pm

· #371787
שמעקעדיג
איך זעה דער עולם מאכט דא פעסט ליצנות פון די גאנצע מערכה, די גאנצע זאך איז פשוט אויסגעזויגן פונעם פינגער. עס איז א ווייטאג אז שמעקעדיג איז נישט ריכטיג אינפארמירט און קויפט אפ די הוילע בלאף פראפאגאנדע.

גר ותושב » פרייטאג מאי 19, 2017 12:59 pm

· #371788
גאנצל
זייער ווייניג

אבער פון די אנדערע זייט האבן זייער אסאך נישט באקומען קיין פטור און זיי פלאגן זיך טאקע

און אנדערע האבן גענומען דחוי'ס וואס דערווייל איז עס נאך פארהעלטענסמעסיג

קומט דאך אויס אז די עקסטרימיסטן זיי זענען די גורמים פון רוב ארעסטן און קומען קיין אמעריקע צו שנארן מלבושי ישע געלט.
איך זעי נישט די מצב זאל זיין אזוי שווער עס זאל זיך אויספעילן א כינוס סך הכל דארף מען עפענען א נייע ארגון וואס זאל הייסן אדער רופא כל בשר אדער הבטלה מביא לידי...... וואס זאל צושטעלן דאקטורים און ארבייט פאר די ליידיגייערס און פאר די ישיבה בחורים איז די עצה מען זאל זיך יא שטעלן צום לשכת הגיוס און נעמען א פטור און אויב עס גייט נישט דעמאלט גייט אין ישיבה לערנען וומ א מענטש און נעמט א דחוי והכל על מקומו יבוא בשלום.

גר ותושב » פרייטאג מאי 19, 2017 1:03 pm

· #371789
גאנצל

א עסקן פון מרכז עזרה ויועץ האט מיר געזאגט אז זיי האבן ארבעט איבער'ן קאפ און זיצן זייער אסאך מיט לויערס איך גלייב אים דו מוזט נישט

דא אין מאנסי האבן מיר אויך א community outreach center עס איז פשוט שתדלנות און עסקנות ווי קומט דא אריין הפגנות כינוסים אפשפארן גאסן און נישט לאזן די בחורים גיין צו לשכת הגיוס און גורם זיין דורך דעים תפיסה פאר בחורים ווער קען דאס נעמען אויף זיין אחריות?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג מאי 19, 2017 1:04 pm

· #371790
גאנצל
זייער ווייניג

אבער פון די אנדערע זייט האבן זייער אסאך נישט באקומען קיין פטור און זיי פלאגן זיך טאקע

און אנדערע האבן גענומען דחוי'ס וואס דערווייל איז עס נאך פארהעלטענסמעסיג

א עסקן פון מרכז עזרה ויועץ האט מיר געזאגט אז זיי האבן ארבעט איבער'ן קאפ און זיצן זייער אסאך מיט לויערס איך גלייב אים דו מוזט נישט

וואס דען זאל ער זאגען? אז ער שימעלט פון ליידיגייען? אז ער פיהרט צען אנדערע צדקה ארגאניזאציעס פון דער זעלבע סעלפאון? אז אינדערזייט איז ער א ראש ישיבה און אן עגזעקיוטיוו אין א גרויסע קאמפאני? ער האט גרויס ארבעט באארבעטען די אמעריקאנער תמימי לב.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גאנצל » פרייטאג מאי 19, 2017 1:05 pm

· #371791
לגבי די עקסררעמיסטן ביסטו גערעכט

און לגבי די לאנג ראן איז א פראבלעים

גאנצל » פרייטאג מאי 19, 2017 1:07 pm

· #371792
ליטוואק פון בודאפעסט
גאנצל
זייער ווייניג

אבער פון די אנדערע זייט האבן זייער אסאך נישט באקומען קיין פטור און זיי פלאגן זיך טאקע

און אנדערע האבן גענומען דחוי'ס וואס דערווייל איז עס נאך פארהעלטענסמעסיג

א עסקן פון מרכז עזרה ויועץ האט מיר געזאגט אז זיי האבן ארבעט איבער'ן קאפ און זיצן זייער אסאך מיט לויערס איך גלייב אים דו מוזט נישט

וואס דען זאל ער זאגען? אז ער שימעלט פון ליידיגייען? אז ער פיהרט צען אנדערע צדקה ארגאניזאציעס פון דער זעלבע סעלפאון? אז אינדערזייט איז ער א ראש ישיבה און אן עגזעקיוטיוו אין א גרויסע קאמפאני? ער האט גרויס ארבעט באארבעטען די אמעריקאנער תמימי לב.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך האב גערעדט מיט אים פרעזענליך ער זעיט אויס זייער א נארמאלע מענטש זייער א ערליכער ער זעיט ניט אויס א סיקריק.... (אוי ברוך שם........

אבער ווי געזאגט דו מוזט אים נישט גלייבן

גאנצל » פרייטאג מאי 19, 2017 1:08 pm

· #371793
גר ותושב
גאנצל

א עסקן פון מרכז עזרה ויועץ האט מיר געזאגט אז זיי האבן ארבעט איבער'ן קאפ און זיצן זייער אסאך מיט לויערס איך גלייב אים דו מוזט נישט

דא אין מאנסי האבן מיר אויך א community outreach center עס איז פשוט שתדלנות און עסקנות ווי קומט דא אריין הפגנות כינוסים אפשפארן גאסן און נישט לאזן די בחורים גיין צו לשכת הגיוס און גורם זיין דורך דעים תפיסה פאר בחורים ווער קען דאס נעמען אויף זיין אחריות?

כינוסים איז אויף די להבא

אפשפארן גאסן ביסטו 100 % גערעכט

גר ותושב » פרייטאג מאי 19, 2017 1:08 pm

· #371794
גאנצל
לגבי די עקסררעמיסטן ביסטו גערעכט

און לגבי די לאנג ראן איז א פראבלעים

די איינציגסטע פראבלעים וואס איך זעי פארן "ר"אנג ראן איז די אונטער האקן די פיס פון די חברי הכנסת וואס זיי זענען די איינציגסטע צום פארדאנקן פארן צוריק דרייען די מצב פונעם לפיד צייטן.
בלאט: 1 2 3 4