#סקועלענע רבי פארטרייבט דיבוק פון רעדעוודיגע סקווירא פיש
63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11461
#סקועלענע רבי פארטרייבט דיבוק פון רעדעוודיגע סקווירא פיש
ווידער זעהט זיך אן די נצחיות פון תורתינו הק׳, און די שקר פון די וויסנשאפטליכע וועלט, אויב איז יא דא עפעס זאכליך אין זייערע רייד האט עס שוין א מקור אין אונזער תורה, אלעס אנדערשט איז שטייצעך לא דובים ולא יער.
די וויסנשאפטלער ווילן אונז איינרעדן אז דאס קול פון א מענטש האט א פארשטייענדע וועג וויאזוי דאס ווערט באשאפן אינעם מענטש, ווי זיי זאגן ווערט דאס באשאפן דורך די אטעם וואס ווערט א קול ווען עס קומט ארויס פון די לונגען און גייט דורך די א געוויסע נערוו, ווי מער און וויאזוי דער נערוו ציט זיך אויס קומט אלץ ארויס א אנדערער קול. אבער פארוואס זאלן מיר דאס גלייבן, נאכדערצו ווען ס׳איז דא ראיות ברורות להיפך, אט זענען די ראיות:
א)דער וועג וויאזוי מ'האט דערקענט א דיבוק איז געווען דורך דעם וואס א קול איז ארויס פון זיין מויל און זיין צונג האט זיך נישט געשאקעלט, דער קול איז נישט דורך די נערווען סטרונעס און דאך האט מען דערקענט דעם קול.
ב) סקולענע רבי איז אמאל אריינגעקומען אין א זאל און געהערט א זינגער און זיך אנגערופן אז די ס'שמעקט פון ניאוף, נא זעהט מען קלאר אז ס'ליגט עפעס העכער דערין, נישט סתם נערווען סטרונעס.
ג)דער וואס האט געהערט די סקווירא פיש רעדן האט דערקענט די קול, נא וואס דארפט איר מער פון דעם.
נאך אזעלכע קלארע ראיות שרייעט זיך פון זיך אליין ארויס תיובתא ד'וויסנשאפטלער תיובתא, אט די ראיות זענען יסודי הדת ממש און מיר דארפן דאס שטענדיג געדענקן, וסימנך #סקועלענע רבי פארטרייבט דיבוק פון רעדעוודיגע סקווירא פיש.
ניין רבותי, כאטש כ'וואלט זייער געוואלט נעמען קרעדיט פאר מיר זעלבסט פאר די ברעקינג פארש ארבעט, דארף איך אבער זיין א מענטש אין דערמאנען אז דאס איז נאכגעשריבן פון די חשובער מגיד משרים ומחנך נפלא הרב אבא חייא טויבער שליט"א, און דערמיט בין איך מקיים דעם האומר דבר בשם אומרו מביא גאולה לעולם
📎 IMG_7481.JPG
שומו שמים! איך גלייב די מעשה פון סקולענער רבי'ן, און.... שוין! איך וועל שוין אפילו גלייבן זלמן רויזען פון די פיש מארקעט
אבער אבא חייא האט דאך א אג'ענדע, ער איז דאך א מגיד שיעור, יא ווען ער איז געווען א מילכיגער (אין די בראשית יארן) איז ער געווען א ערליכע איד\
אבער בעווה"ר איז ער געווארן א מגיד שיעור און ער האט א זאך וואס ער מוז פארקויפן זיינע הסברים קען איך נישט און וויל איך נישט גלייבן
ווייל פונקט אזוי ווי די וויסענשאפטלער ווילן אונז פארקויפן (שקרים... מקען דן זיין) פארקויפן אונז מגיד שיעורים זייער אג'ענדע'ס וואס די תוצאות זעהט אפילו א בלינדער, דאס חורבן ליידער וואס די מגיד שיעורים האבן געמאכט און מאכן ווייטער. ליידער.
הבל יפצא פיו נעבעך.
לשון נופל של לשון "א בכיה (אבא חייא) לדורות"
ווען איך וואלט דאס נישט געליינט מיט די אויגען וואלט איך נישט געגלייבט אז מען קאן שרייבען און דרוקען אזעלכע נערישקייטן
עודך כי עניתני: די מעשה מיט'ן פריער'דיגן סקולענער רבי'ן קען איך נאך גלייבן. אבער וואס אבא חייא טויבער זאגט און שרייבט קענמען גלייך אראפ פלאשן. ערשטנס ווייל ער האט אן אגענדא. און אויך. ער איז אייביג נעגאטיוו. ער זוכט אייביג חסרונות און פעלערס ביי אידן. כאילו ער זאגט אומדירעקט אז ער שטייט העכער פון די אלע אומ-פערפעקטע, אומאויסגעארבעטע מענטשן די פשוטי עם. וועלכע דארפן אננעמען זיינע מוסר דרשות. לעומת הרב יואל אשר לאבין שליט"א וועלכער געט פאר די ליינערס אייביג א נקודה למחשבה...! און צום סוף הער איך גאר אז אייינער פון די טויבער משפחה. כ'ווייס נישט צו ער אדער א ברודער, קאזין אדער זיין זוהן איז גאר א חזיר. מיט אלע סימנים. ער איז מפריס פרסה ושסע שסע. אבער נישט מעלה גרה. נאר אין א געוויסן זין איז ער יא מעלה גרה ער חאזער'ט איבער זיינע עקלדיגע שטותים טאג נאך טאג און וואך נאך וואך. ווער איז דען אינטרעסירט צו הערן זיין בויך ווייטאג אדער ברעכענישן...?!
אריינבליקנדיג אין דעם אשכול פון אויבן-אויף האב איך באמערק דעם מאמענט קאפיע, איך בין געווען זיכער אז דאס איז דעם מחנך וואזנער'ס בויך תורות. נישט געגלייבט אז א איז מיט א ווייסע בארד ווי טויבער איז מסוגל פאר אזעלכע שטותים.
איז דאס די זעלבע טויבער וואס די וועקער האט אויפגעדעקט זיינע שקרים?
נולד מאוחראיז דאס די זעלבע טויבער וואס די וועקער האט אויפגעדעקט זיינע שקרים?
ניין. אבא חיה איז בערל טויבער'ס פעטער
און איך האב געמיינט אז חיה איז א מיידעלישע נאמען.
בדרך אגב עס קוק מיר אויס ווי דער מאמענט זענען א באנדע ליצים און ווייסן וואס אריינצולייגן.
און בדרך אגב שבאגב דאס קעפל פונעם אשכול מאכט עפעס נישט קיין סענס און מישט א קוגל.
יתרו
און בדרך אגב שבאגב דאס קעפל פונעם אשכול מאכט עפעס נישט קיין סענס און מישט א קוגל.
ווייניג קעפלעך דא אויף קאווע מאכן אזויפיל סענס ווי דאס! קריעטיוו קעפל.
די קעפל מאכט נישט קיין סענס?
וועלכע מעשה מאכט יא סענס? די סקלענער רבי זאגן אז מוזיק שמעקט פון ניאוף מאכט יא סענס? אז די סקווירער פיש האט גערעדט מאכט סענס? פלוז?!
איך האב אמאל געהאט א שטארקע הערצה צו סקלען אבער איך מוז מודה זיין אז ער מיט זיין טאטען זענען נישט קיין אייניקלעך פון שלמה המלך.
צו ווארפן א ליכט ווער די היינטיגע סקלענער צדיק איז און וויאזוי ער טראכט איז כדאי צו הערן די צוויי מעשיות.
א איד מיט וועם איך בין גאר נאנט האט מיר פארציילט אז ווען ער האט געהאלטן אפאר טעג פארן חתונה מאכן זיין עלצטען קינד, זיין שווער מיט זיין שוויגער זענען געקומען צופארן פון די מרחקים צו באשיינען און זיך באטייליגן אין די שמחה און אפאר טעג פאר די שמחה האט זיין שווער זיך פלוצלינג נישט גיט געשפירט, מאיז געגעאנגען באזוכן ביי א דאקטער און מ׳האט אויסגעפונען אז ער האט ל״ע קענסער אויף א שרעקליכע פארנעם און ער האט געציילטע טעג צולעבן. ממש דריי טעג פאר די חתונה האט דעם איד׳ס צעהן יעריג קינד געהאט שטארקע בויך וויי און מאיז געגעאנגען צום דאקטער, און נאכן נעמען א בלוט-טעסט האט מען דאס צעהן יעריג יונגלע (א ברודער פאר די חתן וואס גייט חתונה האבן אין דריי טעג ארום) דיאגניזרט מיט א שרעקליכע permanent מחלה וואס דאקטורים האבן נאכנישט קיין שום רפואה, און דאס קינד וועט א גאנץ לעבן זיך נעבעך מוזן שטעכן נידלעך און האלטן א גאר א ספעציעלע שטרענגע דייעט, און מיט דעם אלעמען קען די מחלה זיך פארערגערן און גורם זיין אז דאס קינד זאל חלילה שטארבן. דער צובראכנער איד וואס האט נאר יעצט באקומען די שרעקליכע נייעס אז זיין צעהן יעריג קינד וועט דארפן יעדע לאונטש אהיימקומען פון שולע עסען ספעציעלע עסען און נעמען זיינע איינשפריצן איז געזיצן אין ״מאונט-סיני״ און געטראכט פון זיין שווער וואס איז פלוצלינג קראנק געווארן און זיין קינד, און דא דארף ער טאנצן אויף זיין זוהנס חתונה אין ממש געציילטע שעות, פלוצלינג, איז ער געוואר געווארן אז די סקלענע רבי איז דא אין מאונט סיני שפיטאל אויף א באזוך ביי איינעם. דער איד האט גענומען דאס צעהן יעריג קינד און געגעאנגען צום סקלענער רבי אויסגעשאסן אין א געוויין און אויסגעגאסן דאס הארץ פאר דעם צדיק און אים פארציילט אלע זיינע מיטמאכענישן און געבעטן א ברכה ביים רבין אז זיין קינד און זיין שווער זאלן האבן א גאנצע רפואה בקרוב
דער רבי קוקט זיך אום אויפן צעהן יעריג קינד און רופט זיך אן ״די ערשטע זאך זאלט איר אים קויפן א גרעסערע קאפל און דערנאך וועט שוין דער אייבישטער באשיצן״
סיריעסלי? די אייבישטער האט א פראבלעם מיט קאפל סייז??? זייט ווען???
דאס איז די איינציגסטע זאך מיט וואס ער האט געקענט אויפקומען? און טרייסטן א איד און אים מחזק זיין אין אזא שווערע מצב איז גארנישט? נאר אטאקירן יענעם מיט זיין קאפל סייז? וואס פארא nonsense איז דעס???
די אנדערע מעשה וועל איך שרייבן בקרוב.
ס'איז אינטערסאנט אז אבא חייא טויבער האלט אונז געשפאנט און איז נישט מגלה פארוואס "מישי" פון מאנטריאל וואס פלעג קומען אין פיש סטאר קויפען און באצאלען פיש פאר ארעמילייט האט גאר געדארפט א תיקון. אפשר דאך וועט אבא חייא דער יחיד מומחה און טרעפען שלעכטס אויך דא זייער נייטיג צוניץ קומען.
אפשר ווייל אויפ'ן וועג פון מאנטריאל קיין סקווער האט "מישי" געהערט און די קאר מיוזיק פון מב"ד וואס שמעקט פון רוחניות'דיגע ניאוף...
אדער פאר טוען גוטס פאר יודען האלט אבא חייא טויבער מ'דארף א תיקון?...
איסר האטלקיאריינבליקנדיג אין דעם אשכול פון אויבן-אויף האב איך באמערק דעם מאמענט קאפיע, איך בין געווען זיכער אז דאס איז דעם מחנך וואזנער'ס בויך תורות. נישט געגלייבט אז א איז מיט א ווייסע בארד ווי טויבער איז מסוגל פאר אזעלכע שטותים.
איסר האיטלקי: נאר דער איד וועלכער האט היינט א ווייסע בארד האט שוין אנגעהויבן צו רעדן שטותים והבלים ווען זיין בארד איז נאך געווען שווארץ. און קיינער האט איהם נישט געסטאפט. האט ער דאס גענומען פאר א צייכן פון באשטעטיגונג. אז דער עולם איז מסכים מיט זיינע פאלשע סברות און באמערקונגען...!
וואלוויס'איז אינטערסאנט אז אבא חייא טויבער האלט אונז געשפאנט און איז נישט מגלה פארוואס "מישי" פון מאנטריאל וואס פלעג קומען אין פיש סטאר קויפען און באצאלען פיש פאר ארעמילייט האט גאר געדארפט א תיקון. אפשר דאך וועט אבא חייא דער יחיד מומחה און טרעפען שלעכטס אויך דא זייער נייטיג צוניץ קומען.
אפשר ווייל אויפ'ן וועג פון מאנטריאל קיין סקווער האט "מישי" געהערט און די קאר מיוזיק פון מב"ד וואס שמעקט פון רוחניות'דיגע ניאוף...
אדער פאר טוען גוטס פאר יודען האלט אבא חייא טויבער מ'דארף א תיקון?...
ווייל חסד איז נישט פון די שלוש חמורות, עס איז נישט דא קיין מסורה אויף דעם פון אונגארן, נאר פיצא, און פרעסען, און סטייל, וכדומה
דו דארפסט פארשטיין ווי אזוי די קאפ ארבעט פון די חברה, פון תורה ומצוות רעדט מען נישט, מען רעדט נאר פון זאכן וואס זענען פירצות הדור.
וואלווי: איין קליינע הערה. דו זאגסט זייער גוט. אבער דער נאמען פון דעם חשוב'ן נפטר איז משה יודא געשטעטנער. המכונה בפי כל...מישא...!
שבת אחיםסיריעסלי? די אייבישטער האט א פראבלעם מיט קאפל סייז??? זייט ווען???
דאס איז די איינציגסטע זאך מיט וואס ער האט געקענט אויפקומען? און טרייסטן א איד און אים מחזק זיין אין אזא שווערע מצב איז גארנישט? נאר אטאקירן יענעם מיט זיין קאפל סייז? וואס פארא nonsense איז דעס???
נישט אז איך בין דעם סקולענער'ס לויער, אבער איך וואלט געקענט פארענטפערן די מעשה, עס איז אביסל אן אריכות און באלאנגט נישט אין דעם אשכול, אבער בקיצור נמרץ, איז פאראן אזא ענין באופן סגולה, מען איז מקבל אויף זיך עפעס לפנים משורת הדין מער ווי עס פאדערט זיך ע"פ הלכה, און אין דעם זכות שיקט השי"ת א ישועה. וכאמור, קצרתי מאוד, ואכמ"ל.
אלעס פיין און וואויל, אבער קיין איין טרייסט ווארט? סגולות אין קאפ אריין???!!!
קיין איינער פון די רבי'ס וואלטן נישט געזאגט אזא זאך לכאורה, דער אהבת ישראל זצ"ל, דער אמרי חיים זצ"ל, ר' אהרן בעלזער זצ"ל, סאטמארער רב ר' יואליש, באבובער רב מוהר"ש זצ"ל, באבובער רב ר' נפתלי זצ"ל, ריבניצער רבי זצ"ל, פאפא רב זצ"ל, צעהלימער רב זצ"ל, הרה"צ ר' ישראל'טשע מוויזניץ שליט"א, בעלזער רב זז"ג.
אויף ר׳ מאטעלע זז״ג, די טאהשער זצ״ל , ר׳ הערשלע ספינקא זצ״ל, קאשויער רב זצ״ל, ביידע ראחמסטריווקער רביס זז״ג, בית ישראל פון גור. וואלט איך אזא מעשה יא געגלייבט.
די מעשה מיט סקולענער איז קיין חידוש, איך קען אויך דערשמעקן א נואף א זינגער... א בליק אויפן הויזן זאגט אלעס
נו, דאס איז דאך דער חידוש פונ'ם סקולענער, אז אנשטאט צו גיין און באקוקען זיין הויזען איז עם גענוג געווען דאס הערן דעם קול זיינעם, ניט אזוי?
שבת אחים, כקען נישט סקלענער רבי , אבער איינער וואס הערט יעדן טאג צענדליגער צרות, ווי גוטע מענטש ער זאל נאר זיין ווערט אימיונט. דאס הארציגסטע דאקטער גלייב איך ווערט עט סאם פוינט קאלט.
הער אויס, איך קען סקלענער רבי שוין דרייסיג יאהר אדער מעהר, ווען איך בין געוועהן א קליין קינד האט מיך מיין טאטע געשלעפט צו זיינע טישן, ער איז א אמתע ערליכע איד, איך דארף זיין אויפריכטיג, איך בין גענוג און נאך מאל געוועהן ביי אים מיט א קוויטל און ער האט מיך גאר שיין אויפגענומען, איין מאל מיט כמעט צעהן יאר צוריק בין געוועהן דריי אזייגער פארטאגס אויף 54 סטריט אין בארא פארק איך וואוק צו מיין קאר, די גאס איז ליידיג, און איך באמערק דעם רבין שפאצירן מיט זיין גבאי׳ן פארנט פון מיר (איינע פון זיינע דריי טויזנט גבאים) דער גבאי מיט די בלאנדע בארד רופט זיך אן צום רבין דעס איז שבת אחים ער איז א זוהן פון... ער האט די געשעפט דארט און דארט... איך בין צוגעגאנגען צו אים און איך האב באקומען פון אים א לאנגע ווארימע ברכה מיט עפעס א אריכות׳דיגע תורה וואס האלב דערפון האב איך נישט פארשטאנען ווייל איך האב נישט געהערט וואס ער האט געזאגט, אבער דעמאלטס האב איך נאך געגעלייבט אז סקלענער רבי דרייט זיך ארום די כסא הכבוד... און איך האב שטארק הנאה געהאט דערפון. ער איז געוועהן ביי מיין חתונה מיט אכצן יאהר צוריק, און ער האט געטאנצן מיט מיר אזוי לאנג אז מ׳האט נישט געהאט קיין ברירה נאר צו סטאפן די מוזיק...
ער מיט זיין טאטע זצ״ל זענען געוועהן אמתע מענשטען, וואוילע מענטשען, איך האב גיט געקענט א איד (איך מיין ער לעבט נאך) ר׳ אנטשיל זילבער פון וויליאמסבורג א מאנסי-וויזנצער חסיד און לאנגיעריגע מקוה-איד אין וויזניץ אויף 6 ליע עוועניו, ער איז געזיצן צוזאמען אין תפיסה מיטן סקלענער רבי, ער פלעגט אסאך פארציילן פון יענע ביטערע צייטן אין די רומעניע תפיסות און פון די גרויסקייט פון די סקלענער רבי זצ״ל, דער ר׳ אנטשיל זילבער איז א איד א מתמיד עצום און אמתע יראי שמים וואס לעבט און שטרעבט פאר העכערס.
ווי אויך דארף איך מודה זיין אז זיי זענען היפש מוזקאליש און אסאך פון זייערע ניגונים זענען מלא רגש און תוכן, אזא ״תבוא לפנך אנקת אסיר״ וואס דער סקלענער רבי זצ״ל האט מחבר געוועהן אינטער די גראטעס פון די ״קאמיוניסטישע גיהונים״ אינטער שווערע ביטערע אומשטענדן, רייסט ביי די הארץ, און יעדע תנועה פון דעם ניגון קען מען ממש טאפן די קאלטע ווענט פון די רומעניער תפיסה...
די סקלענער רבי׳ס האבן געהאט א שטארקע קשר און הערצה צו וויזניץ, ספעציעל צו דעם ״דמשק אליעזר״ זצ״ל דער אהבת ישראל דריטע זוהן, (אויף וועם דער אהבת ישראל האט געזאגט אז ווען ער גייט ארויפקומען אויף יענע וועלט און מגייט אים פרעגן ווער ער איז וועט ער זאגן ״דער טאטע פון ר׳ אליעזר׳ל״). די סקלענער רבי הייסט זיינע חסידים שיקן אין מאנסי-וויזניץ מוסדות און ער אליינס שיקט דארט זיינע אייניקלעך.
נאר וואס דען ער איז ווייט פון א חכם, ער מיינט נישט קיין שלעכטס, ער איז פשוט נישט די קלוגסטע, דאס אלעס! און די גרעסטע ראי׳ איז וויאזוי זיינע חסידים מיניפיאלעיטן אים מיט עפעס א מוסדות ״חסד לאברהם״ וואס איז נישט געשטויגן און געבויגן אבער ר׳ שרגא סטעיק-פרעסער און נאך אפאר סקלענע באנדיטן מאכן דאך פרנסה פון דעם... מ׳נוצט אויס ״דעם צדיק״ פאר פריוואטע ״ביזנעס צוועקן״ און ״מארקעטינג״ ...
צום שלוס:
סקלענער רבי איז אמתע מענטש א ערליכע איד, אבער אים אננעמען ערנסט וואס ער זאגט, און זיינע פסקים אין אינטערנעט און סעלפאונס וכודומה איז נעריש און קינדעריש ווייל ער בעבעלט נאר נאך וואס אפאר ״נואפים״ זאגן אים אריין אין אויער פאר זייערע פערזענליכע אגענדעס און פאר זייערט-וועגן, ווער ס׳נעמט אן סקלענער רביס פסקים ערענסט איז א לונעטיק לדעתי... אבער מקען זיך נישט אפברוהן פון א סקלענע טיש אדער אפילו א ברכה פון אים, ער מיינט עס נעבעך ערענסט....
וואלוויס'איז אינטערסאנט אז אבא חייא טויבער האלט אונז געשפאנט און איז נישט מגלה פארוואס "מישי" פון מאנטריאל וואס פלעג קומען אין פיש סטאר קויפען און באצאלען פיש פאר ארעמילייט האט גאר געדארפט א תיקון. אפשר דאך וועט אבא חייא דער יחיד מומחה און טרעפען שלעכטס אויך דא זייער נייטיג צוניץ קומען.
אפשר ווייל אויפ'ן וועג פון מאנטריאל קיין סקווער האט "מישי" געהערט און די קאר מיוזיק פון מב"ד וואס שמעקט פון רוחניות'דיגע ניאוף...
אדער פאר טוען גוטס פאר יודען האלט אבא חייא טויבער מ'דארף א תיקון?...
גראדע איז דער מעשה געוועהן אז מישי איז געשטארבן און מען האט אים געוואלט קובר זיין אין סקווירא, האט מען אים אנגעטוהן די קליידער אריין געלייגט אין קאר כאילו ער לעבט צווישען צוויי מענטשען מיט א סיטבעלט, און אדורך גייענדיג דער בארדער האט מען געזאגט אז ער שלאפט און געגעבן זיין פאספארט, ויהי לפלא, עס איז אדורך.
און מען האט געשמועסט אז ער האט געברויכט א תיקון ווייל ער האט נישט געזאגט תפילת הדרך.
ב.ד.וו. דער מעשה מיט דער גרעניץ איז אמת ויציב. נאר דעמאלס בשעת דער מעשה איז געשעהן איז ארומגעפארן א טעיפ ווי דער בעל הבית פארציילט דער מעשה, ער האט נישט געזאגט קיין ווארט פין קיין מישי, נאר אז ער האט געהערט דער פיש זאגען אני צריך תיקון, און סקווירא חסידים האבן שוין געזאגט אז דאס איז געווען יענער. דאס אז דער גוי האט געזאגט אז עס איז געווען מישי איז שוין שפעטער צוגעקומען לכאורה.
שבת אחים
צום שלוס:
סקלענער רבי איז אמתע מענטש א ערליכע איד, אבער אים אננעמען ערנסט וואס ער זאגט, און זיינע פסקים אין אינטערנעט און סעלפאונס וכודומה איז נעריש און קינדעריש ווייל ער בעבעלט נאר נאך וואס אפאר ״נואפים״ זאגן אים אריין אין אויער פאר זייערע פערזענליכע אגענדעס און פאר זייערט-וועגן, ווער ס׳נעמט אן סקלענער רביס פסקים ערענסט איז א לונעטיק לדעתי... אבער מקען זיך נישט אפברוהן פון א סקלענע טיש אדער אפילו א ברכה פון אים, ער מיינט עס נעבעך ערענסט....
מ'דארף נישט זיין קיין געהויבענער איד צו מאכן א פשוטער חשבון אז למעשה ווערען מענטשען געהאלפן ביי סקולענער רבי'ן. אפילו אויב נאר א פערטעל פון די מעשות זענען אמת איז עס נישט קיין נארישקייטן, צו האבן א ישועה פין הימל דארף דער באשעפער מסכים זיין, און אז ס'קומט א סקולענער רבי מעג ער אפילו בעטן א גרעסערע קאפל ס'מוז נישט מאכן סענס פארוואס יא פארוואס נישט, למעשה אויב אזוי זאגט ער און ער איז וויליג פארדעם צו וואינטשען און צוזאגען איז עס גוטע דיעל. נאך אלעס איז ער אפגעהוטען, האט א הייליג מויל און זיינע ווערטער ע"פ חשבון דארפן עפעס קענען אויסבעטען ביים באשעפער.
די קאפל איז נישט דער פאונט דא און אויך נישט זיין IQ. ער איז פשוט א גוטע לויער אויבען אין הימל ווייל ער איז א הייליגער מענטש.
קאווע טרינקערדי מעשה מיט סקולענער איז קיין חידוש, איך קען אויך דערשמעקן א נואף א זינגער... א בליק אויפן הויזן זאגט אלעס
האנדל דיך איין אפאר גבאים און גיי אין ביזנעס פון מגלה זיין נסתרות..
@שבת אחים, ווען דו וועסט שטיין פאר בית דין של מעלה, זיי וועלן זאגן "אונז הער'מער אז איר זענט געווען א או טי די"... וועסטו זיי וויייזען דיינע קאווע שטיבל תגובות... וואס תוכו רצוף אהבה צו סייוועלעכע ערליכע איד וואס האט נאר א שייכות מיט וויזניץ... כל שכן וויזניץ אליין...
מ'וועט דיך אריינפירן אין גן עדן. און די ביסעלע יסורים, כי אדם אין צדיק בארץ שלא יחטא, וועט זיין אז מ'וועט דיך זעצען נעבען די קאסובע צדיק.
וואלווישבת אחים
צום שלוס:
סקלענער רבי איז אמתע מענטש א ערליכע איד, אבער אים אננעמען ערנסט וואס ער זאגט, און זיינע פסקים אין אינטערנעט און סעלפאונס וכודומה איז נעריש און קינדעריש ווייל ער בעבעלט נאר נאך וואס אפאר ״נואפים״ זאגן אים אריין אין אויער פאר זייערע פערזענליכע אגענדעס און פאר זייערט-וועגן, ווער ס׳נעמט אן סקלענער רביס פסקים ערענסט איז א לונעטיק לדעתי... אבער מקען זיך נישט אפברוהן פון א סקלענע טיש אדער אפילו א ברכה פון אים, ער מיינט עס נעבעך ערענסט....
מ'דארף נישט זיין קיין געהויבענער איד צו מאכן א פשוטער חשבון אז למעשה ווערען מענטשען געהאלפן ביי סקולענער רבי'ן. אפילו אויב נאר א פערטעל פון די מעשות זענען אמת איז עס נישט קיין נארישקייטן, צו האבן א ישועה פין הימל דארף דער באשעפער מסכים זיין, און אז ס'קומט א סקולענער רבי מעג ער אפילו בעטן א גרעסערע קאפל ס'מוז נישט מאכן סענס פארוואס יא פארוואס נישט, למעשה אויב אזוי זאגט ער און ער איז וויליג פארדעם צו וואינטשען און צוזאגען איז עס גוטע דיעל. נאך אלעס איז ער אפגעהוטען, האט א הייליג מויל און זיינע ווערטער ע"פ חשבון דארפן עפעס קענען אויסבעטען ביים באשעפער.
די קאפל איז נישט דער פאונט דא און אויך נישט זיין IQ. ער איז פשוט א גוטע לויער אויבען אין הימל ווייל ער איז א הייליגער מענטש.
כהער וואס דו זאגסט, איך בין נאר נייגעריג צו די תגובה, האסטו געשריבן נאך די Weed אדער פאר די Weed??? דו זאגסט דאך אין דיין חתימה אז דו ביסט א פלאוריסט...
ווער וועט געהאלפן ביי סקלענער רבי??? אז טויזענטער מענשטען גייען דורך סקלענער רבי און בעטן אים פאר א ישועה און נאר 30 צי אפילו 50 פראצענט ווערן געהאלפן מיינט עס אז???
ווען די זעלבע מענשטען זאלן וועין גיין צו דעם רויטן רבין אדער צום פויפסט און זיי בעטן א ברכה האלטסו וואלט די פראצענט געהאלפענע געוועהן ווייניגער?
סירעסלי זייט ווען איז ״קאפל סייז״ א אישו אין אידשקייט? אין חסידות? אין הלכה? אין מסורה? וואס ווען וואו? איז עפעס דא וואס איך ווייס נישט?
די ערליכע פרומע ספרדים גייען אינגאנצן אן קאפלעך.
Re: #סקועלענע רבי פארטרייבט דיבוק פון רעדעוודיגע סקווירא פיש
איינער האט בכלל באשטעטיגט אז דער זינגער האט עפעס גענואפ׳ט? כ׳מיין, דאס איז אפשר אויך פון די אומבאוויזענע מופתים.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
גלייבן שלעכטס אויף א צווייטן איז זייער גרינג...! און ס'איז נאך א מופת אויך...!
שבת אחיםוואלווישבת אחים
צום שלוס:
סקלענער רבי איז אמתע מענטש א ערליכע איד, אבער אים אננעמען ערנסט וואס ער זאגט, און זיינע פסקים אין אינטערנעט און סעלפאונס וכודומה איז נעריש און קינדעריש ווייל ער בעבעלט נאר נאך וואס אפאר ״נואפים״ זאגן אים אריין אין אויער פאר זייערע פערזענליכע אגענדעס און פאר זייערט-וועגן, ווער ס׳נעמט אן סקלענער רביס פסקים ערענסט איז א לונעטיק לדעתי... אבער מקען זיך נישט אפברוהן פון א סקלענע טיש אדער אפילו א ברכה פון אים, ער מיינט עס נעבעך ערענסט....
מ'דארף נישט זיין קיין געהויבענער איד צו מאכן א פשוטער חשבון אז למעשה ווערען מענטשען געהאלפן ביי סקולענער רבי'ן. אפילו אויב נאר א פערטעל פון די מעשות זענען אמת איז עס נישט קיין נארישקייטן, צו האבן א ישועה פין הימל דארף דער באשעפער מסכים זיין, און אז ס'קומט א סקולענער רבי מעג ער אפילו בעטן א גרעסערע קאפל ס'מוז נישט מאכן סענס פארוואס יא פארוואס נישט, למעשה אויב אזוי זאגט ער און ער איז וויליג פארדעם צו וואינטשען און צוזאגען איז עס גוטע דיעל. נאך אלעס איז ער אפגעהוטען, האט א הייליג מויל און זיינע ווערטער ע"פ חשבון דארפן עפעס קענען אויסבעטען ביים באשעפער.
די קאפל איז נישט דער פאונט דא און אויך נישט זיין IQ. ער איז פשוט א גוטע לויער אויבען אין הימל ווייל ער איז א הייליגער מענטש.
כהער וואס דו זאגסט, איך בין נאר נייגעריג צו די תגובה, האסטו געשריבן נאך די Weed אדער פאר די Weed??? דו זאגסט דאך אין דיין חתימה אז דו ביסט א פלאוריסט...
ווער וועט געהאלפן ביי סקלענער רבי??? אז טויזענטער מענשטען גייען דורך סקלענער רבי און בעטן אים פאר א ישועה און נאר 30 צי אפילו 50 פראצענט ווערן געהאלפן מיינט עס אז???
ווען די זעלבע מענשטען זאלן וועין גיין צו דעם רויטן רבין אדער צום פויפסט און זיי בעטן א ברכה האלטסו וואלט די פראצענט געהאלפענע געוועהן ווייניגער?
סירעסלי זייט ווען איז ״קאפל סייז״ א אישו אין אידשקייט? אין חסידות? אין הלכה? אין מסורה? וואס ווען וואו? איז עפעס דא וואס איך ווייס נישט?
די ערליכע פרומע ספרדים גייען אינגאנצן אן קאפלעך.
אודאי נאך די גראז! דעמאלטס זעט מען זאכען אסאך קלארער. נישט אזוי?
זעט אויס אונז נעמען נישט איין די זעלבע אינגרידיענטס ווייל אונז זעען צוויי זאכן. דעס וואס די שרייבסט וועגען קאפל סייז אף קארס ביסטו גערעכט, אז ס'איז נישט קיין יודישקייט אישו. און אודאי איז עס נישט קיין מעיק איט אר ברעיק איט ווען ס'דא א נידון צו א חולה זאל זוכה זיין צו א ישועה און אריכות ימים.
כ'האב נאר געוואלט ארויס ברענגען א פאונט אז ביי אן ערליכע מענטש וואס האט אן אפגעהיטן מויל, רעדט נישט ניוול פה, לשון הרע און רכילות, פרעסט נישט סטעיקס און זויפט נישט אלקאהאל, און מן הסתם איז נישט בולע קיי סממנים, מן הסתם איז זיין צונג גענוג ריין און ווירקזאם אזוי ווי מ'זאגט פון "זיין מויל ביז גאט'ס אויער" צו פועל'ן א ישועה אויב אנדערע זאכען גייען נישט דורך.
און אויב א גרעסערע קאפל מאכט עם צופרידען לשיטתו, זאל זיין אזוי. אבי מ'לעבט.
וואלווי, די גראז איז שטייצעך נאר געוועהן א וויץ, רוב מענטשען בלייבן די זעלבע בהמות מיט די גראז צוזאמען, מ׳דארף אויך האבן די Ability און די Capacity, און אויב סאיז נישטא קיין כלי גרייט מקבל צוזיין בלייבט מען א ריפובליקען לעולם ועד.
איך קוק אן די מעשה פון סקלענער רבי קאפל-געיט ווי נישט מעהר און נישט ווייניגער פשוטע טיפשותדיגע ״אכשר דרא״ מיט אלע הידורים און צוגעהערן...
מווייסט שוין נישט ווי איין און ווי אויס... א איד קומט צו דיר וויינען אז זיין צעהן יעריג קינד איז נעבעך פלוצלינג קראנק געווארן מיט א שרעקליכע קרענק וואס סאיז נישטא קיין היילונג דערפאר און ער גייט זיך יעצט מוטשענען לעולמי עד געב אים אביסל חיזוק, זאג אים א גיט ווארט, געב אים כאטש ״פאלשע האפענונג״, ס׳קאסט נישט קיין געלט, ס׳קאסט גארנישט! זאג עפעס צום זאך, אבער רעדן וועגן די קינדס קאפל סייז? קמאן? טיפשות שאין כמהו!
גראדע פארשטיי איך נישט וואס האט זיין א רעפאבליקאנער צו טוהן מיט א קאפעל סייז.
ווען סקולענער רבי זאגט אים אוועק צו ווארפען זיין סמארט פאן וואלט מען געקענט פונקט אזוי חוזק מאכן.
דער קאפל סייז איז א וויכטיגע זאך ביי חרדים בזמן הזה אפגעזעהן צו איך פערזענליך לאך דערפין אדער נישט.
אויב סקולענער רבי גלייבט באמת אז טוישן די קאפל סייז קען געזונט מאכען דאס קינד, דעמאלס האבן מיר שטיקעל אנדערע אמונות טפילות. איך גלייב מער אין די קערעסטיר ניקולשבורג מהלך פין געבן צו פרעסן פאר אידישע קינדער.
אלפאנס האט עס נישט מיט טפשות און חכמה, נאר מיט אמונה.
Re: #סקועלענע רבי פארטרייבט דיבוק פון רעדעוודיגע סקווירא פיש
הונדרעט פערצענט גערעכט, סמארטפאון און קאפעל סייז זענען די זעלבע זאך. ווער וואלט געקלערט אנדערש?
דער סקולענער מעג טראכטען וואס ער וויל, און טאמער ער טראכט אזוי, איז געטראכט ואין לטראכטען אחריה.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אישתישביגראדע פארשטיי איך נישט וואס האט זיין א רעפאבליקאנער צו טוהן מיט א קאפעל סייז.
ווען סקולענער רבי זאגט אים אוועק צו ווארפען זיין סמארט פאן וואלט מען געקענט פונקט אזוי חוזק מאכן.
דער קאפל סייז איז א וויכטיגע זאך ביי חרדים בזמן הזה אפגעזעהן צו איך פערזענליך לאך דערפין אדער נישט.
אויב סקולענער רבי גלייבט באמת אז טוישן די קאפל סייז קען געזונט מאכען דאס קינד, דעמאלס האבן מיר שטיקעל אנדערע אמונות טפילות. איך גלייב מער אין די קערעסטיר ניקולשבורג מהלך פין געבן צו פרעסן פאר אידישע קינדער.
אלפאנס האט עס נישט מיט טפשות און חכמה, נאר מיט אמונה.
אזעליכע סיקריקים ווי דו וואס כאפן נישט די וויץ וואס האט זיין א ריפובליקאנער מיטן קאפל, איז טאקע אט אויף זיי איז די וויץ געזאגט געווארן- Exhibit A.
אז א איד וועט קומען אין די נעקסטע דור צו די דעמאלסטיגער ״סקלענער רבי״ אז זיין זוהן דער חתן האט יעצט באקומען קענסער ל״ע אין די וואך פון זיין חתונה וועט דער אדמור פון סקלען בעטן אז אונזער ״חתן דינן״ זאל זיך לאזן וואקסן א ״גרעסערע קרוין״ אויפן שטריימל, ווייל למעשה איז עס ״היינטיגע אידשקייט״ און פארדעם שטראפט דער אייבישטער...
׳היינטיגע אידשקייט׳ אדער ׳אכשר דרא׳ ???? וואס היינטיגע אידשקייט? ווען היינטיגע אידשקייט? סאיז דא אזא זאך ווי ״היינטיגע אידשקייט״??? ווער איז מחליט וואס היינטיגע אידשקייט איז? סקלענער רבי מיט איצו גליק???
וואס דרייסטו די ביצים? סמארטפאנס באדראט אידשקייט, 4 סלייז קאפלעך איז א ״משוגעת״ אן קיין שום קראנטע מקור ערגעץ ווי אין הלכה, מסורה, וכו
אמאל אז א איד איז זיך געקומען אויסגיסן דאס הארץ פאר א רבי איז ער כאטש אהיימגעקומען מיט האפענס פון חיזוק אנצוגיין ווייטער, אפילו סתם א א פשוטע מענטש פארשטייט אז ווען איינער קומט זיך אויסגיסן די הארץ אז זיין צעהן יעריג קינד איז דיגאנאזט געווארן מיט א permanent illness און גייט ליידן א גאנץ לעבן דערפון, אז מ׳טרייסט כאטש די צובראכנע מענטש...! אבער דער ״היינטיגער צדיק הדור״ מיט איש פון ק״ש און יואלי ציממערמאן פארשטיין בעסער...
אנטשולדיגט מיר מיינע טייערע פריינד די סקלענער רבי איז ווייט פון א ״חכם״, און גאר ווייט פון א ״תלמוד חכם״, ער קען אפילו נישט פסקנן קיין ״משיב הרוח ומוריד הגשם שאלה״, ער איז א וואוילע איד וואס יעדער קען אים פארקויפן די ברוקלין בריטש פאר עני פרייז, עני טיים! פלוז! ער גייט אונז אויסלערנען וואס היינטיגע אידשקייט איז און וואס נישט? פארוואס? ווייל ער [איז געווען אין] די רומענישע תפיסה??
Re: #סקועלענע רבי פארטרייבט דיבוק פון רעדעוודיגע סקווירא פיש
שבת אחים
די אנדערע מעשה וועל איך שרייבן בקרוב.
פארצייל שוין די אנדערע מעשה
שבת אחים: ייש"כ. איך בין זייער ווייניג מאל מסכים מיט דיינע אפיניאנס און געדאנקען. אבער דא ביניך מיט דיר 100%...!
שבת אחים
אנטשולדיגט מיר מיינע טייערע פריינד די סקלענער רבי איז ווייט פון א ״חכם״, און גאר ווייט פון א ״תלמוד חכם״, ער קען אפילו נישט פסקנן קיין ״משיב הרוח ומוריד הגשם שאלה״, ער איז א וואוילע איד וואס יעדער קען אים פארקויפן די ברוקלין בריטש פאר עני פרייז,
ליגענט, ליגענט, ליגענט!
בן אדםשבת אחים

אמת אמת אמת!האסט עם פארהערט, אדער האסט געהערט פון איינעם וואס האט עם פארהערט?
בן אדםהאסט עם פארהערט, אדער האסט געהערט פון איינעם וואס האט עם פארהערט?
אדרבה גיי פרעג אים א שאלה ער גייט דיך שיקן צודעם און יענעם. זאג? ר׳ פיניעלע ז״ל ר׳ מאטעל׳ס עלצטע זוהן האט געקענט לערנען? א פייג האט ער געקענט, א וויואלע איד איז ער געוועהן , גאר א קליינע חכם. די סקלענער רבי איז אין די זעלבע קאטאגאריע... איך דארף אים עפעס פאהערן דעס צו וויסן? ער זאגט שוין איבער די זעלבע אויסגעדראשנע שטיקלעך ״קדושת לוי״ פאר פערציג יאר, פלוז! גיי הער זיינע תורות און נאכדעם קום מיר זאגן איבער זיין חריפות, ער האט אמאל פארגעלערנט א שיעור גמרא פאר אידן אזויווי ר׳ מאטעלע, ר׳ מוישלע האבן געטוהן? כבין שטארק מסופק צי ער קען אפלערנען אליינס א בלאט גמרא! אנטשולדיגט דעס איז מיין פערזענליכע אפאניען איבער אים.
וואס האט טישן תורות איינגעלייגט מיט קענען לערנען? אפשר איז די קדושת לוי אויך געווען אן עם הארץ?
גראדע האב איך געהערט פון אידן וואס האבן נאך געוואונט אין קרונהייטס ווען ער מיט זיין טאטע האבן אויך געוואונט דארט, און זיי האבן פארציילט אז מ'פלעגט בקביעות'דיג פרעגן הלכה שאלות פון די היינטיגע סקולענע רבי, בעיקר אין הלכות שבת (אויך אז ער פלעגט אגאנצע טאג זיצן אויף זיין מזרח וואנט פלאץ אין לערנען).
גר ותושבשבת אחים
די אנדערע מעשה וועל איך שרייבן בקרוב.
פארצייל שוין די אנדערע מעשה
מארגן, אדער אין די נעקסטע גלעגענהייט, כבין דאך נישט אינגאנצן קיין ליידיגער, איך האב פינף קינדער און איך דארף ברענגן פרנסה אויך, בזעת אפיך תאכל לכם, און איך בין דאך ביזי מיטן פארשפרייטן חסידות און אידשקייט, ״יפוצו מעיינותך״ לויט די ״מארמארישע מסורה״ 😂 און איך דארף דאך מאכן ״גלגול שלג״ אזויווי אלע אלטע רבנים, און קבלת קהל, און די רבי מאכט נאך יעדער נאכט ״התבודדות״ און ״תיקון חצות״...
בקיצור מארגן, בלי נדר אן קיין רעדער.
בן אדםוואס האט טישן תורות איינגעלייגט מיט קענען לערנען? אפשר איז די קדושת לוי אויך געווען אן עם הארץ?
גראדע האב איך געהערט פון אידן וואס האבן נאך געוואונט אין קרונהייטס ווען ער מיט זיין טאטע האבן אויך געוואונט דארט, און זיי האבן פארציילט אז מ'פלעגט בקביעות'דיג פרעגן הלכה שאלות פון די היינטיגע סקולענע רבי, בעיקר אין הלכות שבת (אויך אז ער פלעגט אגאנצע טאג זיצן אויף זיין מזרח וואנט פלאץ אין לערנען).
איך האב געקענט אידן וואס פלעגן בקיבועת פרעגן שאלות פון ר׳ פיניעלע האגער ז״ל, און ער האט געהאט א סטרעי״ט ליי״ן צו דעם דעברעצינער און ער פלעגט אלעס פרעגן דעם דעברעצינער און פאר די סערוויסעס פון טראגן און ברענגן שאלות צו די דעברעצינער האט די קהלה הק׳ איינגעמאנט אז מזאל באצאלן ״מעמדות״ להרה״צ אב״ד דקהילתנו הקדושה, ווי אויך איז מען געוועהן מחוייב צוגיין פאר פסח פארקויפן די חמץ ביי אים און אים אריינרוקן א פופציגער צי א הונדרעטער מינימום.
ביטע געב מיר איין נאמען פון א איד וואס פלעגט פרעגן שאלות אין הלכות שבת פון היינטיגע סקלענער רבי, קענסט מיר עס שיקן אין אישי אויך, איך גיי יענעם אנרופן און אים פערזענליך פרעגן.
לכאורה איז עס להד״ם...
און איך האב געמיינט אז היינט איז שוין נישטא קיין אמונת צדיקים... איך מיין אז ביי די וויז'ניצער איז עס נאך די שטערקסטע ווי סיי אימער!
בן אדםאון איך האב געמיינט אז היינט איז שוין נישטא קיין אמונת צדיקים... איך מיין אז ביי די וויז'ניצער איז עס נאך די שטערקסטע ווי סיי אימער!
ווייל וויזניץ האט אין וואס צוגלייבן, דער אהבת ישראל מיט זיינע פיר זוהן זענען געוועהן באמבעס איינס נאכן צווייטן, אין חכמה, אין תורה, אין יראת שמים, אין מידות, אין מענטשליכקייט און אין אהבת ישראל, ליידער האט די נעקסטע דור עס פארהארגט אביסל, ר׳ חיים מאירלס צוויי זוהן האבן כמעט אוועקגעלייגט און אויסגעמעקט די ״אמתע וויזניץ״ און די אלטע הבטחה אז וויזניץ וועט ציען די גאלדענע קייט ביז משיח׳ס טאג איז געוועהן אין jeopardy אבער נישט פאר לאנג, די נעקסטע דור האבן וויזניצער חסידים ווייטער די גלעגענהייט צו פארשפרייטן ״אהבת ישראל״ אינטער זייער נייע רבי כ״ק מרן הקוה״ט רבי ישראל האגער שליט״א מוויזניץ, א אמתע בעל-שמסקער איד מיט אלע מפרשים, א ריכטיגער ״אוהב ישראל״ א אמתע מענטש! א אויסגעארבטע איד, טאקע זייער זייער ווייט פון זיין זיידע דער אהבת ישראל ספעציעל אין חכמה, ידיעות, און אין גאונות, דער אהבת ישראל האט געקענט בלי גוזמא ״כל התורה כולה״ נגלה און נסתר, ווי אויך האט ער געקענט און פארשטאנען כמעט יעדע חכמה וואס איז געוועהן עוועילבעל אין זיין צייט, (מיינט נישט אז ער האט עס געקענט אדורך און אדורך, נאר ער האט לכה״פ געוואווסט פון וואס ס׳האנדלט זיך) דאך גייט ר׳ ישראלטשע האגער די היינטיגע וויזניצער רבי אין זיינע וועגן און פראבירט זיין בעסט צו מקרב זיין יעדער איינציגער איד מיטן גרעסטען מאס ״אהבת ישראל״ אזויווי עס פאסט פאר א אמתע וויזניצער רבי.
גיטע נאכט.
נו און וואס האט דער אהבת ישראל גערעדט פרייטיג צונאכטס? און ווי זענען זיינע חידושים? #אמונהאיןוויזניץ
Re: #סקועלענע רבי פארטרייבט דיבוק פון רעדעוודיגע סקווירא פיש
וויזניץ איז אלעמאל געשטאנען היבש ווייט פון חכמה.
אפשר קענסטע מיר אנצייגן וואו ר' חיים מאיר'ל'ס חכמה האט געשטעקט?
ר' מאטעלע, הגם וואס ער איז מער געריבן, איז ביז'ן זיין א חכם א היבשער גאנג. ער איז העכסט אויבערפלעכליך.
הער שוין אויף מיט די מארמארישע שטותים.
בן אדםנו און וואס האט דער אהבת ישראל גערעדט פרייטיג צונאכטס? און ווי זענען זיינע חידושים? #אמונהאיןוויזניץ
ער האט גערעדט פרייטיג׳ס נאכט ״תורה״ אויף די וויזנצער וועג מיט גמטריאות, אין שטאט וויען האט דער אהבת ישראל (ווי אויך זיין עלצטע זוהן דער ווישווער זצ״ל) געהאלטן א דרשה פאר אידישע פראפעסארן פון א הויכגעשעצטע יונעווערסטי אין יענע צייטן פאר פיר שעה! אלע זענען געזיצן צוגענאגעלט די גאנצע צייט! סאיז דא א בילד פון יענע דרשה, די איינציגסטע בילד פון דעם אהבת ישראל אן א שטריימל אדער א היט.
פריער האסטו מיר געפרעגט צו איך האב פארהערט דעם סקלענער רבין, דער מנח״א וואס לויט זיינע ספרים איז ער געוועהן א גרעסערע תלמיד חכם ווי אלע היינטיגע רביס צוזאמען האט אסאך פארברענגט מיטן אהבת ישראל ספעציעל אין קארלסבאד און געזאגט אויפן אהבת ישראל ווען ער האט אים מספיד געוועהן ווי אויך אפאר מאל בחייו:
די גאס האט אנגענומען אז ר׳ חיים אנטוניער זצ״ל (דער אהבת ישראלס יונגערע ברודער) איז א גרויסע תלמיד חכם און דער אהבת ישראל איז א גרויסע רבי, אבער איך (דער מנחת אלעזר זאגט) דער אהבת ישראל איז נישט נאר א גרויסע רבי נאר
א גאון עצום! מיין טאטע האט עס געהערט פון ר׳ חיים בער אליינס-מונקאטשער רבס גבאי וואס האט עס געהערט פון מונקאטשע רב׳ס מויל.
ווער סהאט נאר געדערט אמאל אין לערנען מיטן אהבת ישראל איז נתפעל געווארן פאר זיין גאונות און חריפות, צוגלייכן סקלענער רבי צום אהבת ישראל איז נישט אפילו גיט פאר א וויץ און איך גיי דיר מסתמא אפילו מעהר נישט ענטפערן ווייל ס׳איז א קינדערשע שמועס. דו אליינס ווייסט גאנץ גיט אז דער אהבת ישראל מיטן היינטיגען סקלענער זענען כרחוק מזרח ומערב און אויב נישט פאסט מיר אפילו נישט צורעדן מיט דיר ווייל דו קענסט נישט אדער לערנסטו נישט גיט וואס א רבי מיינט און וואס א גאון מיינט!
וואס פארא פארגלייך בכלל?
קל וחומרוויזניץ איז אלעמאל געשטאנען היבש ווייט פון חכמה.
אפשר קענסטע מיר אנצייגן וואו ר' חיים מאיר'ל'ס חכמה האט געשטעקט?
ר' מאטעלע, הגם וואס ער איז מער געריבן, איז ביז'ן זיין א חכם א היבשער גאנג. ער איז העכסט אויבערפלעכליך.
הער שוין אויף מיט די מארמארישע שטותים.
ר׳ חיים מאירל איז געוועהן די קלוגסטע רבי וואס איז נאר פארהאנען אין די לעצטע זיבעציג יאר, דו הייבסט נישט אן צו וויסן וואס טוט זיך מיט דיר! די גאס האט אנגענומען ר׳ חיים מאירל אלץ א חכם מחוכם, זיינע גלייכווערטליך זענען איינס אין דער וועלט, פרעג נאר הרה״צ ר׳ שמואל יענקל קאהן פון תולדות אברהם יצחק, דער טשערנאוויצער רבי פון ווימסבג, און הרה״ג ר׳ אליעזר דוד פרידמאן און הרה״ג ר מנחם מונדרור און אלע אנדערע מענשטען וואס האבן אים געקענט פון די נאנט. דו רעדסט שטותים מיט הבלים!
בן אדם די הספד פונעם מנחת אלעזר אויפן אהבת ישראל איז געדרוקט און דאקיומענטירט געווארן, סאיז נישטא קיין איין רבי היינטיגע צייטן וואס האט געזאגט אויפן היינטיגע סקלענער רבי אז ער איז א ״גאון עצום״ נאכדערצו אזא ריזגע גאון בתורה און א חריף ווי דער מנח״א! קיינער האט קיינמאל נישט געזאגט אזא זאך פשוט ווייל ער איז ווייט פון א גאון, פון די אנדערע זייט קען איך דיר ברענגן מעהר ווי צעהן גדולים פו פאריגען דור וואס האבן פערזענליך געקענט דעם אהבת ישראל און גערעדט מיט אים אין לערנען און זענען גאר שטארק נתפעל געווארן... פאר יעדע היינטיגע גאון און גדול וואס זאגט די היינטיגע סקלענער רבי איז א גאון קען מען ברענגן ״צעהן פריערדיגע גדולים״ וואס וועלן זאגן אז דער אהבת ישראל איז נישט סתם געוועהן א גדול נאר ער האט געקענט אלעס! יעדע פארשטיפטע פרי מגדים אויפן לשון! בלי ספק!
כ'האב נישט געזאגט אז סקולענער רבי איז א גאון הגאונים (קען זיין ער איז נאר איך ווייס פשוט נישט), אבער היות די האסט אנגענומען אז ער איז אן עם הארץ האב איך געזאגט וואס איך ווייס. און אגב, פון די אהבת ישראל ווייסטו אויך נאר ווייל 'מ'האט אזוי געזאגט' אויף עם (אזוי ווי די סאטמאר רבי האט געזאגט אויף געוויסע קנאישע רבנים אז זיי קענען נעמען קוויטלעך, אבער ער האט עס קיינמאל נישט געזאגט אויף דעם אמרי חיים סקווערער רבי אדער בעלזער רב, וכן בנד"ד מיט אזא איינער ווי די מונקאטשער רב...) אבער חוץ פון דעם איז קיין זכר נישטא.
סאיז דא פול מיט שמועסן און פלפולים וואס דער אהבת ישראל האט געהאט מיט אנדערע רבנים, אסאך פון זיי זענען געדרוקט, סאיז באוויסט אז מ׳האט געקענט אריינגיין צו אים און אנפרעגן עני סוגיא צי א תוספות צי א מהרש״א און ער איז געוועהן אינדערהיים, פולע גדולים האבן זיך מפלפל געוועהן מיט אים אין לערנען בתוכם טאקע דער מנח״א, סאיז נישטא קיין איין גרויסע גאון וואס האט זיך אמאל מפלפל געוועהן מיט סקלענער רבי אין לערנען, אדרבה זאג ווער?
הייסט עס אלעס בויעסטו אויף וואס ר׳ יואליש האט געזאגט? גראדע האט ר׳ יואליש שטארק געהאלטן פונעם אהבת ישראל און אים גערופן א ״צדיק״ כיודע און ער וואלט געוועהן די ערשטע דיר צוזאגן אז דער אהבת ישראל איז געוועהן א גדול בתורה ובחכמה און א גאון עצום! GET YOUR FACTS STRAIGHT!
פון די אמרי חיים און די סערטער זצ״ל האט ער טאקע נישט געהאלטן, אבער אויפן אהבת ישראל און זיין עלטסטע זוהן דער ווישאווער האט ער שוין איינמאל געהאלטן, ער איז געפארן צום אהבת ישראל מעהר ווי איינמאל...
זאג נאר, בן אדם? ר׳ אהרן ראטה זצ״ל פון שומרי אמונים איז געוועהן א יודע ספר א תלמיד חכם א גאון??? וואס האלטסו? איך בין פשוט נייגעריג ווייל לויט דיר חוץ דער מונקאטשער האט קיין איין גדול נישט געהאלטן דעם אהבת ישראל פאר קיין גאון, רבי אהרן ראטה פון שומרי אמונים איז געוועהן א תלמיד און א פייערדיגע פארברענטע חסיד פונעם אהבת ישראל און ״ער״ האט געזאגט אז דער אהבת ישראל האט געקענט כל התורה כולה נישט דער אפיקורס שבת אחים פון סטעטן איילענד וואס האט אפילו קיינמאל נישט געזעהן דעם אהבת ישראל נאר ר׳ אהרל'ע ראטה פון די באוויסטע נאנטע תלמידים און חסידים פונעם אהבת ישראל האבן געזאגט:
״אויסער וואס דער אהבת ישראל האט זיך אויסגארבעט יעדע מדה האט ער דערצי געקענט כל התורה כולה״...!