☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » #סקועלענע רבי פארטרייבט דיבוק פון רעדעוודיגע סקווירא פיש

#סקועלענע רבי פארטרייבט דיבוק פון רעדעוודיגע סקווירא פיש

63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11461
בלאט: 1 2

שבת אחים » מאנטאג מאי 8, 2017 3:47 am

· #370221
בן אדם
נו און וואס האט דער אהבת ישראל גערעדט פרייטיג צונאכטס? און ווי זענען זיינע חידושים? #אמונהאיןוויזניץ


כווייס נישט וויפל לערנען דו קענסט, אבער הגאון הגדול ר׳ מאיר שפירא זצ״ל מגודלי ראשי ישיבת פון די פריערדיגע דור איז געוועהן אין קארלסבאד שבת פרשת דברים צוזאמען מיטן אהבת ישראל איז ער געקומען צום אהבת ישראל׳ס טיש פרייטיגס צונאכטס(וואס לשיטותך האט מען דארט גערעדט שטותים...), און פארן בענטשען (פאר די אהבת ישראל האט געזאגט תורה )האט ער געזאגט הויך בפני כל הקהל ועדה:

״מיין הארץ גלוסט פאר תורה און איך בין געקומען צוהערן די הייליגע תורה מפי הרבי״!

חוץ מזה האט ער אמאל געזאגט אז:

תורה האב איך מיך אויסגלערענט אין גור עבודה אין וויזניץ און חסידות אין טשורטקוב (פונעם אהבת ישראל׳ס רבי זיין פעטער דער טשארטקובער וואס דער אהבת ישראל האט זיך געהאלטן פאר זיין חסיד און תלמיד)

בן אדם טייערער האלטס אז ר׳ מאיר שפירא וואס איז געקומען נאך אלץ בחור צום אהבת ישראל׳ס טישן וואלט געזאגט אזאנס אויף סקלענער רבי???
קיינמאל נישט!

שבת אחים » מאנטאג מאי 8, 2017 3:54 am

· #370222
ועיין מה שכתבתי לעיל:

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/370217">viewtopic.php?p=370217#p370217</a><!-- l -->

וכאן:

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/370223">viewtopic.php?p=370223#p370223</a><!-- l -->

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 8, 2017 7:17 am

· #370225
Re: #סקועלענע רבי פארטרייבט דיבוק פון רעדעוודיגע סקווירא פיש
ער איז כשר גערעכט. ווען אימער א שווערע עגונה שאלה איז ארויף געקומען על שלחן הרבנים אין רוסלאנד נאכ׳ן קישיניעווער פאגראמ׳ן צו די ערשטע וועלטס קריג זעלנער, האט מען עס עפעס געשיקט קיין קאוונא צו ר׳ יצחק אלחנן? קיין לאמזא צום דברי מלכיאל? קיין ווילנא צו ר׳ חיים עוזר אדער ר׳ שלמה׳לע ווילנא? נאר קיין וויזניץ!

א רב אין אמעריקא האט געהאט א שאלה אויף א גט, ווי האט ער עס געשיקט? צום מהרש"ם אין ברעזאן? קיין ראדאמישלא אדער לעמבערג? ניין! נאר קיין וויזניץ!

אן עושר אין פולין וואס האט געוואלט שיקען זיין בחור לערנען אין ישיבה, האט ער געשיקט קיין קאמעניץ אדער גראדנא? ניין, נאר קיין וויזניץ.

פרעג א היסטאריקער פון יענער יארען ווער זענען געווען די גדולי הפוסקים צו רבנים און מנהיגים אין יענער תקופה, קיינער וועט נישט ענטפערען הרי"ד מבעלזא צו דער אמרי אמת אין גור. ס׳וועט קיינער נישט איינפאלען אז דער חפץ חיים איז גאר א מ"ד צו דער דבר אברהם, ווער רעדט נאך פון דער מהרש"ג אדער דער לבושי מרדכי. אלע וועלען לויפען און יאגען צו ענטפערען גלייך "וויזניצער רבי׳ן", און אויף זייער געזיכט וועסטו זען אזא מין אויסדרוק כאילו "וואס מוטשעט דער מיט א"ב שאלות?"

(נאר מוסיף צו זיין. דער ח"ח פלעגט זאגען, ווען אן ארימאן זאגט אויף א צווייטען אז ער איז אן עושר, מיינט עס נאר אז ער האט טעגליכע ברויט צו עסען. ווען אן עושר זאגט עס, מיינט עס שוין עפעס, יעדער מענטש לויט זיין ווערט. אזוי אויך מיט חכמה, ווען שלמה המלך זאגט אז איינער איז א חכם, האט עס אן אנדערע באדייט ווי ווען סתם א פראפעסער זאגט עס. ופירש עפ"ז דער פסוק ׳כי השוחד יעור עיני חכמים׳, אז דער מקור החכמה אליינס רופט איהם אן א חכם. עכ"פ דאס קומט אין געדאנק ביים ליינען די אשכול)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בן אדם » מאנטאג מאי 8, 2017 9:32 am

· #370228
שבת אחים
סאיז דא פול מיט שמועסן און פלפולים וואס דער אהבת ישראל האט געהאט מיט אנדערע רבנים, אסאך פון זיי זענען געדרוקט, סאיז באוויסט אז מ׳האט געקענט אריינגיין צו אים און אנפרעגן עני סוגיא צי א תוספות צי א מהרש״א און ער איז געוועהן אינדערהיים, פולע גדולים האבן זיך מפלפל געוועהן מיט אים אין לערנען בתוכם טאקע דער מנח״א,

אדרבה, גוט צו וויסן
שבת אחים


הייסט עס אלעס בויעסטו אויף וואס ר׳ יואליש האט געזאגט? גראדע האט ר׳ יואליש שטארק געהאלטן פונעם אהבת ישראל און אים גערופן א ״צדיק״ כיודע און ער וואלט געוועהן די ערשטע דיר צוזאגן אז דער אהבת ישראל איז געוועהן א גדול בתורה ובחכמה און א גאון עצום! GET YOUR FACTS STRAIGHT!

כ'האב נאר גענוצט ר' יואליש אלס א משל אז יעדער האט זיך זייער אייגענע נגיעות, און אגב, אויב די מנח"א האו געהלטן פו'נם אהבת ישראל איז שוין נישט קיין גרויסע חידוש אז ר' יואליש האט געהאלטן. (און וועגן די ווישיווער רב איז באוואוסט אז ער איז געווען א גאון).
שבת אחים

כווייס נישט וויפל לערנען דו קענסט, אבער הגאון הגדול ר׳ מאיר שפירא זצ״ל מגודלי ראשי ישיבת פון די פריערדיגע דור איז געוועהן אין קארלסבאד שבת פרשת דברים צוזאמען מיטן אהבת ישראל איז ער געקומען צום אהבת ישראל׳ס טיש פרייטיגס צונאכטס(וואס לשיטותך האט מען דארט גערעדט שטותים...), און פארן בענטשען (פאר די אהבת ישראל האט געזאגט תורה )האט ער געזאגט הויך בפני כל הקהל ועדה:

לשיטתי איז נישט געווען קיין שטותים, נאר ווייל דו האלסט אז דער סקולענער רעדט שטותים, ממילא מיינסטו אז איך האלט אז דער אהבת ישראל האט גערעדט שטותים...
שבת אחים
און פארן בענטשען (פאר די אהבת ישראל האט געזאגט תורה )האט ער געזאגט הויך בפני כל הקהל ועדה:

״מיין הארץ גלוסט פאר תורה און איך בין געקומען צוהערן די הייליגע תורה מפי הרבי״!

ער האט געמיינט צו זאגן די שבת תורה (דברי חסידות). ער האט געוואוסט אז דער אהבת ישראל רעדט נישט קיין נגלה ביים טיש! און ר"מ שפירא האט אויך פארשטאנען צו חסידות.
שבת אחים


בן אדם טייערער האלטס אז ר׳ מאיר שפירא וואס איז געקומען נאך אלץ בחור צום אהבת ישראל׳ס טישן וואלט געזאגט אזאנס אויף סקלענער רבי???
קיינמאל נישט!


...Here we go again
#וויזניצער_אמונה

שבת אחים » מאנטאג מאי 8, 2017 10:32 am

· #370230
וואס וויזניצע אמונה אין קאפ אריין? זאג מיר נאך איין רבי אין די לעצטע הונדרעט יאר וואס האט באקומען סמיכה ביי די פופצן יאר פון א פריערדיגע גאון און גדול???

דו ביסט פיין חוזק! דער סקלענער דארף נאכמאל געבוירן ווערן צוקענען נאר א צענטל וואס דער אהבת ישראל האט געקענט!

די סקלענער רבי איז האט בכלל אמאל באקומען הוראה? ער האט אמאל געפסקנט איין שאלה? דער אהבת ישראל אלץ יונגערמאן איז אויפגענומען געווארן אפעושלי אלץ א ״מורה הוראה״ און ער פלעגט פסקנן שאלות. וואס פארא פארגלייך בכלל?.

וואלווי » מאנטאג מאי 8, 2017 11:09 am

· #370234
שבת אחים
גר ותושב
שבת אחים

די אנדערע מעשה וועל איך שרייבן בקרוב.

פארצייל שוין די אנדערע מעשה


מארגן, אדער אין די נעקסטע גלעגענהייט, כבין דאך נישט אינגאנצן קיין ליידיגער, איך האב פינף קינדער און איך דארף ברענגן פרנסה אויך, בזעת אפיך תאכל לכם, און איך בין דאך ביזי מיטן פארשפרייטן חסידות און אידשקייט, ״יפוצו מעיינותך״ לויט די ״מארמארישע מסורה״ 😂 און איך דארף דאך מאכן ״גלגול שלג״ אזויווי אלע אלטע רבנים, און קבלת קהל, און די רבי מאכט נאך יעדער נאכט ״התבודדות״ און ״תיקון חצות״...

בקיצור מארגן, בלי נדר אן קיין רעדער.


ס'נאך דא סקייונג רעזארטס אפען יעצט?

בן אדם » מאנטאג מאי 8, 2017 11:26 am

· #370238
שבת אחים
וואס וויזניצע אמונה אין קאפ אריין? זאג מיר נאך איין רבי אין די לעצטע הונדרעט יאר וואס האט באקומען סמיכה ביי די פופצן יאר פון א פריערדיגע גאון און גדול???

דו ביסט פיין חוזק! דער סקלענער דארף נאכמאל געבוירן ווערן צוקענען נאר א צענטל וואס דער אהבת ישראל האט געקענט!

די סקלענער רבי איז האט בכלל אמאל באקומען הוראה? ער האט אמאל געפסקנט איין שאלה? דער אהבת ישראל אלץ יונגערמאן איז אויפגענומען געווארן אפעושלי אלץ א ״מורה הוראה״ און ער פלעגט פסקנן שאלות. וואס פארא פארגלייך בכלל?.

קענסט מיר ברענגען איינער וואס האט געפרעגט א שאלה פונ'ם אהבת ישראל? 😂
מיך גייט נישט אן צו דער אהבת ישראל איז געווען א גאון אדער עם הארץ. (גראדע האב איך געוואוסט אז ער איז געווהן א ת"ח). דו האסט אנגעהויבן די שמועס פון קאמפערן וויזניץ צו סקולען. מ'האט בכלל נישט גערעדט דא פון קיין גאונות, נאר פון עמעראצעת. דו קענסט נישט די חילוק?

cictim » מאנטאג מאי 8, 2017 11:56 am

· #370246
די קעניג פין אמעריקע
די אשכול זעט אויס מער ווי א טוויטער אקאונט פון איש את רעהו


מ'בעהט אלע חשוב'ע חברים דא, מיר ברויכן צו פארשטיין, אז מיר האבן דא א מנהיג, "יענע מענטש פון סטעטען איילענד", און מ'בעהט זיך נישט אנרופן אויף פארשידענע נושאים, וואס קענען נאך ח"ו מצער זיין די מנהיג דא, ספעציעל אין די נושא פון וויזניצע רביים זייער אויסגעארבעטע מידות וואס זיי האבן נישט מסיח דעת געווען פונעם אייבערשטען קיין רגע, חזי מאן גברא רבא קמסהיד עלי, און אודאי נישט אריינרעדן אין די נושא פון דארווין, טראמפ, אדער מושב זקנים וכל כת דילי', אזוי שטייט "אם אין דעת הבדלה מנין", מ'פארציילט אז אינדערהיים אין מארמאראש, איז מען געקומען צופארן צום רעבאן אויף ר"ה וואס איז אויס געפאלען די דריטע טאג שבת, ווען ס'איז געקומען שבת זענען שוין אלע געווען אינדערהיים! זיי זענען דאך נאר געקומען אויף ראש השנה?!

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 8, 2017 12:21 pm

· #370255
סיקטים: איך בין נישט מסכים מיט דיין דזשענעראלייזעישן. דו לייגסט אריין אלע וויזשניצער חסידים אין איין פעקל. ס'געווען חסידים תלמידי חכמים. און ס'זענען אויכעט געווען עמי הארצים.

אז דו ציעסט צוריק וועל איך דיר פארציילן אנ'אנדערע, זיסע מעשה...!

צום אהבת ישראל זענען געקומען צו פארן אלערליי מענטשן. צווישן זיי זענען אויכעט געווען עמי הארצים, וועלכע זענען געקומען צו פאהרן אום שב"ק. האט דער אהבת ישראל זיי געבעטן אז זיי זאללן נאר קומען צו איהם נאך הבדלה. ווען איינער אזא פארשוין איז אנגעקומען בעצם יום השבת קודש. האט איהם דער אהבת ישראל געזאגט...כ'האב דיר דאך געזאגט אז דו זאלסט קומען נאך הבדלה...! רופט ער זיך אן...רבי...כ'האב געמאכט הבדלה פאר איך בין געקומען צום רעבאאא...!

cictim » מאנטאג מאי 8, 2017 12:35 pm

· #370258
ווער ס'ליגט אין פעקל דאכט'זיך שטייט געשריבן ברחל בתך הקטנה.

cictim
מיר האבן דא א מנהיג, "יענע מענטש פון סטעטען איילענד"

שבת אחים » מאנטאג מאי 8, 2017 12:41 pm

· #370260
בן אדם
גאר א חשובע ניק אין ק״ש האט מיר דעס געשיקט אין אישי היינט צופרי.

כ'האב נישט ליב צו פראפאגאנדירן ווועגען וויזניץ מפני גילוי, אבער אז די ווילסט קענסטו דאס ארויף לייגען.

דער אהבת ישראל האט אליינס משמש געווען ברבנות אין בעדעווליא און אין וויזניץ אלס יונגערמאן נאך פאר ער איז געווען רבי.

ער האט אלס בחור זיך פארהערט הוראה צוזאמען מיט'ן אנטעניער רבי ביים שואל ומשיב אן דעם וואס דער שואל ומשיב זאל וויסען אז זיי זענען בנש"ק'ליך.

אין ספר אהבת ישראל צום סוף פון איינע פון די בענדער איז געדריקט תשובות וואס ער האט געשריבן אלס רב.

בערך מיט צעהן יאר צירוק האט איינע די וויזניצע כוללים ארויס געגעבען א ספר אויף הלכות נדה דארט איז געדרוקט הגהות והערות פונ'ם אהבת ישראל אויף שו"ע.

חוץ פון דעם אלעס, איז ידוע אז דער אהבת ישראל איז געווען א מתמיד עצום בנגלה א זאך וואס איז געווען נראה לעיני כל, אין מ'דארף נישט קיין אמונה פאר דעם.

שבת אחים » מאנטאג מאי 8, 2017 12:42 pm

· #370261
cictim
די קעניג פין אמעריקע
די אשכול זעט אויס מער ווי א טוויטער אקאונט פון איש את רעהו


מ'בעהט אלע חשוב'ע חברים דא, מיר ברויכן צו פארשטיין, אז מיר האבן דא א מנהיג, "יענע מענטש פון סטעטען איילענד", און מ'בעהט זיך נישט אנרופן אויף פארשידענע נושאים, וואס קענען נאך ח"ו מצער זיין די מנהיג דא, ספעציעל אין די נושא פון וויזניצע רביים זייער אויסגעארבעטע מידות וואס זיי האבן נישט מסיח דעת געווען פונעם אייבערשטען קיין רגע, חזי מאן גברא רבא קמסהיד עלי, און אודאי נישט אריינרעדן אין די נושא פון דארווין, טראמפ, אדער מושב זקנים וכל כת דילי', אזוי שטייט "אם אין דעת הבדלה מנין", מ'פארציילט אז אינדערהיים אין מארמאראש, איז מען געקומען צופארן צום רעבאן אויף ר"ה וואס איז אויס געפאלען די דריטע טאג שבת, ווען ס'איז געקומען שבת זענען שוין אלע געווען אינדערהיים! זיי זענען דאך נאר געקומען אויף ראש השנה?!

😂

איי לאוו יו טו!

בד״וו איך וויל יא מזאל זיך אנרופן, אדרבה זאל יעדער זאגן זייערע מיינונגען זייטס אבער געראכטן אז יעדע מאל סגייט מיר אויסקוקן ווי ״שקר״ אדער ״אוממארליש״ לדעתי גיי איך רעגירן. אדרבה אויב מאך איך ערגעץ א טעות לאזט מיר וויסן, שרייבטס צוריק א לאגישע תגובה נישט אים אין הבדלה דעת מנין... אדער די פארקעערטע וועג.

איך הער יעדעם איינעם אויס ווילאנג ער רעדט מיט רעספעקט און לאגיק!

חוזק מאכן פון אלטע מאמארישע פויערן איז פאוני, איך וועל דיר אפילו ארויסהעלפן חוזק מאכן, איך ווער בכלל נישט געטראפן דערפון ווילאנג די רעדסט נישט מיט זלזול אויפן אהבת ישראל און זיינע פיר זוהן גייט מיך עס גאר ווייניג אן, און אז אפילו דו מאכסט אוועק די מאמרישע תמימות׳דיגע אידן ריפלעקט עס גאנץ ווייניג די גרויסקייט פונעם אהבת ישראל זצ״ל, פארקערט יעדער וואס שטודירט די מארמארישע באקווינע אידן גייט ארויס פאר התפעלות פון די אמונה און בטחון וואס זיי האבן געהאט צו זייער רבין, און וויאזוי ער האט דורכדעם געהאלטן טויזנטער אידן ביי אידשקייט, אלעס דורך ליעב האבן יעדע איד און זיך רעכענען מיטן שנארער פונקט ווי מיט די גרעסטע עושר. חבל על דאבדין...

cictim » מיטוואך מאי 10, 2017 6:08 pm

· #370523
# אם_אין_דעת_הבדלה_מנין
בלאט: 1 2