☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור

טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור

155 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11454
בלאט: 1 2 3 4

חכמת שלמה » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 12:39 am

· #369232
📎 חוט של חן נסוכה על פניהם.jpgאביסל בילדער מהנעשה במחנינו...
📎 אנטלויפן אינמיטן נאכט.jpg

חכמת שלמה » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 12:47 am

· #369236
ביי די מעלק
📎 אנטלויפן אינמיטן נאכט.jpg

חכמת שלמה » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 12:48 am

· #369237
דאס לעבן און שאפן...

מען מעלקט די קיען.
מען ברענגט די ביה"כ.
📎 מען ברענגט ביהכ.JPG 📎 מעלק.JPG

חכמת שלמה » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 12:51 am

· #369238
היימישע פרוכט.
📎 היימישע פרוכט.JPG

טרויבן88 » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 2:07 am

· #369242
Re: טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור
חכמת שלמה
פריער האב איך געעפנט אן אשכול מיט אן אויסשריפט דערויף. מאנכע האבן מיר אנגעמערקט אז דאס איז אוועקגענומען, נעמליך דערפאר וואס איך בין נישט געווען גענוג קלאר דערויף און זיך נישט ארויסגעברענגט געהעריג. דעריבער וועל איך זיך בעסער מסביר זיין.

דעם היינטיגן טאג איז א דראמאטישער און שווערער טאג פאר אידנטום, וואס ווער ווייסט וועלכע נאכפאלגן עס וועט ברענגען מיט זיך לעתיד. היינט איז דערקלערט געווארן אין די מדינה הציונות, אז קהל לב-טהור איז א קולט לכל דבר,


איך זע נישט וואס איז די פראבלעם, די ריכטער האט געטון די ריכטיגע זאך ברוך השם, און דערמיט ווארשיינליך שווערער מאכן פאר לב טהור צי אפערירן, און דאס איז אלעס על צד אז דאס וואס די זאגסט איז אמת, איך ווייס נישט וואס אזא טיטל טוט אויף אין די וועלט,
טוען די ריכטיגע זאך דארף געלויבט ווערן צענדליגע קינדער ווערן געפייניגט מינוט מינוטליך, סטאפ האקן א טשייניק מיט גור וכו'
דא איז די ריכטער גערעכט, לגבי דיין גרויסע אויסגעזויגענע שרעק לגבי אנדערע חסידות, די ענטפער איז, ס'איז נישט די זעלבע זאך, ס'איז אן אלטע טעראר מיטל צי ברענגן סימפאטיע פאר די פארשימלטע טעראר מאשין.

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 5:05 am

· #369243
.

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 5:56 am

· #369244
Lev Tahor Cult Living In Tents
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=7GiadKIEtvo">https://www.youtube.com/watch?v=7GiadKIEtvo</a>

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 5:57 am

· #369245
Lev Tahor Students Purim Shpiel
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=WLByatRt1cQ">https://www.youtube.com/watch?v=WLByatRt1cQ</a>

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 5:59 am

· #369246
CBSA Arrests Lev Tahor Members
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=__mgVElzVaI">https://www.youtube.com/watch?v=__mgVElzVaI</a>

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:00 am

· #369247
Full Episode: Lev Tahor

<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=RvHedNL6isQ">https://www.youtube.com/watch?v=RvHedNL6isQ</a>

איש את רעהו » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 2:46 pm

· #369277
בילד וויאזוי לב טהור אנטלויפט צום וואלד ווי זיי זענען די לעצטע האלבע יאר.
📎 2017-04-2.jpg

@אישתשבי ס'שווער צו פארשטיין געבן א גוי אז ריסטריקטען דורך פארשידענע שטייפע מעטאדען טויזענטער חסידי גור צו געוויסע מהלכי החיים, אדער סקווירא אידן
זאל זיין ווייניגער א קולט באוועגונג, ווי דרייסיג משפחות וואס זענען אינטער א מענטש וואס זיי האלטן אים זייער טאטע/רבי וכו'

נאר וואס דען 30 לב טהור אידן אין וואלד קען מען גרינגער מסדר זיין.

אניהקטן » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 3:03 pm

· #369279
קל וחומר
דאס שיינט צו זיין שמואל פרימו מיט א פרישע ניק.
גיבט אים נישט די אטענשאן.
א טראל האט נישט וואס צו זיכן דא.


עליזאבעט ווארען האט זיך געאייסערט בנוגע די קאנטראווערסיע איבער די מכשיפה ען קאלטער:

"לאזט איר רעדן און באטייליגט זיך נישט ביי איר רעדע."

אניהקטן » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 3:07 pm

· #369282
שבת אחים
דער חזיר לייגט ארויף בילדער מהנעשה במחנינו 🙄 כאילו איינער איז נייגעריג וואס טוט זיך אין חוש אין Guatemala, ווי איז די בילדער ווי מלייגט איבער מענטשען אויף די בימה און מפראקט אריין? דו אפגעריסענער אויסווארף! ער גלייכט זיך נאך צו אנדערע חסידותן...

זאג ווער קוקט איבער צו סאיז דא שעטנז אין די שווארצע לאליכער אין וואס ענקערע נעבעכדיגע פרויען זענען איינגעהילט?

נאך א זאך פארוואס שטינקט דער רבי העלבראנץ? ער סרחט פון א פארשימלטע ביצה שנולדה בגואטמלה... ר׳ מענדלע׳ס פון מרכז אחוריים שמעקט דאך שוין בעסער ווי דיינע portable toilets ביי שאלשידעס 😠


אין מיינע בילדער שמעקט ער.

וואו זעסטו ער זאל שטינקען?

איש את רעהו » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 3:12 pm

· #369285
וויפיל געלט קומט דארט אריין פון נדיבים
און ווער איז די בעל הבית דערויף
די מענטשן אדער די רבי ?

סמבטיון » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 4:33 pm

· #369297
איך בין אימפרעסעד ווי דע יונגע בחרום רעדן אזא פליסיגע ספאניש

איש את רעהו » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 7:50 pm

· #369316
ווער איז די ועד הצלה אינדרויסענדע ? אדער אנשי לב טהור.📎 ManifestoHebrew.pdf

די ועד פארשפרייט קעגן די מדנ"י א קאריקאטור

📎 P5.jpg

איש את רעהו » דאנערשטאג אפריל 27, 2017 8:26 pm

· #369319
נעכטן מיטוואך האט לב טהור פארשפרייט א בריוו רעאגירענדיג צום פסק פינעם ביה"מ אין מדנ"י
<a class="postlink" href="http://www.rescuecommittee.net/2016-09-25-10-24-15/51-commentary/319-exhibition-of-the-lev-tahor-affair-opinions-of-lev-tahor-israel-and-canada-hebrew">http://www.rescuecommittee.net/2016-09- ... ada-hebrew</a>

חכמת שלמה » פרייטאג אפריל 28, 2017 12:17 pm

· #369364
אסיפת חיזוק והתבוננות
נעכטן ביינאכט איז געווען ביי אונז אן אסיפת חירום, למועצת חכמי בבל, עס זענען געהערט געווארן דרשות דורך הרב מאיר יששכר ראזנער שליט"א און הרב ראזנער שליט"א. דאן האט דער רבי שליט"א אויפגעטרעטן מיט פייערדיגע דברות קודש, אויפן פסוק "אבן מאסו הבונים היתה לראש פינה" - געבנדיג צו ערקלערן דעם באדייט פון 'מאסו הבונים' און ווי אזוי עס דערקייקלט זיך צום "ראש פינה", ווייל דווקא איידערן בויען דעם שטעטל, קומט א ירידה לצורך עליה, און ווי טיפער די ירידה איז, אלס העכער איז די עליה. דער רבי תמ"ל האט געלאזט פאלן ווערטער אז דאס איז דער הכנה און לעצטער גורם צו ביאת המשיח, וואס וועט זיין א דירעקטער שייכות מיט די יעצטיגע פרשה און אלע וועלן דאס זען און אנערקענען.

דער רבי תמ"ל האט דאס ארויסגעברענגט מיט די וואכנדיגע סדרה, אשה כי תזריע וילדה זכר - א פרוי איז א מקבל - א היפך פון א משפיע, אבער שפעטער מיט די צייט ווערט זי די משפיע, בשעת זי גיבט ארויס פירות און קינדער, וואס דאן איז זי א משפיע לדורות, און דאס קומט מיט חבלי לידה. דער רבי האט געזאגט "רני עקרה כי לא ילדה" - אמאל איז דא נארישע מענטשן וואס פרייען זיך מיט א נארישע שמחה, זיי זאגן "לא ילדה" - מען דארף נישט דורכגיין די חבלי לידה און די צער, אבער זיי זענען נאריש, ווייל די חבלי לידה ברענגט פירות און השפעות לדורות, אבער ביי אידן איז עס "אשה כי תזריע וילדה זכר" - אז זיי ווערן משפיעים פארן גאנצן דור, וויבאלד עס איז א הכנה לביאת המשיח.

דא האט דער רבי שליט"א אויך מאריך געווען אין דעם ענין פון חבלי משיח, וואס כידוע האט דאס דער רבי ר' אלימלך מבטל געווען, אבער לכאורה שטעלט זיך די פראגע, ווי אזוי האט ער געקענט אויסרייסן א זאך וואס אין חז"ל שטייט פארקערט, וכבר עמד על זה מרן רבינו בעל הויואל משה זצוק"ל זיע"א, נאר די הייליגסטע קהילה אין די וועלט האט דאס גענומען אויף זיך, אינאיינעם מיט די השפלות און רדיפות, און דערמיט איז מען מכפר אויף די גאנצע דור.

אין א דראמאטישע טאן, האט דער רבי תמ"ל באפוילן פארן גאנצן ציבור, אז מען זאל מוחל זיין בלב שלם אלע וואס האבן געטאן שלעכטס אדער בא'עול'ט דעם כלל אדער פרט, און דער רבי האט באפוילן אז עס זאל זיין שטיל עטליכע מינוט אויפן זייגער, יעדער איינער זאל פארמאכן די אויגן, זיך פארשטעלן אין די צורה און זיך מתבונן זיין וואס מען האט געטאן שלעכט, און ווי אזוי עס האט געשאדט, און נעמען אויף זיך מוחל צו זיין דעם כלל אדער דעם פרט בלב שלם.

עס איז דאן שטיל געווען עטליכע מינוט, יעדער האט פארמאכט די אויגן און זיך פארטראכט, עס איז געווען א חיתת אלקים אין דעם גאנצן געצעלט, מענטשן האבן געכליפעט הויך, ס'איז געווען א ווייטאגליכע מאמענט. דאן האט דער רבי געוואלט אנהויבן רעדן ווייטער, אבער פלוצלינג האט זיך אנגערופן מו"ה ר'..... (מיר קענען נישט ארויסגעבן יעצט דעם נאמען - א טייערער איד וועמען מען האט צוגענומען די קינדער און איז אריבער יסורי איוב) "רבי, אויף מיינע קינדער קען איך נישט מוחל זיין". דער רבי האט דאן געגעבן א שפרינג אויף און געזאגט "דיינע קינדער'ס צער דארפן זיי מוחל זיין, אבער די צער וואס דו באקומסט דערויף איז באשערט פון הימל און דו דארפסט עס מוחל זיין. דער רבי האט דאן געהייסן אז מען זאל שטיל בלייבן נאך עטליכע מינוט, אז יענער זאל מוחל זיין.

דאן האט דער רבי צוגעענדיגט, אז אונזער מחילה ברענגט זיי נישט קיין סליחה. פון הימל טוט מען נאכאלס באשטראפן איינער וואס טוט שלעכטס פאר מענטשן, בפרט אויף די צער השכינה, און די וואס טוען צושטערן א מקום קדוש און הייליגע קהילה וואס איז א הכנה אויף ביאת המשיח, אבער פאר אונז, אנשי קהילת לב טהור, דארף מען זיין א מעביר על מדותיו, וואס דאן איז מאריכין לו ימיו ושנותיו.

דער רבי האט דאן מחזק געווען דעם ציבור, אז עס קומען גוטע צייטן, מען זאל זיך האלטן באחדות און בקדושה, וסוף הכבוד לבוא.

דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אויף א פייערדיגע ריקוד אויפן ניגון "ואמר ביום ההוא", וואס האט אנגעהאלטן צוואנציג מינוט בערך, עס האט זיך געשפירט אז דאס גאנצע וואלד טאנצט מיט. דער ציבור איז אוועקגעגאנגען פון דארט מלא התחזקות ועידוד.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז בקרוב זאל מען זען ישועות און רפואות, מיט א גאנצע גאולה.

איש את רעהו » פרייטאג אפריל 28, 2017 12:25 pm

· #369365
רעקארדירונגען פינעם אסיפה איז דא ?

וואס האט געדינט די ציל פינעם אסיפת חירום

חכמת שלמה » פרייטאג אפריל 28, 2017 12:37 pm

· #369366
אסיפת חיזוק ומחשבה והתבוננות לרגל המצב.

איש את רעהו » פרייטאג אפריל 28, 2017 12:45 pm

· #369367
דער רעפארעם רב וואס האט געגעבן דעם אינטערוויו קעגן לב-טהור האט נישט קיין פחד איבערצוגעבן ברידער אין גוי'אישע הענט ?
שטיצן דאס אוועקרייסן קינדער פון זייערע עלטערנ'ס,
מוסר זיין ממונם של ישראל לאחרים?
פארוואס?‎

די בלוט פון אידן איז הותר לכל ?

ס'שטוינענד ווי די וועלט האלט, שטעלט ענק פאר איינער טוט דעס צו א גערע/סקווירא קבוצה וואלט די וועלט געשטורעמט,
הגם מען קען פאר ק"ן טעמים מסביר זיין ווי נישט גוט עס איז פאר די קינדער צו בלייבן דעמעטשד פארן לעבן מיט אזא הילוך החיים.

I'm back » פרייטאג אפריל 28, 2017 12:49 pm

· #369368
איש את רעהו
דער רעפארעם רב וואס האט געגעבן דעם אינטערוויו קעגן לב-טהור האט נישט קיין פחד איבערצוגעבן ברידער אין גוי'אישע הענט ?
שטיצן דאס אוועקרייסן קינדער פון זייערע עלטערנ'ס,
מוסר זיין ממונם של ישראל לאחרים?
פארוואס?‎

די בלוט פון אידן איז הותר לכל ?

ס'שטוינענד ווי די וועלט האלט, שטעלט ענק פאר איינער טוט דעס צו א גערע/סקווירא קבוצה וואלט די וועלט געשטורעמט,
הגם מען קען פאר ק"ן טעמים מסביר זיין ווי נישט גוט עס איז פאר די קינדער צו בלייבן דעמעטשד פארן לעבן מיט אזא הילוך החיים.


עס איז קלאר אז די האסט א חיוב צו טון וואס די קענסט, זיי צו העלפן.
איך האלט אז די בעסטע וועג איז אז די זאלסט אהינגיין וואוינען מיט זיי.

איש את רעהו » פרייטאג אפריל 28, 2017 12:51 pm

· #369369
I'm back
איש את רעהו
דער רעפארעם רב וואס האט געגעבן דעם אינטערוויו קעגן לב-טהור האט נישט קיין פחד איבערצוגעבן ברידער אין גוי'אישע הענט ?
שטיצן דאס אוועקרייסן קינדער פון זייערע עלטערנ'ס,
מוסר זיין ממונם של ישראל לאחרים?
פארוואס?‎

די בלוט פון אידן איז הותר לכל ?

ס'שטוינענד ווי די וועלט האלט, שטעלט ענק פאר איינער טוט דעס צו א גערע/סקווירא קבוצה וואלט די וועלט געשטורעמט,
הגם מען קען פאר ק"ן טעמים מסביר זיין ווי נישט גוט עס איז פאר די קינדער צו בלייבן דעמעטשד פארן לעבן מיט אזא הילוך החיים.

עס איז קלאר אז די האסט א חיוב צו טון וואס די קענסט, זיי צו העלפן.
איך האלט אז די בעסטע וועג איז אז די זאלסט אהינגיין וואוינען מיט זיי.


דארט איז דאך הותרה דמם, איך וויל זיך נישט אריינלייגן במקום נחשים ועקרבים, ווי מען קען מיר מפקיר זיין צו די הינט, און די וועלט וועט זיצן איינגעלייגט
ס'קוקט אויס ווי די מצב דארט איז ממש פיקוח נפשות

חכמת שלמה » פרייטאג אפריל 28, 2017 12:59 pm

· #369370
לידיעתם: פאר דעם רעפארעם רב, איז סקווירא פונקט ווי לב טהור. ער וואלט זיך נישט צוריקגעהאלטן מארגן צו רעדן אזוי וועגן סקווירא, אין פאל סקווירא וועט זיין אונטער שרעקליכע היט און ער וועט שפירן אז ער האט דעם אפענעם טיר דאס צו קענען טון.

עס שמעקט אייך?

שבת אחים » פרייטאג אפריל 28, 2017 2:13 pm

· #369375
חכמת שלמה
לידיעתם: פאר דעם רעפארעם רב, איז סקווירא פונקט ווי לב טהור.



אבסולטלי נישט! לב טהור איז א קולט, סקווירא איז א עקסטריעמע פרומע חסידות, און די רעפארמער ראביי פארשטייט שוין איינמאל די חילוק...

אויב גייט א ריכטער זאגן אויף סקווירא, סאטמאר, בעלזא, וויזניץ, פאפא, קלויזנבורג, אז זיי זענען א קולט גיי איך ״פרייע איד״ טוהן אלעס וואס איך קען אויפצוווייזן אז זיי זענען נישט קיין קולט, אז טאמער גייט א גאווערמענט שטערן וויזניצע חסידים מחנך צוזיין זייערע קינדער אויף
זייער אויסגעטרעטנע וועג וואס זיי האבן מקובל פון דורות, גיי איך מיט אזעליכע ליבעראלע ארגענזאציעס ווי די ACLU זיך גיין שלאגן פאר זייערע רעכטען.

דו לויף טיעפער און ווייטער אין וואלד אריין... און שלעפ מיט קליינע קינדערלעך אויף דיין roller coaster.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 28, 2017 2:14 pm

· #369376
Re: טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור
כאמור למעלה, ווען זיי הייבען אן מיט סקווער, וועלען הונדרעטער טויזענטער אידען, מיט זייער פארטרעטערס, ארויסהעלפען. און אין דעמאקראטיא העלפט דאס.

ווען איינער רופט זיך זעלבסט אויס אלס אן אחד יחיד ומיוחד, וואס דארף נישט קיין רבי און קיין סמיכה, און האט אלע תלמידי חכמים צדיקים ויראים אינדערערד, וואס האט זיך מכתיר געווען אלס משיח׳ס אייזעל, האט ער קיין הילף נישט. דעמאלס פאלט ער אין די הענט פון רעפארם ראבייס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גר ותושב » פרייטאג אפריל 28, 2017 2:26 pm

· #369377
Re: טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור
איך האב געליינט די דרשה אין בית הכבוד איך דארף תשובה טוהן?

יואליש » פרייטאג אפריל 28, 2017 4:23 pm

· #369385
חכמת שלמה
די הייליגסטע קהילה אין די וועלט האט דאס גענומען אויף זיך, אינאיינעם מיט די השפלות און רדיפות, און דערמיט איז מען מכפר אויף די גאנצע דור.


ארז ווייסט נישט אז ישו האט שוין קעיר גענימען פון אונז?

cictim » זונטאג אפריל 30, 2017 1:36 am

· #369413
<a class="postlink" href="http://www.israel613.com/books/ELBRANDS_DAAT_TZVI_CHADASH-E.pdf">http://www.israel613.com/books/ELBRANDS ... DASH-E.pdf</a>

סדרן » זונטאג אפריל 30, 2017 11:43 am

· #369440
ביטע האלטן די שמועס דא אויף נארמאלע רעלסן, אן קיין פערזענליכע אטאקעס.
טאמער איז נישט מעגליך אנצוהאלטן א ציוויליזירטע דעבאטע בשייכות דער נושא, וועט מען מוזן פארשפארן דעם אשכול.

חכמת שלמה » זונטאג אפריל 30, 2017 12:09 pm

· #369449
איך שפיר פאר וויכטיג צו ענטפערן אויף די דברי בלע ושטנה וואס איז דא ארויפגעשטעלט געווארן. טראצדעם וואס עס איז נישט אונזער דרך זיך מתיחס צו זיין און ענטפערן יעדע זאך וואס מען זאגט אויף אונז, וויל איך ענטפערן למען כבוד רבי שליט"א וכדאי שלא יאמרו מדשתקי וכו'. דעריבער וויל איך דא ענטפערן דערויף אחת לאחת, כיד ה' הטובה עלי...

1. Helbrantz tears children from their parents in the most heartless
manner. Even when he does not manage to hold onto them, he
brainwashes them with a deep, implacable hatred for their parents,
prompting them to run away from home.

שקר וכזב. כיבוד אב ואם איז פון די יסודות ביי אונז. אין פאקט זענען פאראן פילע פרייע עלטערן פון קינדער וואס געפינען זיך ביי אונז, וועלכע פארמאגן א נאנטע קשר מיט זייערע קינדער און קומען אונז אפילו באזוכן מזמן לזמן. שנאה קעגן עלטערן איז א זאך וואס איז זיכער נישט פאראן ביי אונז. פארקערט איז יא דא, בשעת געוויסע עלטערן ווילן ליידער נישט משלים זיין מיט די מציאות און טוען וואס זיי קענען נאר צו שטיין אין וועג פאר זייערע קינדער, כולל דאס ארעסטירן זייערע אייגענע קינדער רח"ל.

אנטלויפן פון שטוב: עס זענען געווען אזעלכע פעלער ווי קינדער האבן נישט געוואלט זיין אין שטוב פון זייערע עלטערן, וויבאלד די עלטערן זענען נישט געווען קיין שותומ"צ און האבן זיך נישט געוואלט צושטעלן צו די קינדערס פארלאנגען. אטאמאטיש האט דאס צוגעברענגט אז די קינדער זאלן וועלן אוועקגיין פון די שטיבער פון זייערע עלטערן. אזעלכע זאכן פאסירן אין יעדן קולטור, בפרט ביי די אמעריקאנער גוי'אישע גאס, בשעת קינדער ווילן נישט זיין אין שטוב פון זייערע עלטערן, און אפילו אין די גוי'אישע גאס אנערקענט מען די געברויכן פון די קינדער און מען רעכנט זיך דערמיט, אויף וויפיל דאס געזעצט ערלויבט. דאס ווייזט נישט אז עפעס איז שלעכט מיט אונזער קהילה.

א. ווי אזוי וועט איר אנקוקן, א יונגל וואס קומט פון א פרומע שטוב, אבער ער וויל זיין מער אפן און פריי, נישט אזוי שטארק פרום, אבער די עלטערן פארלאנגען פון אים אז ער מוז זיין פרום: וואלט איר געהאלטן אז דער קינד האט א פוינט מיטן וועלן אוועקגיין פון זיינע עלטערנ'ס שטוב?
ב. ווי אזוי וועט איר אנקוקן, א יונגל וואס קומט פון א פרייע שטוב, אבער ער וויל זיין מער פרומער און ערליכער, נישט אזוי פריי, אבער די עלטערן פארלאנגען פון אים אז ער מוז זיין פריי: וואלט איר געהאלטן אז דער קינד האט א פוינט מיטן וועלן אוועקגיין פון זיינע עלטערנ'ס שטוב?

האלב קאווע שטיבל ליינער וועלן האלטן אויף די ערשטע מעשה אז דער קינד האט א פוינט און אויף די צווייטע מעשה, אז דער קינד האט נאכנישט קיין שכל און מען מוז האלטן די קינד אונטער די ראמען - די אנדערע האלב קאווע שטיבל וועלן האלטן אויף די צווייטע מעשה אז דער קינד האט א פוינט און אויף די ערשטע מעשה אז דאס קינד האט נאכנישט קיין שכל און מען מוז אים האלטן אין די ראמען.

דא האט איר די תשובה.

2. With great hypnotic power, he influences followers to become
hardhearted towards their parents, showing no pity even when they
see them weeping bitterly in deep distress, their hearts torn to
shreds. Helbrantz tells his followers that this is the greatest way to
"mend" their souls, for which they will merit reward both in this world
and the next, whereas if they trangress his words they will be banished
from both worlds...

שקר וכזב.

3. Unlike all other Jewish spiritual leaders, he imposes authority
on his followers with great terror. They and their wives and children
must be subordinated to him in every detail of their lives - like the
cults...

אמת, אבער מיט א קליינע שינוי: אנדערש פון אידישע פירערס "היינטיגע טעג" דארף שטיין. די מנהיגי ישראל פון אלע דורות, זענען זייערע אנהענגער געווען כפוף צו זיין בכל רמ"ח אבריהם ושס"ה גידהם. חסידים האבן זיך מקשר געווען בנר"נ מיט זייערע רבי'ס און זיך נישט גערירט אן פרעגן זייערע רבי'ס. די רבנים אין קהילות האבן געהאט פולשטענדיגע רעכט אויף יעדן פרט, און צומאל האט מען אפילו דן געווען דיני נפשות. ווער רעדט נאך בזמן שיד ישראל היתה תקופה.

אבער אפילו היינט: צי וואלט מען נישט געקענט שרייבן די זעלבע זאך אויף סקווירא? - אויף גור צי תולדות אהרן? - אין אנדערע ווערטער: ניין, לב טהור איז נישט סאטמאר און נישט פאפא... עס איז נישט קיין חסידות וואו דער רבי איז בלויז א סימבאל פאר כבוד און צו פירן די זאך - בשעת א גרויסן טייל פונעם ציבור האלטן נישט פונעם רבי'ן בפועל. ביי אונז איז דער רבי א ריכטיגער רבי, אזוי ווי עס איז געווען אינדערהיים, אין אלע דורות פון כלל-ישראל. אויב דאס איז די איינציגסטע חטא, וואס איר האט געטראפן אויף לב-טהור, שטייען מיר גוט.

4. In Helbrantz's group, falsehood reigns supreme. He lies and
teaches his followers to lie, telling them that it is permitted, without
any pangs of conscience, for the sake of their doctrines.

שקר וכזב.

דעם שטיקל איז אריינגעלייגט געווארן, צו פריווענטן יעדע ענטפער וואס לב-טהור וועט נאר געבן, אז עס איז סיי ווי שקר, וויבאלד דער רבי האלט דאך פון זאגן ליגנט. והראיה - אן אפענע פאשקעוויל.

5. In order to "mend" his followers' souls, he gives strange
directives, accompanied by insensitivity towards their wives that can
often be even life-threatening. If a wife does not accept, he orders the
husband to divorce her. He indoctrinates his followers to act
heartlessly, even if it means imperiling the life of their parents or
anyone else if it seems necessary for their group.

דער מאס רחמים, געפיל, הארץ און מיטגעפיל וואס איז פאראן אין אונזער קהילה, איז אומבאשרייבליך און מען געפינט נישט אזאנס אין די גאנצע וועלט.

פארשטייט זיך אז מיר זענען א קהילה מיט תקנות, און כדאי די הייליגע קהילה זאל ווייטער קענען אנגיין, מוזן די תקנות אינפארסירט ווערן. אנדערש קען א קהילה נישט אנגיין. אין יעדע קהילה וואו עס איז דא תקנות, קען אמאל גענוצט ווערן א שטייפע האנט, און ביי אונז איז נישט אנדערש.

נאר וואס יא? - מיר צווינגען קיינעם נישט צו זיין ביי אונז. אויב איינער געפעלט נישט עפעס וואס מיר האבן מתקן געווען אין אונזער קהילה, האט די פולסטע מאס פרייהייט זיך אויפצוהייבן און גיין, וכבר היה לעולמים, מיר פארמאגן נישט קיין שום שווער הארץ אויף אזא איינעם. אין פאקט: דער רבי'ס אייגענע טאכטער האט זיך אויסגעקליבן אן אנדערן מהלך החיים, קיינער האט איר נישט געשטערט פון איר וועג און קיינער שטערט איר נאכאלס נישט, ביזן היינטיגן טאג.

נאר אויב איינער וויל אויסקלויבן אן אנדערן מהלך החיים, און וויל פארט וואוינען דווקא ביי אונז - אזא איינעם מאכט מען ענג די טריט - פונקט אזוי ווי מען וואלט געטאן אין סאטמאר, בעלז, סקווירא און אין יעדע אנדערע קהילה. מיר טוען עס אפשר מיט מער רחמנות און מער מיטגעפיל ווי אין אנדערע פלעצער.

6. He arouses dissension and disturbs marital harmony, breaking
many homes by divorce, and forcing many engagements to be broken.

שקר, דער רבי איז נישט מעורר קיין חילוקי דעות אין חיי נישואין. קיינמאל נישט געווען אזאנס.

8. To attain total control over his followers, he tells them that all
other Rebbes and Rabbis of our time derive from forces of evil, and
their followers will be banished from both worlds and not be
privileged to greet Moshiach. Only he has the power to "mend" his
followers' souls so that they may merit reward in both worlds.

אמאל איז דא א מצב, וואס מען לייגט אריין ווערטער אין יענעמ'ס מויל. א רבי זאגט עפעס, און מענטשן טאנצן ארויף דערויף, און זאגן נאך זאכן בשמו וואס יענער האט קיינמאל נישט געמיינט צו זאגן.

אזעלכע ווערטער וואס שטייט דא, קען מען פונקט אזוי זאגן אז רבי נחמן ברסלבער האט געזאגט, אז דער סקווירער רבי האט געזאגט און אפילו אז דער בעל דברי יואל האט אזוי געזאגט... דאס מיינט אין עברית "מוציא דברים מהקשרם".

- המשך יבוא -

פרייוויליג » זונטאג אפריל 30, 2017 12:21 pm

· #369456
לדעתי איז די אשכול אזוי ווי איינער זאל ארויפגיין אויף א קריסטליכער בלאג און רעדן פון אידישקייט, אדער ארויפגיין אויף א מוסלימענער וועבסייט און רעדן פון קריסטנטום. אויף אזוי ווייט וועלן אלע מודה זיי, אז אויסער לב טהור מעמבערס, זענען זיי ריגארדעט ביי יעדעם אלס א וואנזיניגער קומץ-אנשים וואס אויסער רחמנות האבן אויף די אומשולדיגע קינדער, זענען זיי גארנישט אנדערש ווי יעדער א.ג. צורידערטע רעליגיעזער באנדע וואס הילט איין ניאוף-רשעות-רציחה-ואביוז בשם התורה. עפעס וואס מ'געפינט ביי יעדער רעליגיע, אייביג וועט זיין ראציגע באנדעס וואס מאכן שבת פאר זיך, און פראקלימירן אז זיי זענען די אויטענטישע באשעפענישן.

עכ"פ אויף די בלאג איז נישט דא איינער וואס האט סימפאטיע אויף די ספיידערוועב, און ווי מער די לב טהור מעמבערס וועלן גראבען דא, אלס מער פייער וועלן זיי צוריק באקומען. קיינער גייט נישט פלוצלינג ווערן אויפגעקלערט אז לב טהור שפרידעלט על טהרת הקודש. און לב טהור מעמבערס גייען אויך נישט טוישן זייער טאן. סא מה התועלת כאן?

חכמת שלמה » זונטאג אפריל 30, 2017 12:31 pm

· #369458
פרייוויליג, דו האסט דא באשולדיגט לב-טהור מיט שווערע באשולדינגען. אפשר ברענגט איר דעקונג צו די אלע שווערע חמורות וואס טוט זיך אפ אין לב-טהור?

ניאוף -
רשעות -
רציחה -
אביוז -

אפשר פילט איר אריין די ליידיגע, און איר שרייבט קראנט ממקור ראשון, וואספארא 'ניאוף' עס טוט זיך אפ אין לב-טהור, און וואספארא 'רציחה' עס גייט דארט פאר... וויפיל טויטע מען האט שוין געפינען טויט דארט... אדרבה, שרייבט ערשט-האנטיג.

איר ווייסט וואספארא עולה איר טוט, מיטן שרייבן ליגנט אן קיין דעקונג? - איר זענט דאך מוסר דם ישראל צו עוכרי ישראל. לאמיר זאגן אז לב-טהור איז ווייניזיניג און קריאז און עקסטרעם... מעג מען דעריבער מפקיר זיין זייער בלוט און שרייבן ליגנט? - ווי אזוי שרייבט איר קאלטערהייט אזעלכע ווערטער, אן טראכטן די קאנסעקווענצן וואס דאס קען ברענגען?

אדרבה, אויב איר האט דעקונג דערויף, ביטע ברענגט עס פארן ציבור?!

שבת אחים » זונטאג אפריל 30, 2017 12:50 pm

· #369461
נעבעך, א רחמנות אויף די פרויען און קינדער וואס זענען פארכאפּט אין זיינע לאַפּעס... רח״ל...

פרייוויליג » זונטאג אפריל 30, 2017 12:54 pm

· #369462
חכמת שלמה
פרייוויליג, דו האסט דא באשולדיגט לב-טהור מיט שווערע באשולדינגען. אפשר ברענגט איר דעקונג צו די אלע שווערע חמורות וואס טוט זיך אפ אין לב-טהור?

ניאוף -
רשעות -
רציחה -
אביוז -

אפשר פילט איר אריין די ליידיגע, און איר שרייבט קראנט ממקור ראשון, וואספארא 'ניאוף' עס טוט זיך אפ אין לב-טהור, און וואספארא 'רציחה' עס גייט דארט פאר... וויפיל טויטע מען האט שוין געפינען טויט דארט... אדרבה, שרייבט ערשט-האנטיג.

איר ווייסט וואספארא עולה איר טוט, מיטן שרייבן ליגנט אן קיין דעקונג? - איר זענט דאך מוסר דם ישראל צו עוכרי ישראל. לאמיר זאגן אז לב-טהור איז ווייניזיניג און קריאז און עקסטרעם... מעג מען דעריבער מפקיר זיין זייער בלוט און שרייבן ליגנט? - ווי אזוי שרייבט איר קאלטערהייט אזעלכע ווערטער, אן טראכטן די קאנסעקווענצן וואס דאס קען ברענגען?

אדרבה, אויב איר האט דעקונג דערויף, ביטע ברענגט עס פארן ציבור?!

מיין לעצטער תגובה אין דעם אשכול:

ניאוף - חתונה מאכן גרויסע מיט קליינע. צוברעכטן שטובער, זיי אפ'גט'ן, און דערנאך חתונה מאכן מיט א יונגע בתולה. עפעס וואס יעדער ווייסט, און האט שוין מיטגעהאלטן צאללאזע ביישפילן. ניאוף בה' הידועה.
רשעות - שמו של ל"ט הולך לפניו.
רציחה - האדעווען קינדער אויף מי רגליים דורכגעווייקטער בעטן. תנא ושייר.
אביוז - אנטון א קליין מיידעלע מיט א היידזשעב. תנא ושייר.

Signed out

חכמת שלמה » זונטאג אפריל 30, 2017 2:44 pm

· #369465
פרייוויליג

ניאוף - חתונה מאכן גרויסע מיט קליינע. צוברעכטן שטובער, זיי אפ'גט'ן, און דערנאך חתונה מאכן מיט א יונגע בתולה. עפעס וואס יעדער ווייסט, און האט שוין מיטגעהאלטן צאללאזע ביישפילן. ניאוף בה' הידועה.
רשעות - שמו של ל"ט הולך לפניו.
רציחה - האדעווען קינדער אויף מי רגליים דורכגעווייקטער בעטן. תנא ושייר.
אביוז - אנטון א קליין מיידעלע מיט א היידזשעב. תנא ושייר.

Signed out


גור מיט תולדות אהרן זענען ניאוף, רשעות, רציחה מיט אביוז:

ניאוף - חתונה מאכן ביי קוים 18 יאר, נאכן זען דעם ספאוס בלויז א שעה צייט ביי אן אפגעשמועסטע בעשוי, דורך א שדכן, זיי אפ'גט'ן און ווידער חתונה מאכן, עפעס וואס יעדער ווייסט. ניאוף בה' הידועה.
רשעות - שמו של גור ותולדות אהרן הולכין לפניהם.
רציחה - אוי אוי... פרעג נאר די גורער...
אביוז - אנטאן קליינע מיידלעך בצניעות, זיי נישט לאזן ארויסגיין אויף די גרויסע וועלט - די סטריקט תקנות וכו' וכו'...

און עס איז לאו-דוקא גור מיט תו"א, עס איז יעדע חסידי'שע מקום.

און צו דיר פרייוויליג - וואס איז געשען, ביסט א טשיקן? - האסט מורא זיך צו פארמעסטן מיט מיר? - האסט געשאסן אן אנטיסעמיטישע תגובה (נישט ווייניגער) און ווען איך פרעג דיר צוריק, האסטו מורא אז איך וועל דיר ענטפערן צו די זאך, מאכסטו אזא דיסקלעימער אז דאס איז דיין לעצטע תגובה... וואס איז מיט דיר פרייוויליג? - ביסט דאך א בריה, לאמיר זען זאלסט אהערקומען זיך פארמעסטן מיט מיר פנים אל פנים.

וואס איז? - האסט מורא פון מיר?

איש את רעהו » זונטאג אפריל 30, 2017 3:44 pm

· #369478
רעדענדיג מיט א גור'ר וועגן די דיפרענטס צווישן זייערע שטרענגע ריסטרישקענס און העלבראנץ, שטעלט זיך ארויס
דער לב טהור חסיד האט כאטש צו זיינע ריסטריקשענס עמיצער וואס באגלייט אים פון די נאנט און האט א נאנטע מיטגעפיל און קשר מיט יענעם וואס מאכט אים גרינגער.
לעומת זה אין גור איז דא די פוילישע קאמאנדאנטען וואס שטעלן שארף אוועק אוגעהויערע חומרות
וואס עני בן נח און רעפארעם ראביי וואלט דן געווען אזא ווירטשאפט אלץ א מקום מסוכן צו ערציען קינדער
ליטוואק פון בודאפעסט
דארף נישט קיין רבי און קיין סמיכה, און האט אלע תלמידי חכמים צדיקים ויראים אינדערערד, וואס האט זיך מכתיר געווען אלס משיח׳ס אייזעל, האט ער קיין הילף נישט. דעמאלס פאלט ער אין די הענט פון רעפארם ראבייס.

די גערע וואלט אויך נישט געטוישט גארניקס אין זיין קהילה פאר קיינעם נישט
איז ווי איז גענוי די חילוק פארוואס גור איז נישט נידון למיתה.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אפריל 30, 2017 3:59 pm

· #369483
אינטרעסאנט, אזא אשכול ברענגט ארויס געוואלדיגע נקודות.
דער חכמה שלמה פראבירט אונז איינצורעדען אז אמאל האבען 'אלע' קהלות געוועלדיגט אויף איהר מעמבערס. איינער וואס קען אידישקייט פון ביכער און מאוויס, קען זיך איינרעדען וואס ער וויל. איינער וואס איז נישט קיין פרעמד צוגעקומענער ווייסט אז קהלות זענען קיינמאל נישט אזוי געווען. מ'האט קיינמאל נישט איינגעטיילט אויף א געהעריגע אופן וויאזוי יעדעמ'ס אידישקייט זאל אויסקוקען. מ'האט (אמאל יא און אמאל נישט) געהאט א שטארקע שליטה אויף די קהלה לעבען אבער נישט אויף דער פרטיש'ע לעבען. איינער וואס איז נישט באהאווענט אין די אמאליגע סיסטעם, און ער איז ערשט לעצטענס צוגעקומען, קען נישט כאפען די נקודה.

און פון דארט הייבט זיך אן די פראבלעם. ס'גייט אבער אסאך ווייטער. דער וואס פארשטייט צו קירוב, פארשטייט אז א גרויסע עיקר איז נישט צוברעכען די גאנצע מענטש. מ'לערנט אויס בעלי תשובה אויסצוקומען מיט די עלטערען, נישט זיך צו שלאגען מיט זיי און אוודאי נישט אנטלויפען פון זיי. פרעג סיי וועמען אין די קירוב וועלט וויפיהל התירים גדולי ישראל האבען זיך פארלאזט דערויף, נאר כדי צו פארמיידען דער אפשניט צווישען א טאטע אדער מאמע און א קינד. נאר דער אני ואפסי עוד'ניק האלט זיך קלוגער ווי אלעם, און ער פארשטייט נישט אז דער מענטשליכע געברויך פאר עלטערען איז וויכטיגער ווי די 'עקסטרע' פרומקייטען וואס ער האט ממציא געווען, ווייל ער האט טאקע גאר א מגושמ'דיגע קאפ און ער זעט נאר די חיצוניות פון זיין קהלה פון שווארצע קליידונג און שרייען ביים דאווענען, דעריבער קען ער טוהן אזעלכע שריטען ווי גנבנ'ן קינדער פון עלטערען, כהודאת בעל דין, און זאגען אז אזוי דארף זיין.

און לגבי די ווערטער פון ר' נחמן ברסלב'ער וועל איך דיר זאגען: ווען מ'הייבט אויף א חסידישע ספר און ס'שטייען דארט זאכען וואס זענען קעגען תורה און קעגען מדות טובות, האט מען פארשידענע ברירות:-
1. א ליטוואק קוקט עס אן, און איז מחליט וויבאלד ס'איז קעגען תורה איז עס נערישקייטען און ער פארמאכט דער ספר.
2. א חסידישע איד ליינט עס און ער זאגט וויבאלד ס'איז קעגען תורה, מוז עס זיין העכערע זאכען וואס מיר פארשטייען נישט.
3. אן אויבער חכם לערנט אזעלכע זאכען און ער פראבירט מיישב צו זיין אז ס'מיינט אזא בחינה צו אזא בחינה, ער פראבירט אריינצוטייטשען וכו' ביז ער קומט ארויס מיט עפעס.
4. א בעל תשובה מיט וואוילע מדות, וואס ווייסט נישט וויאזוי מ'טוט די אלע אויבענדערמאנטע זאכען, לויפט פרעגען זיין מורה דרך וואס פראבירט איידעלעהייט איהם אפצושטעלען פון קוקען לכתחלה אין די זאכען.
5. א בעל תשובה מיט שלעכטע מדות, וואס הן פארשטייט ער נישט די פשוט'ע טייטש פון די זאכען און ער זוכט מיט לעכט א היתר פאר זיין פארדארבענקייט, נעמט עס אן כפשוטו, און פונקט ווי ר' נחמן איז געווען א שלעכטע מעג ער אויך זיין א שלעכטע, און שלעכטס איז שוין אויסגעהאלטען ווייל ס'איז ערגעץ געדרוקט אין א ספר, און אזוי מעג ער אויסברעכען זיין עמהארצות אויף אנדערע פאר זיין תאווה צו געוועלדיגען אויף אנדערע.

Big Boss » זונטאג אפריל 30, 2017 10:23 pm

· #369524
Re: טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור
Although I strongly believe that every Jew should be helped. Even your group no matter what others think of you.

It's time you cut the crap and stop sugar coating things!

Big Boss » זונטאג אפריל 30, 2017 10:27 pm

· #369525
Re: טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור
You know this guy?

Of course you have a million reasons why he deserved his 16 year old bride to be kidnapped and married to 40 year old. But what's about the other guy this happened to?? And the other guy? There are just too many stories...📎 Screenshot_20170430-221615.png📎 Screenshot_20170430-221544.png📎 Screenshot_20170430-221537.png

שבת אחים » זונטאג אפריל 30, 2017 10:38 pm

· #369527
יעדע נאמען וואס דו גייסט אים געבן וואס זיי האבן יענעם חרוב געמאכט גייט ער האבן צעהן טויזנט תירוצים פארוואס ״יענער״ איז שולדיג און נישט זיי... איך האב אים געזאגט א נאמען וועם זיי האבן טאטאל קאליע געלייגט, יענער פלעגט זיך דרייען יאהרן צוריק ביי העלבראנץ נאך אין מאנסי, און ער איז אינגאנצן משוגע געווארן דארט מיט די צייט! כ׳מאך נישט קיין וויץ ליידער, ענטפערט דער ״חכמת שלמה״ אז איך גאר לייג נישט גיט אויס מיינע קארטלעך 😕 , וואטעווער דעט מינס... כאילו מ׳דארף דא עפעס אויסלייגן קארטלעך אויפן טיש מסביר צוזיין ווער ״לב טהור״ איז... א בלינדע טויבע מענטש קען גלייך זעהן וואס דא טוט זיך...

חכמת שלמה » זונטאג אפריל 30, 2017 11:45 pm

· #369538
האלא, זאל איך אנהויבן רעדן איבער אים? - פרעג אים צי ער וויל אז איך זאל אים איבערלייגן דא... שבת, האב ביטע רחמנות אויף דיין קאזין.

שבת אחים » מאנטאג מאי 1, 2017 12:06 am

· #369544
חכמת שלמה
האלא, זאל איך אנהויבן רעדן איבער אים? - פרעג אים צי ער וויל אז איך זאל אים איבערלייגן דא... שבת, האב ביטע רחמנות אויף דיין קאזין.


וואס האב איך ענק געזאגט??? יעדער איז משוגע און ער איז נארמאל...!

קענסט רעדן וואס און וויפל דו ווילסט ס׳וועט דיר גאנץ ווייניג העלפן!

קיין האלב נארמאלע מענטש קויפט נישט דיין לאקשן!

חכמת שלמה » מאנטאג מאי 1, 2017 12:37 am

· #369547
איי שבת שבת, טייערע שבת שבת, וואס וועט זיין מיט דיר שבת...

א ויז'ניצער חסיד ביסטו געבוירן געווארן, דארט וואו ווארעמקייט און הארציגקייט שפרודלט אין די לופטן, אויפן שויס פון א קה ריבון עלם מיט א רננו צדיקים פרייטאג צו נאכטס, אויף א מקום וואו אידן חסידים פלעגן פארגיסן טייכן טרערן ביי קה-אכסוף, אדער ווען דער רבי האט געזינגען קה-ריבון. דיינע קינדערישע יארן זענען איינגעזאפט מיט סיפורים פון ר' מרדכי חנא, ר' יודל עיבר, ר' משה טעטשער, ביסט אויפגעצויגן געווארן אויפן שויס פון דאס וויגעלע פון חסידות, דאס עלסטע חסידות אויף די וועלט, דארט ביסטו אויפגעצויגן געווארן און נתגדל געווארן.

שבת שבת, פון צייט צו צייט דערמאנסטו זיך די געהויבענע שבתים, עס גליסט זיך דיר נאכאמאל צו זיין ביי א באטע, א געשמאקער זיץ, פון דיינע אויגן רינען טרערן און דו הויבסט אן מיט די רומענישע הברה "אוי, קה ריבון עלם... ועלמיא..." און דיינע אויגן טראגן דיר ווייט ווייט אוועק, ווייט צו די קארפאטן בערג אין רוסלאנד, דארט וואו דאס חסידות האט זיך אנגעהויבן אין די צייטן פון דעם אהבת שלום און צמח צדיק, דארט אין דער מארעמארש אין דער גאנצע עיקא, פון וואו די פויערן זענען געקומען צו פארן צום "רעבא" און דארט קונה געווען יראת שמים און חסידות. און דו שבת זיצט אליין, מיט דיין ארמית (אויב דו האסט), מיט די פאר שרצים וואס פארשטייען נישט וואס ויז'ניץ מיינט, און דו זיצט און טראכסט "מיט וועמען זיץ איך דא? - וואס פארשטייען זיי דען בכלל?" - און דיין הארץ בלוטיגט...

וואו ביסטו אנגעקומען שבת, וואו? - איכה? - וואו ביסטו?

וואלט דען נישט ליבער געווען ווען דו בלייבסט ווען צווישן אונז? - צווישן היימישע אידן וואס פארשטייען זיך? - ריכטיג, וואלסט אפשר געבליבן פון די זיבורית שבחבורה, אבער וואלסט געלעבט אין א לבי ובשרי ירננו לקל חי, ביז אין די שפעטע נאכט שעות. וואו ביסטו היינט?

שבת - אויב די דאזיגע ווערטער שטערן דיר, זיי מיר מודיע און איך נעם עס שוין אראפ!

שבת אחים » מאנטאג מאי 1, 2017 1:12 am

· #369549
דעס פארענטפערט נישט וואס ענק טוהן און סקומט נישט דא אריין בכלל.

וואלווי » מאנטאג מאי 1, 2017 1:40 am

· #369553
@חכמת שלמה ס'איז צייט זאלסט אריין טראגען דיין אשכול און שמייכל ווייל דער עולם נעמט דיך צו ערענסט...

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מאי 1, 2017 7:42 am

· #369587
Re: טרויעריגע טאג פאר כלל ישראל - לב טהור
מ׳לערנט ענק אויך דער שפראך דארט? דער פרימו האט אויך געדרשנ׳ט דער נערישע אייאייאיי שפראך, כאילו דאס טוט פארענטפערען.

מ׳האט דיר שוין געפרעגט, דאס חתונה מאכען א פערציג יעריגע מיט א זעכצען יעריגע איז א ניאוף. מאכען חתונה צוויי אכצען יעריגע קינדער איז נישט. וואס זאגסטו צו דעם? ט׳טוט דיין שלמה העלבראנץ וויסען מער ווי יעדער? פון וואנעט? ווער איז זיין רבי? פון וועמען האט ער סמיכה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

חכמת שלמה » מאנטאג מאי 1, 2017 3:40 pm

· #369613
ליטוואק פון בודאפעסט
מ׳לערנט ענק אויך דער שפראך דארט? דער פרימו האט אויך געדרשנ׳ט דער נערישע אייאייאיי שפראך, כאילו דאס טוט פארענטפערען.

מ׳האט דיר שוין געפרעגט, דאס חתונה מאכען א פערציג יעריגע מיט א זעכצען יעריגע איז א ניאוף. מאכען חתונה צוויי אכצען יעריגע קינדער איז נישט. וואס זאגסטו צו דעם? ט׳טוט דיין שלמה העלבראנץ וויסען מער ווי יעדער? פון וואנעט? ווער איז זיין רבי? פון וועמען האט ער סמיכה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


האלא: קודם כל, ווער האט דיר אזוי געזאגט? - די אמעריקאנער סיסטעם? - אין גוטאמאלא מעג מען מחולק זיין, ניין?

געווענליך מאכט מען דא חתונה מיט די זעלבע עלטער. עס האט זיך שוין געמאכט אויסנאם פעלער, פונקט ווי עס מאכט זיך אין יעדע קולטור. איך מיין אז ווען א 65 אלטע מאן, נעמט א ציקער בעיבי פון 18 יאר און האט חתונה מיט איר, פאר קלארע מאטיוון (מעשים בכל יום אין די אמעריקאנער גוי'אישע קולטור), איז דאס צען מאל מער ניאוף. נו, אפשר זענען זיי א קולט?

יעצט, דעם ספעציפישן פאל פון וואס איר רעדט, און יעדער האט זיך ליב ארויפצוכאפן דערויף, צו ווייזן אז דארט טויג נישט, רעדט מען אז דער מאן איז געווען 35 און די פרוי 17. טאקע א גרויסער חילוק אין יארן, אבער נישט אזוי ווי מען וויל עס אראפלייגן, וכבר היה לעולמים בתולדות עם ישראל לדורותיהם, און מען האט שוין געקענט אזאנס הערן אפילו נאך די מלחמה אין אמעריקע.

סא, מאך עס נישט פאר ניאוף... דו ווייסט נישט וואס דארט איז געווען. אפשר איז געווען געוויסע סיבות פארוואס מען האט געמוזט דעם שידוך טון?

חכמת שלמה » מאנטאג מאי 1, 2017 3:52 pm

· #369614
שבת אחים
דעס פארענטפערט נישט וואס ענק טוהן און סקומט נישט דא אריין בכלל.


אוי ווי עס האט...

יעדער רעכטדענקיגער מענטש וועט זען, אז דו רעדסט דא פון קנאה ושנאה. למעשה, במחילת כבודכם, איר רעדט נישט אזוי ווייט צו די זאך אין דעם אשכול, אזוי שטארק ווי איר שוימט און שימפט מיט די ערגסטע לשונות, איר קענט זיך נישט צוזאמעננעמען צו האלטן אן ערנסטן דיאלאג, און מען זעט אייער שנאה אין יעדע שורה. עס איז אויך מערקבאר אז דאס שטאמט פון א טיפע קנאה וואס ליגט איינגעווארצלט אין אייך, וואס דאס שפירט איר ווען אימער איר זעט א חסידי'שער איד מיטן פולן טראגע... איר וואלט דארט געקענט זיין, אבער אין א שוואכע מינוט האט איר אויסגעקליבן אוועקצוגיין פון דארט און יעצט קענט איר נישט צוריקציען.

איך פארשטיי אייער ווייטאג און איך שפיר מיט אייך מיט. עס מוז נישט מיינען אז עס איז אייער שולד, נאר די השגחה עליונה האט צוגעפירט אז איר זאלט שטיין אין דעם מצב וואו איר געפינט זיך. צומאל דארף דער אויבערשטער קנעכט אפילו אויף יענע זייט, און ער האט אייך דארט געשטעלט. אבער דאס מוז נישט מיינען אז איר מיזט לכבוד דעם שימפן און שוימען...

איר פארשטייט מיר...

שבת אחים » מאנטאג מאי 1, 2017 4:02 pm

· #369615
איך מוז מודה זיין צו דיר אז דו האסט מיך יעצט איינמאל געפאקט ביי די מעשה, איך בין דיך פשוט מקנא! סאיז פשוטע קנאה... אויב סאיז דא איין מענטש אויף דער וועלט וואס איך בין מקנא איז עס שלמה ארס העלבראנץ! איך זיץ אין סטעטן איילענד און איך וויין, הלוואי וואלט איך יעצט געקענט זיין אין געוואטמאלא אין וואלד צוזאמען מיט ארס אויף אנגעפישטע געלע מאטראצן מיט פארטעבעל טוילעטס! ממש איך גיי אויס פאר קנאה!
בלאט: 1 2 3 4