נו לאמיר זעהן אויב איר וועסטו יא אפרישיעיטן.
אשכול אן א טיטל #11448
61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11448
בלאט: 1 2
איך אויךנו לאמיר זעהן אויב איר וועסטו יא אפרישיעיטן.
איך האב עפרישיעיטעד די עסן אין קערעסטיר, אפילו בייגשטייערט א נדבה (פאר פריעדלענדער in case you wanna know). כ'זאג נאר אז מ'איז אביסעל מער מגזם דא לאקאל ווי אין קערעסטיער אליינס.
הרוצה.... ירחיק עדותו...
מ'טראגט דא ערנסטע דאגות. די עיקר פון די עסן אין קערעסטיר איז אז מ'זאל האבען אויף וואס צו לעבן דאהי. וואסי די חילוק וואס מ'גיבט דארט?
אינגערמאנטשיקלאויף היי יאר האב איך אנגעזאגט די פרינציפעל פין מיינע טעכטערס מוסדות - וואס אלס סייד דזשאב דינט זי אויך אלס רייניגער און קעכער אין מיין לאקאלע סמעדריש (זי וואשט די האנטיכער ביי מיר אין מקווה אויך), די פונקטליכע מעניו וואס איך גלייך...
זי האט מיר געענטפערט אז זי וואלט זיך ממילא דורכגערעדט מיט'ן גבאי הביהמ"ד וואס דינט אויך אלץ מנכ"ל און בילדינג מענעדזשער פון די אויבנדערמאנטע מוסדות.
אינגערמאנטשיקל: אין וועלכע שטאט זענען די מוסדות...? אינטרעסאנטע מוסדות. וואו די סגן מנהלת איז אויך די האנטוכער וואשער און ביהמ"ד רייניגער. און אויך די קעכערין. און דער סגן מנהל איז אויכעט דער מעינטענענס מען וואס מאכט זיכער אז אלע ביה"כ פונקציאנירן גוט...
ווער ווייסט אויב דער רב שליט"א איז נישט אויך דער ש"ץ, מוהל, שוחט און מקוה איד. און קאר סערוויס דרייווער...!
בכל אופן, האביך אן עצה פאר דיר. אויב דו ווילסט טאקע פארן אויף די יארצייט, זאלסטו גיין קויפן אין בוטשער סטאר א פאר פעקלעך פראוזען פאסטראמי סענדוויטשעס, און העווי סילווער פויל, וואס דו קענסט אויך אריינלייגן אין סיי וועלכן גוי'אישן אויוון. ניין, די עצה מיט סילווערפויל וועט נישט ארבעטן, ווייל ס'איז א סכנה אריינצולייגן סילווער פויל אין א מייקראו וועיוו. דו זאלסט נאר פרעגן ביי אן עכטן מורה הוראה וויאזוי דאס אנצעווארעמען.
פארוואס זאג איך "עכטן"...? ווייל אונז האמיר דא אין קאווע שטיבל עטליכע (און ספעציעל איינער) אויבער חכמים (כ'מיין נישט דער ניק.) וואס אויב איינער זאגט עפעס. צי א דבר הלכה צי אין מילי דעלמא. למשל די ענגלישע שפראך. אדער א סייענטיפישע אדער טעכנישע פאקט, וועט יענער מכח זיין אויבער חכם'שאפט און די אפשטאם פון זיינע זיידעס פון ערגעץ אין די ליטא מוזן זאגן ונהפוך הוא... משה קאפויער. פונקט פארקערט...!
איכ'ל דיר אויסזאגן א סוד. איך האב איין צייט געטראכט פון אריבערכאפן זיך קיין אומאן אויף ר"ה. נאר דאס איז געווען מיין פחד, אז מיט די אלע גרויסע קאכערייען און אנגרייטן סעודות וועל איך פאלן צווישן די שפאלטנס און בלייבן הונגעריג פאר 3 טעג...!
וואלוויהרוצה.... ירחיק עדותו...
דאס איז דאך א יסוד היסודות און פין די א' ב' פין פאנדרעיזינג! און פריעדלענדער איז דאך א מומחה עצום אין דער ענין, ממילא מכוח שיעבודא דרבי נתן שטימט עס כפתור ופרח.
בכל אופן, האביך אן עצה פאר דיר. אויב דו ווילסט טאקע פארן אויף די יארצייט, זאלסטו גיין קויפן אין בוטשער סטאר א פאר פעקלעך פראוזען פאסטראמי סענדוויטשעס, און העווי סילווער פויל. וואס דו קענסט אויך אריינלייגן אין סיי וועלכן גוי'אישן אויוון. ניין, די עצה מיט סילווערפויל וועט נישט ארבעטן, ווייל ס'איז א סכנה אריינצולייגן סילווער פויל אין א מייקראו וועיוו. דו זאלסט נאר פרעגן ביי אן עכטן מורה הוראה וויאזוי דאס אנצעווארעמען.
פארוואס זאג איך "עכטן"...? ווייל אונז האמיר דא אין קאווע שטיבל עטליכע (און ספעציעל איינער) אויבער חכמים (כ'מיין נישט דער ניק.) וואס אויב איינער זאגט עפעס. צי א דבר הלכה צי אין מילי דעלמא. למשל די ענגלישע שפראך. אדער א סייענטיפישע אדער טעכנישע פאקט, וועט יענער מכח זיין אויבער חכם'שאפט און די אפשטאם פון זיינע זיידעס פון ערגעץ אין די ליטא מוזן זאגן ונהפוך הוא...משה קאפויער. פונקט פארקערט...!
ייש"כ פאר'ן אנפרעגן.
איז אזוי, די הלכה איז אז מ'קען עס צודעקן דאפעלט און אריינלייגן אין די מיקרוכוואליע אויווען. מ'דארף נישט קיין זילבער פאפיר.
בעסער אבער איז צו בלייבן דאהי און לערנען א ספר אויף תפלה און זיך אנווארעמען און זיך אויסלערנען וואס מיינט דאווענען. נפש החיים שער ב' קען העלפן פאר דעם. און אזוי וועט די דאווענען זיין בעסער, און דו וועסט זיין א גרעסערע ת"ח. וועסט אויף זיך פארשפארן די פרייז פון די טיקעט קיין קערעסטיר, און פאר א באונוס, וועסטו קענען עסן די ווייב'ס געקעכטס. ממש אלע מעלות!
וואלוויהרוצה.... ירחיק עדותו...
א גאנץ יאר בעט ער טייער געלט פאר מאלצייטן. די לחיים'ס וואס ער געט, ברענגט אים צוריק נדבות וואס מ'לאזט דארט איבער.
די איינציגסטע צייט וואס ס'קאסט אים אפשר איז ביים יארצייט, וואס דעמאלטס מאכט ער דעם יערליכן קאמפיין.
אבער היי יאר ווען קיינער קומט נישט צום יארצייט, צו וואס דארף ער געלט? ער איז נישט אזוי גראב צו קענען זאגן אז ער עסט דאס יאר אלע סעודות פאר יעדעם...
ואת"ל אז ער עסט פאר יעדעם, ווער מישט די טעפ ווען אלע רבנים זענען נישט דארט?
מאך זיכעראיך בין שוין געווען אין קערעסטיר זעקס מאל זייענדיג אונטערוועגנס אין אייראפע.
דאס ערשטע מאל איז געווען צו פרעסן, און אזוי אויך די צווייטע אין די דריטע מאל, אבער זייט דעמאלטס איז ממש נישטא קיין קוואליטעט אין די עסן, אבאל פלעגט ער נישט רעכענען פאר די עסן און היינט איז ער א רעסטוראנט, זייט ער האט די נייע שול און די בילדינג ווייסעכשויניש.
אבער איך ווייס נישט צו מען קען זאגן אז ער ווערט א מיליאנער דערפון.
לע"נ ר' ישעי'לע דארף מען עם אויך פארגינען פרנסה. דאס איז דאך געווען ר' ישעי'לע, ער האט פארגינט פאר יודישע קינדער..
נאך ר' ישעי'לס סושי און ר' ישעיל'ס הערינג קומט די פרייליכע נייעס אז עס איז ב''ה דא צו באקומען ר' ישעיל'ס אייערקיכל קרעקערס.
אז מען לעבט דערלעבט מען.
אז מען לעבט דערלעבט מען.
אינגערמאנטשיקלוואלוויאינגערמאנטשיקלאני הגבר הייתי, איך האב פאריאר געהאט די זכייה צו זיין אין קערעסטיר צום יארצייט. רבותי! ס'איז אויסדריקליך נישט דא צו עסן דארט אויף א הויעכע קוואליטעט, אודאי נישט צום פרעסן! איך בין געבליבען הונגעריג אפילו נאכן באזוכען ביידע הכנסת אורחים'ס אויפן פלאץ!
אום תשע"ח האב איך געהאט מער און בעסער צו עסן אין מיין לאקאלע סמעדריש ווי אום תשע"ט אין עיר ואם בישראל באדראג.
אויף אזויפיל יא, אז אין פארגלייך צו אנדערע קברי צדיקים אין אייראפע איז דא בקביעות ובהרחבה צו עסן אין קערעסטיר.
אנטשולדיגס, אויב די אפעטיט האט אייך נישט געכאפט, מיינט עס אז איר דארפט נאך ארבעטען אויף אייער אמונת צדיקים...
ביזדערווייל, עס דיך אן אין דיין לאקאל"ע סמעדרי"ש...
אויף היי יאר האב איך אנגעזאגט די פרינסיפעל פין מיינע טעכטערס מוסדות וואס אלס סייד דזשאב דינט זי אויך אלס רייניגער און קעכער אין מיין לאקאלע סמעדריש (זי וואשט די האנטיכער ביי מיר אין מקווה אויך), די פונקטליכע מעניו וואס איך גלייך...
זי האט מיר געענטפערט אז זיי וואלט זיך ממילא דורכגערעדט מיט'ן גבאי הביהמ"ד וואס דינט אויך אלץ מנכ"ל און בילדינג מענעדזשער פין די אויבנדערמאנטער מוסדות.
אינגערמאנטשיקל: איך קען איינעם א חשוב'ן איד וואס בייטאג דינט ער אלס באנק מענעדזשער. פון 9 אזייגער אינדערפריה ביז 3 אזייגער נאכמיטאג. נאכדעם גייט ער וואשן דישעס אין א גרויסן (כשר'ן) האטעל. אויך וואשט ער די האנטוכער אין די מקוה פון אונזער ביהמ"ד. ווען ער איז פארטיג מיט אט די עבודת הקודש גייט ער א יעדן מוצש"ק איינקנעטן די טייגלעך פאר די פיצא וואס דער עולם קויפט לכבוד חמין במוצ"ש ביי אמנון'ס פיצא...!
בלאט: 1 2