גייט 'הרב לאו' קומען צום סיום הש''ס פין די אגודה?
89 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1144
גייט 'הרב לאו' קומען צום סיום הש''ס פין די אגודה?
עס טוט זיך הימעל אין ערד וועגן די סיום הש''ס צו הרב/ראביי לאו זאל קומען צו נישט
ווי שוין באשריבן אין צווייטעל אשכול
האט וויזיניצער רבי פין מאנסי געזאגט אז אויב מען ברענגן הרב לאו פין ארץ ישראל וועט ער נישט קומען אין נישט שיקן זיינע מענטשן
די גאס שמיעסט אז זיין נעפיו דער וויזניצער רבי פין ארץ ישראל וואס דארף אויך קומען וועט זיך צושטעלן אין קענסלען זיין דרשה
צו ער גייט קומען צו נישט ווייס איך נישט אבער איך מיין אז דו מעיגסט שרייבען הרב לאו
לעמילצו ער גייט קומען צו נישט ווייס איך נישט אבער איך מיין אז דו מעיגסט שרייבען הרב לאו
ערלעדיגט, איך רעכן מיך מיט דיינע געפילן
קלארלעמילצו ער גייט קומען צו נישט ווייס איך נישט אבער איך מיין אז דו מעיגסט שרייבען הרב לאו
ערלעדיגט, איך רעכן מיך מיט דיינע געפילן
יישר כח!
געהערט אין 'פאלטשע' קאווע שטיבל (ווי מען טרינקט עכט קאווע)
אז וויזניץ ארבעט יעצט צו בויען א קאליציע פין היימישע קהילות
וועלכע זאלען בויקאטען די אסיפה אויב לאו קימט (סאטמאר שטעלט זיך צו...)
דאס מיינט אז עס וועלן זיי ווייניג הויכע היטן
עמיר זעהן וואס איז וויכטיגער פאר די אגודה
עס קוקט אויס ווי עס געווארען א פאוער פייט
אויב די חסידים קענען איינטיילן פאר די אגודה וואס צו טוהן, אזווי עס איז טיילווייז געווען אין סיטי פיעלד מיט די ליטוואקס
עס איז מיר שווער צו גלייבען אז אגודה וועט זיך דערשרעקען פון וויזניץ אויב עפעס וועט וויזניץ אוועק גיין ווען ער וועט רעדען
אבער אויב ר' ישראל וועט אויך נישט קומען צוליב "נפל פחד מרדכי עליו", דאן וועט אגודה טאקע זיין אין א דילעמה
ביים סיום הש"ס זענען די חסידישע אנטיילנעמער גאר א קליינע פראצענט פונעם ציבור, ווידער רב לאו איז גאר א שטארקע נאמען ביי די מאדערנע קרייזן.
איך זעה נישט פארוואס די אגודה זאל זיך ברעכן, בפרט אויב זיי האבן שוין עמטליך געלאדענט הרב לאו.
---
קאווע טרינקער האקט,
קודם כל, ביטע שרייבן מיט עטוואס דרך ארץ, עס פארשענערט דעם שטיבל אויב מען שרייבט ווי נארמאלע מענטשן.
והשנית, נניח אז מהר"י מויזניץ ב"ב גיבט פרייוויליג אויף זיין כיבוד אלס רעדנער, גייען זיי צוליב דעם גיין אפזאגן הרב לאו ??? בפרט ווי פריער געשריבן די מאדערנע עולם איז סאך מער ווי די חסידישע עולם.
זיי וועלען טרעפען א צווייטע חסידישע רבי וועים צו רופען, עס איז דא גענוג וואס וועלען זיך פרייען דערצו
מיין דעת בעל הבית שפירט א גרעסערע מאס רעספעקט כלפי הרב לאו ווי וויזניץ-מאנסי רבי'ן שליט"א.
די חסידישע זענען טאקע א מיעוט ביים סיום הש''ס
אבער די אגודה חלש'ט זייער פאר די ביבער אין שטאפען היטן
פארוואס, קען מען זיך דינגען
אבער דאס איז דער מציאות
זיי דארפן עס לקיים והי' לאגודה אחת. ער דארף האבן פון אלע שיכטן און קרייזן, אבער עס איז אים נישט קיין נפקא מינה צו ער האט צוויי טויזענט הויכע הוטן צו דריי טויזענט הויכע הוטן
אין דער איד פראבירן זיי אראפצולייגן דעם וויזניץ מאנסי רבי'ן פאר א קנאי מיט די סאטמערע השקפה, פאר'ן זיך ארויסשטעלן אזוי שטארק קעגן הרב לאו
די זאלונים פראבירן שוין א לאנגע צייט צו געפעלן פאר וויזינץ מאנסי, (זיי פראבירן צו האלטן די אלע וואס האבען זיך געשלאגען מיטן ברך משה ביי די פרשיות צווישן תש''מ - תש''ס)
לדוגמא, זיי לעשן אויס די שבת בעל אין וויליאמסבורג ווען ר' מאטעלע קומט אויף שבת טראץ וואס אין מאנסי וועט וויזניץ נישט אויסלעשן אויב ר' זלמן לייב זאל קומען אויף שבת,
(אגב, עס איז לדעתי זייער נישט אויסגעהאלטן ווייל אסאך נשים צדקניות וועלכע ווייסן נישט אז ר' מאטעלע איז צוגאסט אויף שבת אין חלומ'ן נישט אז עס גייט נישט פייפן ווייל די זאליס ווילן געפעלן פאר ר' מאטעלע, אין פארלאזען זיך אויף די 'צווייטע' בעל ווי וועכענטליך)
אין מציאות אבער
דאס עצם גיין צו א סיום הש''ס פין דף היומי דורך די אגודה איז זייער ווייט פין סאטמאר'ס השקפה
ר' מאטעלע איז טאקע נישט אזוי ווייט פין די סאטמערע השקפה ווי זיין ברודער ר' משה'לע ז''ל איז געווען
אבער ביזן זיין א קנאי פין סאטמאר'ס חדר האט ער נאך זייער א לאנגע וועג
אינטערסאנט וועט נאר זיין
אויב אלעס וועט זיך אויסקאכען אין ער וועט סוכ''ס יא גיין צום סיום הש''ס
וויאזוי דער איד וועט עס דעקן
איך בין זייער נייגעריג אויב וואלט וויזניצער רבי שליט"א מחליט געווען זיך צו משתתף זיין ביים סיום הש"ס, צו וואלטן דער איד דעדאקטערן אויך געמאכט א העדליין דערפון...
א צייטונג מעלדט נאר נייעס, זיי מעלדן נישט זאכן וואס איז זעלבסטפארשטענדליך
איך האב הנאה צו זעהן אז דער איד גיבט פאר ר' מאטעלע דעם טיטול הגה''ק
אויף זייער אייגענע רבי האבען זיי מורא צו שרייבן אזוי
וועגן די סיקרוקים אין זייער מחנה
קלאראיך האב הנאה צו זעהן אז דער איד גיבט פאר ר' מאטעלע דעם טיטול הגה''ק
אויף זייער אייגענע רבי האבען זיי מורא צו שרייבן אזוי
וועגן די סיקרוקים אין זייער מחנה
דו כאפסט ווי איין טרעק מיינדעד דו בוסט? דו האסט טאקע נישט קיין אנדרע דאגות?
לעמילזיי וועלען טרעפען א צווייטע חסידישע רבי וועים צו רופען, עס איז דא גענוג וואס וועלען זיך פרייען דערצו
קיינער וועט נישט איבערנמען די פלאץ פין איינעם וואס האט זיך אפגעזאגט וועגן אזא זאך
אין דער רבי וואס וואלט עס יא געטוהן, איז געווענליך אזא מענטש וואס די אגודה נישט אינטערסירט יענעם צו נעמען
סוי די אגודה האט דא א שטיקעל דילעמא
לעמילקלאראיך האב הנאה צו זעהן אז דער איד גיבט פאר ר' מאטעלע דעם טיטול הגה''ק
אויף זייער אייגענע רבי האבען זיי מורא צו שרייבן אזוי
וועגן די סיקרוקים אין זייער מחנה
דו כאפסט ווי איין טרעק מיינדעד דו בוסט? דו האסט טאקע נישט קיין אנדרע דאגות?
וואס הייסט איין טרעק מיינדעט?
די זעלבע תגובה ערשיינט
דא אן מיין אויספיר
גלייכסט נישט מיין תגובה, קענסט זאגען ארוני פוי, ווי קומט דא אריין טרעק מיינדעט
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז איך בין א זאלי
איך מיין אז עס איז דא גענוג חסידישע רבי'ס וואס וועלען זיך פרייען פאר די כיבוד, זיין ברודער וועט זיכער נישט האבען קיין פראבלעים מיטען פעטער
קלאראיך האב הנאה צו זעהן אז דער איד גיבט פאר ר' מאטעלע דעם טיטול הגה''ק
אויף זייער אייגענע רבי האבען זיי מורא צו שרייבן אזוי
וועגן די סיקרוקים אין זייער מחנה
דער איד שרייבט הגה"ק נאר אויף גאר עלטערע רבנים. צו שרייבן קדוש אויף א אינגען שנוק איז ממש א גרויל.
קלארלעמילקלאראיך האב הנאה צו זעהן אז דער איד גיבט פאר ר' מאטעלע דעם טיטול הגה''ק
אויף זייער אייגענע רבי האבען זיי מורא צו שרייבן אזוי
וועגן די סיקרוקים אין זייער מחנה
דו כאפסט ווי איין טרעק מיינדעד דו בוסט? דו האסט טאקע נישט קיין אנדרע דאגות?
וואס הייסט איין טרעק מיינדעט?
די זעלבע תגובה ערשיינט
דא אן מיין אויספיר
גלייכסט נישט מיין תגובה, קענסט זאגען ארוני פוי, ווי קומט דא אריין טרעק מיינדעט
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז איך בין א זאלי
מיט "טרעק מיינדעד" מיינט לעמיל צו זאגן אז איבעראל זעסטו פאליטיק.
זר זהבקלאראיך האב הנאה צו זעהן אז דער איד גיבט פאר ר' מאטעלע דעם טיטול הגה''ק
אויף זייער אייגענע רבי האבען זיי מורא צו שרייבן אזוי
וועגן די סיקרוקים אין זייער מחנה
דער איד שרייבט הגה"ק נאר אויף גאר עלטערע רבנים. צו שרייבן קדוש אויף א אינגען שנוק איז ממש א גרויל.
וויפיל יאר איז ר' מאטעלע יעצט געווארען אז ער האט באקומען דעם טיטול?
כאילו דער איד האט פאליסי'ס..
יעצט אקומען דעם טיטול? ניין! שוין א לענגערע צייט זינט ער ווערט פארעכענט פון די זקן הרבנים
ער שרייבט הגה”ק מטאהש? הגה”ק מאודווארי זצללההוזיעוכיא?
זר זהבקלארלעמילקלאראיך האב הנאה צו זעהן אז דער איד גיבט פאר ר' מאטעלע דעם טיטול הגה''ק
אויף זייער אייגענע רבי האבען זיי מורא צו שרייבן אזוי
וועגן די סיקרוקים אין זייער מחנה
דו כאפסט ווי איין טרעק מיינדעד דו בוסט? דו האסט טאקע נישט קיין אנדרע דאגות?
וואס הייסט איין טרעק מיינדעט?
די זעלבע תגובה ערשיינט
דא אן מיין אויספיר
גלייכסט נישט מיין תגובה, קענסט זאגען ארוני פוי, ווי קומט דא אריין טרעק מיינדעט
איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז איך בין א זאלי
מיט "טרעק מיינדעד" מיינט לעמיל צו זאגן אז איבעראל זעסטו פאליטיק.
איך זעה עס ביי מענטשן
וואס זייער גאנצע לעבן אין יעדע זאך וואס זיי זאגען אדער רעדן ווערט געפירט דורך זייער פאליטישע כוונות
א שטייגער ווי דאס אנהייבן רופן ר' מאטעלע הגה''ק אדער זקן הרבנים,
משולם שטיינפעלדער שרייבט הגה”ק מטאהש? הגה”ק מאודווארי זצללההוזיעוכיא?
יא! דער איד שרייבט הגה"ק אויף טאהש רבי!
אודווארי איז געווען א רב.
און אויב דענק איך גוט קען דער איד אויך שרייבן הרה"ק אויף טאהש'ן רבי'ן
מענין לענין פאר וועם עס איז אינטערסאנט,
עס איז דא פון הרב לאוו א גאר אינטערסאנטע ביכל ווי ער באשרייבט זיך פון אלץ קליין קינד אלעס וואס ער איז אדורוך ביז ער האט ריזיינט פון רב הראשי,
איך רעקאמענדיר עס נישט פאר קיין סאטמערער צו ליינען איך האב עס געליינט און זייער הנאה געהאט {כאטש אז איך בין מיסודו א סאטמערער, מיין עלטער זיידע האט געלערנט און סענסדז סטריט}
להערה בעלמה, ער האט קיינמאל נישט ריזיינט, ס׳איז דא טוירם לימיטס
אויך, די אלע טיפשות'דיגע ויכוחים אויף טיטולען איז טאקע די פלאץ פאר די צוויי נארישע איד/בלאט צייטונגען ווי אויך די יתד/הפלס ליטוואק צייטונגען
פריינדליךמיין עלטער זיידע האט געלערנט און סענסדז סטריט}
דיין עלטער זיידע סענד סטריט?
וועלכע יאר איז מען אריין אין סענד סטריט?
א שטאפעל ווייטער
מען העלפט דעם עולם פטור ווערן פין די טיקעטס
עס ווערט מער ערנסט
לויט ווי איך קען ר' מאטעלע גייט ער זיך נישט ברעכן
ער גייט נישט גיין אפי' די אגודה וועם אים נאכגעבן
עמיר זעהן אויב די אנדערע הויפן וועלן יא גיין
📎 AyQPPeaCUAAns5S.jpg
עס ווערט א שפאלט אין כלל ישראל, עס וועט ווערן ווי להבדיל די שאיטען און סאניס ביי די מוזלעמענער, איך בין אל פאר איט, די אידן וואס גייען קיין איראן, מיט די וואס שרייען אנטקעגען עירוב, און די העלבראנץ'ניקעס, ווישניץ מאנסי און יעצט סקולען ועוד וועלען זיין פון די וואס וועלען זיך אפטייעלן, מען דארף נאך זעהן ווי דער עקסטעמקייט וועט זיך ענדיגען
פלעגט סקולענער רבי אלץ גיין? און וואסי דער נעבעך?
איך וויל נאר קלאר מאכן אז וויזשניצע רבי האט קיינמאל נישט געפלאנט צו פארן צום סיום. ער האט קוים מיט מסירת נפש געפארן צום כינוס כלל ישראל. ער האט יעצט נאר געהייסן אז זיינע חסידים זאלן נישט גיין.
וועלט׳ס פארזארגעראיך וויל נאר קלאר מאכן אז וויזשניצע רבי האט קיינמאל נישט געפלאנט צו פארן צום סיום. ער האט קוים מיט מסירת נפש געפארן צום כינוס כלל ישראל. ער האט יעצט נאר געהייסן אז זיינע חסידים זאלן נישט גיין.
But he told for his nephew (vishnitzeh rebbe ) not to come
איך זע נישט קיין פראבחעם מיט וויזניצער'ס רבין יא קימען אדער נישט קימען צום סיום אדער צי זיינע חסידים קימען יא אדער נישט,
עס איז העכסט נערמאל אז גרופעס חסידים האבן אנדערע השקפות אנדערע רוצונית אוו אנדערע שטרעבענוגען,
א חלק פון די היינטיגע פראבלעמען איז, אז אלעס ווערט גלאבעל און יעדער ווערט משובד איינען צום צווייטען, עס דארף בהחלט נישט זיין אזוי, אויב מוהר"א וויל נישט גיין צום כינוס כלל ישראך איז עס זיין רעכט, אויב וויזניץ וויל נישט גיין צום סיום איז עס זיין רעכט, און אזוי ווייטער איז יעדר רבי בארעכטיגט צו זיינע מיינוגען,
האט עפעס די וויזניצער רבי ווייניגער רעכטען ווי דוב הייקינד? דוב הייקינד מעג זאגען זיינע עקסטרעמע מיינוגען און וויזניצע רבי נישט?
וואס הייסט עקל'דיג? איך לייען נישט די דער איד, איך האב נאר געזען די נייעס דא,
ער האט נישט די רעכט זיך צו קריגען און נישט האלטען פון הרב לאו? איז דען עפעס א נייעס זאך ביי כלל ישראל אז צוויי רביים פארטראגען זיך נישט? איז עס דען די ערזטע מאל וואס איינער וויל נישט גיין צי א פלאטץ ווייל א צווייטער איז דארט?
איך וויל נישט מגשם זיין אלע אונזערע רביים ארויף למעלה למעלה, אבער אזעלכע זאכען טרעפט מען כמעט און יעדע דור, מען טאר נישט ווערען איבער גענימען דערוועדען,
[ציטאט אראפגענומען]
וואס מיינט עקעלדיג? א רבי און מנהיג טאר נישט זאגן פריוואט פאר זיין עולם וואס צו טוהן?
ווער עס ווייסט אביסל די מעשה וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען ווייסט אז ער האט עס געטוהן אויף די נארמאלסטע און אויסגעהאלטענסטע וועג.
און אגב ווען ער האט געהערט אז די איד האט עס באשריבן האט ער זיך געגעבן א רוף אן
”אה, זייט ווען באשרייבט די איד די סיום הש"ס?..”
gehlungenוועלט׳ס פארזארגעראיך וויל נאר קלאר מאכן אז וויזשניצע רבי האט קיינמאל נישט געפלאנט צו פארן צום סיום. ער האט קוים מיט מסירת נפש געפארן צום כינוס כלל ישראל. ער האט יעצט נאר געהייסן אז זיינע חסידים זאלן נישט גיין.
But he told for his nephew (vishnitzeh rebbe ) not to come
He never told anything to his nephew. When his nephew heard that his uncle is not happy about Harav Lau's coming he said (by himself) that he will not come.
די פולע מעשה פון הרב לאו ביים סיום הש"ס.
קודם לאמיר אנפאנגען וואס איז אגודה.
ס'איז געוועהן אין די יארן וואס די ווינטן פון מזרחי האט אנגעפאנגען צו בלאזן שטארק אין פולן און אין די ארימיגע לענדער און אסאך ערליכע אידן זענען געווארן צוגעשלעפט צו מזרחי און די גדולי ישראל פון יענע דור האבן געזעהן אז די איינציגסטע וועג וויאזוי צו ראטעווען די יהדות התורה איז אויב מ'וועט זיך אינגאנצן אפטיילן פון מזרחי און נישט האבן קיין שום שייכות מיט זיי. (בערך אזוי ווי די חתם סופר האט געטוהן אין אונגארן אין די צייטן פון די משכילים.) האבן די גערער רבי של"ל מיט ר' חיים עוזר מיט נאך גדולי ישראל זיך צאמגענומען און געגרינדעט די אגודה. און די ציל פון אגודה אלע יארן עד היום איז געוועהן צו זיך אינאיינעם אפטיילן פון מזרחי כדי אפצוהוטן די יהדות התורה.
איז לענינינו, הרב לאו האט אלץ געהאט גרויס חשק צו רעדן ביים סיום הש"ס און ער האט אליין כמה וכמה פעמים געבעטן פון ר' משה שערר ז"ל אז ער וויל קומען רעדן און ר' משה פלעגט אים אלץ זאגן, איר זענט מיר באמת א גרויסע ידיד אבער און אגודה באלאנגט איר נישט. [דאס איז וויל הרב לאו איז בשיטה א גרויסע מזרחיסט און דאס קען מען זעהן אין די ביך וואס ער אליין האט ארויסגעגעבן אויף גאר א גרויסן פארנעם. ער איז דאך געוועהן רב הראשי לישראל, און איז נאך היינט רב הראשי און תל אביב.] און טאקע ביז היינט האט ער קיינמאל נישט אויפגעטרעטן ביי קיין סיום הש"ס.
נאר דאס יאר האט פאסירט אזוי, שוטנשטיין איז א נאנטע ידיד מיט הרב לאו און ווען ער האט געהערט אז הרב לאו האט אלץ געוואלט רעדן ביים סיום הש"ס און אגודה וויל אים נישט רופן האט ער געזאגט פאר אגודה אז ער וועט אויסצאהלן האלב פון די עקספענסעס פונעם סיום אויב מ'רופט אים. און דאס האט די אגודה שוין נישט געקענט אפזאגן. (עס דערקענט זיך אז ר' משה איז שוין נישט דא...)
ווען ר' אלי' דוב וואכטפויגל שליט"א האט געהערט אז מ'האט גערופען הרב לאו צום סיום איז
Time for the visnitzer rebbe to bud out of kllal yisroel issues and take care of his own people. Perhaps he can help his chasidim buy houses the same way he helps his children, grand children, and great grandchildren..........
המשך...
ווען הרב וואכטפויגל שליט"א האט אפאר וואכן צוריק געהערט אז מ'רופט הרב לאו צום סיום האט ער שנעל געמאכט אפאר טעלעפאן קאלס צו אגודה אז מ'זאל אים אפזאגן. אבער זיי האבן אים געענטפערט אז ס'איז שוין צו שפעט, מ'קען אזא מענטש נישט אפזאגן.
האט ער שנעל געשיקט צום וויזשניצע רבי בעטן אז ער זאל ארויס קומען דערוועגן ברבים.
וויזשניצע רבי האט דאן געבעטן איין נאכט צו איבערטראכטן. די קומענדיגע אינדערפרי האט ער געשיקט רופן ר' א. נ. פ. פון אגודה און געפרעגט וואס גייט דא פאר? האט ער אים גענטפערט אז שוטנשטיין איז א גוטע ידיד מיט הרב לאו און ער האט צוגעזאגט צו צאהלן האלב פון די עקספענסעס פונעם סיום אויב מ'רופט הרב לאו, און אזא מציאה האט אגודה נישט געקענט אפזאגן.
האט אים די וויזשניצע רבי געזאגט אז דאס איז נישט קיין תירוץ און מ'זאל שוין פראבירן אים אפצוזאגן.
אפאר טעג שפעטער האט ער צוריק געקומען און געזאגט אז ס'איז שוין צו שפעט, מ'האט אים שוין גערופען און הרב לאו איז צו א גרויסע פערזענליכקייט צו קענען אפזאגן. האט אים וויזשניצע רבי געזאגט בשום פנים ואופן קען ער נישט לאזן זיין עולם גיין צו א פלאץ ווי א חשובע מזרחיסט וועט זיין די אפיציעלע אורח הכבוד. ער זאל טוהן וואס מעגליך אז דאס זאל נישט פאסירן.
נאך אפאר טעג האט הרב וואכטפויגל געשיקט זאגן אז ס'הענגט שוין צעטליך אז הרב לאו קומט און מ'מוז שוין זעהן עפעס צו טוהן דאס זאל נישט געשעהן.
המשך..
און דא האט זיך שוין ר' מתתיהו סאלאמאן שליט"א אויך אריין געמישט און געבעטן וויזשניצע רבי
זאל טוהן עפעס דערצו.
וויזשניצע רבי האט נאכאמאל גערופען ר' א. נ. פ. און געבעטן אז אגודה זאל אים אפזאגן, איז אגודה צוריק געקומען מיט די זעלבע תירוץ אז ס'איז צו סאך געלט און הרב לאו איז צו א גרויסע פערזענליכקייט און ס'איז שוין צו שפעט.
אזוי האט מען געשלעפט נאך א וואך, וואס די גאנצע וואך האט הרב וואכטפויגל אויך פראבירט צו בעטן אגודה זאל טוהן עפעס דערצו. נאך א וואך פון זיך צוען און וויזשניצע רבי האט געזעהן אז אגודה וועט אים שוין נישט אפזאגן האט ער אריין גערופען די שטוב מענטשן און געזאגט אז זיי זאלן איבערגעבן בשמו אז כל מי שיראת השם נוגע בלבבו זאל זיך צוריק האלטן פון גיין צום סיום.
יענע נאכמיטאג האט מען גערופען פון כמה מנהיגים פרעגן צו ער מיינט יעדן איינעם... האט ער די קומעדיגע אינדערפרי נאכאמאל אריין גערופען די שטוב מענטשן און געהייסן איבערגעבן אז ער צוהט צוריק און ער זאגט נאר פאר זיין עולם זאל זיך נישט משתתף זיין.
ווען זיין פלומעניק די וויזשניצע רבי פון ב"ב האט געהערט פון די גאנצע מעשה האט ער געלאזט וויסן אז ער וועט אויך זיך נישט משתתף זיין.
עד כאן המעשה בקיצור.
די גאנצע מעשה הייבט נישט אן קלעבן.
א. הרב לאו איז נישט קיין מזרח'יסט. ער איז א חרדי מיט לינקע השקפות.
ב. הרב וואכטפוגל קען נישט רופן קיינעם נאר וויזשינצע רבי? זייט וועט האט ר' מאטעלע מער קלאוט אין די אגודה ווי רב וואכטפוגל. און הרב סולומן? סיריעסלי? דו ווייסט אז סקווערע רבי האט אויפגענומען הרב לאו, סאו הרב סולומן האט א פראבלעם מיט אים? קאם אן.
ג. דו שרייבסט "מ'האט געבעטן די אגודה" - ווער איז "די אגודה"? אגודת ישראל אין אמעריקא האט גארנישט צוטין מיט זיך אפטיילן פון די מזרחיסטן.
רב וואכטפויגל הערט עפעס וואס אים געפעלט נישט. וועמען לויפט ער רופן?
אדמו"ר מוויזניץ מאנסי........
קאם אן... גיוו מי עי ברעיק.
קען זיין אז ער האט פארשטאנען וועליכע פון די רבנים ואדמורי"ם זענען גרייט צו טוהן עפעס וועגען די פראבלעם.
אשכנקען זיין אז ער האט פארשטאנען וועליכע פון די רבנים ואדמורי"ם זענען גרייט צו טוהן עפעס וועגען די פראבלעם.
Why is nobody mentioning a word we are going to walk talk park together with 30,000,00 (tznusdigeh)ladys !!! 😉
[ציטאט אראפגענומען]
איך ווייס נישט אויב ער וועט טאקע נישט קומען אבער איך ווייס אז ווען ער האט געהערט אז וויזשניצע רבי פרובירט אז הרב לאו זאל נישט קומען האט ער זיך אויך צוגעשטעלט.