☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » פרעסע דעקונג אויף פטירת הגרי"ש אלישיב זצ"ל

פרעסע דעקונג אויף פטירת הגרי"ש אלישיב זצ"ל

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1123
בלאט: 1 2

לעמיל » מיטוואך יולי 18, 2012 11:03 am

· #25566
קאווע שטיבעל
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/1121">viewtopic.php?f=3&t=1121</a><!-- l -->
jdn
<a class="postlink" href="http://www.jdn.co.il/news/94596">http://www.jdn.co.il/news/94596</a>

זר זהב » מיטוואך יולי 18, 2012 11:04 am

· #25569
א רחמנות אוי'פן ענגלישן "יעטעד" וועלכער האט עס פארפאסט מיט איין טאג. "די צייטונג" אויך. דער המודיע וואס האט דאך א טעגליכער אויסגאבע איז נישט אזא רחמנות... העמער ווארטן אויפ'ן "איד" מארגן, איך זאג פאר א שרייענדע ווייס אויף שווארציגע העדליין.

לעמיל » מיטוואך יולי 18, 2012 11:05 am

· #25570
זר זהב
א רחמנות אוי'פן ענגלישן "יעטעד" וועלכער האט עס פארפאסט מיט איין טאג. "די צייטונג" אויך. דער המודיע וואס האט דאך א טעגליכער אויסגאבע איז נישט אזא רחמנות... העמער ווארטן אויפ'ן "איד" מארגן, איך זאג פאר א שרייענדע ווייס אויף שווארציגע העדליין.

ווער וועט אים מאכען פאר א גרעסער צדיק די איד אדער די בלאט?

זר זהב » מיטוואך יולי 18, 2012 11:13 am

· #25583
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב געמיינט אז ס'איז אן אייגענער באריכט... סיז פון AP.
איך ווארט פאר די ניו יארק טיימס'ס אביטוערי.

לאדיך אפ » מיטוואך יולי 18, 2012 11:21 am

· #25590
ס'אינטערעסאנט צו הערן די איזרעילי חרדישע ראדיא קול חי באריכט. 212-444-9555, דרוקט נומער 3. (לייוו ראדיא)

אלבערט » מיטוואך יולי 18, 2012 11:21 am

· #25591
זר זהב
א רחמנות אוי'פן ענגלישן "יעטעד" וועלכער האט עס פארפאסט מיט איין טאג. "די צייטונג" אויך. דער המודיע וואס האט דאך א טעגליכער אויסגאבע איז נישט אזא רחמנות... העמער ווארטן אויפ'ן "איד" מארגן, איך זאג פאר א שרייענדע ווייס אויף שווארציגע העדליין.

אינטערעסאנט צו זען וויאזוי דער איד וועט אים באשרייבן ווייל ביי די פטירה פון הרב שך האבן מאנכע געהאט שטארקע טענות קעגן דער בלאט פאר'ן צו שטארק שרייבן איבער זיין גדלות.

זר זהב » מיטוואך יולי 18, 2012 11:23 am

· #25593
איך בין נישט באקאנט. מיט וואס איז ער מער אנטי סאטמאר ווי הרב ליפקאוויץ וואס איז לעצטענס אוועק? דער איד האט אים שיין באשריבן אז ער איז גאר געווען א קנאי

לאדיך אפ » מיטוואך יולי 18, 2012 11:25 am

· #25596
הרב לעפקאוויץ האט אין זיינע לעצטע יארן אנגענומען א קנאישע פזאישען. ער איז געגאנגען צו אפאר עדה מחאות און ער האט מוחה געווען אויף פרצות.

זר זהב » מיטוואך יולי 18, 2012 11:29 am

· #25600
הרב אלישיב האט גארנישט מיט קנאות געהאט? זיך קיינמאל נישט צוגעשטעלט צום עדה?

אלבערט » מיטוואך יולי 18, 2012 11:36 am

· #25605
זר זהב
הרב אלישיב האט גארנישט מיט קנאות געהאט? זיך קיינמאל נישט צוגעשטעלט צום עדה?

ניין און אויך איז ער געווען אין היכל שלמה.

זר זהב » מיטוואך יולי 18, 2012 11:37 am

· #25607
היכל שלמה איז געווען אין די יוגענט

זר זהב » מיטוואך יולי 18, 2012 11:44 am

· #25613
יעצט דערמאן איך זיך אז ער האט לעצטענס שטארק געוואלט מחזק זיין בעלזא. ס'האט אויסגעזען ווי ער האט עפעס רחמנות אויף בעלזא'ן רבי'ן.

אלבערט » מיטוואך יולי 18, 2012 11:50 am

· #25622
זר זהב
היכל שלמה איז געווען אין די יוגענט

אמת, אבער גענוג א סיבה אז די סאטמורים זאלן אים נישט וועלן זען באשריבן אין א גינסטיגן בליק.

זר זהב » מיטוואך יולי 18, 2012 11:51 am

· #25624
יענע סאטמוירים וועלן זיין אין טיעפן שאק מארגן...

זר זהב » מיטוואך יולי 18, 2012 11:53 am

· #25625
דער ענגלישער פארווערטס
<a class="postlink" href="http://forward.com/articles/159513/rabbi-yosef-shalom-elyashiv-dies-at-/">http://forward.com/articles/159513/rabb ... -dies-at-/</a>

גדעון » מיטוואך יולי 18, 2012 12:33 pm

· #25646
פאר ענץ זענטס ביזי וואס סאטמאר וועט שרייבן, ליינטס אביסל די קאמענטס אויף די איזרעילי באריכטן,

אלבערט » מיטוואך יולי 18, 2012 12:36 pm

· #25648
גדעון
פאר ענץ זענטס ביזי וואס סאטמאר וועט שרייבן, ליינטס אביסל די קאמענטס אויף די איזרעילי באריכטן,

וואס מיינסטו?

גדעון » מיטוואך יולי 18, 2012 12:38 pm

· #25649
אלבערט
גדעון
פאר ענץ זענטס ביזי וואס סאטמאר וועט שרייבן, ליינטס אביסל די קאמענטס אויף די איזרעילי באריכטן,

וואס מיינסטו?

פילע קאמענטס ליינען זיך "ברוך שפטרני" כן יאבדו כל הפרזיטים" און נאך וואס איך וויל נישט נאכשרייבן.

אלבערט » מיטוואך יולי 18, 2012 12:41 pm

· #25650
גדעון
אלבערט
גדעון
פאר ענץ זענטס ביזי וואס סאטמאר וועט שרייבן, ליינטס אביסל די קאמענטס אויף די איזרעילי באריכטן,

וואס מיינסטו?

פילע קאמענטס ליינען זיך "ברוך שפטרני" כן יאבדו כל הפרזיטים" און נאך וואס איך וויל נישט נאכשרייבן.

אוי באשעפער!

Shmilly » מיטוואך יולי 18, 2012 7:14 pm

· #25881
VIN

zurich » מיטוואך יולי 18, 2012 11:30 pm

· #26001
זר זהב
היכל שלמה איז געווען אין די יוגענט

מה זה היכל שלמה?

פאזעטיוו » מיטוואך יולי 18, 2012 11:35 pm

· #26006
די פרעסע באריכטעט אז עס איז געווען די גרעסטע לויה וואס איז נאר אמאל געווען אין כלל ישראל מיט א געשאצטע באטיילונגעג פון איבער א פערטל מיליאן מענטשן.

משה געציל » מיטוואך יולי 18, 2012 11:37 pm

· #26008
פאזעטיוו
די פרעסע באריכטעט אז עס איז געווען די גרעסטע לויה וואס איז נאר אמאל געווען אין כלל ישראל מיט א געשאצטע באטיילונגעג פון איבער א פערטל מיליאן מענטשן.

פארשטייטס זיך אליינט׳ס אז אלעס איז אחוץ די לווי׳ פון רביה״ק והטהור....

gehlungen » דאנערשטאג יולי 19, 2012 9:08 am

· #26062
גדעון
פאר ענץ זענטס ביזי וואס סאטמאר וועט שרייבן, ליינטס אביסל די קאמענטס אויף די איזרעילי באריכטן,

Which one are you talking about ? I think the Blatt will bring him out completly & the YID will copy the blat. Not to be left back. And the real EMES is "no body cares " its as they always say Paper can carry any lie. & nonsense

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:50 am

· #26139
נו וויאזוי באריכט עס דער איד, איינער האט די פראנט זייט?

טעפל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:20 pm

· #26158
קאפי-פעיסט..
📎 הרב שך - הרב אלישיב - יתד נאמן.jpg

עס עפעס » דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:25 pm

· #26161
אין "לוח הציבור" בארא פארק איז היינט ערשינען א שיינע און קורצע אפשאצונג:

אריבער 100 טויזנט נעמען אנטייל ביי מסע הלוי' פון הגאון האדיר הישיש רבי יוסף שלום אלישיב זצ"ל
‬‬
מנהיג, מורה דרך און פוסק אחרון פונעם עולם התורה והישיבות אין די לעצטע צענדליגער יארן – נפטר געווארן אין עלטער פון 102 יאר
‬‬

‫‫
דער עולם התורה און גאנץ כלל ישראל איז נעכטן אריינגעפאלן אין א טיפן טרויער, נאכדעם וואס עס איז געקומען די בשורה איבער די פטירה פון הגאון האדיר רבי יוסף שלום אלישיב זצ"ל, דער לעצטער פון די תורה ריזן און דער גרויסער לייב בעולם ההלכה, וועלכער האט אויסגעהויכט די נשמה אין טיפן עלטער, בשיבה טובה פון 102 יאר.

וויפיל מען זאל נאר שרייבן איבער דעם גאון און גדול, וועט מען קיינמאל נישט אנקומען צו דעקן אלעס און באשרייבן די גדלות בתורה און גאונות וואס האי צדיק וגאון האט געגרייכט דורכאויס זיינע יארן; וויפיל תלמידים הגונים ער האט אויפגעשטעלט; און וויפיל האט זיך די וועלט געשאקלט מיט זיינע פסקים אויף די הארבסטע שאלות פונעם דור איבער די לעצטערע זעכציג זיבעציג יאר.

בלויז דער פשוט'ער פאקט אז דער גאון זצ"ל האט נישט פארמאגט קיין שום אפיציעלע פאסטן אדער פאזיציע אין קיין שום רבני'שע קערפערשאפט און דאך זענען זיינע פסקים געווארן אנגענומען דורך צענדליגער טויזנטער אידן פון איבער דער גארער וועלט. זיינע טעגליכע שיעורים אין ישיבה תפארת בחורים, וועלכע ער האט געגעבן פאר נאענט צו אכציג יאר, איז געווען דורכגענומען מיט כל התורה כולה און יעדער שיעור באזונדער איז געווען פאר זיך ככרכא דכולה ביה.

זיין פטירה לאזט איבער צענדליגער טויזנטער אידן פאר'יתומ'ט און מען האט דאס געקענט דערקענען אויף אלעמענס פנימ'ער נעכטן ווען די נייעס איז צעשפרייט געווארן, און אין אלע ישיבות האט מען פארמאכט דעם תהלימ'ל און זיך געגרייט צו געזעגענען און אפגעבן דעם לעצטן כבוד פאר'ן גאון זצ"ל למנוחת עולמים.

משחר טל ילדותו

הגאון רבי יוסף שלום זצ"ל איז געבוירן געווארן אין יאר תר"ע אין די שטאט גאמאל, אין דער ליטע, צו זיינע חשוב'ן פאטער הרב אברהם אלישיב און זיין חשובע מוטער רביצין חיה מאשא. זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון הרב שלמה אלישיב זצ"ל, דער בעל לשם, און די פאמיליע האט זיך א נאמען געגעבן נאך איר חשוב'ן פאטער'ס פאמיליע נאמען.

נאך געציילטע יאר וואוינען אין פוילן, האט זיך די פאמיליע געצויגן קיין ארץ ישראל, וואו זיי האבן זיך באזעצט אין ירושלים אינעם מאה שערים געגנט, נעבן דעם גרויסן זיידן רבי שלמה אלישיב זצ"ל, וועלכער איז געווען באקאנט בימיו אלס גרויסער בעל מקובל און הייליגער איד.

זייענדיג נאך גאר א קליין יונגל, האט זיך שוין גלייך אנגעזען אויף רבי יוסף שלום אז ער וועט אויסוואקסן א גדול בתורה. אינדערצייט וואס אנדערע קינדער האבן זיך געשפילט אין גאס, און האבן אים גערופן זיך צו שפילן אינאיינעם, פלעגט ער דאס כסדר אפזאגן און ליבערשט פלעגט ער לויפן אין בית המדרש אריין צו לערנען נאך א משנה, נאך אן עמוד גמרא, אריינצוכאפן וואס מער תורה.

אזוי איז ער אונטערגעוואקסן, און אלע וועלכע האבן געלערנט אין די שוהלן וואו דער קליינער יוסף שלום האט געלערנט, האבן באוואונדערט די שטארקע התמדה פון אים, וויאזוי ער האט געקענט זיצן צוגעשמידט צום ספר פאר לאנגע שעות אנדעם וואס ער זאל אפילו אויפהייבן זיינע אויגן פאר א מינוט. דאס איז געווען עפעס וואס האט אים באגלייט זיין גאנץ לעבן און זיינע ארומיגע מענטשן פלעגן אייביג דערציילן איבער די איבערמענטשליכע התמדה בתורה.

דורות ישרים ומבורכים

ווי יעדער צדיק וגדול, האט רבי יוסף שלום געהאט זיין טייל פון עגמת נפש און צרות אויף דער וועלט, אבער טראץ דעם אלעם, האט דאס אים נישט אוועקגעשלעפט פון די תורה הקדושה און דאס האט נאר פארשטארקערט זיין התמדה.

ער האט חתונה געהאט מיט זיין רביצין שיינא רחל, וועמענס טאטע איז געווען הרב הגאון רבי ארי לעווין זצ"ל. דער רבי ארי' איז געווען באקאנט אלס גאלדענער הארץ און דורכאויס די יארן האט ער אין ארץ ישראל געטאן אנע שיעור חסד מיט ארימע און מיטגעמאכטע פאמיליעס.

דער גאון זצ"ל און זיין רעביצין האבן אויפגעצויגן 9 קינדער, און ביי אכט פון זיי האט ער זוכה געווען צו זעהן גרויס נחת, וואס יעדער איינס פון די קינדער זענען אויסגעשטיגן צו פירן אייגענע פאמיליעס פון קינדער ראשי ישיבות, רבנים און גדולים אינעם עולם התורה והישיבות איבער ארץ ישראל און איבער די גאנצע וועלט.

איינס פון זיינע 9 קינדער, א טאכטער, איז נעבעך אומגעקומען טראגיש ווען אין יאר 948' האבן אראבער אריינגעשאסן עטליכע ראקעטן קיין ירושלים עיר הקודש און דאס קינד איז באטראפן געווארן דורך איינס פון די ראקעטן.

פון די אנדערע זייט, טראץ זיינע צרות, האט ער זוכה געווען צו דערלעבן זעקס דורות און די זכיה צו מיטהאלטן אלע חתונות פון זיינע אלע אור אייניקלעך, אריינגערעכנט זיין יונגסטע אור אייניקל א כלה וועלכע האט חתונה געהאט עטליכע חדשים צוריק.

והגית בו יומם ולילה

זיין התמדה איז געווען די זאך וואס האט ארויסגעברענגט די געהויבענע פערזענליכקייט פון דעם גאון, ווען כסדר איז ער געזיצן און געלערנט טראץ זיין טיפע עלטער.

ער פלעגט אויפשטיין אזוי פרי ווי דריי אזייגער פארטאגס און לערנען ביז אין די שפעטע נאכט שעות, און עס איז געווען א באקאנטע זאך ביי אידן, זיך צו ווינטשן און אנווינטשן פאר די קינדער אז מען זאל זוכה זיין צו די אומגעהויערע התמדה צו וועלכע ער האט זוכה געווען.

ובא השמש

מיט עטליכע מאנאטן צוריק האט זיך דער געזונט צושטאנד פון הגאון רבי יוסף שלום פיל פארערגערט און ער איז אריינגעפירט געווארן צום שערי צדק שפיטאל, ליידנדיג פרישע פראבלעמען פון אן אלטן הארץ פעלער.

דער גאון זצ"ל האט שוין אין לויף פון זיינע יארן געהאט מיטגעמאכט אסאך געזונטהייט פראבלעמען, און כלל ישראל האט מתפלל געווען אז אויך דאסמאל זאל ער זיך ערהוילן און צוריקקומען צו די כוחות. עס איז אבער פון הימל געווען באשערט פארקערט און נעכטן מיטוואך פיר אזייגער נאכמיטאג ארץ ישראל זייגער האט ער אויסגעהויכט די נשמה, במעמד פון פילע רבנים, גאונים און אנגעזעענע לייט, וועלכע האבן געזאגט פסוקי ווידוי און שמע ישראל.

די גרויסע לויה

שרייבנדיג די שורות איז נאך די גרויסע לויה ווייט פון פארטיג, און דער גרויסער געדרענג פון פילע טויזנטער מלוים, מאכט שווערער דעם וועג, וואס פאליציי שאצן אז ס'קען נאך דויערן ביז אינמיטן דער נאכט אריין.

די לוי' איז ארויס פונעם שטוב פונעם גאון זצ"ל, רחוב חנן אין מאה שערים, און מען איז געגאנגען דעם גאנצן וועג ביז צום הר המנוחות. לויט די פאליצייאישע שאצונגען האבן זיך ביי די לוי' באטייליגט איבער הונדערט טויזנט מענטשן, און פאר ווייטע גאסן אנע ענדע האט מען געזען בלויז שווארץ, ווען יעדער איז ארויסגעקומען באוויינען די אבידה, וכל בית ישראת יבכו את השריפה, אז אזא גדול הדור איז מער נישט בתוכינו.

אויפן הייליגן באפעל פונעם גאון זצ"ל האבן די רבנים המספידים נישט גערעדט בשבחו און בכלל נישט מספיד געווען, נאר זיך געהאלטן צו דברי חיזוק, און דברי התעוררות. הגאון המשגיח רבי דן סג"ל שליט"א האט פארגעזאגט די פסוקי תהלים, וואס די טויזנטער מלוים האבן אינאיינעם נאכגעזאגט און די רגשי התעוררות האט מען געקענט טאפן אין דער לופטן.

די געדרענג ביי די לויה איז געווען אזוי אומגעהויער, אז הצלה וואלונטירן און פאליציי זענען געשטאנען אויף דער וואך און עס זענען געווען זייער אסאך פעלער פון מענטשן וואס זענען געפאלן חלשות צוליב די שטארק-הייסע וועטער און די געדרענג. מענטשן האבן זיך ארויפגעשטופט אויף אלע טאראסעס ארום און ארום די גאסן וואו די לוי' איז ארויס צו קענען מיטהאלטן, און עטליכע צוימען פון די טאראסעס זענען אראפגעפאלן, שאפנדיג א שרעק.

די זעלטענע מעמד און מאסיווע פלוס פון מענטשן, האט אויך געצויגן די אינטערעסע פון פרייע אידן און פון די אלגעמיינע וועלט, אזוי ווייט אז פאליציי האבן אפגעשפארט עטליכע פון די הויפט וועגן וועלכע פירן אריין קיין ירושלים, צו קענען קאנטראלירן דעם פלוס פון טראפיק.

שרייבנדיג די שורות איז די לוי' נאך אלס נישט פארטיג, און עס איז שוין אין די שפעטע נאכט שטונדן אין ארץ ישראל.

אין אזא צייט וואס כלל ישראל באוויינט דעם חורבן בית המקדש און די אבידה פון אזא גרויסן חכם וצדיק, איז דער צייט צו מתפלל זיין אז דער באשעפער זאל זיך שוין טאקע אומקוקן אויף זיין דור יתום און אונז באפרייען מיט די גאולה שלימה בקרוב אמן.

שמואל הלוי » דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:36 pm

· #26169
יישר כח 'עס עפעס' און א עקסטערע יישר כח פארן שרייבער 'יעקב כהן'.

אגב; אינעם ארטיקל שטייט אז ער האט געהאט 9 קינדער, אבער איך האב געזעהן אין אנדערע פלעצער אז ער האט געהאט 12 קינדער, און ווי אויך איז אים מער ווי איין קינד אוועק בחייו ל"ע, אריינגערעכענט רעבעצין קניעווסקי.

אלבערט » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:15 pm

· #26186
שמואל הלוי
יישר כח 'עס עפעס' און א עקסטערע יישר כח פארן שרייבער 'יעקב כהן'.

אגב; אינעם ארטיקל שטייט אז ער האט געהאט 9 קינדער, אבער איך האב געזעהן אין אנדערע פלעצער אז ער האט געהאט 12 קינדער, און ווי אויך איז אים מער ווי איין קינד אוועק בחייו ל"ע, אריינגערעכענט רעבעצין קניעווסקי.

יעקב כהן שרייבט אין לוח הציבור?

קלאר » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:17 pm

· #26188
משה געציל
פאזעטיוו
די פרעסע באריכטעט אז עס איז געווען די גרעסטע לויה וואס איז נאר אמאל געווען אין כלל ישראל מיט א געשאצטע באטיילונגעג פון איבער א פערטל מיליאן מענטשן.

פארשטייטס זיך אליינט׳ס אז אלעס איז אחוץ די לווי׳ פון רביה״ק והטהור....

קיינער טראכט נישט אז דארט זענען געווען אפי' נאנט צו א פערטל מיליאן מענטשן
יעדער פארשטייט אז דאס איז צייטונגען גזמאות

אבער איך קוק ארום אויף די בילדער
איך זעה נישט קיין איין בילד אויף וואס מען זאל קענען בויען אזא גוזמא,
די בעסטע בילד וואס איך האב דערווייל געזעהן איז דאס וואס ליגט אויפן דעקן פינעם יתד
עס זענען דא בילדער פין יארען צירוק פין שמחות אין לוית אין פארשידענע גלענגנהייטן ווי מען זעהט נאך אזא ציבור ווי אויף דעם בילד

אלבערט » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:19 pm

· #26189
קלאר
זר זהב
נו וויאזוי באריכט עס דער איד, איינער האט די פראנט זייט?

האלטס טאקע אז דעם עולם אינטערסירט דאס אזוי שטארק?
אז אין יעדע אשכול רעדסטו פין 'דער איד'

נאר אז מ'רעדט שוין דערוואגען זאל דער איד זיך דעקן אלישב
די סיקרוקים וועלן נאכמאל אנהייבן זייער מערכה פין א נייע צייטונג

הער אויף מיט די נארישע אטאקעס.

דער איד באריכט עס אויפן ערשטן זייט, קוקט אויס גאנץ שיין געדעקט. דער בלאט האט דאס אלץ דער הויפט נייעס און ער טיטולירט אים מיט אלע טיטולען וואס איז אנגענומען אין די וועלט, אבער צוגעלייגט די ווערטער בערך "פארן ליטפישן ציבור". אן אפשאצונג וועלן זיי הערשט האבן קומעדיגע וואך, ווארשיינליך צו זען וויאזוי אלע אנדערע דעקן דאס.

עס עפעס » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:20 pm

· #26191
אלבערט
שמואל הלוי
יישר כח 'עס עפעס' און א עקסטערע יישר כח פארן שרייבער 'יעקב כהן'.

אגב; אינעם ארטיקל שטייט אז ער האט געהאט 9 קינדער, אבער איך האב געזעהן אין אנדערע פלעצער אז ער האט געהאט 12 קינדער, און ווי אויך איז אים מער ווי איין קינד אוועק בחייו ל"ע, אריינגערעכענט רעבעצין קניעווסקי.

יעקב כהן שרייבט אין לוח הציבור?

אסאך מאל ביי זייערע אנאליזן און נייעסן שטייט יעקב כהן, סאו איי געס ער שרייבט דארטן אויך

קלאר » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:24 pm

· #26193
קלאר
משה געציל
פאזעטיוו
די פרעסע באריכטעט אז עס איז געווען די גרעסטע לויה וואס איז נאר אמאל געווען אין כלל ישראל מיט א געשאצטע באטיילונגעג פון איבער א פערטל מיליאן מענטשן.

פארשטייטס זיך אליינט׳ס אז אלעס איז אחוץ די לווי׳ פון רביה״ק והטהור....

קיינער טראכט נישט אז דארט זענען געווען אפי' נאנט צו א פערטל מיליאן מענטשן
יעדער פארשטייט אז דאס איז צייטונגען גזמאות

אבער איך קוק ארום אויף די בילדער
איך זעה נישט קיין איין בילד אויף וואס מען זאל קענען בויען אזא גוזמא,
די בעסטע בילד וואס איך האב דערווייל געזעהן איז דאס וואס ליגט אויפן דעקן פינעם יתד
עס זענען דא בילדער פין יארען צירוק פין שמחות אין לוית אין פארשידענע גלענגנהייטן ווי מען זעהט נאך אזא ציבור ווי אויף דעם בילד

אזעלכע בילדער זעהט מען ביי די לוי' פין יעדע גדול
📎 2012719_9403019254_jpg.jpg

עס עפעס » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:46 pm

· #26206
דער בלאט
📎 blatt front.jpg

עס עפעס » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:57 pm

· #26215
יאנקל איז צעלאזט און איך האב הנאה!

קלאר » דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:03 pm

· #26218
עס עפעס
דער בלאט

זיי וועלן ענדערש ארויסברענגן די מצב פין זיין לוי'
ווייל פין גרויסקייט באיכות וועלן זיי נישט שרייבן ציפיהל, עכ''פ די וואך

זיי ווילן נישט כאפען גלייך
עמיר זעהן אויב זיי וועלן האבען א אפשאצונג נעקסטע וואך, אין וואס עס וועט זעהן

שרייבער » דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:36 pm

· #26323
ווער איז כ"ק אדמו"ר הגה"ק מוויזניץ וואס ווערט דערמאנט אין איד די ערשטע בלעטל? פון מאנסי?

לעמיל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:38 pm

· #26325
שרייבער
ווער איז כ"ק אדמו"ר הגה"ק מוויזניץ וואס ווערט דערמאנט אין איד די ערשטע בלעטל? פון מאנסי?

אדמו"ר מוויזניץ מאנסי

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:38 pm

· #26327
האט שוין די איד אמאל געשריבן אויף אים הגה"ק? אדער איז דאס פרעצענדלאז?

משולם שטיינפעלד » דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:42 pm

· #26330
איך האלט נישט אז עס קומט דערפאר א לייק, אבער אויב דו בעטסט עס, זעהט אויס אז דו דארפסט עס.

נו א חסד וואס קאסט נישט קיין געלט, נאדיר

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:02 pm

· #26365
זר זהב
העמער ווארטן אויפ'ן "איד" מארגן, איך זאג פאר א שרייענדע ווייס אויף שווארציגע העדליין.

און געווען בין איך ראנג... -- און אויך בין איך אביסל שאקט וויאזוי דער איד גיבט נישט מער ווי א לעק-לאסטער באריכט איבער די פטירה פון הרב אלישיב. זעהט אויס אז איך בין נאך טאקע צו אינג... און זיי האבן עלטערע קעפ וואס פירן דארט אין איד אפיס וואס יא און וואס נישט.

אין די לעצטע 3-2 יאר זענען אוועק אסאך גדולי ראשי ישיבה'ס/רבנים ווי ר' חיים שטיין טעלזא קליוולאנד אהייא, ר' מיכל יהודא לעפקאויץ פון ב"ב, ר' משה קאפעלמאן ראש ישיבת לוצערן, און נאך עטליכע וועלכע איך דענק נישט אויפן מינוט. ביי כמעט אלע פון זיי האט דער איד זיי געדעקט ווייס אויף שווארץ די טאפ העדליין און נאכדעם אינעם 2'טן אפטיילונג אויפן ערשטן זייט. דא ביי הרב אלישיב איז עס נישט נאר נישט באריכטעט אויפן טאפ נאר אפילו אינעם 2'טן חלק וואו דער באריכט הייבט זיך אן איז עס פארשטיפט ערגעץ וואו אויף זייט 54, און קוים באשריבן אויף 2 זייטן! איז דאס אלעס אויף א גאון וואס האט געלעבט 102 יאר? נאר 2 זייטן??

אלא מאי, וואס איך נעם ארויס דערפון איז אז "איי העוו סאם הואמווארק טו דא"... דא ליגט א פארווייטאגטע היסטאריע.

און א רחמנות אויפ'ן בלאט נעבעך וואס זיי האבן נישט געוואוסט וועלכן מהלך צו גיין, האבן זיי מסתם געוואלט זעהן וואס די איד וועט שרייבן. ס'אבער נישטא וואס נאכצושרייבן...!!

קלאר » דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:07 pm

· #26371

די לעבסט אין א קליין וועלטעל
דער בלאט דארף נישט די אדווייז פין דער איד
זיי האבען נישט געוואלט נעמען געאיילטע שריט
ער איז קוים נפטר געווארען די טאג וואס מען גייט צום דריק

האסט טאקע זייער געווארט אויף דער איד
עס איז זייער שיין אריינגעשטופט פאר א מיטוואך'דיגע נייעס - די טאג וואס מען גייט צו דריק, דאס הייסט א לעק וואסער?
עס איז נאר אינטערסאנט אז ענקער צייטונג דער איד איז דיין בעל השקפה...

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:14 pm

· #26378
קלאר, אייביג כאפסטיך ארויף אויף אזא אגב'דיגע זאך וואס איך שרייב.. -- עניוועי ליסטען, טראסט מיר אז אלע אידישע צייטונגען אינעם גאנצן כדור הארץ האבן שוין אפגעשריבן די ארטיקלען אויף רב אלישיב יארן צוריק! "געאיילטע שריט" קומט נישט אריין דא. ס'קען אבער זיין אז איך בין ראנג לגבי פארוואס די בלאט האט נישט געשריבן. -- איך קלער אבער יא אז ס'איז פאר די ריזען וואס איך האב אנגעגעבן.

קלאר » דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:17 pm

· #26380
זר זהב
קלאר, אייביג כאפסטיך ארויף אויף אזא אגב'דיגע זאך וואס איך שרייב.. -- עניוועי ליסטען, טראסט מיר אז אלע אידישע צייטונגען אינעם גאנצן כדור הארץ האבן שוין אפגעשריבן די ארטיקלען אויף רב אלישיב יארן צוריק! "געאיילטע שריט" קומט נישט אריין דא. ס'קען אבער זיין אז איך בין ראנג לגבי פארוואס די בלאט האט נישט געשריבן. -- איך קלער אבער יא אז ס'איז פאר די ריזען וואס איך האב אנגעגעבן.

איך האב גענפרט אויף די 'ציהל' פין דיין תגובה
די רעדסט זיך איין אז פין דא מאכסטו גרויס דער איד אין מאכסט קליין דער בלאט

די האלסט טאקע אז דער איד
האט א פארטיגע פייל מיט הספדים אויף אלע גרויסע פיגורין אדער אלטע יודן?
אויב יא, ברעך איך מיך איין צו זעהן מיין הספיד...

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:22 pm

· #26381
קלאר

איך האב גענפרט אויף די 'ציהל' פין דיין תגובה
די רעדסט זיך איין אז פין דא מאכסטו גרויס דער איד אין מאכסט קליין דער בלאט

בכלל נישט! דיין קאפ לויפט דיר, געוואלד!

אלבערט » דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:24 pm

· #26382
זר זהב
זר זהב
העמער ווארטן אויפ'ן "איד" מארגן, איך זאג פאר א שרייענדע ווייס אויף שווארציגע העדליין.

און געווען בין איך ראנג... -- און אויך בין איך אביסל שאקט וויאזוי דער איד גיבט נישט מער ווי א לעק-לאסטער באריכט איבער די פטירה פון הרב אלישיב. זעהט אויס אז איך בין נאך טאקע צו אינג... און זיי האבן עלטערע קעפ וואס פירן דארט אין איד אפיס וואס יא און וואס נישט.

וואס באדייט די ווערטער?

אלבערט » דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:24 pm

· #26384
עס קוקט מיר אויס ווי דער איד וויל אים אראפמאלן אלס קנאיש געשטימט.

גאלד » דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:28 pm

· #26388
אלבערט
זר זהב
זר זהב
לעק-לאסטער

וואס באדייט די ווערטער?

פעהלט חיות און חשק, פארשלאפן,

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 6:29 pm

· #26389
גוגעל טייטשט איבער די ווארט אין דייטש: glanzlos (גלאנצ-לאז!)

יידל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 7:10 pm

· #26405
פארנט בלאט פון מעריב:
📎 Maariv.gif
בלאט: 1 2