☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » סיום הש"ס

סיום הש"ס

89 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1140
בלאט: 1 2

יידל » דינסטאג אפריל 17, 2012 3:36 pm

· #5022
סיום הש"ס - דף היומי
ווער דא גייט צום סיום הש"ס פון דף היומי?

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 17, 2012 3:37 pm

· #5023
Re: סיום הש"ס - דף היומי
ווער פון דא האט בכלל מסיים געווען?

יידל » דינסטאג אפריל 17, 2012 3:38 pm

· #5024
Re: סיום הש"ס - דף היומי
שמואל הלוי
ווער פון דא האט בכלל מסיים געווען?

לאל. גוט געפרעגט. איך האב טאקע נישט מסיים געווען גאנץ ש"ס, אבער כ'האב געלערנט אסאך מסכתות ע"ס דף היומי אין דעם מחזור.

זר זהב » דינסטאג אפריל 17, 2012 3:44 pm

· #5025
Re: סיום הש"ס - דף היומי
נו, סטרא אחרא

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 17, 2012 3:49 pm

· #5026
Re: סיום הש"ס - דף היומי
תשע"ב נוטריקון:
תסיים ש"ס ברוב עם

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 17, 2012 3:51 pm

· #5027
Re: סיום הש"ס - דף היומי

ידען » דינסטאג אפריל 17, 2012 4:50 pm

· #5035
Re: סיום הש"ס - דף היומי
איך וויל גיין און זען אזויפיל אידן אויף איינמאל אבער איך בין סאטמאר און קען נישט.😞

שמואל הלוי » דינסטאג אפריל 17, 2012 5:17 pm

· #5039
Re: סיום הש"ס - דף היומי
ידען
איך וויל גיין און זען אזויפיל אידן אויף איינמאל אבער איך בין סאטמאר און קען נישט.😞

נאך שיין אז דו רופסט די דף היומי לערנער "אידן", אסאך סאטמארע רופן זיי אנדערש.

משה געציל » דינסטאג אפריל 17, 2012 8:19 pm

· #5082
Re: סיום הש"ס - דף היומי
אויב איך וועל ענטפערן אז איך גיי, גייסטו וועלען וויסען נעקסט צו איך גיי אויך צו בחירות?... (אויב איך וואלט געוואוינט אין...)

משכיל » מיטוואך יולי 18, 2012 11:37 pm

· #26007
סיום הש"ס
מיר שטייען שוין ווייניגער ווי 2 וואכען פארן סיום , דער סיום גייט זיין אין די מעט לייף סדעדיום י"ג אב מיטוואך 7:00 נאכמיטאג,

די אלע וואס האבען אנגעהויבען ברכות לעצטע מאל זיינען יעצט מסיים ש"ס דאס איז א זאך וואס איז געווען כמעט אומעגליך פאר א בעל הבית, משא"כ בימינו וואס דער עולם לערענט אין די ארט סקרול גמרות, י

בד"ו ברכות חלק א' האט שוין ארט סקרול געדרוקט איבער 100,000 גמרות,

איך הער אז די טיקעטס זיינען שוין אויספארקויפט, אפילו די גאנץ טייערע פלעצער איז נישטא צו באקומען, איך האב היינט גערופען די אפיס, ווייל איינער האט מיר געגבען א טשעק פון 180 דאלאר איהם צו קויפען א טיקעט, זיי זאגען אז עס גארנישט דא, און מאנטאג גייט זיין א מיטינג וואס צו טועהן ווייטער,י

עס וואלט שיין געווען דער עולם זאל דא שרייבען זייערע הרגשים איבער דעם סיום,און אויב זיי זיינען געווען ביים פריערדיגען סיום,י

משה געציל » מיטוואך יולי 18, 2012 11:40 pm

· #26009
ב״ה מיר גיי מיר שוין גיין צום דריטען מאל, לויט ווי עס הייסט יעצט ברענגט מען אריבער פון ארץ ישראל וויזניצער רבי׳ (ר׳ ישראל) מיט הרב לאו אלט׳ס גאסט רעדנערס.

אבי גערעדט » דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:13 am

· #26015
משה געציל
ב״ה מיר גיי מיר שוין גיין צום דריטען מאל, לויט ווי עס הייסט יעצט ברענגט מען אריבער פון ארץ ישראל וויזניצער רבי׳ (ר׳ ישראל) מיט הרב לאו אלט׳ס גאסט רעדנערס.


ארום הרב לאו טוט זיך א ערנסטע געטועכץ, נאכדעם וואס וויזניץ מאנסי רבי שליט"א האט פארבאטן זיינע חסידים צו גיין אויב הרב לאו טרעט אויף, אין מ'שמועסט אז האדמו"ר ר' ישראל מ'וויזניץ האט געזאגט אז ער שטעלט זיך צו צום פעטער.

עמיר זעהן וואס עס וועט זיך אויסקאכן (אגב פאר די קומענדיגע מגיבים, נעמט אין באטראכט אז דא איז נישט צימעס פארום)

משכיל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:40 am

· #26020
די שאלה איז וויפיל מענטשען וועלען נישט גיין וועגען הרב לאוו און וויפיל וועלען דוקא יא קומען וועגען איהם, איך מיין אז רוב רובם פונעם עולם וועט ספעציעל הנאה האבען פון איהם, ווייטער די אנדערע האבען שוין געהאט זייער טשענס אין סיטי פיעלד

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:18 am

· #26029
איך האב געענדיגט ש"ס אבער איך גיי נישט צום סיעם

אלדד » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:22 am

· #26034
פארוואס נישט?

זר זהב » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:23 am

· #26035
ביטעל תורה

ידען » דאנערשטאג יולי 19, 2012 8:03 am

· #26053
איך מיין אז סע שוין געווען א אשכול דא וועגן די סיום.

האבעך א טעות?

שמואל הלוי » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:03 am

· #26096
ניין האסט נישט קיין טעות, ס'איז שוין טאקע דא אזא אשכול

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/5022">viewtopic.php?p=5022#p5022</a><!-- l -->

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:47 am

· #26135
וואס טוט זיך?
רב לאו קומט אדער נישט?

לעמיל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:59 am

· #26148
קאווע טרינקער
וואס טוט זיך?
רב לאו קומט אדער נישט?

דו מיינסט זיי גייען זיך דערשרעקען פון וויזניץ? ער וועט קומען און ערגסטע פאר ווען וויזניץ נישט זיין דארט, עס וועט זיין מנין אן זיי אויך

טעפל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:22 pm

· #26160
לעמיל
קאווע טרינקער
וואס טוט זיך?
רב לאו קומט אדער נישט?

דו מיינסט זיי גייען זיך דערשרעקען פון וויזניץ? ער וועט קומען און ערגסטע פאר ווען וויזניץ נישט זיין דארט, עס וועט זיין מנין אן זיי אויך

ס'וועט זיין מנין, אבער כ'בין זיכער אז זיי ווילען זייער שטארק אז די מונסיער זאל קומען

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:35 pm

· #26168
סקולען און קלויזנבורג זענען אויך ארויס בהתנגדות
בד"וו, אין "דער איד" שטייט אז וויזניצער רבי איז ממשיך דרך הקנאות פון זיין טאטע "אמרי חיים"....
אויך לייען איך דארט אז רב אלישיב איז געווען א גרויסע קנאי....
רבי בערל פאווארסקי פון פוניביז', שרייט אז סאטמער איז גערעכט....
ס'בלייבט נישט איבער קיין ציונים... אוי וויי, וואס וועט זיין מיט סאטמער..
אוקי, צוריק צום נושא

משכיל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 12:46 pm

· #26173
די באטאם ליין איז אז עס אין יעדע געזעלשאפט איז דא רעכטע און לינקע, נאר היות דער עולם איז זיך צוואקסען קע"ה איז דא פאר יעדע איידיע א גרויסער עולם, אז סקולען איז שוין אויך א פארטיי און א דיעה זאגער, י
דער אמת איז אז דער סיום הש"ס פראגראם ווערט אנגעפירט פון די אגודה און רוב לומדי הדף היומי זיינען נישט צופרידען מיט דעם וואס די עקסרעם רעכטע האבען איבערגענומען אין די לעצטע צייט, למשל דער כינוס כלל ישראל אויך אין ארץ ישראל וכו' וכו' על כן קען זיין אז זיי טועהן דאס בכוונה צו ברענגען הרב לאוו ווייל זיי האלטען אז די סיילענט מעדשארעטי איז קעגען עקסרעמיזם און ווילען איינעם וואס איז רעשינאל, י
עס איז געקומען די צייט וואס עס שפאלט זיך

אלבערט » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:13 pm

· #26185
מיט הרב שטיינמאן האט וויזניץ נישט קיין בעיה?

קלאר » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:33 pm

· #26198
געהערט אין 'פאלטשע' קאווע שטיבל (ווי מען טרינקט עכט קאווע)
אז וויזניץ ארבעט יעצט צו בויען א קאליציע פין היימישע קהילות
וועלכע זאלען בויקאטען די אסיפה אויב לאו קימט (סאטמאר שטעלט זיך צו...)
דאס מיינט אז עס וועלן זיי ווייניג הויכע היטן


עמיר זעהן וואס איז וויכטיגער פאר די אגודה
עס קוקט אויס ווי עס געווארען א פאוער פייט
אויב די חסידים קענען איינטיילן פאר די אגודה וואס צו טוהן, אזווי עס איז טיילווייז געווען אין סיטי פיעלד מיט די ליטוואקס

אלבערט » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:35 pm

· #26201
מיינט דאס אז עס זענען פריי געווארן עטליכע טויזנט זיצן? קען מען שוין פריש אנהויבן קויפן זיצן?

קלאר » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:36 pm

· #26202
משכיל

איך הער אז די טיקעטס זיינען שוין אויספארקויפט, אפילו די גאנץ טייערע פלעצער איז נישטא צו באקומען, איך האב היינט גערופען די אפיס, ווייל איינער האט מיר געגבען א טשעק פון 180 דאלאר איהם צו קויפען א טיקעט, זיי זאגען אז עס גארנישט דא, און מאנטאג גייט זיין א מיטינג וואס צו טועהן ווייטער,י

,י

איך הער אז די טיקעטס האבען געקאסט געשוואלענע פרייזן - לויט אינזערע השגות
וויפיל איז געווען די ביליגסטע טיקעט?

אויף מצב.קאם האט איך געזעהן ווי איינער קאמענטירט אז זיי האבען ציגעשטעלט בלויז א קליינע צאל ביליגע טיקעטס פאר ?$
אין רוב טיקעטס קאסטען זייער אסאך

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:36 pm

· #26203
אין עכטען קאווע שטיבל וואו מ'טרינקט קאווע האב איך היינט געהערט, אז ס'גייט זיין א מיני-כינוס-כלל-ישראל, דהיינו:
ר' חיים יהושע ה"ש ממאנסי מאכט חתונה, ר' אהרן און ר' בנציון קומען נישט..
אוקי, נחזור לענינו...


אלבערט, וויפיל סקולענע זיצען איז שוין געווען ביים סיום הש"ס....?

אלבערט » דאנערשטאג יולי 19, 2012 1:52 pm

· #26210
קאווע טרינקער
אלבערט, וויפיל סקולענע זיצען איז שוין געווען ביים סיום הש"ס....?

איך רעד פון וויזניץ מאנסי.

קאווע טרינקער » דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:02 pm

· #26217
אלבערט
קאווע טרינקער
אלבערט, וויפיל סקולענע זיצען איז שוין געווען ביים סיום הש"ס....?

איך רעד פון וויזניץ מאנסי.

וויזניצע רבי האט געזאגט אז "כל מי שיראת השם נוגע ללבו" זאל נישט גיין... ס'איז נישט קיין הוראה פאר גאנץ וויזניץ מאנסי...

משה געציל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:07 pm

· #26223
אלבערט
מיט הרב שטיינמאן האט וויזניץ נישט קיין בעיה?

איך האף דו פארשטייסט אז די חילוק איז גאר גרויס צווישען די צוויי, הגם אין סטאמאר באקומט הרב שטיינמאן דעם זעלבען פוי ווי הרב לאו. הרב לאו איז דער אפציעלער - אומאפיציעלער נציג פון די רעליגיעזע אפטיילונג פון די מדינה, לדוגמא ביי די לויה פון יצחק שמיר האט הרב לאו אים מספיד געווען אין הר הרצל א זאך וואס הרב שטיינמאן וואלט קיינמאל נישט געטוהן. איך דענק אז ווען הרב שטיינמאן איז געווען אין אמעריקא אפאר יאר צוריק איז ער געווען באזוכען וויזניצער רבי׳ און וויזניצער רבי׳ איז צוריק געגאנגען אויף א באזוך.

יידל » דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:48 pm

· #26234
th
קלאר

איך הער אז די טיקעטס האבען געקאסט געשוואלענע פרייזן - לויט אינזערע השגות
וויפיל איז געווען די ביליגסטע טיקעט?

אויף מצב.קאם האט איך געזעהן ווי איינער קאמענטירט אז זיי האבען ציגעשטעלט בלויז א קליינע צאל ביליגע טיקעטס פאר ?$
אין רוב טיקעטס קאסטען זייער אסאך

די טיקעטס האבן געקאסט געשוואלענע פרייזן? ווענד זיך אין וועלכע סעקשאן. איך האב מיך איינגעהאנדלט די ביליגסטע טיקעט - $18.

קלאר » דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:21 pm

· #26255
איך האב געפענט דא א אשכול איבער הרב לאו'ס קומען

קלאר » דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:22 pm

· #26256
יידל
th
קלאר

איך הער אז די טיקעטס האבען געקאסט געשוואלענע פרייזן - לויט אינזערע השגות
וויפיל איז געווען די ביליגסטע טיקעט?

אויף מצב.קאם האט איך געזעהן ווי איינער קאמענטירט אז זיי האבען ציגעשטעלט בלויז א קליינע צאל ביליגע טיקעטס פאר ?$
אין רוב טיקעטס קאסטען זייער אסאך

די טיקעטס האבן געקאסט געשוואלענע פרייזן? ווענד זיך אין וועלכע סעקשאן. איך האב מיך איינגעהאנדלט די ביליגסטע טיקעט - $18.


וויפיל 18 דאללער'דיגע טיקעטס זענען געווען?

אלדד » פרייטאג יולי 20, 2012 12:49 am

· #26549
משה געציל
אלבערט
מיט הרב שטיינמאן האט וויזניץ נישט קיין בעיה?

איך האף דו פארשטייסט אז די חילוק איז גאר גרויס צווישען די צוויי, הגם אין סטאמאר באקומט הרב שטיינמאן דעם זעלבען פוי ווי הרב לאו. הרב לאו איז דער אפציעלער - אומאפיציעלער נציג פון די רעליגיעזע אפטיילונג פון די מדינה, לדוגמא ביי די לויה פון יצחק שמיר האט הרב לאו אים מספיד געווען אין הר הרצל א זאך וואס הרב שטיינמאן וואלט קיינמאל נישט געטוהן. איך דענק אז ווען הרב שטיינמאן איז געווען אין אמעריקא אפאר יאר צוריק איז ער געווען באזוכען וויזניצער רבי׳ און וויזניצער רבי׳ איז צוריק געגאנגען אויף א באזוך.

הרב לאו האט נישט מספיד געווען שמיר, ס׳איז א פאלנער שקר וואס מען האט ארויפגעלייגט אויף אים...
(צו ווען מען רופט אים, צו ער וואלט ווען נישט געגאנגען, דאס ווייס איך נישט)

משכיל » פרייטאג יולי 20, 2012 1:22 am

· #26554
לאמיר עס מאכען פשוט, זאל מען איהם פרעגען אויב ער האט נישט געפילטערטע אינטערנעט, און אויב יא איז ער דאך ממילא פסול!י

אלדד » פרייטאג יולי 20, 2012 2:34 am

· #26557
און אויב האט ער נישט קיין קאמפיוטער איז ער כשר?

gehlungen » דינסטאג יולי 24, 2012 8:28 am

· #27839
DAF HAYOIMEE
Can somebody please tell me what is DAAS BOBOV on learning obov the daf hayoimee (I heard they invited Reb M'DV of Bobov sl'the )and & he accepted the invitation??????

Shmilly » דינסטאג יולי 24, 2012 9:07 am

· #27843
כ"ק אדמו"ר מהר"ש זצ"ל פלעגט שיקן כ"ק אדמור מהרנ"ץ זצ"ל צום סיום השס


כ"ק אדמו"ר מהרב"צ השני האט געשיקט ר' חיים יעקב טויבער שליט"א

gehlungen » דינסטאג יולי 24, 2012 10:23 am

· #27855
Shmilly
כ"ק אדמו"ר מהר"ש זצ"ל פלעגט שיקן כ"ק אדמור מהרנ"ץ זצ"ל צום סיום השס


כ"ק אדמו"ר מהרב"צ השני האט געשיקט ר' חיים יעקב טויבער שליט"א

Why isn't he going himself?

real jew » דינסטאג יולי 24, 2012 11:14 am

· #27894
Bobov
Bobov Ruv Zt"l never took part in any kllal yisroel events including the famous protest against the draft for girls he also didnt sign CRC's Kol Korah's he always tried to keep out of the spot light and therefore didn't go to the siyam (with the excuse that since his father was against it he cant attend).

With regards to Rabbi MD Ungar as long as he is seated at the dais he will be there.

טעפל » דינסטאג יולי 24, 2012 11:17 am

· #27896
real jew
Bobov Ruv Zt"l never took part in any kllal yisroel events including the famous protest against the draft for girls he also didnt sign CRC's Kol Korah's he always tried to keep out of the spot light and therefore didn't go to the siyam (with the excuse that since his father was against it he cant attend).

With regards to Rabbi MD Ungar as long as he is seated at the dais he will be there.

קענסט עס זאגען אויף יעדעם איינעם

gehlungen » דינסטאג יולי 24, 2012 12:34 pm

· #27940
טעפל
real jew
Bobov Ruv Zt"l never took part in any kllal yisroel events including the famous protest against the draft for girls he also didnt sign CRC's Kol Korah's he always tried to keep out of the spot light and therefore didn't go to the siyam (with the excuse that since his father was against it he cant attend).

With regards to Rabbi MD Ungar as long as he is seated at the dais he will be there.

קענסט עס זאגען אויף יעדעם איינעם

Yes but just remember where he sat by the ASIFE maybe it was just coincidence ?

היסטאריקער » דינסטאג יולי 24, 2012 3:36 pm

· #28019
איך מיין עס לוינט צו גיין צום סיום, ווייל כ׳ האב געהערט אז רז״ל פילאפ שליט״א האט געזאגט אז ווער עס גייט איז ווי גלייך ער האט אליינס געלערענט דעם דף
ווער וויל דען נישט האבן געלערנט גאנץ ש״ס?
נאר א ווערטל

Shmilly » מיטוואך יולי 25, 2012 11:54 pm

· #28720
האט איר א טיקעט צו פארקויפען?

זיכט איר צו קויפען א טיקעט?


א שדכן

שעפטל » דאנערשטאג יולי 26, 2012 2:00 pm

· #28905
פון ר' מענדל מאכט ער זיך ניטאמאל וויסענדיג
📎 ער העצט.jpg

טעפל » דאנערשטאג יולי 26, 2012 5:53 pm

· #29036
שעפטל
פון ר' מענדל מאכט ער זיך ניטאמאל וויסענדיג

ר' מענדל האט זיך קיינמאל נישט וויסינדיג געמאכט פון איהם, שוין אריין אין צימעס...

משכיל » דאנערשטאג יולי 26, 2012 7:00 pm

· #29055
דאס הייסט אז הלואי וואלט קיינער נישט געגאנגען רח"ל ווייל אויב רב לאוו קומט וואלט מען ווען געדארפט מבטל זיין די גאנצע זאך שומו שמים

Shmilly » דאנערשטאג יולי 26, 2012 8:27 pm

· #29104
btw for those going by car
parking will cost $25

אשכנ » דאנערשטאג יולי 26, 2012 11:40 pm

· #29162
צווישן די פרייז פאר פארקינג, באס, טיקעט אליין קומט אויס א שיינע פאר דאלאר. ווי אזוי קען מען ערווארטן פון בני תורה און ארימעלייט אוועק צוגעבען אזויפיל געלט?
בלאט: 1 2