☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » טוויטער, פרעזידענט טראמפ און כאדאראם...

טוויטער, פרעזידענט טראמפ און כאדאראם...

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11388
בלאט: 1 2

החוקר » מיטוואך יאנואר 3, 2018 11:39 pm

· #392761
Re: טוויטער, פרעזידענט טראמפ און כאדאראם...
מען דארף לאכן אדער וויינען?
📎 S20180103-233201~2.jpg

ברוך שפינוזה » מיטוואך יאנואר 3, 2018 11:48 pm

· #392762
קורקלענד
א נארמאלע מענטש וועט אויך קיינמאל נישט אויסרייניגן וואשינגטאן. א נארמאלע מענטש וואס איז א ביליאנער וועט נישט לויפן פאר פרעזידענט. און א נארמאלע מענטש וואלט קיינמאל נישט געווינען מיט אזא אגענדע.


אויף דעם האט די רבי געזאגט, "די וועלט זאגט, אז ס'גייט ניט ארונטער, גייט מען אריבער, אבער איך זאג, לכתחילה אריבער".

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג יאנואר 4, 2018 12:36 am

· #392769
קורקלענד
שבת אחים
רעיגען איז געוועהן א שטיקל ליבעראל, אזויווי זיינע ליבעראלע קינדער צייכענען אן, מקען אים נישט אנרופן קיין פאשיסט ממש, ער איז נישט קיין פארגלייך צו די דאבליו בוש און טשעני.

און טראמפ איז גאר קאנסערוואטיוו? טאקע אגאנץ לעבן האט ער זיך ארויסגעשטעלט צו זיין שטארק קאנסערוואטיוו. איך כאפ זיך יעצט אז ער איז טאקע געווען רעגיסטרירט רעפובליקן אלע זיינע יארן. זיינע קינדער טאקע אויך.

זייער גוט ארויסגעברענגט, די בעסטע זענען די ליבעראלע רעכטע.

שבת אחים » דאנערשטאג יאנואר 4, 2018 3:47 pm

· #392796
ברוך שפינוזה
קורקלענד
שבת אחים
רעיגען איז געוועהן א שטיקל ליבעראל, אזויווי זיינע ליבעראלע קינדער צייכענען אן, מקען אים נישט אנרופן קיין פאשיסט ממש, ער איז נישט קיין פארגלייך צו די דאבליו בוש און טשעני.

און טראמפ איז גאר קאנסערוואטיוו? טאקע אגאנץ לעבן האט ער זיך ארויסגעשטעלט צו זיין שטארק קאנסערוואטיוו. איך כאפ זיך יעצט אז ער איז טאקע געווען רעגיסטרירט רעפובליקן אלע זיינע יארן. זיינע קינדער טאקע אויך.

זייער גוט ארויסגעברענגט, די בעסטע זענען די ליבעראלע רעכטע.


דהיינו?

וואס מיינט ליבעראלע רעכטע? אויב מיינסטו רעיגען. לדעתי און לויט די לינקע האט רעיגען געמאכט א חרבן ממש אין אמעריקע, קודם איין משל מיט די war on drugs ווי מען האט פארשקלאפט צענדליגער טויזענטער מענטשען- בעיקר שווארצע, ספאנישע, און מינארטיס פארן פארלעצן מינדערוויכטיגע דראוג געזעצן און דערנאך האבן זיי גענוצט די שקלאפן אין תפיסה זאלן ארבעטן פאר די אויבערשטע פונעם שטייסל פאר א דריטל פון די פרייז פון נארמאלע לעיבאר-קאסטן.

דעס איז נאר איין קליינע ביישפיל. רעיגען איז אין מיינע אויגן נישט געוועהן קיין היראו.
גראדע רעיגנס קינדער (חוץ זיין אדאפטירט קינד) זענען נישט ווי זייערע עלטערן נאר זיי זענען נארמאלע ליבעראלע מענטשען וואס האבן געכאפט וואס דא טוט זיך און זיי זענען שטארקע אדוואדקאטן פאר ליבעראליזם, יושר, און סייענס.

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג יאנואר 4, 2018 5:09 pm

· #392800
און איך האב אלץ געמיינט אז רעיגען הייסט די בעסטע פרעזידענט פון די לעצטע תקופה...
ס'דא אפילו דא אזא תופעה וואס מ'רופט Reagan Democrats.

שבת אחים » דאנערשטאג יאנואר 4, 2018 7:30 pm

· #392810
ברוך שפינוזה
און איך האב אלץ געמיינט אז רעיגען הייסט די בעסטע פרעזידענט פון די לעצטע תקופה...
ס'דא אפילו דא אזא תופעה וואס מ'רופט Reagan Democrats.


דו האסט געליינט די וויקיפדיע בלאט בכלל?
ווער זענען היינט רעיגען רעפובליקענס? דאנאלד טראמפ און דזשאורזש בוש?

נישטא קיין נארמאלע לינקע מענטשען וואס פארופן זיך ״רעיגען דעמקראטס״...!

רעיגען איז דער בעל הטריקל-דאון עקאנאמיקס וואס האט בעיסקלי געשניטן פון די ארימע און ארבעטס-קלאס געהאלט מיט א ׳קרומע חשבון׳ אז אויב וועלן די בעלי-בתים און ביזנעסלייט צאלן ווייניגער טעקסעס וועלן זיי אויטאמאטיש געבן מעהר פאר די ארבעטארער. א פייג...

ער איז גארנישט בעסער געוועהן ווי אלע סעלפיש רעכטע וואס האבן נאר זיך אינזינען און די אינטערסע פון די ביזנעסלייט און די גרויסע קארפערעישאנס. די איינציגסטע חילוק צווישן רעיגען און טראמפ איז אז ער איז געוועהן א לץ, א אקטיאר, א געשמאקער מענטש און אסאך מעהר נארמאל ווי טראמפ, אבער די אגענדע איז געוועהן די זעלבע ווי די היינטיגע קריסטן/רעפובליקאנער, צונעמען פון די מינארטיס און די ארימע און געבן פאר די ווייסע רייכע...

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג יאנואר 4, 2018 7:57 pm

· #392812
שבת אחים
ברוך שפינוזה
און איך האב אלץ געמיינט אז רעיגען הייסט די בעסטע פרעזידענט פון די לעצטע תקופה...
ס'דא אפילו דא אזא תופעה וואס מ'רופט Reagan Democrats.


דו האסט געליינט די וויקיפדיע בלאט בכלל?
יא.
שבת אחים
ווער זענען היינט רעיגען רעפובליקענס? דאנאלד טראמפ און דזשאורזש בוש?
רעפאבליקאנער וואס האבן געווינען אזויגערופענע בלויע שטאטן, און זיי האבן אסאך דעמקראטישע שטיצער.

שבת אחים
נישטא קיין נארמאלע לינקע מענטשען וואס פארופן זיך ״רעיגען דעמקראטס״...!
מעגליך.

שבת אחים
רעיגען איז דער בעל הטריקל-דאון עקאנאמיקס וואס האט בעיסקלי געשניטן פון די ארימע און ארבעטס-קלאס געהאלט מיט א ׳קרומע חשבון׳ אז אויב וועלן די בעלי-בתים און ביזנעסלייט צאלן ווייניגער טעקסעס וועלן זיי אויטאמאטיש געבן מעהר פאר די ארבעטארער. א פייג...

ער איז גארנישט בעסער געוועהן ווי אלע סעלפיש רעכטע וואס האבן נאר זיך אינזינען און די אינטערסע פון די ביזנעסלייט און די גרויסע קארפערעישאנס. די איינציגסטע חילוק צווישן רעיגען און טראמפ איז אז ער איז געוועהן א לץ, א אקטיאר, א געשמאקער מענטש און אסאך מעהר נארמאל ווי טראמפ, אבער די אגענדע איז געוועהן די זעלבע ווי די היינטיגע קריסטן/רעפובליקאנער, צונעמען פון די מינארטיס און די ארימע און געבן פאר די ווייסע רייכע...
נו נו, אבער איך בין גערעכט מיט מיין טענה, איא?

שבת אחים » מאנטאג יאנואר 8, 2018 4:07 am

· #392984
ברוך שפינוזה


נו נו, אבער איך בין גערעכט מיט מיין טענה, איא?


ניין
.


רעפאבליקאנער וואס האבן געווינען אזויגערופענע בלויע שטאטן, און זיי האבן אסאך דעמקראטישע שטיצער.


ניין.


און איך האב אלץ געמיינט אז רעיגען הייסט די בעסטע פרעזידענט פון די לעצטע תקופה.


ניין. וואס עפעס?


די בעסטע זענען די ליבעראלע רעכטע
.


ניין! אבסולטלי נישט, זיי זענען די ערגסטע.

ברוך שפינוזה » מאנטאג יאנואר 8, 2018 7:38 am

· #392986
שבת אחים
די פילאספיע פון דער אהבת ישראל זצ״ל איז געוועהן זאלסט ליב האבן אפילו דיין גרעסטע שונא און צום סוף וועסטו זעהן אז ער וועט גאר ווערן דיין בעסטע פריינד... רבותי ער איז געוועהן הונדערט פראצענט גערעכט...! ס׳ארבעט אפילו מיט חיות פון וואלד.

איך ווייס נישט צי ס'ארבעט טאקע ביי חיות פון וואלד, אבער ביי מענטשן בין איך מעיד אז ס'ארבעט, אבער כדי ס'זאל ארבעטן דארף מען זיין די אהבת ישראל, מ'דארף באמת ליב האבן מענטשן די זעלבע ווי זיך אליין.

בן ישי » זונטאג יולי 8, 2018 11:01 pm

· #408338
.
📎 IMG_20180708_225617_880.jpg 📎 IMG_20180708_225613_195.jpg

רביה''ק זי''ע » זונטאג יולי 8, 2018 11:59 pm

· #408347
און אז זיי גייען באנקראט וועט גארנישט געשען, זעסט דאך אז טראמפ איז נאך אין ביזנעס...

בן ישי » זונטאג יאנואר 20, 2019 8:38 pm

· #422940
גלאבעל ווארמינג...
📎 IMG-20190120-WA0099.jpg

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 20, 2019 8:49 pm

· #422941
Re: טוויטער, פרעזידענט טראמפ און כאדאראם...
זייער פאסיג דא

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

כספי » פרייטאג פעברואר 9, 2024 10:06 am

· #548973
Re:
בן ישי #
.
לויט דברי הנביא שקר טראמפ לשעבר יר"ה גייט נעקסטע יאר די ניו יארק טיימס און די וואשינגטאן פאוסט ארויסגיין פון ביזנעס, ודברי פי כסיל לגחך נשמעים
כ'מיין מ'האלט שוין כמעט דארט...
בלאט: 1 2