שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11384
שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
ארום דעם פורים איז ארומגעפארן א קליפ וואס האט אויפגעברויזט יעדן רעכט דענקענדער מענטש ווי אויך נישט רעכט דענקער זענען טיילווייז אויפגעברויזט געווארן...
דער אינהאלט פונם קורצן קליפ: צוויי בחורים - ווייט פון עד דלא ידע, אבער גענוג געטרינקן אויף צוטאנצן מיט עקסטאז - איינער וואס איז געקומען נאך געלט צו דעם טיפיק"ל בארא פארקער הויז, און דער צווייטער א איינוואוינער דארט אין הויז - טאנצן פורים'דיג צום ליהודים היתה אורה... ווען אין די הונטערוויילעכטץ הערט מען לאכן, און מען הערט שרייען: ליפא גענוג!,
דער בחור וואס איז א תושב אין הויז געבט א שטארקן טאנץ אזש די הוט פאלט איהם אראפ און עס ווערט נתגלה... שיינע לאנגע מיידעלישע האר, דאס איז נישט קיין בחור, דאס איז א מיידל וואס האט זיך אינטערגעהאלטן אויף די חשבון פון דעם בחור וואס איז געקומען צו זייער הויז נאך געלט, די קליפ ענדיגט זיך ווייטאגליך! דער בחור ה"געלט גייער" כאפט הענט און פיס און מיט מיט א געשריי לויפט ער ארויס פון דעם הויז, דאס קעמרע ווערט נאכדעם ארומגעדרייט צום דיינונג רום און מען זעהט שייטלן פון פרויען, ווי אויך די לעצטע סקונדע א ערשיטערטע טאטע וואס זעהט אויס האט נישט געכאפט וואס אזוינס איז דא פארגעקומען, עד כאן תוכן דברי הקליפ.
די באשולדיגטע איז אומשולדיג, אזוי ווי דאס קליפ האט אנגעהויבן ארויסצופארן, איז עס גלייך צוזאמגעפארט געווארן מיט א פראפיי"ל בילד פון א מיידל אויף פעיסבו"ק, ווי אויך שאט'ס פון דאס מיידל פארשטעלט ווי א בחור, אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דא מיידל גענצליך אומשילדיג, זי האט זיך אויך פערצאפאל פארשטעלט ווי א חסידישע בחור, און אזוי טאקע שרייבט זי אויף איר בלאט אין פעיסבוק אז מען האט סתם מוציא ש"ר געווען אויף איר, און דאס איז נישט זי.
דא שטעלט זיך די קשיא ווי אזוי פאסירט אזא זאך ביי א היימישע שטוב?
מאנכע ווילן זאגן אז דאס איז א אינטערגעשטעלטע זאך געווען, און דאס אטיז גאר א ברודער און שוועסטער, אבער עס זעהט נישט אויס פון דעם שאק ווי אזוי דער בחור איז ארויסגעלאפן, אבער עס איז נישט אוסגעשלאסן.
ווי עס זאל נישט זיין, קען מען זאגן אז דאס מיידל איז אומשילדיג, און עס איז זיכער אז זי האט נישט געוויסט די הארבקייט פון אנרירן און טאנצן מיט א פרעמדן מאנס פערזאן, אבער די קשיא איז אויף די פאטאגרעפירער און די שטוב מענטשן ווי אזוי האט מען דאס צוגעלאזט, עס קען זיין אז יעדער איז געווען אין שאק, אבער עס זעהן נישט אויס אזוי ווייל די עולם ארום שפילט מיט און לאכט פונ'ם (אומ?)געלונגענן דזשוי"ק.
אז עמיצער זאל מיר קענען פושט זיין די איבעיה וואלט איז איהם זייער דאנקבאר געווען.
נ"ב איך האב די אלע בילדער און קליפ ביי מיר אבער איך ווייס נישט ווי אזוי מען לייגט צו א קליפ צו א ארטיקל, און בילדער ווייטער ווייס איך נישט די רעגולאציעס פון ק"ש צו מען מעג פאויסטן בילדער פון פרויען (אפשר וועט עס נאך אריינגיין אינם פארום, בילדער פון פרויען אין ספרים)
מאך נישט א אישו פון א טישו
עס איז פשוט אז עס איז א אונטערגעשטעלטע זאך די קענסט דאס זעהן קלאר די וועג וויאזוי ער לויפט ארויס
די קליפ ווי די בחור טאנצט מיט די מיידל איז נישט די זעלבע ווי די פעיסבוק בילד, די פעיסבוק בילד איז א אט״ד אין אירע צוואנציגער יאהרן, די אנדערע קליפ איז א היימישע משפחה, און זיי זענען קרובים (ברודער און שוועסטער אדער פעטער און נעפיו) וואס האבן זיך נעריש געמאכט און געמאכט א סקיד לכבוד פורים, יענע איז א יונגע מיידל אינטער אכצען, סאיז נאר א שפיל.
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
קוק איבער די קליפ עס קוקט אויס ווי אונטערגעשטעלט ספעציעל ווען ער לויפט ארויס און דער וואס שרייט ליפא גענוג שרייט ער לכאורה צום בחור און נישט צום מיידל.
גר ותושבקוק איבער די קליפ עס קוקט אויס ווי אונטערגעשטעלט ספעציעל ווען ער לויפט ארויס און דער וואס שרייט ליפא גענוג שרייט ער לכאורה צום בחור און נישט צום מיידל.
געהערט אז סאיז נאר א עקט און נישט אמתדיג. אבער דעס איז זיכער סאיז צוויי באזונדערע זאכן וואס איז בטעות אויסגעמושט געווארן, די פעיסבוק בילד מיט די טאנצן קליפ איז נישט היינו הך.
א גאנצע געשעפט פון גארנישט... נעקסט קעיס...
שבת אחיםא גאנצע געשעפט פון גארנישט... נעקסט קעיס...
סה"כ געמאכט א פורים פון א פורים
און לאמיר זאגען עס איז א פרעמדע מיידל וואס טאנצט מיט א בחור, איז וואס? וואס איז שוין געשעהן דא?
ער האט נישט געוויסט אז עס איז א מיידל, האט ער נישט געטוהן א איסור, און זי האט נישט געוויסט אז ער איז בחור, נאר געמיינט אז עס איז א מיידל פארשטעלט ווי א בחור.
אין הכי נמי, דער קליפ איז א עוולה פין די טרינקען יענעמס בלוט קליפס, ווען דער טוויטטער פאוסטער, האסידיק, שטעלט אסאך מאל קליפס וואס זענען סתם פין נישט פאבליק מענטשען, הייב איך נישט אהן צו פארשטיין ווי זיינע מענטשליכע געפילען זענען, ווי אזוי קען א בשר ודם טוהן צו אנדערע מענטשן וואס ער טוט.
איך רעד סיי פין דער בילד ווי צוויי חסידים רייסען זיך ביי די קעפ אין וויליאמסבורג, צו דער בילד ווי יענער זיצט מיט א סעודת שלמה בשעתו אין סווימונג פול. ועוד.
דער בחור, ווי ער זאל נאר לערנען כאפט מן הסתם בושות און חרפות פין אנדערע טשעפעניאקס, און ווערט מן הסתם געבאליט פין אנדערע גאטס פאליציי פרומע בחורים, אלץ אויף דעם חשבון פין די וואס פילען פאר א מצוה מפרסם צו זיין דער קליפ.
פאר מען שיקט ווייטער אזעלכע קליפס, ברויך מען זיך מתבונן זיין, צו איז מען טאקע א אכזר וואס איז גרייט מצער צו זיין אן אנדערע מענטש נאר פאר דער הכרת הטוב אז יענער זאל דיר צוריק שיקען אנדערע קליפס וואס זענען פריש מצער נאך מענטשען.
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
ראש וראשון דא האט איר די קליפ פאר ווער עס האט עס נישט געזען,
<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/0B7KMsIowh772WUFrRS1GSXJidzQ/view?usp=drivesdk">https://drive.google.com/file/d/0B7KMsI ... p=drivesdk</a>
והשנית עס זעט אויס אפגעכאפט און אינטערגעשטעלט. צווייטן'ס מען מאכט א מעשה פון א גארנישט, איך בין מסכים אז אויב דאס איז אנטקעגן די ווילן פון די בחור און די בחור שטערט עס איז כל הכבוד לו און ס'נישט א שיינע זאך, אבער פון די אנדערע זייט לאמיר עס צילייגן, א מיידל פארשטעלט זיך און פאפּט אויס א בחור, עס איז גארנישט אנדערש ווי איעדע פּרענק/שפיצל, איי דאס איז געווען אאאאא ממממייידדדללללל!!!! איז וואס? עס איז נגיעה שלא להנאה ולא לשם אישות, און בשעת ווען ער האט איר אנגעכאפּט האט ער זיכער נישט געהאט קיין הרהורים, ווייל ער האט דאך נישט געוואוסט אז ס'איז א מיידל... איי אפשר האט ער הרהורים למפרע? זאל ער סתם אזוי גיין צום דאקטאר, אבער די חלק פון ארימשיקן די קליפס איז טאקע ארויס פון נארמאלע שכל ואין כן מקום להאריך. (איך מיין נישט צי מינימיזירן די רעכט פונעם בחור על צד ס'איז א שפיצל...נאר סתם אויסגעשמועסט)
דא האט איר די מעסעזש וואס איז ארום געפארן גלייך נאכדעם
📎 IMG-20170315-WA0000.jpg
געפעלט מיר ווי דו שרייבסט א גאנצע ארטיקל אויפן דמיון אז אזוי איז טאקע געווען. ס'פאלט דיר גארנישט ביי אז ס'איז א שפיל
זיכער א שפיל.
גראדע זייער זיס.
יעקב מענטשזיכער א שפיל.
גראדע זייער זיס.
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
דער פותח האשכול מאכט פשוט ליצנות פונעם ציבור. עס איז 101% א שפיל און מען דארף נישט זיין קיין גרויסע חכם דאס צודערקענען.
ערשטענס, זיין ערשטע רעאקציע איז היבש פאסיוו און פאלש, הערשט נאך אפאר סעקונדעס כאפט ער "א שאק" און הייבט הענט און פיס און לויפט.
והשנית, זיי טאנצן הארט נעבן די טיר פונעם הויז, און ער לויפט אריין טיפער אינעם הויז אריין אין א שטוב, נישט ארויס פונעם הויז.
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
איך האב גראדע הנאה אז ס'איז געשען ווייל ס'איז דא א געוויסע אספעקט וואס איז גוט אז ס'ווערט ווען אויסגעשמועסט, און יעצט פון די פאלטשע קען מען דיסקוסירן וואס וואלט געווען אויב ס'וואלט באמת געווען א מיידל... איך האלט אז ס'איז גארנישט, לאמיר הערן די צווייטע צד
טרויבן88איך האב גראדע הנאה אז ס'איז געשען ווייל ס'איז דא א געוויסע אספעקט וואס איז גוט אז ס'ווערט ווען אויסגעשמועסט, און יעצט פון די פאלטשע קען מען דיסקוסירן וואס וואלט געווען אויב ס'וואלט באמת געווען א מיידל... איך האלט אז ס'איז גארנישט, לאמיר הערן די צווייטע צד
א האסטו די צווייטע צד.
אויב דו ביזט א איד האלטסטו אז ס'איז פריצות און קעגן דעם שו"ע, אויב דו האסט שוין רינאונסט דיין אידישקייט נאר דו רעדסט אידיש און פארמאגסט א ניק אויף א אידישע שמועס פארום איז עס לכאורה גארנישט
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
איסור דאורייתא פון לא תלבש איז נישט מותר געווארן אום פורים.
טרויבן: כ'האלט ס'איז נישט אזוי געפערליך
יעקב מענטש: ס'איז יא געפערליך
טרויבן: מיט וואס?
יעקב מענטש: וואס הייסט ס'איז פריצות!!
טרויבן: אבער ער האט דאך נישט געוויסט!!
יעקב מענטש: ביסט נישט א איד!!! כ'קען נישט רעדען מיט דיר!!!!
טרויבן: העי, וואס מיינסטו
יעקב מענטש: נישטא, אוועקגעלאפען.
קל וחומראיסור דאורייתא פון לא תלבש איז נישט מותר געווארן אום פורים.
כ'בין נישט זיכער אויב די מיינסט עס ערענסט אדער נישט, בכל אופן, ווייסט נישט וואס די רעדסט.
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
זעה מ"ב
פעינטערדא האט איר די מעסעזש וואס איז ארום געפארן גלייך נאכדעם
יישר כח #פעינטער פאר'ן מבהיר זיין דעם ענין
הגם וואס פאר א געניט אויג ווי #שבת אחים איז דאס ממש א ענין וואס איז נישט ווערט... אז עס זאל דיסקוסירט ווערן אין ק"ש
אבער עס זענען דאך דא מענטשן ווי איך... וואס כאפן נישט ממש אויפ'ן ערשטן (און אפילו אויפן צווייטן ) בליק, אז דאס איז ממש א אונטערגעשטעלטע שפיצל, און עס האט זיי יא געשטערט, אלזא די פאויסט פון די שוועסטער'ס שוועסטער וואס פעינטער האט געברענגט האט געשאפן א קלארקייט אינ'ם ענין.
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
יעקב מענטשטרויבן88איך האב גראדע הנאה אז ס'איז געשען ווייל ס'איז דא א געוויסע אספעקט וואס איז גוט אז ס'ווערט ווען אויסגעשמועסט, און יעצט פון די פאלטשע קען מען דיסקוסירן וואס וואלט געווען אויב ס'וואלט באמת געווען א מיידל... איך האלט אז ס'איז גארנישט, לאמיר הערן די צווייטע צד
א האסטו די צווייטע צד.
אויב דו ביזט א איד האלטסטו אז ס'איז פריצות און קעגן דעם שו"ע, אויב דו האסט שוין רינאונסט דיין אידישקייט נאר דו רעדסט אידיש און פארמאגסט א ניק אויף א אידישע שמועס פארום איז עס לכאורה גארנישט
הייסט יעדער וואס האלט נישט דיר איז א שגץ, גוט,
נאכדעם פארשטיי איך נישט וואס איך האב נישט אויסגעשמועסט, נגיעה אין דעם פאל נישט שייך, פריצות??? זיי מסביר וואס עס מיינט
קל וחומראיסור דאורייתא פון לא תלבש איז נישט מותר געווארן אום פורים.
נישטא אזא הלכה ווי לא ״תלבש״.
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
אלטע זאך.
דיבר קל כלשון בנ"א.
קל וחומראיסור דאורייתא פון לא תלבש איז נישט מותר געווארן אום פורים.
📎 Screenshot_20170321-010755.pngRe: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
מיר פסק'נען ווי די רמ"א אין גאנץ ד' חלקי, וואס עפעס דא קוקן אין משנ"ב?
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
דער מ"ב ברענגט פון אנדערע. די הכרעה זעט אויס אז מ׳זאל עס נישט טוהן. אבער ביז ווערען א שגץ דערפון איז א שטיקל מהלך. דאווענען מנחה נאכ׳ן שקיעה איז אויך קעגען פיהל פוסקים און ראשונים
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
סתם אזוי וואלט איך קיינמאל נישט איינגעפאלן אז א מאנספעזראן זאל זיך פארשטעלן ווי א פרוי פורים, אדער פארקערט א פרוי פאר א מאן, כדי זיך צו קענען אויסמישן צווישן די אנדערע מין, ווייל געווענטליך איז עס פשוט מען וויל זיך פארשטעלן לשם פארשטעלן
אבער פון די קליפ (הגם וואס למעשה איז עס נאר א שפיל) פארשטיי איך אז לכאורה דאס איז די סברה פון די אוסרים
טרויבן88יעקב מענטשטרויבן88איך האב גראדע הנאה אז ס'איז געשען ווייל ס'איז דא א געוויסע אספעקט וואס איז גוט אז ס'ווערט ווען אויסגעשמועסט, און יעצט פון די פאלטשע קען מען דיסקוסירן וואס וואלט געווען אויב ס'וואלט באמת געווען א מיידל... איך האלט אז ס'איז גארנישט, לאמיר הערן די צווייטע צד
א האסטו די צווייטע צד.
אויב דו ביזט א איד האלטסטו אז ס'איז פריצות און קעגן דעם שו"ע, אויב דו האסט שוין רינאונסט דיין אידישקייט נאר דו רעדסט אידיש און פארמאגסט א ניק אויף א אידישע שמועס פארום איז עס לכאורה גארנישט
הייסט יעדער וואס האלט נישט דיר איז א שגץ, גוט,
נאכדעם פארשטיי איך נישט וואס איך האב נישט אויסגעשמועסט, נגיעה אין דעם פאל נישט שייך, פריצות??? זיי מסביר וואס עס מיינט
אנטשולדיגט אויב איך האב דיר שלעכט פארשטאנען.
געמיינט האב איך צו זאגן, אז אויב דאס וואלט ווען געווען א פרעמדע מענטש צו וועם מ'שארט צו א מיידל בצורת בחור צו טאנצן מיט א פרעמדן מענטש אום פורים, איז לכאורה פריצות.
איך האף אז איך האב מיך קלאר ארויסגברענגט.
איך האב נישט געמיינט דעם עצם פארשטעלעכץ.
און אויף דעם האלט איך אז ס'איז נישט, וויבאלד בשעת'ן טאנצן האט ער נישט געוואוסט איז עס נישט קיין פריצות.
לו יהא דו זאלסט זיין גערעכט אז ווען ער ווייסט נישט איז עס נישט קיין פריצות, (וואס אגב בינעך זיך חולק מיט דיר) איז עס אבער א פריצות פון איר זייט און ביי איר גייט אן די זעלבע איסור זיך צו פארשטעלן ווי א מאן און גיין צווישן מענער
אויף דעם איז שוין געווארן אויסגעשמועסט אז ס'איז געווען פורים, און פורים לויט די רמ"א איז מותר, וסברא נכון הוא אז די איסור איז אויף אנציטוען און ארומגיין צווישן מענער איז כבחינת כלי זיין וואס איז אסור פאר א פרוי אנציטוען, איז דער איסור אז מען וויל ארומגיין מענעריש, און ווי דער רמב"ם לערנט אז עס איז געמאכט צי מעורר זיין די תאוות צי השחתה, אבער פורים? מה תאוה יש בזה?
ער ווייסט דאך נישט, סאו ס'איז נישט שייך דן צו זיין.
אבער אויף איר וואלסטו אפי' מתיר געווען צו געבן א hug?
ווייל דער רמ"א איז מתיר דעם לא תלבש אויף פארשטעלעכץ, פאלן אוועק אלע גדרים וסייגים צווישן מענער און פרויען-פארשטעלט-ווי-מענער ?
(מיינסט צו פרעגן "חיבוק"?) פון איר זייט וואלט עס נישט געפאסט אז למשל א פרעמדע בחור קומט אריין אז זי זאל אריינ'נארן א פלענע בחור צי טאנצן מיט איר, אבער חיבוק איז ערגער ווי טאנצן לדעתי, עס איז זייער שווער עס אדורך צי טון געהעריג ווייל די פוסקים נעמען ציזאם נגיעה, חיבוק, ונישוק, איז שווער ארויסצוקומען מיט א תמצית, אבער כמעט לויט יעדעם קומט עס אראפּ וואס די מענטש מיינט, ממילא צי מאכן א שפיצל וואלט נישט אריינגעפאלן אין א קאטעגאריע פון א פראבלעם, פון דעסטוועגן איז מסתם חיבוק א גרעסערע פראבלעם ווי צו טאנצן, האלט איך יעצט/דערווייל אז ס'איז אסור
לכאורה איז טאנצען מיט א מיידל מותר, והראי' פין מצוה טענצעל וואס יעדער טאנצט מיט די כלה על אף זי איז נישט קיין שוועסטער, אדער ווייב.
מיט א גארטל איז מען מקיל.
גראדע אין קרעטשניף איז מען מחמיר אז די כלה איז אויף אן אנדער שטאק... ואכמ"ל
וויא זוי טוט מען אין קרעטשעניף? סאיז דא א לאנג-דיסטענס גארטל וואס קומט אראפ פון אויבן?
קל וחומראיסור דאורייתא פון לא תלבש איז נישט מותר געווארן אום פורים.
אוודאי איז עס מותר
קאוריגקל וחומראיסור דאורייתא פון לא תלבש איז נישט מותר געווארן אום פורים.
אוודאי איז עס מותר
על סמך?
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
מיש-נייעסקאוריגקל וחומראיסור דאורייתא פון לא תלבש איז נישט מותר געווארן אום פורים.
אוודאי איז עס מותר
על סמך?
אויפן סמך פון די מהלך פון די טעם האיסור, און אויפן סמך פון די רמ"א
מיש-נייעסקאוריגקל וחומראיסור דאורייתא פון לא תלבש איז נישט מותר געווארן אום פורים.
אוודאי איז עס מותר
על סמך?
איך האב נישט געכאפט אז כ'מאך שוין חזרה דא, איך האב נאכדעם געזעהן אז מ'האט שוין אלעס צוגעצייכנט פריער
די מקור איז די זעלבע מקור פון די מעות חיטים קאלעקשאן פון די נעקסטע צוויי דריי וואכן
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
נישט ממש.
דער רמ"א איז דירעקט נוגע.
מעות חיטין פון די וואכען איז א זכר צו דער מעות חיטין פון דער רמ"א, וואס איז געווען בכפייה און נאר אויף צוויי כזיתים מצה און פיהר קליינע שיעורים פון כוסות וויין
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: שולדיגע קליפ - אימשולדיגע מיידל
יעקב מענטשער ווייסט דאך נישט, סאו ס'איז נישט שייך דן צו זיין.
אבער אויף איר וואלסטו אפי' מתיר געווען צו געבן א hug?
ווייל דער רמ"א איז מתיר דעם לא תלבש אויף פארשטעלעכץ, פאלן אוועק אלע גדרים וסייגים צווישן מענער און פרויען-פארשטעלט-ווי-מענער ?
הער אויס, איך האב דיר געענפערט אויף דיין פראגע, און איך ווארט צירוק צי הערן אויף דיין ענטפער א חוץ פון שיסן האַס מיט מיאוסע שונד רייד
better late then never
טרויבן88ראש וראשון דא האט איר די קליפ פאר ווער עס האט עס נישט געזען,
https://drive.google.com/file/d/0B7KMsIowh772WUFrRS1GSXJidzQ/view?usp=drivesdk
והשנית עס זעט אויס אפגעכאפט און אינטערגעשטעלט. צווייטן'ס מען מאכט א מעשה פון א גארנישט, איך בין מסכים אז אויב דאס איז אנטקעגן די ווילן פון די בחור און די בחור שטערט עס איז כל הכבוד לו און ס'נישט א שיינע זאך, אבער פון די אנדערע זייט לאמיר עס צילייגן, א מיידל פארשטעלט זיך און פאפּט אויס א בחור, עס איז גארנישט אנדערש ווי איעדע פּרענק/שפיצל, איי דאס איז געווען אאאאא ממממייידדדללללל!!!! איז וואס? עס איז נגיעה שלא להנאה ולא לשם אישות, און בשעת ווען ער האט איר אנגעכאפּט האט ער זיכער נישט געהאט קיין הרהורים, ווייל ער האט דאך נישט געוואוסט אז ס'איז א מיידל... איי אפשר האט ער הרהורים למפרע? זאל ער סתם אזוי גיין צום דאקטאר, אבער די חלק פון ארימשיקן די קליפס איז טאקע ארויס פון נארמאלע שכל ואין כן מקום להאריך. (איך מיין נישט צי מינימיזירן די רעכט פונעם בחור על צד ס'איז א שפיצל...נאר סתם אויסגעשמועסט)
האט איינער אפשר די קליפ?????
דער וואס האט די קליפ, ביטער שיקען אין אישי. שכח
Re: better late then never
טיי אווענט #

??
Re: better late then never
הייליג #

איינער ביטע???