☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?

פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?

167 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11280
בלאט: 1 2 3 4

קומזיץ » מיטוואך מערץ 8, 2017 9:55 pm

· #365002
וואס מיינט קוואליטי שוואכער?? זיי האבן די זעלבע גאלדען פלא מילך , די זעלבע אייער , טונא , די זעלבע snacks ,פעפער גאדס, און אלעס איז ביליגער , די פרוכט און גרינצייג איז יא שוואכע סחורה און די סערוויס איז חארא קענסט רעדן צום וואנט דארטן ,און זיי האבן נישט די גרעסטע אויסוואל פון אלעס ווייל מ'קויפט דארט ווי מ'האט א גיטע דיעל

איסר האטלקי » מיטוואך מערץ 8, 2017 10:10 pm

· #365003
רויטע וואנצעס
אפעטייזינג פלאס אוועראל איז לכאורה די ביליגסטע גראסערי אין בארא פארק .

הונדערט פראצענט. אין בינגאו איז אכצן אייער פאר א דאלער? אין עפעטייזינג איז עס אפטמאל צוויי דאזען פאר א דאלער. יאגאורטס פאר 50 צענט (נארמאל 89), קאווע - גרויסע טעסטערס טשויס - 6.99) און אזוי ווייטער...

קורקלענד » מיטוואך מערץ 8, 2017 10:11 pm

· #365004
ס'טאקע געווען א תקופה דארט אן גאלדען פלאו מילך. פעיפער גודס איז טאקע נישט פערישעיבל אבער ס'קען זיין פון גאר שוואכע קוואליטעט אדער אפילו געדעמידזשט אזוי אז מען זאל נישט קענען ניצן א האלבע פעקל. אוודאי קען מען דארט טרעפן דא דארט פרישע סחורה אויכעט. סנעקס זענען אפט אלט און עקספייערט. בנוגע סערוויס איז ראזנער נישט הונטערשטעליג פון גאלדבערג'ס.

קאווע טרינקער » מיטוואך מערץ 8, 2017 11:52 pm

· #365021
ברעיקינג: בינגאו ברענגט אריין מגילות! צוויי פאר פופציג דאללער!

ליפא » מיטוואך מערץ 8, 2017 11:57 pm

· #365022
ס'נישט המלך מגילות

איסר האטלקי » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 12:00 am

· #365024
וויפיל קאסט אויב דארף איך נאר איינס?

קורקלענד » דאנערשטאג מערץ 9, 2017 12:13 am

· #365028
קאווע טרינקער
ברעיקינג: בינגאו ברענגט אריין מגילות! צוויי פאר פופציג דאללער!

סקרין פּרינטעד?

קאווע טרינקער » דינסטאג מערץ 14, 2017 2:05 pm

· #365445
פארשטייסע, יעצט קומען צו לויפן אלע אלטע געגענט קאסטומערס, און ליידיגען אויס די שאפעס פון ברויט, אייער און מילעך....
אנטשולדיגט, זיי מוחל, זעצט אייך אריין אין אייער קאר, און פאר צו קיין ביגאו פאר דיין 18דאזענדיגע ביצים, און לאז איבער די פשוטע 12דאזענדיגע פאר די נעבעכדיגע שכנים וואס צאלן אזוי טייער יעדע וואך.

קלוגע יודל » דינסטאג מערץ 14, 2017 2:18 pm

· #365451
Re: פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?
קאווע טרינקער
18דאזענדיגע ביצים, און לאז איבער די פשוטע 12דאזענדיגע פאר די נעבעכדיגע שכנים וואס צאלן אזוי טייער יעדע וואך.


דאזען מיינט 12, עס איז נישטא אזא זאך ווי א 18 דאזענדיגע דאזען...

אישתישבי » דינסטאג מערץ 14, 2017 3:00 pm

· #365460
דעת תורה
ווי איז דיין גראסערי, ביסט א תלמוד חכם,כ'וויל דיר שטיצען.

berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 14, 2017 4:00 pm

· #365474
קומזיץ
וואס מיינט קוואליטי שוואכער?? זיי האבן די זעלבע גאלדען פלא מילך , די זעלבע אייער , טונא , די זעלבע snacks ,פעפער גאדס, און אלעס איז ביליגער , די פרוכט און גרינצייג איז יא שוואכע סחורה און די סערוויס איז חארא קענסט רעדן צום וואנט דארטן ,און זיי האבן נישט די גרעסטע אויסוואל פון אלעס ווייל מ'קויפט דארט ווי מ'האט א גיטע דיעל

קומזיץ: ביטע רעד קלארע דיבורים. ביי וועמען זענען די אלע גוטע זאכן וואס דו האסט דא אויסגערעכנט...?! ראזנער'ס בינגאו...?! ווען דו באקומסט פרישע סחורה פאר חצי בחינם האסטו סערוויס אין די ערד. וואסי...? מ'קען זיך נישט נעמען אליינס?!. איך דארף נישט אז די מעקסיקאנער שיקסע מיט איהר ארענדזשע יוניפארם זאלל שמייכלען צו מיר און איך זאלל באצאלן כפל. און ארבעה וחמישה...!

אישתישבי » מיטוואך מערץ 15, 2017 12:10 pm

· #365586
ער רעדט וועגן ראזנערס.

בינגא האט בעסערע קוואליטעט פרוכט און וועגעס.

קומזיץ » מיטוואך מערץ 15, 2017 6:11 pm

· #365636
אישתישבי
ער רעדט וועגן ראזנערס.

בינגא האט בעסערע קוואליטעט פרוכט און וועגעס.

יא איך האב גערעדט פון ראזנערס , און בנוגע די פרוכט און ירקות , וואס איך האב געזעהן ביי בינגא איז די זעלבע קוואליטי ווי ראזנערס אדער ווי דעיע וואס די פרוכט סטאר'ס לייגן אונדרויסן ווייל ס'איז שוואכע סחורה

איש את רעהו » זונטאג מערץ 19, 2017 11:39 pm

· #366087
11.50 פאר א פונט מצה📎 1150.jpg

ליפא » זונטאג מערץ 19, 2017 11:40 pm

· #366088
מסתם נישט ווערד מער

קורקלענד » זונטאג מערץ 19, 2017 11:47 pm

· #366091
ס'איז א בעיט אייטעם. מענטשן וועלן קומען פאר די מצות און דערנאך נעמען דארט די גאנצע פסח ארדער. לאו דוקא פאר א גוטע פרייז.

איש את רעהו » זונטאג מערץ 19, 2017 11:49 pm

· #366093
ליפא
מסתם נישט ווערד מער


אז די עולם וועט זיך צוגעוויינען צו מצות פאר דעם פרייז
וועט מען זיך נישט דערזען אין א קורצע תקופה צאלענדיג איבער $30 פער פונט.

ליפא » זונטאג מערץ 19, 2017 11:55 pm

· #366095
כולל גראסערי האט שוין יארן מצות פאר די פרייזן, זיי האבן מצות אנגעהויבן פון 8.99 א פונט. גארנישט טוישט זיך נישט יעצט מיט בינגא

איש את רעהו » זונטאג מערץ 19, 2017 11:59 pm

· #366097
ליפא
כולל גראסערי האט שוין יארן מצות פאר די פרייזן

כולל גראסערי איז שוין יארן אפען
און האט דערווייל נאכנישט באקומען 5 בלעטער אין ק"ש

קורקלענד » מאנטאג מערץ 20, 2017 12:03 am

· #366100
ק/פ
א שאד בינגאו פארקויפט נישט קיין דירות.

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 20, 2017 12:05 am

· #366102
געב עס צייט...

אישתישבי » מאנטאג מערץ 20, 2017 1:29 am

· #366120
ליפא
כולל גראסערי האט שוין יארן מצות פאר די פרייזן, זיי האבן מצות אנגעהויבן פון 8.99 א פונט. גארנישט טוישט זיך נישט יעצט מיט בינגא


נישט מיט א היימישער הכשר.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 20, 2017 3:25 am

· #366122
קורקלענד
ק/פ
א שאד בינגאו פארקויפט נישט קיין דירות.

קיין דירות פארקויפן זיי טאקע נישט. אבער אנדערע זאכן ווי סי.עף.על. עלעקטריק באלבס פארקויפן זיי יא. און זיי זענען א סאך טייערער ווי האום דיפאו אדער לאו'ס...!

אישתישבי » מאנטאג מערץ 20, 2017 7:30 am

· #366126
למשל?

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 20, 2017 7:49 am

· #366127
אישתישבי
ליפא
כולל גראסערי האט שוין יארן מצות פאר די פרייזן, זיי האבן מצות אנגעהויבן פון 8.99 א פונט. גארנישט טוישט זיך נישט יעצט מיט בינגא

נישט מיט א היימישער הכשר.


וויפיל קאסט יענע אריגינעל

איש את רעהו » מאנטאג מערץ 20, 2017 8:25 am

· #366130
ליפא
כולל גראסערי האט שוין יארן

גארנישט טוישט זיך נישט יעצט מיט בינגא


בינגא האט חידושים
פארקינג📎 parking.png


צווייטענס האבן זיי א פאוערפול מעסעדזש, אינזער קויפן פאר -נאנט צו א האלב מיליאן חרדים- אסאך ברענגט אייך פראפיט, כולל זיצט שוין יארן אויף זייער פלאץ און גייט נישט ארויס ווייטער
📎 2017-02-25.jpg

איש את רעהו » דינסטאג מערץ 21, 2017 10:08 pm

· #366311
בלויז '59' $$$$
איז די פרייז פאר פלעסטיק געשיר גענוג צו האלטן אויף ביז ווינטער תשע"ח
📎 bingo2.jpg 📎 bingo.jpg 📎 bingo1.jpg 📎 bingoo.jpg

שמעון וואלף » מיטוואך מערץ 22, 2017 12:23 am

· #366318
.
📎 C7fiKwJW4AEb_0h.jpg

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:24 am

· #366443
כ'הער זיי נעמען "שיימעס" פאר משוגע ביליג, ס'אמת?

אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:30 am

· #366444
ניין

אישתישבי » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:30 am

· #366445
מצות זענען אלע שוין צוכאפט געווארען

קאווע טרינקער » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 1:37 am

· #366447
פונקט זאגט מיר די קמחא דפסחא גבאי אז היי יאר טיילט מען ווייניגער פון פאראיאר, צוליב וואס "בינגאו" האט זיי געהאלפן שפארן וועכענטליך שווערע געלטער, און פון די געלט קען מען שיין פסח'ן.

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 8:35 am

· #366462
נאך דא מצות און גרויסן. קומט יעדען טאג אהן נאך. 9 דולר א פונט.

די קעניג פין אמעריקע » דאנערשטאג מערץ 23, 2017 8:36 am

· #366463
טלית קטן פאר קינדער האבען זיי פאר 3.99

קאווע טרינקער » זונטאג מערץ 26, 2017 10:07 am

· #366766
ברעיקאינג!!
בינגוי וועט האבן א שטאב מיט שערערס, אויב ברענגט איר אייערע צוועלעף אינגלעך אויף איינמאל, וועט דאס קאסטען. 0.99 פער קינד!

שמשים אין סאטמער און טאהש סטראשענען מער נישט צו קויפן אין בינגוי.

אישתישבי » זונטאג מערץ 26, 2017 11:26 am

· #366769
דאס איז אזוי אמת ווי דער ציצית פאר 4.99

וואס יא?

לאנדא פארמאכט זיך.

ירח בן יומו » זונטאג מערץ 26, 2017 3:35 pm

· #366853
איך האב געקויפט דארט די ציצית פאר $3.99

קורקלענד » זונטאג מערץ 26, 2017 3:37 pm

· #366854
ירח בן יומו
איך האב געקויפט דארט די ציצית פאר $3.99

מיר ווילן הערן אביסל מער וועגן די קוואליטעט. וויאזוי וואשט זיך עס? וויאזוי פילט די סחורה?
איינער זאגט אז די מצות זייערע איז ווייעך און מ'דארף עס איבערווארעמען. איז עס אמת?

ירח בן יומו » זונטאג מערץ 26, 2017 3:40 pm

· #366856
דארף מען עס קודם טראגן א שטיק צייט, און וואשן, צו קענען זאגן מבינות דערויף.

לית דין בר נש » זונטאג מערץ 26, 2017 4:32 pm

· #366865
ירח בן יומו
איך האב געקויפט דארט די ציצית פאר $3.99

איז עס נישט מיט איין לאך אזוי ווי אונזער טלית גדול?

יעלה ויבא » זונטאג מערץ 26, 2017 5:39 pm

· #366872
Re: פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?
📎 IMG-20170326-WA0091.jpg

lead, follow, or get out of the way

אישתישבי » זונטאג מערץ 26, 2017 7:48 pm

· #366884
היינט ראיתי ווי א כינעזער קויפט דארט מהדרין אייס קרים.

רויטע וואנצעס » זונטאג מערץ 26, 2017 7:55 pm

· #366887
מהדרין האט דא געגלגנהייט צו מאכן ביליאנען. זאלן אויפנעמען די כינעזע צו מארקעטן די אייז קריעם צו זייערע ביליאן פלאס ברודער אין כינע.

berlbalaguleh » מאנטאג מערץ 27, 2017 3:58 am

· #366957
רויטע וואנצעס
מהדרין האט דא געגלגנהייט צו מאכן ביליאנען. זאלן אויפנעמען די כינעזע צו מארקעטן די אייז קריעם צו זייערע ביליאן פלאס ברודער אין כינע.

רויטע וואנצעס: וויאזוי שרייבט מען בינגא אדער מהדרין אין טשייניז..?! איך ווייס נאר וויאזוי מ'זאגט עס...טשינג-יאנג-וואהאוא-זשען...טאקאוא...!

ליפא » מאנטאג מערץ 27, 2017 10:31 am

· #366967
אישתישבי
היינט ראיתי ווי א כינעזער קויפט דארט מהדרין אייס קרים.

א שאד דער כינעזער וועט מיינען אז דאס איז די בעסטע אייס קרים וואס מיר אידן פארמאגן (בינגאו האט נישט קליינס)

קלוגע יודל » מאנטאג מערץ 27, 2017 11:14 am

· #366979
Re: פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?
ליפא
אישתישבי
היינט ראיתי ווי א כינעזער קויפט דארט מהדרין אייס קרים.

א שאד דער כינעזער וועט מיינען אז דאס איז די בעסטע אייס קרים וואס מיר אידן פארמאגן (בינגאו האט נישט קליינס)

אזא חילול השם [emoji20]

איסר האטלקי » מאנטאג מערץ 27, 2017 11:21 am

· #366980
קומט נישט אריין דא, אבער גראדע גלייך איך בעסער מהדרין ווי קליינס.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 27, 2017 1:03 pm

· #366995
Re: פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?
Pride of the farm
איז בעסער ווי זיי אלע, בדוק ומנוסה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליפא » מאנטאג מערץ 27, 2017 1:11 pm

· #366998
זיי מאכן אויך אייזקריעם? געמיינט נאר מילך

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 27, 2017 1:46 pm

· #367007
Re: פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?
אין לעיקוואוד האב איך עס געזען און געקויפט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
בלאט: 1 2 3 4