☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » קונסט » מנשה (פילם)

מנשה (פילם)

190 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11272
בלאט: 1 2 3 4

ישראל גלויבער » מיטוואך מאי 17, 2017 10:42 pm

· #371487
https://www.wjff.org/film/menashe/

ווייל אזוי » מאנטאג יולי 17, 2017 4:36 pm

· #379327
מנשה גייט געוויזן ווערן נעקסטע פרייטאג, שבת, און זונטאג אין מאנהעטן.

זונטאג נאך די 5:00 מאווי וועט מנשה ארויפקומען רעדן, ווען איך בין געווען אין מאנהעטן עס וואטשן מיט א שטיק צייט צוריק, איז געווען זייער זיס ווי מנשה האט געענטפערט אויף די קשיות אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן אנדערע אקטאר'ס.

פאר די אלע וואס ווילן זעהן א עכט היימישע מאווי ווערן געבעטן שוין צו קויפן טיקעטס אויף זונטאג, איהר וועט זיכער הנאה האבן.

ישראל גלויבער » דינסטאג יולי 25, 2017 11:26 pm

· #380291
ווייל אזוי
מנשה גייט געוויזן ווערן נעקסטע פרייטאג, שבת, און זונטאג אין מאנהעטן.

זונטאג נאך די 5:00 מאווי וועט מנשה ארויפקומען רעדן, ווען איך בין געווען אין מאנהעטן עס וואטשן מיט א שטיק צייט צוריק, איז געווען זייער זיס ווי מנשה האט געענטפערט אויף די קשיות אזוי אויך האבן זיך אנגעזעהן אנדערע אקטאר'ס.

פאר די אלע וואס ווילן זעהן א עכט היימישע מאווי ווערן געבעטן שוין צו קויפן טיקעטס אויף זונטאג, איהר וועט זיכער הנאה האבן.

בן אדם » דינסטאג יולי 25, 2017 11:46 pm

· #380297
וועט זיין צוגעשטעלט טשולענט מיט צוויבל קיגל אויפ'ן פלאץ?

טרויבן88 » דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:09 pm

· #380572
Re: מנשה (פילם)
מנשה איז געווען געדעקט היינט אויף BBC world service, אינטערעסאנט צי וויסן פארוואס דאס איז אן אינטערנאציאנאלע נייעס, עני וועי האב פראבירט עס צי רעקארדירן פונעם קאמפיוטער, אבער אן ערפאלג, מנשה האט גאר א שלעכטע ענגליש, אזאך וואס איך האב נישט געוויסט, און זיי שמועסן אויס אינטערעסאנטקייט וויאזוי אין ווער ס'וועט וואטשן א ווידעא אין אידיש מיט א ענגליש סובטייטל...

diff » דאנערשטאג יולי 27, 2017 4:37 pm

· #380579
ער האט געוואינט אין לונדון

טרויבן88 » דאנערשטאג יולי 27, 2017 8:55 pm

· #380597
Re: מנשה (פילם)

טרויבן88 » דאנערשטאג יולי 27, 2017 8:57 pm

· #380598
Re: מנשה (פילם)

ישראל גלויבער » דאנערשטאג יולי 27, 2017 9:18 pm

· #380600
געב אהער א לינק ביטע

טרויבן88 » פרייטאג יולי 28, 2017 4:15 am

· #380628
vice news
NYP
NY times
NPR

מידיא דעקונג פון די פילם מנשה,

טרויבן88 » פרייטאג יולי 28, 2017 4:18 am

· #380629
Re: מנשה (פילם)
ישראל גלויבער
געב אהער א לינק ביטע

דאס איז געווען אויף לייוו טעלעוויזיאן, און מ'קען עס נישט געהעריג רעקארדירן

טרויבן88 » פרייטאג יולי 28, 2017 4:21 am

· #380630
אינטערעסאנט צי זען ווי אזוי מנשה האט געזאגט אין די וועקער אז עס איז נישט געמאכט פאר היימישע אידן ממילא איז דאס נישט קיין פראבלעם, און אויף BBC זאגט ער קלאר אז ער האלט אז אידן קענען עס גיין זען, בלייבט איבער צי שפעקולירן פארוואס די טויש איז געקומען, אפשר וועגן ס'מאכט נישט קיין געלט?

לדעתי איז עס געווען א מיאוסע מיסטעק צי מאכן די ווידעא און אידיש, אבער טראכט איך נאכן זען וויאזוי מנשה האט זיך אויסגעקעקעצט אן ענגליש איז אפשר איז עס אין אידיש ווייל מנשה קען נישט קיין ענגליש...

עס בלייבט נישט איבער צופיל מענטשן וואס זענען מסכים צי זען א ווידעא מיט א סובטייטל (subtitle) אויב איינער האט שוין געוואטשט א ווידעא אין איין שפראך מיט נאר א סובטייטל וואס דורך דעם פארשטייט די ווידעא ווייסט אז עס איז נישט אינטערעסאנט, און פון די פאר אידן וואס גייען עס וואטשן וועט מען נישט מאכן צופיל געלט.

טרויבן88 » פרייטאג יולי 28, 2017 4:36 am

· #380631
די רעקארדירונג פון NPR מיטן דירעקטאר וויינסטיין

https://drive.google.com/file/d/0B7KMsI ... p=drivesdk

אפשר » פרייטאג יולי 28, 2017 8:03 am

· #380636
מרת עליסאן דזשאסעפס פון Jew in the city שרייבט פארוואס די איז געווארן אנטוישט פון דעם פילם

http://jewinthecity.com/2017/07/i-had-h ... appointed/

היכי דמי » פרייטאג יולי 28, 2017 11:10 am

· #380663
וואס איז פשט אז מען ווייסט עס אין שבת? איז עס נישט קיין פראבלעם?

ישראל גלויבער » פרייטאג יולי 28, 2017 5:34 pm

· #380702
מ'קען שוין קויפן? אדער נאר דאוינלאוידן

ישראל גלויבער » פרייטאג יולי 28, 2017 5:41 pm

· #380703
היכי דמי
וואס איז פשט אז מען ווייזט עס אין שבת? איז עס נישט קיין פראבלעם?

אוודאי וועט ער גארנישט פארדינען, ווער גייט גיין שבת? און בכלל אויב 'דזשו אין די סיטי' האט עס נישט ליב, איז עס א דורכפאל. קלאר! 😂

החוקר » פרייטאג יולי 28, 2017 5:49 pm

· #380704
Re: מנשה (פילם)
מנשה האט געלאזט א הערה פאר Jew in the City.

מנשה לוסטיג Menashe Lustig
I'm the actor Menashe Lustig, I really dont have to respond. But because in reality we are together Orthodox, I feel quite close to responding.
Well, I'm sorry you're disappointed in our film, but my answer, as I said to the New York Times. We did not do the film for Jews. We did the film for the nations of the world. And I was in several places in the world, wher the film was screened, Berlin, Utah, Czech Republic, Jerusalem, Australia, China and many other places. and there was not a single Jew there, apart from me and the director, everyone came out amazed that such a film had not been seen for decades.
Also a strong reason why people love this movie, is because I'm a born and natural actor, and it catches anyone who loves art and film
I met Chris Clombus, who is one of the producers of our film, and he made the films 'Harry Potter' and, at home alone, and more, and he told me he had not seen such a movie in decades.
Anyway, everyone has his own conjecture, but not everyone can talk about everyone.

הוגה » פרייטאג יולי 28, 2017 6:32 pm

· #380711
או עמ דזשי! 🙄 🙄 🙄

וואו הייבט מען אן? ער האט געמאכט די פילם "פאר די נעישאנס אוו דע ווארלד". ער איז ארומגעפארן די וועלט, יוטא, טשיינע... "די בעסטע פילם אין דעקעידס", די פראדוסאר האט אליין געזאגט. 😂

ישראל גלויבער » פרייטאג יולי 28, 2017 6:40 pm

· #380713
הוגה
או עמ דזשי! 🙄 🙄 🙄

וואו הייבט מען אן? ער האט געמאכט די פילם "פאר די נעישאנס אוו דע ווארלד". ער איז ארומגעפארן די וועלט, יוטא, טשיינע... "די בעסטע פילם אין דעקעידס", די פראדוסאר האט אליין געזאגט. 😂

טרויבן88 » זונטאג יולי 30, 2017 1:44 pm

· #380751
Re: מנשה (פילם)
אודיא פון די BBC איבער די פילם מנשה,
(ווידעא איז נישט געלונגען צי קאפירן)

https://drive.google.com/file/d/0B7KMsI ... p=drivesdk

איך אויך » זונטאג יולי 30, 2017 7:51 pm

· #380778
איין ניק רעדט צום צווייטן אלערט.

ישראל גלויבער » מאנטאג יולי 31, 2017 1:23 am

· #380815
טרויבן88
אודיא פון די BBC איבער די פילם מנשה,
(ווידעא איז נישט געלונגען צי קאפירן)

https://drive.google.com/file/d/0B7KMsI ... p=drivesdk

דא איז די דראפבאקס. https://www.dropbox.com/s/d04uj9oy1j8xl ... A.mp4?dl=0

טרויבן88 » זונטאג אוגוסט 6, 2017 1:58 pm

· #381462

מנשה שאלות ותשובות נאך די מאווי... אוי ווי ער קעקעצט אריין

ישראל גלויבער » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 12:37 pm

· #381583
וויאזוי קוקן עס די גוים אן? ער פילט אן א פערטל זאל? חחח

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 12:51 pm

· #381586
ליטוואק פון בודאפעסט
אז בערל איז נישט דא, קענסטו רואיגעהייט וויסען אז ס'איז נישט

ליטוואק: איך גיי בל"נ שרייבן א ליקוט פון אלע חכמות און מאמרים פון הרב ישראל מ. סופר המכונה מנשה פיליפ (אדער פארקערט. ס'ווענדט זיך וועלכן נאמען ער נוצט מער.)...! און ס'פארשפרעכט צו זיין א דיקער חיבור פון לכה"פ 1,500 פעידזשעס.

וואס דער צודרייטער מנשה לוסטיג זאגט איז מיר נישט אינטרעסאנט. נאר אנצוקוקן צורת קדשו זעהט מען דאך אז ער איז א צודרייטער...!

יעלה ויבא » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 1:14 pm

· #381589
האב איך די פארגאנגענע שבת געזען ממש פיליפ, ער זעט נישט אויס קיין סאך בעסער.

ישראל גלויבער » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 3:34 pm

· #381604
טרויבן88
אודיא פון די BBC איבער די פילם מנשה,
(ווידעא איז נישט געלונגען צי קאפירן)

https://drive.google.com/file/d/0B7KMsI ... p=drivesdk

ווי קומט bbc צו רעדן פון דעם פילם

יתרו » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 6:13 pm

· #381616
גלויבער, ווער איז דאס מנשה? און פון וואספארא פילם רעדט מען דא?

ישראל גלויבער » מאנטאג אוגוסט 7, 2017 6:18 pm

· #381618
https://www.facebook.com/leonard.davidm ... =3&theater

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 10:48 am

· #381828
יתרו
גלויבער, ווער איז דאס מנשה? און פון וואספארא פילם רעדט מען דא?

קוק דא און דא

ישראל גלויבער » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 2:08 pm

· #381855
איך שטיי היינט נעבן טאבע שול אין מאנטריאל, קומט צו מיר צו אזא האלבע יודל, און פרעגט מיר צו איך האב געזען די רעקלאמע פונעם פילם, און כ'זע דארט אז ס'שפילט אין קאנאדע אויך, איז מיר גוט געווארן, וועל איך נישט דארפן ווארטן לאנג. איך האף צו ברענגן א גריס אויב כ'וועל מצליח זיין אנצוקומען עס זען דא.

ישראל גלויבער » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 7:57 pm

· #381879
berlbalaguleh
וואס דער צודרייטער מנשה לוסטיג זאגט איז מיר נישט אינטרעסאנט. נאר אנצוקוקן צורת קדשו זעהט מען דאך אז ער איז א צודרייטער...!

נאר צו לייענען דיין תגובה פארשטייט מען אז דו פלאצט פאר קנאה..

berlbalaguleh » מיטוואך אוגוסט 9, 2017 8:57 pm

· #381900
ישראל גלויבער: וואו... איך פלאץ פאר קנאה...איך האב גארנישט וואס צו ענטפערן אויף דעם. ווייל ס'איז אזוי שטארק אבסורד. ס'פונקט אזוי ווי אז איך זאלל מקנא זיין עפעס א צודרייטן פאציענט פון א משוגעים הויז...!.

ישראל גלויבער » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 3:19 pm

· #383116
wow די מאווי גייט שפילן אין די מאדערענע געגענד ''קאט סעט לוקס''. צענטער פון מאטריאל

גרויסע מענטשעלע » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 6:00 pm

· #383136
Re: מנשה (פילם)
ישראל גלויבער
wow די מאווי גייט שפילן אין די מאדערענע געגענד ''קאט סעט לוקס''. צענטער פון מאטריאל

ספעציעל פאר @ישראל גלויבער זאל עס קענען זעהן מיט זיין שווער אין די נייע בעבי אין די אידן וואס מישען זיך נישט פסח

ישראל גלויבער » דינסטאג אוגוסט 22, 2017 6:27 pm

· #383140
גרויסע מענטשעלע
ישראל גלויבער
wow די מאווי גייט שפילן אין די מאדערענע געגענד ''קאט סעט לוקס''. צענטער פון מאטריאל

ספעציעל פאר @ישראל גלויבער זאל עס קענען זעהן מיט זיין שווער אין די נייע בעבי אין די אידן וואס מישען זיך נישט פסח

לא זכיתי להבין

ישראל גלויבער » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 4:38 pm

· #383327
https://a24films.com/notes/2017/08/mena ... 24-posters

קאצקע ציקער » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2017 12:38 am

· #384304
ווי קען מען עס וואטשן אנליין?

טרויבן88 » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2017 10:15 am

· #384319
Re: מנשה (פילם)
נאכנישט אוועילעבעל, אפילו אויף טאררענטס, א שאד,

איין טאג

ישראל גלויבער » פרייטאג סעפטעמבער 8, 2017 5:02 pm

· #384348
כ'האב אויך פראבירט. מ'קען נישט.
כ'האב געקלינגען מנשה די וואך, ער זאגט אז ס'גייט צו גוט אין די סינעמאס, און ס'וועט נישט אזוי שנעל גיין אנליין.

ישראל גלויבער » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 10:29 pm

· #384665
כא כא דאס איז פיינע נייעס.

https://www.youtube.com/watch?v=YoFp0FwQ2TM

ישראל גלויבער » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:14 pm

· #385676
http://blogs.timesofisrael.com/lets-pray-lets-unify/

טרויבן88 » זונטאג אקטאבער 1, 2017 9:09 pm

· #385946
Re: מנשה (פילם)
שוין, האב איך מיך אראפגעריקט צים טיאטער צי זען די מאווי 'מנשה', און וואס זאל איך ענק זאגן??? עס איז א שטיק גארבעטש, אומאינטערסאנט, אזא מייסטער שלעכטע ארבעט, די מעשה האט נישט קיין אנהייב און נישט קיין סוף,
לדוגמא עס ווערט נישט אראפגעשפילט די מאמע'ס פטירה, אדער לכל הפחות די אריבערגאנג פון קינד צים פעטער, סא די ערשטע חלק מעשה דארף מען אליינס כאפן, סא וויאזוי כאפט עס א גוי? אין אפילו אינמיטן ווערט אראפגעלייגט זייער פאלש אין קורץ, למשל די אינטעראקציע צווישן די מענטשן איז ממש געציילטע ווערטער וואס עס זייער פאלש אז ס'איז זייער שווער צי כאפן וואס פינקטליך עס גייט פאר, אפגערעדט אז פאר א גוי איז דאס אומעגליך צי פארשטיין, די שלימזלות פון די מנשה איז צי שטארק אראפגעשפילט אזש מען קען נישט כאפן געהעריג ווי מנשה וויל אז זיין קינד זאל זיין, און ערגער פון אלעם אז עס ענדיגט זיך נישט אין ערגעץ, נישט אז דאס קינד בלייבט ביי עם אין נישט ביים פעטער, עס בלייבט אומקלאר, איז מילא אונז אידן קענען בדוחק אריינפילן די לעכער, אבער א גוי למען השם וויאזוי פארשטייט ער די מעשה???

יעצט צים צווייטן חלק, די סובטייטל, עס טוט נישט איבערטייטשן פארן גוי וואס עס ווערט געשפילט, סיי אז די איבערטייטש איז נישט גוט, און סיי למשל ווען מ'זינגט אדער מ'זאגט לחיים שטייט גארנישט אויפן סובטייטל, עס איז מיר נישט געלונגען צי כאפן א שמועס מיט א גוי, אבער איך האב נישט קיין שום איידיע וואס ער טראכט דערפון,
אין איין ווארט לדעתי,
"אן אומבאלומפערטע ארבייט"

אפטעמיסט » זונטאג אקטאבער 1, 2017 9:38 pm

· #385947
איז דא אן הלכה אז א קינד טאר נישט וואוינען אין שטוב מיט א פאטער אן א מוטער? קיינמאל נישט געהערט דערפון, און די פראדוסערס האלטן עס אין איין איבערקייען.

מוזיק עקספערט » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 2:44 am

· #385969
Re: מנשה (פילם)
די DVD איז שוין ארויס געקומען אדער ס'איז נאר דא אין טעאטער???

Sent from my 5056N using Tapatalk

טרויבן88 » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 4:59 am

· #385976
Re: מנשה (פילם)
מוזיק עקספערט
די DVD איז שוין ארויס געקומען אדער ס'איז נאר דא אין טעאטער???

Sent from my 5056N using Tapatalk

נאר אין טיאטער, אבער איך זאג דיר צי אז די האסט נישט ארוואס צי ווארטן, א שוואכע ארבייט

טרויבן88 » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 5:01 am

· #385977
Re: מנשה (פילם)
אפטעמיסט
איז דא אן הלכה אז א קינד טאר נישט וואוינען אין שטוב מיט א פאטער אן א מוטער? קיינמאל נישט געהערט דערפון, און די פראדוסערס האלטן עס אין איין איבערקייען.

די שאלה איז נישט קיין הלכה, אפשר רעדט ער פון קולטור? יעצט די מעשה דארף זיך באציען אויף זיין מעשה אביסל, וואס איז געווען ביי עם די מעשה?

diff » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 7:46 am

· #385986
מעג מען גיין אין טיאטער

טרויבן88 » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 8:29 am

· #385991
Re: מנשה (פילם)
ווען וועט מען אפטראגן דעם "דיפפ" טראל פונעם שטיבל??? גענוג איז גענוג אזא אנשיקעניש
בלאט: 1 2 3 4