א. ווען אבאמא איז געווארען פרעזידענט, האט מען קיין שום אהנונג נישט געהאט וואס ער גייט טוהן. מ'האט מחליט געווען אז ווייל ער איז א דעמאקראט און ער האט געהערט די דרשות פון זיין גלח מוז ער זיין א ראדיקאלע לינקע, און פאר דעם האט מען מחליט געווען אז מ'גייט ניטאמאל הערען וואס ער האט צו זאגען. מ'האט שוין נישט געזוכט קיין מיטל וועג זיך אויסצוקומען מיט איהם, מ'האט לכתחלה אויסגערופען אז מצד די רעפובליקאנער איז דער רעגירונג אויף אייז ביז זיי קומען צוריק. אלע זייער וויילער'ס דארפען ווארטען ביז עפעס ניי קומט צו גייען. דאס איז, אויף ענגליש, bigotry. נאר וועגען זיין פריינד און אפשטאם, איז ער נישט קיין מענטש צום טיש און מ'קען איהם באיקאטירען. אין א סאך פלעצער וואלט מען געקענט טרעפען א וועג צו האנדלען מיט איהם, אבער דער אויבער ווירדע פון געווינען די נעקסטע וואלען האט אפגעהאלטען יעדען גוטע שריט. מ'וואלט געקענט פאררעכטען דער אבאמא קעיר אין א וועג אז ס'זאל זיך אויסארבעטען בעסער, מ'וואלט געקענט עפעס טוהן וועגען אימיגראציע. אבער אכט יאר האבען די רעכטער געשמאכטעט צוליעב דעם אז זייער פארטרעטער האבען געשפיגען אויף זיי.
לעומת זה, דער טראמפ האט לכתחלה אויסגערופען וואס ער גייט טוהן. אלע נישט עקסטרעם רעכטער מענטשען האבען פארשטאנען אז דאס איז נישט אויסגעהאלטען און זיי ווילען נישט קיין חלק דערין. דעריבער איז די היינטיגע התנגדות אין גאנצען אנדעריש ווי דער אמאליגע. די התנגדות איז נישט צוליעב זיין ליגענט וואס ער האט אלס געזאגט, נישט ווייל זיין טאטע איז געווען א מיטגעליד פון דער KKK, נישט ווייל ער האט געפעלשט א דאקטאר'ס בריוו אויף זיין געזונט, נישט ווייל ער פיהרט זיך אויף ווי א חזיר אין זיין פריוואטע לעבען, נישט ווייל ער האט באגנב'ט אן א שיעור מענטשען אין ביזנעס. ווען דאס זיינען די סבות, וואלטען די רעכטער געהאט א טענה אז מ'זאל פראבירען עפעס אויסצוארבעטען מיט איהם. אבער ווען ער טוט אזעלכע שריטען וואס מ'קען נישט טרעפען קיין מיטעל וועג, מוז מען מוחה זיין און כאטש ווייזען פאר די וועלט און פאר אונז אז אמעריקא איז בעסער ווי דעם.
זייער א שיינע חזרה פונעם גאנצן קאמפיין פון 2 יאר צוריק ביז היינט קיין שום חידוש סתם געמאלן וואסער ועוד דו אליין האסט באשטעטיגט די שריט האסט נאר געבעטן פרוף אויף די מצב כנ"ל ב. דער טראמפ טענה'ט אז ער האט געמוזט זאפארט מאכען דער פאדערונג אפצושטעלען דאס אימיגארציע פון די לענדער, ווייל אנדעריש וואלטען זיי זיך שנעל אריינגעשטופט קיין אמעריקא. ווען מענטעשן טענה'ן אז אנדערע לענדער זענען ערגער, ענטפערט ער אז דאס איז אבאמא'ס ליסט, און מ'קוקט אריין אין די לענדער. מ'קוקט אריין? געוואלד! ס'איז א סכנה יעדער מינוט! קודם דארף מען אסר'ן און נאך דעם דארף מען געוואויער ווערען. נאר די ליגענט איז בולט פאר זיך.
וואס פעילט אויס די חזרה מ'האט שוין געהערט דעס איינמאל און צוויי מאל ,, ועדיין לא זכיתי איך זעי נאך אלס נישט די 'ליגענט' דא ג. דאס מושג sleeper cells איז ביי איהר דעפיניציע א ראסיסטישע טערמין. ווען מ'קען אריינלייגען ביי מענטשען אין געוויסען אז זיין שכן, א פיינער אנשטעטיגע מענטש, וואס שיקט קינדער אין פובליק סקול און ארבעט יעדען טאג און פארברענגט מיט די שכנים און האט נאר אביסל א טינקעלער הויט און אן אקצענט אין זיין אויסשפראך, איז באמת א טעראריסט וואס וויל דיר און דיין משפחה אונטער ברענגען, האט מען אריינגעלייגט א געפאר פון דער פרעמדע, א טיילונג צווישען מענטשען וואס דאס איז דער שרש פון פיהל צרות אין דער וועלט. מ'קען און מ'דארף לעבען מיט אנדערע, און דאס אליינס אז יוראפ זעט אויס אנדעריש ווי אמעריקא איז צוליעב דעם אז אמעריקא איז פיהל אפענער צו פרעמדע ווי יוראפ. ווען א חסידישע יונגערמאן קען זיין א סעילזמאן צו א גויישע פירמע, איז עס צוליעב אט דער ברייטקייט. אין ענגלאנד, און כ"ש אין פראנקרייך און שווייץ, איז עס פיהל שווערער. דאס ארומ שפילען מיט די שלום פון די גאנצע לאנד, מוז נאר זיין אין א מצב חירום, אין אן עמערדזשענצי סיטואציע, וואס קיין ברירה איז נישט דא. ביזערווייל האט עס קיינער נישט אויפגעוויזען.
די געדאנק האט אין זיך אמת אבער וואס האט עס לענינינו און דערפאר זאל איך לאזן אמעריקאס בלוט הפקר ?? מ'דארף שוקל זיין יעדע זאך שכרו כנגד הפסדו ד. ס'איז דא אין די לאנד מומחים וואס שטודירען טעראריזם שוין פופציג יאר. זיי זוכען די סבות דערצו, די וועגען דאס צו פארמיידען און וואס ווילען די טעראריסטען כדי זיי נאכצוגייעןאון אפצושטעלען. ווען דער אומוויסענדע פרעזידענט (וואס האט דאס נישט שטודירט, האט קיינמאל נישט געוויזען קיין שום קענטעניס אין די נושא און מאכט אוועק די געלעגענהייט וואס ער האט צו באקומען בעסערע אינפארמאציע) גייט עפעס טוהן אין דער געביט, איז דאס נישט מער ווי שכל'דיג צוערשט פרעגען די מומחים. דאס אז ער איז גרייט זיך נישט וויסענדיג צו מאכען פון זיי אלע, און סתם טוהן ווי ס'גרעפסט זיך, איז א געפערליכע סכנה פאר אונז אלע. ער איז דאך דער מעכטיגסטע מענטש אין דער וועלט, און ער גייט נאך טוהן אזעלכע שריטען אן די מומחים? וואס קומט ווייטער? ווער ווייסט וואס ער קען טוהן, ווען קיין שום זאך האלט איהם נישט צוריק? ווי קען דער עם חכם ונבון שטיצען די היפך פון חכמה? חכמה הייסט נאכפארשען, איבערקלערען און דורכטראכטען, און דא שטיצט מען וואס ווייניגער וויסענשאפט, וואס ווייניגער פארשטאנד און וואס ווייניגער מיינונגען. ווען ער נעמט א קאבינעט, נעמט ער די מומחים צו די וואס ס'שמעקט איהם? ער האט קיינמאל נישט געוויזען אז ער זוכט מומחים (דער מענטש וואס ער וויל מאכען סעקרעטאר פון קאמער"ס, וויל ראסס, איז איינער פון זיי. ער האט געהאט א ביזנעס פון קויפען שוואכער שטאל קאמפאניס און זיי איבערדרייען. מ'איז געוואויר געווארען וויאזוי ער האט עס געטוהן און רייך געווארען. ער האט איבערגענומען מיט אונטער פונדירטע פענציע קאנטע'ס און ער האט באקומען דער געלט פון דער רעגירונג. ער האט געקראגען 17.5 ביליאן דאללאר פון דער רעגירונג, פיהל מער ווי דער פ.ס. פון גאנץ ווסמב"ג, און געבויט די ביזנעסער. וויפיהל איז ער היינט ווערט? 2.5 ביליאן דאללאר לויט
גוגל/ דאס הייסט אז פארלירען 15 ביליאן דאללאר איז זיין מומחיות אין ביזנעס!)
אין 'חכמה' כבעל נסיון די אלע מומחים ווייס איך נישט ווער זיי זענען צו זענען זיי נישט איינזייטיג צו א געוויסע שיטה איין זאך ווייס איך אין יוראפ ווי דייטשלאנד בריסל פראנקרייך די אלע לענדער זענען בעלי נסיון ווי די ביטערע פאקט האט באוויזן זיי האבן געהאט אפענע טויערן און זיי האבן באצאלט טייער דערפאר ה. דאס בלינדעהייט נאכגייען א פרעזידענט איז די סכנה פון פאשיזם. ער דארף אויפווייזען זיינס נישט די קעגענער. ער דארף אויפווייזען וואס ער וויל דא אויפטוהן, און פארוואס ס'גייט געלונגען. אז די לאנדס בירגער זענען גרייט צו זאגען 'איך פארלאז זיך אויף איהם', נאר צוליעב דעם אז ער איז דער פרעזידענט, נישט ווייל ער איז א מומחה אין דעם, הייסט זיך אפזאגען פון די אחריות פון פיהרען א לעבען אין א דעמאקראטיע.