וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
214 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11265
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
@ליטוואק: דאס איז מיר בכלל נישט קיין נייעס, מיום עמדו על דעתי ווייס איך אז די אמעריקאנער פאלק איז נאריש, אומוויסענד, און קורצזיכטיג, זיי זענען קוים אינפארמירט וועגן זאכן/אישוס אינדרויסן פון די פארטיי, אפגערעדט אז זיי האבן נישט קיין אנונג פון זאכן אינדרויסן פון אמעריקא.
Meet the Daring Young Yemeni Jew Detained at JFK by Trump’s Muslim Ban
<a class="postlink" href="http://forward.com/news/361590/meet-the-daring-young-yemeni-jew-detained-at-jfk-by-trumps-muslim-ban/">http://forward.com/news/361590/meet-the ... uslim-ban/</a>

Meryem Yildirim, 7, left, sits on her father, Fatim, of Schaumburg, and Adin Bendat-Appell, 9, right, sits on his father, Rabbi Jordan Bendat-Appell, of Deerfield, during a protest at O'Hare International Airport in Chicago on Jan. 30, 2017.
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
קוקט׳ס גוט די פנימ׳ער אין די בילד, ווער שמייכעלט און ווער האט מורא
אין די לאנדאנער בילדער איז מערקבאר די ענגלישע וועג פון טראכטען, הן די שמוציגע קעפ, הן די קריעטיוויטי. הלכות גדולות שנו כאן
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך וויל עפעס זאגען וועגען
@berlbalaguleh'ס תגובה אויף אלטע פאגראמ'ן. אחוץ דעם וואס ס'האט נישט קיין שייכות, איז עס נישט אמת אויך נישט.
ווען מ'קוקט
דא, וועט מען זע'ען איין משל פון א פראטעסט וועגען די קישינעוו פאגראמ'ן.
דא האט איהר א בוך וועגען דער ענין, געשריבען אין יענער צייטען. אין זכרון יעקב דערמאנט יענק'ל ליפשיץ ווי געוואלדיג ער און זיין שרייבונג טעטיגקייטען זענען, אז צוליעב זיין בריווען האט מען אין לאנדאן ארגאניזירט ריזיגע פראטעסטען.
אפשר זענען די לאנדאנער פראטעסטערס אמעריקאנער און זיי זענען dual citizens.
ליטוואק פון בודאפעסט: דיין ציטאט פון גוגל איז צו קליינע ווערטער. איך קען עס נישט ליינען.אבער דער רב הראשי גוגל ברענגט בשם וויקיפעדיע. אז די קישינעווער פאגראמס (2) זענען פארגעקומען אין 1903 און אין 1905. נישט אזוי ווי איך האב געשריבן, 1911. אבער זיי זענען פארגעקומען. און אידן זענען געהרג'עט געווארן דורך די גוי'אישע המון. וועלכע זענען אנגעהעצט געווארן דורך די גלחים אין די איסטער חגא.
זיכער זענען דאן אויך געווען וועלכע האבן פרובירט אנצולייגן די שולד אויף זייערע אידישע קרבנות זעלבסט. אז זיי זענען געווען געלט פארלייערס. און האבן זיך באצויגן ברוטאל צו זייערע בעלי חובות. די געדרוקטע בעסאראביער פויערן...! אויך ביי די 2'טע וועלט מלחמה זענען געווען (חוץ היטלער, ימ"ש) וועלכע האבן אנגעלייגט די שולד אויף די אידן. אזוי אויך ביי די ראיאטן אין קראון הייטס. און ביי די ראיאטן אין קראון הייטס איז נישט בייגעשטאנען פאר די אידן דער זכות אז (ליבעראלע) אידישע סטודענטן זענען געהרג'ט געווארן אין קאמף פאר סיוויל רייטס פון די שווארצע...!
ס'איז געשען, און ס'איז געווען פראטעסטען, וכמו שאמרתי. פונקט ווי היינט
ליטוואק פון בודאפעסט: ס'איז געווען פראטעסטן דורך אידן. און נישט דורך די אלגעמיינע באפעלקערונג. איז פארוואס זאלל דאס מחייב זיין אונז אלס אידן ארויסצוגיין בשווקים וברחובות צו שטורעמען אקעיגן די עוולות וועלכע ווערן אנגעבליך באגאנגען אקעיגן א פאלק פון וואו ס'זענען ארויסגעקומען פילע טויזנטער רוצחים. און א רעליגיע אין וועמענ'ס נאמען מיליאנען אומשולדיגע מענטשן זענען אומגעקומען...!
ליין איבער זכרון יעקב, ווי ער בארימט זיך מיט די חשוב'ער גוים וואס זענען געווען ביים פראטעסט
נאך א שקר פון די טראמפ פלאן.
די פליכטלינגען גייען אדורך ריזיגע זיכערהייט פארשונגען כדי צו פארמיידען טעראריסטען. דאס גלויבונג אז טראמפ איז דער וואס וויל extreme vetting וואס איז נישט געווען ביז ער איז אנגעקומען איז פאלש.
קוק
דא און
דא און
דא, ותן לחכם ויחכם עוד.
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
בערעלינו, ראשית כל two wrongs doesn't make one right.
איך פארשטיי בעצם געסטו נישט גערעכט פאר טראמפ, די ברענגסט נאר ארויס די היפאקריטסווע פון די פראטעסטירער, איז לאמיר צונעמען דיינע נקודות.
- די וועלט ווערט וואס א יארהונדערט מער, אלס מער און מער ציוויליזירט און פארגעשריטען אין סאציאלע הינזיכטן, אמאל האט א קעניג געקענט טון מה שלבו חפץ, הרג'ענען און רצח'ן אן אפגעבן דין וחשבון, היינט פאסירט דאס נישט, נישט צו לאנג צוריק איז יעדער וואס איז נישט געווען א ווייסער זכר, געווען פאררעכנט אלס צווייטע קלאס בירגער וכדו', היינט איז מען מער טאלערירנד פון מענטשן ווס זענען אנדערש. איז נישט נאר ווי @ליטוואק האט ערווענט אז עס איז נישט נוגע אהער, נאר עס איז אפילו נישט מדמה מילתא למילתא.
- היינט איז דא סאציאלע מידיא וואס מאכט אן אסטראנאמישע חילוק פון אמאל ביז היינט, הן צו דעם אז פשוט די נייעס פארט ארום און יעדער ווייסט וואס עס טוט איבעראל אויף דער וועלט, אמאל האט אן אמעריקאנער גוי וואס האט נאר געליינט זיין לאקאלע צייטונגען נישט געווען אזוי אינפארמירט איבער וועלטליכע געשעענישן. און הן אז אמאל איז געווען אסאך אסאך שווערער צו ארגאניזירן פראטעסטן וכדו', וואס היינט איז דאס ממש גארנישט אז עפעס זאל ווערן וויירא"ל.
- די צוויי משלים וואס די ברענגסט, איז געווען אז לאקאלע גוים האבן בעוול'ט לאקאלע אידן, נישט ווי דא, וואס א פירער (און נאך דער אמעריקאנער פירער), טוט בעעוול'ן מענטשן פון א רעליגיע אויף א גלאבאלער פארנעם.
כנלע"ד
ליטוואק פון בודאפעסט: זיכער גייען די פליטים פון סיריע אדורך א גאנצע סעריע פון שטרענגע וועטטינג סעסיעס און אקציעס. נאר די יו.ען. סערטיפיקאציעס (אז זיי זענען נישט קיין טעראריסטן) איז גארנישט ווערד. ווייל ווער זענען די יו.ען. רעפרעזענטאטיווס דארט אויפ'ן שטח. אנדערע אראבערס. זיי זענען די זעלבע ווערט ווי די יו.ען. שליחים אין עזה וואו די חאמאס טעראריסטן האבן באהאלטן מיסילס ביי די יו. ען. פאסיליטיעס. לעומת, די אמעריקאנער וועטטינג פראצעס איז טאקע עפעס ווערט. דאס איז אלעס אנגעגאנגען אונטער די אבאמא אדניניסטראציע. אבער אין ליכט פון פארשידענע מעשיות ווי טעראריסטן האבן זיך אריינגעכאפט אין לענדער צווישן די פליטים פון סיריע און אנגעזייעט חורבנות. ווי אין דייטשלאנד. וויל דער נייער פרעזידענט דאנאלד טראמפ זיין א ביסל מער פארזיכטיג. ממילא האט ער ארויפגעלייגט א צייטווייליגן פארבאט אויף אימיגראנטן פון עטליכע מוסולמענישע לענדער. זיכער זענען דא אומשולדיגע מענטשן וועלכע פאללן אריין אין די ביוראקארטישע נעץ. און זיי ליידן. דארף מען ארבעטן אויסצוקלארן די פראצעדור, אז אומשולדיגע מענטשן זאללן נישט ליידן ווי דער מענטש וועלכער האט געהאלפן די אמעריקאנער מיליטער אין איראק. אבער דאס מיינט נישט אז מ'דארף קענסלען די גאנצע עקזעקיוטיוו ארדער...!
היות החוקר האלט דא אין איין איבערחזר'ן די זעלבע ליבעראלע כלומרשט בעלי רחמים שטותים מוז מען כאטש איינמאל א טאג קלאר מאכן די מציאות
דער פרעזידענט פון די יו עס ירום הודו האט דא גארנישט 'מחדש' געווען די נארמאלע באזעסענע דורכגעטראכטע אמעריקאנע פאלק -לאפוקי די נוי יארק וועליוס צולאזטע אומוויסנדע סארט מענטשן דאס איז די רוב פון די אבאמא שטיצער- וואס שרייען אז זיי ווילן שטרענגע בארדערס און ווילן שטרענגע אימיגראציע רעגולאציעס זיך צו קענען פראטעקטן פון די חיות טורפות קאניבאלן און פרא אדם'ס הנקרא כהיום אייסיס וואס זיי זענען גרייט יעדע ליאדע מינוט צו טויטן פארברענען שניידן קעפ פון יעדע פון אונז הי' לא תהי'
און היות די אבאמא אדמיניסטראציע האט די אישו געלאזט הפקר און די קלינטאן'ס וואלטן געלאזט נאך מער הפקר
האבן די נארמאלע מענטשן מיט קאמאן סענס הנקראים רעכטע, שוין 'נישט פון היינט' געטענהט אז מ'דארף דא נעמען באלדיגע שריט איידער איינער פון די פראים פארן אריין מיט א טראק און פארן איבער ציווילע מענטשן וואס האלטן זיך אינמיטן רואיג און פרידלעך אונטערהאלטן און פארברענגען
און דאס האט יעצט פרעזידענט טראמפ געטון זיך אנגענומען פאר די באזארגטע אמעריקאנע
דאס איז א אלטע רעכטע אישו
די לינקע האלטן אנדערש יא אונז ווייס מיר דערפון
קענסט צייגען אייןי פאקט וואס ווייזט אויף וואס דו זאגסט? וואס איז געווען נאכלעסיג ביז היינט? וויפיהל אייסיס מיטגעליד האבען זיך אריינגעשמוגעלט? וואס האט מען געקענט טוהן זיי צו פארמיידען וואס מ'האט נישט געטוהן?
איך האב געהערט אויפ'ן ראדיא אויף דער טעמע This is a solution in search of a problem
דער לייק איז פאר'ן גוטן ווערטל... 😂
מ'דערציילט טאקע אויף אן אייוואוינער פון ענגלאנד. אז ער האטציך אפגערעדט פאר א חבר אז ער האט א גוטע מעדיצין. אבער ער האט נישט קיין מחלה דערפאר. האט איהם זיין חבר געזאגט..."פאהר קיין אמעריקע. דארט וועט מען שוין טרעפן עפעס א מחלה פאר דיין מעדיצין"...!
שיק עס פאר Brian Lehrer אדער דער אנדערע וואס האט עס געזאגט
איך האב עס געליינט אין א אמעריקאנער העלטה מעגעזין...!
ליטוואק פון בודאפעסטקענסט צייגען אייןי פאקט וואס ווייזט אויף וואס דו זאגסט? וואס איז געווען נאכלעסיג ביז היינט? וויפיהל אייסיס מיטגעליד האבען זיך אריינגעשמוגעלט? וואס האט מען געקענט טוהן זיי צו פארמיידען וואס מ'האט נישט געטוהן?
איך האב געהערט אויפ'ן ראדיא אויף דער טעמע This is a solution in search of a problem
און אז איך וועל דיר ווייזן וואס וועט זיין נאכדעם ?
וועסט מיר קומען מיט א לינקע קאלמוניסט וואס שרייבט אנדערש אזוי ווי דו האסט מיר יעצט צוגעברענגט עפעס א לינקע ראדיא
און דערנאך וועט די רעכטער זיך באציען צו א נייעס און האבן אנדערע הוכחות
בקיצור ס'איז פאליטיק עס יוזעל גארנישט מער די גאנצע וויינעריי און אויסדרייען דעם בען אז מ'מיינט דא די מוסולמענע רעליגיע איז פשוט די ליבעראלישע פראפעגאנדע כדרכם און דעטס איט
איך פאר מיר זעי עס אלס קאמאן סענס אז אייסי וויל זיך אריין באקומען אין אמעריקא ביי 9 11 זענען זיי אנגעקומען און זיי ווילן ווייטער און זייער גרינגסטע וועג איז רעפיוזשיס סאו זיי אפהאלטן אויף א עקסטרעמע וועג איז נישט עפעס וואס באדערט מיך אדרבה איך גלייך עס זייער
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
אוודאי ווילען זיי, אבער אמעריקא איז נישט קיין מאפעל קינד, ער קען זיך באשיצען. וואס פעלט אין די וועטטינג סיסטעם? האסט באשולדיגט אבאמא מיט עפעס? מיט וואס? וואס האט ער אויסגעלאזט?
אגב, איך האב געזוכט אויף ברייטבארט צו זע׳ען צו די רעכטער האבען עפעס א טענה. ביזדערווייל גארנישט. אבאמא האט עס אויך געטוהן, צו אז דער אטערני גענעראל האט עס ערליך פארדינט מיט נאך מינדערוויכטיגע טענות.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זיי האבן נישט קיין טענות אדער דו זעהסט נישט זייער טענה ?
און נאך א זאך וואס עפעס פון די וועיטינג ליסטע ביסטו יא צופרידן דעס הייסט נישט באקרידוועט אומשולדיגע רעפיוזשיס געטשעפעט זייערע געפילן ?? וואס מיינט דאס אז דו טשעפעסטוך אן אויף א פרידלכע פאלק און הייסט זיי ווארטן מער ווי אנדערע ווי אזוי קענסטו טשעפענען א רעליגיע בלא בלא די זעלבע בעיבי קריי קען איך וויינען אויף דעם אויך
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
עס איז ביי מיר א ספק צו דאנאלד טראמפ איז א חיה פון וואלד אדער א בהמה פון שטאל.
דאנאלד טראמפ האט נעכטן געשריבן אויף זיין טוויטער, אז מען האט נישט געקענט מאכן אז די 'ארדער' זאל הערשט אריינגיין אין אפאר טאג וויבאלד די 'בעד דודס' (די שלעכטע יונגען) וואלטן זיך געקענט שנעל אריינכאפן און אנזייען כאאס. ממילא האט מען נישט געקענט געבן א פאר טאג ווילאנג עס וועט אריינגיין אין אפפעקט.
די ליגנט וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט שרייבט פרעכערהייט אויף זיין טוויטער דארף אויפשאקלען יעדן איינעם. דאס איז אומדערהערט געווארן.
עס נעמט לכל הפחות צוויי-און-צוואנציג חדשים צו באקומען די אננעמונג אריינצוקומען קיין אמעריקע, און ער מאכט ווי גלייך זיי גייען ארויס אויף עקספידיע און בעשטעלן טיקעטס. עס איז אייביג געווען א פראצעס און ער אומפארשעמטערהייט זאגט ליגנט צום פאלק, ווייל ער רעספעקטירט נישט דאס פאלק בכלל.
ווי שלעכט און טיפשות'דיג דארף מען זיין דאס צו איינרעדן פאר די פאלק.
להוסיף חטא על פשע איז ער געגאנגען אין די פיסטריט פון אלע האלאקאוסט לייקענער ווי צו זאגן אז די האלאקאוסט האט נישט געהאט עפעס ספעציעל מיט די אידן, ווען מען האט געפרעגט דעם ווארטזאגער זיינער (וואס איז אמאל געווען א נארמאלער מענטש נאר יעצט רעדט ער ווי איינער וואס ציטערט ער זאל נישט כאפן א נזיפה פון זיין בעלעבאס...) האט ער געענטפערט אז ''נישט גענוג וואס דער פרעזידענט איז ארויס פון זיין וועג און האט אנערקענט אין דעם האלאקאוסט?" ובקשתם גם כהונה?
הזדעזעי עולם ומלואו
ער האט גערעדט פון אזעלכע וואס זענען דורך די 22 חדשים אדער אזעלכע וואס וואלטן זיך אריינגעכאפט דורך אנדערע פלעצער ווי זיי זענען שוין יעצט ווי אין בריסל וכדו'
און די מידיע איבערדייעניש וועגן די האליקאוסט איז ניטאמאל עפעס וואס מ'דארף אינאכט נעמען וכ"ש מ'דארף נישט הזדעזיען
The Governor of Washington just declared Donald Trump an enemy of the United States.This is powerful
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=8q9UojBAthg">https://www.youtube.com/watch?v=8q9UojBAthg</a>
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
א חסיד קען אלס פארטיידיגען זיין רבי׳ן. נאר אזוי קען איך פארשטייען דיין תגובות.
האסט נאך נישט געזאגט ווי איז דער לאך פון די היינטיגע פארשונגען, וויאזוי דער געזעץ פארמיידט דער וואס קומט פון בריסל און וואס טוט מען מיט דאס אויפברויזען א ריזיגע פאלק. דער אמעריקאנער פארזיכערונג איז שטארק געפאלען פון דער געזעץ, דאס אויסרופען א מלחמה אויף זיבען לענדער אן א געהעריגע פלאן וויאזוי צו זיגען אזא מלחמה איז א סכנה פאר יעדער איינער פון אונז.
ווען דער דרויסענדיגע וועלט זעט כאטש אז די אמעריקאנער באפעלקערונג פארטיידיגט עס נישט, און כאמור אפילו ברייטבארט האט נישט קיין מאמרים אז ס׳איז בארעכטיגט, נאר חוזק געמאכט פון די פראטעסטען, קען עס האפעדיג בארואיגען זייער גייסט ביז מ׳איז פטור פון דער היינטיגע באזעצער פון דער ווייסע הויז
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
וואס איך זאג דיר איז איין זאך און דעס ווילסטו נישט דערהערן אז ס'איז פאליטיק עס יוזעל און צו ברענגען טענות און הוכחות גייט קיין סאך נישט העלפן ווייל ס'איז דא א קעיס אויף ביידע זייטן איך רעד נישט וואס ברייטבארד שרייבט יעצט איך רעד וואס עס איז שוין געשריבען און געשריגען געווארן אין די פעסס
נאך אמאל דעס איז א אישו וואס די רעכטע לאגער שרייט שוין יארן און אט די זענען די 57 % -וואס דו האסט זיי גלייך באשריגן אלס קורץקעפיג כדרך החסידים......)- און די לינקע שרייען פארקערט
אלל איי סעי איטס פאליטיק עס יוזעל און דעטס איט
מיין אייגענע פערספעקטייו איז דאס קאמאן סענס קריגסט מיט מיר כל הכבוד
[quote="שבת אחים"]The Governor of Washington just declared Donald Trump an enemy of the United States.This is powerful
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=8q9UojBAthg">https://www.youtube.com/watch?v=8q9UojBAthg</a>[/quote
א ראסיסט... (כדרך האבאמאס)
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
הייסט׳ס זאכליכע טענות זענען נישט מעגליך, אלס איז פאליטיקס און פערטיג. און נישט נאר דעם, נאר דאס ברענגען זאכליכע טענות איז נישט אין פלאץ ביי אזא וויכטיגע טעמע ווי מענטשנ׳ס לעבען, ווייל נאר פאליטיקס איז וויכטיג. און קיין ראיה פון דער מציאות טאר מען אויך נישט ברענגען ווי אויך נישט קיין לאגישע חשבונות. נאר פאליטיק.
איך הער.
דאס איז דיין אייגענע מיינונג צו דער אלגעמיינע רעכטער מיינונג?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
QUEBEC CITY — The French Canadian university student charged with killing six Muslim men during evening prayers at a mosque was known for extreme nationalist views and his support of the French rightist party led by Marine Le Pen.
Alexandre Bissonnette was charged Monday with six counts of first-degree murder and five counts of attempted murder over the shooting rampage at a Quebec City mosque that Canada's prime minister called an act of terrorism against Muslims.
Bissonnette made a brief court appearance and did not enter a plea in the attack staged during evening prayers Sunday. Wearing a white prisoner jumpsuit, his hands and feet shackled, he stared at the floor and fidgeted, but did not speak.
The 27-year-old suspect, who expressed support for Le Pen and U.S. President Donald Trump on his Facebook page, was known to those who monitor extremist groups in Quebec, said François Deschamps, an official with a refugee advocacy group.
אקעי ווילסט רעדן זאכליך נאו פראבלעם ווילסט רעדן פון מענטשליכע לעבנס נאו פראבלעם
זאכליך איז אזוי ס'איז דא א פראבלעים פון דורך לאזן רעפיוזשיס אן דורכזיפן ווער עס אלס קומט און ס'שטופט זיך נישט אריין טראבל מעיקערס מסכים
אבאמא וויל גיין אויף איין וועג טראמפ אויף מער א שטרענעגע וועג ער האט רעכט ? ער האלט אז ביז איצטיגע סיסטעם איז שוואך ער האט רעכט אזוי צו האלטן ? ס'איז זאכליך ?
מענטשן'ס לעבנ'ס מ'גייט אריין לאזן יעדן נאכדעם וואס עס גייט נתחדש ווערן מער א שטרענגערע סיסטעם ער מעג דעס טון ? ער האט רעכט ? ס'איז זאכליך ? קען זיין דו האלטסט אז נישט ער האלט אז יא
מ'רעדט פון 120 טעג און נאכדעם קען יעדער וואס גייט דורך די סיטעם אריין קומען דא מיט די ווארימסטע וועלקאמינג עווער סאו וואס איז דיין פראבלעם מיט מענטשליכע לעבנס
נאך א נקודה בנוגע מענשליכע לעבנס די מענטשן וואס זענען געהרגעט געווארן ביי באסטאן מאראטאן זענען אויך עפעס מענשליכע לעבנס וואס זענען עפעס ווערט די מענטשן וואס זענען געהרגעט געווארן אין א קאלעזש געדענק נישט יעצט גענוי ווי זענען אויך מענטשליכע לעבנס די מענטשן אין פראנקרייך וואס זענען קאלט בלוטיג ערמארדעט געווארן דורך א בייזוויליגע טראק דרייווער זענען אויך מענשליכע לעבנס
דיין דרוק וואס דו דרוקסט דא איך זאל דיר עפעס אויפווייזן איז כדאי דו זאלסט קענען אפפרעגן און בויען א קעיס פארקערט דאס איז פאליטיק
אנהויבן אויסרעכענען אז די אלע אויבנדערמאנטע זענען נישט קיין טעראר נאר גאן'ס בלא בלא איז פאליטיק דעמאקרטישע פוינט אויף וויו ווס רעפאבליקענס
פארשטייט איר ?
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
גאנצעל טייערע איך טו זיך נישט אינדענטיפיצירען אלס ליבעראל, אבער לאמיר עס לייגן אין א זייט.
גאנצלאיך פאר מיר זעי עס אלס קאמאן סענס אז אייסי וויל זיך אריין באקומען אין אמעריקא ביי 9 11 זענען זיי אנגעקומען און זיי ווילן ווייטער און זייער גרינגסטע וועג איז רעפיוזשיס סאו זיי אפהאלטן אויף א עקסטרעמע וועג איז נישט עפעס וואס באדערט מיך אדרבה איך גלייך עס זייער
היות די גייסט מיט קאמאן סענס זיי זיך מסביר, וויל איך האלט נישט מיט.
איך בין בכלל נישט איבערצייגט אז אייסיס וויל זיך דא אריינבאקומען. זיי ווילן אונז שעדיגן? דאס יא, אבסאלוטלי. אבער אייסיס האט סאך א גרינגערע מהלך, זיי ארבייטן צו ראדיקאליזירן יוגענטליכע אויף די טריפה'נע אינטערנעט, און אזוי אנזייען חרבנות פון היימישע טעראריסטן, וואס lone wolf אטאקעס זענען אסאך שווערער צו כאפן און אפשטעלן, און אונזער פרעזידענט האט זיי לכאורה יעצט געגעבן רעקרוטירונג שטאף פאר א לאנגע צייט. אבער לאמיר דאס לייגן אין א זייט און אננעמען אז זיי ווילן יא.
דו דערמאנסט אז אזוי גייט מען אפשטעלן די קומענדיגע 9/11, אזוי? דו ווייסט אז רוב 9/11 היידזשעקער זענען געווען פון סאודי אראביע, איך פאר דיר ניוס פלעש, א סאודיער טעראריסטן קען נאך קומען.
איז נאכאמאל, דו לייגסט אראפ דריי הנחות, 1) אייסיס וויל אריינקומען. 2) זיי ווילן איבערשפילן 9/11. 3) רעפיוזשיס איז די גרינגסטע.
איך בין מסופק אין אלע דריי.
סאו איך האלט שוין ערגעץ ביסט מסופק פיין איז פון בלויז זיך ארויפלייגן אויפ'ן מוסולמענע גלויבן האסטו אראפגעקילט שוין האב מיר שוין עפעס דערגרייכט
נעקסט די פוינט פון 9 11 האב איך ארויסגעברענגט אז זיי זוכן צו שעדיגן אמעריקאנע 'אין' אמעריקא בתוככי עיר אמעריקא זיי ווילן די כאאס דא
צווייטנס דעס וואס דו זאגסט בנוגע היימישע דאס איז אויך אמת און צו דעם דארף מען אויך האבן א גאנג אבער ס'איז זיכער אז זיי זוכן אויך אריינצושמוגלען אזעלכע וואס זענען דורך די טרענירונגס קעמפ דורכצופירן מער ערנסטע און געלונגענע אטאקעס
און וועגן סודיע איז שוין היינט באוואוסט אז די 7 לענדער זענען באשטעטידטע פראבלעמאטישע לענדער דורך די פריוויס האומלענד סעקיוריטי
סאו לאמיר צוריק גיין צום ספק דאנעלד טראמפ האט אויך א ספק דערפאר איז ער געגאנגען צו וואס ער איז מער נוטה און סאך זענען נוטה צו דעם מה כל הרעש ?
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
זאכליך מיינט מיט א תוכן. וואס האט אבאמא געוואלט אנדעריש ווי טראמפ? וואס פאר א קולות האט ער געהאט וואס טראמפ וויל שטרענג מאכען? פארוואס לאזט ער אזוי לייכט אריין מענטשען פון רוסלאנד נאך די באסטאן אויפרייסונגען?
נאכאלס קיין איין זאכליכע טעם וואס האט אויסגעפעלט, ובפרט במקום א וודאי דערצערענען מענטשען מיט כמעט וודאי אז קיין ריוח איז נישט דא
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ווי איך זעה דארף מען צוטיילן די קעגנער פון דעם באפעל אויף צוויי.
1)די וואס האלטן אז אמעריקע האט א מאראלישע פליכט אריינצונעמען פליטים אפילו אויב דאס שטעלט א ריזיקע פאר אמעריקאנער בירגער.
2)די וואס האלטן אז די פליטים שטעלן מיט זיך קיין שום סכנה.
איצטער פארן כת הראשונה איז דער ענטפער גאר פשוט, דער פרעזידענט יר"ה האט צוגעזאגט ביי זיין אינשווערונג דרשה AMERICA FIRST אז ער שטעלט די זיכערהייט פון אמעריקאנער בירגער פאר אלעם, ממילא אפילו אומשולדיגע מענטשן ליידן TO BAD.
יעצט צי די צווייטע גרופע איז אויך נישט עק וועלט, דער פרעזידענט האלט אנדערש ווי אייך, צי מכח סטאטיסטיקס, מכח סברה אדער גאר דורך שפיאנאזש אינפארמאציע. עטץ האלטס אנדערש, נא, ער טוט דאס בעסטע לויט זיין פארשטאנד צו באשיצען אמעריקע.
די פראבלעם איז נאר אז כת הראשונה איז זיך מתלבש בשני' ממילא ווילן זיי נישט הערן קיין שום הסבר אויפ'ן פרעזידענט'ס שריט.
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
ס׳איז דא צוויי גאנגען ביי די רעכטער:
א. די וואס האבען פיינט אלע פרעמדער, סיי פרעמדע רעליגיע׳ס און סיי פרעמדע הויט קאליר. זיי קוקען זיי אן ווי אונטערמענטשען און ווילען גארנישט וויסען אנדעריש.
ב. די וואס האבען מורא פאר זייער לעבען פון פרעמדע מענטאליטעטען.
די ערשטע איז זיך אפט מתלבש אין די צווייטע און ביידער זענען איגנאראנט
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
איך וואלט געלייקט 5 מאל, קען מען אבער נישט מוז איך זיך באגענוגן מיט איינס.
אברעימלווי איך זעה דארף מען צוטיילן די קעגנער פון דעם באפעל אויף צוויי.
1)די וואס האלטן אז אמעריקע האט א מאראלישע פליכט אריינצונעמען פליטים אפילו אויב דאס שטעלט א ריזיקע פאר אמעריקאנער בירגער.
2)די וואס האלטן אז די פליטים שטעלן מיט זיך קיין שום סכנה.
איצטער פארן כת הראשונה איז דער ענטפער גאר פשוט, דער פרעזידענט יר"ה האט צוגעזאגט ביי זיין אינשווערונג דרשה AMERICA FIRST אז ער שטעלט די זיכערהייט פון אמעריקאנער בירגער פאר אלעם, ממילא אפילו אומשולדיגע מענטשן ליידן TO BAD.
יעצט צי די צווייטע גרופע איז אויך נישט עק וועלט, דער פרעזידענט האלט אנדערש ווי אייך, צי מכח סטאטיסטיקס, מכח סברה אדער גאר דורך שפיאנאזש אינפארמאציע. עטץ האלטס אנדערש, נא, ער טוט דאס בעסטע לויט זיין פארשטאנד צו באשיצען אמעריקע.
די פראבלעם איז נאר אז כת הראשונה איז זיך מתלבש בשני' ממילא ווילן זיי נישט הערן קיין שום הסבר אויפ'ן פרעזידענט'ס שריט.
אזוי הייסט עס גייט אמעריקע זיין פירסט? דורך אנמאכן כאאס און דיוויידען מענטשען על לא דבר. דו רעדסט דא כאילו סאיז טאקע פארהאנען דא בכלל צוויי זייטן, וואספארא צוויי זייטן???, סאיז דא נומבערס און דאטא אויף דעם, מעהר מענשטען אין אמעריקא שטארבן פון א אריינגעוואקסענע נאגל אין די פיס ווי פון טעראריזים! דריי נישט קיין קאפ און קוק אויף די נומבערס! עס איז נול אטעקעגן צענדליגער אנדערע פראבלעמען וואס מוטשעט אמעריקע און די אמעריקאנע בירגער, וויפל מענשטען אין אמעריקא זענען געהארגט געווארן פון ווייסע עקסטרימיסטן מיט זייערע געווער?. מעקיסקאנער האבן קיינמאל גארנישט שלעכטס געטוהן פאר אמעריקע נאר גאר פארקערט זיי האבן געארבעט פאר אמעריקע און געטוהן די שמוציגע און שווערע ארבעט וואס די באקוועמע פוילע אמעריקאנער האלט נישט ביים טוהן און דערנאך אז ס׳ווערט זיי געבוירן דא א קינד אין אמעריקע, בשעת זיי ווערן גענוצט דורך די אמעריקענע אלץ שקלאפן ווערן זיי נאכאלץ נישט פארעכענט פאר אמעריקאנער בירגער און מ׳ווארפט זיי צו די הונט? דעס איז די גאלדענע מדינה?. וואס טראמפ טוט יעצט, איז פשוט ער לייגט אמעריקע און די וועלט אריין אין כאאס פאר נישטיקייט, ער דיווייד די מענשטען אז זיי זאלן זיך שלאגן צווישן זיך מיט סאושעל און פאליטיקעל מינדערוויכטיגע אישוס אז די המון עם זאל זיך נישט כאפן די אמתע אומרעכטן וואס גייט פאר אין אמעריקע און די דאמינעישאן פון די עליטע און קארפרעט אמעריקע. סאיז נישט אזוי וויכטיג די ערשטע טאג וואס ער איז פרעזידענט אנצומאכן אזא שטינק מיט די מוסלימענער פאר גארנישט, נישט דעס פלאגט אמעריקע בכלל, דעס ווייזט נאר אז אונז האבן דא צוטוהן מיט א אומ-סטאביליזרטע גאווערמענט וואס איז ארויס פון קאנטראל, דעס גייט זיכער נישט רוקן אמעריקא פארויס!
ר' שבת, ווי איך זעה פארשטייט איר נישט די חילוק פון MAKE AMERICA GREAT AGAIN ביז AMERICA FIRST און איר מאכט פון ביידע א קוגל אזוי ווי די צוויי מיינונגען קעגן דעם באפעל.
צווייטנס אויב דיוויידן אמעריקע זענען עס מענטשן ווי דיר וואס שרייען NOT MY PRESIDENT און זענען נישט משלים מיטן מציאות. לערנט אייך פון די רעפובליקאנער וואס האבן אויך געשריגן NEVER TRUMP ביז זיי האבן צום סוף משלים געווען און אזוי אים צוגעשלעפט נענטער צו זייער אגענדע, אדרבא פרובירט עס אויס.
(בנוגע אימיגראנטן פון מעקסיקא האב איך אויך וואס צי זאגן אבער דער אשכול איז נישט דער פלאץ דערפאר)
WASHINGTON: A new Reuters poll shows that 49% of Americans said they support Trump's immigration order, while only 41% said they disagreed.
אברעימלר' שבת, ווי איך זעה פארשטייט איר נישט די חילוק פון MAKE AMERICA GREAT AGAIN ביז AMERICA FIRST און איר מאכט פון ביידע א קוגל אזוי ווי די צוויי מיינונגען קעגן דעם באפעל.
צווייטנס אויב דיוויידן אמעריקע זענען עס מענטשן ווי דיר וואס שרייען NOT MY PRESIDENT און זענען נישט משלים מיטן מציאות. לערנט אייך פון די רעפובליקאנער וואס האבן אויך געשריגן NEVER TRUMP ביז זיי האבן צום סוף משלים געווען און אזוי אים צוגעשלעפט נענטער צו זייער אגענדע, אדרבא פרובירט עס אויס.
(בנוגע אימיגראנטן פון מעקסיקא האב איך אויך וואס צי זאגן אבער דער אשכול איז נישט דער פלאץ דערפאר)
פונקטליך פון וועם זאל איך מיך לערנען? פון רופליקאנער וואס האבן פאר אכט יאהר נישט אנערקענט אבאמא אלץ א לעגיטימע פרעזידענט נאר ווייל ער איז א שווארצער??? אהא און דו ביסט נאך אליינס מודה אז אפילו די ריפובליקאנער האבן פארשטאנען נעווער טראמפ! פארוואס נישט טראמפ ער גייט דאך מאכן אמעריקע גרעיט עגעין?
וועם דרייסטו די קאפ מיט דיינע טראמפ פלפלים? איך פארשטיי נישט די חילוק פון MAKE AMERICA GREAT AGAIN און America First, דו פארשטייסט יא די חילוק? איז פארוואס ביסטו עס מיר נישט מסביר???? טראמפ אליינס ווייסט בכלל וואס מיינט ״מעיק אמעריקע גרעיט עגעין?״ אפשר מיינסטו צוזאגן ״מעיק אמעריקע רעיסיסט עגעין״!
זיי מסביר קלארע דיבורים וואס דער טראמפ טוט דא חוץ איבערדרייען אמעריקע? וויאזוי ווערט אמעריקע גרעיט עגעין מיט די אלע משוגעתן? פארוואס איז דעס וויכטיג די בעין פון די 7 לענדער? וואס איז געוועהן ביז היינט???. נאכזאגן זיינע נערישע פראזן ווי ׳מעיק אמעריקע גרעיט עגעין׳ וועט נישט העלפן, לאמיר הערן עפעס זאכליך און צום פוינט!
ביסטו מוראדיג איגנאראנט מיט דיין סטעיטמענט וועגן מיין חתימה און דו כאפסט בכלל נישט וואס מיינט ׳דיוויידן מענשטען׳! מיין חתימה אז איך בין קעגן די פרעזידענט איז נישט ווייל ער איז ווייס אדער שווארץ, מוסלים אדער קריסטן, מעקסיקען אדער אמעריקען, נאר ווייל איך שטום נישט מיט זיינע מיינונגען און פאליסיס, און נאך א מזל אז מ׳לעבט אין א צייט ווי סאיז פארהאנען ׳פרידאם אף ספיטש׳, איך מוז נישט בע״כ אננעמען טראמפ מיט זיינע פאליסיס אזויווי דו suggest אין די פריערדיגע תגובה אז איך זאל מיך לערנען פון די רפובליקענס און אננעמען טראמפ אפילו קעגן מיין מיינונג! אבער דעס אז די פרעזידענט פון די פרייע וועלט האקט אויף ספעציפישע גאנצע פעלקער און רעליגיעס אט דעס הייסט דיוויידן די מענשטען!!!
בקיצור, איך מוז מיט -שטומען מיט אלעס וואס דער אומגעלערנטער אידיאט ראסיסיט טראמפ טוט, און טאמער איך רעדט ארויס מיין מיינונג קעגן די פרעזידענט און איך וויל נישט אננעמען זיין אידיאלגיע, קומט אויטאמטיש אויס אז איך דיווייד די מענטשהייט, ווידער די פרעזידענט פון די פרייע וועלט מעג שיטן פעך און שוועבל אויף יעדעם איינעם און צומאכן די באורדערס גלייך נאך ער האט געוואנען די עלעקשאונס ווייל זיין כוונה איז צומאכן אמעריקע גרעיט עגעין?. כפארשטיי שוין אלעס 😉
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
דזשעיק טעפפער איז מסביר פארוואס עס איז נישט ריכטיג פאר די מידיא צו ניצן די טערמין Ban.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/Ex-hJNhSOgs">https://youtu.be/Ex-hJNhSOgs</a>
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
גאנצלער האט גערעדט פון אזעלכע וואס זענען דורך די 22 חדשים אדער אזעלכע וואס וואלטן זיך אריינגעכאפט דורך אנדערע פלעצער ווי זיי זענען שוין יעצט ווי אין בריסל וכדו'
אזוי גאר און וואס איז מיט סאודיע אראביע און עיגעפט און פאקיסטאן די טעראריסטן קענען נאך אלץ ראויגער הייט זיך אריין שפאנצירן אין די פאראייניגטע שטאטן?
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
ווער געדעינקט נאך ווי די רעכטע טאולק שאוס פלעיגן חוזק מאכן פון אבאמה אז ער בלעימט אלעס בוש למעשה האט טראמפ געסיינט א עקסעקיוטיוו ארדער אויף זיבען לענדער וואס פון דארט זענען קיין טעראריסן קיינמאל נישט אריין געקומען קיין אמעריקע אז פון דארט קען מען מער נישט קומען.
אויפן שאלה אז מען קען נאך קומען פון סאודיע אראביע און אנדערע עקסטרימיסטישע פלעצער בלעימען זיי אבאמה!! אבאמה האט נאר געזאגט אז די זיבען זענען מסוכן און די אנדערע נישט.
איז קודם כל די זיבן זענען מסוכן פאר זיך אבער לגבי אריין קומען קיין אמעריקע זענען אלע די זעלבע מסוכן!!! אויב עפעס.
און צווייטענס זייט ווען פאלגט ער אבאמה!! ועוד אויב האלסטו טאקע אז עס איז א סכנה א יעדע מינוט אז א טעראריסט קען זיך אריין כאפן וואס פארדעים האסטו און א איילעניש געדארפט סיינען די ארדער איז שנעל כאפ א פעידער און שרייב שנעל אונטער אקעיגן די אנדערע ווער ווייסט וויפיל חברה זענען שוין אריין געקומען פון שבת ביז היינט!!.
איך פארשטיי טאקע נישט דער טראמפ ווי אזוי קען ער שלאפן ראויג ביינאכט ער האט דאך צוגעזאגט will make America safe again אבער ביזדערוויל לשיטתו איז עס נאך אלץ נישט סעיף און לשיטת אבאמה איז עס אלץ געוועין סעיף.
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
@גר ותושב ס'זענען ליידער דא אזעלכע וואס אפילו ווען דער אמת שמייסט אין פנים וועלן זיי נישט מודה זיין.
לא דובים ולא יער, לא טעראר ולא סכנה, אין כאן לא שכל, לא אנושיות, אבל יש כאן שקרים, כזבים, רשעות ואכזריות...
חכם לב: איך ווייס נישט אין וועלכן חדר און סקול דו ביסט געגאנגען. אבער איין זאך איז זיכער. אויב דו וואלסט געווען אין א לאנד פונ'ם קאמוניסטישן גן עדן, וואלט מען דיך זיכער געשיקט צו א רי-טרעינינג קעמפ. איך וויל אפילו נישט זאגן וואס דיין גורל וואלט געווען ביי חבר סטאלין. נאר אפילו ביי קאמעראד כרושטשאוו, וואלט מען דיך שוין לאנג פארשיקט אין אן אינסטיטוציע וואו די דאקטוירים האבן די זעלבע מעדיצינישע וויסנשאפט וואס די גערער משגיחים/משפיעים און דער אדמו"ר מ'לב טהור. און זיי געבן טאקע די זעלבע מעדיצינען און פיללן. און זיי רעדן דיר אזוי לאנג איין אז דו ביסט משוגע ביז דו וועסט זיי גלייבן. בכל אופן. איך ווינטש דיר אז דו זאלסט (בזכות פרעזידענט דאנאלד טראמפ, יר"ה) טאקע קיינמאל נישט וויסן וואספארא שכר די אלע אומ-שולדיגע, נעבעכדיגע פליטים האבן פאר דיר אלס קריסט אדער איד. פאר אננעמען זיך פאר זייער קריוודע...! נאר אויב דו ביסט נייגעריג צו וויסן זאלסטו נאכקוקן די ווידיא'ס ווי זייערע העלדן האקן קעפ...! אדער, א ווידיא וואס דער רעכטער נאצי, פאשיסט, (לשיטתך ושיטת כל הבהמות שכמותך) גלען בעק האט ארויפגעלייגט. ווייל אין יענע תקופה איז געווען א סאך סימפאטיע פאר די ..."העלדישע"...קעמפער אקעיגן באשיר על-אסאד'ס בארבארישע ארמיי. ער האט געשריבן אז ער גאראנטירט ווער ס'זעהט די קליפ וועט פארלירן די סמפאטיע צו די העלדישע רעבעללן...והך קאווע... די ווידיא קליפ האט געוויזן וויאזוי א רעבעל קעמפער נעמט א געהרג'טן סירישן ארמיי סאלדאט און שניידט אויף זיין גוף און ער נעמט ארויס זיין הארץ און עסט עס אויף...אט דאס זענען דיינע העלדישע קעמפערס און די נעבעכ'דיגע פליטים. ווייל די וועלכע זענען געבליבן געטריי צו באשיר על-אסאד און זיין רעזשים זענען נישט געטשעפעט געווארן דורך די גאווערנמענט. נאר טעראריזירט געווארן דורך די רעבעלס...!
לשיטתך ושיטת כל הבהמות שכמותך
ר׳ בערל פארוואס איז ער א בהמה???
ער שרייבט גראדע זייער קלאר, זייער גיט, און צום פונקט! ווייסט ווער סאיז א בהמה?, דיין פרעזידענט אויף וועם דו שרייבסט נאך
יר״ה! ער איז א בהמה! צוזאמען מיט דעם צוריקטן מארמאן גלען בעק.
די גאנצע סיבה פארוואס דו מיט אלע בהמות ווי דו נעמען זיך אן פאר אים ווייל ענק האבן א בלינדע שנאה פאר מוסלימענער, און איינרעדענישן אז יעדע מוסלימענער האקט קעפ פון אידן, אלע דיינע פאביעס מעטשן נישט קיין נומבערס!
דיין לעצטע תגובה קלעבט נישט איין ווארט מיט צווייטן, און ס׳קומט נישט אריין דא, דיינע פלפלים מיטן אפהאקן קעפ קומט אויך נישט אריין דא! סענדער דער דייטש איז שוין לאנג געשטארבן...
נישט לאנג צוריק האבן אלע דיינע ריפובליקאנער געשריגן מיט קראקידייל טרערן אז סאדאם כוסעין גייט ממש אינטערברעגן די וועלט און אמעריקע מוז זאפארט אים סטאפן, דערווייל האט ער אינגאנצן פארמאגט אפאר קעמלעך, סהאט געקאסט די אמעריקאנע שווערע ביליאנען, צוואנציג טויזענט אמעריקאנע יונגען זענען אהיים געקומען געשעדיגט און צוהארגעט לעולם ועד, שווערע טויזענטער איראקע געשעדיגטע, אומשולדיגע קינדער זענען געהארגט געווארן פאר גארנישט, פארוואס? ווייל בהמות ווי דו מאכן פאלשע חשבונות און גייען נישט מיטן אמת!
דעס איז מיר אמעריקאנע דאמינירן די וועלט, האט באשאפן אזא ארגאנזאציע ווי אייסעס!
Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...
מאנכע טענה׳ן אזא סברא. דער פרעזידענט יר"ה (היסטאריש האט מען גענוצט די ברכה אויף פיהרער׳ס פונקט אזוי שלעכט ווי דער היינטיגע פרעזידענט) האט דא א פלאן. וויבאלד די אלע פליכטלינגען פון סיריא האבען יעצט נישט ווי צו גייען, דארפען מיר פארזיכערען זייער לעבען דארט אין סיריא, און ממילא וועט מען דארט מאכען באשיצטע ערטער און געגענטער, טאקע באשיצט דורך די אמעריקאנער מיליטער. בקיצור, אינוואדירען סיריא. נאר זיין רעפובליקאנער כאווערים קענען נישט שטיצען גלאטעהייט נאך א מלחמה, ממילא האט ער דא אנגעהויבען. מ׳טענה׳ט אז די רוסען האבען שוין מורא פון דער שריט, ווייל סיריא באלאנגט צו זיי היינט. בקיצור, אומפאראנטווארטליכעהייט זוכט דער פרעזידענט א דריטע וועלטס קריג. א גרויסען ייש"כ צו אלע זיין וויילערס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk