☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אינטערנעט און אידישקייט » מען האקט און האקט אבער אן א פלאן

מען האקט און האקט אבער אן א פלאן

90 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11260
בלאט: 1 2

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:30 pm

· #360626
מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
דער עולם האקט צוזאם אויף ר' ש"י ראבינאוויטש
אזש שיטה מקובצת האט אנגעגריפן ברבים רבי ש"י און זיך געפרייט מיט זיין צרה

די פראבלעים איז אז מען קומט נישט מיט קיין לעזונג
ד.ה. למעשה באגעגן איך מיר כסדר מיט בחורים און יוגענטליכע וואס ספראווען זיך טעגליך מיט שווערע פראבלעימען און ווערן ממש ווי רעקרוטירט דורך אייסיס צו נעמען קאר'ס און איבערפארן מענטשן
די עדיקשאן צום סמארטפאון הארגעט זיי ממש, און מען איז דא פארנימען צו מען זאל זיך יא פרייען מיט יענעמ'ס צרה צו נישט, עס איז דא וויכטיגער'ס פון דעם

ראבינאוויטש און ענליך גייען כאטש מיט א גאנג לויט זייער טראכט וויאזוי צו אפשטעלן די ניזקין, אבער די צד השני קומט נישט מיט קיין פלאן חוץ מיט רוקד זיין על הדם.

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:55 pm

· #360629
איך רעד פון יוגענטליכע און בחורים וואס איך האלט מיט ווי זיי פאלען אינגאנצען נעבעך פון אלעמען
נישט פון א איינצעלע הלכה

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:13 pm

· #360634
פארוואס גייסטו מיט קאפ און וואנט
איך רעד פון טייערע בחורים וואס זענען נעבעך צוגרינד ברוח ובגשם
פינעם "סמארטפאון"
וואס איך האב עס מיטגעהאלטען טאג איין טאג אויס,
אזעלכע אינצידענטן האט מען נישט געהערט ביז די סמארטפאון עפאכע, דאס האב איך געהערט פון פסיכיאטארן [בכלל נישט פינעם ראבינאוויטש חדר] וואס האבן קעיר גענימען פינעם קעיס,
לעב נישט אין דריעמלענד ביטע.

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:15 pm

· #360636
[ציטאט אראפגענומען]


ווען עס ווערט ל"ע נולד א פרישע מחלה האסטו שוין געהערט אמאל א דאקטאר זאגן אז אין די קרייציגלער צייטן איז מען שוין אויך געשטארבן נאך בעפאר דער מאדערנע מחלה איז ערפינדען געווארן
סאו לאדיך אפ גיי שטארב און נעם נישט קעיר
כ'גלויב נישט וואלסט געהארכט אדער געקוקט אויף אזא רופא

בן אדם » מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:16 pm

· #360637
איש את רעהו
פארוואס גייסטו מיט קאפ און וואנט

אוי פרעגסטו גוט...!

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:33 pm

· #360646
וועמענ'ס דרך איז דעס?
חז"ל במס' ב"ב
היכי דמי אי דאיכא דרכא אחריתא רשע הוא

קען זיין ביסט חלילה או"ף ד"ע..
אין חז"ל שטייט יא אז ס'א פראבלעים פין צופיל אפענקייט מעגליכקייטן
חז"ל האבן נישט געבלעימט ווער עס האט מחנך געווען דער וואס גייט אויף אפענע מעגליכקייטען צו באגעגענען רע
נאר מען האט געבלעימט דעם הולך בדרך עקש און אים אנגעריפן מיטן פאסיגן טיטל רי"ש שי"ן עי"ן.

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:37 pm

· #360648
שטיסל זעהט אויס ווי עמיצער וואס האט נאך קיינמאל נישט פון דער נאנט מיטגעהאלטן פעלער ווי בחורים פאלען אינעם עומקא דתהומא און ווערן אויס אדם און צורת אדם, א שאד אז די רעדסט אויף א ענין וואס די קענסט נישט פין די נאנט

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:14 pm

· #360653
נישט אז איך האלט אז אנאנים קען דערהערן דעם מאמר חז"ל, נאר אולי וועלן אידן קענען דאס ניצען.
אין חז"ל ב"ב שטייט אן אויסדריק וואס מען האט פריער מעתיק געווען, און פון שנת תשכ"ה ביז תשע"ז האט עס נישט געכאפט א שינוי.

און ווידער צום קעפל
מען האקט און מען האקט ווידער אויף דעם און יענעם מהלך אבער א פלאן ווערט נישט ערווענט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:27 pm

· #360655
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
שוין ווידער מיט דער פוסטע לאזונג פון איכא דרכא אחרינא.

א מענטש וואס קויפט א סמארטפאון כדי צו שיקען וואטסעפפ צו זיין זוהן אין ישיבה אין אירופה, איז ליכא דרכא אחרינא. איי, ער קען דאך שיקען א טויבעלע מיט א פארמעט געבינדען צום פוס? דאס איז נישט קיין דרכא אחרינא, דאס איז אן אנדערען עצה צוצוקומען צו אן אנדערען ציל.

א מענטש וואס קויפט א סמארטפאון צו קענען לייגען בילדער פון זיין קינדער אויף פעיסבוק און ליינען נייעס און שרייבען אויף ק"ש (נישט אייועלט, דאס איז טאקע אן עבירה) ווי אויך אנפיהלען די צייט אויפ׳ן באן צום ארבעט, האט קיין שום איסור נישט געטוהן, און דער וואס רופט איהם אן א רשע איז גאר דער עבריין. ער האט נישט קיין דרכא אחרינא צו באקומען וואס ער זוכט.

ווילסט פרעגען וויאזוי פארמערט מען די יראת שמים פון א מענטש אז ער זאל נישט זינדיגען אין איינער פון די תרי"ג מצוות, דאס איז דא פארשידענע מהלכים (שרייען פוי איז, ביזדערווייל, נישט איינער פון זיי). דער זאגט לערנען מוסר בהתפעלות, דער זאגט אן אטמאספערע פון דקדוק הדין, נאך איינער האלט א חיבור צום צדיק און ערגעץ טרעפט מען איינער וואס האלט אטענטישע אידישע מוזיק. עכ"פ מיט דרכא אחרינא האט עס נישט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:36 pm

· #360657
איכא דרכא אחרינא האב איך נישט געברענגט דן צו זיין ווען א איד מיז ניצן א סמארטפאון וואס ער זאל טון.

אנאנים האט געבויעט א קאנצעפט וואס איז מנוגד צו חכמינו ז"ל
אנאנים האלט אז מען אטאקירט דעם מחנך ווען איינער גייט אויף א וועג ווי עס איז דא זון שיין, למשל ווען א בחורל זאל אנשטאט זיצן בין כותלי בית המדרש פוסטעווען א טאג אויף כל טומאות העולם [זון שיין כפי נוסח אנאנים] קומט נישט צו זאגן עפעס פאר דעם בחור'ל נאר מען דארף אטאקירן דעם מחנך און דעם מחנך'ס מחנך ולמעלה
בדברי חז"ל מצינו להיפוך.

עס קומט נישט צום שמועס צו באניץ מיט א סמארטפאון הייסט דרכא אחרינא צו נישט.

סקרן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:02 pm

· #360665
Pls relax

יעקב מענטש » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:04 pm

· #360667
איש את רעהו
איכא דרכא אחרינא האב איך נישט געברענגט דן צו זיין ווען א איד מיז ניצן א סמארטפאון וואס ער זאל טון.

אנאנים האט געבויעט א קאנצעפט וואס איז מנוגד צו חכמינו ז"ל
אנאנים האלט אז מען אטאקירט דעם מחנך ווען איינער גייט אויף א וועג ווי עס איז דא זון שיין, למשל ווען א בחורל זאל אנשטאט זיצן בין כותלי בית המדרש פוסטעווען א טאג אויף כל טומאות העולם [זון שיין כפי נוסח אנאנים] קומט נישט צו זאגן עפעס פאר דעם בחור'ל נאר מען דארף אטאקירן דעם מחנך און דעם מחנך'ס מחנך ולמעלה
בדברי חז"ל מצינו להיפוך.

עס קומט נישט צום שמועס צו באניץ מיט א סמארטפאון הייסט דרכא אחרינא צו נישט.

הגם ס'איז זעלטן וואס איך טרעף מיך אויף איין בלאט מיט אנאנים, האלט איז אז ער האט דא א נקודה.

איך וואלט עס נישט אנגערופן א 'נייע' מהלך אין אידישקייט, איך וואלט עס אנגערופן די איינציגע מהלך אין אידישקייט.

איך בין בהחלט אנטקעגן 'אפענקייט' און די אנדערע סארט משכילישע-סטיל מושגים וואס אנאנים האלט אז מ'דארף האבן אין יארע 2017.

אבער איך בין יא פאר 'חינוך', אנשטאט זיך צו פארלאזן אויף isolation וואס האט אמאל געארבעט און ווערט מער און מער אוממעגליך, וואלט מען זיך געדארפט פארלייגן אויף education מחנך זיין אונזערע קינדער צו אהבת תורה ומצוות, אזא מין חינוך וואס וואלט זיך געהאלטן אפי' ווען ער זאל ווען גיין אין פאבליק סקול, נישט ער זאל אלעס פארלירן איינמאל ער קומט אין בארירונג מיט די אלגעמיינע גאס.

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:07 pm

· #360668
[ציטאט אראפגענומען]

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:11 pm

· #360670
יעקב מענטש
איש את רעהו
איכא דרכא אחרינא האב איך נישט געברענגט דן צו זיין ווען א איד מיז ניצן א סמארטפאון וואס ער זאל טון.

אנאנים האט געבויעט א קאנצעפט וואס איז מנוגד צו חכמינו ז"ל
אנאנים האלט אז מען אטאקירט דעם מחנך ווען איינער גייט אויף א וועג ווי עס איז דא זון שיין, למשל ווען א בחורל זאל אנשטאט זיצן בין כותלי בית המדרש פוסטעווען א טאג אויף כל טומאות העולם [זון שיין כפי נוסח אנאנים] קומט נישט צו זאגן עפעס פאר דעם בחור'ל נאר מען דארף אטאקירן דעם מחנך און דעם מחנך'ס מחנך ולמעלה
בדברי חז"ל מצינו להיפוך.

עס קומט נישט צום שמועס צו באניץ מיט א סמארטפאון הייסט דרכא אחרינא צו נישט.

אבער איך בין יא פאר 'חינוך',
אנשטאט זיך צו פארלאזן אויף isolation וואס האט אמאל געארבעט און ווערט מער און מער אוממעגליך, וואלט מען זיך געדארפט פארלייגן אויף education מחנך זיין אונזערע קינדער צו אהבת תורה ומצוות, אזא מין חינוך וואס וואלט זיך געהאלטן אפי' ווען ער זאל ווען גיין אין פאבליק סקול, נישט ער זאל אלעס פארלירן איינמאל ער קומט אין בארירונג מיט די אלגעמיינע גאס.


א מיליאן פראצענט אז בזמנינו איז וויכטיגער מער פון אייביג דאס בויען די קינדער און שטארק מאכן זייער אידישע יסודות און מהלך החיים
דאס נעמט נישט אוועק פון דברי חז"ל וואס רירן זיך נישט פון ארט פאר הויכע עליטע און עלאקוואנטע שפיציגע דברי חכמה.

החוקר » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:21 pm

· #360673
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
במחילת כבודך הרמה, מיין איך אז די מאכסט א שטיקל קוגל מיט נאר צוויי באשטאנדטיילן, "סמארטפאון", "אפפארן", יעדע טייערע בחור'ל וואס פאלט נעבעך, איז א מיליאן פראצענט דא נאך סיבות, און ווי @אנאנים האט ערווענט לגבי אידישקייט בכלליות איז דא אזוי, אז מען קען אמאל נישט באמערקן די קלענערע שינויים.
איז נאריש ווען מען וויל דערגיין וויאזוי צו פארעכטן, זיך צו נעמען איבער איין פרט, ווייל פונקט ווי למטה האט איינס געברענגט די צווייטע, אזוי ארבעטן עס למעלה אויך. לאמיר דיר פרעגן, רוב היימישע רבנים און עסקנים האקן אויף אינטערנעט אפילו פאר בעלי בתים, פארוואס האט דער בחור בכלל א סמארטפאון? אויב שוין יא פארוואס האט ער נישט קיין פילטער, אויב איז ער געווען וואויל און פיין פארדעם? איך קען פערזענליך עטליכע עלטערע בחורים (אדער געוועזענע) וואס האבן נישט די סמארטפאון לצורך פרנסה, , און זיי האבן פילטער'ס מיט דעם אלעם.
היוצא לנו מזה, די סמארטפאון איז כמעט קיינמאל די אנהויב, און אפילו ווען יא איז די חינוך טיילמאל שילדיג, וויל כהיום ווען א בחור וועט אריינגיין צו גדר/משומר אז ער וויל א פילטער, וועט מען אים זאגן אז אונזערע רבנים לאזן בחורים נישט האבן קיין סמארטפאון, וואס מיינסטו וועט ער טון, צוריקטראגן די פאון צו ווערייזאן?

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:27 pm

· #360676
בחורים מיט פראבלעימען זענען אלץ געווען, נאר פראבלעימען זאל זיך ענדיגען אזוי פאטאל איז קלאר צו פארדאנקען די סמארטפאון עפאכע.

יעצט צו מען דארף און מען איז מחוייב צו טון פאר יסודות'דיגע חינוך מער, איז בלי ספק אז מען דארף. אבער פארלייקענען כאילו דער סמארטפאון איז גארנישט נאר בלויזע זו"ן שטראל"ן איז דעניי''ד פאקטן.

החוקר » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:34 pm

· #360677
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
די סמארטפאון איז נישט שילדיג ווען אלעס קלאפט ווען. א בחור וואס הייבט אן פאלען, און די וואס פארען זיך מיט אים זעען ער זאל האבן א פילטער, אויספילן א סדר היום וכדו', וואס איז ער אנדערש פון אנדערע וואס האבן אפס און דאונס.

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:38 pm

· #360679
הייסטעס די מחנך איז שולדיג פארוואס דער בחור איז אויסגעשטעלט צום סמארטפאון וכל תועבות העולם.

אין חז"ל שטייט אז ווען א בחור קען גיין דורך א מקום ווי זיינע אויגן זאלן נישט זען שלעכט און ער גייט יא דארט ווי עס איז דא פראבלעימען
האלט מען נישט פאר דעם מחנך פארוואס ער שטעלט אים נישט צו צו קענען גיין אפילו במקום ווי עס איז דא ליכט שטראלן
נאר מען רעדט צום בחור מיט 3 אותיות.

קאצקע ציקער » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:41 pm

· #360680
איש את רעהו לייג שנעל אוועק דיין סמארט פאן די משגיח קימט שוין 😉

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:43 pm

· #360681
צוריק צום פתיחה
אפגעזען יא דרכא אחרינא נישט דרכא אחרינא
דער איז שולדיג יענער איז שולדיג
צו האקן אויף א 2'טען פלאן ווען די קענסט נאר טאנצן אויף יענעמ'ס בלוט און נישט ארויסשטעלן א נארמאלע פלאן האט נישט קיין זין.

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:44 pm

· #360682
קאצקע ציקער
אוועק דיין סמארט פאן די משגיח קימט


דערווייל ניץ איך נאר דעם משגיח'ס קאמפיוטער אין זיין אפיס ער האט א גיטע פילטער ב"ה

החוקר » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:56 pm

· #360686
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
איש את רעהו
הייסטעס די מחנך איז שולדיג פארוואס דער בחור איז אויסגעשטעלט צום סמארטפאון וכל תועבות העולם.

אין חז"ל שטייט אז ווען א בחור קען גיין דורך א מקום ווי זיינע אויגן זאלן נישט זען שלעכט און ער גייט יא דארט ווי עס איז דא פראבלעימען
האלט מען נישט פאר דעם מחנך פארוואס ער שטעלט אים נישט צו צו קענען גיין אפילו במקום ווי עס איז דא ליכט שטראלן
נאר מען רעדט צום בחור מיט 3 אותיות.


די מישט אויס ריאליטעט מיט לכתחילה, וואס זאל א משגיח טון אויב דער בחור רעדט לשון הרע, געבן א קאמפלימענט? איך זאג נישט אז מחנכים זאלן טיילן סמארטפאונס, אבער ווען א בחור האנדעלט איינס איין, איז נישט דרכא אחרינא צו זאגן האב נישט, ווייל עס גייט נישט פאסירן, נאר מען דארף זען ער זאל האבן א פילטער, און דאס אז א מחנך זעט נישט איין ריאליטעט איז די פראבלעם וואס מען דארף טוישן.

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 4:06 pm

· #360688
אין ריאליטעיט
אויב הרב פינצקאסקי דער משגיח בה''א הידוע פינעם בארימטען ישיבה אין האציפלאצען נעמט ארויס דעם בחורל יודל ווערנער צום טע"ג אפיס און בארעכטיגט אים דאס צו האבן , געב עס א 2 3 חדשים און אלע אריבער 10 טויזענט בחורליך האבן סמארטפאונ'ס
יתכן אז די האלטסט דאס איז די לכתחילה'יגע דרך

החוקר » מיטוואך יאנואר 25, 2017 4:18 pm

· #360693
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
די האלטס אויך אז טאמער א בחור'ל איז נישט געמאכט צו זיין בין כותלי ביהמ"ד, און הרב פינצקאסקי שאפט אים א דזשאב, ביז 2-3 חדשים גייען אלע 10,000 בחורים האבן שמוציגע דזשינס?
You see, that the problem.
אונזער חינוך איז איין באקסעדיגע פרעים, און יעדער מוז בהכרח אריין פאסן, איינער וואס הייבט אן ארויספאלן דא דארט, איז א לאסט קעיס, מיר געבן נישט קיין אויסוואל.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 25, 2017 4:21 pm

· #360694
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
דו האסט געגרעפסט דיין עמהארצות פון דרכא אחרינא בשעת אז דער מידנעסטע שייכות האט עס נישט געהאט. יעצא אדער זיי מודה אדער זיי מסביר. דרכא אחרינא מיינט נישט צו אן אנדערען ציל, דרכא אחרינא איז נישט קיין וועג פון חינוך און דרכא אחרינא איז, דוכט זיך, נישט געפסקנ׳ט להלכה.

אנדערע האבען געברענגט א מהלך, נאר דו נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 4:22 pm

· #360695
החוקר
די האלטס אויך אז טאמער א בחור'ל איז נישט געמאכט צו זיין בין כותלי ביהמ"ד, און הרב פינצקאסקי שאפט אים א דזשאב, ביז 2-3 חדשים גייען אלע 10,000 בחורים האבן שמוציגע דזשינס?

בכלל נישט
זייער אסאך בחורים וואס איך קען
באקומען היינט אפישעל העלפ צו האבן א דזשאב, ווייל די מחנכים פארשטייען אז דאס איז בעסער פאר זייער סיטואציע
אבער מאכן מיט הרב פינצקאסקי'ס סטעמפל א הכשר פאר א בחור צו פארברענגען מיט א סמארטפאון וועט עס ווערן אין נאו טיים א נחלת הכלל פין יעדן בחור לכתחילה.

החוקר » מיטוואך יאנואר 25, 2017 4:37 pm

· #360697
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
ביטע פארגעב מיר, מיין מוח קטן כאפט נישט אויף די דקות'דיגע חילוק פון געבן א דזשאב פאר בחור צו געבן א פילטער. געדענק! איך רעד נישט פון צורעדן א בחור צו נעמען סמארטפאון ער זאל נישט גיין ליידיג, איך רעד פון געבן א פילטער ער זאל נישט פאלן אזוי טיף ווי די רעדסט.

החוקר » מיטוואך יאנואר 25, 2017 4:40 pm

· #360698
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
ליטוואק פון בודאפעסט
דו האסט געגרעפסט דיין עמהארצות פון דרכא אחרינא בשעת אז דער מידנעסטע שייכות האט עס נישט געהאט. יעצא אדער זיי מודה אדער זיי מסביר. דרכא אחרינא מיינט נישט צו אן אנדערען ציל, דרכא אחרינא איז נישט קיין וועג פון חינוך און דרכא אחרינא איז, דוכט זיך, נישט געפסקנ׳ט להלכה.

אנדערע האבען געברענגט א מהלך, נאר דו נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

די מיינסט מיר? טאמער יא האב איך נישט פארשטאנען.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 25, 2017 5:16 pm

· #360700
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
ניין, איך מיין דער חכם פותח האשכול
האסט געהאקט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

גר ותושב » מיטוואך יאנואר 25, 2017 5:54 pm

· #360704
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
די טענה אויף ראבינאוויטש איז אז ער האקט אקעיגן געפילטערטע סמארטפאונס אויכט, ער מאכט א קישקע פון ערלכע אפגעהיטענע יודן וואס האבן געבלאקטע פאונס צו געפילטערטע פאונס, און די יודן וואס האבן נישט א פילטער און ער לייגט זיי אלע אריין בדמיון און א שאול תחתית טשולנט אז אלע פון זיי זענען גרויסע בעלי עבירות וואס לא ימוש מעיניהם צורת אשה און ממילא איז יעדער וואס האט א סמארט פאון א שגץ. למעשה גייט ער מיטן קאפ און וואנט אריין ווייל די רבנים זענען דאך מתיר לצורך פרנסה מיט א פילטער די איינציגסטע זאך וואס ער טוט אויף איז אז א יונגערמאן וואס פרובירט צו זיין ערליך און וואלט ווען געלייגט א פילטער אויף זיין פאון פילט עס מער נישט פאר וויכטיג ווייל ער איז ממילא א שגץ.

די איינציגסטע לעיזונג וואס איז דא איז צו פירן א שטארקע מערכה אקעיגן א אומגעפילטערטע פאון.

אז א בחור האט א סמארט פאון איז די עצה אז זאל מען ארויף לייגען א שטארקע פילטער אויף דעים און עים צושטעלן א מורה דרך וואס זאל עים האלטן אין די ראמען די עצה איז נישט עים צו באשייגעצן און ארויס ווארפן און נאכדעים שרייען אז די סמארט פאון איז שולדיג

moshav zekeinim » מיטוואך יאנואר 25, 2017 10:28 pm

· #360738
טאמער נעמסטו שוין חז"ל'ן ארויס פון פראפארציע, לאמיר דערמאנען די ימים טובים פון מגילת תענית און דער מאמר "עתידין ישראל דעבדי יומא טבא כי חרבי תרמוד". יבמות י"ז.

און לאמיר דערמאנען א רמב"ם:
ואלו הן שאין להן חלק לעולם הבא אלא נכרתים ואובדין ונידונין על גודל רשעם וחטאתם לעולם ולעולמי עולמים...:
-מטילי אימה על הצבור שלא לשם שמים
-בעלי לשון הרע...


נאך א רמב"ם:
עשרים וארבעה דברים מעכבין את התשובה.
-החולק עם גנב
-המוצא אבידה ואינו מכריז עליה
-האוכל שוד עניים ויתומים ואלמנות
-האוכל מסעודה שאינה מספקת לבעליה
-המשתמש בעבוטו (משכן) של עני
-המתכבד בקלון חברו
-החושד כשרים
-רכילות.
-לשון הרע.
-בעל חמה
.

נאך א רמב"ם וואס רעכנט פיר און צוואנציג זאכן העובר יהא בנידוי:

א' המבזה את החכם אפילו לאחר מותו.
ב' המבזה שליח ב"ד.
ג' הקורא לחבירו עבד.
ה' מי ששלחו לו בית דין וקבעו לו זמן ולא בא.
ו' מי שלא קבל עליו את הדין
ז' מי שיש ברשותו דבר המזיק שיסור הנזק.
ח' המוכר קרקע שלו לנכרי מנדין אותו
ט' המעיד על ישראל בערכאות של עכו"ם והוציא ממנו ממון בעדותו שלא כדין
י"ב העושה מלאכה בערב פסח אחר חצות.
ט"ו המביא את הרבים לידי חילול השם.
ט"ז המחשב שנים וקובע חדשים בחוץ לארץ.
י"ז המכשיל העיור.
כ' טבח שלא הראה בדיקת סכינו לחכם.
כ"א המקשה עצמו לדעת.
כ"ג חכם ששמועתו רעה.
כ"ד המנדה למי שאינו חייב נדוי.


דער חובת הלבבות שרייבא אז דער קלענסטער עברה וואס מען טוט בקביעות ונכרתה הנפש ההוא. אט איז זיין לשון:
ההתמדה בחטא מורה על בזותו דבר האלקים, ושהוא מיקל במצותיו והזהרתו ומזמן עצמו לענשו, ובו נאמר והנפש אשר תעשה ביד רמה ונכרתה הנפש ההיא מעמיה, כי דבר ה' בזה ואת מצותו הפר, ועוד כי ההתמדה על החטא אם כי היא קטנה, הולכת וגדלה בהתמדתו עליה חובת הלבבות שערי תשובה פ"ז.

א רשע ווערט אין גמרא אנגערופן
המרים יד על חברו
העומד מאחורי בית הכנסת כאשר הציבור מתפללין ואינו מחזיר את פניו לבית הכנסת (ברכות ו').
הנודר נדרים (מסכת נדרים).

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 10:55 pm

· #360741
איך האב ווייניג געהערט דעם ראבינאוויטש
אבער פון דא אין ק"ש קוקט אויס אז ער האט גאר א מאכטפולע כח אויפן עולם
עס איז א פלא ווי א איינצעלע מענטש אהן א פאזיציע און שטעלע איבער א ציבור, זאל קענען אזוי שטארק משפיע זיין א מיינונג אויף אנדערע.

החוקר » מיטוואך יאנואר 25, 2017 10:59 pm

· #360742
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
ווי זעסטו אז ער איז משפיע, דאס אז מען רעדט אסאך פון אים איז וועגן ער איז קאנטראווערסיאל, לדוגמא, אויב רעדט מען אסאך פון העלבראנץ ממינט עס אז ער האט א גרויסע השפעה.

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 11:01 pm

· #360743
החוקר
ווי זעסטו אז ער איז משפיע, דאס אז מען רעדט אסאך פון אים איז וועגן ער איז קאנטראווערסיאל,
לדוגמא, אויב רעדט מען אסאך פון העלבראנץ ממינט עס אז ער האט א גרויסע השפעה.

מען זעהט זעלטן אזא האס און ווייטאג אויף א יחיד
קוקט אויס אז ערגעץ קומט ער אן

גאנצל » מיטוואך יאנואר 25, 2017 11:08 pm

· #360744
נו לאמיר איבערגיין

ראבינאוויטש האט יא א פלאן

ראבינאוויטש האט עפעס זעלטענע כוחות משפיע צו זיין

און איך האלט נאך אלס ביי א'

@איש את רעהו זעהט נאך אלס ערליכע בחורים פאלן יעדן טאג אין שאול תחתית

אי הכי וואס איז שוין ווערט זיין פלאן ?????

גאנצל » מיטוואך יאנואר 25, 2017 11:14 pm

· #360745
@ליטוואק האבן א סמארטפאון אן א פילטער גייט יא אריין בדרך אי איכא דרכא אחרינא ?

moshav zekeinim » מיטוואך יאנואר 25, 2017 11:16 pm

· #360746
איש את רעהו
החוקר
ווי זעסטו אז ער איז משפיע, דאס אז מען רעדט אסאך פון אים איז וועגן ער איז קאנטראווערסיאל,
לדוגמא, אויב רעדט מען אסאך פון העלבראנץ ממינט עס אז ער האט א גרויסע השפעה.

מען זעהט זעלטן אזא האס און ווייטאג אויף א יחיד
קוקט אויס אז ערגעץ קומט ער אן


און אז ער קומט אן אנצודרייען א אנדרלמיסיא איז וואס?
וואס ווילסטו ארויס ברענגען דערמיט?

moshav zekeinim » מיטוואך יאנואר 25, 2017 11:18 pm

· #360747
און טאמער פרעגט מען אויף א פלאן, דער פלאן איז א ראבינאוויטש זאל זיך צו מאכן זיין פיסק און לאזן דעם עולם מנוחה.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 25, 2017 11:35 pm

· #360752
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
גאנצל
@ליטוואק האבן א סמארטפאון אן א פילטער גייט יא אריין בדרך אי איכא דרכא אחרינא ?

טאמער ער קען דערגרייכען זיין ציל פונקט אזוי מיט א פילטער ווי אן א פילטער, און ס׳איז לייכט צו באקומען א פילטער, הייסט׳ס איכא דרכא אחרינא. דאס מיינט נישט אז דער וועלט איז געקומען צו א סוף און ער איז שוין נישט מצטרף למנין צו כשר לעשות. ס׳איז נאר אז ער האט נישט געטוהן וואס ער האט געדארפט. נישט ערגער פון דער וואס דאווענט נאך זמן תפלה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 12:19 am

· #360757
כ'האב נאך קיינמאל נישט געזען קיין איינער פון די נוטרי ברית ווי ראבינאוויטש זאלען זיך איינשפארען אין די בעק פון א קארגא ווען ווילאנג ס'איז נאך אין א גאראדזש אין אזוי ארויספארן פון ברוקלין ווען ער דארף אנקומען קיין קרית יואל כדי נישט עובר צו זיין אויף אי איכא דרכא אחרינא. און די זעלבע זאך און עירפארטס אדער פודסטעמפ אפיסעס ואביזרייהו. אדער איז דא די גאר גרויסע גוטע יודען מיט פארמאכטע אויגען וואס לאזען זיך פירען פין אנדערע וואס דארפען ליידער קוקען אויף די זוהמא פון די טריפה'ענע גאס, אין אנדערע ווערטער זיי נוצען יענעם'ס נשמה זיך ציווישען זייער אייגענע טומאת וואס קומט אונטער.

העכסט צייט צו אויפהערען מיט פארדרייען דברי חז"ל. אי איכא דרכא אחרינא מיינט אז מ'דארף טוהן וואס מ'קען אז מ'זאל זיין אפגעהוטען און נישט אז מ'דארף זיין אפגעהאקט פון דער וועלט און די אלע וואס טייטשען עס אפ אזוי זענען די מלעיגים אויף דברי חז"ל דורך אפמאלן אונזערע תנאים און אמוראים ווי פשוטע משוגעים ל"ע און די מלעיגים פארדינען זיך ערליך די אלע ברכות פון די אפיקורסים אין פרק חלק.

החוקר » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 12:52 am

· #360760
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
איש את רעהו

מען זעהט זעלטן אזא האס און ווייטאג אויף א יחיד
קוקט אויס אז ערגעץ קומט ער אן

א מינוט א מינוט, פאוואליע, איך זעה נישט קיין האס און ווייטאג, איך קוק אים אן ווי א צופלויגענע נשמה וואס איז נישט געווען ביים טיילן... איי קולדנט קעיר לעסס, און די מענטשן וואס איך קען קוקן אים אן בערך די זעלבע.
אבער נניח אז דער עולם שימפט און שעלט, און ער ווייטאגט יעדן עד דכדוכה של נפש, איז וואס, די וועלט זאגט טאקע, אז דער הונט בילט איז א סימן אז די שטיין איז געלונגען, דאס מיינט נישט אז "מען קומט ערגעץ אן", א חוץ אויב די גאנצע מטרה איז די שטיינער ווארפעריי.


Sent from my Nexus 6 using Tapatalk

cictim » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 1:07 am

· #360762
הגדרת 'דרכא אחרינא'
נדגיש, שאין הכוונה למכשירים ללא סינון ח"ו, מאן דכר שמייהו. הדברים כאן מתייחסים אך ורק למכשירים עם סינון ראוי. האווירה הרווחת כיום היא שאף מכשירים אלו הינם בגדר של ברירת מחדל, ורבים מצטטים שאסורים כדין 'איכא דרכא אחרינא', ועל כך יש לדון ולברר את הדבר מבחינה הלכתית כדלהלן:
סוגיא דדרכא אחרינא מובא בגמרא בבא בתרא (דף נ"ז:), בה מבואר שכאשר אדם רוצה לעבור בדרך מסויימת שיש שם חשש מכשול – אי 'איכא דרכא אחרינא' — דהיינו: אם יש עוד דרך להגיע אל יעדו -- והוא בוחר ללכת בדרך המכשולות, רשע הוא והנה שם אין מפורש מהו גדר דרכא אחרינא,
האם מיירי גם באופן שהדרך האחרת ארוכה יותר או קשה יותר ולמעשה, אין שום ראיה מהגמרא לאסור גם בכה"ג מדין 'איכא דרכא אחרינא' ולחייבו ללכת בדרך הארוכה או הקשה. אף בראשונים שם בסוגיא לא נמצא דין כזה. וזה בוודאי דין שאי אפשר לבדותו מליבנו ולומר שאף באופן שאדם נזקק לדרך זו, ויותר ניקל לו ללכת בה, הרי זה גם נכלל בגדר "איכא דרכא אחרינא". בפסקי מרן הגר"נ קרליץ שליט"א בהלכות יחוד פסק הלכה למעשה, שהחובה ללכת בדרכא אחרינא היא כשיש דרך אחרת שאינה ארוכה או קשה יותר.
ראוי להזכיר את דברי מרן פוה"ד הגר"מ פיינשטיין זצ"ל באה“ע סי‘ נ"ו שם מתייחס בבהירות לשאלהזו. הגר"מ מצטט את הגמרא בה מבואר שכאשר אדם רוצה לעבור בדרך מסוימת שיש שם חשש מכשול - אי איכא דרכא אחרינא והוא בוחר לילך בדרך המכשולות רשע הוא, ואי ליכא דרכא אחרינא אנוס הוא. והקשה הגר"מ על דין זה שאם אין לו דרך אחרת מותר מפני שהוא 'אנוס': ותמה 'ומה בכך שליכא דרכא אחרינא', הרי הוא עובר על אחד משלוש עבירות החמורות, שהן 'אביזרייהו דג"ע' ואם כן, מה שייך כאן טענת אונס, הרי הן בגדר של יהרג ואל יעבור? ואיך מותר לו לילך כלל למחוז חפצו? הרי עדיף שיישאר בביתו? ואם משום שצריך להתפרנס ולעבוד ושאר צרכיו, מה בכך? הרי אונס ממון הוא, ואינו דוחה שאר איסורים???
אלא מסיק הגר"מ דעל כרחך צריך לומר דכיוון שאין כאן איסור ממש אלא חשש שיבוא לידי הרהור, והוא הרי הולך באופן היתר - לצורך פרנסתו וכדו', אם כן אינו מחויב לחשוש שיבוא לידי איסור ולהפסיד ממונו ושאר צרכיו. על כן יכול לילך לדרכו ומן השמים יסייעו בעדו. ומדבריו מבואר להדיא שהיה פשוט לו בפירוש הגמרא בסוגיית 'איכא דרכא אחרינא' שאין שום מקום לאסור אדם מלכת לחפציו ולצרכיו מפני חששות וכו'. וכפי שכבר הזכרנו שאין מקום לומר על חפץ שהוא חפצא דאיסורא כשאין בו איסור ממש אלא אפשר לבוא על ידו לחששות, וכנ"ל.
כאן יודגש שבאמת אין מקום להקל במי שמשתמש במכשיר לצורך שטויות והבלי הזמן בעלמא, שאז ייתכן שנכלל בגדר 'איכא דרכא אחרינא'. אנו עוסקים במי שצריך את המכשיר לצרכים אמיתיים בחייו.

<a class="postlink" href="http://forum.otzar.org/forums/viewtopic.php?f=51&t=31081">http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 51&t=31081</a>

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 3:03 am

· #360770
און אז מען רעדט שוין פון שארפע לשונות פון חז"ל, לאמיר דערמאנען נאך א פאר (טייל גענומען פון מהר"ץ חיות):

שבעה אין להם חלק לעולם הבא
ואלו הן:
לבלר,
וסופר,
וטוב שברופאין,
ודיין לעירו,
וקוסם,
חזן,
(אבות דר' נתן)

ר' יוחנן בן נורי היה אומר המנענע קולו בשיר השירים (בתוספתא הוסיף: בבית המשתאות ועושה אותו כמין זמר) והלוחש על המכה, והרוקק על המכה ואומר "כל המחלה" וגו' אין לו חלק לעולם הבא (בדומה לר' עקיבה בסנהדרין הלוחש על המכה).

-רבי מאיר אומר: כל שיש לו בית המדרש בעירו ואינו הולך לשם, אין לו חלק לעולם הבא.

-רבי עקיבא אומר: אף מי שאינו משמש לתלמידי חכמים אין לו חלק לעולם הבא.

-ר' עקיבא אומר, אף הקורא בספרים החיצונים אין לו חלק בעולם הבא. סנהדרין.

-הפורק עול והמיפר ברית והמגלה פנים בתורה אין להם חלק לעולם הבא. תוספתא סנהדרין:

-כל המניח את ארץ ישראל בשעת שלום ויוצא כאילו עובד עבודת כוכבים (תוספתא ע"ז).

-כל המבזה את המועדות כאילו עובד עבודה זרה.

-כל המשמש מיטתו ליום תשעים כאילו שופך דמים.

-כל המעלים עיניו מן הצדקה כאילו עובד עבודה זרה".

-כל הכועס כאילו עובד עבודה זרה אם שבר כלי בחמתו.

-כל המתגאה כאילו עובד עבודה זרה, וכאילו כפר בעקר וכאילו בא על כל העריות שבתורה (סוטה ד:).

-כל אדם שיש בו עזות מצח, לסוף נכשל באשת איש והגשמים נעצרים על ידו (תענית ז:).

-המספר לשון הרע כאילו עבר על שלש עבירות היותר חמורות, היינו עבודה זרה, גילוי עריות ושפיכות דמים (ירושלמי).

-החונף מביא 'אף' בעולם, ו"עובַּרין במעי אמן מקללין אותו" (סוטה מא:).

-כל הנהנה מצרי העין עובר בלאו" (סוטה לח:).

-כל שאינו מְלוה את חבירו בדרך כאילו שופך דמים (סוטה מו:).

-כל בית שאין דברי תורה נשמעים בו בלילה - אש אוכלתו

-כל המשייר פתיתים על שלחנו - כאילו עובד עבודה זרה

-כל המחליף בדיבורו - כאילו עובד עבודה זרה (סנהדרין צב.).

-כל שאינו מבקר את החולה, כאילו שופך דמים (נדרים).

-כל מי שאינו עוסק בפריה ורביה כאילו שופך דמים (יבמות)

-המורה הלכה בפני רבו חייב מיתה.

-תלמיד חכם שנמצא רבב על בגדו חייב מיתה

החוקר » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 3:23 am

· #360771
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
moshav zekeinim
המספר לשון הרע כאילו עבר על שלש עבירות היותר חמורות, היינו עבודה זרה, גילוי עריות ושפיכות דמים (ירושלמי).

איז עס דאך אזוי הארב אויב נישט הארבער ווי א סמארטפאון.

עסקנים געזוכט צו עפענען א מויל פילטער קאמפאני, יעדער וועט דארפן דאונלאודען א עפפ, און יעדעס מאל פאר איינער וויל רעדען, וועט מען דארפן שיקן די ווערטער דורך די עפפ און טעקנישאנס וועלן עס דורך קוקן אויב עס איז א כשר'ע קאטאגאריע, און נאר אזוי וועט מען עס דורכלאזן.

איש את רעהו » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 7:16 am

· #360774
החוקר
איש את רעהו

מען זעהט זעלטן אזא האס און ווייטאג אויף א יחיד
קוקט אויס אז ערגעץ קומט ער אן

א מינוט א מינוט, פאוואליע, איך זעה נישט קיין האס און ווייטאג,

Sent from my Nexus 6 using Tapatalk

שרייבן אן ארטיקל זיך צו פרייען מיט יענעמ'ס צרה און כאפן א רקידה אויף אויסגעגאסענע בלוט קומט פון א לופט וואס איז זייער פארווייטאגט און פיל מיט האס אויפן באטרעפענדן, דאס קומט אויווען אויף פון די השפעה וואס זיינע רעדעס טראגן.

איש את רעהו » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 7:25 am

· #360775
גאנצל

און איך האלט נאך אלס ביי א'

@איש את רעהו זעהט נאך אלס ערליכע בחורים פאלן יעדן טאג אין שאול תחתית

אי הכי וואס איז שוין ווערט זיין פלאן ?????

@גאנצל
די אשכול איז נישט געשריבן איבער וועלכע פלאן איז אפעקטיוו
די פלאן פין ראבינאוויטש קוקט אויס אז עס ברענגט א גרויסע האס און ווייטאג ביי אסאך מענטשן צוליב וואס עס איז א מהלך וואס וועט לכ' אויסשטעלן אז תש"פ-תש"צ יארן וועט נאך נישט זיין באקוועם 100 פראצענט זיך איבעראל צו דרייען מיטן סמארטפאון און וועט נישט זיין ממש ווי א קאר באניץ, טראץ וואס דער איד איז א איינצעלע מענטש וואס רעדט ,האט עס סאם האו אנגעדרייט א רוח ביי גאר אסאך, עכ"פ אזוי קוקט אויס דא אין ק"ש
צו זיין פלאן איז אפעקטיוו האב איך נישט קיין מושג

אבער האקן און האקן אויף אים אן קומען מיט א 2טע פלאן לפחות, אין א צייט ווען עס איז וויכטיג צו טון עפעס, איז עס גענוי די זעלבע אויסקוק ווי @מושב וואס שטייט און ברענגט פילע מאמרי חז"ל און האט נישט קיין מושג אז דא רעדט מען פון א פראבלעים אז פילע פין אינזערע ברידער און שוועסטער ווערן טעגליך אנשטעגיג מיט ביטערע קאנסעקווענצן פין די סמארטפאונ''ס
אין א צייט ווען עס פאלן מענטשן צום טויט און שטיין און האקן סתם מאמרי חז"ל וואס האבן נישט צום ענין, אהן ברענגן עפעס אן אפעקטיוו און זאכליכע פלאן האט נישט קיין זין.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:36 am

· #360779
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
איך גלייב נישט אין די ביטערע קאנסעקווענצען. אין סקווער האט מען נישט קיין סמארטפאונ׳ס און זיי האבען מער א.ט.ד. ווי סיי וועמען.

בחורים זע׳ען איין אז אך שקר נחלו אבותינו, און מ׳גיט זיי נישט קיין אמת׳ר אידישקייט. דעריבער גייט ער עפעס זוכען, והדברים עתיקין. דאס נוצען שקר צו באקעמפען דער אינטרנט, איז ווי גיסען גאזאלין אויף א פייער איהם צו פארלעשען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שמערל » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:40 am

· #360780
ליטוואק פון בודאפעסט
גאנצל
@ליטוואק האבן א סמארטפאון אן א פילטער גייט יא אריין בדרך אי איכא דרכא אחרינא ?

טאמער ער קען דערגרייכען זיין ציל פונקט אזוי מיט א פילטער ווי אן א פילטער, און ס׳איז לייכט צו באקומען א פילטער, הייסט׳ס איכא דרכא אחרינא.


מער מסתבר אז האבן א פילטער הייסט עוצם עיניו מראות ברע וואס מען הייסט פארדעם א צדיק אבער מ'איז נישט מחוייב על פי דין.

moshav zekeinim » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 10:19 am

· #360790
איש את רעהו
דא רעדט מען פון א פראבלעים אז פילע פין אינזערע ברידער און שוועסטער ווערן טעגליך אנשטעגיג מיט ביטערע קאנסעקווענצן פין די סמארטפאונ''ס
אין א צייט ווען עס פאלן מענטשן צום טויט

עס איז שוין צייט אז דו זאלסט איינזעהן אז עולם דא האלט נישט אז א סמארטפאן איז דער עכטער גורם צו די ביטערע קאנסעקווענסן פון וואס דו רעדט.

סתם איבערזאגן נאכאמאל און נאכאמאל אז סמארטפאון ברענגט ביטערע קאנסעקווענצן מאכט נישט דיין ארגומענט שטארק. פאקטיש זעהט מען אין די מאדערן ארטעדאקס וועלט מענטשן מיט סמארטפאון'ס און עס איז נישטא קיין ביטערע קאנסעקווענסן.

לאו עכברא גנב, חורי גנב, די ליידיגקייט וואס עס הערשט. ראבינאוויטש פארגרעסערט נאר דעם לאך און דעם שפאלט צווישן מציאות און קנאות. ער מאכט פשוט שווערער צו קענען הענדלען דעם סמארט פאון און דער גאנצער מציאות'דיגער לעבן אויף א געזונטער וועג.

און איך פארשטיי נישט פארוואס דו האלסט אז דאס אז ראבינאוויטשעס רידעריי האט אן השפעה מאכט זיינע פעולות פאזיטיוו. צו פעלט דען רידערערס אין די וועלט מיט השפעה?

דער מענטש איז א וויסטער קנאי און פארשטייט נישט צום דור, ער זייט בלויז אן חורבונות.

החוקר » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 10:19 am

· #360791
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
איך האב שוין לאנג געקלערט אז די איכא דרכא אחרינא לאזונג ברויך א בירור, לאמיר זאגן אז 1st Ave האט פראבלעמען אבער 5th Ave איז גיט, איז דער וועג וויאזוי רוב מענטשן זעען די ד"א ביי א סמארטפאון, אז מיט די פילטער (אדער אן א סמארטפאון בכלל) איז גלייך צו די אויסגעהאלטענע 5th Ave, און אן א פילטער אדער אינטערנעט בכלליות איז א פראבלעם, איך מיין עס מער גלייך צו פארגלייכן די אינטערנעט צו גאנצע וועלט, קיינער האט נישט קיין קלער אז זיך אריינזעצען אין א קאר צו פארן צו א געשעפט איינקויפן איז א שאלה פון ד"א ווייל מען קען פארן צו א בית זונה, אדער אז מען מעג נאר פארן סיי ווי מיט נאך איינעם פאר שמירה, דאס איז אבסורד, די זעלבע דא אויך, פשוט וויל איך "קען" גיין ערגעץ ווי איך זאל נישט, ווערט עס נאך נישט ד"א. דאונט געט מי ראנג, לייגן א פילטער איז זייער חשוב און גוט, אז מען קען מה טוב ומה נעים, אבער אפילו ווען נישט זע איך נישט ד"א.
בלאט: 1 2