מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
90 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11260
כפירה איז נישט ערלויבט!
אחראי
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
עפ"ל
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
איש את רעהוקאצקע ציקעראוועק דיין סמארט פאן די משגיח קימט
דערווייל ניץ איך נאר דעם משגיח'ס קאמפיוטער אין זיין אפיס ער האט א גיטע פילטער ב"ה
וועלכע 'גוטע' פילטער לאזט דורך קאווע שטיבל???
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
דער תיקון וואס אנאנים שלאגט פאר איז גאנץ א פשוטע מהלך.
'מאך נישט יענעם ענג, וועט ער נישט זיך מוזן פארברייטערן'.
די סיסטעם זאגט אז 'יעדער' בחור ברויך זיין אין ישיבה. הגם וואס נישט יעדער האלט דערביי. הגם וואס אויפשטיין פארטאגס און אהיימגיין ניינע ביינאכט פאראיבעלט אסאך בחורים פון לימוד התורה.
טאמער וואלט מען אויסגעשטעלט א ישיבה סיסטעם וואס קען 'יעדעם' באמת ארייננעמען בשופי וואלטן די נייע ניסיונות בטל געווארן.
מאכסט אידישקייט אומבאקוועם, דערנאך שרייסטע אויף ניסיונות.
כנ"ל
איש את רעהוגאנצל
און איך האלט נאך אלס ביי א'
@איש את רעהו זעהט נאך אלס ערליכע בחורים פאלן יעדן טאג אין שאול תחתית
אי הכי וואס איז שוין ווערט זיין פלאן ?????
@גאנצלדי אשכול איז נישט געשריבן איבער וועלכע פלאן איז אפעקטיוו
די פלאן פין ראבינאוויטש קוקט אויס אז עס ברענגט א גרויסע האס און ווייטאג ביי אסאך מענטשן צוליב וואס עס איז א מהלך וואס וועט לכ' אויסשטעלן אז תש"פ-תש"צ יארן וועט נאך נישט זיין באקוועם 100 פראצענט זיך איבעראל צו דרייען מיטן סמארטפאון און וועט נישט זיין ממש ווי א קאר באניץ, טראץ וואס דער איד איז א איינצעלע מענטש וואס רעדט ,האט עס סאם האו אנגעדרייט א רוח ביי גאר אסאך, עכ"פ אזוי קוקט אויס דא אין ק"ש
צו זיין פלאן איז אפעקטיוו האב איך נישט קיין מושג
אבער האקן און האקן אויף אים אן קומען מיט א 2טע פלאן לפחות, אין א צייט ווען עס איז וויכטיג צו טון עפעס, איז עס גענוי די זעלבע אויסקוק ווי @מושב וואס שטייט און ברענגט פילע מאמרי חז"ל און האט נישט קיין מושג אז דא רעדט מען פון א פראבלעים אז פילע פין אינזערע ברידער און שוועסטער ווערן טעגליך אנשטעגיג מיט ביטערע קאנסעקווענצן פין די סמארטפאונ''ס
אין א צייט ווען עס פאלן מענטשן צום טויט און שטיין און האקן סתם מאמרי חז"ל וואס האבן נישט צום ענין, אהן ברענגן עפעס אן אפעקטיוו און זאכליכע פלאן האט נישט קיין זין.
יעצט בין איך שוין אינגאנצן צומישט דאס ביסטו מודה אז זיין פלאן ביז יעצט האט נישט געהאלפן הא ראי' דו זעהסט נאך יעדן טאג בחורים פאלן אוועק זאגסט נאר אז דו פארשטייסט וואס די האס איז ווייל דער פלאן איז אז ביז תשפ תשצ גייט סמארטפאון'ס נישט זיין אין די קאטעגאריע ווי א קאר
סאו מיט דעם בארואיגסטו זיך אויף די געפאלענע בחורים ??? ווייל תשצ גייט נאך נישט זיין א סמארטפאון בלא בלא
פארשטיי איך ניט צוויי זאכן איינס וואס וועט זיין מיט די אלע בחורים וואס גייען פאלן ביז תשצ ? און צווייטנס אויב זיין פלאן האט נאך נישט געהאלפען ביז יעצט פארוואס זאל עס העלפן אין 10 יאר ארום יא ?
נאר וואס דען ראבינאוויטש האקט אויך אן א פלאן
און ביי די וועי די פלאן דא איז זייער פשוט מ'מעג האבן א געפילטערטע סמארטפאון און פערטיג וועט נישט זיין אזויפיל געפאלענע און דיין פראבלעים איז געלעזט לאז דעם בחור האבן דעם פאון אויב וויל ער זייער שטארק און דו קענסט אים נישט מסביר זיין אז ביז נאך די חתונה איז עס נישט פאר דיר פונקט ווי אנדערע זאכן און אויב וויל ער נישט צו הערן ארבעט אויף אים ער זאל האבן א פילטער און ער זאל נישט ווערן אדיקטעט
די פלאן וועט נאך אזוי גוט ארבעטן ווי די אנדערע פלאן און אפשר נאך בעסער
אנאנים זאגט זייער גוט , און איך שטום צו מיט איעדעס ווארט, מושב פליז מעק אויס דיין תגובה מיט די גרויסע אותיות, מען רעד נישט אזוי אויף א מאמר חז"ל! גבאים אלערט!
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
שכח...
טעג אידעך די שוואכע פילטער.
דער עולם שרייט צו מושב פליז פארמעק דיין אטאקע קעגן חז"ל
דר'אמת אנאנים קייט עס שוין איבער זינט זיין ערשטע תגובה
ווען מיר מיטשען זיך מיט איגענטליכע וואס פאלען "יא" צוליב זיך אנטרעפן מיט די בעלי עבירה און תאוות אויף די אינטערנעט וואס אן די סמארטפאן האבן זיי די עקסעס נישט געהאט
זאגט @אנאנים אז די זין שטראלען וואס טרעפט דעם בחור'ל ברויכסטו בלעימען די סיסטעם און נישט דער וואס טרעפט זיך אן מיטן איסור.
אין חז"ל שטייט אז ווען עמיצער מיידט נישט אויס א דבר ערוה איז "די אצבע המאשים געפוינט צו אים" נישט צו די מחנך וואס האט אים ערצויגען
=
צוריק צום פתיחית האשכול
די איינציגער וואס איז האלב מודה אז דא קומט פאר א פראבלעים איז @אנאנים וואס זאגט אויך אז ס'קומט פאר א מגיפה, נאר פוינט ערגעץ אנדערש זיינע אצבעות
@מושב לייקענט בכלל ס'איז א אישו, לאכט פון די דברי חכמינו ז"ל ווי די פארצייטישע צדוקים/משכילים, ברענגט צוזאם מאמרים וואס געהערן נישט אהער
@ליטוואק איז מודה אז ס'איז א פראבלעים נאר עס איז 'סך הכל' בגדר פון א איד וואס דאווענט נאכן זמ"ת
למה"ד?
די קענסער הייבט אן איינזייען חרבונות ביי מענטשן, מיליאנען קענען דערמיט זיך נישט אן עצה געבן, קומט עמיצער אויף מיט א מהלך אין פארשטייטערן די מגיפה, און יעדער באפאלט אים מיט משונה'דיגע צעקות און מען פרובירט אים אפהאלטען
פון די 2'טע זייט מיט די עצם פראבלעים וואס דער מחלה זייעט איין קומט מען נישט אויף מיט קיין פלאן און צוגאנג, נאר דער שרייט אהער און דער אהין
-
באמת האט מיר איינער פארגעהאלטן א גערעכטע טענה אז מען טאר נישט זיך אנעמען פאר ראבינאוויטש במקום צער בעלי חיים א פלאץ ווי מענטשן ווערן ווייגעטון פון די ראבינאוויטש צוגאנג צום סמארטפאון, עס איז די מענטשן אומבאקוועם אז שוין נאך 7-8 יאר פון די סמארטפאון עפאכע זאל מען נאך אלץ נישט ערמעגליכט זיין צו באניצען די כלי לכתחילה'דיג.
דר'אמת, די אשכול איז נישט געפענט געווארן צו בארעכטיגען די שארפע וועג פון אטאקירען די בעלי ה'סמארטפאון, עס איז נאר געווען א רעאקציע צו די ווילדע אטאקע אויף ראבינאוויטש ווען מען האט געטאנצען אויף זיין בלוט בשער בת רבים.
שטעלט אייך פאר עמיצער זאל אזאנס שרייבן אויף שיטמ"ק א טאג נאך וואס מען ווערט געוואר אז.... ר"ל
שוין אל תפתח פה
אז דו ווילסט נישט ענטפערן צו דער זאך דארפסטו מודיע זיין פארדעם
סאו דיין גאנצע תגובה איז געווען אקעגן יענע אשכול האסטו דאך עס געקענט שרייבן דארט ?
ווי מען האט דיר שוין מעורר געווען, אין חז"ל שטייט אז במקום דליכא דרכא אחרינא איז מען נחשב פאר א אנוס אויב מ'איז זיך מסתכל אויף עריות.
אינטערנעט איז א זיכערע ליכא דרכא אחרינא און ארויפלייגן א פילטער איז ממש ווי איינער וואס איז עוצם עיניו מראות ברע, וואס הייסט א צדיק, אבער מחוייב איז מען נישט אזוי צו טוהן.
אויב חז"ל זענען צו ליבעראל לויט דיין קרענקליכן מוח'ס פארשטאנד, איז עס דיין פראבלעם, קענסט עפענען א אייגענע אייסיס סטיל אידישקייט, אבער אונז טרייע ארטאדאקסישע אידן פארדריי נישט קיין קאפ.
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
@איש את רעהו, עס קוקט אויס ווי די ווילסט סתם טראללען, לויט דיין לעצטע תגובה קוקט אויס ווי פארשטייסטו זייער גוט פארוואס מען איז דא קעגן ראבינאוויטש'ס מהלך.
לאמיר דיר מסביר זיין, ראבינאוויטש און עס קוקט אויס ווי די אויך, האבן אראפגעלייגט א הנחה אז די סמארטפאון הרג'עט אפ טויזענטער אידישע נפשות, ווי קען דען אנדערש זיין, עס איז דא בחורים ובתולות וואס פאלען אוועק, און זיי האבן אויך סמארטפאונס אלא מאי...
פון דיין תגובה קוקט אויס, ווי די פארשטייסט אז רוב עולם דא איז נאכנישט צוגעקומען צו די החלטה אז סמארטפאון איז די גרויסע מגיפה, וואס ער האלט אז עס איז, איז וואס פארשטייסטו נישט פארוואס מען האקט אן אפפערן א בעסערע עצה, ווען מען איז בכלל נישט מסכים אז זיין פראבלעם איז עפעס וואס דארף אן עצה.
למה"ד, ווי איינער דערזעט אז ער שפירט נישט גוט, און ער גייט צום דאקטאר זיך אונטערזיכן, דער דאקטאר זאגט אים קוק אהער די ביסט עלטער געווארן די דארפסט טוישן דיעטע, מאכן איבונגען וכדו' איי וואס איז געווען ביז יעצט, ביסט געווען אינגער האט דיין קערפער נאך געקענט פארנעמען, יעצט איז דיין קערפער מער האקל דארפסטו זיך מער אכט געבן. קומט אריין איינער און ער נעמט מאכן באנומענע קולת אזש די דאך פאלט אראפ, דו האסט א געוואוקס, מען דארף שוין זיך נעמען שניידן אפצוטיילן די גוטע פון די שלעכטע, ווער ווייסט אפשר נאר אזוי קען מען נאך ראטעווען, אלעס וואס די שפירסט שלעכט קומט פון דעם, און דער יעניגער וויל אנהייבן שניידן, נעמט דער דאקטאר מאכן קולות וברקים וואס שניידסטו, דו ווייסט דאך נישט וואס דו רעדסט...
איך מיין אויב די ווילסט קענסטו פארשטיין, נאר ווי געזאגט קוקט נישט אויס ווי דו ווילסט אפילו.
דאס איז שוין אן אלטע טאקטיק פון די אלע קנאים משוגעים און אפילו דאנאלד טראמפ אביסל, קודם פארבריצירט מען א פראבלעם איין מאל ס'שוין דא א פראבלעם דארף מען שוין זיכן אן עצה צו סאלווען די פראבלעם.
ר' יוד ס'נישט דא קיין פראבלעם און טראגט אייך אפ פון דא !!
החוקרלויט דיין לעצטע תגובה קוקט אויס ווי פארשטייסטו זייער גוט פארוואס מען איז דא קעגן ראבינאוויטש'ס מהלך.
וויאזוי מען האקט און באפאלט א מענטש אזוי עקסטרים אן לעזן יענעמ'ס פראבלעים איז נישט צום פארשטיין
ראבינאוויטש און עס קוקט אויס ווי די אויך, האבן אראפגעלייגט א הנחה אז די סמארטפאון הרג'עט אפ טויזענטער אידישע נפשות,
איר זאלט מיר מוחל זיין
להבדיל ביי די אומה"ע איז אויך דא א באוועגונג צו פטור ווערן פינעם סמארטפאון עדיקשען עס איז פשוט כביעתא בכותחא אז די כלי איז א מחריב, עס איז דא מאנכע סמארטפאונס עדיקט'ס וואס לאזט זיי נישט זעהן דעם ווארהייט
עס האט בכלל נישט צו קיין פרומקייט אדער קנאות
סמבטיוןמושב פליז מעק אויס דיין תגובה מיט די גרויסע אותיות, מען רעד נישט אזוי אויף א מאמר חז"ל! גבאים אלערט!
חז"ל אליינס מאכן אוועק דער געבלאזעכטץ ארום ר' חיי'ס אגב'דיגער אויסדרוק "רשע" אויף איינער וואס גייט אין נישט צניעות'דיגע מקומות. טאמער וואלט דער סארט רשעות געווען א גענוג וויכטוגער אישו ביי די רוזני התורה בדורות ההן וואלטן זיי מקדש געווען דערפאר לפחות איין סוגיה אין ש"ס. אבער עס איז נישטא. "רשע" אין דעם פאל מיינט נישט מער ווי א "מזלזל במעלה אחד" וזהו.
moshav zekeinimסמבטיוןמושב פליז מעק אויס דיין תגובה מיט די גרויסע אותיות, מען רעד נישט אזוי אויף א מאמר חז"ל! גבאים אלערט!
"רשע" אין דעם פאל מיינט נישט מער ווי א "מזלזל באיסור" וזהו.
וואס איז נוגע אהער צו דעם שמועס וואס די פירוש המילות פון רשע איז
ווייל דער גאנצער טאראראם איבערן סמארטפאון אלס רוחניות'דיגער טראגעדיע ווערט אנגעלייגט אויף דעם אויסדרוק רשע פון ר' חייא.
[ציטאט אראפגענומען]
להד"ם
קען זיין די האסטיר דאס גע'אישי'ט
אזויפיל ווייסיך פון אישי אז די האסט מיר גערודפט פארן שרייבן דעם אשכול אויף א שרעקליכן פארנעם, פארוואס ווייסיך נישט,
עס איז א זינלאזע אטאקע אזוי צו אטאקירן איינער וואס זאגט אנדערש וויאזוי אנצוקוקען דעם בעל ה'סמארטפאון.
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
פארוואס מישסטו אריין ישמעאל הכהן'ן אין דעם געמויזעכטס?
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
וואס איז דאס א "בעל ה'סמארטפאון"?
החוקרוואס איז דאס א "בעל ה'סמארטפאון"?
איימיצער וואס באזיצט א סארטפאון
ס'דערמאנט א פאסיג ווארט פון פרשת השבוע
הקב"ה האט גערעדט די וואך במשפט למשה צוליב וואס משה רבינו האט געזאגט דעם למה הרעותה
עס דארף טאקע א הסבר וואס משה רבינו האט אזוי זיך אויסגעדריקט, אין א צייט וואס הקב"ה האט אים שוין אלץ פאראויסגעזאגט אז פרעה וועט שווערער און הארטער ווערן מיט זיין מיינונג, און נאכדעים וועט ארויסקומען די ישועה פארן כלל ישראל, וואס האט אזוי געארט פאר משה
האב איך געהערט פון אן אדם גדול, אז משה רבינו האט נישט געקענט צוקוקען ווי כלל ישראל געפינט זיך אין א מצב אז 'דתן ואבירם' ווערן גאר די וואס נעמען זיך אן פארן כלל ישראל און זענען דורש בטובתם ווי מען זעהט אין פסוק ה' כ"א ווי די דתן ואבירם ווערן גאר די וואס זארגן פאר אידן, און כאילו משה רבינו איז דער מבאיש ריח פאר כלל ישראל און זיכט נישט זייער טובה, ע"כ.
ווען מען זעהט ליצנים פון אינזערע הייליגע חכמים ווערן גאר די דורשי שלומם של ישראל דערמאנט זיך די מעשי דתן ואבירם.
זאגן דער אמת הייסט נישט ליצנות
moshav zekeinimזאגן דער אמת הייסט נישט ליצנות
דער... זאל ארויסגיין פון מקוה.
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
איש את רעהו
איר זאלט מיר מוחל זיין
להבדיל ביי די אומה"ע איז אויך דא א באוועגונג צו פטור ווערן פינעם סמארטפאון עדיקשען עס איז פשוט כביעתא בכותחא אז די כלי איז א מחריב, עס איז דא מאנכע סמארטפאונס עדיקט'ס וואס לאזט זיי נישט זעהן דעם ווארהייט
עס האט בכלל נישט צו קיין פרומקייט אדער קנאות
שוין ווידעראמאל טוסטו דאס, דו מישט צוזאם זאכן, דו ביסט עס מיישב, און דו ווילסט עס נוצן פאר א קשיא????
ליין גוט איבער
איש את רעהו
עס האט בכלל נישט צו קיין פרומקייט אדער קנאות
אזוי ווי דו זאגסט, אקוראט אזוי. עס איז איז דא מענטשן וואס ווערן עדיקטעט צו זאכן וואס איז זייער נישט געזונט, מי בכה ומי בכה, איינער האט דעם ביטערן טראפן, א צווייטער ציגארעטלעך, א דריטער געמבלען, און פערטער די סמארטפאון, עדיקשאן איז אבער נישט קיין אידישקייט פראבלעם, עס כלליות'דיג נישט גוט.
[ציטאט אראפגענומען]
אזויפיל ווייס איך אז דער חכם האט מיר אויך געטראלט אין אישי. אויב ער איז מסכים וועל איך ארויסלייגען זיין אישי צו מיר.
.
.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/RlCzaeypF0g">https://youtu.be/RlCzaeypF0g</a>
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב אמאל געהערט פון א יוגענטליכער פון ענגלאנד וואס האט זיך ל''ע אינגאנצן אמעריקאניזירט און אפגעלאזט די ענגלישע שטאלץ, און די צייטונגען האבן נאך דעם געשטורעמט אז איבער 40% פראצענט יוגענטליכע פאלן אוועק צו אנדערע קולטור'ן ובפרט צו אמעריקע, ובכן איז מען זיך צוזאמגעקומען מטכס עצה צו זיין...
הלצה אין א זייט געלייגט, על פי דרך הטבע וועט פון א יעדע סארט לייף סטייל מענטשן אנקומען צו אנדערע סארט לייף סטיילס, סאו מיין שאלה איז פארקערט, פארוואס גייען אזוי ווייניג אוועק צו אנדערע קולטור'ן, נאך דערצו most of them פון שווערע בעקגראונד,
סא פון וואס ווערן זיי צוריקגעהאלטן?
יעקב מענטשאיש את רעהואיכא דרכא אחרינא האב איך נישט געברענגט דן צו זיין ווען א איד מיז ניצן א סמארטפאון וואס ער זאל טון.
אנאנים האט געבויעט א קאנצעפט וואס איז מנוגד צו חכמינו ז"ל
אנאנים האלט אז מען אטאקירט דעם מחנך ווען איינער גייט אויף א וועג ווי עס איז דא זון שיין, למשל ווען א בחורל זאל אנשטאט זיצן בין כותלי בית המדרש פוסטעווען א טאג אויף כל טומאות העולם [זון שיין כפי נוסח אנאנים] קומט נישט צו זאגן עפעס פאר דעם בחור'ל נאר מען דארף אטאקירן דעם מחנך און דעם מחנך'ס מחנך ולמעלה
בדברי חז"ל מצינו להיפוך.
עס קומט נישט צום שמועס צו באניץ מיט א סמארטפאון הייסט דרכא אחרינא צו נישט.
הגם ס'איז זעלטן וואס איך טרעף מיך אויף איין בלאט מיט אנאנים, האלט איז אז ער האט דא א נקודה.
איך וואלט עס נישט אנגערופן א 'נייע' מהלך אין אידישקייט, איך וואלט עס אנגערופן די איינציגע מהלך אין אידישקייט.
איך בין בהחלט אנטקעגן 'אפענקייט' און די אנדערע סארט משכילישע-סטיל מושגים וואס אנאנים האלט אז מ'דארף האבן אין יארע 2017.
אבער איך בין יא פאר 'חינוך', אנשטאט זיך צו פארלאזן אויף isolation וואס האט אמאל געארבעט און ווערט מער און מער אוממעגליך, וואלט מען זיך געדארפט פארלייגן אויף education מחנך זיין אונזערע קינדער צו אהבת תורה ומצוות, אזא מין חינוך וואס וואלט זיך געהאלטן אפי' ווען ער זאל ווען גיין אין פאבליק סקול, נישט ער זאל אלעס פארלירן איינמאל ער קומט אין בארירונג מיט די אלגעמיינע גאס.
סאו מיין סאלושען פאר "סמארטפון'ס פאר בחורים'' איז פשוט, לייג אריין א חיות אין זייער לעבן מיט טאלאנט, פארטיען טאנצונגען, ספארטס, ארט, וכו' וכו', אז מען וועט אזוי טון וועלן בחורים אסאך ווייניגער ווערן אדיקטעט צו פאונס וכו',
ויקוים הפסוק עוד ישמע בערי יהודה קול חתן וקול כלה "ונערים ממשתה נגינתם''.
הונדערט פראצענט, די וועלט שיינט אזוי שטארק אויף די אנדערע זייט, געב אים צו טשילען אביסל א באלל געים יעדן טאג וכדו', וועט עס מאכן אז בחורים זאלן נישט דארפן זוכן אנדערע זאכןַ
כ'ווייס נישט בחורים טאנצן יעדע נאכט אויף חתונות - אדער סתם אזוי און געבן זיך פעסט אויס און איך זעה נישט ווי ס'האט געהאלפן
#ומניחבקדושה
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
וועגען וואס מען קען יא טון, האב איך אן איידיע מיט וואס אנצוהייבען ,קאפי די פראגרעמס פין סקול צו חדר, ר''ח פראגרעמס, עקטען, גראמען, וכו' וכו', און לאמיר טראכטען פין די יונגלעך פון 16/17 יאר וואס וואס וואלטען געקענט אריינברענגען אזויפיל חיות און Joy אין ישיבה אנפירענדיג די קריערעוו חלקים פינעם טאג אין אויסדריקענדיג טאלאנט (אזוי ווי דא אויף קאווע שטיבל), ווי א שענערע און געזונטערע יוגענט קען מען מאכען !
אין לאמיר נישט פארגעסן טינקעלקייט טרייבט מען נישט אוועק מיט שטעקענעס נאר מיט ליכטיקייט.
Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן
דברות קודש פון הרב שמעון ראסל און הרב י"י דזעקאבזאן, באופן שו"ת.
וויאזוי צו טוישן די סיסטעם פונעם אמאליגן ראסטיגן חינוך וואס ארבייט שוין נישט היינט.
ס'טאקע לאנג, איבער דריי שעה, אבער ווערט יעדע מינוט.
הערט און האט הנאה.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/NU3pSaeRooY">https://youtu.be/NU3pSaeRooY</a>
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
דער גאלדענער אדלערדברות קודש פון הרב שמעון ראסל און הרב י"י דזעקאבזאן, באופן שו"ת.
וויאזוי צו טוישן די סיסטעם פונעם אמאליגן ראסטיגן חינוך וואס ארבייט שוין נישט היינט.
ס'טאקע לאנג, איבער דריי שעה, אבער ווערט יעדע מינוט.
הערט און האט הנאה.
<a class="postlink" href="https://youtu.be/NU3pSaeRooY">https://youtu.be/NU3pSaeRooY</a>
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
ס'ארבעט זייער גוט, אויב וויל מען אנקומען צו זייערע גאולס... 😂
אז ס'ברענט א פייער, טוט מען וואס מען קען... יעדער לעשט!
מורינו ורבנואז ס'ברענט א פייער, טוט מען וואס מען קען... יעדער לעשט!
יא, אזויווי די קינדערישע פייערן וואס מען צינדט אן אליינס כדאי צו קענען לעשן.
לאל
היכי דמימורינו ורבנואז ס'ברענט א פייער, טוט מען וואס מען קען... יעדער לעשט!
יא, אזויווי די קינדערישע פייערן וואס מען צינדט אן אליינס כדאי צו קענען לעשן.
אבי גערעדט...