☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מידיא ווינקל » פרעסע דעקונג אויף פטירת הגרי"ש אלישיב זצ"ל

פרעסע דעקונג אויף פטירת הגרי"ש אלישיב זצ"ל

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1123
בלאט: 1 2

זר זהב » דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:22 am

· #28734
ל0ל יאנקל... הער אבער צו, איך האב עס אויך געזען און איך נעם עס אן אנדערש ווי דיר. למעשה איז שוין היינט מיטוואך א גאנצע וואך אריבער זייט די נייעס פון די פטירה, די צייטונג ווייסט אז קיינער (כמעט) לייענט אים נישט עקסקלוסיוולי מילא האט באמת נישט קייין פשט עס צו לייגן אויף די פאדערשטע זייט! און זיי האבן שוין עטליכע מאל באשריבן נפטרים אין זייער 2'טן אפטיילונג. --

און צום לעצט, אז דו וועסט לייענען ביידע באריכטן סיי פונעם היינטיגן צייטונג און סיי פונעם איד וועט איר זעהן אז ס'נישט ממש א גרויסער חילוק, דער איד האט געשריבן זייער א קאלטן באריכט.

זר זהב » דאנערשטאג יולי 26, 2012 2:41 am

· #28749
[ציטאט אראפגענומען]

כאפסו מיין פוינט? לפע"ד איז א געשעעניש פון 7 טעג צוריק מער קיין "נייעס" נישט!. -- (איך אגריע מיט דיר אז זיי וואלטן געדארפט לייגן אפאר ווערטער אויף די ערשטע זייט, א מראה מקום)

משה רוקח » דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:39 pm

· #28861
<a class="postlink" href="http://www.hamodia.com/inthepaper.cfm?ArticleID=1308#top">http://www.hamodia.com/inthepaper.cfm?A ... D=1308#top</a>

המודיע האט ארויסגעגעבן א ספעציעלע ביילאגע פון אכט און צוואנציג בלעטער.

היסטאריקער » דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:48 pm

· #28869
פון סאטמארן שטאנדפונקט האלט איך האט דער בלאט די וואך געשריבן די בעסטע.

זיי רעדן בעיקר פון זיין גדלות בתורה, זיי פרובירן נישט צו אראפמאלן אים ווי א קנאי, זיי דערמאנען נישט ברמז זיין "רבנות" ( ווי דער איד האט געטון, ומתוך שבחו בא לידי גנותו)

קלאר » דאנערשטאג אוגוסט 2, 2012 11:01 am

· #31172
היסטאריקער
פון סאטמארן שטאנדפונקט האלט איך האט דער בלאט די וואך געשריבן די בעסטע.

זיי רעדן בעיקר פון זיין גדלות בתורה, זיי פרובירן נישט צו אראפמאלן אים ווי א קנאי, זיי דערמאנען נישט ברמז זיין "רבנות" ( ווי דער איד האט געטון, ומתוך שבחו בא לידי גנותו)


אויב געדענק איך גיט
גיבט אים די בלאט בלויז איין זייט

זר
זעהט אויס אז זיי האבען נישט געקוקט וואס דער איד טוט...

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 12:24 am

· #31412
[ציטאט אראפגענומען]

איך ווייס נישט צי דו מיינסט עס ערנסט אדער סתם ווערטעלדיג. אבער די ארטיקל אינעם צייטונג איז מעשיות וואס מ'האט פארציילט ביי די שבעה, מילא איז נישט שייך געווען עס צו דרוקן פאריגע וואך. -- איך גלייב נישט ער האט געליינט די קריטיק דא.

זר זהב » פרייטאג אוגוסט 3, 2012 12:37 am

· #31418
אה, דאס איז שוין א צווייטער זאך.
בלאט: 1 2