☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען

שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען

91 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11207
בלאט: 1 2

רויטע וואנצעס » דינסטאג יאנואר 24, 2017 11:38 pm

· #360579
כ'מיין מ'זאל צאמשטעלן די שמש אפשערן, בלומען, און צייטונג פארקויפנג ביזנעס צוזאמען. עני אינוועסטירס?

יעדע פאר גאסן זאל זיין א בודקע מיט דריי אפטיילונגן..

קורקלענד » דינסטאג יאנואר 24, 2017 11:40 pm

· #360580
קענסט שוין צולייגען א מקוה אויך.

רויטע וואנצעס » דינסטאג יאנואר 24, 2017 11:50 pm

· #360583
טייל מקוה אידן פלעגן יארן צוריק פארקויפן צייטונגן. אפשר זאל מען צוריק גיין צו דעם מאדעל. פראבלעם איז נאר היינט זענען קהילות אזוי פארטייעש צוטיילט, אז מען דארף גיין צו זעקס אנדערע מקוואות צו באקומען אלעס וואס מ'וויל.

טאמבל סאס » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:08 am

· #360604
סיריעסלי?

18 צייטונגען פאר א קומץ לבונה אידן?

אפילו די גוים האבן נישט אזא אויסוואהל. און זיי האבן פיהל מער פון וואס צו רעדן.

כמיין ס'איז צייט to make away מיט כאטש האלב פונזיי.

יעלה ויבא » מיטוואך יאנואר 25, 2017 6:44 am

· #360606
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
<a class="postlink" href="https://chat.whatsapp.com/3lslKeSoCvHKZ5BwJSPJeH">https://chat.whatsapp.com/3lslKeSoCvHKZ5BwJSPJeH</a>

lead, follow, or get out of the way

יעלה ויבא » מיטוואך יאנואר 25, 2017 8:51 am

· #360610
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
📎 IMG-20170125-WA0066.jpg

lead, follow, or get out of the way

יעלה ויבא » מיטוואך יאנואר 25, 2017 8:52 am

· #360611
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
📎 IMG-20170125-WA0064.jpg

lead, follow, or get out of the way

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 25, 2017 10:21 am

· #360618
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
אז זיי שרייבען ענגליש, פארוואס אזוי פארגרייזט? קיינער קוקט עס נישט איבער?
In term???!!!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

טאמבל סאס » מיטוואך יאנואר 25, 2017 11:36 am

· #360622
מען האט געלט פאר צוואנציג טראקס אבער מען קען זיך נישט ערלויבן צו לאזן דעם פארקויפער פארדינען מער...

הממ..עפעס שמעקט מיר נישט דא. מיר קוקט אויס אז מער וויפיל דער לייענער איז אינטרעסירט אין די סחורה איז דער שרייבער anxious צו פיטערן די לייענער. דערפאר, אויב מאכט מען נאר אביסל העכער דער פרייז וועט עס דער לייענער נישט קויפן. אבער נישט ווייל די שרייבער וועלן געלט פארלירן. עס פעהלט זיי ב"ה נישט.

יהושע חיים » מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:06 pm

· #360624
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען

טרויבן88 » מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:05 pm

· #360633
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
למעשה באדערט מיר צי זעען אז דער שטערן איז אין די מערכה פאר ביליגע צייטונגען. ער האלט שוין ביי 7 , 8, דאללער יעצט האט ער א שיינע פנים? ער האט געהעכערט די פרייזן פון די מאגאזינען מער ווי די גראסעריס ווילן עס יעצט העכערן.

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:22 pm

· #360640
ווילאנג קענען די טראק'ס אנהאלטן?

יהושע חיים » מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:30 pm

· #360644
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
טרויבן88
למעשה באדערט מיר צי זעען אז דער שטערן איז אין די מערכה פאר ביליגע צייטונגען. ער האלט שוין ביי 7 , 8, דאללער יעצט האט ער א שיינע פנים? ער האט געהעכערט די פרייזן פון די מאגאזינען מער ווי די גראסעריס ווילן עס יעצט העכערן.

ער זאגט אז ער פארלירט געלט מיט יעדער אויסגאבע און ער האלט עס אן כדי זיך נישט צו בייגן צו טעראר (פון הרב מילך קעסטל וכדו)

ליפא » מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:47 pm

· #360649
יהושע חיים
טרויבן88
למעשה באדערט מיר צי זעען אז דער שטערן איז אין די מערכה פאר ביליגע צייטונגען. ער האלט שוין ביי 7 , 8, דאללער יעצט האט ער א שיינע פנים? ער האט געהעכערט די פרייזן פון די מאגאזינען מער ווי די גראסעריס ווילן עס יעצט העכערן.

ער זאגט אז ער פארלירט געלט מיט יעדער אויסגאבע און ער האלט עס אן כדי זיך נישט צו בייגן צו טעראר (פון הרב מילך קעסטל וכדו)

לאל קענסט אים זאגן אז קיינער געדענקט שוין נישט אז מ'האט אמאל געהאקט אויפן שטערן. ס'געווען פאר די סמארטפון עפאכע. אויב איז דאס די סיבה פארוואס ער האלט אן קען ער זיך פארמאכן.

פליקער » מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:05 pm

· #360652
ווען א טראק פארקויפט עסן ווערט עס א פרעס טראק

ווען א טראק פארקויפט צייטונגען וואס ווערט עס?

גיי ווייס אולי די שמד טראק

איין זאך איז זיכער אויב וועט מען צילאזאן די טרעק, וועלן זיי שוין בלייבן פאר קיפס, אויב נישט צייטונגען וועט מען יעדען שני וחמישי עפעס טרעפן וואס מען וועט פארקויפן, פון דיפס לכבוד שבת ביז גאנצע גראסערי'ס

אגב פילטער טראקס זענען שוין דא!

ירח בן יומו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:45 pm

· #360658
איש את רעהו
ווילאנג קענען די טראק'ס אנהאלטן?

זיי קענען זיך באלד צאמשטעלן מיט די שמות טראקס

קאצקע ציקער » מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:47 pm

· #360659
יהושע חיים
טרויבן88
למעשה באדערט מיר צי זעען אז דער שטערן איז אין די מערכה פאר ביליגע צייטונגען. ער האלט שוין ביי 7 , 8, דאללער יעצט האט ער א שיינע פנים? ער האט געהעכערט די פרייזן פון די מאגאזינען מער ווי די גראסעריס ווילן עס יעצט העכערן.

ער זאגט אז ער פארלירט געלט מיט יעדער אויסגאבע און ער האלט עס אן כדי זיך נישט צו בייגן צו טעראר (פון הרב מילך קעסטל וכדו)

ס'איז פונקט פארקערט די מעשה , פארוואס פארלירט ער געלט? ווייל ער האט זיך געבויגן וד"ל

וועטערבאריכט » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:02 pm

· #360666
די בעסטע עצה
איך האלט אז דאס איז נאר א חלק און אן ערשטע שאס אנטקעגען דער בינגא געשעפט . די אי-מעיל אדרעס איז united groceries , זיי וועלען פרובירען מיט צייטונגען און אויב דאס ארבייט וועלען זיי זיך נעמען צו סופלייערס און אנדערע זאכען.אויב דאס איז די קעיס קען איך נישט פארשטיין פארוואס ווען ברעידברי עפענט אויף אדער אנדערע גרעסערע געשעפטען האבען זיך געעפענט האט קיינער נישט געהאט א טענה. אסאך קלענערע גראסעריס האבען פארלוירען ביזנעס. דעמאלטס איז עס געווען too bad. ווען אסאך קליינע גראסערי לאמיר זאגען אויף 18 עווענוי האבען זיך פארמאכט פאר גאלדבערגס האט קיינער גארנישט געזאגט , ווען גאלדבערגס האט אנגעהויבען צו פארקויפען פרוכט אין וועדגעטעבעל און ארויסגעלייגט קליינס פרוכט פון ביזנעס האט קיינער גארנישט געזאגט . פארוואס איז בינגא אנדערשט? איך זעה בפועל אז ברעידבערי האט פארלוירען אסאך קאסטומערס , אבער געיס וואט ער האט צוויי סטארס , אזוי גייט די ביזנעס אין בארא פארק ...its just too bad.
פיינעלי לגבי צו צייטונגען , איך געדענק אלס קינד עס איז געווען די אידישע ליכט , עונג שבת , דער איד , דער דזאאיש פרעס אבער די נייע מאגאזינס מיט אלע שמות הנרדפים האט אריינגעברענגט אסאך לוקסעס , פרעשור צו נאכגיין מאדעס וכו׳ איך האלט אז א יעדער זאל פרובירען א שבת אדער צוויי אהן דעם און מען וועט זעהן אז מען דארף עס נישט און פארפאקט מיט די סופלייערס און גראסעריס לגבי די גאנצע מערכה.

איך אויך » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:15 pm

· #360672
הייליג גערעכט. מבשרי אחזה, איך האב געקויפט אפשר 5 מאל א צייטונג אין די פארגאנגענע 5 יאר.

מיט די געלט פון 3 צייטונגען קען מען היינט קויפן א ספר אדער ביכל פון וואס דו וועסט אסאך מער און לענגער הנאה האבען, וכן אני נוהג.

טרויבן88 » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:38 pm

· #360678
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
בכלל ווייס איך נישט וויאזוי די מערכה פון צייטונגען האט צוטון מיט בינגא אבער נניח אז עס איז פארבינדן, די טרענד פון גרויסע גראסעריס שלינגען איין קליינע איז אזאך וואס די גוי'אישע וועלט האט זיך פרובירט צי שלאגן מיט, שאפרייט אין עלענוויל מיט די פארבליבענע געשעפטן ( אויב מען קען עס אזוי אנרופן..) האבן פרובירט לאוסוטס אפצוהאלטן וואל-מארט פון אריינקומען, וכו' נאר יעצט קומט די טרענד אריין צי אונז היימישע, (ווער ווייסט אפשר איז די סמארטפאון אויך שולדיג....)
אבער מיין טראכט איז אז גרויסע געשעפטן זענען גאר גוט פאר די קונים אפשר פארלירן אפאר מענטשן זייער פרנסה וואס איז א גרויסע טרויער אבער די קונים בלייבן מיט מער געלט אין זייערע טאשן! ווי איז די לאגיג אז מען דארף אויסגעבן מער געלט ווייל די גראסערי וואס איז אזוי גרויס ווי טוילעט זאל זיך קענען אויפהאלטן? און אז א פרוכט סטאר וואס בעט טייער אויף פרוכט ווייל ער איז מיסטער מבין אויף פרוכט? און בכלל די הרחבת הדעת פון א ריזיגע געשעפט איז מוראדיג, די לענגערע שעות וואס גרויסע געשעפטן האבן געברענגט איז א ברכה צי מאכן, לעניות דעתי זענען גרויסע געשעפטן א ברכה צי מאכן,

איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 4:16 pm

· #360691
אויב איז עס א יוניאן קעגן בינגא
איז עס א שאאד די קאמף, דער ציבור וועט זייער שנעל זיך צאמנעמען און פייטען פאר ביליגערע געשעפטן, אויב יעצט וועט נעמען פאר בינגא 5-6 יאר אריינצוקומען אינעם מארקעט, וועט עס די יוניאן קעגן בינגא העלפן אריינברענגען אין א 2-3 יאר.

וועטערבאריכט » מיטוואך יאנואר 25, 2017 4:17 pm

· #360692
טרויבן88
בכלל ווייס איך נישט וויאזוי די מערכה פון צייטונגען האט צוטון מיט בינגא אבער נניח אז עס איז פארבינדן, די טרענד פון גרויסע גראסעריס שלינגען איין קליינע איז אזאך וואס די גוי'אישע וועלט האט זיך פרובירט צי שלאגן מיט, שאפרייט אין עלענוויל מיט די פארבליבענע געשעפטן ( אויב מען קען עס אזוי אנרופן..) האבן פרובירט לאוסוטס אפצוהאלטן וואל-מארט פון אריינקומען, וכו' נאר יעצט קומט די טרענד אריין צי אונז היימישע, (ווער ווייסט אפשר איז די סמארטפאון אויך שולדיג....)
אבער מיין טראכט איז אז גרויסע געשעפטן זענען גאר גוט פאר די קונים אפשר פארלירן אפאר מענטשן זייער פרנסה וואס איז א גרויסע טרויער אבער די קונים בלייבן מיט מער געלט אין זייערע טאשן! ווי איז די לאגיג אז מען דארף אויסגעבן מער געלט ווייל די גראסערי וואס איז אזוי גרויס ווי טוילעט זאל זיך קענען אויפהאלטן? און אז א פרוכט סטאר וואס בעט טייער אויף פרוכט ווייל ער איז מיסטער מבין אויף פרוכט? און בכלל די הרחבת הדעת פון א ריזיגע געשעפט איז מוראדיג, די לענגערע שעות וואס גרויסע געשעפטן האבן געברענגט איז א ברכה צי מאכן, לעניות דעתי זענען גרויסע געשעפטן א ברכה צי מאכן,
📎 IMG_4492.JPG

וועטערבאריכט » מיטוואך יאנואר 25, 2017 4:30 pm

· #360696

עס איז גאנץ קאמפלאצירט נאכצוגיין די עקינאמיקס פון קלענערע סטארס אנקעגען אפאר גרויסע געשעפטען. עס איז אמת אז בכלליות קען מען שפארען געלט אבער מיט דעם אז איהר קויפט ביי דיין לאקאל גראסערי סטארס קענסט דו שטוצען אסאך משפחות און זיי מאכען פרנסה . דא קומט א גרויסע געשעפט און שלינגט איין אסאך קלענערע און איין מענטש אדער ביזנעס ווערט רייך , סאו ער וועט געבען אביסעל צדקה , אבער אויסער דעם ברענגט דאס נישט קיין גוטס. די אידישע סיסטעם איז אנדרעשט ווי די גויעשע , עס איז דא אן ענין פון עייני עירך וכו׳ . אבער ווען אלעס איז סיי ווי סיי קאסאלידעטעט אין אפאר גרויסע פענסי געשעפטען , נא איז וואס איז די ברוגז אויף א איד וואס וויל טאקע ברענגען סעווינגס פאר די המון עם. פאמעגראנעט און ברעידבערי האבען געברענגט אן עקעלדיגער תאוותדיגע רוח אין די גאנצע עסען אינדאסטרי . וועגען דעם פיהל איך נישט שלעכט אויב זיי פולען פרעשור. זיי זענען געקומען צו מאכען א ביזנעס אבער ארויפגעשרויפט פרייזען און טעיסטס פאר פענסי עסענס וואס רוב בארא פארק איינווינערס ברויכען עס נישט. לעומת זה בינגא פארקויפט בעסיק פרודוקטען און רעגעלער עסען אהן די טארעם און פאראדע און זיי סעיווען אסאך געלד פאר די רעגולאר מענטשען , וועגען דעם בין איך א גרויסע חסיד פון בינגא.

טאמבל סאס » מיטוואך יאנואר 25, 2017 5:40 pm

· #360702
איך האב ביז היינט נאר געקויפט דער איד ווייל כ'האב געמיינט אז נאר ער גיבט איבער דעם דבר ה '. יעצט אז איך זעה דאס זיי האבן זיך אלע פאראייניגט. אהה, הייסטעס איז יא סתם א אינדוסטרי, ווייסטו וואס, כ'וועל שלאגן כפרות מיט ס'גאנצע.

ביליג » מיטוואך יאנואר 25, 2017 5:58 pm

· #360706
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען

החוקר » מיטוואך יאנואר 25, 2017 6:06 pm

· #360708
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
ביליג

דאס איז שוין נישט קיין יושר, ער נעמט אויף דריי פארקינג פלעצער מיט די טראק פאר די פאר צייטונגען??? ער קען ברענגען א צוזאמלייג טיש מיט א קליינע קאר.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 25, 2017 6:21 pm

· #360709
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
ווי איז קעניג? ער מעג דאך רופען פאליציי, ניין?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בן נריהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 7:26 pm

· #360716
מעגליך איז, כ'קלער, דאס לייט - בעסערע - וועלן זיך שעמען צו אנידערשטיין אינמיטן גאס, געמאלט צו זיין ווי אן אוכל בשוק, צו איינהאנדלען א ליין מאטריאל. די גראסערי - פריוואטעוודיג - ערלויבט צו קויפן מיט עהרע, אנע בליקענישן פון עפענטליכע פארבייגייער.

מפוזרי » מיטוואך יאנואר 25, 2017 7:52 pm

· #360720
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
בן נריהו, [THUMBS UP SIGN]"פריוואטעוודיג", א חידוש פון א ווארט.

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 25, 2017 8:16 pm

· #360721
בן נריהו
מעגליך איז, כ'קלער, דאס לייט - בעסערע - וועלן זיך שעמען צו אנידערשטיין אינמיטן גאס, געמאלט צו זיין ווי אן אוכל בשוק, צו איינהאנדלען א ליין מאטריאל. די גראסערי - פריוואטעוודיג - ערלויבט צו קויפן מיט עהרע, אנע בליקענישן פון עפענטליכע פארבייגייער.

הערר נריה בען: שאון איינע לאנגע וויילע ניכט געהוירט האבע פאן אויך. ווען דער איינע קלוגע טעלעפאון אויפמאכטע אינמיטן פאן די שטראססע, דעס אייניגע פראסטקייט צייגטע. זאגאר ווען אין איין לעבנסמיטל אונד שפייז געשעפט ער טוט דאס אייגענע איזט אויך איינע נידריגע קלאסס אנצייגע איזט...!

פארדריי דיר דיין קאפ, יא... 😂 🙄

קלוגע יודל » מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:31 pm

· #360733
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
נעבן שומר שבת.

ביליג » מיטוואך יאנואר 25, 2017 10:21 pm

· #360737
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
נעבן...

בן אדם » מיטוואך יאנואר 25, 2017 10:32 pm

· #360739
ר' בערל, איך ווייס נישט וואס גייט למעשה געשען נאכ'ן צום העשירי, אבער זאת נחמתי אז אויב ס'וועט זיך אמאל מאכן, און בן נריהו וועט אריינפאלן דא וועסטו שוין נישט שולט זיין אויפ'ן כח המעצור און וועסט עם אריינגעבן א מנה אחת אפיים כדבעי אז ס'זאל זיין צום געדענקן ביז דעם קומענדיגן מאל ער וועט אריינפאלן דא.

ביליג » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:08 am

· #360776
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
ניצחו אראלים/ערלים את המצוקים
די גראסעריס האבן אויסגעפירט... היינט וועט שוין זיין צייטונגען אין אלע ב"פ גראסעריס

איש את רעהו » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:13 am

· #360777
די פרייז פינעם צייטונג גייט ארויף?
אדער די הוצאה וואס די טראקס קאסטן גייט צו די הרווחה פינעם גראסערי

ביליג » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:26 am

· #360778
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
די פראצענט וואס די גראסעריס מאכן אויף יעדע צייטונג גייט זיין מער
איך גלייב אז בקרוב גייען די פרייז פון די צייטונגען ארויפגיין

קלוגע יודל » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 9:29 am

· #360782
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
דא שטייט אז די צייטונגען האבן געוואונען.
<a class="postlink" href="http://www.theyeshivaworld.com/news/headlines-breaking-stories/517897/boro-park-the-war-between-the-jewish-newspapers-and-grocery-stores-has-ended.html">http://www.theyeshivaworld.com/news/hea ... ended.html</a>

ביליג » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 9:44 am

· #360783
Re: שטילע מערכה דורך בארא פארקע גראסעריס קעגן צייטונגען
נעכטן נאכט האבן ביידע זייטען אויסגעהאמערט א דיעל.
די גראסעריס גייען מאכן מער פראצענט. דהיינו אז ביז יעצט האבן זיי געמאכט 15% און יעצט גייען זיי מאכן מער.
די צייטונגען גייען נישט (יעצט) ארויפגיין מיט די פרייז.

ליפא » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 9:45 am

· #360784
קלוגע יודל
דא שטייט אז די צייטונגען האבן געוואונען.
<a class="postlink" href="http://www.theyeshivaworld.com/news/headlines-breaking-stories/517897/boro-park-the-war-between-the-jewish-newspapers-and-grocery-stores-has-ended.html">http://www.theyeshivaworld.com/news/hea ... ended.html</a>

#fake news

בן אדם » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 9:58 am

· #360786
טראמפ האט געטוויט אז נאכ'ן זיין זיך אריימישען האבן די צייטונגען געוואנען, ווייל ביי די צייטונגען איז 'אמעריקא פורסט' און זיי האבן נאר היימישע ארבייטער (חוץ פון נאך אפאר איזרעילי'ס), משא"כ אין די גראסערי'ס וואס איז פיל מיט שפאנישער און מעקסיקאנער.

ווייל אזוי » פרייטאג פעברואר 3, 2017 12:46 pm

· #361843
די טריביון האט שוין אן ארטיקל וועגן די מערכה.
צווישן אנדערע שרייבט ער "און האט בלויז געגעבן שטאף פאר די אלץ-ווייסער אין די קאווע שטיבער איבער די מערכה הונטער די קוליסן וואס קומט יא אדער נישט פאָר".

אויך שרייבן זיי דארט אז א דאנק די אחדות פון אלע אויסגאבעס איז די מערכה געקומען צו א שנעלע ענדע.
בלאט: 1 2