☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » בערל בעל עגלה'ס אריינגיין אין אלף העשירי

בערל בעל עגלה'ס אריינגיין אין אלף העשירי

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11262

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 25, 2017 8:48 pm

· #360725
בערל בעל עגלה'ס אריינגיין אין אלף העשירי
ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה.

לכבוד מיין אריינגיין אין אלף העשירי דא אויף קאווע שטיבל, פאדערט זיך צו מאכן א שטיקל חשבון הנפש. נאר ס'איז ממש געקומען בהיסח הדעת (לויט אלע פירושים) און איך בין פשוט נישט געווען צו געגרייט . אשר על כן וועל איך אי"ה גאר בקרוב מאכן א שטיקל גרונטליכן חשבון הנפש. בתודה להשי"ת על העבר ובקשה על העתיד.

נאר ווער ס'וויל קען טון די ארבעט פאר מיר. אויסרעכענען סטאטיסטיש וויפיל תגובות און אשכולות זענען געווען שטותים והבלים. סתם געהאקט אין טשייניק. וויפיל זענען געווען ערנסטע. און וויפיל, הומאריסטיש. און וויפיל בייזוויליגע (ח"ו). בכולהון איחרטנא בהון. (די נישט גוטע) לא שרירין ולא קיימין. אזוי ווי ס'קומט שוין אי"ה אט אט פסח. נאך ר"ח שבט, חמשה עשר בשבט. או.קעי. ט"ו בשבט, פאר די אויפגעקלערטע. פורים און ערב פסח. ווען מ'זאגט כל חמירא. וועל איך שוין צו לייגן א שטיקל נוסח פון דעם אויכעט. כל חמירא וחמיעא דחזיתיה ודלא חזיתיה. דביערתיה ודלא ביערתיה. ליבטל וליהוי הפקר כעפרא דארעא...!

ווייל ביים סוף פונ'ם אלף העשירי וועל איך אי"ה ריטייערן פון קאווע שטיבל. (מסתמא). און איך וועל נאר ליינען. און נישט שרייבן. (אפשר.)... 😂

קאלטגעבראטן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 8:52 pm

· #360726
Re: בערל בעל עגלה'ס אריינגיין אין אלף העשירי
האפענטליך בלייבט עס ביים אפשר

Sent from my STV100-1 using Tapatalk

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 25, 2017 8:54 pm

· #360727
קאלטגעבראטן: זיכער... 😂 בעז"ה...!

berlbalaguleh » מיטוואך יאנואר 25, 2017 11:35 pm

· #360751
אנאנים...ווי , דער ראדימנער פראצעס. און נאך אנדערע זיסע מעשיות וועלכע איך לעכץ צו הערן און ליינען. מדי דברי. אז מ'רעדט שין פונ'ם ראדימנער פראצעס. ווען איך ליין די פארזעצונגען פונ'ם ראדימנער פראצעס מיט אלע פרטי פרטים. און די דראמא וועלכע שפיעלט זיך אפ מיט זלאטא רובין און די אנדערע כאראקטערס, שפיר איך ממש אז בין דארט אין ווארשא, לעמבערג, ראדימנא , קראקא און ניו יארק...!

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 12:33 am

· #360758
ערעב בערל, כ'האף אז און דעם מושב זקינים (pun not intended...) ווי די גייסט ריטייערען האט וויי פיי פאר די רעזידענטס, אבער אויב נישט קען מעמבערשיפ אין AARP געבען א 50% סיניערס דיסקאונט פאר סאבסקרישענ'ס פון די לארדזש פרינט עדישאןנ'ס פון קאווע שטיבעל אין וועקער.

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 2:30 am

· #360768
וואלווי:ייש"כ פאר דיין אויפריכטיגע זארג.נאר לאמיר א ביסעלע צונעמען דעם ענין. אין א מושב זקנים, גיי איך בלי"נ נישט ריטייערן, ווייל ס'שמעקט מיט אפיקורסות. א יעדע זאך וואס הייסט מושב זקנים, טויג נישט. צווייטנס. אפטימום לאזט מיך ניצן וויי-פיי אומזינסט.דריטנס. איך זעה נאכנישט אויס ווי עמיצער וואס גייט שוין ריטייערן... 😂 🙄

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 1:27 pm

· #360824
רבותיי: נאך א זאך וואס איך האב איינגעזעהן אלס חלק פון מיין חשבון הנפש, אז די תגובות זענען ענדבאר. (דער היפוך פון ענדלאז)
Expendable...not to be confused with...Expandable...!
ממילא מוז מען גוט איבערטראכטן וואס מ'זאגט און מ'שרייבט. טאקע אזוי ווי אלע מוסר ספרים זאגן...!

וואלווי » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 3:26 pm

· #360832
berlbalaguleh
דריטנס. איך זעה נאכנישט אויס ווי עמיצער וואס גייט שוין ריטייערן... 😂 🙄



עה! קיינמאל נישט. ר' בערעלע וועט אנגיין מערצעשעם ביז 120 אזוי שטארק ווי א בער. וואלט דיך קיינמאל נישט באטראכט ווי איינער צי אינוועסטען א לייף אינשורענס פאליסי אויף דיר...

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:56 pm

· #360862
וואלווי: איינער, א ידיד מיינער האט איין תקופה מיך זייער שטארק געפגע'ט אז ער וויל מאכן א לייף אינשורענס פאליסי אויף מיין נאמען (און ער זאלל זיין די בענעפישיערי, שטייצעך.) זעלבסט פארשטענדליך אז איך האב איהם אפגעזאגט. ווען ער האט געפרעגט פארוואס. האב איך איהם געזאגט (קרוב לאמת.) אז דאמאלס וועט ער דינגען איינעם מ'זאללן מיך שיסן... 😂 🙄

שמעון וואלף » פרייטאג יאנואר 27, 2017 12:58 am

· #360897
אוי וויי, בערל גייט רעטייערן און ווער וועט האלטן ישראל מ סופר און שמואל שלמה טעלער אין די ראמען? און כ'האב שיעור פארגעסן וועגן 'איצא שייגעץ', וויאזוי קענסטי אונז לאזן אויף הפקר?