☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » יארצייט'ן

יארצייט'ן

342 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11188
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7

סקרן » מיטוואך פעברואר 1, 2017 2:03 pm

· #361560
אויף דער וואס איז געהרג'ט געווארן אין קריג

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך פעברואר 1, 2017 2:16 pm

· #361565
Re: יארצייט'ן
איך פארשטיי, האסט געוואלט אונטעררייצען די וואס האלטען אז איטשע מאיר איז נאך ארגער ווי אבאמא. איך וועל מיר אנגרייטען א שיסעל פאפקארן און זיך באקוועם מאכען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מפוזרי » מיטוואך פעברואר 1, 2017 2:37 pm

· #361573
Re: יארצייט'ן
סקרן
ה' שבט
ר' יהודה ארי' ליב ב"ר אברהם מרדכי בן ה'חידושי הרי"מ' מגור זי"ע
ה'שפת אמת'
בזוו"ש חתן ר' ברוך מגורליץ זי"ע
נסתלק שנת תרס"ה לפ"ק
מבניו:
ר' יצחק הי"ד
ר' מאיר הי"ד
ר' אברהם מרדכי ה'אמרי אמת' זי"ע
ר' משה בצלאל הי"ד
ר' נחמי' הי"ד
ר' מנחם מענדל זי"ע
חתנו ר' יעקב מאיר בידערמאן הי"ד
חתנו ר' חנוך צבי מבענדין הי"ד
חתנו ר' יצחק מאיר לעווין זי"ע


ר' מאיר? ר' יצחק? מיינסט מסתמא די זין פונעם א"א. אויב אזוי דארפסטו שרייבן אויף ר' יצחק, זי"ע. ער איז נפטר געווארן פארן קריג. וכן הרי"מ לוין איז געווען אן איידעם ביים א"א.

סקרן » מיטוואך פעברואר 1, 2017 3:37 pm

· #361594
גערעכט ער איז געווען א זון פונעם בענדין וואס איז געווען אן איידים ביים שפת אמת
און דער שפת אמת האט געהאט צוויי זין ר' מאיר און ר' יצחק איינער איז זיכער אוועק אין קריג

מפוזרי » מיטוואך פעברואר 1, 2017 6:15 pm

· #361625
Re: יארצייט'ן
לא ידידי, די צוויי זענען בני הא"א. ר' מאיר איז אומגעקומען אנהייב המלחמה.

דער שפת אמת האט איבערגעלאזט נאר פיר זין. ער האט געהאט נאך בנים שמתו בקטנותם, איינער פון זיי האט געהייסן יצחק מאיר.

סקרן » דאנערשטאג פעברואר 2, 2017 12:55 pm

· #361755
ו' שבט
ר' חיים צאנזער זי"ע
מחכמי ה'בראדער קלויז'
נסתלק שנת תקמ"ג לפ"ק

ר' יצחק מקאליש ב"ר ארון ליב מפרעמישלאן זי"ע
חתן ר' איתמר מטשיקוב זי"ע
נסתלק שנת ת"ר לפ"ק

ר' חיים צבי ב"ר חי"ל מסיגוט זי"ע
חתן ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע
נסתלק שנת תרפ"ו לפ"ק
מבניו:
ר' משה מסיגוט-סאטמאר זי"ע
ר' יקותיאל יהודה הי"ד חתן ה'דברי יואל'
חתנו ר' יחזקאל שרגא מציעשונוב הי"ד
חתנו ר' יקותיאל יהודה מקלויזענבורג זי"ע
חתנו פעמיים ר' חיים יצחק אייזיק מסלאטיפינא הי"ד
הבחור זושא'לע הי"ד
הילד ליפא ע"ה נפטר בילדותו
בתו שהתגוררה בלאס אנגלאס


ר' דוד יצחק אייזיק מסקוליא ב"ר ברוך פנחס זי"ע
נסתלק שנת תשל"ט לפ"ק
מבניו:
אביו של האדמור מסקוליא 48
אמו של האדמור מסקוליא 18

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 2, 2017 1:04 pm

· #361756
Re: יארצייט'ן
דו ביסט איינמאליג! ׳בתו שהתגוררה בלאס אנדזשעלעס׳ ׳מבניו׳. וואס מיינסטו? אונז זע׳מיר אלע אומוויסענדע ליטוואקעס?

בתו שהתגוררה בל.א., האט געהאט א פיינעם מאן א ת"ח וואס האט פיהל אויפגעטוהן פאר אידישקייט אין א"י און אמעריקא. און נאך צוויי זוהן האסטו פאר עפעס א סבה אויסגעלאזט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

סקרן » דאנערשטאג פעברואר 2, 2017 1:06 pm

· #361757
איך קען נישט אלע נעמען
דער וואס קען יא זאל צולייגען
טאמער ווילט איר קען איך קאפי פעיסטן פון וויקיפידיע אדערווייל האב איך געשריבן וואס איך געדענק פון זכרון
און אזוי ווי איך האב געשריבן אין אנהויב אשכול דער וואס האט צוצולייגן זאל זיין אזוי גוט און ארויסהעלפן
ייש"כ

מפוזרי » דאנערשטאג פעברואר 2, 2017 1:18 pm

· #361758
Re: יארצייט'ן
סקרן


ר' דוד יצחק אייזיק מסקוליא ב"ר ברוך פנחס זי"ע
נסתלק שנת תשל"ט לפ"ק
מבניו:
אביו של האדמור מסקוליא 48
אמו של האדמור מסקוליא 18


בנו = חותנו של האדמו"ר מ 18.

מיר'ער בחור » פרייטאג פעברואר 3, 2017 2:12 am

· #361811
סקרן
ו' שבט
ר' חיים צבי ב"ר חי"ל מסיגוט זי"ע
חתן ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע
נסתלק שנת תרפ"ו לפ"ק
מבניו:
ר' משה מסיגוט-סאטמאר זי"ע
ר' יקותיאל יהודה הי"ד חתן ה'דברי יואל'
חתנו ר' יחזקאל שרגא מציעשונוב הי"ד
חתנו ר' יקותיאל יהודה מקלויזענבורג זי"ע
חתנו פעמיים ר' חיים יצחק אייזיק מסלאטיפינא הי"ד
הבחור זושא'לע הי"ד
הילד ליפא ע"ה נפטר בילדותו
בתו שהתגוררה בלאס אנגלאס

די טאכטער פון LA, האט דאכצעך מיר חתונה געהאט מיט ר' צבי הירש האלבערשטאם ז"ל, אבד"ק רודניק לאס אנגאלעס, די טאטע פונעם היינטיגען רודניק לאס אנגאלעס'ער רב ר' אברהם חיים שליט"א, וואס דער ר' צ"ה, איז געווען א זון פון ר' אברהם הי"ד, א זון פון ר' צבי הירש האלבערשטאם, דער רודניק'ער רב, דער זון פון גארליצ'ער רב.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 3, 2017 6:38 am

· #361814
Re: יארצייט'ן
די טאכטער פון LA האט געהייסען אייזאקסאהן. האלבערשטאם איז א זוהן פון דער סלאטפינא

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

מיר'ער בחור » פרייטאג פעברואר 3, 2017 6:59 am

· #361815
ליטוואק פון בודאפעסט
די טאכטער פון LA האט געהייסען אייזאקסאהן. האלבערשטאם איז א "טאכטער" פון דער סלאטפינא

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

סקרן » פרייטאג פעברואר 3, 2017 12:05 pm

· #361838
ז' שבט
ר' דוד מלעלוב זי"ע
נסתלק שנת תקע"ד לפ"ק
מבניו:
ר' משה מלעלוב זי"ע

ר' מרדכי דוד מדאמבראווא זי"ע
נסתלק שנת תר"ו לפ"ק
מבניו:
ר' אברהם אלחנן מקאלאשין זי"ע חתן בנו של ר' מאיר מסאבניץ אפטא זי"ע
ר' יוסף מדאמבראווא זי"ע חתן ר' מא"ב מקאזניץ זי"ע
ר' משה אונגר זי"ע חתן ה'דברי חיים' זי"ע
ר' יחיאל צבי הירש מטורנא זי"ע חותן ה'דברי חיים' בזיוויגו השלישית ועל מציבתו חרוץ "חותן המלך"

ר' נתן דוד מפרצוב ב"ר יעקב יצחק מביאלא זי"ע
נסתלק שנת תר"ץ
מבניו:
ר' ברוך יהושע ירחמיאל ממונקאטש זי"ע
בתו מרת פעשקא פרידמאן ע"ה הוציאה לאור 'בוק' על השואה

סקרן » פרייטאג פעברואר 3, 2017 12:07 pm

· #361839
ח' שבט
ר' צבי הירש קרא זי"ע
בעל ה'נטע שעשועים'
נסתלק שנת תקע"ג לפ"ק

ר' שמואל משיניווא זי"ע
נסתלק שנת תרל"ג לפ"ק

יום הולדת אדמור מבעלזא שליט"א
שנת תש"ט לפ"ק

סקרן » זונטאג פעברואר 5, 2017 1:15 pm

· #361951
ט' שבט
ר' יוסף יוסקי מיאס ב"ר ליבוש מוואלטשיסק זי"ע
נסתלק שנת תקס"ז לפ"ק

יום הצלת ר' אהרן מבעלזא ואחיו ר' מרדכי מבילגריי זי"ע

סקרן » מיטוואך פעברואר 8, 2017 12:01 pm

· #362281
י"ב שבט
ר' יעקב שמשון מזסלב זי"ע

ר' יעקב יצחק מזבאריז ב"ר יוסף יהושע חתן ר' אברהם דוד מבוטשאטש זי"ע
חתן ר' יוסף יוסקי מלאשקאוויטש חתן ר' מאיר מפרעמישלאן זי"ע

התם ומתמם עם תמימים » דאנערשטאג פעברואר 9, 2017 12:31 am

· #362364
סקרן
ח' שבט


יום הולדת אדמור מבעלזא שליט"א
שנת תש"ט לפ"ק


דער בעלזער איז געבוירן בשנת תש''ח א יאר פריער

דער שוועסטער קינד זיינער כ''ק אדמו''ר ממאכנובקא ער איז געבוירן בשנת תש''ט

סקרן » דאנערשטאג פעברואר 9, 2017 1:12 pm

· #362395
י"ג שבט
ר' מרדכי מלעכעוויטש זי"ע
נסתלק שנת תק"ע לפ"ק

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 9, 2017 1:14 pm

· #362396
Re: יארצייט'ן
דו שרייבסט אייביג לאנג נאכ׳ן ענדיגען תחנון

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואלווי » דאנערשטאג פעברואר 9, 2017 3:32 pm

· #362400
ליטוואק פון בודאפעסט
דו שרייבסט אייביג לאנג נאכ׳ן ענדיגען תחנון

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


פאר דיר איז דאס ניטאמאל גוט פאר א דשזאוק...

היסטאריקער » דאנערשטאג פעברואר 9, 2017 5:05 pm

· #362410
Re: יארצייט'ן
ליטוואק פון בודאפעסט
די טאכטער פון LA האט געהייסען אייזאקסאהן. האלבערשטאם איז א זוהן פון דער סלאטפינא

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ער האט געהייסען ר׳ יחיאל יודא אייזיקסאן זצ"ל, מלפנים רב באחוזה אין א"י, געהאט איין טאכטער הרב לעוו, זיין ממלא מקום

Sent from my LG-K120 using Tapatalk

סקרן » פרייטאג פעברואר 10, 2017 12:38 pm

· #362486
י"ד טבת
ר' יהושע ה'פני יהושע' זי"ע
נסתלק שנת תקט"ז לפ"ק

ר' יחיאל מאלכסנדר ב"ר פייבל מגריצא זי"ע
נסתלק שנת תרנ"ד לפ"ק

סקרן » פרייטאג פעברואר 10, 2017 12:40 pm

· #362487
ט"ו שבט
ר' גדלי' אהרן מסוקליבקה ב"ר יצחק יואל מליניץ זי"ע
חתן ר' שמואל אבא מסלאוויטא זי"ע
נסתלק שנת תרל"ח לפ"ק

ר' שלמה מראדזימין ב"ר יעקב ארי' זי"ע
נסתלק שנת תרס"ג לפ"ק

סקרן » פרייטאג פעברואר 10, 2017 12:41 pm

· #362488
ע"פ בקשתך וועל איך לייגן יעדן טאג פונ'ם נעקסטן טאג און פרייטאג אויף שבת זונטאג

סקרן » פרייטאג פעברואר 10, 2017 12:42 pm

· #362489
ט"ז שבט
ר' שלום מרדכי הכהן מבערזאן זי"ע
בעמח"ס 'דעת תורה שו"ת מהרש"ם תכלת מרדכי'
נסתלק שנת תרע"א לפ"ק

בן אדם » פרייטאג פעברואר 10, 2017 1:16 pm

· #362492
אבער שבת זאגט מען דאך נישט קיין תחנון?
אה, צדקתך. אה און אויך אב הרחמים...

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 10, 2017 1:16 pm

· #362493
Re: יארצייט'ן
א בראנפינ׳ל איז גארנישט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בן אדם » פרייטאג פעברואר 10, 2017 2:39 pm

· #362497
ליטוואק פון בודאפעסט
א בראנפינ׳ל איז גארנישט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אויף וואס מאכסטו קידוש שבת צופרי, נישט אויף ברוינפן??
אפשר ביי ענק מאכט מען אויף חלות?

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 10, 2017 2:46 pm

· #362499
Re: יארצייט'ן
היינטיגע צייטען מאכען די ליטווישע קידוש אויף וויין, אמאל פלעגט מען מאכען אויף מעד. אויף חלות קען מען נישט מאכען בייטאג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואלווי » מוצ"ש פעברואר 11, 2017 7:20 pm

· #362511
no "kiddush clubs" in lakewood?

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש פעברואר 11, 2017 9:58 pm

· #362520
Re: יארצייט'ן
וואלווי
no "kiddush clubs" in lakewood?

וואס איז דאס? מ׳ענדיגט דאווענען 8:30, און מ׳עסט א סעודה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

סקרן » זונטאג פעברואר 12, 2017 1:27 pm

· #362567
י"ז שבט
ר' חיים פאלאג'י זי"ע

ר' יחזקאל מקוזמיר זי"ע
נסתלק שנת תרט"ז לפ"ק

ר' אליעזר שלמה מיבניאל זי"ע
נסתלק שנת תשע"ה לפ"ק

סקרן » מאנטאג פעברואר 13, 2017 12:25 pm

· #362667
י"ח שבט
ר' בינוש פינקל זי"ע
נסתלק שנת תש"ן לפ"ק

Interesting man » דאנערשטאג פעברואר 16, 2017 7:55 am

· #362936
כ' שבט
די יארצייט פון ר' חיים דוד 'דאקטיר בראנהארד' פון פייעטרקוב זצ"ל.
ס'איז ידוע די מעשה וואס איז געווען ביי אים מיט ר' דוד לעלובער זי"ע, וואס דאעמאלץ ער האט געמאכט תשובה און געווארן א גרויסע צדיק, זי"ע.

וואלווי » זונטאג פעברואר 19, 2017 10:19 pm

· #363282
זעט אויס קיינער איז נישט געשטארבן און די לעצטע צוויי מעת לעת

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 26, 2017 9:20 am

· #363882
Re: יארצייט'ן
מארגען איז א׳ אדר. אינטרעסאנט אז דער ש"ך און דער גידולי תרומה האבען ביידער דער זעלבע יארצייט אום ר"ח אדר. דער וואס איז אביסל באקאנט, ווייסט אז זיי זענען נישט אזוי גוט אויסגעקומען צוזאמען, עכ"פ דער ש"ך האט שטארק און אפט אטאקירט דער גידו"ת.

אייניקלאך פון דער תוי"ט דארפען צו מאכען אן עקסטערע סעודה מארגען, לכבוד דעם אז ער האט גע׳ענדיגט זיין פראבלעמען מיט דער רעגירונג און ער האט געקענט משמש זיין ברבנות ווידער. דער נשיא הדור האט געקענט ווייטער פיהרען דער דור בהורמנא דמלכא, זה היום עשה ה׳, קטנתי מכל החסדים וכו׳ וכו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

בן אדם » דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:51 pm

· #368705
צאנזער רב

שבת אחים » דאנערשטאג אפריל 20, 2017 9:58 pm

· #368706
וויאזוי איז ער געשטארבן ער האט זיך דערשטיקט פון א מאשין מצה?

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 20, 2017 10:20 pm

· #368716
בן אדם
צאנזער רב


ליעב געהאט יודישע קינדער, אזוי פארציילט מען.

זי"ע

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג אפריל 20, 2017 10:23 pm

· #368718
Re: יארצייט'ן
וואלווי
בן אדם
צאנזער רב


ליעב געהאט יודישע קינדער, אזוי פארציילט מען.

זי"ע

מחוצף איינער! נאר דער ר׳ ישראלטש׳י וויזניצער מעג שמ׳ן אלס איינער וואס האט ליעב אידישע קינדער. דער וואס דערמאנט א צווייטען איז א שייגעץ און ס׳איז א מצוה איהם פיינט צו האבען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

וואלווי » דאנערשטאג אפריל 20, 2017 10:27 pm

· #368720
ראשעשיבע, איך בין יעצט שטארק מסופק צו ר' ישראל'טשעס גוטער הארץ קומט פון די בוקווינא דערפלעך מיט פיר אותיות אדער אלס אייניקל פון הייליגער צאנזער רב

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 21, 2017 7:54 am

· #368758
Re: יארצייט'ן
וועלכע ר׳ ישראלטש׳י וויזניצער איז אן אייניקעל פון צאנזער רב?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » פרייטאג אפריל 21, 2017 8:21 am

· #368759
ליטוואק פון בודאפעסט
וואלווי
בן אדם
צאנזער רב


ליעב געהאט יודישע קינדער, אזוי פארציילט מען.

זי"ע

מחוצף איינער! נאר דער ר׳ ישראלטש׳י וויזניצער מעג שמ׳ן אלס איינער וואס האט ליעב אידישע קינדער. דער וואס דערמאנט א צווייטען איז א שייגעץ און ס׳איז א מצוה איהם פיינט צו האבען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


וואס פארא פארגלייך איז דער ״אהבת ישראל״ צו א ״קנאי״ און א ״נוקם ונוטר״ וואס מזעהט עס נאך היינט ביי אלע זיינע אייניקלעך! יעדע זאך פון וואס ער האט נישט געהאלטן איז עס פלוצלינג געווארן א ״הלכה למשה מסיני״!

איך האלט נאר פונעם אהבת ישראל מיט זיינע קינדער, אז ס׳געפעלט דיר נישט קענסטו לעקן מיין לאלי! אונז וויזניצע חסידים האלטן אז משיח גייט אויסקוקן פונקט ווי דער אהבת ישראל! און אז זייט משה רבינו איז נישט געוועהן אזא ריינע מענטש!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 21, 2017 8:36 am

· #368761
Re: יארצייט'ן
פארוואס פארגינסטו אזוי משה רבינו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » פרייטאג אפריל 21, 2017 9:30 am

· #368764
ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס פארגינסטו אזוי משה רבינו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ער איז דאך געוועהן אין הימל און גערעדט פנים אל פנים מיטן אייבערשטן!

שבת אחים » פרייטאג אפריל 21, 2017 9:34 am

· #368765
די איינציגסטע נארמאלע צאזנער אייניקלעך וואס איך האב געקענט איז ר׳ שלמה באבובער און זיין זוהן ר׳ נפתלי׳טשע, פארפאלן זיי זענען יא געוועהן וואוילע מענטשען...

אפילו ר׳ מאטעלע וואס פארגינט כמעט קיינמאל נישט קיין קאמפלימענט אויף קיינעם (חוץ אויפן זיידן) האט געזאגט אויפן וועג אהיים פון ר׳ נפתלי׳טשעס לוי׳ ער איז געוועהן א צדיק אמת!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אפריל 21, 2017 9:42 am

· #368766
Re: יארצייט'ן
שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט
פארוואס פארגינסטו אזוי משה רבינו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ער איז דאך געוועהן אין הימל און גערעדט פנים אל פנים מיטן אייבערשטן!

אפיקורס! און וויזניצע רבי נישט?

איך מוז דיר אויסלערנען דיין אמונות טפלות. אין יעדער דור איז פארהאנען איינער וואס הערט תורה פון דער רבש"ע אליינס פונקט ווי משה רבינו.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

שבת אחים » פרייטאג אפריל 21, 2017 10:10 am

· #368768
ליטוואק, שטייט אין די תורה אז אזא נביא וואס האט גערעדט ״פנים אל פנים״ מיטן אייבערשטען וועט קיינמאל נישט זיין! קען איך מיך נישט וואגן צוזאגן אז דער אהבת ישראל איז גרעסער ווי אים.

חוץ מזה משה רבינו איז געוועהן א עכטע רבי לויט די תורה, ער האט זיך געזארגט פאר ״כלל ישראל״ און געבעטן ביים אייבערשטען פאר די אידנ׳ס וועגן, אויך אזוי דער ״אהבת ישראל״ זיך געזארגט פאר יעדע ארימאן און פאר יעדע שלעפער און פלעגט בעטן דעם אייבערשטען ער זאל אים באשטראפן און נישט כלל ישראל כיודע.

וואלווי » פרייטאג אפריל 21, 2017 4:53 pm

· #368797
ליטוואק פון בודאפעסט
וועלכע ר׳ ישראלטש׳י וויזניצער איז אן אייניקעל פון צאנזער רב?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ר' ישראל פון ב"ב, זיין מאמע איז געווען א שינאווער אייניקל

סקרן » דאנערשטאג יוני 29, 2017 4:26 pm

· #377246
ה' תמוז
רבינו תם זי"ע
בלאט: 1 2 3 4 5 6 7