☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » היסטאריע » פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?

פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?

62 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11183
בלאט: 1 2

ישראל גלויבער » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 5:48 pm

· #358098
פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?
איינמאל פאר אלעמאל וויל איך שוין וויסן, וואס האט מען געהאט, אקעגן עהם? קעגן זיי? קעגן די דרך? איז עס אלטע מחלוקת, צו ס'נאך היינט אויך דא רייבענישן.

קיינער ענטפערט מיר נישט, ווען איך פרעג דעם קשיא. פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?

איך בין נייגעריג צו הערן..

פרייוויליג » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 6:54 pm

· #358101
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/11117">viewtopic.php?f=24&t=11117</a><!-- l -->

מיש-נייעס » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 8:23 pm

· #358109
לפי עניית דעתי האבן זיך אלע חסידות'ער געהאט זייערע מחלוקת זייער פשוט דער רבי האט זיך אריינגעצויגן נעבען דעם שטעטל און אויפ'ן לעטער העד פונ'ם אנדערן רבי'ן איז שוין געשטאנען אב"ד העפשיץ (איךכאפ עס אן נאר לדוגמה) ו...הגלילות
איז גיי יעצט דרוק איבער אלע זיינע בריווליך און פארמעק דעם והגלילות

אויב טראכסטו עס איז איבערגעטריבן, וויל איך דיר מוסר מודעה זיין מען האט זיך געקריגט אויף פיל גרעסערע שטותים
און לאו דווקא ברסלב זאג מיר איין חסידות וואס האט זיך נישט געקריגט.
געקריגט????? גע'רצח'עט!!!!!

בן אדם » מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 8:31 pm

· #358110
ווען איינער איז פארשטעקט אין א גארבעדזש קען און ער פרעגט מיך וויאזוי ס'שמעקט אינדרויסן וועל איך עם זאגן אז ס'נישט שייך מסביר צו זיין, נאר ענדערש זאל ער קודם ארויס קריכען פון דארט און נאכדעם וועט ער שוין אליין זען.

Same here

שאולדיספריםפאקער » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 2:40 am

· #358125
ישראל גלויבער
איינמאל פאר אלעמאל וויל איך שוין וויסן, וואס האט מען געהאט, אקעגן עהם? קעגן זיי? קעגן די דרך? איז עס אלטע מחלוקת, צו ס'נאך היינט אויך דא רייבענישן.

קיינער ענטפערט מיר נישט, ווען איך פרעג דעם קשיא. פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?

איך בין נייגעריג צו הערן..

זיי האבן געהאלטן אז דאס איז כעין שיטת שבתי צבי
מען ציעט פון גהינום
פסוקי תהילים ווישט אוועק שווערע פעקלעך עבירות
וכדומה וכדומה

שבת אחים » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 2:52 am

· #358128
ישראל גלויבער
איינמאל פאר אלעמאל וויל איך שוין וויסן, וואס האט מען געהאט, אקעגן עהם? קעגן זיי? קעגן די דרך? איז עס אלטע מחלוקת, צו ס'נאך היינט אויך דא רייבענישן.

קיינער ענטפערט מיר נישט, ווען איך פרעג דעם קשיא. פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?

איך בין נייגעריג צו הערן..


ווייל יעדע זאך וואס איז געוועהן א טראפּקלע אנדערש פון די געווענטליכע וועג (norm) האט מען זיך דערשראקן צום טויט און עס אוועקגעמאכט און אראפגעקוקט פאר מ׳האט עס בכלל אדורכגעטוהן, מ׳פירט זיך נאך היינט אזוי אין רוב חרדישע פראקציעס, חדש אסור מן התורה.

ישראל גלויבער » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 2:12 pm

· #358168
איינער האט מיר געשיקט אין אימייל, עפעס היסטאריע וואס כ'האב נישט געוואוסט.

ס'וועט מיר נעמען אביסל צייט עס צו פארדייען..

קודם כל שרייבט ער, אז דער הייליגער שפאלע זיידע זצוק''ל איז געווען ר'נחמנ'ס רבי, ווען ער איז געווען גאנץ יונג, און ער איז געווען דער וואס האט עהם אראפגעריסן, און נישט סתם געהאקט אויף עהם, נאר געטון צו עהם אזעלכע זאכן, וואס מ'האט נישט געהערט ביז היינט אז א רבי זאל דאס טון קעגן איינעם וואס מ'האט התנגדות.

איך לייען דא אראפ פון א לאנגע אימייל, און כ'דארף כאפן דעם אטעם צו פארדייען די נייע פרטים. המשך יבוא

אישתישבי » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 2:45 pm

· #358173
לויט דער לעצטער ליובאוויטשער רבי, איז א ספק אױב דער שפאלער זיידע האט עקזיסטירט בכלל.

אייז קריעם » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 2:47 pm

· #358174
שאולדיספריםפאקער
ישראל גלויבער
איינמאל פאר אלעמאל וויל איך שוין וויסן, וואס האט מען געהאט, אקעגן עהם? קעגן זיי? קעגן די דרך? איז עס אלטע מחלוקת, צו ס'נאך היינט אויך דא רייבענישן.

קיינער ענטפערט מיר נישט, ווען איך פרעג דעם קשיא. פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?

איך בין נייגעריג צו הערן..

זיי האבן געהאלטן אז דאס איז כעין שיטת שבתי צבי
מען ציעט פון גהינום
פסוקי תהילים ווישט אוועק שווערע פעקלעך עבירות
וכדומה וכדומה

שבתי צבי דרייט זיך איבער און קבר זעהענדיג וויפיל גדרים און סייגים ער האט גורם געווען פאר יודישקייט...unintended consequences

שבת אחים » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 2:54 pm

· #358176
ישראל גלויבער
איינער האט מיר געשיקט אין אימייל, עפעס היסטאריע וואס כ'האב נישט געוואוסט.

ס'וועט מיר נעמען אביסל צייט עס צו פארדייען..

קודם כל שרייבט ער, אז דער הייליגער שפאלע זיידע זצוק''ל איז געווען ר'נחמנ'ס רבי, ווען ער איז געווען גאנץ יונג, און ער איז געווען דער וואס האט עהם אראפגעריסן, און נישט סתם געהאקט אויף עהם, נאר געטון צו עהם אזעלכע זאכן, וואס מ'האט נישט געהערט ביז היינט אז א רבי זאל דאס טון קעגן איינעם וואס מ'האט התנגדות.

איך לייען דא אראפ פון א לאנגע אימייל, און כ'דארף כאפן דעם אטעם צו פארדייען די נייע פרטים. המשך יבוא


הוא אשר דברנו, פארדעם האבן די רבנים גע׳אסרט די אינטענעט, כדאי מ׳זאל נישט געוואר ווערן די סודות, היינט הערט ער אז סאיז א שאלה בכלל צי ר׳ נחמן איז געוועהן א צדיק, אין אנדערע אשכול וועסטו געוואר ווערן אז ס׳האט בכלל קיינמאל באמת עקזעסטירט א ׳גולם פון פראג׳, אין אנדערע תגובה וועסטו הערן אז דער ׳שפאלער זיידע׳ איז סתם א כאראקטאר וואס מ׳האט אויסגעזויגן פון פינגער כדאי אנצופילן די מעשה ביכלעך, און באלד וועסטו נאך פרעגן ווער סהאט געשריבן די זוהר, נאכדעס פעלט אונז אויס! גלייב נישט די אלע שקרים אין אישי, ווייל אז נישט ווער ווייסט ווי דו וועסט נאך אנקומען, היום אומר לך עשה כך, ומחר... נישט אלעס דארף מען פארשטיין! מ׳טאהר חלילה נישט פרעגן אזעליכע קשיות.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 2:57 pm

· #358177
Re: פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?
מ׳זאגט נאך פון ׳חיים דער רב׳ס׳ אויף דער משנה ׳ושרף אפוסטמוס את התורה׳. ער האט געוואלט אז ס׳זאל זיין ווייניגער תורה אין דער וועלט. דערווייל ווען מ׳זאגט די ווערטער איז מען מקיים א מצוה פון תלמוד תורה, ס׳האט זיך פארמערט תורה אין דער וועלט!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ישראל גלויבער » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 5:00 pm

· #358185
אישתישבי
לויט דער לעצטער ליובאוויטשער רבי, איז א ספק אױב דער שפאלער זיידע האט עקזיסטירט בכלל.

ער האט געוואלט זאגן, אז ר' לייב שרה'ס איז די זעלבע צדיק ווי דער שפאלע זיידע, אבער מ'האט שוין אויפגעוויזן קלאר, אז ס'דא אייניקלעך היינט פון ביידע באזונדער, און זייערע עלטערנס נעמען זענען אפילו אנדערש ווי מקובל.
דער שפאלע זיידע האט געהייסן יהודה לייב בן ברוך, און ר' לייב שרה'ס ר' ארי' לייב בן יוסף זיעועכ''י.

איך וואלט געוואלט דא מעתיק זיין גראד די גאנצע אימייל, און כ'נעם נישט קיין אחריות אויף ווער ס'וועט ווערן וויי געטון.

מיש-נייעס » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 7:02 pm

· #358186
ישראל גלויבער
איינמאל פאר אלעמאל וויל איך שוין וויסן, וואס האט מען געהאט, אקעגן עהם? קעגן זיי? קעגן די דרך? איז עס אלטע מחלוקת, צו ס'נאך היינט אויך דא רייבענישן.

קיינער ענטפערט מיר נישט, ווען איך פרעג דעם קשיא. פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?

איך בין נייגעריג צו הערן..


באמת לאמיתו אז דו ווילסט דווקא וויסן איז אזוי דו דארפסט קודם פארשטיין אז עס שוין אדורכגעלאפן 200 מיט עפעס יאר פון יענע צייטן
און ווי די תקופה האט זיך געטוישט אזוי האט זיך די סיבה פון מחלוקת געטוישט
עד כדי כך אז מען קען זאגן אויף זיכער אז די מחלוקת וואס סקווירא האלט אן אלץ מסורה טראגט אונטער זיך די סיבה פונ'ם אריגנעלער מחלוקת
און די שפעטערדיגע מחלוקת האט יעדע געהאט א באזונדערע סיבה

איז לאמיר עס צולייגן
בשעת ווען דער רבי האט געלעבט איז נאר געווען מחלוקת פונ'ם שפאלער, אדרבה נייתי ספר וניחזו, סיי פון די מצדדים לימין סיי פון די מצדדים לשמאל טרעפט זיך נישט קיינער וואס זאל קריגן אויפן רבי'ן

אויף ר' נתן איז שוין געווען א שארפערע מחלוקת (ובדרך אגב דו זאגסט אז עס איז נישט באשריבן פון די מתנגדים'ס זייט זייער צד, עס איז דא שיינע געבינדענע בענדער תחת ידי פון פאשקעווילן פון אלע חולקים אויף ר' נתן וואס דארט קענסטו פינקטליך זעהן זייערע טענות אויף איהם)
איז נחזור לענינינו, דער שפאלער מחלוקה אויפ'ן רבי'ן האט נישט געהאט קיין שום שייכות מיט די מחלוקת פונ'ם חולק אויף ר' נתן זעהסטו שוין פון דעים אז מען קען דאס נישט קעטאגארעזירן אלץ מחלוקת קעגן ברסלב ווייל מיט איין דור האט שוין די מחלוקה געהאט א נייע צורה נייע טענות נייע ענינים לא ראי זה כראי זה

און וואס איז געווען די יסוד המחלוקת אויף ר' נתן איז אזוי: דער רבי האט געהאט א טאכטער וואס איז ביים רבינס פטירה נאכנישט געווען פארהייראט, דער רבי האט איבערגעלאזט צוואה פאר ר' נתן איר חתונה צו מאכן, ער'ט איבערגעלאזט געלט פאר נדן וכו' וכו'
דער חולק אויף ר' נתן האט אינטערגעשיקט פון זיינע חסידים אז מען זאל רעדן דעם שידוך פאר איהם ער איז געווען אן אלמן ל"ע און ר' נתן האט מכמה סיבות נישט געוואלט, דא האט זיך די קנאה אנגעהויבן און טענות זענען שוין צוגעקומען במשך פון די צייט

יעצט גיי א דור שפעטער אין פוילן זענען די ברסלבע געווען צעווילדעוועט און געטוהן עבודות משונות וואס אגב האט עס נישט קיין מקור אין ספרי רבינו דאס אליין איז נאכנישט גענוג סיבה פאר מחלוקת אבער אז אין א משפחה קלעבט זיך איינער צו צו די ברסלבע משוגעים און מען קען איהם נישט אפטשעפען וועט דער טאטע ארויסגיין בחרב ובחנות, און פארשטייט זיך אריינמישן זיין רבי'ן און זיין חסידות

איז דאס איז בקצה המזלג פשוט אז דו זאלסט זעהן אז מען קען עס נישט אריינלייגן אין איין קאטאגאריע 'ברסלבע מחלוקת'
ועוד חזון למועד מער פינקטליכע פרטים יעדע מחלוקת עקסטער מיט זיין סיבה

א פרייליכע חנוכה

ישראל גלויבער » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 7:22 pm

· #358187
.

מיש-נייעס » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 8:40 pm

· #358193
א חקרן און א ידען
פשי הא!
אזא גוט שטיקל... ווי אזוי האט דאס געווארט אויף דעם נידריגן פארשוין
זאג כאטש דעם נאמען כדי עס זאל כאטש זיין א מקור ראשון פון תנור ראשון

מ'האט פשוט ```פארהוילן````` א שטיק היסטאריע און עס איז מיסטעריעז אויפגעדעקט געווארן ביי א נער מיט א ניק

טא פון היינט און ווייטער קען מען פארשרייבן היסטאריע מיט א נייע מקור נאמן ונסמך
ישראל גלויבער מחדר קפה

חברה עס קומט נייע צייטן... היסטאריע גייט באקומען נייע קאלירן
נישט שלעכט

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 9:02 pm

· #358195
שאולדיספריםפאקער
ישראל גלויבער
איינמאל פאר אלעמאל וויל איך שוין וויסן, וואס האט מען געהאט, אקעגן עהם? קעגן זיי? קעגן די דרך? איז עס אלטע מחלוקת, צו ס'נאך היינט אויך דא רייבענישן.

קיינער ענטפערט מיר נישט, ווען איך פרעג דעם קשיא. פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?

איך בין נייגעריג צו הערן..

זיי האבן געהאלטן אז דאס איז כעין שיטת שבתי צבי
מען ציעט פון גהינום
פסוקי תהילים ווישט אוועק שווערע פעקלעך עבירות
וכדומה וכדומה

שאול די ספרים פאקער: נאך א טעם פאר די שטארקע התנגדות, לאוו דוקא צום דרך. נאר צו די פראקטיצירערס. זיי פלעגן האבן מאדנע מנהגים. למשל, א יונגערמאן וואס איז געזיצן אויף קעסט ביי זיין רייכן שווער, האט געקענט איבערלאזן זיין ווייב אינמיטן די נאכט און אנטלויפן צום קיבוץ (פון אנ"ש) אן זיך געזעגענען (אויס מורא אז מ'וועט איהם נישט לאזן גיין) אדער זאגן א ווארט. און דארט פארבלייבן חדשים לאנג. די ווייב און איהרע עלטערן האבן זיך שוין באטראכט פאר אן עגונה. און אזוי פלוצלינג ווי ער איז פארשוואונדן איז ער צוריקגעקומען. אן אפגעבן א דין וחשבון וואס ער האט אלץ געטון אדער אויפגעטון דארט...! וחוזר חלילה. און דאס משוגעת האטציך אריינגעכאפט ביי א סאך משפחות אזוי ווי א פייער ביי דערנער...!

ישראל גלויבער » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 9:04 pm

· #358196
וועלכע חלק איז נישט אמת?

שמערל » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 9:40 pm

· #358198
שמעקט פון שאולזאהן.

וואס ער איז אבער יא גערעכט איז דאס וואס ער מערקט אן אז ר' נחמן ווערט נישט דערמאנט אין ערגעץ נישט, אין קיין שום אנדערע חסידות האט מען אים נישט גורס געווען, זחינע תורות ווערן נישט דערמאנט אין קיין שום חסיד'ישע ספר, איבעראל האט מען געוואוסט אז 'ביינונז האט מען נישט געהאלטן פון ברעסלאוו'.

וואס איז די פונקטליכע סיבה, ווייס איך אויך נישט, צו ס'איז די משוגעת, צו די גאוה, צו די לייכטזיניגקייט צו עבירות, צו די פילע שקרים וכזבים וואס זיי פארקויפן, צו אפשר אלעס?

ישראל גלויבער » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 10:30 pm

· #358199
ס'שמעקט נישט גוט
ס'נישטא קיינער וואס האט געהאלטן פון עהם, נישט קיין איינער פון די תלמידי בעל שם. אבער! וויבאלד ער איז געווען זיין אייניקל 'א בעל שמ'ס אייניקל' האט מען נישט געוואלט רעדן.
אזוי זאגט מיר א סלאנימער חסיד פריער.
איך האב מיך אריינגעלייגט אינעם סוגיא היינט, און כ'נישטער אין דעם. ס'עפעס שמעקט דא איז באהאלטן. ס'נישט סתם א פייט

ירח בן יומו » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 10:37 pm

· #358200
דער כותב האט געשריבן מיט אזא האס, כיון שבא לכלל כעס בא לכלל טעות. צוויי מאל האט ער בטעות געשריבן ר' נחמן אנשטאט נחמן ברסלבר... 😕

ישראל גלויבער » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 10:42 pm

· #358201
איז אבער אמת אז ער האט אזוי געשריבן קעגן דעם הייליגן שפאלער זיידע?
אויב האט מען אין ברעסלאוו אזוי געשריבן קעגן דעם שפאלער זיידע זצוק''ל, איז טאקע א גרויסע קוועשן מארק אויף עהם

בן אדם » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 10:42 pm

· #358202
שמערל
שמעקט פון שאולזאהן.

זעט אויס אז א פאברענטער חסידישער אינגערמאן קען אמאל זיין ערגער פון שאולזאהן. והזוכר יזכר והמבין יבין וכו'..
שמערל


וואס ער איז אבער יא גערעכט איז דאס וואס ער מערקט אן אז ר' נחמן ווערט נישט דערמאנט אין ערגעץ נישט, אין קיין שום אנדערע חסידות האט מען אים נישט גורס געווען, זחינע תורות ווערן נישט דערמאנט אין קיין שום חסיד'ישע ספר, איבעראל האט מען געוואוסט אז 'ביינונז האט מען נישט געהאלטן פון ברעסלאוו'.

וואס איז די פונקטליכע סיבה, ווייס איך אויך נישט, צו ס'איז די משוגעת, צו די גאוה, צו די לייכטזיניגקייט צו עבירות, צו די פילע שקרים וכזבים וואס זיי פארקויפן, צו אפשר אלעס?

פאר דער וואס מיינט אז נאכ'ן בעש"ט איז נאר געווען א רבי ר' מיילעך מיט א ר' נחמן איז דאס א גוטע טענה, אבער וואס זאל מען טון אז ס'איז דא צענדליגע ספרים פון תלמידי בע"ש ותלמידי המגיד וואס ווערן נישט דערמאנט און קיין שום שפעטערדיגע ספרים אדער עכ"פ ווייניגער ווי ר' נחמן א שטייגער ווי תורי זהב און אור הגנוז וכדו'. איי די סקווערער ווייסען דאך פון די אלע ספרים, נאר ווען ס'קומט צו זייערע שטותים קומט ארויס זייער אמת'ער פרצוף וואס איז בשקר יסדם!!!

ישראל גלויבער » דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 11:05 pm

· #358207
מוהרא''ש האט גערעדט פאר פייער און לאקשן.
דאס קען איך יא זאגן! כ'האב דאך עהם געקענט, שקר האט ביי עהם נישט געהייסן א עוולה. ממילא אויב איז ער ברעסלעוו איז די תירוץ פארטיג

גר ותושב » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 12:35 am

· #358213
Re: פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?
איך בין נישט קיין גרויסע ידען חקרן און היסטאריקער אבער איך האב אסאך חיזוק באקומען דורך רבי נחמן איז ווען איך זעי ווי א בן בליעל שרייבט דא דברי ניאוצין וגידופין פיל איך פאר וויכטיג נישט צו שטיל בלייבן שלא יאמרו מדשתקי שמע מינה דניחו להו.

וואס איך זעי פון ספרי ברסלב איז אז די שפאלע זיידע איז געוועין זייער נאנט מיט רבי נחמן אלע יארן ביז רבי נחמן האט זיך אריבער געצויגן צו זיין גלילות.
די התחלת המחלוקת ווערט פארציילט אז עס איז געוועין פאר די ימים הנוראים און רבי נחמן האט געדאווענט און די גרויסע שטאטישע שוהל ווי דארט פלעיגן די בעלי תפילות קבועים זיין שפאלע זיידעס חסידים מאיזה סיבה האט רבי נחמן נישט געוואלט זיי זאלן דאווענען פארן עמוד זענען זיי געגאנגען צום שפאלע זיידע און אנגעדרייט א מחלוקת.

נאך פארציילט מען אין ברסלב אז רבי נחמן מיטן שפאלע זיידע האבן זיך געטראפן אינמיטן די מחלוקה און רבי נחמן האט פארגעהאלטן די שפאלע זיידע מה פשעי וחטאתי כי דלקת אחרי און די שפאלע זיידע האט זיך מודה געוועין און געוואלט שלום מאכן האט רבי נחמן געבעיטן מזאל טרינקן לחיים האט די שפאלע זיידע עס אפגעשטופט למעשה ווען די שפאלע זיידע איז צוריק צו זיינע חסידים האבן זיי געזאגט אז עס פאסט נישט אז ער ציט צירוק האט ער ווייטער אנגעהאלטן די מחלוקה.

פון רבי שמעון זעליחובער זאגט מען נאך אז עס איז געוועין א העכערע מחלוקה און ער פארציילט פארשידענע מעשיות פון קידוש לבנה ועוד וואס האט אבער נישט קיין מקור און ערגעץ.

די מחלוקה אקעיגן רבי נתן האט שוין איינער געשריבן בעפאר אז עס האט זיך אנגעהויבן פון א שידוך מיט רבי נחמנס טאכטער וואס רבי נתן וואס איז געוועין די אפטרופוס האט נישט געוואלט זי זאל חתונה האבן מיטן סאווראנער די אריכות פון די מחלוקת און די רדיפות וואס ר נתן איז דעמאלט אדורך איז ברייט באשריבן און א ספר באש ובמים.

די טשערנויבלער מחלוקה האב איך אמאל געהערט (איך האב נישט קיין מקור דער אויף) אז עס האט זיך ערשט אנגעהויבן נאכן פטירה פון רבי מרדכי זצל ווען זיינע פינף קינדער האבן אויף געשטעלט א מלוכה איעדער פאר זיך זענען די חסידים געגאנגען צאמנעמען מעמדות פון אלע שטעיטלעך אויס צו האלטן די פינף הויפן ווען זיי זענען אנגעקומען צו די ברסלעבע יודן האבן זיי גענטפערן עס פעילט אונז נישט אויס די רביס איז פון דען האט זיך די מחלוקה אנגעהויבן.

יעצט אפאר נקודות אפצופרעיגן די דוברים על הצדיק עס איז דא א ליקוט מיטן נאמען שבחו של צדיק וואס ברעיגנט אראפ מיט מקורות ספרים פון אלע זמנים פון די צייטן פון רבי נחמן כגון זרע קודש סידורו של שבת ועוד וואס האבן נאכגעשריבן דברי תורה פון רבי נחמן און וואס צדיקים האבן געזאגט אויף רבי נחמן איז אויב זוכט איינער דער אמת זאל ער נאכקוקן די ספר ואם לאו קען ער טאקע זאגן אז קיינער האט נישט גערעדט פון ר נחמן.

נאך א נקודה איינער האט פריער געשריבן דא אז אויב ר נחמן האט טאקע גערעדט אויף די שפאלע זיידע איז עס א גרויסע קשיא אויף רבי נחמן, במחילת כבודו און די כבוד פונעם שפאלען זיידע לאמיר אביסל קאמפערין די צוויי רבי נחמן איז אן אייניקל פונעם בעל שם טוב און האט איבער געלאזט ספרים מיט מוראדיגע תורות (אדרבא ניתי ספר וניחזו) ער האט איבער געלאזט תלמידים יראים ושלמים (*) און זיין תורה האט אן המשכה ביז אונזער דור מה שאין כן די שפאלע זיידע (במחילת כבודו הרם און איך רעדט נישט פון זיין גרויסקייט) ער איז אן אייניקל פון ??? ער האט איבער געלאזט א ספר מיטן נאמען ??? זיינע תלמידים הייסען ??? און היינט איז טאקע דא צוויי יודען אויפן וועלט וואס רופן זיך שפאלע רבי וואס איינס איז א ברסליבער איז אויב עפעס האב איך א קשיא פארקערט ווער איז די שפאלע זיידע זיך צו קריגן אויף רבי נחמן יא איך פארשטיי מען האט אונז אלס געלערנט די גרויסקייט פונעם שפאלען זיידע אבער עס פאלט דיר גארנישט איין אז עס איז די וואס האבן א מטרה עים גרויס צו מאכן כדי צו אראפ קלאפן רבי נחמן?
און די זעלבע קען מען קאמפערין רבי נתן מיטן סאווראנער תן לחכם ויחכם.

(*) צו עס געפעלט אייך יא אדער ניין רבי נחמן האט געהאט גרויסע תלמידים כולם אהובים וברורים יראים ושלמים און די זעלבע איז אויך געוועין ביי רבי נתן מען האט אמאל פארציילט פארן סאווראנער אז רבי נתן האט געהאט זיבעציג געסט אויף שבועות (וואס אגב אין ברסלב הייטס דאס די גרויסע שבועות) און מען האט געזעין אויפן סאווראנער אז עס באדערט עים האט עים א חסיד געטרייסט אז די איר האט דאך געהאט איבער פינעף הונדערט געסט האט ער אבער גענטפערט איך האב געהאט פינעף הונדערט פויערן ער האט אבער געהאט זיבעציג צדיקים.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 1:01 am

· #358216
Re: פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?
א פוסטע מעשה פון איין זייט און א פוסטע מעשה פון די צווייטע זייט, און אט האט מען א מחלוקת!

כ׳מיין, ווער איז דער זיידע׳ס זיידע? און היינט איז דער שפאלער רבי גאר א ברסלב׳ער!!!

און דער סאוואראנער האט געוואלט א מיידעל און דער אפוטרופוס האט נישט געלאזט! און פון דעם ציט זיך דער גאלדענער קייט. איי, קיינער ווייסט נישט פון דער סאוואראנער אחוץ דעם אז ער איז געווען קעגען ברסלב? א קשיא? די גאנצע געשיכטע פאסט דאך פאר א מאווי (אדער קלויזענבורג).

איינער האט א נארמאלע מעשה, עפעס פון ליקוטי מוהר"ן וואס טויג נישט, עפעס א קראנטע מעשה?

אז א יונגערמאן איז אנטלויפען ביי נאכט, איז דער טייטש אז ער האט שוין געדארפט מורא האבען. דער מורא איז געקומען פאר די אנטלויפען. פארוואס?

איך בין בכלל נישט קיין חסיד, אבער איך זעי נישט וואס האט ברסלב זיך צו שעמען. גיי נישט צו יואלי ראטה, אבער רעדט ער עפעס מער שטוחים ווי סיי וועלכע רבי? אלס דער זעלבע גארבעדזש. און ליקוטי מוהר"ן איז עפעס שוואכער ווי נועם אלימלך? אן אנדערע גאנג, אבער ווען מ׳נעמט אן די זאכען כפשוטם, זענען זיי ביידער מאדנע. מ׳האט זיך פונקט צוגעוואוינט צו נועם אלימלך.

און טשערנאבעל האט זיך געריסען אויף געלט, און דער תשובה איז אז מ׳גיבט נישט קיין געלט. צוויי שטארקע צדדים!

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

moshav zekeinim » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 4:37 am

· #358220
איך פארשטיי נישט ישראל גלויבערס צוטאט.

וויאזוי "אנטדעקט" מען זאכן אן קיין מקורות. סתם רעדן און שיסן??? דאס קען איך מאכן אויף יעדער רבי.

און שטארק מוסמך'דיגע מקורות זענען יא דא איבערן שגעון פונם חוזה, ר'ר בער, קאצקער, ר' איצקל, און פאראזיטישקייט פון ר' ישכר דוב. איבער טשערנאבל ווייס איך נישט צופיל, אבער דער טשערנאבלער שוואנץ שרייבער קען גאנץ רואיג צו מאכן זיין לויזער פיסק, זיין חדר סרח'עט גאנץ פיין פון שגעון און קרומקייט.

אישתישבי » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 8:40 am

· #358226
בקיצור א וועלט פין משוגעים.

זענען אונז יא נארמאל?

mevakesh » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 10:30 am

· #358228
Re: פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?
מושב בארוהיגט אייך
דער קאצקער איז טאקע געווען אן עקסטרעמער מענטשן און עס קוקט טאקע אויס אז די לעצטע יארן האט ער געהאט א געוויסע סארט מרה שחורה דאס מאכט אבער נישט אוועק אז ער איז געווען א טיפער אמתר איד וואס האט משפיע געווען זיין השראה אויף לייבן ווי די חידושי הרים רבי לייבל אייגר און דעם אבני נזר (פאר א ארגינעלע באשרייבונג איבער קאצק האב איך שוין רעקאמענדיר פרופסר העשילס בוך אין יידיש אין געראנגעל פאר אמת)
לגבי דער חוזה האב איך געזען דער שרייבעריי פון דוד אסף און נאך פאר דעם האב איך געליינט דער קונטרס וואס איז זיין עיקר מקור און דאכט זיך אז עס איז גאנץ קלאר אז דער קונטרס האט נישט קיין שום מקור און סתם נידעריגע שנאה באשרייבונגען
לגבי רבי בער ווייס איך איבערהויפט נישט וואס דו מיינסט

moshav zekeinim » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 12:48 pm

· #358236
איך געדענק נישט יעצט וואו איך האב עס געזען אויפן ר'ר בער, אבער עס ליגט מיר אין קאפ אז עמיצער בתקופתו האט אים באשריבן אלס קוריאזער מענטש.

"נידעריגע שנאה" איז נאר ווען דער שנאה האט נישט קיין באזיס. דאס אז חסידים זאלן זיין אזוי שרעקליך פארפיינטעט ביי כמעט אלע נישט חסידים, צייגט אז עס איז נישט געווען סתם נידעריגע שנאה. און דאס איז נישט געווען דער טיפיקל שנאת הרוב את המיעוט. איך וועל דערפאר גלויבן צעהן מאל מער וואס די מתנגדים און משכילים שרייבן אויף חסידים ווי איידער דאס וואס חסידים פארקויפן.

ישראל גלויבער » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 1:25 pm

· #358241
.

mevakesh » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 1:35 pm

· #358242
Re: פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?
moshav zekeinim
איך געדענק נישט יעצט וואו איך האב עס געזען אויפן ר'ר בער, אבער עס ליגט מיר אין קאפ אז עמיצער בתקופתו האט אים באשריבן אלס קוריאזער מענטש.

"נידעריגע שנאה" איז נאר ווען דער שנאה האט נישט קיין באזיס. דאס אז חסידים זאלן זיין אזוי שרעקליך פארפיינטעט ביי כמעט אלע נישט חסידים, צייגט אז עס איז נישט געווען סתם נידעריגע שנאה. און דאס איז נישט געווען דער טיפיקל שנאת הרוב את המיעוט. איך וועל דערפאר גלויבן צעהן מאל מער וואס די מתנגדים און משכילים שרייבן אויף חסידים ווי איידער דאס וואס חסידים פארקויפן.

Nice to hear

ישראל גלויבער » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 1:35 pm

· #358243
.

ישראל גלויבער » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 1:40 pm

· #358244
כ'זע פריער ווי מ'שרייבט אז אדרבה דער שפאלער זיידע זאל זיך פארשטעקן פאר ברעסלעוו. דאס קען נאר שרייבן איינער וואס האט בכלל נישט ארויס די היסטאריע און די סדר הדורות און די דרך הבעל שם, און די חשיבות פון די תלמידי בעל שם קעגן די תלמידי המגיד.
איר ווייסט וואס דאס מיינט א ווארט פון א תלמיד פונעם בעל שם? גרויסע צדיקים האבן געציטערט פון קלענסטע תלמיד וואס איז געווען אמאל ביים בעל שם, דאס איז עפעס וואס מ'קען נישט ערקלערן פאר איינער וואס האט נישט ארויס די זין דערפון. און דער שפאלער זיידע ווילסטו דן זיין קעגן איינער וואס איז דריי דורות נאכן בעל שם?

ס'נישט געווען קיינמאל אזא זאך, אז דער גרעסטע צדיק זאל רעדן - ספעציעל אזוי מיאוס - אויף איינער וואס איז אפאר דורות עלטער פון עהם. אויב איז עס אמת אז ער האט געשריבן אויפן שפאלער זיידע אז ער איז א ק' ל' י'... חס ושלום, דארף איך גארנישט מער. מ'דארף דאס מברר זיין צו ער האט דאס טאקע געזאגט און געשריבן. און צו שיק האט עס אפשר נישט צענזורירט

mevakesh » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 1:42 pm

· #358245
Re: פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?
לעצטנס האב איך באקומען א לאנגען אימייל וועגן די התנגדות פון רבי אלימלך און רבי זושא אנטקעגן דעם מאור עינים
ווי דער אימייל גיבט איבער איז דער מאור עינים נאכן באזוכן קרעמענטשוג געווען גאר פארדרייט אין זיינע השקפות און דער רבי זושא איז געווען זייער קעגן זיין זויערע מהלך אין עבודת השם
איך בין נאך נישט קלאר מיט אלא דעטאלן אבער דאס איז אן אימייל און איך וויל פארשפרייטן אביסעל שמוץ (פארוואס נישט? סאיז פאן!)

moshav zekeinim » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 2:22 pm

· #358251
דער גאנצער שמועס דא איז גאר באביש, מען רעדט און מען רעדט, מען ברענגט סיפורים און עובדות, אבער כמעט וואס קיין קראנטער מקור איז נישטא.

עס זענען פארהאן געשריבענע עדות לרוב, און פארהאן אקאדעמישע ווערק דערויף. ועל כולם, עס איז פארהאן א שכל הישר מיט וואס אויפצונעמען די תוצאות. ואם שלש אלה לא תעשה לך, איז א שאד יעדעס ווארט.

moshav zekeinim » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 2:33 pm

· #358254
וואס מיר באדערט דא איז, אז בשעת די חסידים זענען געווארן אויסגעשפיגן און מוחרם פון די לומדישער וועלא
ט, האבן די חסידים נישט קיין בושה צו טרומפירן אז ר' נחמן איז געווארן אויסגעשפיגן פון אינעווייניג.

זייטס מחליט, האט אויסגעשפיגנקייט פון דער רוב עפעס אן האפט אדער נישט.

(הגם, איך קלער אז ר' נחמן איז געווארן אויסגעשפיגן וועגן איין סיבה, ער האט זיך געהאלטן ביי זיינעם עד הסוף. דער קאצקער וואס האט אויך געהאט קאנטאווערסיעלע דעות, האט זיך היפש אונטערגעגעבן, ער האט זיך פארשפארט און שוין. ר' נחמן האט מיט עקשנות אנגעהאלטן עד הסוף).

berlbalaguleh » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 5:39 pm

· #358263
דו זעהסט דאך וואס ס'איז געבליבן פון קאצק. יא. די גערער טענה'ן אז זיי זענען אן המשך פון קאצק. או.קעי. זיי האבן פארדרייטע מנהגים. אבער קיין עכטע קאצקער זענען זיי נישט...!

און די ברסלב'ער זענען ממשיך בחוזק יד...!

מיש-נייעס » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 6:07 pm

· #358265
איך זיץ מיר געמיטליך אין קאווע שטיבל, מ'האלט מיר אינמיטן אן אנגענעמער קאווע שמועס און פלוצלינג איז איינער אריינגעקומען און... אנגעמאכט דאס פלאץ אויסגעבראכן, פעך, א גרויל, א עקל.
איך בין אנטלאפן מיט די קאווע אין די הענט עוד נשמתי בי... איך האב געמוזט ארויסלויפן, אזא טינוף אזא ריח אנצאמאכן.
יישר כח פאר'ן חבר ה"קאווע שטיבל" וואס האט אונז אפגעריינוגט דאס פלאץ, מען קען שוין צוריק אריינקומען

אבער דער געמיינער יונג געבט נישט נאך ער הערט נישט אויף, שווייג שוין! פון דיין גאנצע ארטיקל האט מען איין זאך ארויסגענומען, נישט וואס דו מחלוקת איז געווען אין ברסלב!, נישט ווער דער שפאלע זיידע איז געווען! נישט ווער ר' נחמן איז געווען, און נישט דיין פארשמירטע דעה אויף מוהרא"ש
נאר איין זאך איז קלאר געווארן: ווער "דו" ביסט, און וואס דו טוסט בסתר (אדער ווער ווייסט צו נישט בגלוי) איינער האט נישט די מינדערסטע בושה שטעלט זיך אויף אויסברעכן זיין צואה ברבים איז ברור וואס ער איז (קוק אין מסכת תענית דף ז' די ליסטע וואס עס איז דא אויף איהם)
און ווי מער די גרעבסט נאך און נאך ווערט נאר קלארער און קלארער ווער "דו" ביסט, ווייל די צדיקים כבודן במקומם מונח, און

און יעצט טייערע אנ"ש, חברים, ידידים, שרי האלף וכו' וכו' כל אחד בשמו הטוב יבורך, עס איז א שאד איהם צו ענטפערן, כמבואר במסכת שבת דף ל"א דאכט זיך: שבקיה לרויא דמנפשיה נפיל = זעהטס איינער איז שיכור דארפסטו איהם נישט אראפווארפן ער וועט שוין סיי ווי פאלן
מיר האפן אז ער וועט תשובה טוהן גאר אינגיכן, וועט ער מכיר זיין וואס ער האט געטון דא.

א ברסלבער, שפאלער, מוהרא"שער, ליזענסקער, האניפאליער, קאצקער גערער חסיד

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 6:44 pm

· #358268
דאס איז עפעס וואס מ'זעט שטארק אין ברסלב.
ווען מ'רעדט אויף זייער רבי'ן, זענען זיי נישט ווי אנדערע וואס אדער פארטיידיגען זייער רבי'ן, אדער רופען זיי יענעם אן א מחוצף. זיי זענען שוין מחליט אז יענער האט געזינדיגט ערגעץ אנדעריש אויך. ס'קען נישט זיין אז ער איז זיך סתם טועה צו יענער איז סתם א מחוצף. ניין, גראד לויפט מען אין שלאף צימער און מ'איז מחליט כל מיני שמוציגע זאכען אויף איהם.

דאס זאגט אונז גארנישט אויף דער וואס רעדט אויף ברסלב, דאס זאגט אונז יא עפעס אויף דער מענטש וואס רעדט אזוי.

נ.ב. איך זאג נישט קיין מיינונג אויף די לשה"ר'ס וואס ישראל גלויבער האט דא געשריבען\געברענגט. איך האב קיינמאל נישט געהערט די מעשה'ס זיינער, און ווען ער שרייבט עס אין אן איידעלער אופן, וואלטען מענטשען אפשר אריינגעטראכט אין די נושא. נאר אזוי צו שרייבען האט ער זיכער פארלוירען זיין נאמנות.

מיש-נייעס » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 7:06 pm

· #358273
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז עפעס וואס מ'זעט שטארק אין ברסלב.
ווען מ'רעדט אויף זייער רבי'ן, זענען זיי נישט ווי אנדערע וואס אדער פארטיידיגען זייער רבי'ן, אדער רופען זיי יענעם אן א מחוצף. זיי זענען שוין מחליט אז יענער האט געזינדיגט ערגעץ אנדעריש אויך. ס'קען נישט זיין אז ער איז זיך סתם טועה צו יענער איז סתם א מחוצף. ניין, גראד לויפט מען אין שלאף צימער און מ'איז מחליט כל מיני שמוציגע זאכען אויף איהם.

דאס זאגט אונז גארנישט אויף דער וואס רעדט אויף ברסלב, דאס זאגט אונז יא עפעס אויף דער מענטש וואס רעדט אזוי.

נ.ב. איך זאג נישט קיין מיינונג אויף די לשה"ר'ס וואס ישראל גלויבער האט דא געשריבען\געברענגט. איך האב קיינמאל נישט געהערט די מעשה'ס זיינער, און ווען ער שרייבט עס אין אן איידעלער אופן, וואלטען מענטשען אפשר אריינגעטראכט אין די נושא. נאר אזוי צו שרייבען האט ער זיכער פארלוירען זיין נאמנות.


קודם א לייק קומט זיך דיר זיכער
זייער גוט און קלאר פונאנדער געשיידט צווישן א ברסלבער אדער א צווייטע חסידות
איך וויל נאר איבערשרייבן דעם ארטיקל מיט קליינע שינוי

דאס איז עפעס וואס מ'זעט שטארק אין ברסלב. ווען מ'רעדט אויף סיי וועלכע צדיק, זענען זיי נישט ווי אנדערע וואס אדער פארטיידיגען דעם צדיק, אדער רופען זיי יענעם אן א מחוצף. זיי זענען שוין מחליט אז יענער האט געזינדיגט ערגעץ אנדעריש אויך. ס'קען נישט זיין אז ער איז זיך סתם טועה צו יענער איז סתם א מחוצף. ניין, גראד לויפט מען אין שלאף צימער און מ'איז מחליט כל מיני שמוציגע זאכען אויף איהם.

דאס זאגט אונז גארנישט אויף דער וואס רעדט אויף א צדיק בדרך טעות, דאס זאגט אונז יא עפעס אויף א מענטש וואס רעדט אזוי בדרך עזות

נ.ב. איך זאג נישט קיין מיינונג אויף די לשה"ר'ס וואס ישראל גלויבער האט דא געשריבען\געברענגט. איך האב קיינמאל נישט געהערט די מעשה'ס זיינער, און ווען ער שרייבט עס אין אן איידעלער אופן, וואלטען מענטשען אפשר אריינגעטראכט אין די נושא. נאר אזוי צו שרייבען האט ער זיכער פארלוירען זיין נאמנות.[/quo

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 7:08 pm

· #358274
הייסט'ס מ'בארימט זיך נאך מיט א שמוציגער רעדעכץ? ס'איז נישט פונקט אפאר מענטשען וואס האבען שמוציגע געדאנקען אין קאפ, נאר א שיטה אין ברסלב?

איך בין נישט מקבל אזא לשה"ר אויף א גרויסע עדה אידען.

ישראל גלויבער » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 7:26 pm

· #358275
איך האב געוואלט הערן וואס איז געווען די אמת'ע התנגדות קעגן ר' נחמן ברעסלעווער זצ"ל, און כ'האב געברענגט אליינס פרישע סודות פון חדר, וואס קיינער מוז נישט גלייבן, אבער עס שטימט גראדע מיט די היסטאריע, און כ'וויל נאכאלץ הערן ווער ס'ווייסט מער טיפער פון יענע צייטן וואס מ'ווייסט נישט היינט.

סליחה פאר די וואס זענען געווארן וויי געטון, מיינענדיג אז מ'וויל דא טשעפענען ברעסלעווע אנהענגער. ס'פשוט איך וויל צונעמען און אויסלייגן אויפן טיש, עפעס וואס טאקע ברעסלעוו לאזט נישט.

ישראל גלויבער » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 7:34 pm

· #358276
איך האב געהערט א לעצטיגע זאך בענין, און כ'האב מיך נישט געפוילט און געקלונגען 'אפאר' חברים וואס האבן באשטעטיגט דאס פאלגענדע.

דער הייליגער טאהשער רבי זצוק''ל האט פארטריבן זיין איידים פון קרית טאהש - דער היינטיגער משכנות לאביר יעקב רב אין מאנסי, ווייל ער האט געפרעדיגט תורת ברעסלעוו, און האט עהם שטרענג געזאגט, ביי מיר קען מען נישט דערמאנען זיין נאמען, אז דו ווילסט דווקא דארפסטו וואוינען ערגעץ אנדערש.

יש על זה חולקין? ווייל איך האב דאס יעצט באשטעטיגט ביי עטליכע תושבי טאהש

גר ותושב » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 7:45 pm

· #358278
Re: פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?
ישראל גלויבער
איך האב געוואלט הערן וואס איז געווען די אמת'ע התנגדות קעגן נחמן ברעסלעווער, און כ'האב געברענגט אליינס פרישע סודות פון חדר, וואס קיינער מוז נישט גלייבן, אבער עס שטימט גראדע מיט די היסטאריע, און כ'וויל נאכאלץ הערן ווער ס'ווייסט מער טיפער פון יענע צייטן וואס מ'ווייסט נישט היינט.

סליחה פאר די וואס זענען געווארן וויי געטון, מיינענדיג אז מ'וויל דא טשעפענען ברעסלעווע אנהענגער. ס'פשוט איך וויל צונעמען אוין אויסלייגן אויפן טיש, עפעס וואס טאקע ברעסלעוו לאזט נישט.


איך וועל פרובירן צו ענטפערן כפי כוחי איך האף אז די מיינסט עס אמתדיג טאמער נישט בין איך עובר אויף אל תען כסיל .. אבער אויב מיינסטו עס טאקע אמתדיג קויף דיר א באש ובמים ווי דארט שטייט פונקטליך קלאר און דייטליך שיטות ברסלב ווי אזוי די מחלוקת איז צוגעגאנגען און טוה עס דורך צו עס שטימט אדער נישט.

ועוד די טענהסט אז דיין חלומות שוא שטימט מיטן היסטאריע גיי קויף דיר ספר שבחו של צדיק וואס גייט אדורך אלע דורות פון תלמידי בעל שם ביז דורינו אלה אלע צדיקים און מקורות וואס האבן גערעדט אדער נאכגעזאגט תורה פון רבי נחמן און טוה עס דורך צו עס שטימט און קוק נאך די אפענע מקורות.

ברסלב פאר זיך רעדט נישט פון די מחלוקה נישט ווייל זיי האבן עפעס צו באהאלטן נאר פשוט ווייל עס האט נישט קיין שום ניצן פון רעדן דערפון אלע משפיעים אין ברסלב זענען עוסק און איין זאך צו מקרב זיין לב ישראל לאביהם שבשמים יעדער אויף זיין מהלך (איך בין קלאר נישט מודה צו אלע מהלכים) אבער פון זיך פרעידיגן און אלטע מחלוקות טוהט מען גארנישט אויף אבער שיטות ברסלב איז קלאר באשריבן און די ספר באש ובמים ואידך זיל גמור.

גר ותושב » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 7:52 pm

· #358279
Re: פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?
ישראל גלויבער
איך האב געהערט א לעצטיגע זאך בענין, און כ'האב מיך נישט געפוילט און געקלונגען 'אפאר' חברים וואס האבן באשטעטיגט דאס פאלגענדע.

דער הייליגער טאהשער רבי זצוק''ל האט פארטריבן זיין איידים פון קרית טאהש - דער היינטיגער משכנות לאביר יעקב רב אין מאנסי, ווייל ער האט געפרעדיגט תורת ברעסלעוו, און האט עהם שטרענג געזאגט, ביי מיר קען מען נישט דערמאנען זיין נאמען, אז דו ווילסט דווקא דארפסטו וואוינען ערגעץ אנדערש.

יש על זה חולקין? ווייל איך האב דאס יעצט באשטעטיגט ביי עטליכע תושבי טאהש

יש חולקים על זה דא האט איר א באריכט פון ברסלב סיטי נאכן פטירה פון האדמור מטאהש זצל

הרבי מטאהש על ברסלב: "רבינו נחמן קדוש והתלמידים שלו קדושים!"


זקן האדמורי"ם שנפטר לפני שבוע ימים נשא בעבר דרשה נחרצת בעניין חסידות ברסלב ובה גם העיד כיצד הגה יחד עם אביו בספרים הקדושים. וגם: תמונה נדירה מהמפגש של הרבי עם מוהרא"ש זי"ע


ביום רביעי בשבוע שעבר הסתלק מן העולם האדמו"ר רבי משולם פייש לאווי מטאהש זצ"ל שהתגורר בקרית טאהש בקנדה ונחשב לאחד מחשובי האדמורי"ם שבדור. בן 94 היה בפטירתו.


רבים מתושבי קרית טאהש שבקנדה נחשבים למקורבים מאוד אל חסידות ברסלב וקבוצה גדולה מהם אף מגיעה מדי ראש השנה אל ציונו הקדוש של רבינו נחמן מברסלב זי"ע באומן.


היו שטענו בעבר כי האדמו"ר עצמו מתנגד אל חסידות ברסלב ואף דיבר בגנות ספרי רבינו הקדוש חלילה, אלא שלידי 'ברסלב סיטי' הגיעה שיחה שנשא האדמו"ר זצ"ל לפני כעשרים שנה - בסעודה שלישית של פרשת וירא בשנת תשנ"ד - ובה הוא מבהיר באופן נחרץ שדעתו היא ההיפך הגמור ממה שפורסם. "אמרו בשמי וגם הדפיסו, דבר שהוא כולו שקר, דברים רעים רחמנא ליצלן, כאילו שאני אמרתי על הספרים של הרבי הקדוש ר' נחמן שאבי וסבא שלי וסבא רבא שלי הרחיקו את הספרים, זה שקר וכזב!" זעק הרבי מטאהש.


האדמו"ר הוסיף והבהיר: "לעולם לא שמעתי על כזה דבר אלא בדיוק להיפך, אני בעצמי כשהייתי בחור למדתי בקאליב ושם לא היה בנמצא להשיג את ספרי ברסלב, אך אצל הרבי מקאליב כן היה את הספרים, וזה היה מאוד יפה, אז לקחתי אותם הביתה והייתי לומד את הספרים הללו עם אבי בכל שבת בבוקר, ולמדתי בליקוטי מוהר"ן, ואבא שלי היה שומע ובודק איך אני לומד בזה, והיה לו הנאה גדולה, היה לו נחת רוח".


"הדברים שכתבו, כאילו שאמרתי ככה ואמרתי ככה, הם שקר וכזב, זה חילול השם" אמר האדמו"ר בנחרצות. "אם רוצים לשמוע מה שאני אומר, עכשיו יכולים לשמוע: הספרים של רבי נחמן מברסלב, שהיה נכד ותלמיד של הבעל שם הקדוש והיה קדוש ונורא מאוד, הוא קדוש! הספרים שלו קדושים! והתלמידים שלו קדושים! מי שרוצה ללמוד בזה יכול ללמוד, הספרים האלו קדושים, הם קדושים ומי שלומד בהם קדוש!!! זה מה שרוצה אל עליון!!! זו דעתי, זה מה שאני אומר וזה מה שאני מחזיק" (המילים תורגמו מאידיש ללשון הקודש).


תמונה פרסום ראשון: כ''ק הרה''ק מטאהש זצ''ל עם כ''ק מוהרא''ש זצ''ל ט' סיון תשנ''א בקרית טאהש.

📎 מוהרא''ש בחתונת בן הרב מאיר שטערן עם בת האדמור מליזנסק חתן האדמור מטאהש בקרית טאהש - ט' סיון תשנ''א. עיבוד נחמן מעהל.jpg
📎 מוהרא''ש בחתונת בן הרב מאיר שטערן עם בת האדמור מליזנסק חתן האדמור מטאהש בקרית טאהש - ט' סיון תשנ''א. עיבוד נחמן מעהל.jpg

ישראל גלויבער » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 10:11 pm

· #358290
פארוואס זאגן דארט יודען אז מ'האט דעם משכנות לאביר יעקב פארשיקט וועגן דעם

איסר האטלקי » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 10:15 pm

· #358291
נו, גיי זוך אויף שאלעשידעס תורה פרשת וירא תשנ"ד... קען אים דען איינער אפפרעגן? אזא איינער איז נישט באגלייבט.

גר ותושב » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 10:17 pm

· #358292
Re: פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?
ישראל גלויבער
פארוואס זאגן דארט יודען אז מ'האט דעם משכנות לאביר יעקב פארשיקט וועגן דעם

זייער פשוט ער האט געוואלט האבן א קרית טאהש און נישט קיין קרית ברסלב אבער עס מיינט נישט אז מען האט נישט געהאלטן פון ברסלב.

גר ותושב » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 10:18 pm

· #358293
Re: פארוואס איז געווען התנגדות קעגן ברעסלעוו?
איסר האטלקי
נו, גיי זוך אויף שאלעשידעס תורה פרשת וירא תשנ"ד... קען אים דען איינער אפפרעגן? אזא איינער איז נישט באגלייבט.

מה שאין כן גיי זוך אויף די חברים פון ישראל גלויבער וואס האבן בפירוש אליינס געזאגט אנדערש און גראדע איך גלייב אז מען קען אפיר זוכען די תורה.

איסר האטלקי » מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 10:20 pm

· #358294
נו, הויב אן צו זוכן. לאז מיך וויסן וועלכע דו טרעפסט ערשט.
בלאט: 1 2