ישראל גלויבעראיך האב געוואלט הערן וואס איז געווען די אמת'ע התנגדות קעגן ר' נחמן ברעסלעווער זצ"ל, און כ'האב געברענגט אליינס פרישע סודות פון חדר, וואס קיינער מוז נישט גלייבן, אבער עס שטימט גראדע מיט די היסטאריע, און כ'וויל נאכאלץ הערן ווער ס'ווייסט מער טיפער פון יענע צייטן וואס מ'ווייסט נישט היינט.
סליחה פאר די וואס זענען געווארן וויי געטון, מיינענדיג אז מ'וויל דא טשעפענען ברעסלעווע אנהענגער. ס'פשוט איך וויל צונעמען און אויסלייגן אויפן טיש, עפעס וואס טאקע ברעסלעוו לאזט נישט.
אזוי גאר, עס האט דיר פלוצלינג אנגעכאפט א מורא׳דיגע דורשט נאכן אמת און האסט געהאט א אויסערגעווענליכע סייעתא דשמיא. אז אין איין טאג פון ווען דו האסט אנגעהויבן זוכן. האסטו זיך גלייך דערגרונטעוועט לעומק הדברים און השי״ת האט ברוב רחמיו וחסדיו דיר גלייך נאכדעם אונטערגעשיקט דעם באגלייבטן אמת רעדנדיגן אנאנימער אימעיל שיקער, און אז השי״ת האט דיך אזוי שנעל און שיין געהאלפן ווילסטו פשוט מזכה זיין דעם גאנצן קהל....
#קאטטעקרעפ