ער דערמאנט ר' גדליה, ער דערמאנט ר' ישראל בער. ווער זענען זיי? ר' ישראל בער איז דער בעל הפתק? זיין אויסשפראך איז ענליך ווי בריסק. דאס דערמאנט פון רא"י'ס קינדער.
ער זאגט זאכען וואס איז נישט אמת. "ר' שמואל שפירא איז געווען אן ערליכע איד און דערנאך אן ערליכע ברסלב'ער חסיד" אנטשולדיגט, אבער ר' אליעזר איז זיכער נישט קיין פארדארבענער מבטן ומלידה. אלס בחור איידער ער איז געווארען א ברסלב'ער, האט ער געשמ'ט אלס א יחיד אין לערנען און יר"ש. מיין רבי געדענקט איהם פון כפר חסידים און ער געדענקט ר' אליה'ס הערצה לא צו איהם. וואס איז שפעטער געשען ווייס איך שוין נישט.
און דער רעדענע קען זיך בארואיגען. נארמאלער בחורים און יונגעלייט קומען סייווי נישט אן דארטען. ס'איז נישט קיין פראבלעם פון ברסלב . נאר אפשר א כלליות'דיגע פראבלעם, וואס מאורי הדור דארפען זיך ספראווען דערמיט.
שווער צו גלייבן אז די רעקארדינגס זענען אמת. די גאצע הלוך ילך פון זיינע ווערטער קלעבט עפעס נישט. פארוואס און פארווען וואלט ער דען געזאגט "אני אנסתי אותה" און אז ס'געווען שלא על פי רצונה. און ער האט אפילו גענומען די מיה מברר צו זיין די הלכה פון די פרוי אז זי האט נישט קיין דין פון א אשת איש און זי ברויך נישט קיין גט... נשמע קצת לא הגיוני. זעט אויס אז איינער מאכט עם נאך דארטן אויפן טעיפ און פראבירט צו מאכן א אנשטעל ווי למשל א תלמיד חכם העט זיך ווען מודה געווען אויף דעם אופן נאכן חטא. (על כל פנים יעך וואלט זעכער נישט אזוי גערעדט לאחר המעשה)
וואס עס געשעט יעצט, איז א טיילונג, אבער נישט סתם קיין טיילונג. אין די יעצטיגע טעג ווערט הגה"צ ר' אליעזר ברלנד שליט"א אויסגעשלאסן פון ברסלב, בצדק צי שלא בצדק, דורך אנדערע שטערמונגען פון ברסלב, בשעת ער פארמאגט פייערדיגע אנהענגער, ביניהם גדולים ורבנים בקהילות. אט די אלע נעמען זיך שטארק אן פאר אים, זענען גרייט צו גיין אין פייער און אין וואסער און צו אטאקירן זיינע קענגער רח"ל. דאס מיינט אז ברסלב ווערט אצינד צוטיילט אויף צוויי.
איין מינוט איין מינוט איך בין שוין אינגאנצן צומישט דער שמואל פרימו אמאל איז ער אין גוואלטאמא פראוועט תיקון חצות, אין יעצט איז ער אין ברעסלוב איז דאן וועגן הרב בערלאנד אין די אנדערע פליגש'ן אין די חסידות
בערני וויאזוי ביסטו אזוי זיכער אז ער איז יא שולדיג? איי מין דאס איז דאך כו"ע מודי אז עס זענען געווען אינערליכע פייט'ס אין די קהילה איבער געלטער וכו', און די מענטשן האבן אים געוואלט צוטרעטן בכל מחיר, סאו עס איז דא א סברא צו טראכטן אז די זאך איז א בלבול אלס נקמה.
נאכמאל איך זאג נישט אז עס איז יא אמת אדער נישט, ווייל איך ווייס נישט, אבער מוטה פראנק דארף נאך נישט כאפן פון דיר ווייל ער נעמט זיך אן פאר אים.
@אינטערסאנעטער די ווייסט נישט אז ביי חרדים איז די כלל Guilty until proven not guilty?
מאיז זיך אליין שולדיג אז יעדער איז ריין אפילו נאכן ווערן קאנוויקטעד טראסט מען שוין קיינער ווען מען זאגט אז יענער איז ריין אדער קען זיין ריין
איך ווייס נישט וואס מאכט דיך אזוי פארגלייבט אין די דורכגעפוילטע קאורט סיסטעם, עס שטימט נישט במציאות און נישט מיט עטיקס, מען קען חרוב מאכן מענטשן על לא דבר, און מענטשן קענען גיין פריי על עול קשה, עס קען ארויסקומען א מעכטיגע פסק אז יענער איז שולדיג, און דערנאך קומט אן אנדערע קאורט און שרייט אז ער איז נישט שולדיג, און יארן שפעטער ווערט מען געוואר אז מען רעדט פון א דריטן מענטש, הכלל אפילו ווען די קאורט שרייט אויף איינעם שולדיג, מיינט דאס נאכנישט אז דאס איז תורת משה
בערני וויאזוי ביסטו אזוי זיכער אז ער איז יא שולדיג? איי מין דאס איז דאך כו"ע מודי אז עס זענען געווען אינערליכע פייט'ס אין די קהילה איבער געלטער וכו', און די מענטשן האבן אים געוואלט צוטרעטן בכל מחיר, סאו עס איז דא א סברא צו טראכטן אז די זאך איז א בלבול אלס נקמה.
נאכמאל איך זאג נישט אז עס איז יא אמת אדער נישט, ווייל איך ווייס נישט, אבער מוטה פראנק דארף נאך נישט כאפן פון דיר ווייל ער נעמט זיך אן פאר אים.
סאיז דאך דא א רעקארדינג ווי ער איז אליינס מודה אין די גאנצע מעשה, האסט עס געהערט? סאיז פאלש? איך האב עס געוואטש.
לכאורה איז זיין מהלך פין מודה זיין דוגמת וויאזוי דער דברי חיים פלעגט רעדען, איך בין א חוטא וכו'. ווי אויך דער ייטב לב און אסאך אנדערע צדיקים, און צום לעצט דער יצי"ב.