☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » כשרונות פראיעקט אויף קול מבשר

כשרונות פראיעקט אויף קול מבשר

67 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11139
בלאט: 1 2

moshav zekeinim » דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 12:47 pm

· #356938
ביסט ארויס געקראכן פון דיין באהעלטעניש פשוט ווידער אמאל אנצישטינקען דעם פלאץ? וועלעכער ווינד האט דיר אהער געבלאזן אין מיין מוזיק אשכול?

כלבאשבוע » דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:08 pm

· #356958
@moshav zekeinim, טוה א טובה, איגנאריר די דברי קנטר, ממש א שאד צו פארדרייען א נארמאלע שיינע אשכול.

moshav zekeinim » דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 6:23 pm

· #356959
איך מיין אז דער ניגון נומער 5 הייסט מרובים צרכי עמך. עס האט אנגעצינדן אין מיר עפעס, האב איך דערויף געוועהלט.

איסר האטלקי » דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 11:21 pm

· #356999
מען מעג דא רעדן פון די ניגונים אויך? איך קען נישט די תקנות פונעם פותח גענוי...

איך האב געשטימט פארן פערטן ניגון, זייער קלאסיש און צום זאך.
הגם וואס אינעם לעצטן ניגון ליגט מער כוחות, טאלאנט און מוזיקאליע, מיט דעם אלעם איז דער פערטער א מושלם.

שמואל פרימו » דאנערשטאג דעצעמבער 15, 2016 10:50 pm

· #357211
העי העי, בארואיגט אייך דארט ביידע, אנאנים מיט מושב זקנים, וואס שלאגט איר זיך דארט אזוי?

שש-משזר, דו ווייסט מיט וועמען דו שלאגסט זיך? פאס אויף! - מושב, ס'איז נישט שיין אזוי אראפצורייסן, אביסל געפיל מיט רחמנות...

אז עטס ווילט ביידע, איך קען מאכן שלום. קומטס ביידע צו מיר אין אישי, איך בין א מומחה דערין, איך וועל אלעמען אויסהערן און פארגלייכן צווישן ענק!

געוואלדיג » פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 12:23 am

· #357221
ביי מיר איז עס א פארמעסט צווישן די ערשטע און נאמבער ניין, איך האב געוועלט פאר איינס.

קומזיץ » פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 1:06 am

· #357227
מיך געפעלט די מערסטע #6 איך זעה און דעם אביסל חידוש

moshav zekeinim » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 2:00 pm

· #357424
דער מוצאי שבת איז נאר מאיר אדלער געווען אינטרעסאנט. פריד מיט ברייער זענען עפעס געשלאפן. און ווידער דער זעלבער פראבלעם, אלע האבן דער זעלבער מיינונג, און בעיקר, צו מאל אנדערש פון מיין מיינונג... מאיר פראבירט צו דערגיין דער מהות פונעם מחבר דורך'ן ניגון, אן מאיר קען מען שוין נישט גיין צום טיש. (אפשר מאכט מען יעדער וואך ניין ניגונים מיט מאיר'ס אבזערוואצעס, א נייע פרנסה פאר אים ניגונאלאג במקום גראפאלאג...). מאיר גיט דעם ניגון א צורה, איז עס מדמה צו עלטערע ניגונים, און זאגט פאראויס מיט הצלחה וואו און פארוואס דער ניגון פאסט זיך דא אדער דארטן. איין פראבלעם נאר, ער בארימט יעדער איינציגסטער ניגון, נו, אז ער גלייך'ט יעדער ניגון דארטן איז דאך נישט שייך אנדערש.

געווינען ביים קהל האט ואני תפילתי, וואס איז לויט מאיר'ן א בחור אדער יונגערמאנטשיק. און ביי די מבינים, מהר. און ביי מיר מער ווי איינס...

moshav zekeinim » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 3:18 pm

· #357428
קען זיין. דער אמת איז אבער אז עז איז לאו דוקה א מצווה צו קריטיקירן ניגונים. אז זיי זענען גוט זענען זיי גוט. מען רעדט דאך דא נישט פון ניגונים וואס דארפן גרייכן א אקאדעמישער סטרוקטור. מען רעדט פון ניגונים וואס איז געמאכט פון מענטשן פאר מענטשן, פון הארץ צו הארץ. איז ווילאנג עס איז עפעס וואס דער צבור קען מקבל זיין סיי וואו און הנאה האבן דערפון, איז דאס א גוטער ניגון. יואלי גליק וסעתו קלויבן אודאי אזעלעכע סארט ניגונים, ממילא איז נישטא וואס צו זאגן דערויף מער ווי אפשאצונגען.

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 9:06 pm

· #357464
מ'קען נאך הערן די ניגונים פון לעצטע וואך?

מ'קען נאך אריינשיקן ניגונים?

moshav zekeinim » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 9:48 pm

· #357468
אין קול מבשר נישט, אבער איך גלייב אז א ניגון פון אזא באגאבטער פייטן און בדחן ווי רויטע וואנצעס וועט זיכער זיין אינטרעסאנט פאר די קאווע שטיבל מטגלידער

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 10:03 pm

· #357469
ווי אזוי גיבט מען עס דא איבער? לא לא לא לא ליי ליי, יאדאדאדאדיי... האלטס ענק אן שטארק, דא קומט די הויכע פאל, אהא הא היי יי יי יי, ראדא דאדאדיי... נאכאמאל צוזאמען, אהא הא היי יי יי יי, ראדא דאדאדיי...

moshav zekeinim » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 10:17 pm

· #357472
קאם אן, איך האב געמיינט אז דו מיינסט עס ערנסט.

רויטע וואנצעס » מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 11:43 pm

· #357480
כ'האב טאקע ניגונים. אבער נישט שייך דא איבערגעבן און איך האב זיי ניטאמאל רעקאדירט.

איסר האטלקי » דינסטאג דעצעמבער 20, 2016 12:17 am

· #357481
moshav zekeinim

געווינען ביים קהל האט ואני תפילתי, וואס איז לויט מאיר'ן א בחור אדער יונגערמאנטשיק. און ביי די מבינים, מהר. און ביי מיר מער ווי איינס...

דאכט זיך אז פארקערט. די פאפולעלע שטימען זענען געווען פאר מהר. ביי די עלעקטאראלע מבינים האט ואני געוואונען.

moshav zekeinim » זונטאג דעצעמבער 25, 2016 8:04 pm

· #358004
דער וואך האט די לעצטע ניגון געווינען ביי די מבינים. ביים עולם מיין איך עפעס אן אני תפילתי.

כאטש וואס משה לאופר איז צעהן מאל מער לעגענדאר ווי מאיר אדלער, און עס איז א כבוד אים צו האבן אויף קול מבשר, איז אבער מאיר אדלער א סך אינטרעסאנטער אלס אנליזירער. לאופר איז עפעס זייער פשוט, ביי אים איז נישטא קיין פלפולים, אז עס איז גוט און עס קען זיך פארקויפן איז גוט, אז נישט נישט, וואס איז דען דא אזויפיל צו רעדן?!

אבער פארט, צו הערן דער גרויסער משה לאופר רעדן איבער נגינה איז אן עקספיריענץ.

דער JJ פריד האט זיך געקלאמערט צו משה לאופר, ווי זיך געשפילט אויף זיין שויס, ער האט זיך כמעט געקושט מיט אים, ליבו גס עימו. און דער שמואלי דער קליינער זיסער מחוצף'ל פון דער זייט האט נישט מורא געהאט צו מורה זיין הלכה בפני רבו און אזוי גלאט געזאגט פארקערט. דאס איז דאך טאקע זיין חן. ער איז שוין בעסט פרענדס מיט "משה", און קלאפט זיך פלייצעס מיט דעם מיטאלאגישן משה'ן וואס וואלט געקענט זיין זיין זיידע, ווי מיט א קרית יואל'ער בחור. "משה דו גייסט זינגען? חחחחח!!! שמואלי ברעכט די קאריערישע שטייפקייט, ער שפאצירט בחצרות מלכים ווי ביים טאטן אין וויינגארטן.

בכלל איז דער פאנל געווען מער א געקלאמרעכטס ארום דעם ב'חן'טן משה לאופר ווי איידער אן אנליז אויף די ניגונים, זיי האבן אים ממש נישט אפגעלאזט, באפאלן ווי דעם פעטער וואס דערציילט מעשיות.

moshav zekeinim » זונטאג יאנואר 1, 2017 1:41 pm

· #358461
מאיר אדלער איז דער וואך געווען גוט און פריש ווי אלעמאל. יוסף משה כהנא איז געווען אביסל צו שארף, טיילמאל אפגע'פסל'ט א ניגון בלי נימוק, אבער ער איז פארט גוט אויף זיין אופן, למשל זיין קריטיג אויף דעם שלום עלכם איז מיר זייער געפאלן. נפתלי משה'ן פארשטיי איך נישט, ער איז דאך פון די וואס האבן לכאורה אויסגעקליבן די ניין ניגונים, נו אודאי האלט ער אז די ניגונים זענען גוט.

בכל אופן, איך האב הנאה געהאט פון די עקסטרעם אנדערע מיינונגען, און אנדערע קוק ווינקלען אויף א ניגון. און ווי גערעכט איז יוסף משה אז די מבינים דער וואך זענען מבינים אויפן דעת הקהל.
בלאט: 1 2