☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » קאווע שטיבל טוישט שיפטס

קאווע שטיבל טוישט שיפטס

40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11112

שמואל פרימו » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 9:01 pm

· #355665
קאווע שטיבל טוישט שיפטס
דער סדר העולם גייט...

א מענטש ווערט געבוירן, ער וואקסט אונטער, ער ווערט צוואנציג יאר, מיינט ער אז ער גייט אייננעמען די וועלט. ער קוקט אן די עלטערע מענטשן אלס פרימיטיווע נארישע מענטשן וואס זענען אויסגעדינט און אויסגעראסטערט, און נישט נאר דאס, נאר אפילו ווען זיי זענען געווען יונג זענען זיי אויך געווען נאריש און נישט געטאן צו די זאך. אצינד איז ער דער אני ואפסי, ער איז דא מיט פרישע כוחות, ער לייגט אריין די ענערדזשי און הויבט אן דרייען א רעדל, ער הויבט אן מיט גרויסע חלומות, אבער וואס א יאר שפעטער ווערט ער געוואויער אז זאכן גייען נישט אזוי ווי ס'געשיקט זיך, ער קלערט נאך אלס אז ער וועט אויפרידערן א וועלט, ער ווערט דרייסיג און דאן פערציג, ביי די זעכציג זעט ער זיך שוין אן אויסגעדינטע כלי.

קומט צו גיין זיין אייניקל, דער יונגער צוואנציג יעריגער שטינקער, און ער חלומ'ט אז דער זיידע ווייסט נישט בחייכון וביומיכון און ער איז דער וואס וועט עס מאכן, ער הויבט אן צו רידערן א וועלט און זיך אריינמישן וואו ער קען נאר... יארן ריקן זיך אונטער און ער דערזעט זיך אויפן זעלבן ארט פונעם זיידן.

...
א מוסד ווערט געפירט, עס קומען אריין יונגע עסקנים, דרייען איבער א וועלט, פארשטייען אז דער וועג ווי אזוי מען האט געהאנדלט ביז יעצט איז געווען מיסמענענדזשט, מען דארף איבערמאכן די גאנצע סיסטעם, די פריעדיגע ראשי-הקהילה זענען געווען סתם זעצערס. אט קומען אריין יונגע חברה, דרייען א רעדל, שאפן געלט און בויען איבער די שטיבלעך, מאכן קאמפיינס און שאפן עסקנות...

די יונגע ווערן עלטער און זעען אז זאכן פארן נישט אזוי פון מינוט אויפן צווייטן, די אלטע זענען נישט געווען אזעלכע זעצערס... א יאר רוקט זיך אונטער און דאן נאך א יאר, זיי דערזעען זיך שוין ביי די זעכציג, זיי רעטייערן שוין און די יונגע שנוקעס שטויסן זיי ארויס פון קהל...

...
קאווע שטיבל לעבט זיך, פאראן א קופערניקוס, א אנאנים, א לעיקוואד און וואס נישט, אלע רידערן און אלע דרייען און קלערן אז זיי וועלן מתקן זיין די וועלט. עס גייט דורך א טאג נאך א טאג, די אלטע ווערן אלט, שש מיט לעיקוואד זאגן זיך אפ, די אלטע זענען שוין מער נישטא...

פאר א קורצע תקופה ראסטערט קאווע שטיבל, ביז מיטאמאל באווייזן זיך יונגע שנוקעס אינעם שלום-עליכם אשכול, זיי וועלן מתקן זיין די וועלט און זיי וועלן זיין די קומענדיגע כוכבים אין שטיבל.

והארץ לעולם עומדת.

אייז קריעם » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 9:14 pm

· #355666
סא וואט יא אר סעיאיג איז אז די וועלט איז יעצט פונקט ווי ביי די אכצן יאר הינדערט, מינוס אפאר יונגע היצקעפ וואס האבן געטרייט עפעס צו טוהן אינצווישן...

berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 10:29 pm

· #355677
שמואל פרימו: כאטש איך האלט נישט פון דיר און נישט פון דיינע מיינונגען. אבער דא מוז איך מודה זיין אז די האסט א פוינט. .Tu tienes una puenta...!

אויך וויל איך מודיע זיין פאר ווער ס'הערט אדער איז אינטרעסירט, בכלל. אז איך גיי דא אויפהערן שרייבן פאר מיין 10,000'סטע תגובה. ווייל איך וויל נישט זיין קיין אורח הכבוד. ס'איז נישטא פאר וועם און נישטא פאר וואס...מיינע אשכולות אדער אפילו תגובות בלייבן (עפ"י רוב) שימלען אן קיין ענטפער אדער אינטרעסע אין א נארמאלן מענטשליכן וויכוח, דעבאטע אדער אויסטויש פון מיינונגען. קודם שטייט עס טעג און וואכן אן אן ענטפער. נאכדעם קומט איינער פון די גרויסע בעלי המימרא דא און פארן ארויף דערויף אן איבערלאזן א זכר...! איך פארגין דעם גרויסן כבוד פאר אזעלכע נעגאטיווע (אויבער) חכמים ווי דער חסיד פון ווארשע (אדער דער היפוך)... 🙄 😮 😞

שמעון וואלף » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 11:39 pm

· #355688
בערל, ווי וועסטי אויסגעבן דיין טעם זקנים ווען די לאזט אונז איבער? עמיר דיר כאטשיג קענען הערן אויף קול מבשר איבערגעבן זכרונות?
אז מ'רעדט שוין, אויפ'ן פראגע בויגן פון די ארונימ'ס שבתון פאר למעלה מששים'ס דארף מען איינשרייבן מיט וועם מ'וויל שלאפן. ביסטי נאך אוועילעבעל?

בן אדם » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 11:41 pm

· #355689
זיי מאכן אזא שבתון? ...Wow! So cute

נולד מאוחר » דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 11:56 pm

· #355693
וואס איז טאקע דו הסבר אז ס'וואקסט נישט אויף פרישע אינגע קאפארניקס און לעקוואדס?

קאצקע ציקער » מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:23 am

· #355708
ווייל היינט איז שוין וואטס עפפ טיימס די כוכבים בלייבן אין זייערע גרופס אין דארט שיטן זיי פערל ווערטער

moshav zekeinim » מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:34 am

· #355709
פארוואס זענען אלס פארהאן אפשפעטערס פון די וואס ווילן מתקן זיין די וועלט? ווייסן זיי דען נישט אז די גיטס וואס מיר פארמאגן יא היינט איז צו פארדאנקען אזעלעכע וואס האבן דווקה יא גע'חלום'ט מתקן צו זיין די וועלט, און דווקה אנטקעגן דעם שטראם. היינט איז דא גענוג חומר צו ליינען, אז שפעטן פון די וואס פראבירן צו מאכן די וועלט א בעסערע פלאץ, איז פראסטע איגנאראנץ און פארביסנקייט.

יא, מען קען מתקן זיין די וועלט, אבסעלוט, היה ויהיה, און טאקע דו אויכעט.

נולד מאוחר » מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:47 am

· #355712
קאצקע ציקער
ווייל היינט איז שוין וואטס עפפ טיימס די כוכבים בלייבן אין זייערע גרופס אין דארט שיטן זיי פערל ווערטער

ווי בין איך?

moshav zekeinim » מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:56 am

· #355713
דארף מען טאקע קאווע שטיבל פאר דברי חכמה? צו פעלן דען דברי חכמה אויפן געוועב? קאווע שטיבל האט פארשפראכן רעוואלוציע און דאס דערווייל נישט דערליווערט, קאווע שטיבל'ס עקזיסטענט איז דעריבער מינדערוויכטיג כעת, צו די לעבעדיגע שרייבערס זענען דא אדער נישט.

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 2:50 am

· #355719
שמעון וואלף
בערל, ווי וועסטי אויסגעבן דיין טעם זקנים ווען די לאזט אונז איבער? עמיר דיר כאטשיג קענען הערן אויף קול מבשר איבערגעבן זכרונות?
אז מ'רעדט שוין, אויפ'ן פראגע בויגן פון די ארונימ'ס שבתון פאר למעלה מששים'ס דארף מען איינשרייבן מיט וועם מ'וויל שלאפן. ביסטי נאך אוועילעבעל?

שמעון וואלף: ייש"כ. אבער ווען איך בין אריינגעקומען שרייבן און ליינען דא אין קאווע שטיבל איז דאס געווען א פלאץ וואו ס'איז געווען געשמאק צו הערן און ארויסזאגן אלע ערליי מיינונגען אן מורא אדער פחד פון אריבערגיין די פארטיי ליניעס אדער זיין פאליטיקלי קארעקט. למשל, ס'איז געווען דא א זר זהב, וועלכער האט זיך פאררעכנט פאר'ן קעניג פון שטיבל. מיט זיינע ברייטע ידיעות און הומאריסטישע אויסדרוקן. מ'האט נישט געמעקט אדער געווארנט קיינעם פאר אויסדרוקן א מיינונג. נאכדעם איז זיך אנגעקומען דער פיש'לע הערינג מיט זיינע הענט אויפ'ן חלק אחוריים (כנוסח גער.) און ר'האט אנגעהויבן מעקן און שיקן ווארענונגען. נאכדעם איז ער אפגעשטארבן. נאכדעם איז אויפגעשטאנען אן אנדער'ער חכם און ר'האט דא ארום געהאצקעט. ביז ער איז אויכעט אפגעשטארבן. דערנאך איז געקומען א דריטער און א פערטער. אזוי ווי ס'שטייט אין די אנפאנג פרשיות פון בראשית ...ויחי... וימות...ביז ס'איז געקומען אנאנים...ממש אזוי ווי ס'שטייט אין פרקי אבות. עשרה דורות מנח ועד אברהם...פון שש'ן האביך שטארק הנאה געהאט. פון זיינע ברייטע ידיעות און זיינע גוטע מידות...! אבער לאמיר זיך ארומקוקן ווער ס'זענען היינט די גדולי הדור. חוץ א פאר אנשטענדיגע און הומאריסטישע ניקס ווי דיך (מקצת שבחו בפניו.) און וואלווי. און ירח בן יומו. און רויטע וואנצעס (וועלכער שרייבט שוין אויך נישט אזוי אפט ווי ר'האט אמאל געשריבן.) אדער געוואלדיג. ווער איז דער כוכב עולה דא אין שטיבל...דער ליטוואק פון בודאפעסט...א מין בריאה וועלכער האט נישט אין זיך דעם מינימאלסטן מאס פון אנשטענדיגקייט אדער מענטשליכקייט. מיט א פארקרומטן, ליטווישן שכל. וואס זעהט און הערט און רעאגירט צו א יעדע זאך אדער מצב משה קאפויער. שמעקעדיג איז אויכעט שוין סעמי-רעטייערט. נו, ווי זאלל ער האבן צייט. ער מוז דאך ליינען און שרייבן אויף איי-וועלט אויך...!

בקיצור. ס'איז א כמעט ליידיגער זאל. און ס'בלאזט א קאלטער, אומעטיגער ווינט. אזוי ווי אין גן עדן אין היכל פון די ערליכע שותפים. מ'זאגט אז אין גן עדן איז דא א היכל פאר שותפים וועלכע זענען געווען ערליך און האבן נישט באגנב'עט איינער דעם אנדער'ן. און דער היכל איז ליידיג. און מ'ווארט ווען ס'וועט אריינקומען דארט איינוואוינער'ס. דא אין קאווע שטיבל פון 2016, איז אויך אזוי. און ווער ווייסט פון 2017, וויאזוי ס'וועט נאך אויסזעהן...! (עכ"ל)... 😂 🙄

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 2:53 am

· #355720
שמעון וואלף: אויף דעם פראגע בויגן וואס מ'פארטיילט אין ארונים-סאטמאר מיט וועם מ'וויל שלאפן. האביך דעם פאלגנדן ענטפער. נאך זיך קוילערן פאר געלעכטער, פארשטייצעך... 😂

איך בין נישט געי, ח"ו. און איך האב א ווייב, ב"ה עמו"ש. אזוי אז איך בין נישט קיין קאנדידאט פאר דעם פראגראם פון קהילתנו הקדושה...מוחל טובות... 😂 🙄

berlbalaguleh » מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 3:10 am

· #355723
נאך א פאר ניקס צו צו לייגן צו די רשימה פון די אנשטענדיגע (עלטערע) ניקס פון וועם איך האב הנאה. נולד מאוחר, שבת אחים און ליפא. איך רעד נישט פון די גאר נייע ניקס וועלכע האבן נאך נישט ארויסגעוויזן זייער מהות. הן לטוב אדער למוטב...!

שמעלקא'לע » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 7:04 am

· #355840
berlbalaguleh
שמואל פרימו: כאטש איך האלט נישט פון דיר און נישט פון דיינע מיינונגען. אבער דא מוז איך מודה זיין אז די האסט א פוינט. .Tu tienes una puenta...!

אויך וויל איך מודיע זיין פאר ווער ס'הערט אדער איז אינטרעסירט, בכלל. אז איך גיי דא אויפהערן שרייבן פאר מיין 10,000'סטע תגובה. ווייל איך וויל נישט זיין קיין אורח הכבוד. ס'איז נישטא פאר וועם און נישטא פאר וואס...מיינע אשכולות אדער אפילו תגובות בלייבן (עפ"י רוב) שימלען אן קיין ענטפער אדער אינטרעסע אין א נארמאלן מענטשליכן וויכוח, דעבאטע אדער אויסטויש פון מיינונגען. קודם שטייט עס טעג און וואכן אן אן ענטפער. נאכדעם קומט איינער פון די גרויסע בעלי המימרא דא און פארן ארויף דערויף אן איבערלאזן א זכר...! איך פארגין דעם גרויסן כבוד פאר אזעלכע נעגאטיווע (אויבער) חכמים ווי דער חסיד פון ווארשע (אדער דער היפוך)... 🙄 😮 😞

איך האב פרובירט אביסל אויפצולעבן דא מיטן שרייבן לענגערע אינטערעסאנטע ארטיקלען, אבער וואס קען איך טון אז מיין מיינונג ווערט פארשריגן און דער עולם איז נישט צופרידן?...
הערט אויס, נישט איז נישט...
סאו אויף וועמען האט מען דא טענות? ווען מען פארטרייבט דעם ציבור וואס טויג, לויפן זיי זיך זוכן גליקן ערגעץ וואו זיי זענען יא וועלקאם.
גענוג קלאר?

שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 7:54 am

· #355843
שמעלקא'לע

טאקע אזוי? ווער פארשרייט דיינע ארטיקלען? כקען נישט גלייבן אז אזעליכע אומרעכטן גייען עמטליך פאר אויף ק״ש, איך לייען גראַדע דיינע ארטיקלעך און כ׳האב גאר שטארק הנאה דערפון און איך גלייב אז רובא דרובא פון ק״ש באלעקט זיך די פינגער מיט דיינע מאמרים און בליציגע רעיונות, בלי ספק. כ׳גלייב אויך אז אזא תכשיט ווי אייך הרב ר׳ שמעלקע׳לנו האט זיכער געלערנט די ערשטע סעיף אין שו״ע ולא יתבייש מפני בני אדם המלעיגים עליו בעבודת השי"ת.(דאכצעך אז מיר האבן עס אפילו געלערנט צוזאמען בחברותא אין ישיבה, יא? אויב נישט אפשר אין אנדערע גילגול)

קאווע שטיבל קען פארנעמען יעדעמס מיינונגען ווילאנג מלייגט נישט קיין בילדער פון נשים און כפירה רח״ל, און זיכער דיינע ריינע רייכע ארטיקלעך. נישט אזוי?
ר׳ שמעלקע ווי לאוו יו! לאז אונז נישט איבער פאריותמט
החותם בצער רב
הק׳ שבת אחים
חונה פה שיכון וויזניץ סטעטן אייעלנד נ״י

איך מיין עס ערנסט בלייב מיט אונז, סאיז א כבוד אייך צו האבן דא אין ק״ש! באמת!

שמעלקא'לע » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 9:57 am

· #355856
טאקע די ארטיקלען נישט, אבער פאר קיינעם שמעקט נישט צו הערן אז ער איז א דזשיהאדיסט, אפילו פאר אזא ידען ווי שמעלקא'לע!

קל וחומר » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 10:15 am

· #355857
Re: קאווע שטיבל טוישט שיפטס
נו, אפשר איז כדאי זיך צו בארעכענען בעפאר מ'לאזט א מיינונג וואס איז אנדערש ווי רוב טראכטער דא זיכער צו מאכן אז עס זאל האבן גענוג דעקונג מסברא או מקרא.

אסאך מאל קען זיך עס דוכטן אז איר זענט אריינגעקומען מיט אן אגענדע און די הערליכע ארטיקלען דינען דעם אגענדע (וד"ל).

ווען מ'לאזט שארפע מיינונגען ברויך מען קענען מסביר זיין בטוטו"ד וואס און פארוואס.

שמעלקא'לע » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 10:16 am

· #355858
אנא דאס זאגעכדעך, אז איך האלט לכאורה אנדערש ווי דער ציבור דא אין ק"ש, בינעך א פורש מן הציבור, איז מיין מקום נישט דאהי...

קל וחומר » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 10:19 am

· #355859
Re: קאווע שטיבל טוישט שיפטס
יעדער איז בארעכטיגט מיט א מיינונג ווילאנג ער קען עס דעקן.
טאמער קען ער נישט, דאן איז מען בארעכטיגט אים צו צימבלען מיטן 'ראדיקאל' כינוי ביז ער וועט טרעפן דעקונג אדער בוחר זיין לקבל שכר על הפרישה.

גענוג קלאר?

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 10:29 am

· #355860
שמעלקא'לע
אנא דאס זאגעכדעך, אז איך האלט לכאורה אנדערש ווי דער ציבור דא אין ק"ש, בינעך א פורש מן הציבור, איז מיין מקום נישט דאהי...

ד.ה. אז דו האסט טאקע נישט קיין דעקונג? אז דו ווייזט אויף למשל פארוואס איינער וואס פאלגט נישט א תקנה פון רבנים נישט צו האבען א סמארטפאון אהנע א שטארקע צורך לפרנסה האט שוין נישט קיין רעכטען מחנך צו זיין די קינדער זיינער, וועט מען דיר נישט אנשרייען. אבער היינט אז דו האסט געלאזט פאלען אזא דבר תמהוני אן דעם וואס דו זאלסט זיך אפילו באמיען זיך צו פארענטפערען, האסטו אויפגערעגט אנדערע אהנע א מטרה.

עכ"פ בעט מען דיר איין זאך. ווייז אויף דיינע רייד. זעסט דאך אז איך האב אן אנדערע מיינונג ווי פיהל דא אין שטיבעל אין פארשידענע עניינים, און אחוץ בערעלבעלעגלה, אויף די טעג וואס ס'געלונגט נישט אין ביהכ"ס, האט קיינער נישט קיין אגענדע קעגען מיר.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 11:34 am

· #355869
איינער פון די חשוב'ע שרייבערס דא אין קאווע שטיבל וועלכער איז לעצטנס צו געקומען. און זיינע מאמרים זענען מלא תוכן איז העניך. זיינע ברייטע ידיעות און שכל הישר זענען שטארק דערפרישנד. דאס געט צו אן עקסטער חן צו דעם ניווא פון קאווע שטיבל. (לעומת די נעגאטיווע...)

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 11:41 am

· #355871
.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 11:57 am

· #355873
שמעלקא'לע
טאקע די ארטיקלען נישט, אבער פאר קיינעם שמעקט נישט צו הערן אז ער איז א דזשיהאדיסט, אפילו פאר אזא ידען ווי שמעלקא'לע!

שמעלקא'לע: איין זאך זעה איך אז דו ליידסט שטארק אויף די מידה פון עניוות... 😂

אנא. בכל לשון של בקשה. איך וויין פאר דיר (אדער אפשר לאך איך פון דיר...) בלייב דא אין קאווע שטיבל. איך וועל מיך בענקען נאך דיינע זיסע מאמרים, וועלכע זענען מלא וגדוש מיט ידיעות אין תורה און מילי דעלמא. לאז אונז נישט איבער. כ'האב שוין נישט קיין כח צו וויינען...כ'האב ערשט באוויינט דעם געפאלענעם שטערן אנאנים. ס'נאכנישט אריבער די שלושים...קוק אויף וועם דו לאזסט אונז דא איבער. נעם מיך כאטש מיט צו דעם נייעם, וואונדערליכן פלאץ וואו דו גייסט...(נישט אייוועלט אדער להבדיל פאליש... 😂 )

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 12:20 pm

· #355877
berlbalaguleh
ליטוואק: איך וויל נישט אנהייבן פיהרן א מלחמה אקעיגן דיר. (און אקעיגן קיינעם נישט, ח"ו). אבער דו ביסט א מושחת אין מידות. און דו פאר'עקלסט מיך נאר ווען איך זעה דיין נאמען. סאו לאז דיך אפ פון ביהכ"ס. דיינע געמיינע מידות וויל איך דא נישט אויסרעכענען. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. נאר רעד דיר נישט איין אז דו ביסט אזוי חשוב. בכלל נישט. אויב איך וועל אוועקגיין פון דא פריצייטיג (פאר 10,000) וועט עס זיכער זיין ווייל איך בין שוין צו שטארק פאר'עקלט פון דיך... 😈

קוק דא ותמצא תרופה לבעיותיך.

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 12:20 pm

· #355878
😁

אייז קריעם » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 1:19 pm

· #355886
ס'פלעגט זיין א רעדיא סייקאלאגיסט מיטן נאמען Dr. Joy Brown.

איך האב עס שוין נישט געהערט א שטאק מיט יארן, אבער זי פלעגט כסדר זאגן אזוי:

I would rather be praised than punished but rather be punished than ignored ודוק.

ממילא, איז אזוי, איר טענה'ט אז איר ווערט איגנארט און ווילט קוויטן. קומט לוטוואק און נעמט דעם קוראזש צו נעמען ליניעס וואס זענען נישט אלעמאל און איינקלאנג מיטן אויסגעטרעטענעם צוטרעטענעם וועג, ער באקומט אביסל עטענטשן און ער שרייבט כסדר. נא איז דאך בעסער אזוי. היינו טעמע דליטוואק והיינו טעמא פון אנדערע.

איך אויך » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 1:53 pm

· #355904
האסט אפשר א פוינט, אבער ביי אזא דרייקאפ וואס יעדע חסיד און יעדע רבי פון די קלענסטע ביז די סאמע גרעסטע זענען פעיק פואני פראודס איז פשוט א טראל אדער אמבעסטענס א משוגע לאותו דבר.

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 1:55 pm

· #355905
איך אויך: ייש"כ פאר די דברי חן ואמת וואס דו האסט דא אויסגעדרוקט...!

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 2:03 pm

· #355907
איך אויך
האסט אפשר א פוינט, אבער ביי אזא דרייקאפ וואס יעדע חסיד און יעדע רבי פון די קלענסטע ביז די סאמע גרעסטע זענען פעיק פואני פראודס איז פשוט א טראל אדער אמבעסטענס א משוגע לאותו דבר.

ביסט מכובד אפירצוברענגען א מקור ווי איך האב דאס געזאגט.

מיין שיטה"ק אין קורצען איז:-
א. חסידות (נישט חסידים) איז אדער א טעות מעיקרא אדער אן אומפארשטענדליכע זאך. עכ"פ אלס וואס ווערט געזאגט כהיום בשם החסידות איז חזקתו טעות.

ב. א יורש פון א פאסט'ן האט קיין שום חזקה נישט אז ער טויג צו עפעס. ער הייסט אן אלס א א פשוטע איד, א תהלים איד בעלעגלה. זיין פאזיציע זאגט גארנישט אויף איהם. דאס גילט ביי אלע קרייזען , רעליגיעס און שבטים.

ואידך זיל פירושא.

בן אדם » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 2:41 pm

· #355910
ליטוואק פון בודאפעסט

ב. א יורש פון א פאסט'ן האט קיין שום חזקה נישט אז ער טויג צו עפעס. ער הייסט אן אלס א א פשוטע איד, א תהלים איד בעלעגלה. זיין פאזיציע זאגט גארנישט אויף איהם. דאס גילט ביי אלע קרייזען .

מכוח רבנות

אייז קריעם » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 3:39 pm

· #355926
ליטוואק פון בודאפעסט
איך אויך
האסט אפשר א פוינט, אבער ביי אזא דרייקאפ וואס יעדע חסיד און יעדע רבי פון די קלענסטע ביז די סאמע גרעסטע זענען פעיק פואני פראודס איז פשוט א טראל אדער אמבעסטענס א משוגע לאותו דבר.

ביסט מכובד אפירצוברענגען א מקור ווי איך האב דאס געזאגט.

מיין שיטה"ק אין קורצען איז:-
א. חסידות (נישט חסידים) איז אדער א טעות מעיקרא אדער אן אומפארשטענדליכע זאך. עכ"פ אלס וואס ווערט געזאגט כהיום בשם החסידות איז חזקתו טעות.

ב. א יורש פון א פאסט'ן האט קיין שום חזקה נישט אז ער טויג צו עפעס. ער הייסט אן אלס א א פשוטע איד, א תהלים איד בעלעגלה. זיין פאזיציע זאגט גארנישט אויף איהם. דאס גילט ביי אלע קרייזען , רעליגיעס און שבטים.

ואידך זיל פירושא.

די פראבירסט צו זאגן דיין שיטה"ק און קורצן. איך אויך האט עס געזאגט און קערצער. סארי.

פליקער » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 4:16 pm

· #355932
די אשכול איז לדעתי ארויס פון די תקנות, און איך בין מוחה קעגן @berlbalaguleh פארן גיין קעגען א גאר חשובער ניק מזקני השטיבל, דאס איז קעגן יעדע רעגאלאציע וואס די שטיבל האט נאר אמאל רעגאלירט.
it is uncalled for
איך האב נישט געוואלט אריין קומען אין די אשכול בכלל, נאר אז עס גייט פערזענלעך מיז איך פראווען א מחאה

שמעלקא'לע » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 4:39 pm

· #355935
כ'מיין אז דער באלעגאלע איז עלטער פון אייך ביידע צוזאמען.
וואס איז, ער רעדט ווייניגער צום זאך ווי די ליטווישע נארישקייטן?
דאס מיינט געגאנגען קאפ אין וואנט...

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 6:18 pm

· #355952
ווען דער שטיבעל איז שטיל, איז אזא אשכול די איינציגסטע זאך וואס איז שוין אינטרעסאנט. מ'דארף פאבריצירען א מחלוקת כדי אויפצולעבען דא. טוט'ס אלע צו דער זאך און שרייבסט אריין אייער ארטיקלען כדי מזאל נישט דארפען פאבריצירען אזעלכע נערישע מחלוקת'ן.

קאצקע ציקער » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 7:24 pm

· #355967
[ציטאט אראפגענומען]

נישט אזוי אמת אסאך מאל פרעגט ער שאלות וואס מען קען קלאר זעהן ער איז בייעסט
But I still love him!

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 7:46 pm

· #355972
אין כל חדש תחת השמש. קוקט'ס דא

berlbalaguleh » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 7:52 pm

· #355975
ליטוואק פון בודאפעסט
איך אויך
האסט אפשר א פוינט, אבער ביי אזא דרייקאפ וואס יעדע חסיד און יעדע רבי פון די קלענסטע ביז די סאמע גרעסטע זענען פעיק פואני פראודס איז פשוט א טראל אדער אמבעסטענס א משוגע לאותו דבר.

ביסט מכובד אפירצוברענגען א מקור ווי איך האב דאס געזאגט.

מיין שיטה"ק אין קורצען איז:-
א. חסידות (נישט חסידים) איז אדער א טעות מעיקרא אדער אן אומפארשטענדליכע זאך. עכ"פ אלס וואס ווערט געזאגט כהיום בשם החסידות איז חזקתו טעות.

ב. א יורש פון א פאסט'ן האט קיין שום חזקה נישט אז ער טויג צו עפעס. ער הייסט אן אלס א א פשוטע איד, א תהלים איד בעלעגלה. זיין פאזיציע זאגט גארנישט אויף איהם. דאס גילט ביי אלע קרייזען , רעליגיעס און שבטים.

ואידך זיל פירושא.

ליטוואק: דו קענסט אפילו נישט נאכזאגן א מאמר חז"ל אן צוהאקן און בוטשער'ן עס...הילל הזקן האט געזאגט פאר דעם גר וועלכער האט נישט מקיים געווען דעם מה דעלך סני, לחברך לא תעביד..האט הילל געזאגט..."ואידך פירושא, זיל גמור. קוק וויאזוי דו האסט עס אראפגעלייגט...אזוי ווי שלום ראזנבערג, ע"ה אדער וויינגארטן באטשי, זיכרונע ליבראכע... 😂 🙄

א איד » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 4:26 pm

· #356372
ליטוואק פון בודאפעסט
אין כל חדש תחת השמש. קוקט'ס דא

@berlbalaguleh קוק אין די לינק @ליטוואק פון בודאפעסט האט ארויפגעלייגט.

שמעלקא'לע » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 4:49 pm

· #356373
די ליצנות דא איז גרויס...

berlbalaguleh » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 8:41 pm

· #356408
א איד
ליטוואק פון בודאפעסט
אין כל חדש תחת השמש. קוקט'ס דא

@berlbalaguleh קוק אין די לינק @ליטוואק פון בודאפעסט האט ארויפגעלייגט.

א איד: ייש"כ פאר ברענגען דעם לינק. איך בין טאקע שטארק נתעורר געווארן יעצט, היינט ביינאכט, ליינענדיג מיין מסירת מודעה. נאר איך האב בעידן ריתחא טאקע פארגעסן פון אט די מודעה הקדושה. און איך וואלט מיך געדארפט גובר זיין אויפ'ן יצר הנקמה. נאר ווען מיינע ראקעטן האבן זיך אנגעצינדן, האביך פארגעסן פון אלעם אויף די וועלט... נאך א מזל, איך האב געמאכט התרת נדרים ערב ראש השנה... איך זאג צו, בלי"נ אז איך וועלל מיך שטארקן אויפ'ן אויף מיין יצר הטוב/הרע...? די נעקסטע מאל דער חכם וועט גיסן בזיונות אויף מיר... וויאזוי שטייט נאר דארט אין די סליחות/פיוטים לר"ה-ויו"כ... הן יעביר זדון למשוגה... כ'האב שוין פארגעסן. כ'האב נישט קיין מחזור ביי די האנט...
ב.ד.וו. משוגה מיט א ה"א מיינט עפעס אנדערש ווי משוגע מיט אן עין... 😮