☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » אשכול אן א טיטל #10088

אשכול אן א טיטל #10088

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10088
בלאט: 1 2

— » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 7:48 pm

· #319405

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

מור וקציעה » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 9:21 pm

· #319412
הוי מי ייתן לנו תמורתו. מי ייתן לנו חליפתו

היה תלמוד מובהק ממרן רבן של ישראל הגר''מ פינשטיין

ער האט מזכה געוועהן כלל ישראל מיט זיינע פסקי הלכה בכוח דהיתרא עדיף ובפרט מיט כשרות

ער האט זיך קיינמאל נישט געשראקען פון די עסטעבלישמענט, נישט פון רב אלישיב, (לגבי פאה נכרית מהודו ועוד) און נישט פון מרן הגרשז''א זצ''ל (מיץ ענבים משוחזר ועוד) אין אפילו נישט פון חזו''א (בענין מסורת זבו ועוד)

פון די טוזענטער דיונים ופסקי הלכה בעניני כשרות וואס איך האב געזעהן פון די או יו (ער פלעגט אראפקומען יעדע וואך צי או יו HQ און דן זיין ציזאמען מיט יבלחט''א הגאון רבי הערשעל שכטר שליט''א ראה''כ רבינו יצחק אלחנן אויף אלע שאלות וואס זענען אריינגעקומען פון די גאנצע וועלט במשך די וואך, די פסקים זענען אראפ געשריבען געווארען אויפן פלאץ דורכן סד''ד פון או יו הרה''ג אלי' גערשטן, דרך אגב, ער פלעגט יעדע וואך מיטברענגען תלמידים פון תורה ודעת צי מקבל זיין שימוש) איז הרב בעלסקי כמעט אלעמאל געווען דער מצדד להקל כבית הלל

למשל ער איז דער וואס האט געשריבען די איינציגסטע גרונדליכע תשובה לגבי כרסים פון סאוט אמעריקא וואס אויף דעם פארלאזען זיך אלע בית השחיטות אין סאוט אמעריקא (דער באטערער האט עם סתם גע'קאפי פעיסטעד)

די זעלבע איז געוועהן מיט די היתר אויף די ווערים און די פיש וואס די גאנצע בני ברק'ע עסטעלישמענט פון A to Z האט אפגעאסרט

די זעלבע מיט די ווערים און די וואסער וואס ער האט מתיר געוועהן מיט א שטארקע תשובה

און אזוי איז געוועהן ווען די חרדישע עסטעבלישמענט האט געאסרט צו עסן ראזשינקעס, סטראבעריס וכו'

און נאך און נאך


תקוותינו איתנה אז מוועט טרעפען א ת''ח ההולך בדרכיו עם צו ריפלעסען, כאטש טיילווייז, ווייל הגאון רבי הערשל איז לצערי הרב שטארק גענויגט צו רעכטס טיילמאל אפילו מיט קיצוניות (כגון לגבי שתיית חלב)

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 10:09 pm

· #319417
כמה שקרים אין דער מאמר, און כמה זאכען אויסגעלאזט.
ער האט קיינמאל נישט געלערנט ביי ר' משה, און בעצם האט ער קיין שייכות נישט מיט איהם געהאט אויסער באקומענדיג סמיכה.
מיט זיין תשובה אויף די שייטלאך האט ר' אלישיב געשלאגען כפרות.
זיין תשובה/קנאות אויף די ווערים אין די פיש איז געווען כמעט א גרויסע טעות, ובפרט זיין הגהות שערי דורא וואס איז געווען צוגעשטעלט בוידעם מיט קלאץ (פערזענליך זעי איך נישט קיין איסור, אבער זיין תשובה איז נישט צו דער זאך).
און זיין מיינונג אויף ווערים אין אנדערע זאכען איז נישט צוגעקומען צו דער פון די אוסרים כגון ר' משה ווייא וואס האט א גרונטליכע ספר, גערעדט אין לערנען אויף די עניינים. ווי אויך פון הרב הנקין הי"ד וואס האט שטארק בא'ארבעט די סוגיא, וואס איז גאר א מתיר.
און זיין גרויסע כשרון אויסער פון פסק הלכה איז נישט דערמאנט. זיין קענשאפט אין אסטרונומיא, אין נ"ך און אנדערע נושאים האבען געהייסען מבהיל.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שמעקעדיג » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 10:25 pm

· #319419
ברוך דיין האמת!!

אויסצוגן פון דער מאמענט פארגאנגענע חנוכה

.
📎 802610157_61561.jpg 📎 702428190_67983.jpg

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 10:49 pm

· #319422
מור וקציעה: ייש"כ. נאר כ'האב מורא אז דיין שטיקל באלאנגט אין שמייכל. כ'האב טאקע אייביג געוואוסט אז דו ביסט א שטיקל לץ. אז דו האסט א שמינית שבשמינית. וויפיל א ת"ח (די פי' פון די ראשי תיבות איז די זעלבע ווי אין שולחן ערוך הלכות שבת...) אבער אזא לץ גדול האביך נאכנישט געוואוסט...!
אויך. ס'איז שוין ל' יום קודם החג שואלין ודורשין בהלכות החג. ממילא איז עס א גוטע הכנה (תרתי משמע) אויף פורים קטן... 😂 🙄

berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 10:55 pm

· #319423
ליטוואק פון בודאפעסט
כמה שקרים אין דער מאמר, און כמה זאכען אויסגעלאזט.
ער האט קיינמאל נישט געלערנט ביי ר' משה, און בעצם האט ער קיין שייכות נישט מיט איהם געהאט אויסער באקומענדיג סמיכה.
מיט זיין תשובה אויף די שייטלאך האט ר' אלישיב געשלאגען כפרות.
זיין תשובה/קנאות אויף די ווערים אין די פיש איז געווען כמעט א גרויסע טעות, ובפרט זיין הגהות שערי דורא וואס איז געווען צוגעשטעלט בוידעם מיט קלאץ (פערזענליך זעי איך נישט קיין איסור, אבער זיין תשובה איז נישט צו דער זאך).
און זיין מיינונג אויף ווערים אין אנדערע זאכען איז נישט צוגעקומען צו דער פון די אוסרים כגון ר' משה ווייא וואס האט א גרונטליכע ספר, גערעדט אין לערנען אויף די עניינים. ווי אויך פון הרב הנקין הי"ד וואס האט שטארק בא'ארבעט די סוגיא, וואס איז גאר א מתיר.
און זיין גרויסע כשרון אויסער פון פסק הלכה איז נישט דערמאנט. זיין קענשאפט אין אסטרונומיא, אין נ"ך און אנדערע נושאים האבען געהייסען מבהיל.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ליט---ק : און זיין קענשאפט אין גסטרונומיא איז אויכעט נישעט אוועק צו מאכען. אפילו ס'איז אנדעריש...!
(p.s.: Take my advice. Sign up for some Yiddish lessons... 😂 🙄 )

ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 11:06 pm

· #319424
Here's the deal; you sign up for mishnayos/ein Yaakov for one hour a week, then I will go for Yiddish lessons
Deal?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 29, 2016 12:00 am

· #319431
ליטוואק פון בודאפעסט
Here's the deal; you sign up for mishnayos/ein Yaakov for one hour a week, then I will go for Yiddish lessons
Deal?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

דו ב--- וואס דו ביסט. איך זעה טאקע אז דו ביסט אן עכטער טיפיקל פרע-דזשודיסט, עליטיסט. ביי דיר איז א בעל עגלה אויטאמאטיש אן עם הארץ. עביד (דו ביסט אפילו נישט ווערד צו ברענגען א ציטאט פון די גמרא אויף דיר.(
, שו"ע ונו"כ. אויך אין וועלטליכע ידיעות. האביך שטארק מורא אז ס'וועט מקויים ווערן ביי דיר דער מאמר חז"ל...בא ללמד ונמצא למד"... (דו פערד איינער. איך האב טאלערירט דיין עם הארצות און גראביונגשאפט אין אלע עניינים כדי שלא לבייש את מי שאין לו.) ווען איך זאלל אויפווייזן אין כמעט א יעדן מאמר דיינעם דיין גרויס, געשוואללן עם הארצות און איגנאראנץ וואלט מען געקענט מאכן פון דעם מטעמים עד אין ערך...! ווען מ'וועט זיך פארהערן סיי אידישע לימודים ווי תנ"ך, גפ"ת

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 29, 2016 12:10 am

· #319433
ליטפאק...: חוץ פון דעם. דו האלטסט דיך פאר א ישיבה'שע גאי (אדער מיט אן עין). דו זיצט דאך אפ אויפ'ן אינטערנעט יומם ולילה. נאכדערצו אין ביה"כ פון כולל. און דיין ווייב גייט נעבעך ארבעטן שווער ביי א ריעל עסטעיט עידזשענסי כדי דו זאלסט קענען ..."שטייגן". און צום סוף פארברענגסטו און פארברענסט דעם גאנצן טאג מיט שטותים און הבלים אין בית הכסא שרייבנדיג אויף דיין קאושער פאון. דיינע תגובות (אויב מ'קען שוין פארשטיין צוויי ווערטער) האבן גארנישט צו טון מיט לאגיק און שכל. אזוי ווי א פאטש צו גוט שבת. .. חזור בך. ווארף אוועק די שטותים און זעץ דיך לערנען. איז נאך דא עפעס א שטיקל האפענונג פאר דיר. אנישט'עסטו בלייבן אן עם הארץ כל ימי חייך. און ווען ס'וועט קומען צו שידוכים מיט דיינע קינדער וועסטו אייננעמען גרויסע בושות פאר די מחותנים, וועלכע זענען אמת'ע בני תורה...טשילל אוט אין בעטוויען, קעעי... 😂 🙄 😈 😮 😠 😛 😳 😢 😮

שמעקעדיג » פרייטאג יאנואר 29, 2016 12:12 am

· #319434
אפשר לע"נ הרב בעלסקי ע"ה קען מען אויסארבעטן א שלום פלאן? ר' בערל גיבטס אויף אייערע אטאמישע רעאקטארן און די ליטוואקעס מיטן צלם וועלן מבטל זיין די סאנקציעס אקעגן אייך? דערנאך וועט מען קענען צוריקגיין צום נושא האשכול.

ירא שמים » פרייטאג יאנואר 29, 2016 12:24 am

· #319437
שמעקעדיג ער דארף אויך צו דעם האבן א חלק פון דיינע לייקס…

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 29, 2016 12:35 am

· #319441
ירא שמים
שמעקעדיג ער דארף אויך צו דעם האבן א חלק פון דיינע לייקס…

ירא שמים: איך האב דיר געגעבן א לייק. כאטש איך האב נישט יורד געווען לסוף דעתך. אפילו נישט לתחילת דעתך... 😂

ps: I can be a very baad boy. But I don't like to be...!

ירא שמים » פרייטאג יאנואר 29, 2016 12:43 am

· #319444
די דאזענס אוף לייקס אויף יעדע בלאז…

כאפסט?

מור וקציעה » פרייטאג יאנואר 29, 2016 12:45 am

· #319445
ליטוואק פון בודאפעסט
כמה שקרים אין דער מאמר, און כמה זאכען אויסגעלאזט.
ער האט קיינמאל נישט געלערנט ביי ר' משה, און בעצם האט ער קיין שייכות נישט מיט איהם געהאט אויסער באקומענדיג סמיכה.

איך וויס נישט צו די מאכסט זיך אדער דו ביזט!
יאך האב געהערט צענדליגע שיעורי הלכה פון הרב בעלסקי זצ''ל כמעט יעדעס איינציגע שיעור האט ער דערמאנט עפעס פון ר' משה זצ''ל וכמה פעמים זאכן וואס ער האט זיך פערזענליך דורכגערעדט מיט ר' משה (לדוגמה קטנה אז סעלמאן פיש דארף נישט קיין סנפיר וקשקשת, מקען עס קויפן אן סימנים פון א גוי אפילו בלי עור ואפילו מבושל כגון בקען שלא שייך בו בישול עכו''ם ואכ''מ, א חידוש גדול וואס די או יו און אנדערע זענען זיך סומך אויף הרב בעלסקי משמו של ר' משה),

און בד''וו זייט ווען ביזטו א חסיד אז נאר ווער עס האט געלערענט אין שיכון הייסט א תלמיד, לויט דיר איז נישטא אזא זאך תלמידי חזו''א ווייל ער האט נישט געהאט קיין ישיבה, אדער למשל הגה''צ משאפראן והרה''צ ר' משה ארי' פריינד זצייל איז נישט קיין תלמוד פונם דברי יואל מסאטמר ווייל זיי האבען נישט געלערענט אין סענז סטריט אלס תלמידים

באותה המידה רעכען איך למשל ליטוואק פון בודאפעסט אלס א תלמיד פון הר' שך/שאכמאן פון בני ברק אפילו אויב ער האט נישט געלערנט ביי אים (though i'm aftaid you did) ווייל דיין השקפה ובפרט בעניני מידות ענדלען שטארק צום בעל השקפה ונועם המידות פון ב''ב

קוק אריין אין תשובות שלחן הלוי אין זאג מיר איינער וואס ווערט דארט דערמאנט מער ווי ר' משה


מיט זיין תשובה אויף די שייטלאך האט ר' אלישיב געשלאגען כפרות.
הוא אשר דיברתי לאמר
ער האט זיך ווינציג דערשראקען פון די רשעי עמנו פון בני ברק און לעיקוואד אדער בודאפעסט

רדיפות המתחסדים לא המיטו כח רוחו, קנאת הקנאים לא העבירוהו מדעתו, לא ירא חרפת אנוש ולא חת מגדופותם, רק הלך דרכו בטח ויהי שכרו כי היה מה שהיה

זיין תשובה/קנאות אויף די ווערים אין די פיש איז געווען כמעט א גרויסע טעות, ובפרט זיין הגהות שערי דורא וואס איז געווען צוגעשטעלט בוידעם מיט קלאץ (פערזענליך זעי איך נישט קיין איסור, אבער זיין תשובה איז נישט צו דער זאך).
You are of course entitled to your opinion



און זיין מיינונג אויף ווערים אין אנדערע זאכען איז נישט צוגעקומען צו דער פון די אוסרים כגון ר' משה ווייא וואס האט א גרונטליכע ספר, גערעדט אין לערנען אויף די עניינים.

און ר' משה בער בעק האט א גרונדליכען ספר אויף עניני ציונות, און ר' שלמה יודא גראס אויף ניקור, קאם אן מען, ר' משה וויא איז א טייערע איד וכוונתו רצויה אבער ער איז א ראדיקאלע פונדאמענטעליסט,
איך האב פארברענגט מיט אים און אויכעט מיט זיין תלמיד מובהק הרב דוד גאלדשטיין מסקאליע (נאכאמאל הייבסטו אן מיט תלמוד מובהק) שעות ארוכות, ער איז אזוי עקסטרים מיט זיינע ווערים ווי ר' משה בער מיט ציונות




ווי אויך פון הרב הנקין הי"ד וואס האט שטארק בא'ארבעט די סוגיא, וואס איז גאר א מתיר.
און זיין גרויסע כשרון אויסער פון פסק הלכה איז נישט דערמאנט. זיין קענשאפט אין אסטרונומיא, אין נ"ך און אנדערע נושאים האבען געהייסען מבהיל.

נו אדרבה העלף צו, איך האב נאר געשריבען אפאר קורצע שטריכן וואס איך האב זיך דערמאנט גייענדיג צו מעריב, איך האב נישט געשרבען קיין ביוגראפיע


Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ליפא » פרייטאג יאנואר 29, 2016 1:36 am

· #319450
בד''ה.
א פערזענליכע אבידה.
מיינע תגובות בלייבן ווייטער אונטער די OU, מ'קען מיר רואיג ליינען ווייטער

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 29, 2016 6:06 am

· #319454
דער תלמיד'שאפט פון ר' משה באשטייט פון אגרות משה און פסקים מפי השמועה. אזא תלמיד קען מען נאך היינט ווערען. דער תלמיד וואס זאפט איין דער דרך הלימוד פון זיין רבי'ן איז ער נישט געווען. ער פארטרעט תורה ודעת און וואס ער האט דארט איינגעזאפט. ר' משה'ס תלמידים זענען הרב אלימלך בלוטה, הרב נטע גרינבלאט, להבחל"ח ר' ניסן אלפערט און חתנו ר' משה שיסגאל און נאך אזעלכע וואס האבען ארום גערעדט די פסקים און חידושים זיינער פון זייער מקורות און סברות און האבען מקבל געווען פון איהם דער גאנג זיינער אין הלכה. הרב בעלסקי ז"ל האט נאכגעזאגט זיין פסקי הלכה. דאס איז ווייט פון א 'תלמיד מובהק'.
איך האב נישט זוכה געווען צו לערנען ביי הרב שך, איך בין צו יונג.

הרב אלישיב האט געשלאגען כפרות מיט זיין תשובה אויף די שייטלאך וויבאלד ער האט שטארק נישט גערעדט צו דער זאך. דער מחבר פסקנ'ט אז שיבר מקל אסר'ט, און ער האט געוואלט פסקנ'ען ווי די ראשונים וואס דער מחבר אין שו"ע האט להדיא שולל געווען, וכ"כ הרב אלישיב בתשובתו.
אין די ווערים אין די פיש איז שוין נישט שייך זיך צו פארגרייזען. גיי לערן דער הגהות שערי דורא און דו וועסט זיך אויסלערנען וואס ס'מיינט 'בא לכלל כעס בא לכלל טעות'.
איך זעי דו האסט נישט געזען דער ספר פון הרבנים ווייא ולהבחל"ח הנקין הי"ד. ווערים איז א שטארק לומדישע סוגיא, וואס פארנעמט אין זיך כל מיני יסודות אין הלכות ספקות, ביטול, חזקות ועוד. די טומול מאכער'ס הייבען דאס נישט אן צו וויסען. אבער די צוויי מחברים האבען יא געוואוסט און הגם ס'איז נאך דא אסאך מפלפל צו זיין אין זייער ווערטער, מ"מ זענען זיי ביידער גערעדט אין לערנען.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שמעון וואלף » פרייטאג יאנואר 29, 2016 8:03 am

· #319457
מור וקציעה


און בד''וו זייט ווען ביזטו א חסיד אז נאר ווער עס האט געלערענט אין שיכון הייסט א תלמיד, לויט דיר איז נישטא אזא זאך תלמידי חזו''א ווייל ער האט נישט געהאט קיין ישיבה, אדער למשל הגה''צ משאפראן והרה''צ ר' משה ארי' פריינד זצייל איז נישט קיין תלמוד פונם דברי יואל מסאטמר ווייל זיי האבען נישט געלערענט אין סענז סטריט אלס תלמידים


אנטשולדיגט פאר'ן אריינהאקן אבער שאפראנע רב א תלמיד פון סאטמאר רב?? זיי זענען געווען ידידים און האבן געהאט געוויסע שיטות אין קאממאן, אבער א תלמיד? נאו וועי

מור וקציעה » פרייטאג יאנואר 29, 2016 9:44 am

· #319463
שמעון וואלף
מור וקציעה


און בד''וו זייט ווען ביזטו א חסיד אז נאר ווער עס האט געלערענט אין שיכון הייסט א תלמיד, לויט דיר איז נישטא אזא זאך תלמידי חזו''א ווייל ער האט נישט געהאט קיין ישיבה, אדער למשל הגה''צ משאפראן והרה''צ ר' משה ארי' פריינד זצייל איז נישט קיין תלמוד פונם דברי יואל מסאטמר ווייל זיי האבען נישט געלערענט אין סענז סטריט אלס תלמידים


אנטשולדיגט פאר'ן אריינהאקן אבער שאפראנע רב א תלמיד פון סאטמאר רב?? זיי זענען געווען ידידים און האבן געהאט געוויסע שיטות אין קאממאן, אבער א תלמיד? נאו וועי

ער האט זיך געהאלטען אלס א תלמיד פון סאטמר רב פונקט אזוי ווי דער מהר''ם אש האט זיך געהאלטען אלס תלמיד חת''ס,

ועל דרך זה כתב רבינו הב''י בשו''ע תעב סעיף ה' וז''ל:
בן אצל אביו צריך הסיבה אפילו הוא רבו מובהק. תלמיד לפני רבו אינו צריך הסיבה, אפילו אינו רבו מובהק, אלא אם כן יתן לו רבו רשות. ותלמיד חכם מופלג בדורו, אף על פי שלא למד ממנו כלום, חשוב כרבו ואינו צריך הסיבה.


שוין, יעצט גייט דער בודאפעסטער ליטוואק שפרינגען אז אדמו''רים גייען נישט אריין אין דעם כלל נאר ראשי ישיבות אזוי ווי רב שך

סאיז אבער נישט מעלה מוריד איך רעד יעצט וואס שאפראנער רב האט געהאלטען

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 29, 2016 10:07 am

· #319465
הייסט'ס אז יעדער וואס איז געווען אינ'ם דור פון הרב משה פיינשטיין איז א תלמיד מובהק זיינער?!
וויבאלד ער איז מופלג בדורו?!
אויב אזוי איז דער שאפראנער רב א תלמיד מובהק פון ר' חיים עוזר, און דער סאטמארער רב איז א תלמיד מובהק פון הרב שך, און אויך פון דער חפץ חיים.

געוואלדיג » פרייטאג יאנואר 29, 2016 10:12 am

· #319467
ליטוואק פון בודאפעסט

אויב אזוי איז דער שאפראנער רב א תלמיד מובהק פון ר' חיים עוזר, און דער סאטמארער רב איז א תלמיד מובהק פון הרב שך, און אויך פון דער חפץ חיים.


פונקט פארקערט דער חפץ חיים און הרב שך תלמידים מובהקים פונעם סטמארער רב 😂 😂

berlbalaguleh » פרייטאג יאנואר 29, 2016 10:43 am

· #319474
הריני מוסר מודעה בפני כל קהל ועדת קאווע שטיעבל. ה' עליהם יחיו. איך געב אויף די מלחמה מיט דעם חשוב'ן ליטוואק פון בודאפעסט. אפילו פון ווארשא און לעמבערג אויכעט. און איך האב חרטה אויף אלע נישט שיינע און נישט בכבוד'דיגע אויסדרוקן וואס איך האב אנגעהויבן צו גיסן אויף איהם. אויך ביניך גרייט בלי"נ מקבל צו זיין אלע בזיונות וואס ער אדער אנדערע חשוב' אידן וועלן גיסן אויף מיר, ווי פראסטער יונגאטש. אמארעץ... 😂 דו בעל עגלה, דו שיכור וואס דו ביסט. וכו' וכו'. איך וויל קיין איינציגן מענטש אויף די וועלט נישט מאכן פיהלן שלעכט, ח"ו. און א יעדער עינער אוןד עינע זאלל האבן א פרייליכן און לעכטיגן שבת קודש... וע"ז באתי על החתום...הק' בערל בעל עגלה. פעיה"ק בארא בארק יצ"ו...עש"ק פ' יתרו שנת תשע"ו לפ"ק...!
די לעצטע ווארט פון דעם דאטום איז מיט א פ"א דגושה. נישט מיט א פ"א רפה, ווי טייל מפרשים ווילן איינזעצן... 😂

מור וקציעה » פרייטאג יאנואר 29, 2016 10:49 am

· #319476
ליטוואק פון בודאפעסט
דער תלמיד'שאפט פון ר' משה באשטייט פון אגרות משה און פסקים מפי השמועה.

כבר מילתי אמורה לך למעלה ואין צריך לכפול, הרב בעלסקי האט עם געהאלטען פאר זיין רבין און האט אלעמאל געפסקנט ווי עם, און יא ער האט זיך אסאך דורכגערעדט מיט אים, (מער ווי ר' שלמה יענקל געלבמאן ז''ל האט זיך דורך גערעדט מיט אדמו''ר מסאטמר)

רבי משה איז געוועהן זיין ראל מאדעל אין פסק און הנהגה, פיריעד.

איך בין נישט קיין שטיקל אבי עזרי אדער אילת השחר אז די דארפסט מדייק זיין אין מיינע ווערטער מיטן גאנצען ליטווישען עמקות/עקומות


אזא תלמיד קען מען נאך היינט ווערען.


וכן דעת ר' חיים דוד כ''ץ אז מקאן נאך אלס ווערן א תלמיד פון רביןזכרונעלעווראכע, והא ראיה ער אליין איז געווארען


דער תלמיד וואס זאפט איין דער דרך הלימוד פון זיין רבי'ן איז ער נישט געווען.

הער אויף מיט דיינע ליטווישע שטיק, ער האט געקענט יעדען תשובה פון אגרות משה, אדער האט ער געקענט יעדען הר צבי, צו אז נדברו אדער מהר''י שטייף, תפארת אדם, באר משה גאר?


ער פארטרעט תורה ודעת און וואס ער האט דארט איינגעזאפט. ר' משה'ס תלמידים זענען הרב אלימלך בלוטה, הרב נטע גרינבלאט, להבחל"ח ר' ניסן אלפערט און חתנו ר' משה שיסגאל און נאך אזעלכע וואס האבען ארום גערעדט די פסקים און חידושים זיינער פון זייער מקורות און סברות און האבען מקבל געווען פון איהם דער גאנג זיינער אין הלכה.

ביסט גערעכט ס'דא נאך תלמידים

הרב בעלסקי ז"ל האט נאכגעזאגט זיין פסקי הלכה. דאס איז ווייט פון א 'תלמיד מובהק'.
איך האב נישט זוכה געווען צו לערנען ביי הרב שך, איך בין צו יונג.

ועכ''ז זכית ללכת בדרכיו בהשקפה טהורה ובדעת תורא, אשריך


הרב אלישיב האט געשלאגען כפרות מיט זיין תשובה אויף די שייטלאך וויבאלד ער האט שטארק נישט גערעדט צו דער זאך. דער מחבר פסקנ'ט אז שיבר מקל אסר'ט, און ער האט געוואלט פסקנ'ען ווי די ראשונים וואס דער מחבר אין שו"ע האט להדיא שולל געווען, וכ"כ הרב אלישיב בתשובתו.
אין די ווערים אין די פיש איז שוין נישט שייך זיך צו פארגרייזען. גיי לערן דער הגהות שערי דורא און דו וועסט זיך אויסלערנען וואס ס'מיינט 'בא לכלל כעס בא לכלל טעות'.

Again, you're entitled to your opinion, I would expect a little bit more respect
פון א מכלומרשטן בן תורה צי א ת''ח, אה סארי די לערענסט אבי עזרי ממילא דעת תורא מדבר מתוך גרונך


איך זעי דו האסט נישט געזען דער ספר פון הרבנים ווייא ולהבחל"ח הנקין הי"ד.

איך האב עס יא געזעהן און וועגען דעם האב איך זיך מטריח געווען און געגאנגען רעדען מיט אים

איך בין געווען סורפרייזד אז ער האט נישט געוויסט אסאך וויכטיגע זאכן, ווי למשל די תשובה אין שאילת יעבץ וועגען ווערעמדיגע רייז וואס ער האט מתיר געווען לב''ב אף שלעצמו החמיר


ווערים איז א שטארק לומדישע סוגיא, וואס פארנעמט אין זיך כל מיני יסודות אין הלכות ספקות, ביטול, חזקות ועוד. די טומול מאכער'ס הייבען דאס נישט אן צו וויסען. אבער די צוויי מחברים האבען יא געוואוסט און הגם ס'איז נאך דא אסאך מפלפל צו זיין אין זייער ווערטער, מ"מ זענען זיי ביידער גערעדט אין לערנען.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ציבעלע-קיגל » פרייטאג יאנואר 29, 2016 12:35 pm

· #319491
בד"ה און נישט מער

מור וקציעה » פרייטאג יאנואר 29, 2016 1:15 pm

· #319504
זיין איידעם שי''ר האט יעצט גענדיגט מספיד זיין ווי ער האט אים איבערגעבעטען בקול בוכים אויף וואס ער האט אים נישט פארטיידיגט בעת ווען ליטאים [מלשון ליט עיין אונקלס על תיבת ארור] האבן אים געפייניגט און מבזה געווען מיט הוצאת שם רע (נוסח דעת תורא פון ב''ב)

די מוטו פון זיין הספד איז געווען אז ער איז אפשר נישט געווען די גדול הדור אבער ער איז געווען די גיבור הדור, ער האט נישט מורא געהאט צו זאגען זיין דעת נישט קיין חילוק ווי קאנטראווערסעל עס איז געווען און וויפיל חצים ובליסטראות די אנשי ליטא האבן געווארפען אויף אים

די קינדער האבן אויכעט ארויסגעברענגט זיין כח דהיתרא, חוץ לגבי הלכות שבת ווי ער איז בדרך כלל געווען א מחמיר [כאשר קיבל מרבו מרן פוסק הדור ר' משה זצ''ל]

מור וקציעה » פרייטאג יאנואר 29, 2016 1:54 pm

· #319510
איך זע יעצט אויף כיכר השבת און אנדערע אידישע סייטס ווי זיי אלע שרייבן וועגען הרב בלסקי זצ''ל

<a class="postlink" href="http://www.kikar.co.il/191646.html">http://www.kikar.co.il/191646.html</a>

ברוך דיין האמת. אבל בעולם התורה בארה"ב בעקבות הסתלקותו לגנזי מרומים של הגאון רבי חיים ישראל הלוי בלסקי זצ"ל, ראש ישיבת 'תורה ודעת' מגדולי ראשי הישיבות והפוסקים באמריקה.
שקד על אדני התורה והיראה בישיבה של סביו והיה נחשב לתלמיד מובהק של מרנן הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל בעל ה'אגרות משה׳

<a class="postlink" href="http://www.ch10.co.il/news/248882/#.Vqu2iX0rLnA">http://www.ch10.co.il/news/248882/#.Vqu2iX0rLnA</a>

המנוח זצ"ל זצ"ל נולד להוריו הרב בערל בלסקי ואמו מרת חנה צירל ע"ה בת הרב בנימין וילהלם זצ"ל, ממייסדי ישיבת 'תורה ודעת' בשכונת פלטבוש.

בצעירותו שקד על התורה
והיה לתלמיד מובהק של הגאון רבי משה פיינשטיין זצ"ל בעל ה'אגרות משה׳.
דא עקא, אז זיי שרייבען אז ער איז געווען א תלמיד מובהק פון ר' משה

האפענטליך וועט אונזער בודאפעסטער ליטוואק מוחה זיין דארט אין דע קאמענטס אויפן שקר גס, שטייצעך כדרכו של תורא

מור וקציעה » פרייטאג יאנואר 29, 2016 2:36 pm

· #319514

'






































ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 29, 2016 2:36 pm

· #319515
מ'לאזט מיר שוין נישט דארט!

זיי האבען אויך א רעכט ממציא צו זיין א נייעם טייטש אינ'ם ווארט 'תלמיד מובהק' כדי אויסצורימען איינעם.

איך זוך נישט מבזה צו זיין, נאר איהם צו פארשטייען אין פלאץ. ער איז געווען א ריזיגע בעל כשרון, געקענט תורה אויף א מבהיל'דיגע פארנעם. אבער זיין כח החידוש, לברר סוגיא להלכה ביי נייע שאלות איז געווען גאר מאדנע. אינ'ם שלחן הלוי זעט מען גאנץ אפט דער פראבלעם. טאקע אין זיין תשובה אויף די ווערים אין וואסער זעט מען ווי ער מאכט אוועק דער משכנות יעקב מיט קנאות, אבער קיין אויפווייזונגען ברענגט ער נישט.
ס'זעט מיר אויס אז ער האט זיך קיינמאל נישט אויסגעריבען מיט אנדערע און ער האט זיך צוגעוואוינט צו זאגען זיין סברא און זיין פשט אן זיך דארפען רעכענען מיט א חברותא צו א חבורה. דעריבער האט ער עס גענומען פערזענליך יעדעס מאל מ'האט מעורר געווען אויפ'ן או. יו., הגם אז עפ"י יושר האט דער ציבור וואס קויפט זיין פראדוקטען א רעכט צו פארלאנגען א דו"ח אויף וואס טוט זיך. דאס זיך דארפען פאר'ענטפערען פאר אנדערע איז איהם געווען אן אומצוגעוואוינטע לאסט.
כ'געדענק ווען מ'האט געטראפען חלב אין או. יו. פלייש, האט ער געהאלטען א דרשה ווי בחדא מחתא האט ער מודה געווען אז מ'האט געפודזש'ט און בב''א אראפגעריסען די טומול מאכער'ס!
אלזא, רעדסט פון זיין קענשאפט און גבורה, פון זיין כשרון און שווערע ארבעט. אבער לאזט אפ זיין פסקים און זיך דינגען אויף גדולי הפוסקים. דיע זענען נישט געווען פון די זאכען וואס מ'דארף רעדען דערפון אחר מיטתו

אגב, ביי הרב אלישיב זענען וויכטיג געווען דריי תלמידי חכמים אין אמעריקא; הרב דוד פיינשטיין און הרב שרגא פייוויל כהן אין נ.י. און הרב אליהו לוין אין לעיקוואוד. צו זיי האט ער געשיקט פאר אמעריקאנער נושאים.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

מור וקציעה » פרייטאג יאנואר 29, 2016 3:41 pm

· #319518
ליטוואק פון בודאפעסט
ביי הרב אלישיב זענען וויכטיג געווען דריי תלמידי חכמים אין אמעריקא; הרב דוד פיינשטיין און הרב שרגא פייוויל כהן אין נ.י. און הרב אליהו לוין אין לעיקוואוד. צו זיי האט ער געשיקט פאר אמעריקאנער נושאים.



עיין בספר אדיר במרום (להאדמו''ר דוד יצחק אייזק מסקאליע) דף קנט אות שכ

שכתב שם בערך בזה''ל
בנגלות התורה מותר ללמוד גם ממחברי זמנינו שהם יראי ה' כמו הגר''א קאטלער, ספר אגרות משה, וספר קהלת יעקב אבל בעניני חסידות וקבלה יש ללמוד רק מספרי בעלי רוח הקודש

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 29, 2016 3:45 pm

· #319519
איך בלייב אפגעפרעגט. קבלה זאל מען לערנען פון דער ישועת משה און דער עבודת עבודה. נאר נישטיגע נערישקייטען ווי פסק הלכה זאל מען לערנען ביי די וואס האבען עס נעבעך געמיינט ערליך די חברה דארט ר"א קאטלער ודעימיה.
מסברא האב איך אלס געהאלטען אויף העלפט. איך האב קיינמאל קיין פסק הלכה נישט געזוכט אין עבודת עבודה און קיין חסידות געזוכט אין קהלת יעקב.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ishchusid » פרייטאג יאנואר 29, 2016 3:56 pm

· #319520
מור וקציעה
ליטוואק פון בודאפעסט
כמה שקרים אין דער מאמר, און כמה זאכען אויסגעלאזט.
ער האט קיינמאל נישט געלערנט ביי ר' משה, און בעצם האט ער קיין שייכות נישט מיט איהם געהאט אויסער באקומענדיג סמיכה.

איך וויס נישט צו די מאכסט זיך אדער דו ביזט!
יאך האב געהערט צענדליגע שיעורי הלכה פון הרב בעלסקי זצ''ל כמעט יעדעס איינציגע שיעור האט ער דערמאנט עפעס פון ר' משה זצ''ל וכמה פעמים זאכן וואס ער האט זיך פערזענליך דורכגערעדט מיט ר' משה (לדוגמה קטנה אז סעלמאן פיש דארף נישט קיין סנפיר וקשקשת, מקען עס קויפן אן סימנים פון א גוי אפילו בלי עור ואפילו מבושל כגון בקען שלא שייך בו בישול עכו''ם ואכ''מ, א חידוש גדול וואס די או יו און אנדערע זענען זיך סומך אויף הרב בעלסקי משמו של ר' משה),

און בד''וו זייט ווען ביזטו א חסיד אז נאר ווער עס האט געלערענט אין שיכון הייסט א תלמיד, לויט דיר איז נישטא אזא זאך תלמידי חזו''א ווייל ער האט נישט געהאט קיין ישיבה, אדער למשל הגה''צ משאפראן והרה''צ ר' משה ארי' פריינד זצייל איז נישט קיין תלמוד פונם דברי יואל מסאטמר ווייל זיי האבען נישט געלערענט אין סענז סטריט אלס תלמידים

באותה המידה רעכען איך למשל ליטוואק פון בודאפעסט אלס א תלמיד פון הר' שך/שאכמאן פון בני ברק אפילו אויב ער האט נישט געלערנט ביי אים (though i'm aftaid you did) ווייל דיין השקפה ובפרט בעניני מידות ענדלען שטארק צום בעל השקפה ונועם המידות פון ב''ב

קוק אריין אין תשובות שלחן הלוי אין זאג מיר איינער וואס ווערט דארט דערמאנט מער ווי ר' משה


מיט זיין תשובה אויף די שייטלאך האט ר' אלישיב געשלאגען כפרות.
הוא אשר דיברתי לאמר
ער האט זיך ווינציג דערשראקען פון די רשעי עמנו פון בני ברק און לעיקוואד אדער בודאפעסט

רדיפות המתחסדים לא המיטו כח רוחו, קנאת הקנאים לא העבירוהו מדעתו, לא ירא חרפת אנוש ולא חת מגדופותם, רק הלך דרכו בטח ויהי שכרו כי היה מה שהיה

זיין תשובה/קנאות אויף די ווערים אין די פיש איז געווען כמעט א גרויסע טעות, ובפרט זיין הגהות שערי דורא וואס איז געווען צוגעשטעלט בוידעם מיט קלאץ (פערזענליך זעי איך נישט קיין איסור, אבער זיין תשובה איז נישט צו דער זאך).
You are of course entitled to your opinion



און זיין מיינונג אויף ווערים אין אנדערע זאכען איז נישט צוגעקומען צו דער פון די אוסרים כגון ר' משה ווייא וואס האט א גרונטליכע ספר, גערעדט אין לערנען אויף די עניינים.

און ר' משה בער בעק האט א גרונדליכען ספר אויף עניני ציונות, און ר' שלמה יודא גראס אויף ניקור, קאם אן מען, ר' משה וויא איז א טייערע איד וכוונתו רצויה אבער ער איז א ראדיקאלע פונדאמענטעליסט,
איך האב פארברענגט מיט אים און אויכעט מיט זיין תלמיד מובהק הרב דוד גאלדשטיין מסקאליע (נאכאמאל הייבסטו אן מיט תלמוד מובהק) שעות ארוכות, ער איז אזוי עקסטרים מיט זיינע ווערים ווי ר' משה בער מיט ציונות




ווי אויך פון הרב הנקין הי"ד וואס האט שטארק בא'ארבעט די סוגיא, וואס איז גאר א מתיר.
און זיין גרויסע כשרון אויסער פון פסק הלכה איז נישט דערמאנט. זיין קענשאפט אין אסטרונומיא, אין נ"ך און אנדערע נושאים האבען געהייסען מבהיל.

נו אדרבה העלף צו, איך האב נאר געשריבען אפאר קורצע שטריכן וואס איך האב זיך דערמאנט גייענדיג צו מעריב, איך האב נישט געשרבען קיין ביוגראפיע


Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

שאפראנער רב איז קיינמאל קיין סאטמערע תלמיד געווען, א סאטמאר חסיד אויך נישט. ער געהאלטן די מנח"א פאר זיין רבין, אין דאהי נאכן קריג איז ער געווען היבש א פיינע חסיד פון סקווירא רבין זי"ע
ער איז סך הכל געווען איינגעשטעלט אין סאטמאר אין זיך געהאלטן אפשר נאנט צום סאטמאר רב.
רעכט פרום קנאיש געשטימט איז ער דאך געווען נאך פון מונקאטש אויס ממילא איז ער געווען באקוועם אין געווארן היבש אפיליעטעד מיט סאטמאר. אבער פין זיין גערעכנט א תלמיד איז דאס נאך היבש א גאנג.
זיין איידעם וממלא מקומו איז שוין יא א ריכטיגע תלמיד פון סאטמאר רב זי"ע

נהורא נפישא » פרייטאג יאנואר 29, 2016 4:02 pm

· #319523
ליטוואק, איר מאכט עפעס א טומעל, יא תלמיד נישט תלמיד, ווילסט אים נישט ריפן תלמיד, קיין שקר גס איז דאס נישט, ווי אויבן דערמאנט די וואס האבן געהאט דעם זעלבן יחס ביים חזון איש, פארריפן זיך אלס תלמיד. נאר וויבאלד ר'משה איז געווען א תופס ישיבה וואס האט געהאט נענטערע תלמידים, מאכט אזא יחס ווי הרב בעלסקי ווי ווייניגער תלמיד, קיין שקר גס איז דאס אבער נישט.
איבער דעם ספר פון הרב בעלסקי, בין איך נישט באקאנט, אבער דיין אפשאצונג איבער דעם ספר איז נישט שטערקער ווי מור וקציעה'ס אפשאצונג, אחוץ די גיבסט אן די קלארע באווייזן.
איבער חלב, מן הסתם מיינסטו די פרשה פון די לעבער, לויט ווי איך געדענק רעדט מען נישט פון קיין חלב נאר פון א געוויסע מנהג הונגריה אראפצונעמען עפעס משום זהירות. און לויט ווי מען האט מיר געזאגט האבן די טומל מאכערס נישט געטראפן דאס באקראי, נאר האבן געקויפט און געקויפט עד שאנה לידם, אלס מיט אן אגענדע פון אראפרייסן דעם קאמפאטישאן. בוודאי קיין שום פאבריק איז נישט פערפעקט, איינער מער איינער ווייניגער, אבער אז מ'זוכט קען מען איבעראל טרעפן פראבלעמן און איבערטרייבן, אלזא פארשטיי איך זייער גוט פארוואס ער האט אראפגעריסן די טומל מאכערס.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 29, 2016 4:08 pm

· #319524
דער תלמיד'שאפט פון די חזו"א, ביי די וואס האבען עס ערליכעהייט פארדינט, איז פון די וואס האבען כסדר גערעדט מיט דער חזו"א, וואס זיי לערנען סוגיות מיט די חזו"א, נישט נאר מיט די ענדגילטיגע פסקים נאר מיט זיין גאנג פון אנהייב, וואס זיי זוכען צו דערגייען וואס האט אדער וואלט דער חזו"א געזאגט אויף יעדער זאך. דאס פסקנ'ען אלס ווי דער חזו"א, אדער ר' משה פיינשטיין, מיינט נאר זיך פארמאכט דער קאפ צו א מעגליכקייט פון אן אנדערע'ן דעה. דאס איז נישט קיין תלמיד מער ווי איינער וואס קוקט די אלע פסקים פון הרב אלישיב הייסט מארגען א תלמיד פון הרב אלישיב. און ווען מ'באוויינט דער פארלוסט פון א מענטש, איז זיין מעלה אלס תלמיד פון איינעם נאר טאמער ער איז געווען א מ"ד פון יענעם'ס חדר וואס איז היינט שוין נישט דא. דאס קענען פסקים פון ספר ארויס קען מען נאך היינט נאך זיין פארלוסט אויך.

און לגבי דער טומול פון די חלב, א דריטער מעג עס אנרופען סתם טומול מאכער'ס, אבער דער וואס מ'האט געכאפט מיט די איי אויפ'ן פנים זאל עס אזוי קענען צוריק ווארפען?!

ובפרט אז דער ציבור צו וועמען מ'רעדט דארף נישט אנגייען די שלא לשמה'ס פון די טומול מאכער'ס. זיי ווילען עס'ן כשר'ס און מ'האט זיי געכאפט מיט א גרייז אין דער הינזיכט. ער איז שולדיג א תירוץ פאר'ן כלל און ער איז נישט דער נרדף פון די כלל.

נהורא נפישא » פרייטאג יאנואר 29, 2016 4:11 pm

· #319525
איך זאג דאך אייך אז מען האט נישט געטראפן קיין חלב, די טומעל מאכערס האבן פשוט איבערגעטריבן פון אן אונגארישע מנהג צו זאגן אז דאס איז חלב דאורייתא.

מור וקציעה » פרייטאג יאנואר 29, 2016 4:20 pm

· #319527
איך זע די ביסט טאקע א תמימותדיגע ליטוואק, העל איך מיזען מסביר זיין אביסעל קלארער, ברחל בתך הקטנה

דכירנא כד הוינא טליא זה יותר מעשרים שנה כאשר ביקר הגר''ג נדל זצ''ל בעירנו ברוקלין ונתגלגלה השיחה אודות פסקי הרב מהיכל שלמה הנ''ל ודיבר בכאב על מחלת האספרגר שממנו סובל הרב הנ''ל וכי אין לסמוך על דבריו כלל וכלל

(ומענין לענין באותו ענין, שמעתי כמה פעמים מפי הגה''ח רא''ח שפיצער ז''ל שבעת שנתמנה להיות דיין בקהילת וויען ביקר אצל מרן שר התורה ר' משה זצ''ל והדריך לו שאין לחשוש כלל לפסקי מופת הדור החזו''א כיוון שלא שימש ברבנות וד''ל

והמנוח הרה''ג איתם הנקין הי''ד האריך בענין זה במאמר אודות זקינו הגדול הגרי''א הנקין זצ''ל שהעדיף את פסקי הערוה''ש על פני פסקי המ''ב מפני אותו סיבה שהערוה''ש שימש ברבנות, והדברים עתיקין)

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 29, 2016 4:27 pm

· #319528
ווער האט געליטען פון אספרגר'ס? הרב בעלסקי?
אז הרב נאדעל און ר' משה האבען געהאלטען קעגען דער חזו"א, וואויל איז זיי. מ'קען נאך אלס זיין א תלמיד פון חזו"א און לערנען ווי איהם. דאס ווארט תלמיד טוישט זיך נישט מיט דעם

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

מור וקציעה » פרייטאג יאנואר 29, 2016 4:34 pm

· #319530
ishchusid
מור וקציעה
[


שאפראנער רב איז קיינמאל קיין סאטמערע תלמיד געווען, א סאטמאר חסיד אויך נישט. ער געהאלטן די מנח"א פאר זיין רבין, אין דאהי נאכן קריג איז ער געווען היבש א פיינע חסיד פון סקווירא רבין זי"ע
ער איז סך הכל געווען איינגעשטעלט אין סאטמאר אין זיך געהאלטן אפשר נאנט צום סאטמאר רב.
רעכט פרום קנאיש געשטימט איז ער דאך געווען נאך פון מונקאטש אויס ממילא איז ער געווען באקוועם אין געווארן היבש אפיליעטעד מיט סאטמאר. אבער פין זיין גערעכנט א תלמיד איז דאס נאך היבש א גאנג.
זיין איידעם וממלא מקומו איז שוין יא א ריכטיגע תלמיד פון סאטמאר רב זי"ע


עס איז א עכטע זייטיגע זאך
קרי/לייען רבי אברהם לייטנר ז''ל והכל על מקומו יבא בשלום

מור וקציעה » פרייטאג יאנואר 29, 2016 4:37 pm

· #319531
ליטוואק פון בודאפעסט
ווער האט געליטען פון אספרגר'ס? הרב בעלסקי?
אז הרב נאדעל און ר' משה האבען געהאלטען קעגען דער חזו"א, וואויל איז זיי. מ'קען נאך אלס זיין א תלמיד פון חזו"א און לערנען ווי איהם. דאס ווארט תלמיד טוישט זיך נישט מיט דעם

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ניין ר' אלישיב, נעקסטע קשיא

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יאנואר 29, 2016 4:42 pm

· #319532
איז עס א גרעסערע ראיה. ער האט געוואוסט נאר פון פסק הלכה פון ריינע לערנען, אן קיין שום זייטיגע חשבונות. און מיט אט דער בליק האט ער בעיקר געשעצט די דריי, דאס איז א חשיבות

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ירא שמים » מוצ"ש יאנואר 30, 2016 7:25 pm

· #319538
מור וקציעה
איך זע די ביסט טאקע א תמימותדיגע ליטוואק, העל איך מיזען מסביר זיין אביסעל קלארער, ברחל בתך הקטנה

דכירנא כד הוינא טליא זה יותר מעשרים שנה כאשר ביקר הגר''ג נדל זצ''ל בעירנו ברוקלין ונתגלגלה השיחה אודות פסקי הרב מהיכל שלמה הנ''ל ודיבר בכאב על מחלת האספרגר שממנו סובל הרב הנ''ל וכי אין לסמוך על דבריו כלל וכלל

(ומענין לענין באותו ענין, שמעתי כמה פעמים מפי הגה''ח רא''ח שפיצער ז''ל שבעת שנתמנה להיות דיין בקהילת וויען ביקר אצל מרן שר התורה ר' משה זצ''ל והדריך לו שאין לחשוש כלל לפסקי מופת הדור החזו''א כיוון שלא שימש ברבנות וד''ל

והמנוח הרה''ג איתם הנקין הי''ד האריך בענין זה במאמר אודות זקינו הגדול הגרי''א הנקין זצ''ל שהעדיף את פסקי הערוה''ש על פני פסקי המ''ב מפני אותו סיבה שהערוה''ש שימש ברבנות, והדברים עתיקין)

די רבנים ווערן דא סאקייעטריסטן און קענען שוין עוועליועיטן מענטשן און מכח דעם באשאפן הלכות (אזוי ווי דער גרינבלאט), פון ווי פונקטליך ווייסט ער וואו אזוי צו טרעפן אספרגר ביי א מענטש? און ווען פונקטליך האט ער אים עוועליועיטעד? און וואס האט אספרגר מיט פסק הלכה?

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 30, 2016 7:59 pm

· #319541
ליטוואק פון בודאפעסט
ווער האט געליטען פון אספרגר'ס? הרב בעלסקי?
אז הרב נאדעל און ר' משה האבען געהאלטען קעגען דער חזו"א, וואויל איז זיי. מ'קען נאך אלס זיין א תלמיד פון חזו"א און לערנען ווי איהם. דאס ווארט תלמיד טוישט זיך נישט מיט דעם

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: מיינע סוירקוט ברעיקערס האבן שוין כמעט געטריפפט. מיט דיין תמימות'דיגע, רעטארישע שאלה. ווייל ס'איז דאך ידוע לכל אז דער וועלט-בארימטער פוסק הדור, הרב יוסף שלום אלישיב האט אלס יונגערמאן געלערנט אין היכל שלמה. און ס'איז אויך ידוע אז ער האט געהאט (במחכ"ת) א פערסאנאליטי פראבלעם. נאר כ'האב נישט געוואוסט אז ס'איז געווען ..."אספערגער'ס" . וועלכער איז אויפ'ן ספעקטרום הידוע. דאס האט הגר"ג אידלשטיין געמיינט צו זאגן. אז מ'דארף נישט משגיח זיין אז הרב אלישיב האט מבטל געווען איינעם'ס דיעה ווייל ר'האט נעבעך געליטן.
און וועלכער בר בי רב דחד יומא ווייסט דען נישט ווער ס'האט געלערנט אין היכל שלמה. אפילו די סאקמער'ע חסידים אין זייער ..."איד"...האבן דאס אויסגערעכנט אלס איינע פון די חטאים פון הרב אלישיב..."אז מ'האט זיך געבעטן צו איהם ער זאלל נישט גיין לערנען אין היכל שלמה"...כלשונם...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש יאנואר 30, 2016 8:13 pm

· #319542
ר' גדליה נאדעל און להבחל"ח הגר"ג איידלשטיין זיינען צוויי ערליי מענטשען, און הגר"ג איידעלשטיין וואלט קיינמאל נישט אזוי גערעדט.
היכל שלמה איז טאקע א פירכא, אבער אי דייקינן כולי האי לא גמרינן

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

berlbalaguleh » מוצ"ש יאנואר 30, 2016 8:17 pm

· #319543
ליטוואק פון בודאפעסט
ר' גדליה נאדעל און להבחל"ח הגר"ג איידלשטיין זיינען צוויי ערליי מענטשען, און הגר"ג איידעלשטיין וואלט קיינמאל נישט אזוי גערעדט.
היכל שלמה איז טאקע א פירכא, אבער אי דייקינן כולי האי לא גמרינן

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

גערעכט: כ'האב געמיינט ר' גדליה נאדל...!

מור וקציעה » מוצ"ש יאנואר 30, 2016 9:30 pm

· #319553
תגובה פארמעקט צוליב אומאויסגעהאלטענע אויסדריקן.

נהורא נפישא » מוצ"ש יאנואר 30, 2016 10:28 pm

· #319559
מור וקציעה, גוטע נקודות אבער אביסל צו שארף.
וואס הרב נאדעל האט לכאורה געמיינט צו זאגן, און איך קלער אז דאס איז אן אמת, הרב אלישיב ווייסט יעדער אז ער איז געווען א מתמיד עצום און ער האט טאקע שולט געווען בכל מכמני התורה, אזא איינער איז טאקע גוט מיט וועם דורכצוטוען א נושא הלכתי, אבער טאר בשו"א נישט זיין קיין מנהיג וואס האט די אחריות צו זאגן דאס לעצטע ווארט איבער כלל ענינים וואס דאס פאדערט א געוויסע סענסיטיוויטייט צו פארשטיין דאס מענטשהייט, מיר זעהן ביי סנהדרין די תנאים וואס פאדערט זיך צו זיין א חבר הסנהדרין צו זיין א בעל אשה ובנים, הרב אלישיב האט דאס אבער נישט פארמאגט.
כ'וועל געבן א קליינע דוגמא. יעדער איז באקאנט מיט די עגונה קריזיס, איינער האט פארגעשלאגן א אינטערסאנט פתרון, אז מ'זאל מאכן א prenup וואס לויטעט קלאר א לעגאלע התחייבות צו געבן אדער מקבל זיין א גט, סיי ווען איין צד וועט וועלן, רב אלישיב האט אבער נישט מסכים געווען דערצו, כאטש ער האט נישט געפונען א נימוק הלכתי, מיטן אויסרייד אז בשעת מ'האט חתונה טראכט מען נישט פון גיטין (איי חז"ל האבן יא געטראכט, און מתקן געווען א כתובה, קשיא) ממילא קען מען זעהן וואס א חורבן אזא איינער איז א מנהיג ישראל, יעצט וועלו די אלע אלפים וואס זענען געווען סרים למשמעתו נישט וועלן מטפל זיין מיט די שאלה, ווייל כבר הורה זקן.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש יאנואר 30, 2016 11:10 pm

· #319561
ווער זאגט דיר ס'איז נישט געווען מנימוק הלכתי? און די אונגארישע מחונכים האלטען יעדע הלכה אלס ענייני הכלל, אלס איז געזעלשאפטליך, אלס איז 'מסורה, מנהגים, גדרים וסייגים', אלס ווענד זיך אויפ'ן ווינט און גייסט. ס'איז דא 'היימישע פסקים', 'היימישע סוגיות', 'היימישע מסורות' און פרצות. די חברה פארשטייען נישט אז א פסק הלכה ווערט געבויט אויף תורה, זיי שמעקען די ווינט וויאזוי צו פסקנ'ן, און הרב אלישיב'ס נאז איז געווען זייער שוואך.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

מור וקציעה » זונטאג יאנואר 31, 2016 1:06 am

· #319569
נהורא נפישא
מור וקציעה, גוטע נקודות אבער אביסל צו שארף.

Listen
סאיז אלס א נקמה אקציע אויף וואס ער האט געפענט א נייע אשכול ספעציעל אראפצורייסן מיין אנדערע ניק berlbalaguleh
(יאפ'ס, אֶת חֲטָאַי אֲנִי מַזְכִּיר הַיּוֹם איך האב עטליכע ניקס כמאמר הכתוב
אֶת-הַמָּאוֹר הַגָּדֹל, לְמֶמְשֶׁלֶת הַיּוֹם, וְאֶת-הַמָּאוֹר הַקָּטֹן לְמֶמְשֶׁלֶת הַלַּיְלָה, וְאֵת הַכּוֹכָבִים)

מיר האבען זיך נאר יעצט איבערגעבעטען און איך האב אים מוחל געווען כדין, הייבט ער אן מיט פרישע אטאקעס אויף מיין berlbalaguleh ניק

ליטוואק פון בודאפעסט



וואופ'ס, ס'האט אויסגעבראכען א שלום, מ'גייט שוין נישט קעמפען, מ'גייט שוין נישט שעלטען, מ'גייט שוין זיין וואויל, איך זאג צי, אלס האט זיך שוין גע'ענדיגט.
--------------------

ר' בערעל, איך האב אנגעהויבען פאר דו האסט איבערגעבעטען, און ווי קען איך לאזען אזא שיינעם שטיקל גייען לטמיון? דעריבער ר' בערעל איך בעט אייך שוין מחילה אבער איינהאלטען קען איך זיך נישט. דער עולם וועט עס סייווי נישט פארשטייען ווייל ס'איז דאך נישט קיין אידיש.


וע''ז כבר לא יכולתי למחול אזוי ווי מען זאגט ערב יו''כ ביי תפילה זכה (שטייצעך אונזער ליטוואק לערנט תעירה דעמאלטס און האט ניט קיין צייט פאר די געבעפקאכטס)

וְלִהְיוֹת שֶׁיָּדַעְתִּי שֶׁכִּמְעַט אֵין צַדִּיק בָּאָרֶץ אֲשֶׁר לֹא יֶחֱטָא בֵּין אָדָם לַחֲבֵרוֹ בְּמָמוֹן אוֹ בְגוּפוֹ, בְּמַעֲשה אוֹ בְדִבּוּר פֶּה. וְעַל זֶה דָוֶה לִבִּי בְּקִרְבִּי כִּי עַל חֵטְא שֶׁבֵּין אָדָם לַחֲבֵרוֹ אֵין יוֹם הַכִּפּוּרִים מְכַפֵּר עַד שֶׁיְּרַצֶּה אֶת חֲבֵרוֹ, וְעַל זֶה נִשְׁבַּר לִבִּי בְּקִרְבִּי וְרָחֲפוּ עַצְמוֹתַי, כִּי אֲפִלּוּ יוֹם הַמִּיתָה אֵין מְכַפֵּר. וְלָכֵן אֲנִי מַפִּיל תְּחִנָּתִי לְפָנֶיךָ שֶׁתְּרַחֵם עָלַי וְתִתְּנֵנִי לְחֵן וּלְחֶסֶד וּלְרַחֲמִים בְּעֵינֶיךָ וּבְעֵינֵי כָל בְּנֵי אָדָם. וְהִנְנִי מוֹחֵל בִּמְחִילָה גְמוּרָה לְכָל מִי שֶׁחָטָא נֶגְדִּי. בֵּין בְּגוּפוֹ וּבֵין בְּמָמוֹנוֹ. אוֹ שֶׁדִּבֶּר עָלַי לָשׁוֹן הָרָע. וַאֲפִלּוּ הוֹצָאַת שֵׁם רָע. וְכֵן לְכָל מִי שֶׁהִזִּיק לִי בְּגוּפִי אוֹ בְּמָמוֹנִי. וּלְכָל חַטֹּאת הָאָדָם אֲשֶׁר בֵּין אָדָם לַחֲבֵרוֹ. חוּץ מִמָּמוֹן אֲשֶׁר אוּכַל לְהוֹצִיא עַל פִּי דִין. וְחוּץ מִי שֶׁחוֹטֵא כְּנֶגְדִּי וְאוֹמֵר אֶחֱטָא לוֹ וְהוּא יִמְחַל לִי. וְחוּץ מֵאֵלּוּ אֲנִי מוֹחֵל בִּמְחִילָה גְמוּרָה וְלֹא יֵעָנֵשׁ שׁוּם אָדָם בְּסִבָּתִי. וּכְשֵׁם שֶׁאֲנִי מוֹחֵל לְכָל אָדָם כֵּן תִּתֵּן אֶת חִנִּי בְּעֵינֵי כָל אָדָם שֶׁיִּמְחֲלוּ לִי בִּמְחִילָה גְמוּרָה:

שמעון וואלף » זונטאג יאנואר 31, 2016 1:48 am

· #319576
כ'האב געהערט דעם שבת ווי איינער דערציילט אז רב בעלסקי ז"ל איז געווען ביי רב אלישיב און געפרעגט עטליכע שאלות, און רב אפרתי האט אנגעפאנגן אריין צו רעדן. האט זיך רב בעלסקי אנגערופן: יונגערמאן, אזעלכע ווי אייך האב איך צענדליגע אין אמעריקא, איך בין דא געקומען הערן פון רב אלישיב!

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 31, 2016 6:58 am

· #319586
און נהורא נפישא, דער 'עצה' ביי גיטין האט שוין דער רשב"א געטראכט און אפגעוואנדען, אז מאכען א 'לעגאלע התחייבות' צו געבען א גט, במקום אז עפ"י תורה איז ער נישט מחוייב, איז אויך א גט מעושה, אזוי ווי ער שרייבט ביי א שבועה לגרש, און דער ב"י ברענגט עס אראפ להלכה.
וששאלת איך הדרך להגיע לאמונת חכמים.
התשובה אמונת חכמים תלויה באמונת החכמה. אין לנו חכמה בעולם בלתי אם יעבור דרך נשמת אדם חי

והדברים מאירים.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

טמיר » זונטאג יאנואר 31, 2016 12:05 pm

· #319606
מ'ווארט איינער זאל שוין ארויפברענגען די זאפטיגע מעשיות בשייכות צו הרב בעלסקי ז"ל ווי די הפקעת קידושין שאלות וכו', אנשטאט זיך ארומקריגען צו ער איז יא געווען א תלמיד פון ר' משה צו נישט

Kool man » זונטאג יאנואר 31, 2016 12:34 pm

· #319618
ער איז געווען א גרויסער ת"ח, און געלעהבט זייער א פשוט'ע לעבען, נישט לוקסוס'דיק, זיינע תלמידים אין תורה ודעת האבען איהם ליעב געהאט, אבער אין כשרות איז ער געוועהן א גרויסער אנזעץ,

פונקט גערעדט פאראיאר מיט א יוד וועלכע איז געוועהן א הויפט משגיח כשרות ביי די או יו, און מיטגעהאלטען אסאך מיטינגס מיט איהם, איך וויל נישט אלעס נאכזאגען, אבער ער'ט געזאגט אז ער גלייבט נישט מתושלח'ס יארען וועט העלפען צו פארריכטען די חורבנות אין כשרות וואס ער האט אנגעמאכט מיט זיינע טוויסטעד היתירים, ער'ז געוועהן א שטארקע קבלו דעתי מענטש, און מ'אט איהם נישט געקענט טוישען זיין מיינונג, ער האט געשריבען פיהל מפורסם'דיקע פסקים וואס קלעהבט נישט שכל'דיק און זיכער נישט הלכה'דיק, אסאך מאהל האבען די אנדערע או יו רבנים געוויינט צו איהם ער זאהל איבערקלעהרען זיין פסק, אבער מ'האט צו איהם נישט געקענט רעדען.
בלאט: 1 2