☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מייסטערווערק » די עתיד פונעם "וועקער"

די עתיד פונעם "וועקער"

31 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11085

פיקאסא » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 11:07 am

· #354517
די עתיד פונעם "וועקער"
ב"ה מיר האבן געהאט די זכיה די לעצטע האלבע יאר מיטן ארויסגעבען די הערליכע זשורנאל "דער וועקער" וואס איז געווארען אויפגעכאפט דורך אירע טויזענטער ליינער איבער די גארע וועלט. ווי איך איך זעה האט דער עולם זייער הנאה געהאט דערפון, הן די הונדערטער חברים דא אין שטיבל, און הן די טויזענטער מענטשען וואס האבן דאס באקומען אויף סאציאלע מידיע, און ס'איז ב"ה אנגעקומן אסאך ווייטער ווי געראכטן. איך האב צוריק געהערט פון גאס פון מענטשען וואס כ'האב נישט ג'חלומט אז זיי ווייסן דערפון, ווי שטארק זיי האבן הנאה פון דעם וועקער. די סיבה פון דעם איז זייער פשוט, ווייל לעת עתה איז דאס די איינציגסטע זשורנאל וואס רעפזענטירט די מיינונגען פון רוב יהדות החרדית, און דעקט אקטועלע נושאים וואס ווערן נישט געדעקט און אלע אנדערע היימישע זשורנאלן מחמת די טעראר וואס ס'הערשט און אונזערע היינטיגע סיסטעם.

יעצט אז מ'האלט נאך די ביטערע טאג אז די עורך אחראי @אנאנים הלך למנוחות ואותנו עזב לאנחות, דארפן מיר מאכן א חשבון הנפש ווי מ'גיימער ווייטער גיין מיט די "הייליגע וועקער" - ווי ער פלעגט זיך אייביג אויסדריקן צו מיר בלשון חיבה - ווען מיר האבן גערעדט טעלעפאניש..

האמת אגיד, אז ווען איך האב געקלערט פון דעם געדאנק לכתחילה, האב איך ניטאמאל געטראכט פון מאכן אזא פראפעשענעל זשורנאל. מיר האבן ס"ה געטראכט פון צאמנעמען אלע לעצטיגע ארטיקלען וואס איז ערשינען אויפן שטיבל תחת פונדק אחד, און עס אויסשטעלן אין א שיינעם פארמאט כדאי שירוץ בהם הקורא. עד שבא חברנו @אנאנים און עס גענימען צו אן אנדערע לעוועל אינגאנצן, און באוויזן צו ארויסגעבען א געהעריגע זשורנאל מיט א גרויס חלק עקסקליוסיוו ארטיקלען כולם שוין לטובה, און עס אהער געשטעלט ווי א פראפעשענעל זשורנאל. ווי אויך איז צו געקומען נאך א שלב, אז כדאי דאס זאל מצליח זיין מוז דער וועקער ערשיינען מידי חודש בחדשו אזוי ווי אלע אנדערע זשורנאלן. ביז מיר האבן אלע געזעהן ווי ווייט מ'קען אנקומען -מיט די הילף פון אלע חברים דא- צו שניידן די פירות מיט די וועקער #5 און די קלימאקס מיט די פרעכטיגער וועקער #6 "אסיף".

דאס אלעס האט גורם געווען אנשטאטס דער וועקער זאל זיין מיין "האבי" צו מאכן און מיין פרייע צייט, און ארויסגעבען פון די חומר וואס איז שוין דא ווען אימער ס'דא פאר דעם צייט, איז עס געווארען א געוואלדיגע פרעשור אויף מיינע פלייצעס, און כ'קען זאגן מיט א זיכערקייט אז דער עולם האט נישט קיין מושג ווי לאנג דאס נעמט צו באווייזן. כבר מלתי אמורה, אז געלויבט השי"ת גייט מיין פרנסה זייער פיין, און איך ארבעט פאר איבער א דריי דידזשיט נאמבער פער שעה, און דער וועקער האט מיר צו גענומען א ים מיט שעות. אסאך ארבעט האב איך געדארפט אפזאגן לכבוד דעם. און כ'בין זיכער אז @שש האט געפילט די זעלבע. עפ"י חשבון האט דער אסיף מיר גענומען לכה"פ 60 שעה צו באווייזן, הן מיטן אויסשטעלן און הן מיטן זיכען פאסיגע בילדער, אריבערגיין און פאררעכטען די טעותים און זיכער מאכן אז אלעס ענדיקט זיך ביים סוף בלעטל וואס דעס איז אן עבודה קשה שבמקדש.

לפי חשבון הנ"ל וואלט איך לכאורה געדארפט מאכן לפחות $6000 אויפן לעצטע וועקער, און נישט קיין סאך ווייניגער אויף די פריערדיגע.. ביזדערווייל האט עס מיר נאר געקאסט געלד, און ס'איז אריינגעקומן זייער ווייניג געלד אינעם פעיפאל אקאונט, ווייל יעדער טראכט אז א צווייטע וועט געבען. כ'וויל קלארשטעלן אז כ'בין נישט דא צו מאכן געלד, אבער זייט זיכער אז כ'בין אויך נישט אויף צו פארלירן געלד.. אוודאי בין איך גרייט צו טוהן א חלק, אזוי ווי אלע חשוב'ע שרייבערס דא וואס לייגן אריין צייט און כחות שלא על מנת לקבל פרס, אבער די כמות פון שעות וואס איך לייג אריין איז ווי מ'זאל בעטן איין שרייבער דא צו שרייבן די גאנצע זשורנאל.

אשר ע"כ, כדאי צו ווייטער קענען אנגיין מיט די פראדזשעקט און ס'זאל האבן א קיום, וועל איך דא פארשלאגן עטליכע ריאליסטישע הצעות, און כ'האף אז איינס פון זיי וועט זיך אויסארבעטן לטב ולמוטב.

הצעה א' מ'זאל טרעפן איינער וואס זאל דאס איבערנעמען. הן דארף מען א פרישע עורך אחראי צו איבערנעמען @שש זצ"ל מיטן שאפן און נאכלויפען ארטיקלען און מגיה זיין וכו' און סיי א פרישע דיזיינער וואס קען אונטערנעמן די גאנצע מעשה אזוי ווי איך האב געטוהן ביז אהער. איך קען איבערגעבן אלע פיילס און פאנס און די דאומעין וכו'. איך גלייב אז מ'קען דעס באווייזן, אבער כ'גלייב נישט אז דאס איז א לעסטינג סעליושן. די ארבעט איז צופיל און מ'קען ווערן ארויסגעברענגט זייער שנעל.

הצעה ב' האבן איין עורך אחראי בראש, אבער איינטיילן די ארבעט און קלענערע חלקים, ווי אסאך מער חברים דא זענען אריינגעמישט דערין. ס'קען זיין צוטיילט כדלהלן. פארשאפן ארטיקלען, נאכלויפען די שרייבערס, מגיה זיין און פאררעכטען, דיזיינען, נאכאמאל מגיה זיין פון די דיזיינער טעותים, איין הויפט דיזיינער וואס נעמט צוזאמען פון די אנדערע דיזיינערס און שטעלט דאס צוזאמען מיט די מפתח וכו', איינער אחראי צו אפדעיטן די עולם אויפן שטיבל וכו' איינער אחראי אויף די פרינטינג חלק און עמעזאן. דער פלאן קען זיך לכאורה אויסארבעטן אויב דער הויפט רידאקטאר איז שטארק און איז אן טאפ פון די פראדזשעקט און זיכער מאכן אז אלע קליינע דיטאלן זאלן קלאפן.

הצעה ג', איך קען ווייטער טוהן די גאנצע ארבעט, נאר @שש'ס פלאץ דארף איינער איבערנעמען דורך א צווייטן. אבער נישט אויף צו פארלירן געלד. איך מיין אז דער וועקער האט מעסיוו פאטענטשעל און הלוואי קען איינער אויפקומען מיט א פלאן ווי אזוי מ'קען עס געהעריג פרינטן פאר ביליג, און פארקויפן אין די מאסן. דעמאלס וועט עס זיין ווי א אלגעמיינע מעגעזין וואס די בעלי בתים מאכן געלד, און פארשטייט זיך אז דעמאלס מאכן די שרייבערס זייערע פעיר שעיר. אדער קעמען אריינלייגן עדס דערין און לייזן אפאר טאלער אזוי. דאס איז מיין חלום, אבער ס'זעהט מיר נישט אויס ריאליסטיש לעת עתה.

הצעה ד', איך קען עס ווייטער פירן - מיט א נייע אחראי - אבער נישט ארויסקומען מער א יעדער חודש, נאר לויט וויפיל צייט איך האב. קען זיין איינמאל א חודש אדער איין מאל אין דריי חדשים, תלוי לפי הזמן. אדער קען איך עס אפילו ממשיך זיין אהן קיין עורך, און נעמען נאר די "חדשים גם ישנים" פונעם שטיבל זעלבסט.

בקשתי שטוחה לפניכם, ווער עס האט רעיונות, פארשלאגן אגער קען למעשה צוהעלפן אויף אן אופן זאל זיך לאזן הערן ברבים אדער באישי, און מיר וועלען זעהן ווי די זאך קאכט זיך אויס. אזוי ווי ביים אנפאנג פון דעם גאנצע רעיון האב איך געפרעגט דעם דעת הקהל, און יעדע האט געהאט אן אנדערע מהלך און געדאנק, און מיר האבן גענומען איין קו, אויף וואס כ'האב נישט קיין חרטה, אזוי האף איך דא צו הערן דעת הקהל מיט קאנסטראקטיוו איידיעס, אבער פארשטייט זיך אז מ'וועט נישט קענען צופרידן שטעלן א יעדעם איינעם, אבער מיטן באשעפערס הילף וועט כאטשיג עפעס ווערן דערפון, און מיר וועלן בעזהי"ת ממשיך זיין צו וועקען כלל ישראל.

המחכה לתגובתכם במהרה
ידידכם עוז
פיקאסא

נאטירליך » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 11:16 am

· #354518
הצעה ג', איך קען ווייטער טוהן די גאנצע ארבעט, נאר @שש'ס פלאץ דארף איינער איבערנעמען דורך א צווייטן. אבער נישט אויף צו פארלירן געלד. איך מיין אז דער וועקער האט מעסיוו פאטענטשעל און הלוואי קען איינער אויפקומען מיט א פלאן ווי אזוי מ'קען עס געהעריג פרינטן פאר ביליג, און פארקויפן אין די מאסן. דעמאלס וועט עס זיין ווי א אלגעמיינע מעגעזין וואס די בעלי בתים מאכן געלד, און פארשטייט זיך אז דעמאלס מאכן די שרייבערס זייערע פעיר שעיר. אדער קעמען אריינלייגן עדס דערין און לייזן אפאר טאלער אזוי. דאס איז מיין חלום, אבער ס'זעהט מיר נישט אויס ריאליסטיש לעת עתה.

לכאורה איז דאס די בעסטע option, אז עס זאל מצליח זיין, און האבן די גרעסטע השפעה. אפשר פרובירט איינער צו אריין ברענגען פראנקפוטער פון עמי צו דאס אריין נעמען צו זיך.

שלום על ישראל » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 11:56 am

· #354525
פיקאסא
הצעה ב' האבן איין עורך אחראי בראש, אבער איינטיילן די ארבעט און קלענערע חלקים, ווי אסאך מער חברים דא זענען אריינגעמישט דערין. ס'קען זיין צוטיילט כדלהלן. פארשאפן ארטיקלען, נאכלויפען די שרייבערס, מגיה זיין און פאררעכטען, דיזיינען, נאכאמאל מגיה זיין פון די דיזיינער טעותים, איין הויפט דיזיינער וואס נעמט צוזאמען פון די אנדערע דיזיינערס און שטעלט דאס צוזאמען מיט די מפתח וכו', איינער אחראי צו אפדעיטן די עולם אויפן שטיבל וכו' איינער אחראי אויף די פרינטינג חלק און עמעזאן. דער פלאן קען זיך לכאורה אויסארבעטן אויב דער הויפט רידאקטאר איז שטארק און איז אן טאפ פון די פראדזשעקט און זיכער מאכן אז אלע קליינע דיטאלן זאלן קלאפן.

טאמבל סאס » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 12:02 pm

· #354527
Re: די עתיד פונעם "וועקער"
סתם א זייטיגע זאך, ווילאנג מ'קען עס האבן בחינם וועט זיין א הפסד מרובה על העומד. לייגט עס אויף סקרייב אדער ערגעץ וואו מ'קען עס נישט דאונלאודן אדער קאפיען.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

mevakesh » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 12:22 pm

· #354528
Re: די עתיד פונעם "וועקער"
לעניות דעתי גילט דא דער כלל תפשת מיעוט תפשת
א אויסגאבע וואס וועט האבן אונטער 50 בלעטער א חודש מיט ווייניג גרעפיקס וועט זיך האלטן לענגער
חוץ אויב עס וועט קאסטן געלט דעמאלטס קען עס יא פארען ווייטער פאר א לאנגע צייט אויף א הויכע לעוועל

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 12:31 pm

· #354529
@mevakesh מאכט גאר א גוטע פאינט. ווען ס'איז נאר פופציג בלעטער איז עס לייכטער פאר די ארבעטארער'ס, ס'איז ביליגער צו קויפען און ממילא פיהל מער מענטשען וועלען קויפען. און אויב איינער קען נישט איין חודש, קען ער בעטען א צווייטען. בקיצור, א פיינע איינפאל.

פיקאסא » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 6:18 pm

· #354569
ייר כח פאר אלע וואס זענען אריינגעקומען אין אישי מיט הילף אנבאטען.

דא האט איהר איר א מער דיטעילד פלאן פון די ארבעט וואס עס פאדערט זיך כדאי אויסצוגעבן דער וועקער אלס א טיעם.
יעדער איז מכובד אריינצוטראכטן וואס זיי קענען העלפן מיט די פראדשעקט.

פארשטייט זיך אז נומער איינס אויף די ליסט זענען די שרייבערס וואס זיי זענען די הויפט שפילערס פון די גאנצע וועקער.
#2 איז די משגיח וואס דארף מאשר זיין וואס קען אריינגיין אין דער וועקער.
#3 איז לכאורה דאס שווערסטע אויפגאבע, די רעדאקטאר.
וכו' וכו'

לכה"פ #16 קען א יעדער זיין...
📎 Der Veker plan.pdf 📎 Der Veker plan.jpg

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 7:06 pm

· #354572
כ'קען באשטיין צו מגיה זיין, דאס איז מיר גרינג און פארנעמט נישט אזויפיל צייט.
מיינע ארטיקלען זענען ע"פ רוב נישט אזעלכע סמעטענע ווי די ריזיגע שרייבערס דא 😞

דער וועקער איז א געוואלדיגע דורכברוך, פארט האב איך צומאל ספיקות צי דאס נעמט נישט אוועק די אטענשאן פונעם שטיבל זעלבסט.
קלענער/ווייניגער איז זיכער בעסער מכל הצדדים.

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 8:28 pm

· #354590
Re: די עתיד פונעם "וועקער"
שמעקעדיג

דער וועקער איז א געוואלדיגע דורכברוך, פארט האב איך צומאל ספיקות צי דאס נעמט נישט אוועק די אטענשאן פונעם שטיבל זעלבסט.
.

פליקער » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 8:31 pm

· #354591
Re: די עתיד פונעם "וועקער"
זייער שיין מסדר געווען, נישט קיין וואונדער אנאנים האט געקוויט. איך בין עוועלעבל צי ספעל טשעקן..
איך קען זיכען בילדער. אזוי ווי איך האב באדינט שש'ן

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 8:43 pm

· #354594
Re: די עתיד פונעם "וועקער"
יא סאיז זיכער אז סאיז צופיל ארבעט פאר איינעם.

מדארף א ביזנעס פלאן אין אונהייבן מאכן געלד אנדערש גייט אייביג א צווייטער אויפגעבן.

ביליג » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 8:50 pm

· #354595
Re: די עתיד פונעם "וועקער"
וואס איז מיט אדווערטייזמענטס ?
אפשר לייגט מען עס נאר אויף עמאזאן/ניוז סטענדס מיט א פרייז אז מען זאל יא מאכן געלט ?

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 9:03 pm

· #354596
Re: די עתיד פונעם "וועקער"
ווי דערמאנט איז עמעזאן נישט קיין הכנסה

די איינציגסטע עצה אין סזאל בלייבן די מטרה איז עדווערטייזמינטס אין מקען עס באקומען בחינם

גר ותושב » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 11:17 pm

· #354600
Re: די עתיד פונעם "וועקער"
פלאן
1 שרייבערס כל הרוצה יבוא ויכתוב.
2-3 משגיח רעדאקטאר @כוכב
4 מגיה @שמעקעדיג
5 זוכען בילדער @אנאנים
6-7-8 @פיקאסא אויב צו שווער דען טוב מעט בכוונה מהרבה שלא....
9 @פיקאסא איז מכובד עס ארויף צו לייגן דא אין שטובל
10 @ליטוואק פון בודעפעסט
11-12-13-14 נישט וויכטיג יעצט
15 @געוואלדיג
16 אני הקטן

בענדזשאמין פרענקלין » מאנטאג נאוועמבער 14, 2016 11:23 pm

· #354602
קודם האב איך הנאה איז אונזערע חברים דא מאכן טריפל דיזשיטס א שעה און זענען נישט סתם ארבעטסלאזע ראצערלך. בכל אופן א דאנק אייך אלע און ספעציעל ראובן וואס ווי מען ברויכט לייגט ער צו א פלייצע, טראץ זיין פארנומענע צייט דרוכצוזיפן הויפנעס אלטע צייטונגען און ברענגן פרנסה פאר י"ח שבטי קה.

בן אדם » דינסטאג נאוועמבער 15, 2016 12:28 am

· #354610
אה. פרנסה פאר די שבטי קה אינקלאדעד בנימינ'ען...

נאטירליך » מוצ"ש נאוועמבער 19, 2016 6:38 pm

· #354980
טייערע חברים

איך האב יעצט פרייטאג באקומען דעם וועקער, דעם ערשטן מאל איך האב עס באשטעלט אויף עמעזאן און געהעריג געליינט. אזא אויסגאבע מוז אנגיין עס איז בכח צו מאכן אן אמת'ע revelation. און ניין נישט מיט קיין נדבות מען דארף מאכן געהעריגע monthly subscriptions מיט עדס וכדומה.
עורו נא לאמיר זיך אליין אויפוועקן און ווער עס איז בכח דאס אויסצופירן למצוה גדול יחשב.

גר ותושב » מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 7:46 pm

· #355348
Re: די עתיד פונעם "וועקער"
דארף דער וועקער טאקע א וועקער?
@פיקאסא אפשר דאך?
אויב נישט אויף ראש חודש כסליו אפשר לכבוד חנוכה?

פיקאסא » מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 10:24 am

· #355574
גר ותושב
דארף דער וועקער טאקע א וועקער?
@פיקאסא אפשר דאך?
אויב נישט אויף ראש חודש כסליו אפשר לכבוד חנוכה?

ווען אלע מענטשען וואס די האסט נאמאנירט וואלטן זיך אנגערופן, וואלט מען געקענט ווייטער גיין, אבער דערווייל איז אין קול ואין עונה.

איך האב גראדע נישט אויפגעגעבן האפענונג, א חבר מיינע א דיזיינער איז גרייט צו מאכן א חלק, מגיהים איז לכאורה אויך דא בשפע, מ'ברויך נאר איינער וואס איז עומד בראש מיט די גאנצע עול.
דערווייל איז דא מיטינגס אונטערן טיש, און כ'האף צו קענען מבשר זיין בקרוב בשורות טובות.

ביזדערווייל, לאמיר זעהן ווי די שטיבל גייט אהן אנעם וועקער, כדאי צו זעהן אויב דער וועקער נעמט אוועק פון שטיבל אדער נישט.

פליקער » מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 10:39 am

· #355576

וועלכע שטיבל??

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 1:28 pm

· #355586
Re: די עתיד פונעם "וועקער"
ני חברה ארויף מיט די ארבעל

ווער שיקט אריין ארטיקלען די חנוכה וועקער גייט איבערשטייגן די אסיף

פליקער » מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 11:57 pm

· #355610
Re: די עתיד פונעם "וועקער"
איך וועל אי''ה אריין שיקן די זעקסטע קאפיטל 'קענסער 6'
אויב וועט זיין נויטיג אויך 'קענסער 7'.

צום פינטל » דאנערשטאג דעצעמבער 1, 2016 8:46 pm

· #355995
וואס טיט זיך
די שווייגעניש איז די ערגסטע

קאוריג » פרייטאג דעצעמבער 2, 2016 10:14 am

· #356054
איך ווייס נישט אין וועלכע חלק מען דארף נאך הילף, אבער איך קען צוהעלפן מיטן מגיה זיין עד כמה מיין צייט ערלויבט

גר ותושב » פרייטאג דעצעמבער 2, 2016 12:55 pm

· #356079
Re: די עתיד פונעם "וועקער"
לדעתי איז דא א נקודה וואס קען צוריק אויפלעיבן דער וועקער.
דער וועקער איז געוועין א אויסגאבע פון די בעסטע שרייבער פונעם שטיבל עס האט אויסגעפעילט די זיין א שרייבער אויפן העכסטן סטאנדארט צו אריין לייגען דארט אן ארטיקל וואס פלעיגט דערנאך ווערן מוגה און מנופה בשבעה נפות וואס דאס האט אויסגעפעילט א שטאב פון מגוהים און א מאנגל פון ארטיקלעך (למעשה איז נישט געוועין קיין מאנגל און ארטיקלען ווייל די פיינע שרייבערס האבן אריין געלייגט אסאך כוחות און צוגעשטעטלט א געוואלד מיט הערליכע ארטיקלעך)
מיין מחשבה איז מען זאל אביסל אראפ לאזן די סטאנדארטן וועט זיין מער ארטיקלעך מער מגיהים און ווייניגער גראפיקס וועט אויך נישט שאטן די כלל איז אז תפסת מרובה לא תפסת איך גלייב נישט אז יעצט איז דא איינער וואס קען אנפירן אזא פריעקט אויף אזא הויכע סטאנדארט ווי ביז יעצט איז לדעתי זאל מען נידערן די סטאנדארט ענדערש ווי פארלירן די פריעקט אינגאנצן.

קאוריג » מאנטאג דעצעמבער 5, 2016 11:30 am

· #356232
Re: די עתיד פונעם "וועקער"
נו, קיינער רופט זיך נישט אהן?

Sent from my SD4930UR using Tapatalk

וואלווי » דינסטאג דעצעמבער 6, 2016 12:52 am

· #356310
גר ותושב
לדעתי איז דא א נקודה וואס קען צוריק אויפלעיבן דער וועקער.
דער וועקער איז געוועין א אויסגאבע פון די בעסטע שרייבער פונעם שטיבל עס האט אויסגעפעילט די זיין א שרייבער אויפן העכסטן סטאנדארט צו אריין לייגען דארט אן ארטיקל וואס פלעיגט דערנאך ווערן מוגה און מנופה בשבעה נפות וואס דאס האט אויסגעפעילט א שטאב פון מגוהים און א מאנגל פון ארטיקלעך (למעשה איז נישט געוועין קיין מאנגל און ארטיקלען ווייל די פיינע שרייבערס האבן אריין געלייגט אסאך כוחות און צוגעשטעטלט א געוואלד מיט הערליכע ארטיקלעך)
מיין מחשבה איז מען זאל אביסל אראפ לאזן די סטאנדארטן וועט זיין מער ארטיקלעך מער מגיהים און ווייניגער גראפיקס וועט אויך נישט שאטן די כלל איז אז תפסת מרובה לא תפסת איך גלייב נישט אז יעצט איז דא איינער וואס קען אנפירן אזא פריעקט אויף אזא הויכע סטאנדארט ווי ביז יעצט איז לדעתי זאל מען נידערן די סטאנדארט ענדערש ווי פארלירן די פריעקט אינגאנצן.

דער @גר ותושב נעמט ערנסט זיין קבלה און זיין שטעלע...

גר ותושב
פלאן
1 שרייבערס כל הרוצה יבוא ויכתוב.
2-3 משגיח רעדאקטאר @כוכב
4 מגיה @שמעקעדיג
5 זוכען בילדער @אנאנים
6-7-8 @פיקאסא אויב צו שווער דען טוב מעט בכוונה מהרבה שלא....
9 @פיקאסא איז מכובד עס ארויף צו לייגן דא אין שטובל
10 @ליטוואק פון בודעפעסט
11-12-13-14 נישט וויכטיג יעצט
15 @געוואלדיג
16 אני הקטן

!constructive criticism will keep the topic on the front burner

קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 7:28 pm

· #356887
Re: די עתיד פונעם "וועקער"
מ'ברויך ארויסקומען מיט א וועקער וואס וועט וועקן דעם עולם צו טוהן פארן וועקער.

קלוגע יודל » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 8:04 pm

· #356888
Re: די עתיד פונעם "וועקער"
[ציטאט אראפגענומען]

כאפצעם!!!!!

לאזטס אינם נישט ארויס פאר ער זאגט אונס צו לכה"פ נאך 6 וועקערס.......

א איד » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 11:13 pm

· #356904
Re: די עתיד פונעם "וועקער"
שש יא עס פעלט
האסט אונז ארויפגעטראגן אויפן הויכן בארג, און דו לאזט אונז דארט מיטן צונג אינדרויסן.

גר ותושב » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 11:46 pm

· #356906
Re: די עתיד פונעם "וועקער"
[ציטאט אראפגענומען]

אין הדבר תלוי אלא בך