"אמונת צדיקים" אין מופתים, עד היכן
54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11047
"אמונת צדיקים" אין מופתים, עד היכן
אפגעטיילט פון דאדי סיבה פארוואס מ'קויפט די מעשיות אן קיין ערענסטע פעקט טשעקינג, איז ווייל די מופתים זענען א מציאות, כידוע די מעשה פונעם ריבניצער וואס האט מחיה מתים געווען א קינד ביי א ברית (ע"פ עדות עצמו וואס ער האט עס פארציילט פאר זיין גבאי'ן רויטמאן, און ע"פ עדותו של ר' מענדל פוטערפאס וואס איז געוון אנוועזנד דערביי). במילא, אויב דער ריבניצער האט באוויזן תחיית המתים, פארוואס זאל איך נישט גלייבן אז דער מהר"ל האט געקענט באשאפן א גולם? אדער אז רבי איציקל האט פארנערט די גרעניץ וועכטער און געמאכט א זמירות פאר א פאספארט ?
וואס מאכט די עולה פון פאבליצירן פאלשע מעשיות אסאך גרעסער, וויבאלד ער דעקט זיך מיט די נאמנות פון די אמת'ע מעשיות וואס זענען געשעהן.
און דו גלייבסט דעם ריבניצער?
(איך האלט נישט ער איז געווען א ליגנער ח"ו אבער כ'האב א חשד אז ער האט געהאט עפעס אן ענין מיט גזמאות - א שטייגער ווי אפטא רב זי"ע).
בן אדםאון דו גלייבסט דעם ריבניצער?
.
absolutely,
און ר' מענדל פוטערפאס ז"ל איז אויך נישט געווען קיין פשוטער איד, ער האט דעמאלטס געזאגט פארן ריבניצער אז ביי דעם נעקסטן ברית זאל ער זיך זוכן א צווייטן סנדק, ווייל די הימילישע מעשיות זענען נישט פאר זיינע כוחות.
אויב איך געדענק גוט, האבן זיי געמאכט דעם ברית בשעת דער טאטע איז געווען אוועק פון שטוב ווייל ער האט נישט געלאזט אידישן דאס קינד.
איינער האט געלייגט א פעדער אונטער'ן קינד'ס נאז צו זע'ען צו ער איז טויט טאקע, כדי די קונץ זאל געלונגען? און ווי אזוי שטארבט א קינד אזוי שנעל פון א ברית? טאמער ס'הערט נישט אויף צו בלוטיגען, האט מען א פאר מינוט צו זיין א רופא חולים איידער א מחיה מתים.
בקיצור די מעשה דארף מען אויך נישט גלויבען, און זיכער נישט טופח ע"מ להטפיח אויף אנדערע מעשה'ס.
די גולם מעשה איז סתם נעריש, כמבואר בכמה מקומות אין שטיבעל. דאס אז מ'קען מאכען א גולם איז א גמרא. כפי די סימנים איז עס נישט צו שווער מיט קבלה מעשית, מ'דארף קיין גרויסע צדיק נישט זיין. וואס איז דער ענין פון די שקרים? צום סוף ווען מ'ווערט געוואויער אז ס'איז ליגענט, מיינט מען שוין אז קיין העכער'ס איז בכלל נישט פארהאנען.
ליטוואק פון בודאפעסט: אויב ס'איז אמת אז מיט קבלה מעשית איז נישט זייער שווער צו באשאפן א גולם. איז פארוואס זעה(ן) מיר נישט אז ס'זאללן זיך ארומדרייען א סאך גולמות. אונז זענען דאך ב"ה געבענטשט מיט א שפע פון בעלי מקובלים דאהי אין אמעריקע. און אוודאי אין ארץ ישראל. ס'דא באבא'ס און אנדערע מיני מקובלים לרחצה. ווען איך קען קבלה וואלט איך מיר באשאפן לכה"פ. 2 גולמות מיך צו באדינען. איינער זאלל גיין אין גראסערי, ארויסטראגן די גארביטש,אנצינדן די בוילער אנהייב ווינטער. די אנדערער זאלל טראגן מיין טלית ותפילין אין ביהמ"ד. אן אפשר אויך א גולמ'טע,זי זאלל באקן פאטעיטא קוגל און מאכן געפילטע פיש. און טון די לאנדרי...! נאר אזוי ווי איך קען ניט קיין קבלה מעשית. און אפילו קבלה תיאורתית קען איך אויך נישט, מוז איך לאזן מיין ווייב קאכן און טון לאנדרי. און שיקן מיינע קינדער אין גראסערי... 😂 🙄
בערל בדיעבד זענען די ווייב און קיננדער גאנץ פיין אלץ גולמים נישט אזוי?
קבליסטען זענען גרייט צו שפילען מיט מענטשען, אבער צו מאכען א גולם פאדערט אביסל ארבעט, ווי אויך זענען זיי גלויביקער'ס אויך. שפילען מיט קבלה למעשה למעשה האבען זיי מורא. ווער ווייסט ווי מ'עט נוקם זיין פון די אומבאוואוסטע כוחות? איינער איז געווען וואס איז מפורסם מיט זין אומערליכקייט און זיין נעמען געלט פאר מופתים מיט קונץ ארבעט, וואס האט געלעבט א פריצישע לעבען אויפ'ן נאמען פון זיין זיידע'ס, און ער האט געהאט א מיאוס'ע סוף, ודי בזה.
שרעק זיך נישט, ער איז נישט געווען חסידיש.
berlbalagulehליטוואק פון בודאפעסט: אויב ס'איז אמת אז מיט קבלה מעשית איז נישט זייער שווער צו באשאפן א גולם. איז פארוואס זעה(ן) מיר נישט אז ס'זאללן זיך ארומדרייען א סאך גולמות. אונז זענען דאך ב"ה געבענטשט מיט א שפע פון בעלי מקובלים 😂 🙄
יא יא, גולמים קען איעדער באשאפן, אריינלייגען די נשמה אין די גולם איז ווי די באבאס פארהאנקענען זיך
mevakeshבערל בדיעבד זענען די ווייב און קיננדער גאנץ פיין אלץ גולמים נישט אזוי?
אסאך מאל בדיעבד אויך נישט...
דאס אז דער ריבניצער האט געקענט מחיה מתים זיין אז אודאי נישט קיין מציאות, סך הכל א פאנטאסטישע מופת אן קיין שום וועג וויאזוי צו מברר זיין די קראנטקייט דערפון.
וואס איז אבער יא א מציאות איז אז דער ריבניצער איז געווען דירעקט א שלעכטער מוהל וואס האט נישט געטארט על פי שכל והלכה צורירן צו קינדער, און אויב שוין יא א מופת וואלט שיין געווען ווען ער קען ווען באווייזן די וואונדער זיך אויסצולערנען מל'ן שיין און שנעל ווי א מענטש, און קינדער זאלן נישט אויסגיין אינטער זיינע הענט.
פון דעם בלעטל "א טעם אין שבת"
📎 Capture.JPG
ירח בן יומו📎 :lol: 😂 😂 Capture.JPG
הייסט אז אין בעלז האט מען נישט געהאלטן פון די ריבניצער?
שמערלדאס אז דער ריבניצער האט געקענט מחיה מתים זיין אז אודאי נישט קיין מציאות, סך הכל א פאנטאסטישע מופת אן קיין שום וועג וויאזוי צו מברר זיין די קראנטקייט דערפון.
וואס איז אבער יא א מציאות איז אז דער ריבניצער איז געווען דירעקט א שלעכטער מוהל וואס האט נישט געטארט על פי שכל והלכה צורירן צו קינדער, און אויב שוין יא א מופת וואלט שיין געווען ווען ער קען ווען באווייזן די וואונדער זיך אויסצולערנען מל'ן שיין און שנעל ווי א מענטש, און קינדער זאלן נישט אויסגיין אינטער זיינע הענט.
וואס איז טאקע פשט אז בחייו האט קיינער עם נישט פארגעהאלטן פון די אלע הונדערטע אידן וואס האבן מיט געהאלטן זיינע בריתות? האט יעדער געהאט דעמאלטס א הארץ פון שטיין??
@שמערל דאס אז מען קען נישט אויפווייזן מאכט דאס נאכנישט א זיכערע אויס מציאות,
און לדברך אז ער איז געווען אזא שלעכטער מוהל, איז טאקע יא א מופת אז די וועם ער האט גע׳מל׳עט האבן געבוירן .קינדער
בן אדם
וואס איז טאקע פשט אז בחייו האט קיינער עם נישט פארגעהאלטן פון די אלע הונדערטע אידן וואס האבן מיט געהאלטן זיינע בריתות? האט יעדער געהאט דעמאלטס א הארץ פון שטיין??
האב איך געהערט אזא מעשה, א גרויסע רבי איז געווען אמאל סנדק ווען ריבניצע רבי איז געווען מוהל, נאך די ברית רופט ער זיך אן, איך בין אויך א מוהל.. האט אים דער ריבניצער געפרעגט אויב אזוי פארוואס מל'ט איר נישט? האט ער געזאגט, 'ווייל איך קען נישט..'
רמי קאהן שרייט חי וקיים אז ער איז א וועלטס מומחה אין מילה און דער ריבניצער איז געווען אן ערשט קלאסיגע מוהל. גיי ווייס.
אבער דער תחיית המתים מעשה איז אזוי ווייט פון מסתבר אז מ'דארף עפעס אן עכטע ראיה דערצו, וכמו שהקשיתי למעלה. פון די אלע רעבישע מעשה'ס זעט מען כמעט קיינמאל א תחיית המתים מעשה. אפילו די שקרנים האבען אזוינס נישט ממציא געווען.
געוואלדיג@שמערל דאס אז מען קען נישט אויפווייזן מאכט דאס נאכנישט א זיכערע אויס מציאות,
און לדברך אז ער איז געווען אזא שלעכטער מוהל, איז טאקע יא א מופת אז די וועם ער האט גע׳מל׳עט האבן געבוירן .קינדער
א מציאות איז עפעס וואס איז ברור פאר הינדערט פראצענט. עפעס וואס מען קען נישט אויפווייזן איז זיכער נישט קיין מציאות.
דאס אז ער איז געווען א שלעכטער מוהל איז נישט עפעס וואס איך זאג, נאר איך זאג עס לשיטתיהו פון די בעלי מספרי המעשה אז ער האט שיעור געשאכטן א קינד. וואס אויף דעם פרעג איך, אויב איז ער שוין יא געווען א בעל מופת, פארוואס האט ער נישט געקענט באווייזן אזא מופת ווי ר' ישראל דוד וויינבערגער וואס האט באוויזן צו מל'ן טויזענטער קינדער מיט א אויסטערלישער געשיקטקייט אן קיין שום אינצידענטן?
איך האב נישט געזאגט אז ס'איז דא עמפירישע עווידענס אז די מעשה האט פאקטיש פאסירט, (און אויב גייען מיר אראפ דעם ראוד קענען מיר אויסמעקן אלע היסטאריע ביכער פון פאר די יו טוב עפאכע ווי יעדע געשעעניש ווערט רעקארדירט,) אבער ביי מיר איז פונקט גענוג אז אזא מסירת נפש איד ווי דער ריבניצער ז"ל (וואס איז געווען מלומד בניסים, ס'איז דא צאללאזע מעשיות) האט דאס אליינס פארציילט, עס צו אקצעפטירן אלץ אמת, (נאכדערצו אז ס'איז דא עידי ראיה ר' מענדל פוטערפאס ז"ל).
מ'איז לכאורה נישט עובר אויף קיין איינע פון די 13 אני מאמין'ס אויב מ'גלויבט נישט אין די מעשה, אבער 'שכלדיג' זעה איך נישט פארוואס ווען א איד וואס איז נישט מוחזק שקרן אדער בעל דמיון, און לעבט ווי א מלאך, דערציילט דיר עפעס וואס איז איבערנאטורליך זאלסטו אים נישט וועלן גלייבן?, נאכדערצו ווען זיין גאנצער עקזיסטענץ איז געווען ממש ניסים.
יעקב מענטשדי סיבה פארוואס מ'קויפט די מעשיות אן קיין ערענסטע פעקט טשעקינג, איז ווייל די מופתים זענען א מציאות, כידוע די מעשה פונעם ריבניצער וואס האט מחיה מתים געווען א קינד ביי א ברית
יעקב מענטש... ביי מיר איז פונקט גענוג אז אזא מסירת נפש איד ווי דער ריבניצער ז"ל (וואס איז געווען מלומד בניסים, ס'איז דא צאללאזע מעשיות)...
כ'מיין אז דאס איז זייער circular. לאמיר אנהייבן פון אנפאנג, וואס האט געפעסט פעקט טשעקינג אז אלעס אנדערש ברויך שוין נישט?
כ'האב געהערט אז די סאטמאר רבי האט געבעטן דעם ריבניצער ער זאל נישט מאכן אזויפיל מופתים, דאס מייינט אז דער סאטמאר רבי האט מודה געווען אין זיינע מופתים...
איז דא היינט א באבא אין ארץ ישראל וואס באווייזט מופתים? איך דארף א ישועה עמערדזשענסי, please help me
וויפיל ביסטו גרייט צו באצאלן?
דער דאסבן אדם
וואס איז טאקע פשט אז בחייו האט קיינער עם נישט פארגעהאלטן פון די אלע הונדערטע אידן וואס האבן מיט געהאלטן זיינע בריתות? האט יעדער געהאט דעמאלטס א הארץ פון שטיין??
האב איך געהערט אזא מעשה, א גרויסע רבי איז געווען אמאל סנדק ווען ריבניצע רבי איז געווען מוהל, נאך די ברית רופט ער זיך אן, איך בין אויך א מוהל.. האט אים דער ריבניצער געפרעגט אויב אזוי פארוואס מל'ט איר נישט? האט ער געזאגט, 'ווייל איך קען נישט..'
די מעשה איז געוועהן מיט די סאטמערע רבי זי"ע
דארפסט נישט גיין ביז צו ארץ ישראל, אונז האמיר אין וויליאמסבורג הרב עקשטיין אדער מרת ווידער וואס באווייזן אויך אותות ומופתים
מרת פריידי ווידער גייט נישט אין נאמען פון קבלה אדער אלקות (אויב האט הרב יצחק שטיין רעכט מיט זיין מערכה)
ריכטיג אבער נאכאלץ מופתים
מיין זיידע און מאמעס משפחה זענען געוועהן זייער נאנט מיט אים נאך פון רוסלאנד, מיין מאמעס טאטע איז נאך געפארן צו אים מיט א פערד און וואגן פון אקריינע קיין מאלדאוויע (א וועג פון ניו יארק קיין מאנטריאל) אפאר מאל א יאר, מיין זיידע פלעגט זיצן מיט אים צוגעשפארט פאר שעות ארוכות, איין מאל פאר דריי א האלב שעה אויף דער עלטער ווען מיין זיידע האט אים באזוכט אין בארא פארק,סאיז נישטא וואס צורעדן אז דער ריבניצער איז געוועהן א וואוילע איד, א אמתע אוהב ישראל אן קיין שום אגענדעס, א איד וואס האט אין זיין לעבן נישט הנאה געהאט פון גשמיות און געלעבט אין העכערס, א אמתע שונא בצע וואס האט גארנישט געדארפט פאר זיך . א איד וואס האט זיך מוסר נפש געוועהן פאר זיין טראדיציע און זיין מסורה, און פאר א יעדע איד צוגלייך, א מענטש וואס וואלט אוועקגעגבן אלעס פאר א צווייטע איד. אלע אידן און אסאך גוים צוגלייך האבן אים שטארק רעספעקטירט אין רוסלאנד און פרייע אידן פלעגן כסדר גיין צו אים.
אבער די מעשה פון די מופתים און רוח הקודש איז א עקסטערע נושא פאר זיך וואס סאיז דא אסאך צו שרייבן וועגן דעם, אבער אין א נוטשעל, לאמיר אנהייבן מיט דעם, ווען א איד ווי די ריבניצער וואס האט בטבע אויס געזעהן ווי א פארצייטישע איד און מיט זיין רוסישע צורה און ער מורמלט שמות פון זיין מויל און רוב מענטשען פארשטיין נישט פונקטליך וואס ער רעדט און טויזענטער מענטשען קומען נעמען ברכות ווערט ער אויטמאטיש א בעל מופת ווייל פופציג פראצענט פון די ברכות געלונגען און די אנדערע פופציג אגנארירט מען און מ׳רעדט קיינמאל נישט דערפון און מ׳זאגט אז אזוי איז באשערט.
איך קען א חשובע איד פון מאנסי וויזניץ א מגי״ש אין ישיבה וואס איז אים געבוירן געווארן א קראנקע קינד און די ריבניצער איז דעמאלסט געוועהן אין אמעריקע און דער איד איז אריין צום רבין און ער האט געזאגט, גיי אהיים דאס קינד איז געזונט, זאלסט מיך רופן צו די חתונה, די קינד איז געוועהן 30 יאהר קראנק און דערנאך אוועק און קיינמאל נישט חתונה געהאט.
אויב איז ער יא געוועהן אזא בעל מופת פארוואס האט ער אליינס נישט געהאט קיין קינדער? וועגן אין חבש מתיר וכו׳, פארוואס האט ר׳ אהרן בעלזער מיט ר׳ יואליש מיט די חבדסקר מיטן רבינצער וואס האבן אלע געוואלט האבן קינדער און אלע פון זיי האבן געהאט פארטעקציע ביים כסא הכבוד געמאכט א דיעל איינער מיטן צווייטן, איך בעט פאר דיר און דו בעט פאר מיר, וואס?
איך ווייס פון א איד וואס האט אים געדראעט א היפש לאנגע תפיסה אורטייל פון א פעדעראלע אינדייטמענט צוליב באנק פראוד וכו'.
דער איד איז געגאנגען צום ריבניצער רבי'ן און געוויינט אז ער האט א שטוב מיט קינדער דער רבי זאל רחמנות האבן אויף אים, ווייל ער איז אומשולדיג.
דער ריבניצער רבי האט אים אנגעוואונטשן.
דער איד האט זיך נישט געלאזט און ווייטער איינגעריסן אז דער רבי זאל אים צוזאגן ער זאל גארנישט זיצן.
דער ריבניצער זאגט דעם איד, קום צוריק נאך תהלים ועלמיר זעהן. דער רבי האט זיך געזעצט זאגן תהלים - דער איד קומט צוריק שפעטער און דער רבי זאגט אים - איך קען נישט מער, אביסל מוזטו זיצן.
דער איד שרייט און וויינט. און דער רבי זאגט אים קען דיר מער נישט העלפן - איין חודש וועסט מוזן זיצן.
דער פראסעקיוטער האט פארלאנגט 2 יאר דזשעיל - אבער דער פעדעראלער דשאדש זאגט איין חודש איז גענוג! והך קאווע.
איך קען דעם איד, און איך ווייס אז די מעשה איז 100 פראצענט אמת. (ס'איז טאקע נישט קיין תחיית המתים, אבער אינטרעסאנט איז עס, און אמת אויך).
.
יואליש
כ'מיין אז דאס איז זייער circular. לאמיר אנהייבן פון אנפאנג, וואס האט געפעסט פעקט טשעקינג אז אלעס אנדערש ברויך שוין נישט?
אז ביים ריבניצער האט זיך געוואלגערט מופתים, אויב נישט ממש תחיית המתים, איז דא הונדערטער מעשיות פון די סארט פון וואס @זוכער האט צוגעברענגט, (אני הקטן האב אויך געהאט ממש ניסים גלויים ביי איין פאל, )
איך מיין נאר ארויסצוברענגן אז די געדאנק פון מופתים ביי ערליכע אידן איז נישט אויסגעזויגן פון פינגער (ווענגלייך די זייפנים האבן געמאכט א לעבן דערויף), וואס דאס מיינט, און צו וואס דאס איז א ראיה, וועל איך איבערלאזן פאר דיר מחליט צו זיין.
די איינציג פארבליבענע צווייגל אויף וואס מען קען זיך ארויפכאפן אויף דעם דור שפל, יא צו גלייבן, וויל מען אויך אוועקנעמען פון אונדז...
דארט ליגט דער הונט באגראבען!
וואס האט מופתים צוטוהן מיט אידישקייט? ווען קיין איין מופת איז נישט אמת, בלייבט א קשיא אויף די תורה? די תפילין קוקען דעמאלס אויס אנדעריש? המלוה את חבירו בעדים דארף פלוצלונג צוריק צאלען מיט עדים?
דער תורה שטייט נישט אויף די מעשה'ס, און ווען איינער איז מחנך/מחונך אז יא, איז ער שוין איינמאל אין געפאר!
דער קשיא פון דער ריבניצער'ס אייגענע קינדלאזקייט איז בכלל נישט קיין פראבלעם. ס'האט קיינער נישט געזאגט אז ער איז געווען א קונץ מאכער וואס האט אלס געקענט טוהן. טאמער די מופתים זענען יא אמת, איז עס א סכנה צו זיין רוחניות און גשמיות, און נאר פאר א צווייטען קען מען זיך איינשטעלען אויף דעם.
ליטוואק פון בודאפעסט: איך בין אינגאנצן נישט מסכים מיט דיר. און דיין אריינטייטשן און פארענטפערן פארוואס דער ריבניצער האט נישט געקענט אויספועל'ן א ישועה פאר זיך מיט קינדער איז אינגאנצן איבריג. ווייל דו גלייבסט דאך סייווי נישט אין די זאכן.
לפענ"ד איז די גאנצע זאך מיט מופתים אן איבערגעטריבענע זאך מכמה צדדים. סיי פון די גלייבערס. און סיי פון די הענדלערס (נישט צו פארמישן מיט האנדלערס/סוחרים).
נישט אז ס'איז נישטא אזא קאנצעפט ווי א ישועה דורך די תפילה אדער אין זכות פון א צדיק. נאר דער אופן וויאזוי ס'גייט צו היינטיגע צייטן איז איין שטיק גרויסער פראוד און שווינדל.
דער ריבניצער האט זיכער געהאט גרויסע זכותים. איבער זיין מסירת נפש ביי שחט'ן כשר'ע בהמות און מל'ן אידישע קינדער אין רוסלאנד . אבער די אלע איבריגע זאכן ארום איהם איז איין שטיק בלאף...!
ליטוואק פון בודאפעסטדארט ליגט דער הונט באגראבן!
וואס האט מופתים צו טוהן מיט אידישקייט? ווען קיין איין מופת איז נישט אמת, בלייבט א קשיא אויף די תורה? די תפילין קוקן דעמאלס אויס אנדערש? המלוה את חבירו בעדים דארף פלוצלונג צוריק צאלען מיט עדים?
דער תורה שטייט נישט אויף די מעשה'ס, און ווען איינער איז מחנך/מחונך אז יא, איז ער שוין איינמאל אין געפאר!
ליטוואק, קיינער זאגט נישט אז דאס איז דער "יסוד", אבער איז עס דען נישט א חיזוק אין אמונה?
אפשר קענסטו מיר מסביר זיין פארוואס האט השי"ת געדארפט מאכן נסים אין מצרים?
"ולמען תספר באזני בנך ובן בנך את אשר התעללתי במצרים, ואת אותותי אשר שמתי בם,
וידעתם כי אני ה'!"
יא, זעהן מופתים איז מחזק אמונה! אזוי זאגט מיין תורה. יעצט פרעגסטו "ואס האט מופתים מיט אידישקייט"?
אין א וועלט ווי דרך רשעים צלחה, פאר די רשעים גייט אלעס גוט, השעה משחקת להם, רשע וטוב לו - אז מען זעהט אז ביים צדיק איז דא מופתים, נעמט עס אביסל אוועק די קשיות און דעם נסיון! עס באלאנסירט דעם בילד אביסל מער.
אודאי איז נישט די תורה תלוי אין דעם, און נישט אין דעם ווענדט זיך צי מען דארף דינען השי"ת, אבער א א גוטן בוסט פאר אן ערליכן איד איז עס זיכער.
עי' רמב"ם הל' יסודי התורה ורמב"ן פרשת ויגש
פארוואס איז אלע אותות און מופתים געוועהן פאר מיינע צייטן? ווי קען איך היינט זעהן א מופת? פארוואס באווייזט זיך קיינער נישט היינטיגע צייטן? איך וויל זעהן מיט מיינע אייגענע אויגן רוח הקודש און מופתים און דערנאך וויל איך מחליט זיין צו סאיז יש דברים בגו אבער פון פארציילן מעשיות בין איך נישט אנציקט, סאיז דא מיליאנען מאוויס אין האליוואוד וואס ווערט געשריבן דורך זרע אברהם יצחק ויעקב, רוב פון די פילמס קען זיין אז די מעשיות וואלטן געקענט זיין אמת, אבער סאיז נישט, סתם אויסגעזויגן פון די פינגער און אסאך איבערגעטריבן.
געטראפן אין איי וועלט
איך וועל צוברענגען א מעשה פונ'ם ריבניצער ווארט ביי ווארט פונ'ם ספר צדיקים קרויים חיים.
הרה"ח ר' ישראל דאווידאוויטש איז אמאל געווען ביים רבי'ן אין סיגעיט. עם איז דאן דארט געווען א רוסישער איד און ער האט זיר אנגערופן: דער רבי (אין זיין לשון: חיים זאנוויל) איז א גרויסער ערליכער איד!
און ער האט פארציילט:
איך האב געוואוינט זייער נאנט צום רבי'ן, און דער רבי פלעגט אסאך מאל קומען קלאפן ביי מיר אז איך זאל קומען משלים זיין מנין. איינמאל ווען ער האט געקלאפט, האב איך געמיינט אז ער דארף מיך צו מנין, האב איו געזאגט אז איך קום שוין. דער רבי האט מיר אבער געזאגט: היינט דארף איך עפעס אנדערש פון דיר. איך דארף פארן צו א ברית, א וועג פון צוויי און א האלב שעה, און איך זעה אז עס שטייט א קאר אונטער דיין הויז, בעהט איך דיר, נעם מיך מיט דיין קאר צום ברית. זאג איך פאר'ן רבי'ן: דער קאר ליגט שוין דארט צוואנציג יאר, און עס פארט שוין נישט.
זאגט דער רבי: פאר א מצוה וועט עס פארן! זאג איך פאר'ן רבי'ן: איך האב אפילו נישט דעם שליסל פונעם קאר, עס צו קענען אנצינדן. האט דער רבי געזאגט: פאר א מצוה וועט זיר עס אנצינדן! בין איך אריין אינעם קאר און געדרייט מיט די האנט און עס האט זיר אנגעצינדן! און איך האב גענומען דעם רבי'ן צום ברית!
נאך מ'איז צוריק אהיים געקומען פונעם ברית - דערציילט דער איד ווייטער - האב איך געקלערט: אויב דער קאר פארט יא, לאמיך באקוקן די אויל וכו' פונעם קאר. איך האב אויפגעמאכט דעם פארעדשטן טייל פונעם קאר און געזען אז דער קאר האט אפילו קיין מאטאר נישט געהאט!
Re: "אמונת צדיקים" אין מופתים, עד היכן
איך בין באמת נייגעריג ווער פון דא גלייבט די מעשה.
Sent from my SM-G935T using Tapatalk
איך
ס'איז זייער מעגליך די ריבניצער מיט זיין גבאי האבן אמתדיג געגלייבט אז די בעבי איז מער נישט געווען בין החיים. ס'איז נישט מוכח אז זיי האבן געזיכט צו פארנארן די מאסען און זאגן ליגענט.
וכבר היה לעולמים. נאדיר איין וועלט באקאנטע געשיכטע ווי א גוישע מאמע פארציילט ווי זי האט צוריק געברעגט איר קינד פון טויט. ממש ווי רימניצער. <a class="postlink" href="http://www.express.co.uk/life-style/life/563902/Kate-and-David-Ogg-hug-dead-baby-Jamie-revive-brought-back-life">http://www.express.co.uk/life-style/lif ... -back-life</a>
אנאלאזירט דא;
<a class="postlink" href="http://www.snopes.com/politics/medical/kateogg.asp">http://www.snopes.com/politics/medical/kateogg.asp</a>
"אמונת צדיקים" אין מופתים, עד היכן
מקען נאך היינט זעהן מופתים- השגחה פרטית-וואונדעבארע זאכן ביים ציון פין הייליגע צדיק רבי חיים זאנוויל בר משה
געוואלדיג איך גראטיליר אייך אז איר האט געהאט די שטארקייט צו זאגן אז איר גלייבט די מעשה אפילו ס'סאנט היפש ארויסגעזויגן
קאצקע ציקערגעטראפן אין איי וועלט
איך וועל צוברענגען א מעשה פונ'ם ריבניצער ווארט ביי ווארט פונ'ם ספר צדיקים קרויים חיים.
הרה"ח ר' ישראל דאווידאוויטש איז אמאל געווען ביים רבי'ן אין סיגעיט. עם איז דאן דארט געווען א רוסישער איד און ער האט זיר אנגערופן: דער רבי (אין זיין לשון: חיים זאנוויל) איז א גרויסער ערליכער איד!
און ער האט פארציילט:
איך האב געוואוינט זייער נאנט צום רבי'ן, און דער רבי פלעגט אסאך מאל קומען קלאפן ביי מיר אז איך זאל קומען משלים זיין מנין. איינמאל ווען ער האט געקלאפט, האב איך געמיינט אז ער דארף מיך צו מנין, האב איו געזאגט אז איך קום שוין. דער רבי האט מיר אבער געזאגט: היינט דארף איך עפעס אנדערש פון דיר. איך דארף פארן צו א ברית, א וועג פון צוויי און א האלב שעה, און איך זעה אז עס שטייט א קאר אונטער דיין הויז, בעהט איך דיר, נעם מיך מיט דיין קאר צום ברית. זאג איך פאר'ן רבי'ן: דער קאר ליגט שוין דארט צוואנציג יאר, און עס פארט שוין נישט.
זאגט דער רבי: פאר א מצוה וועט עס פארן! זאג איך פאר'ן רבי'ן: איך האב אפילו נישט דעם שליסל פונעם קאר, עס צו קענען אנצינדן. האט דער רבי געזאגט: פאר א מצוה וועט זיר עס אנצינדן! בין איך אריין אינעם קאר און געדרייט מיט די האנט און עס האט זיר אנגעצינדן! און איך האב גענומען דעם רבי'ן צום ברית!
נאך מ'איז צוריק אהיים געקומען פונעם ברית - דערציילט דער איד ווייטער - האב איך געקלערט: אויב דער קאר פארט יא, לאמיך באקוקן די אויל וכו' פונעם קאר. איך האב אויפגעמאכט דעם פארעדשטן טייל פונעם קאר און געזען אז דער קאר האט אפילו קיין מאטאר נישט געהאט!
הרה״ח ר׳ ישראל דאוודאוויטש פון מאנטריאל אליינס האט פארציילט? הער אויס ער איז מיר א נאנטע קרוב, און דערווייל איז עס געבויט אויף זייער שוואכע מעשיות און שוואכע מקורות, הרב דאווודאוויטש קען איך זייער זייער גיט א וויזניצער מארמארישער פויער זיבן דורות ארויף, זיין טאטע איז געוועהן מיין עלטער פעטער, ברענג נאך מקורות ווייל פון די מעשיות נאכדערצו מיט דעם בשם אומרו איז זייער גרינג צו ווערן א אפיקורס.
Re: "אמונת צדיקים" אין מופתים, עד היכן
איך גלייב די מעשה מיט א קעט"ש, אלס קינד דענק איך ווי איינע פון די שכנים האבען געהאט א קאר וואס די איגנישאן איז געווען צובראכן, און פלעגט אפיציעל האבן א שרויפען ציער מיט וואס ער פלעגט שרייען אנצוצינדען, לגבי די מאטאר האלט איך איז שוין א בארד וואס די מעשה האט צובאקומען.
קאצקע ציקער: ס'איז דא אן ענליכע מעשה פארשריבן ביי דעם חת"ם סופר. אז א וואסער פאמפ (פלומפ, בלע"ז) וועלכע איז געווען אין זיין הויף. שוין אלט און פארזשאווערט, וואס מען האט שוין נישט באנוצט, האטציך אויפגעוועקט תחיית המתים, בשעת א שריפה דארט.
דאס האט אבער א שטיקל אחיזה אין מציאות...!
משא"כ, די מעשה מיט דעם קאר, וועלכע האט אפילו נישט געהאט קיין ענדזשין איז הויל פאנטאזיע.
.
א שטיקל פסיכאלאגישן (אבער אפיקורס'ישן) הסבר האביך פאר די אלע מעשיות. און ס'זענען געווען א סאך.
די אידן אין קאמוניסטישן רוסלאנד זענען נעבעך געווען שטארק אונטערדריקט סיי בגשמיות און סיי ברוחניות. און דא איז געקומען א איד א צדיק. א כאריזמאטישער מנהיג, וועלכער האט זיי מחזק געווען אין די אמונה. האבן זיי געגלייבט און אויפגעמאכט אלערליי מעשיות כיד ה'פאנטאזיע הטובה עליהם...!
Re: "אמונת צדיקים" אין מופתים, עד היכן
נאך א מעלה וואס איז דא ביים ריבניצער איז אז ער האט נישט געפירט קיין פארטיי און ס'איז נישט געווען קיינעמס אינטערעסן אים צו באגרויסן. ממילא די אלטע רוסישע קען איך נאך הערן, איך האב אמאל געהערט כלי ראשון א מעשה וואס איינער איז געקומען צו ר' משה פיינשטיין פאר א ישועה האט ער אים געשיקט צום ריבניצער ונושע (די מעשה האט א שיינעם המשך וויזוי ס'איז צוגעגאנגן אבער כ'האב נישט קיין צייט און געדולד יעצט).
טאמער ר' משה האט אהינגעשיקט איז נישט מסתבר אז ס'איז געמאכטע מעשיות.
ס'איז דא מופתים פון ר' משה אליינס, און כ'האב אמאל געטראפן א תלמיד פון ר' דוד פיינשטיין (א פלאמער) וואס האט אליינס מיטגעהאלטן א מופת פון ר' דוד !
@שבת אחים
איך קען נישט דעם דאווידאוויטש, אבער געווענליך ווען איינער שרייבט א מעשה מיט א נאמען פון איינעם וואס לעבט נאך/איז לעצטענס אוועק, איז מסתבר אז יש דברים בגוי.
אונטערשטע שורה, אויף מיר און דיר פארציילט מען נישט אזוינע מעשיות, און דיין טענה פון 'טשענס' הייבט נישט אן צו מאכן קיין סענס, אפי' לאמיר זאגן אז ס'איז דא מעשיות ווי דער ריבניצער האט אנגעוואונטשען און ס'איז נישט מקויים געווארן (אגב, פארציילט זיין גבאי אז דער רבי האט געזאגט אז מ'מוז גלייבן אז מ'וועט געהאלפן ווערן אז נישט העלפט עס נישט, און ער פארציילט א מעשה פון איינער וואס זיין ווייב האט נישט געגלייבט אינעם רבינ'ס ברכה און זיי זענען געבליבן קינדערלאז), האלטסט טאקע אז ווען איך און דו זאלן ווען אנהייבן טיילן ברכות אין גרויסן וועלן אונז האבן די זעלבע 'סוקסעס רעיט' וואס ער האט געהאט ?
@שמעקעדיג האט עס גוט ארויסגעברענגט, אונז זענען נישט קיין אידן ווייל דער ריבניצער מאכט מופתים, אונז זעמיר אידן ווייל אונזערע עלטער זיידעס האבן געהערט ביים מעמד הר סיני פארענט פון מיליאנען מענטשען 'אנכי ה' אלוקיך', דעם ריבניצער'ס מופתים זענען א גוטע 'רימיינדער' און א שטיקעל וועיק אפ אז יש מנהיג לבירה, דער חת"ס שרייבט (איך מיין אין די דרשות) אז ווען די דור שנולדו במדבר זענען אנגעקומען אין א"י זענען זיי געשטאנען געפלעפט וויאזוי מ'זייעט איין א קערענדל און ס'וואקסט ארויס א פרוכט בוים, זיי זענען געווען צוגעוואוינט אז מן פאלט פון הימל, און דאס איז די נאטורליכע וועג וויאזוי די וועלט שפייזט זיך, אין וויסטן חלום וואלטן זיי נישט אויפגעקומען מיט אזא ווילדן געדאנק פון איינזייען זומען און ערווארטן דאס אומגלויבליכע אז א וויינשטאק זאל ארויסשפראצן פון דער ערד.
איך קוק אן די אלע מופתים מיט דעם זעלבן בליק, אונז לעבן אין עולם הטבע און די רגילות קען אונז מאכן צומאל פארגעסן אז די טבע איז אויך ג-ט'ס בריאה און א יעדע גראזל האט זיין מלאך בשמים וואס שלאגט אים און זאגט אים וואקס!, איז ווען מ'זעהט א מופת פונעם ריבניצער (צו פון סיי וואספארא אנדערע צדיק) גיבט עס א גראד אויס דעם מוח.
מ'איז פארפארען.
די שאלה איז געווען צו מופתים עגזיסטירען. טאמער יא, איז אוודאי הרב משה פיינשטיין א בעסערע קאנדידאט ווי סיי וועמען.
אודאי אזוי, ווי דען אנדערש.