☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » "אמונת צדיקים" אין מופתים, עד היכן

"אמונת צדיקים" אין מופתים, עד היכן

54 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #11047
בלאט: 1 2

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג נאוועמבער 4, 2016 12:28 pm

· #353580
יעקב מענטש: פון דעם אז מ'זעט מופתים ביי צדיקים ווי דער ריבניצער רבי'ן איז א ראיה אז אידישקייט איז וואר.
שואל: ווייז אויף א מופת ביים ריבניצער רבי'ן.
יעקב מענטש: ביי וועמען דען זאל פאסירען א מופת?

Circular logic

mevakesh » פרייטאג נאוועמבער 4, 2016 12:45 pm

· #353584
Re: "אמונת צדיקים" אין מופתים, עד היכן
ליטוואק פון בודאפעסט
יעקב מענטש: פון דעם אז מ'זעט מופתים ביי צדיקים ווי דער ריבניצער רבי'ן איז א ראיה אז אידישקייט איז וואר.
שואל: ווייז אויף א מופת ביים ריבניצער רבי'ן.
יעקב מענטש: ביי וועמען דען זאל פאסירען א מופת?

Circular logic

ער האט גראדע קלאר געשריבען אז עס איז נישט קיין ראיה נאר א דערמאנונג אבער וועם גייט עס אהן דער עיקר איז אז חסידים זענען נאריש און בויען יידישקייט אויף מופתים

berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 7, 2016 12:39 am

· #353735
און איך קען דערציילן מופתים פון הקב"ה אליינס. והנה. נאר כ'האב מורא אז איך זאל נישט האבן אזא פנים ווי די גמ' ברענגט אז איין תנא האט געזאגט הא-ל הגדול הגיבור והנורא. האט איהם זיין חבר געפרעגט. דאס איז אלעס...?

דער אמת איז אז ס'איז רבו מספר. אבער דאך, אביסל, א מקצת שבמקצת...

ווען איך האב געדארפט וויכטיג האבן $1,000 צו באצאלן א פעימענט, וואס אן דעם וואלט איך שאדן געהאט א סאך מער ווי דעם סכום. א טאג פאר די דעדליין איז געקומען א מענטש וואס איז מיר שולדיג געווען $2,000 און מיר באצאלט. אן דעם וואס איך זאלל אפילו בעטן דעם חוב פון איהם...!

ווען איך האב אין פארלויף פון מיין ארבעט געדארפט צוענדיגן א דזשאב, און א שטאטישער אינספעקטאר האט געדארפט קומען די נעקסטע טאג. אויב די ארבעט איז נישט געענדיגט וואלט איך באקומען א געלט שטראף. כ'האב מתפלל געווען פאר א נס. בהשגחה פרטית ובאופן נפלא איז דער אינספעקטאר נישט אנגעקומען צו מיר. ער האט פארטוישט מיין אדרעס צו א צווייטע אדרעס, ווייט אוועק פון מיר, און ר'האט געמוזט מאכן א נייעם אפוינטמענט פאר 2 וואכן שפעטער. איך געב קרעדיט פאר דעם אייבערשטן פאר דעם.. (כביכול)

ס'איז נאך דא מיליאנען מעשיות עד אין ספור. נאר הנייר יכלה והם לא יכלו...!

דאס דערמאנט מיך א מעשה מיט א תמימות'דיגן חסיד אין די מארמארישע בערג, וועלכער איז געווען זיייער שטארק פארגלייבט אין זיין רעבי'ן. ווען מ'האט איהם אמאל פארציילט איבער עפעס א מופת און א ישועה וואס איינער האט געהאט, האט ער געפרעגט ברוב תמימותו... "ווער האט געמאכט דעם מופת..."? ווען מ'האט איהם געענטפערט אז דער אייבערשטער, האט ער זיך געווינדערט און געזאגט... "כ'האב געוויסט אז דער רבי קען מאכן א מופת, אבער אז דער אייבישטער קען אויכעט מאכן א מופת, דאס האביך נישט געוויסט...! 😂

ציבעלע-קיגל » דינסטאג נאוועמבער 8, 2016 10:00 am

· #353886
ביי איעדע מעשה בכלל און ביי א רבישע מעשה אדער [אזוי גערופענע] מופת בפרט זענען דא גענוג און נאך וועלעכע גלייבן נישט די מעשה און זאגען אז עס איז אומ-מעגליך אז עס זאהל זיין אמת.

אבער די זעלבע נישט גלויבעדיגע אויב מען וועט זיי דערציילען די זעלבע מעשה אויף זייער רבי, אדער א רבי פון וועמען זיי האלטען יא, וועלען זיי שווערן אז איז אמת
בלאט: 1 2