☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ

ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ

80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10904
בלאט: 1 2

טאמבל סאס » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 7:29 pm

· #349184
זאל מען אנהויבן פארציילן די שמוץ וואס טוט זיך אין די "ישיבות למציונים" און מער וועט מען זיך נישט אמפערן אריינצושיקן די קינדער אהין. יבואו התלמידים און זאל יעדער פארציילן די מעשים טובים וואס ער האט אפגעטוהן דארטן.

moshav zekeinim » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 7:41 pm

· #349185
טאמבל, בלייב דא. איך דארף דיר דא. און מסתמה אנדערע אויכעט.

Chuchem » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 10:28 pm

· #349208
ס'דרייט זיך ארום א קליפ אויף פעיסבוק, און דעם נושא.

מען דארף אן אקאונט עס צו זעהן.

<a class="postlink" href="https://www.facebook.com/michoel.schnitzler?fref=nf&pnref=story">https://www.facebook.com/michoel.schnit ... nref=story</a>

שמעון וואלף » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 11:20 pm

· #349225
אנאנים, ביסט דאך הייליג גערעכט, און באמת שריי איך דאס שוין פאר ווער ווייסט וויפול יאר (לעצטענס בין איך שוין הייזעריג).

אמת, קיינער איז נישט מחויב צוצושטעלן א ישיבה פאר בחורים פון די גאס. אבער האבן א ישיבה וואס נעמט נאר אן די עליט און זיך פאטשען די בויך אז מ'טוט אויף פאר'ן באשעפער'ס וועגן, איז היפאקרעסי.
די גוטע בחורים וואלטן סייווי געווען אין ישיבה, און נישט געבליבן אין גאס אדער פאבליק סקול. די עווריזש און שוואכערע בחורים, מיט זיי קען מען שטאלצירן אז מ'האט זיי מחנך געווען אויפציוואקסן שומרי תורה ומצוות

יתרו » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 3:23 am

· #349238
פיינע נייעס

<a class="postlink" href="https://drive.google.com/file/d/0BxDSDDaJeLgoS1pJRkxTNVllVVU/view">https://drive.google.com/file/d/0BxDSDD ... llVVU/view</a>

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 8:13 am

· #349239
ווער איז דער בעל דרשן?
(און פארוואס אזויפיל נויז אין די בעקגראונד?)

mevakesh » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 8:30 am

· #349241
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
שמעקעדיג
ווער איז דער בעל דרשן?
(און פארוואס אזויפיל נויז אין די בעקגראונד?)

אשר שפירא נארולער רבס זוהן
ער וואוינט אין לאנדאן ער גיבט זיך אפ מיט ארויסגעפאלענע יונגווארג
באלד וועלן מיר שוין הערן פון דער ליטוואק פון לאנדאן פארוואס מען זאל איהם נישט נעמען ערענסט
ער האט א טאכטער וואס איז אראפ פון וועג זי שרייבט אז ער באצאלט א טייערע פרייז אויף זיינע פעולות לטובת די ארויסגעפאלענע און הגם ער איז א בעלזער מאכט מען איהם פראבלעמען צו שיקן זיינע טעכטער אין מוסד

בן אדם » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 8:43 am

· #349243
ער איז א באבובער, זיין טאטע איז א בעלזער. אבער ער האט נאך שייכות מיט בעלז.

ציבעלע-קיגל » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 9:38 am

· #349246
ער זאגט זייער גוט

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 10:18 am

· #349249
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
Hello

תורה ומדע » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 10:50 am

· #349253
דער שורש פונעם פראבלעם איז אז די ראשי ישיבות און מנהלים פיהרען נישט די מוסדות לשם שמים נאר פאר זייערע איגאו. ממילא נעמען זיי נאר אריין די עליט. די מנהיגים און ראשי ישיבות פונעם פריערדיגען דור ווי דער באבעווער רבי און ר בעריש נאראלער האבען געמיינט מער פאר אידענס וועגען. ווער רעדט נאך דער ריי"ץ פון לובאוויטש, אדער ר שרגא פייבל זצ"ל.

mevakesh » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 10:58 am

· #349254
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
אמת א סאך זענען שולדיג די ראשי ישיבות מיט די מחנכים
אבער מיר קענען נישט זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה
זייער אסאך עלטערן פון די מצויינים ווילן דוקא שיקן די קינדער צו די אויסגערופענע ישיבות און מוסדות און זיי לייגן דירעקטע אדער אומדירעקטע דריק אויף די הנהלה צו האלטן הויעך די סטאנדארט אויפן חשבון פון די שוואכע און מען כאפט דער בראך ערשט ווען מען מוטשעט זיך מיט א קינד וואס איז נישט אזוי ווי די עלטערע און דעמאלטס איז עס א בחינה פון בור כרה ויחפריהו
די וועג דאס צו פאררעכטן איז אז די עלטערן פון די געראטענע קינדער זאלן פאדערן אז מען זאל אנהייבן ארייננעמען די שוואכע און אז די מחנכים וועל ן זעהן אז דאס איז וואס דער עולם וויל וועלן זיי זיך שנעל צושטעלן

תורה ומדע » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 11:03 am

· #349258
מסכים. א ישיבה דארף זיין א מיקראוקאזם פון א קהילה. עס דארפען זיך געפינען דארט אלע סארטען לעוועלס פון בחורים, מיטען ציל אוועקצושטעלן און אויפהייבען יעדע תלמיד/ה פון ווי ער קומט, און זיי צוגרייטען צום לעבן. דאס פאדערט אסאך טאלאנט, געלדט, אהבת ישראל, און יראת שמים.

שבת אחים » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 11:31 am

· #349262
mevakesh
שמעקעדיג
ווער איז דער בעל דרשן?
(און פארוואס אזויפיל נויז אין די בעקגראונד?)

אשר שפירא נארולער רבס זוהן
ער וואוינט אין לאנדאן ער גיבט זיך אפ מיט ארויסגעפאלענע יונגווארג
באלד וועלן מיר שוין הערן פון דער ליטוואק פון לאנדאן פארוואס מען זאל איהם נישט נעמען ערענסט
ער האט א טאכטער וואס איז אראפ פון וועג זי שרייבט אז ער באצאלט א טייערע פרייז אויף זיינע פעולות און הגם ער איז א בעלזער מאכט מען איהם פראבלעמען צו שיקן זיינע טעכטער אין מוסד


איך קען איר גיט, ווי שרייבט זי דעס? , איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז זי זאל בלעימען איר טאטע פארן אראפ גיין פון וועג.

mevakesh » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 11:44 am

· #349265
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
שבת איהר קענט נישט ליינען?
ווי האב איך געזאגט אז זי בלעימט איהר טאטע?
פארקערט זי זאגט אויף ספר הפנים אז איהר טאטע באצאלט פארן העלפן יוגענטליכע

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 11:57 am

· #349266
מבקש: אבער דו זאגסט עס מיט אזא לשון שמשתמע לתרין אנפין. כלשונך..."ער באצאלט א טייערן פרייז אויף אלע זיינע פעולות"...!
סאו בלעים נישט שבת'ס בריללן. ווייל איך האב אויכעט געמיינט אז דו זאגסט (איך טראכט נאכאלץ אזוי) אז היינט באצאלט ער דעם פרייז פאר זיינע נישט גוטע מעשים. די משמעות פון דעם קען זיין אז זי בלעימט יא איהר טאטע פאר איהר אראפגיין פון דרך...!

איך אויך » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 11:57 am

· #349267
די מעשה וואס איז געווען מיט אשי'ס טאכטער און איר זכר-חבר איז וואויל באקאנט אבער קען מן הסתם נישט ווערן אויסעשמיסט דא מפני צנעת הפרט.

mevakesh » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 12:02 pm

· #349269
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
רבי בערל איהר זענט גערעכט איך האב פארראכטן

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 12:33 pm

· #349274
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
איך פארשטיי נישט קיין סיסטעם וואס קען צושטעלען א הויך ראנגיגע שיעור פאר א בחור מיט א גוטע קאפ, ווי אויך בעביסיטינג פאר שוואכערע קעפ. די צוויי דארפען גארנישט די זעלבע מוסד און צוגאנג און ס'האט נישט קיין פשט אז די ישיבה זאל זיין א"א זעיר אנפין פון די קהלה, פונקט ווי א שפיטאל איז נישט קיין זעיר אנפין פון א שטאט.
פארשטייט זיך אז אין חדר מוזען אלע גייען אינאיינעם, איידער די חילוקים זענען קענטיג צו וויכטיג. אבער ערגעץ קומט א צייט אז די צוויי מענטשען דארפען אנדערע מיטלען.

דאס בין איך מסכים, אז די גרעניצען דארפען נישט זיין אזוי פעסט. א בחור וואס לערנט פיין קען אסאך פארדינען פון א שיעור וואס איז אביסל העכער ווי זיין לעוועל, און א בחור וואס האט ביז יעצט ווייניג געלערנט קען זיך צוריק כאפען טאמער די ראש ישיבה וועט איהם געבען א געלעגענהייט.
און דער עיקר פון דעם איז אז די קרייטיריע פון אננעמען א בחור וואלט געדארפט זיין 'האב איך עפעס איהם צו געבען? האט ער א תועלת פון זיין דא?' און נישט ' וועט ער צוגעבען צום ישיבה?'

איך האב די ווידיאו נישט געזען, איך האב, מיט יארען צוריק, געשמועסט מיט הרב שפירא און ס'דוכט זיך אז מיין טאטע קען איהם גוי. קיין מיינונג האב איך אבער נישט אויף איהם.

קול הלשון » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 12:43 pm

· #349277
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
ווער רעדט נאך פון קווינס ישיבה . ווען מען קימט אן צו שיעור ד' שטעלן זיי נישט גארנישט צו פאר די עלטערע בחורים . אין זיי ווילן נישט עפענען א עקסטערע חלק ד' . אין וועגן דעם דרייען זיך הינדערטער בחורים העכער די 20 יאר אויפן גאס . עס איז דאך אזא רשעות .

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 12:48 pm

· #349278
קול הלשון: אבער דער מהר"א מ'מאנרא האט יא אויפגעמאכט א שיעור ד'. חוץ די אנדערע ישיבות וואס ער האט מייסד געווען...אבי דו פארשטייסט די וויכטיגקייט פון דעם. ווען דער עולם וואלט נישט געווען מיט אזא בלינדע שנאה (די וועלכע זענען) וואלט מען איהם געדארפט טראגן אויף א בענקל אין די הייעך ביי כ"א כסליו...(יא, שמעקעדיג... 😎 ...!

קול הלשון » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 12:52 pm

· #349279
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
..

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 1:01 pm

· #349282
קול הלשון: סאו קענסטו אפרישיעיטן די אויפטוה. איך האב געהאט א פאר יאר צוריק א בחור די עידזש, בערך. ר'האט שוין ב"ה חתונה געהאט. און כ'האב מיך זייער שטארק געפרייט ווען א חשוב'ער רב האט איהם אריינגענימען אין זיין כולל ביז ער איז געווארן א חתן...!
חזק ואמץ...!

גאנצל » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 1:07 pm

· #349284
מ'ווארפט אבער ניט ארויס די בחורים פון קווינס זיי באקומען טאקע ניט א עקסטערע מסגרת מ'ווארפט אבער נישט

קול הלשון » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 1:10 pm

· #349286
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
גאנצל
מ'ווארפט אבער ניט ארויס די בחורים פון קווינס זיי באקומען טאקע ניט א עקסטערע מסגרת מ'ווארפט אבער נישט

זיי ווילן אז מען זאל אליין גיין

קול הלשון » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 1:24 pm

· #349290
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
קול הלשון
גאנצל
מ'ווארפט אבער ניט ארויס די בחורים פון קווינס זיי באקומען טאקע ניט א עקסטערע מסגרת מ'ווארפט אבער נישט

זיי ווילן אז מען זאל אליין גיין

זיי מאכן ענג די פלאץ פאר די עלטערע בחורים אז מען זאל אליין גיין

קאמענטירער » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 1:47 pm

· #349299
איך האלט גראדע סאיז יא א גוטע זאך אז מהאלט נישט די עלטערע בחורים אין ישיבה, סאיז שוין דאו די העכסט צייט וואס מזאל זיך אין די הענט נעמען, און זיך מאכען א חשבון הנפש וואס איז דער פלאן דא? וואס גיי איך אויפטון פארן טאג?

אנשטאטס צו זיצען אין ישיבה, און מיטהאלטען ווי די יונגערע ווערן חתנים און פלאצען פאר קנאה און ווייטאג, זאל מען אויספלאנירען און זיך מאכען א געהעריגע סדר היום, אויפשטיין אינדערפרי, ארבעטן אפאר שעה, און לערנען ביינאכט, וואס קען זיין בעסער ווי א צופרידענע מענטש מיט א מהלך החיים אין א גאול? אינדערזייט האט מען געלט אויך, אה? סציט דיך צו לערנען? נו עס פעלן נישט בתי מדרשים אדער כוללים, אוי סוועט דאך שאטען פאר א שידוך? איין מינוט דו ביזט דאך שוין ארויסגעפאלען פון די גלאנציגע סיסטעם און מיט דעם אלעם כאפסט דיך אן אין דעם ווי א דעטראנקענער? לאז אפ די שטותים און געט ע לייף

יעקב מענטש » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 1:58 pm

· #349303
קול הלשון
קול הלשון
גאנצל
מ'ווארפט אבער ניט ארויס די בחורים פון קווינס זיי באקומען טאקע ניט א עקסטערע מסגרת מ'ווארפט אבער נישט

זיי ווילן אז מען זאל אליין גיין

זיי מאכן ענג די פלאץ פאר די עלטערע בחורים אז מען זאל אליין גיין

א בחור דרייעט איך אויף קאווע שטיבל ? איך קאל שוין נפתלי!

קול הלשון » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 2:00 pm

· #349308
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
יעקב מענטש
קול הלשון
קול הלשון
גאנצל
מ'ווארפט אבער ניט ארויס די בחורים פון קווינס זיי באקומען טאקע ניט א עקסטערע מסגרת מ'ווארפט אבער נישט

זיי ווילן אז מען זאל אליין גיין

זיי מאכן ענג די פלאץ פאר די עלטערע בחורים אז מען זאל אליין גיין

א בחור דרייעט איך אויף קאווע שטיבל ? איך קאל שוין נפתלי!

Ok

שמעקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 3:20 pm

· #349323
קאמענטירער
איך האלט גראדע סאיז יא א גוטע זאך אז מהאלט נישט די עלטערע בחורים אין ישיבה, סאיז שוין דאו די העכסט צייט וואס מזאל זיך אין די הענט נעמען, און זיך מאכען א חשבון הנפש וואס איז דער פלאן דא? וואס גיי איך אויפטון פארן טאג?

אנשטאטס צו זיצען אין ישיבה, און מיטהאלטען ווי די יונגערע ווערן חתנים און פלאצען פאר קנאה און ווייטאג, זאל מען אויספלאנירען און זיך מאכען א געהעריגע סדר היום, אויפשטיין אינדערפרי, ארבעטן אפאר שעה, און לערנען ביינאכט, וואס קען זיין בעסער ווי א צופרידענע מענטש מיט א מהלך החיים אין א גאול? אינדערזייט האט מען געלט אויך, אה? סציט דיך צו לערנען? נו עס פעלן נישט בתי מדרשים אדער כוללים, אוי סוועט דאך שאטען פאר א שידוך? איין מינוט דו ביזט דאך שוין ארויסגעפאלען פון די גלאנציגע סיסטעם און מיט דעם אלעם כאפסט דיך אן אין דעם ווי א דעטראנקענער? לאז אפ די שטותים און געט ע לייף

דאס איז גענוי וואס שיעור ד' איז אין קרית יואל.
מהם ילמדו וכן יעשו.

בן אדם » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 3:31 pm

· #349326
.

קול הלשון » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 2:13 pm

· #350743
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
קול הלשון
ווער רעדט נאך פון קווינס ישיבה . ווען מען קימט אן צו שיעור ד' שטעלן זיי נישט גארנישט צו פאר די עלטערע בחורים . אין זיי ווילן נישט עפענען א עקסטערע חלק ד' . אין וועגן דעם דרייען זיך הינדערטער בחורים העכער די 20 יאר אויפן גאס . עס איז דאך אזא רשעות .

וואס גייט טאקע זיין ר' זלמן לייב האלט נישט ביי גארנישט

דולה ומשקה » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 11:04 am

· #355392
לדוגמא:
וויען וויליאמסבורג האט זייער ישיבה אין קראון הייטס.
נאך איידער דו הייבסט אן זיך אריין צו שרייבען דארף מען אראפלייגען $100, (דאס איז פשוט פאר די זכיה צו קענען רעדן מיטן אדמיניסטרעיטאר), און אויך פארלאנגען זיי אייער סאושעל סעקיוריטי נומער (אלע שווארצע רוחות, פארוואס זיי דארפן דאס)
דערנאך קען מען ווארטן א יאר מיט א מיטוואך ביז זיי ועלן צוריקקומען צו דיר (וואס רעד איך, מ'דארף רופן איינמאל און נאך אמאל) צו האסטו די גרויסע זכיה פון באקומען א נתקבל צעטל. א 'לא נתקבל' צעטל [מחמת אפס מקום] וועסטו אויך נישט באקומען אפילו דורך א פאון קאול, א לא נתקבל באקומט מען אויב רופט מען הונדערט מאל (אינקלאדינג פראטעקציעס), ערשט דאן ענדליך קעקעצט ארויס א נחות דרגא 'נישט אנגענומען' דער וועד... און דער טעלעפאן ווערט מיט האס אראפגעקלאפט.

65th » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 2:30 pm

· #355414
-

65th » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 4:05 pm

· #355422
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
ראש חודש מרחשון תשע"ז לפ"ק,
לכבוד הנהלת המתיבתא שליט"א כל אחד בשמו יבורך:

יישר כחכם פאר אייך אלע! איך האב נישט גענוג ווערטער וויאזוי אייך צו "באדאנקען"...

א טאטע וואס גייט אדורך שבעה מדורי גיהנם אין זיין פרעזענליכע לעבן, און איז געצוואונגען געווען צו גיין וואנדערן פאריאהר אין גלות קיין מאנסי בעירום ובחוסר כל, און האלט אין איין רופן כסדר די מתיבתא אפיס זייט פסח, זיכער צו מאכען אז זיין זוהן – וואס איז געווען ביז יעצט ביי אונז אין ישיבה קטנה - וועט קענען אריין גיין אין מתיבתא אויפ'ן קומענדיגען יאהר, ווי מ'טוט אים בארוהיגען במשך אגאנצען זומער אז "ס'איז נישט קיין פראבלעם - ר' לייביש גייט אדורך די מאנסי ליסט ערשט ביים סוף זומער" - אבער דריי טעג איידער ישיבה פאנגט זיך אן ר"ח אלול, זענען זיי פלוצלינג מחליט אז זיין זוהן קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

א טאטע וואס פאר 30 יאהר צוריק פלעגט נישט פארפעלן קיין טיש ביים רב זצ"ל, ווייל ס'איז געווען א "חוב קדוש" ביי אים, גוט אויסצוהערן די רב'ס תורה יעדן שבת און יו"ט כדי צו קענען דאס גוט געדענקען כדי אראפצושרייבען נאכדעם - זיין זוהן קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

א טאטע וואס פאר 28 יאהר צוריק פלעגט ארומלויפען מיט א טעיפ-רעקארדער (ווער געדענקט נאך היינט אפילו וואס דאס איז ?...) יעדן מוצ"ש כדי אויפצוכאפען די רב זצ"ל'ס סיפורי צדיקים בשעת מלוה מלכה - זיין זוהן קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

א טאטע וואס פאר 27 יאהר צוריק פלעגט זיצען מיט זיין טייפ-רייטער (גיי זיי מסביר היינט וואס דאס מיינט...) אויבען אויפ'ן העכסטען שטאק פון בנין המתיבתא, ביז שפעט אינדערנאכט, אפצוטייפען די שיעורים פון ר' ברוך אברהם (וואס איז נאך דעמאלס געווען א מגיד שיעור בחייו של ר' משה דוד שטיינווארצעל ז"ל) וואס ווען סוף יאהר, ווייזענדיג די אפגעטייפטע שיעורים פון זיין אינגסטען איידעם, פאר'ן רב זצ"ל, שיין צוזאמענגעשטעלט אין א ספר, האט דער רב צו אים אויסגערופען מיט באגייסטערונג: "דו האסט מיר ממש מחיה געווען!" - זיין זוהן קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

א טאטע וואס פאר 26 יאהר צוריק אין ישיבה האט געהאט א "התחייבות" ארויסצוהעלפן די ישיבה מיט די חתימות אויף די טרויעריג-באקאנטע "סטודענט-לאונס" פאר 25,000 $ מיט די "הבטחה" אז דאס איז "פארשטייט זיך" די אחריות פון די ישיבה צו באצאלען - און דערנאך אים געזאגט שיינערהייט "גיי הענג דיך", מיט די שווערע תוצאות פון דעם אויף כמה שנים דערנאך - בו בזמן ווען זיין טאטע - אן עני ואביון בתכלית - האט ערליך געצאלט שכר לימוד מידי חודש בחדשו - זיין זוהן קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

א בחור וואס איז אליין יעצט אריינגעקומען צו פארן קיין בארא פארק סיי אויף יום כפור און סיי אויף שמיני עצרת ושמחת תורה, צו זיין במחיצתו פונעם רב שליט"א, הגם ער האט נישט געהאט א פאסענדע אכסניא צו זיין אויף יו"ט, נאר פארדעם ווייל ער האט נישט געקענט סובל זיין יו"ט צו זיין אין אן אנדערע סביבה מיט אן אנדערע נוסח ווי באבוב - אזא בחור קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

א בחור וואס אלע מדריכים ומשגיחים וואס האבן געהאט א נאנטע פארבינדונג מיט אים, האבן אלע פה אחד מעיד געווען אז מ'רעדט דא וועגען א טייערע בחור וואס וויל זיין גוט און וויל לערנען (יא - איך קען געבן תיכף ומיד די נעמען פון די אלע וואס זענען טאקע אזוי מעיד אויף אים) - אזא בחור קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

א בחור וואס נאכ'ן רעדען און הערען פון אנ"ש דקהילתינו אז ס'איז נישט דא אזא זאך - נאר יעדער בחור וואס איז שוין אין די מוסד און אין די קהילה, איז בודאי אנגענומען אין מתיבתא, און האט דעריבער מחליט געווען זונטאג אינדערפרי צו נעמען א גמרא אין דער האנט אריין און זיך אוועקזעצען מיט די אנדערע בחורים בבנין המתיבתא - אזא בחור האט די מנהל אנגעכאפט ביי די אויערען און ארויסגעווארפען אויף די גאס! יישר כחכם פאר דעם!

ישלם ה' פעלכם ותהי משכורתכם שלימה מעם ה'! זאל אייך השי"ת אויך באצאלען פאר די היפאקראטיא פון אוחז זיין החבל בשתי ראשים - פון איין זייט (צו נוצען די וואכעדיגע פרשה) יאמערן און קלאגען אויף "די מבול פון כי השחית כל בשר את דרכו וואס הערשט אויף די שרעקליכע גאס מיט די שרעקליכע נסיונות" און תוך כדי דיבור - הערמעטיש צו פארשפארען די תיבת נח פון איינער וואס וויל זיך דארט ראטעווען - און בידים ארויסווארפען איינער וואס האט זיך "דערוואגט "זיך אריינצוכאפען אין תיבת נח - אן די "נויטיגע רעגיסטראציע פאפירען", און זיך ווארפען מיט בחורים כאבן ביד המסתת, ברצותו אוחז וברצותו מכתת...

און פארוואס טאקע קען אזא בחור "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה? אויפדעם קומט די פוילע תירוץ פון די הנהלה: "מיר האבן אסאך פראבלעמען מיט מאנסי בחורים" - כאילו אז איינמאל מ'גייט אדורך די וואשינגטאן-ברידזש, ווערן די בחורים פלוצלינג באפאלען מיט אזא מין "רוח רעה" וואס טוט זיי מטמא זיין, און ווערן פסול פון אריינגיין אין באבובער מתיבתא, וואס אזא מין רוח-רעה טוט פשוט נישט שולט זיין אויף בארא-פארקער בחורים...

חוץ מזה וואס דאס איז שקר - מחמת כהיום הזה זענען דא כמה בחורים אין מתיבתא וואס וואוינען טאקע אין מאנסי און זענען ווארשיינליך נישט אנגעשטעקט געווארען מיט די "מאנסי רוח רעה"...

אבער יותר מזה - איך בין אליין געווען א בחור אין מתיבתא פאר 30 יאהר צוריק - מיר רעדן יעצט וועגען שנות תשמ"ז, תשמ"ח, תשמ"ט, תש"נ, תשנ"א, תשנ"ב, און איך קען אדורכגיין א לאנגע ליסטע פון בחורים אין מתיבתא בימים ההם וואס זענען געווען זייער ווייט פון די מדריגה פון א "חסידישע בחור" - ועוד גרוע מזה - ואין כאן המקום להאריך... (און בימים ההם - נישט נאר אז די אינטערנעט האט נישט עקזיסטירט - נאר אפילו א סעל-פאון האט נישט עקזיסטירט - אפילו נישט א פליפ-פאון - להוציא מלבן פון די אלע וואס מיינען אז די יצר הרע איז געקומען אויף דער וועלט צוזאמען מיט'ן אינטערנעט, און אז לפני עשרים שנה איז געווען א "דור דעה" ווי די יצר הרע האט פשוט נישט עקזיסטירט...) און פונדעסטוועגען האט ר' זושא זיי אריינגענומען בתוך כותלי המתיבתא, און "וואונדער איבער וואונדער" - מיר זענען נאך אלץ געבליבען שומרי שבת...

איז ממילא זאל מיר קיינער נישט פארקויפען קיין לאקשען מיט די נארישע פשעטלעך... איך בין נישט נעכטען געבוירען געווארען...

איך האב נאך אסאך וואס צו זאגען איבער דעם ענין - ובעיקר מסביר צו זיין אז איר האט אלע שוין לאנג פארגעסן די עיקר סיבה און עיקר תכלית פארוואס מיר האבן בכלל ישיבות אין אונזערע חסידישע קרייזען בכלל - און אין באבוב בפרט - וואס איז אגב מחמת סיבות וואס זענען בהחלט אנדערש ווי אין די ליטווישע קרייזען (עלינו לשבח לאדון הכל שלא שם חלקנו כהם וגורלנו ככל המונם – מחמת כמה טעמים שאכמ"ל) - אבער אין הזמן מספיק, וואס דאס אליין פאדערט א לענגערע ביאור דאס מסביר צו זיין, ועוד חזון למועד...

און יעצט - הייבט אן אייערע נייע חשון זמן מיט אייערע "הענד-פיקט" בחורים, וואס זענען אלע אודאי "כולם ברורים כולם קדושים מרחם אמם - בלי שום הרהור חטא ועון כלל", וואס די יצר הרע האט פשוט נישט קיין שום שליטה ואחיזה כל שהוא אויף קיין איינער פון זיי (אזוי ווי כמה בחורים אין מיין זוהן'ס פאריאהריגע קלאס, וואס זענען יעצט אריין אין מתיבתא, כגון פ... וכיוצא בו, וואס איך וויל נישט יעצט נוקב בשמם זיין, וואס האבן בודאי מעולם קיינמאל נישט געהאט קיין שום נטיה צו קיין שום ענין רע...) וואס פארשטייט זיך אז נאר "אזאלכע בחורים" זענען פאסיג אריינצוגיין אין מתיבתא, און אודאי איז דאס אויך רצון השם יתברך אז טאקע אזוי דארף א ישיבה זיך פירען, און ער האט שטארק נחת רוח פון דעם, און טוט זיך בארימען: "באבובער מתיבתא אשר בך אתפאר"...

בושה תכסה פניכם! שעמטס אייך אלע! כל אחד בשמו יתבזה ויתכלם!

פון א צובראכענע טאטע גולה וסורה נתונה למכים,



Sent from my iPhone using Tapatalk

אייז קריעם » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 6:14 pm

· #355435
A lot of love out there for Reb Benzion Bobover lately.

ער האט גיט געדאוונט היי יאר הושענה רצוף אהבה.

עניוועי, כ'האב טרערן און די אויגן ליינענדיג ווי די שילדערסט די השפלה עד שאול תחתי' וואס די מאכסט נעבעך מיט.

אבער די ערשטע חלק פינעם בריוו זאלסטו ווייזן פאר דיין אומשילדיגע שעפעלע זאל ער זען וויפיל עס האט דיר געהאלפן דיין מסירות נפש. זאל ער זען וויפיל עס וועט עם העלפן זיין התקשרות צו דעם "פלאץ".

שיק אים און א צווייטע ישיבה און ער וועט אויסוואקסן א טשאטשקע פון א בחור. די וועסט זיי נאך דאנקען. איך רעד נישט סתם אזוי, איך האב מיטגעלעבט ענדליכס. פליז פליז לאז דיך נישט פארפאלן ווערן.

פישי » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 7:03 pm

· #355437
יאפ, האב איך די וואך מיטגעהאלטן א פאסירונג מיט א בחור, וואס נאכן ארומלויפן צו אלע מנהלים (נישט נאר די טאטע נאר דער בחור אליינס האט זיך משפיל ומבזה געווען) אז מען זאל אים אננעמען, און ואיננו, נישטא צו וועם צו רעדן

און מען רעדט נישט פון קיין פארדארבענע בחור, א פיינע עוורידזש בחור

ביבער » דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 11:23 pm

· #355449
65th
א בחור וואס איז אליין יעצט אריינגעקומען צו פארן קיין בארא פארק סיי אויף יום כפור און סיי אויף שמיני עצרת ושמחת תורה, צו זיין במחיצתו פונעם רב שליט"א, הגם ער האט נישט געהאט א פאסענדע אכסניא צו זיין אויף יו"ט, נאר פארדעם ווייל ער האט נישט געקענט סובל זיין יו"ט צו זיין אין אן אנדערע סביבה מיט אן אנדערע נוסח ווי באבוב - אזא בחור קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

הפך בה והפך בה דכולה בה. די גאנצע פראבלעם ליגט דא באגראבן, ווען ס'נישטא קיין הונט איז נישטא קיין שטעקן.

קול הלשון » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 12:47 am

· #356431
ברוך השם עס האט זיך געעפענט א נייע ישיבה פאר עלטערע בחורים ווי עס הערט זיך א קול תורה פון איבער 50 בחורים זיצן על התורה ועבודה מיט דעם ראש ישיבה הרה''ג ר' אברהם עמרם מייזעלס שליט"א און ברוך השם עס איז שוין איבער א חודש מיט א מורא'דיגע סוקסעס.

קול הלשון » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 9:55 am

· #356444
עס איז אויך א נקמה אין קווינס ווייל זיי האבן געשריגן אז א ישיבה פאר עלטערע בחורים קען זיך נישט אויסארבעטן

שמעקעדיג » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 12:43 pm

· #356462
אין קווינס טאקע קען זיך עס נישט אויסארבעטן, אין א מאסן פעקטארי פון 1200 בחורים מיט איין הויפט מנהל איז עס ממש אוממעגליך, אבער מאכן באזונדער איז די ריכטיגע וועג, זיי האבן זיכער מער פריוויליגיעס ווי די געווענליכע יונגערע בחורים אין קווינס. תשואות חן חן להם.

קול הלשון » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 1:05 pm

· #356464
יא קווינס האט די ערגסטע נאמען היינט צוטאגס זיי זענען נישט אינטערעסירט אז א בחור זאל מצליח זיין
עס איז דא א סיבה פארוואס דע זמן איז נאר דא 850 בחורים
עס איז די ערגסטע ישיבה אין זיי טרייען אינטערצוהאקן אנדערע ישיבות

קול הלשון » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 1:06 pm

· #356465
.

קול הלשון » מיטוואך דעצעמבער 7, 2016 2:08 pm

· #356469
..

אברעימל » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2016 3:05 pm

· #356594
ביבער
65th
א בחור וואס איז אליין יעצט אריינגעקומען צו פארן קיין בארא פארק סיי אויף יום כפור און סיי אויף שמיני עצרת ושמחת תורה, צו זיין במחיצתו פונעם רב שליט"א, הגם ער האט נישט געהאט א פאסענדע אכסניא צו זיין אויף יו"ט, נאר פארדעם ווייל ער האט נישט געקענט סובל זיין יו"ט צו זיין אין אן אנדערע סביבה מיט אן אנדערע נוסח ווי באבוב - אזא בחור קען "בשום אופן שבעולם" נישט נתקבל ווערן אין ישיבה. יישר כחכם פאר דעם!

הפך בה והפך בה דכולה בה. די גאנצע פראבלעם ליגט דא באגראבן, ווען ס'נישטא קיין הונט איז נישטא קיין שטעקן.

אזוי זאגט דאך מיין זיידע זז"ג, מען דארף האבן נאך א פלאץ ווייל די גאנצע טעם וואס מען ווארפט ארויס איז אז מען זאל נישט האבן ווי צי גיין.

קול הלשון » דאנערשטאג דעצעמבער 8, 2016 3:11 pm

· #356595
עס איז אויך א חרבן אז די גרויסע ישיבות טרייען צו בטל מאכן די קלענערע

איסר האטלקי » פרייטאג דעצעמבער 9, 2016 2:14 am

· #356663
קול הלשון
יא קווינס האט די ערגסטע נאמען היינט צוטאגס זיי זענען נישט אינטערעסירט אז א בחור זאל מצליח זיין
עס איז דא א סיבה פארוואס דע זמן איז נאר דא 850 בחורים
עס איז די ערגסטע ישיבה אין זיי טרייען אינטערצוהאקן אנדערע ישיבות

וויפיל בחורים איז דא דארט?
נאך קיינמאל נישט געווען קיין איינס מער פון וויפיל עס איז דא היינט צוטאגס.

קול הלשון » פרייטאג דעצעמבער 9, 2016 10:02 am

· #356692
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
איסר האטלקי
קול הלשון
יא קווינס האט די ערגסטע נאמען היינט צוטאגס זיי זענען נישט אינטערעסירט אז א בחור זאל מצליח זיין
עס איז דא א סיבה פארוואס דע זמן איז נאר דא 850 בחורים
עס איז די ערגסטע ישיבה אין זיי טרייען אינטערצוהאקן אנדערע ישיבות

וויפיל בחורים איז דא דארט?
נאך קיינמאל נישט געווען קיין איינס מער פון וויפיל עס איז דא היינט צוטאגס.

ניין עס איז דא 200 בחורים ווייניגער פון פאריאר

קול הלשון » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 2:16 pm

· #356843
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
קול הלשון
ברוך השם עס האט זיך געעפענט א נייע ישיבה פאר עלטערע בחורים ווי עס הערט זיך א קול תורה פון איבער 50 בחורים זיצן על התורה ועבודה מיט דעם ראש ישיבה הרה''ג ר' אברהם עמרם מייזעלס שליט"א און ברוך השם עס איז שוין איבער א חודש מיט א מורא'דיגע סוקסעס.

די ישיבה האט געגרינדעט הצדיק ר' חיים יודל לעווינגער מנהל פין מוסד 'חסדים' וואס פילט אן טעגליך די ביקור חולים שטובער אין די לאקאלע שפיטאל'ער, טראץ וואס ער איז א ארוני האט ער נישט אויסגעהאלטן די רציחה אין גענומען אויף זיך צו אויפשטלען א פלאץ פאר די טייערע בחורים וואס קווינס האט פארשיקט וועגן זייער עיזש, די גאנצע ישיבה איז געווארען אויפגעשטעלט מיט די הילף פין זיין ברודער ר' שלום יוסף לעווינגער חבר הנהלת שיעור ד' אין קרית יואל וואס האט געהאלפן מסדר זיין די סטעף אין סדרים וכו', די געלט ווערט צאמגעשטעלט דורך די חשוב'ע נדיבים בעם דורכ'ן מייסד הישיבה, טראץ וואס די ישיבה האט זיך געגרינדעט די לעצטע מיניט אריין אין זמן האבען זיך איינגעשריבן ארום 60 טייערע בחורים וואס שטייגען אין לערנען עה''ת ועבודה מיט א חשוב'ע שטאב תלמידים חכמים צווישן ר' אברהם עמרם מייזעלס שליט''א

ירח בן יומו » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 2:46 pm

· #356845
אויף יונתן'ס נייע סידי איז דא א ניגון וואס איז מוקדש קעגן די ראש ישיבה'ס וואס ווארפן זיך מיט בחורים.
בלאט: 1 2