☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ

ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ

80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10904
בלאט: 1 2

קול הלשון » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 2:50 pm

· #356846
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
ירח בן יומו
אויף יונתן'ס נייע סידי איז דא א ניגון וואס איז מוקדש קעגן די ראש ישיבה'ס וואס ווארפן זיך מיט בחורים.

זייער שיין

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 5:13 pm

· #356865
וועלכע טרעק איז עס? כ'האף אז נישט 5 😲

ירח בן יומו » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 8:50 pm

· #356894
📎 YS-3.png

טאמבל סאס » דינסטאג דעצעמבער 13, 2016 2:16 pm

· #356944
ווער איז דער ר"י? זייער אנעקדאטאל און אומפערפעסיאנאל. דו ווייסט? זאג! 😉

קול הלשון » מיטוואך אפריל 19, 2017 1:57 am

· #368586
ברוך השם נאך א זמן מיט גרויס סוקסעס פון די ישיבה שביל התורה סאטמאר פאר יוצאי קווינס חלק ד' ולמעלה ווי מען האט געשטיגן פאריגע גאנצע זמן און מען האט זיך אפגעגעבן מיט יעדע בחור ברוך השם, גרייט מען זיך אויף א פרישע זמן, עס האט זיך איינגעשריבן נאך 30 בחורים. דער אויבערשטער זאל העלפן עס זאל ווייטער אנגיין מיט א סוקסעס.

קול הלשון » פרייטאג יולי 28, 2017 1:00 am

· #380621
א אפדעיט וועגן די ישיבה: ברוך השם די ישיבה 'שביל התורה דסאטמאר' גייט אן מיט גרויס סוקסעס, עס לערנען דארט איבער 100 בחורים העכער 20 יאר ווי מען פראבירט צו מאכן אז יעדער בחור זאל זיין צופרידן מיט 6 איינגעשטעלטע מגיד שיעורים, אין יעצט אויף די זומער וויילט מען אין וואטערבארי קאנעקטיקוט ווי עס איז פיין ליפטיג, ווי די בחורים זיצן אין לערנען אין שטייגן אין מען האט הנאה ברוחניות ובגשמיות,

וואלווי » פרייטאג יולי 28, 2017 1:22 am

· #380622
און אזוי ווי זיי האבן חתונה און וועלן גיין וואונען קיין בלומינגבורג וועט מען זיי הרג'נען ברוחניות ובגשמיות

איש את רעהו » פרייטאג יולי 28, 2017 9:36 am

· #380644
ווער וועט זיי הארגענען?
איינמאל זיי באקומען א שטארקער חינוך אין א מסגרת וואס העלפט זיי ארויס זענען זיי געבויעט.

זאגט מיר א בחור אז אויך הרב שלום לאנדא מיט די הילף פון זיין ברידער יואל האלטן אויף א מקום תורה פאר בחורים וואס ווילן שוין נישט פארבלייבן אינעם קווינס ישיבה, עס איז לעצטענס געווארן א ווינט ארויסצוגיין פינעם קווינסער ישיבה, ווי עס איז די שטייגער אז יעדע 20 יאר ווערט א נייער רוח ווי אהין צו לויפן.

איש את רעהו » פרייטאג יולי 28, 2017 9:38 am

· #380646
שמעקעדיג
אין קווינס טאקע קען זיך עס נישט אויסארבעטן, אין א מאסן פעקטארי פון 1200 בחורים מיט איין הויפט מנהל איז עס ממש אוממעגליך, אבער מאכן באזונדער איז די ריכטיגע וועג, זיי האבן זיכער מער פריוויליגיעס ווי די געווענליכע יונגערע בחורים אין קווינס. תשואות חן חן להם.


איז אמת אז עס איז דא פלענער אויף צו מאכן עטליכע קלענערע ישיבות?

איש את רעהו » פרייטאג יולי 28, 2017 9:41 am

· #380647
berlbalaguleh
קול הלשון: אבער דער מהר"א מ'מאנרא האט יא אויפגעמאכט א שיעור ד'. חוץ די אנדערע ישיבות וואס ער האט מייסד געווען...אבי דו פארשטייסט די וויכטיגקייט פון דעם. ווען דער עולם וואלט נישט געווען מיט אזא בלינדע שנאה (די וועלכע זענען) וואלט מען איהם געדארפט טראגן אויף א בענקל אין די הייעך ביי כ"א כסליו...(יא, שמעקעדיג... 😎 ...!


ביי מהר"א האבן עטליכע וואוילע אידן, יחידישע פערזאנען עס געטון זיך שלאגענדיג מיט די אפיציעלע הנהלה, דאס זעלבע קומט יעצט פאר אין קווינס, די הנהלה וויל עס נישט נאר יחידישע וואילע צדיקים זארגן פאר די טייערע בחורים שיחי'.

חמלה גדולה » זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 5:01 pm

· #384898
.
📎 לכבוד עולם הישיבות סופי.pdf

היסטאריקער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 2:20 pm

· #385582
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
באקימען אין אישיhttp://cloud.tapatalk.com/s/59cbebe70a992/1_5071055022960148493.pdf

Sent from my LG-K120 using Tapatalk

מוזיק עקספערט » מאנטאג אקטאבער 2, 2017 3:20 am

· #385972
ענדליך האט זיך קווינס ישיבה געבראכן און זיי גייען עפענען א עקסטערע שיעור ד' פאר קומענדיגע זמן, עמער זען צו זיי טוען עס נאר כדי דער עולם זאל נישט לויפן צו מיהאלדי און איינמאל דער עולם בלייבט וועלן זיי ווייטער מאכן פורים אדער האבן זיי שוין איינגעזען אז מ'מוז צושטעלן עפעס מער פאר חלק ד' און צוליב דעם עפענען זיי דאס אויף

פרטים יבאו...

קול הלשון » מיטוואך אקטאבער 4, 2017 12:48 pm

· #386263
עס איז נישט אמת זיי גייען זיך נישט ברעכן.

מוזיק עקספערט » מיטוואך אקטאבער 4, 2017 2:37 pm

· #386265
דו ווייסט וואס דו זאגסט? אדער דו זאגסט וואס דו ווייסט???

קול הלשון » מיטוואך אקטאבער 4, 2017 2:39 pm

· #386266
איך זאג וואס איך ווייס און איך ווייס וואס איך זאג.

מוזיק עקספערט » מיטוואך אקטאבער 4, 2017 2:39 pm

· #386267
קוקט נישט אויס.

קול הלשון » מיטוואך אקטאבער 4, 2017 2:41 pm

· #386268
אפשר מיינסטו אזוי ווייל זיי האבן געשיקט אפליקאציעס פאר אלע 3 אדזש בחורים וואס גייען אריין צו פערטע, אבער עס גייט נישט זיין קיין עקסטערע פערטע עידזש.

קול הלשון » מיטוואך אקטאבער 4, 2017 2:42 pm

· #386269
איך האב גערעדט די וואך מיט צוויי מנהלים פון קווינס און זיי האבן מיר געזאגט אז עס איז נישט אמת אז מען עפענט א פערטע עידזש.

מוזיק עקספערט » מיטוואך אקטאבער 4, 2017 2:44 pm

· #386270
צו ס'גייט למעשה זיין עקסטער צו נישט ווייס איך נישט אבער זיי גייען זיכער צושטעלן מער, מער בחורים גייען בלייבן לכבוד דעם.

קול הלשון » מיטוואך אקטאבער 4, 2017 2:48 pm

· #386271
ירוחם דייטש די מנהל פון פערטע עידזש האט מיר געזאגט אז מען גייט גארנישט טוישן פון ביז יעצט, ווייל נפתלי זאגט אז עס זייער גוט ווי אזוי עס איז, און ער לאזט נישט, די אפליקאציעס איז סתם צו וויסן וויפל בחורים עס פלאנען צו בלייבן אין קווינס.

מוזיק עקספערט » מיטוואך אקטאבער 4, 2017 2:50 pm

· #386272
סתם נאן סענס איז נישט אינטערסאנט צו שרייבן, איך האב געמיינט דו ווייסט עפעס מער

קול הלשון » מיטוואך אקטאבער 4, 2017 2:51 pm

· #386273
די האלטסט אז דו ווייסט מער פון ירוחם דייטש ?

מוזיק עקספערט » מיטוואך אקטאבער 4, 2017 2:57 pm

· #386274
ווען דו וואלסט ווען גערעדט צו ירוחם וואלט ווען געווען איין זאך, דו האסט דאך ניטאמאל גערעדט צו אים, דו האסט עס מסתמא נאכגעהערט פון דיין חבר'ס חבר וואס ער האט עס געהערט פון זיין ברודער'ס שכן,

און נאך א זאך, אפילו ס'וואלט געווען אמת וואלט עס ירוחם קיינמאל נישט געזאגט

קול הלשון » מיטוואך אקטאבער 4, 2017 2:58 pm

· #386275
עס זעהט אויס אז דו קענסט נישט ירוחם ווייל ווען יא וואלטסטו געזאגט אז ער האט עס געזאגט

מוזיק עקספערט » זונטאג אקטאבער 8, 2017 2:37 am

· #386284
מוזיק עקספערט
ענדליך האט זיך קווינס ישיבה געבראכן און זיי גייען עפענען א עקסטערע שיעור ד' פאר קומענדיגע זמן, עמער זען צו זיי טוען עס נאר כדי דער עולם זאל נישט לויפן צו מיהאלדי און איינמאל דער עולם בלייבט וועלן זיי ווייטער מאכן פורים אדער האבן זיי שוין איינגעזען אז מ'מוז צושטעלן עפעס מער פאר חלק ד' און צוליב דעם עפענען זיי דאס אויף

פרטים יבאו...

דערווייל קוקט אויס ווי מיהאלדי האט דער אויבערהאנט, מיט דעם אלעם וואס קווינס ישיבה האט געמאלדן מוצאי יום כיפור אז זיי גייען מאכן אן עקסטערע פערטע עידזש קוקט נאך אלץ אויס ווי דער עולם איז פעד אפ מיט קווינס, און דערווייל הייסט עס אז רוב בחורים גייען קיין מיהאלדי אויף קומענדיגן זמן.
מער פרטים וועלן נאכפאלגן...

קול הלשון » זונטאג אקטאבער 8, 2017 2:39 am

· #386285
אין מיהאלדי האבן זיך ביז דערווייל איינגעשריבן 40 בחורים פון קווינס.

מוזיק עקספערט » דינסטאג אקטאבער 10, 2017 1:50 am

· #386377
מוזיק עקספערט

דערווייל קוקט אויס ווי מיהאלדי האט דער אויבערהאנט, מיט דעם אלעם וואס קווינס ישיבה האט געמאלדן מוצאי יום כיפור אז זיי גייען מאכן אן עקסטערע פערטע עידזש קוקט נאך אלץ אויס ווי דער עולם איז פעד אפ מיט קווינס, און דערווייל הייסט עס אז רוב בחורים גייען קיין מיהאלדי אויף קומענדיגן זמן.
מער פרטים וועלן נאכפאלגן...

יעצט הייבט שוין אן אויסצוזען ווי ס'גייט יא איבערבלייבן א שיינע פאר בחורים אין קווינס, 2 טעג צוריק האט אויסגעזען ווי ס'גייען גיין מער בחורים קיין מיהאלדי ווי ס'קוקט יעצט אויס, עמער דארפן ווארטן און זעהן וואס דא וועט זיך אויסקאכן.

יעלה ויבא » דאנערשטאג אקטאבער 19, 2017 9:56 am

· #387055
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
.

lead, follow, or get out of the way!

מוזיק עקספערט » מאנטאג אקטאבער 23, 2017 1:24 am

· #387324
Re: ישיבה-סעלעקציעס איז רשעות אפילו ס'איז נישט דא קיין פלאץ
דרייט זיך א וועלט...

Sent from my 5056N using Tapatalk
בלאט: 1 2