אשכול אן א טיטל #10840
92 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10840
בן אדםיין שרףלהחזיר עטרה ליושנה..
מ'דארף ברענגען פרוף אז מ'איז סינגל?
מ'וועט צושטעלן א בודקת אויפן פלאץ.
און וואס טוהט זיך מיט מחולות? דאס איז דאך דער עיקר.
היינט חזר'ט זיך די שמוציגע פרשה איבער
רביה''ק זי''עס'נאך דא אסאך וואס צופארעכטן אין דעם הינזיכט, וואס איז מיט יום כיפור?
אונז האמיר א מחזור מיט א לאנגע מוסף שמו"ע און א סאך יוצרות. ווען מ'ענדיגט מוסף און מנחה איז שוין צייט פאר נעילה. ווער קען גיין אין פארק דאמאלס...?!
נעגעל וואסערהיינט חזר'ט זיך די שמוציגע פרשה איבער
ומה היו אומרות? בחור, שא נא עיניך וראה, מה אתה בורר לך, אל תתן עיניך בנוי, תן עיניך במשפחה.
האסט נישט געוואלט קוקן ווייטער?
"תנו רבנן, יפיפיות שבהן מה היו אומרות? 'תנו עיניכם ליופי - שאין האשה אלא ליופי', מיוחסות שבהן מה היו אומרות? 'תנו עיניכם למשפחה - לפי שאין האשה אלא לבנים', מכוערות שבהם מה היו אומרות? 'קחו מקחכם לשום שמים, ובלבד שתעטרונו בזהובים'.
און גראדע די גמרא אין כתובות נט: פרעג זיי ביידע אפ...
פשט איז אז יעדער זאגט וואס קומט זיי אויס דאס בעסטע; די שיינע ווילן מ'זאל זיי אנקוקן זאגן זיי אז שיינקייט איז די זאך, און די מיוחסים ווילן מ'זאל זיי אנקוקן זאגן אז ייחוס איז די זאך, און רבינו הקדוש איז געווען א מיוחס האט ער נאר אריינגעלייגט אין די משנה די חלק פון תן עיניך במשפחה.
רביה"ק זי"ע: דו האלטסט אז רבינו הקדוש דער עכטער, האט געהאט אן אגענדא...?!
כבין נישט זיכער אז די יום טוב חלק איז געווען וועגן די טענץ פון די מיידלן, די גמרה דאכטזעך האט אנדערע סיבות אויך אסע געווען א יומ-טוב אפשר דאס האט אויך געהאט א יד אינם טוב פונעם יום,בכל אויפן כהאב אלץ געוואלט וויסן וואס איז געווען די אויספיר, וואס די גמרא זאגט דאך אלץ מיינונג אין דעה אויף יעדע זאך וואס ווערט געשמועסט,אין בכלל וויפיל שידוכים זענען למעשה געווארן אויב בכלל, קיין מושג פון שדכן אדער מזווג טרעפן מיר נישט אין די פריערדיגע ספרים איין מאל האב איך געזען די מושג פון שדכן אין תשובות משיב דבר, אפשר בין איך נישט באקאנט מיט די פאקטן, די גמרה רעדט פון א חיוב א טאטע זאל גוט קליידן א טאכטער כדי א בחור זאל איר וועלן זעט אויס אז בימיהם איז דער בחור געווען די אייגענע שדכן , ועוד צריך עיון גדול בכל הנל
גוט געזאגט: היינטיגע צייטן (ביי געוויסע קרייזן) האלטן מיר שוין כמעט ביי א פארקערטן מצב. א יונגל קומט אהיים פון ישיבה קטנה. און די מאמע זאגט איהם אז ער דארף זיך אנטון שבת'דיג. (און אויספוצן די ציין). ווייל ער ווערט א חתן...לאל...!
ס'שוין כמעט א מנהג ארויפצוברענגן דעם אשכול לכבוד ט"ו באב
berlbalagulehרביה"ק זי"ע: דו האלטסט אז רבינו הקדוש דער עכטער, האט געהאט אן אגענדא...?!
ער נעמט דאס פונעם אברבנאל. (:
berlbalagulehרביה"ק זי"ע: דו האלטסט אז רבינו הקדוש דער עכטער, האט געהאט אן אגענדא...?!
@berlbalaguleh קוק
דא וועגן די מעשה מיט רבן גמליאל און ר' יהושע דערציילט אין ראש השנה פ"ב ח-ט.
א שאד אז איך קען נישט אפלאודן די מאמר, עיי"ש ותמצא נחת, און א מעגליכע ענטפער אויף דיין שאלה.
מיין אכשר דרא'דיגע מגיד שיעור, ווען ער האט פארגעלערנט די גמרא האט ער געזאגט אז שטייט נישט אין ערגעץ אז די בחורים זענען געגאנגן קוקן, עס שטייט נאר אז די מיידלעך זענען געגאנגן טאנצן...
איי פארוואס? אפשר ווי @אנאנים האט געשריבן, דענסינג קלעסעס....
אגב, עטליכע יאר צוריק איז מיר אויסגעקומען צו באזוכן מצפה יריחו ארום די טעג פון ט"ו באב, איז געווען דארט פלאקאטן אין בעפארברייטונג פון מאסיווע מחולות בכרמים, וואס וועלן ווערן אפגעהאלטן ט"ו באב, מיט די באטייליגונג פון באקאנטע זינגערס און זינגערינס, ווייזט אויס אז דער מנהג גייט נאך אן מיט א פעסטקייט.
מנחם ציוןמיין אכשר דרא'דיגע מגיד שיעור, ווען ער האט פארגעלערנט די גמרא האט ער געזאגט אז שטייט נישט אין ערגעץ אז די בחורים זענען געגאנגן קוקן, עס שטייט נאר אז די מיידלעך זענען געגאנגן טאנצן...
און איין מיידל האט זיך פארשטעלט פאר א בחור און צו איר האט מען אויסגערופן "בחור שא נא עיניך", איי ס'דאך לא תלבש? מילא יום כיפור האט מען געמעגט ווייל פורים כפורים און פורים שטייט דאך שוין אין די פוסקים אז מ'מעג, וואס איז אבער מיט ט"ו באב? קשיא.
אדער קען זיין אז מ'דארף גורס זיין "בחורה" מיט א ה"א, LGBT מן התורה מניין...
גוט געזאגט 1976כבין נישט זיכער אז די יום טוב חלק איז געווען וועגן די טענץ פון די מיידלן, די גמרה דאכטזעך האט אנדערע סיבות אויך אסע געווען א יומ-טוב אפשר דאס האט אויך געהאט א יד אינם טוב פונעם יום,בכל אויפן כהאב אלץ געוואלט וויסן וואס איז געווען די אויספיר, וואס די גמרא זאגט דאך אלץ מיינונג אין דעה אויף יעדע זאך וואס ווערט געשמועסט,אין בכלל וויפיל שידוכים זענען למעשה געווארן אויב בכלל, קיין מושג פון שדכן אדער מזווג טרעפן מיר נישט אין די פריערדיגע ספרים איין מאל האב איך געזען די מושג פון שדכן אין תשובות משיב דבר, אפשר בין איך נישט באקאנט מיט די פאקטן, די גמרה רעדט פון א חיוב א טאטע זאל גוט קליידן א טאכטער כדי א בחור זאל איר וועלן זעט אויס אז בימיהם איז דער בחור געווען די אייגענע שדכן , ועוד צריך עיון גדול בכל הנל
די מהרי"ל איז געווען א שדכן. עיין במנהגי מהרי"ל הלכות חנוכה.
מנחם ציוןמיין אכשר דרא'דיגע מגיד שיעור, ווען ער האט פארגעלערנט די גמרא האט ער געזאגט אז שטייט נישט אין ערגעץ אז די בחורים זענען געגאנגן קוקן, עס שטייט נאר אז די מיידלעך זענען געגאנגן טאנצן...
שטייט דאָך בפירוש אין גמרא „מי שאין לו אשה נפנה לשם” 😕
דוראקמנחם ציוןמיין אכשר דרא'דיגע מגיד שיעור, ווען ער האט פארגעלערנט די גמרא האט ער געזאגט אז שטייט נישט אין ערגעץ אז די בחורים זענען געגאנגן קוקן, עס שטייט נאר אז די מיידלעך זענען געגאנגן טאנצן...
שטייט דאָך בפירוש אין גמרא „מי שאין לו אשה נפנה לשם” 😕
נפנה מיינט ביי דיר קוקן? איך האב מורא אז ביי דער מגיד שיעור, מיינט עס גאר עפעס אנדערש.
=
גוט געזאגט 1976כבין נישט זיכער אז די יום טוב חלק איז געווען וועגן די טענץ פון די מיידלן, די גמרה דאכטזעך האט אנדערע סיבות אויך אסע געווען א יומ-טוב אפשר דאס האט אויך געהאט א יד אינם טוב פונעם יום,בכל אויפן כהאב אלץ געוואלט וויסן וואס איז געווען די אויספיר, וואס די גמרא זאגט דאך אלץ מיינונג אין דעה אויף יעדע זאך וואס ווערט געשמועסט,אין בכלל וויפיל שידוכים זענען למעשה געווארן אויב בכלל, קיין מושג פון שדכן אדער מזווג טרעפן מיר נישט אין די פריערדיגע ספרים איין מאל האב איך געזען די מושג פון שדכן אין תשובות משיב דבר, אפשר בין איך נישט באקאנט מיט די פאקטן, די גמרה רעדט פון א חיוב א טאטע זאל גוט קליידן א טאכטער כדי א בחור זאל איר וועלן זעט אויס אז בימיהם איז דער בחור געווען די אייגענע שדכן , ועוד צריך עיון גדול בכל הנל
מ'דארף נישט גארנישט קיין שום עיון גדול. אמאל איז דאס געוען דער מנהג. און ס'איז שוין די העכסטע צייט אז מ'זאלל עס צוריק איינפיהרן. ווייל דער איצטיגער סיסטעם ארבעט נישט...!
מנחם ציוןמיין אכשר דרא'דיגע מגיד שיעור, ווען ער האט פארגעלערנט די גמרא האט ער געזאגט אז שטייט נישט אין ערגעץ אז די בחורים זענען געגאנגן קוקן, עס שטייט נאר אז די מיידלעך זענען געגאנגן טאנצן...
מיין מגיד שיעור האט אויך געברעגט דערצי א ראי, מען האט זיך פשוט געדארפט בעטן ביין בחור וואו א גזלן "בחור שא
נא עיניך"
הקטן: ווייל דער ראש ישיבה האט מורא געהאט אז די בחורים וועללן אויספאלגן וואס ס'שטייט אין די גמרא...!
אבער דאס איז נישט געזאגט געווארן פאר היינטיגע צייטן. ווייל היינט, ווען א מיידל זאלל אהיימקומען און פארציילן אז איהר חתן'ס טאטע האט א גרויסן בוטשער סטאר אויף די 16'טע עוועניו, וועט זיין חושך ואפילה ביים רעבינ'ס שטוב. און דער טאטע וועט אפילו סטראשען אז אויב זי לאזט נישט אפ דעם שידוך וועט ער נישט גיין צו די חתונה...!
ומעשה שהיה. א בארימטער רב א גרויסער גאון און מרביץ תורה. אויך א מיוחס, האט גענומען א חתן פאר זיין טאכטער א זון פון א לאנדרימען אויף די איסט סייד. ער האט נישט דערלייגט צום געשעפט. ווייל דער איידעם איז געווען א גרויסער תלמיד חכם און מתמיד. און ירא שמים. און די אייניקלעך זענען אלע תלמידי חכמים...!
משוגעים, איך האב געמיינט אז איך האב אנדעקט אמעריקא, איך האב שוין ווי צו גיין טאנצען ווען איך זיך ווי. ווער איך געוואויר אז די טאנצען פלאץ איז שוין פארמאכט מיט אריבער צוויי טויזענט יאר. ווייסט עטץ נישט אז אכשר דרא ?
Sent from my iPhone using Tapatalk
[ציטאט אראפגענומען]
א דאנק ר' אנאנים פאר אריינקומען מיט דעטאלן .איך בין נאר פשוט נייגעריג וועלכע ישיבה דעיס איז געווען ?
מה בכךא דאנק פאר אריינקומען מיט דעטאלן .איך בין נאר פשוט נייגעריג וועלכע ישיבה דעיס איז געווען ?
אפשר נעמסטו די מיה צו ליינען די גאנצע אשכול, נישט נאר די זאפטיגע רייצנדע שטיקל.
איך מיין ער האט עס געמיינט סארקאסטיש (כ'בין נישט זיכער וויאזוי), ס'קען נישט זיין ער האט עס נישט דורכגעליינט, אמער ער האט ציטירט דעם גאנצן ארטיקל.........
החוקרמה בכךא דאנק ר שש פאר אריינקומען מיט דעטאלן .איך בין נאר פשוט נייגעריג וועלכע ישיבה דעיס איז געווען ?
אפשר נעמסטו די מיה צו ליינען די גאנצע אשכול, נישט נאר די זאפטיגע רייצנדע שטיקל.
איך האב דורךגעליינט די גאנצע אשכול מדאשקע לדאשקע און זעך באלעקט די שנויץ מיט ענקערע הפלא"דיגע ידיעת התורה קען זיין אז ערגעצוואו איז געווען מרומז וועלכע ישיבה סאיז געווען און איך האב עס נישט באמערקט ...סאו וועגן דעם פרעג איך ..
החוקרמה בכךא דאנק ר שש פאר אריינקומען מיט דעטאלן .איך בין נאר פשוט נייגעריג וועלכע ישיבה דעיס איז געווען ?
אפשר נעמסטו די מיה צו ליינען די גאנצע אשכול, נישט נאר די זאפטיגע רייצנדע שטיקל.
רייצנדע איז א אנדערסטעיטמענט...
#ישיבהבחוראלערט
גארנישט ראנג צו זיי חתונה מאכן.
אוודאי זאל מען אכטונג געבן זאל נישט פאסירן אבער לאחר המעשה איז דאס וואס מען דארף טוהן. אגב שטייט אויך אזוי אין די תורה ולו תהיה לאשה לא יוכל לשלחה.
Stay tuned
📎 6BE7E0E8-091D-429F-A549-5227B2CF5B51.jpeg 📎 B9D21A10-419F-4BAA-A07B-52C025D1ADCF.jpeg 📎 4561A12B-8004-4238-A373-71D5A528E460.jpeg
פון דעי גמרא האלטן אונז ערליכע אידן נישט. אין די נייע, צענזורירטע גמרות שטייט עס טאקע נישט. מסתמא די ציונים האבן עס אריינגעשמוגלט אין די גמרא.
בשורה טובה. אונזער העיליגע קהילה וחסידות לאדנט דעם עולם צו דעם האלב-יערליכן סיום הש"ס. די אלע אומאיידעלע און נישט וויכטיגע זאכן פאר ערליכע אידן האבן אונזערע געטרייע מוציאים לאור (לחושך) ארויסגענימען. עפ"י פקודת דער העיליגע רעבע שליט"ע. אזוי האטציך דער טאאטע געפיהרט...!
📎 1557163754856530000.jpg
דאס איז א עכטע צוזאמקום? איך האב געמיינט אז עס איז א ליצנות
די מחאה צעטל איז די זעלבע ליצנות ווי די אנדערע צעטליך
מיינונגזאגערמשוגעים, איך האב געמיינט אז איך האב אנדעקט אמעריקא, איך האב שוין ווי צו גיין טאנצען ווען איך זיך ווי. ווער איך געוואויר אז די טאנצען פלאץ איז שוין פארמאכט מיט אריבער צוויי טויזענט יאר. ווייסט עטץ נישט אז אכשר דרא?
מיינונגזאגער: (אויב דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל). ס'ווענדט זיך וואס דיין ציהל איז. וואס דו ווילסט עררייכן מיט דעם טאנצן. אויב דו ווילסט סתם אזוי טאנצן איז נישט קיין פראבלעם. ס'זענען נאך היינט אויך דא גענוג טאנץ זאלן אדער קלאבס. נאר אויב דיין תכלית איז צו טרעפן אן ערליכע, שיינע אידישע כלה, דאמאלס האסטו (און איך און איעדער) א פראבלעם. מיט 2,000 יאר צוריק אין די צייטן פון די גמרא האבן מענטשן (בד"כ) נאך געהאט א גראדן שכל. ס'איז אבער ליידער געווארן אכשר דרא. נאר נישט אויפ'ן ריכטיגן פלאץ. היינטיגע צייטן (ווען די ברעינוואשינג האט זיך אזוי שטארק גובר געווען) פרעגט מען נישט אויב דער איד איז א תלמיד חכם וירא שמים. אויב ער לערנט תורה . נאר מ'פרעגט איין זאך. האט ער א סמארט פאון אדער נישט. אויב ער האט א סמארטפאון (רחמנא ליצלן מהאי דעתא) איז ער א גוי גמור. פסול לעדות. און א שייגעץ. נאר איין זאך האבן אונזערע חשוב'ע רבנים נאכנישט ערקלערט. אויב איינער וואס האט א סמארטפאון איז א גוי לכל דבר. פארוואס קומען זיי נישט ארויס מיט א פסק דין אז מ'טאר נישט נעמען קיין געלט ביי איהם.
📎 IMG_0227.png
פרנס החודש📎 IMG_0227.pngIMG_0227.png
https://www.eventbrite.com/e/nyc-tubav-white-party-2022-tickets-375311315247
א לינק צי קויפן טיקעטס.
אויב איינער גייט אהין, ביטע לאזט וויסן וויאזוי ס'געוועהן.
קהל'ס נער
א לינק צי קויפן טיקעטס.
אויב איינער גייט אהין, ביטע לאזט וויסן וויאזוי ס'געוועהן.
זיי שרייבן אז עס גייט שוין אן פאר אכצן יאר? קיינמאל געהערט דערפון.
נו ווער איז שוין א חתן...
טעות
כלבאשבועStay tuned
צי ווייסט איינער אויב איז עס טאקע געווען אדער סתם א לץ האט זיך פאסמאקעוועט?
נעקסטע יאר וועט נאכאמאל זיין צעטלעך און דער עולם עט זאגן יא איך געדענק פאריאר איז אויך געווען