☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן

איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן

71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10828
בלאט: 1 2

הקטן » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 7:26 pm

· #347132
[ציטאט אראפגענומען]

וואו אזוי איז דאס א סיי וואספארא באשטעטיגונג?

הקטן » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:14 pm

· #347159
וואס מאכט דאס "שווער צו גלייבן"?

בכלל איז מען נאך זייער זייער ווייט דאס צי באשעטיטיגען אלס א "לעבנס-פעאיגן פלאנעט" וואו דא ריפסט דאס (1)

דאס אז ס'קען זיין ס'האט וואסער זאגט סך הכול אז איינע פין די גורמים וואס זאגן אז ס'קען נישט זיין אז ס'איז דא עפעס לעבן, איז דא נישט דא

ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט וואספארא עפעקט wishful thinking האט אויף די סייענטיפק קאמיאנעטי

(1)
The actual suitability of this kind of planet to support water and Earth-like life is a matter of intense but mostly theoretical debate
.

זבולון » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 12:56 pm

· #347216
<a class="postlink" href="https://en.m.wikipedia.org/wiki/Drake_equation">https://en.m.wikipedia.org/wiki/Drake_equation</a>

דאס איז די באקאנטע דרעיק עקוועיזשן, פאר די פראבאביליטי צו טרעפן דרויסנדע ציווילעזאציעס וואס וועלן קענען קאמיוניקירן מיט אונז. (ער רעדט נאר פון אונזער מילכיגע-וועג גאלאקסיע, נישט פון די גאנצע אוניווערס אין אלגעמיין).

שבת אחים » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 1:22 pm

· #347222
זבולון
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Drake_equation

דאס איז די באקאנטע דרעיק עקוועיזשן, פאר די פראבאביליטי צו טרעפן דרויסנדע ציווילעזאציעס וואס וועלן קענען קאמיוניקירן מיט אונז. (ער רעדט נאר פון אונזער מילכיגע-וועג גאלאקסיע, נישט פון די גאנצע אוניווערס אין אלגעמיין).

מיליכיגע וועג גאלאקסי 😂

איך גלייך דיין שפראך און אויסדרוקן ס׳וואלט מיר נישט איינגעפאלן צו ניצן אזא אויסדרוק איך וואלט געשריבן מיליקי וועי.

moshav zekeinim » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 6:09 pm

· #347295
דער מאדים און דער נוגה זענען אויכעט פלאנעטן וואס טעארעטיש וואלט לעבן געווען מעגליך דארט, דעריבער איז דער שמחה נאך גאנץ פרי.

שמואל פרימו » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 6:20 pm

· #347298
[ציטאט אראפגענומען]

וואס מיינט 'ווייניגער ווי א מענטשליך לעבן'? - אז עס וועט נעמען זיבעציג יאר צו פארן אהין? - דאס מיינט נאנט צו אונזער וועלט?

ביטע זיך קלארער מאכן.

יישר כח

הקטן » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 9:19 pm

· #347321
דא האב איך נייעס פאר אייך

"דער לאנסבערגער רב איז יעצט און טויקיא אין א מערסעדעס קאר פין 1998 וואס דעי לייסענס פלעיט דערפין THR65YH"

מסכים איך האב דאס אלעס אויפגעמאכט, אבער איר וועט מיזען מודה זיין אז ס'איז מעגליך!

איר וואלט אנגענימען אז דאס איז ווארשיינדלעך אזוי נאר ווייל דאס איז מעגליך??
לעבען זאל זיין אויף א פלענעט וואס האט זיכער יא וואסער האט ווייניגער טשענסעס אז דאס זאל ווירקליך וואו דער "לאנסבערגער רב איז יעצט און טויקיא אין א מערסעדעס קאר פין 1998 וואס דעי לייסענס פלעיט דערפין THR65YH"

ווער ווייסט פארוואס סייענטיזעם וויל אזוי שטארק גלייבן אז ס'איז דא מאלטיפעל יאנעווערסעס זאל אויפהייבן דע האנט
וואס דריקט זיי אן דעם

הקטן » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 9:23 pm

· #347322
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב געטראפען א בלויע בערזיל מיט 28 טאלער, לעבן מיין הויז
"פינקט" לעבן מיין הויז??
ס'מיז זיין אז ס'איז פיל מיט בלויע בערזלעך מיט 28 טאלער איבעראל!

העלא!

#קאמענ_סענס_עלערט

שבת אחים » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 10:14 am

· #347376
זיי קענען לכאורה מעסטן פון דא די אטמאספארע און טעמפרעטור, ווי הייס ווי קאלט, די גרעיוועיטי לעוועל און אזוי ווייטער און ווייטער.

הקטן » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 1:23 pm

· #347394
[ציטאט אראפגענומען]

ווען שמעון זאגט פאר ראובן דו זאגסט ליגענט - קען דאס ציגיין אויף צוויי אופנים
א. שמעון ווייסט פאר א פאקט אז ס'איז דא זייער אסך פין די כלי
ב. שמעון ווייסט נישט, ער האט נישט קיין וועג צי וויסען, און ער וועט דיר זאגן אז ער ווייסט נישט, ער וויל אבער שטארק זאל זיין אסך

דא מיין פריינד, האט מען נישט געטראפען אן אנטיק כלי, מען האט נאר געטראפען א פארמאכטע שאפינג בעג, און יעצט קימט שמעון און פאכעט און שרייט "זעסט? איך האב דיר געזאגט! ביז מודה אז קען זיין ס'ליגט דארט אזא כלי? יעצט שנעל זאג וואו האסטו געטראפען די שאפינג בעג לעבן דיין הויז? העי, זעסט אז סאיז דא אסך פין דעי כלי?!?"

ס'איז נישט דא קיין שום "סייענטיפישע" סיבה צי האלטן אז ס'איז דא לעבן ערגעץ אנדערש אויסער א שטארקע ווילען פין א געוויסע קאלט
וואס שטערט פאר די קאלט אויב ס'איז נישט דא? ווייסט איינער?

הקטן » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 1:33 pm

· #347396
שבת אחים
זיי קענען לכאורה מעסטן פון דא די אטמאספארע און טעמפרעטור, ווי הייס ווי קאלט, די גרעיוועיטי לעוועל און אזוי ווייטער און ווייטער.

זיי קענען נישט מעסטן די טעמפרעטור, זיי זאגן סך הכול אז זיי מיינען אז די טעמפרעטור איז בערך די טעמפרעטור וואס קען האלטן וואסער, און זענען אויך מודה אז ס'קען זיי נאך פאקטארן וואס שפילן א הויפט ראלע און די מעגליכקייט פין סימפעל לעבן

Despite the temperate orbit of Proxima b, the conditions on the surface may be strongly affected by the ultraviolet and X-ray flares from the star

ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט צו זען וואו "קאמען סענס" ווערט געלייגט און די זייט ווען עס קימט צי סייענטיזעם אמבישענס
און עמך מענטשן געבן אויף זייער אייגען טראכטן ווייל עפעס א מן דאמר האט געזאגט

יואליש » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 1:58 pm

· #347398
הקטן
"
ווער ווייסט פארוואס סייענטיזעם וויל אזוי שטארק גלייבן אז ס'איז מאלטיפעל יאנעווערסעס זאל אויפהייבן דע האנט
וואס דריקט זיי אן דעם

ווי ביסטו פלוצלינג אנגעקומען פון א שמועס איבער די ערפינדונג פון א פלאנעט און איר רילעשאנשיפ מיט זוכעניש פאר מעגליכע extraterrestrial life צו multiverse טעאריע?

שמערל » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 2:02 pm

· #347399
Re: איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן
דער וואס שלעפט אים ארויס פון זיין לאך יעדעס מאל, האט מחליט געווען אז די אשכול דיזערווט אויך צו ווערן אנגעחאזערט

Sent from my SM-G935T using Tapatalk

הקטן » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 2:12 pm

· #347400
יואליש
הקטן
"
ווער ווייסט פארוואס סייענטיזעם וויל אזוי שטארק גלייבן אז ס'איז מאלטיפעל יאנעווערסעס זאל אויפהייבן דע האנט
וואס דריקט זיי אן דעם

ווי ביסטו פלוצלינג אנגעקומען פון א שמועס איבער די ערפינדונג פון א פלאנעט און איר רילעשאנשיפ מיט זוכעניש פאר מעגליכע extraterrestrial life צו multiverse טעאריע?

איז די שמחה אז מען האט געטראפן א פלאנעט, אדער די שמחה איז אז דאס קען מעגליך האבן לעבן?

נייס טריי

מאטי » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 2:14 pm

· #347401
הקטן
דא האב איך נייעס פאר אייך

"דער לאנסבערגער רב איז יעצט און טויקיא אין א מערסעדעס קאר פין 1998 וואס דעי לייסענס פלעיט דערפין THR65YH"

מסכים איך האב דאס אלעס אויפגעמאכט, אבער איר וועט מיזען מודה זיין אז ס'איז מעגליך!

איר וואלט אנגענימען אז דאס איז ווארשיינדלעך אזוי נאר ווייל דאס איז מעגליך??
לעבען זאל זיין אויף א פלענעט וואס האט זיכער יא וואסער האט ווייניגער טשענסעס אז דאס זאל ווירקליך וואו דער "לאנסבערגער רב איז יעצט און טויקיא אין א מערסעדעס קאר פין 1998 וואס דעי לייסענס פלעיט דערפין THR65YH"

ווער ווייסט פארוואס סייענטיזעם וויל אזוי שטארק גלייבן אז ס'איז דא מאלטיפעל יאנעווערסעס זאל אויפהייבן דע האנט
וואס דריקט זיי אן דעם

אויב עס דרייען זיך ביליאנען לאנדסבורגער'ס, לייסענס פלעיטס, מערצעדעס'ער אין די וועלט און מ'האט געטראפן איין פאל אז אלע דריי האבן זיך צוזאמגעטראפן. וואס זענען די טשאנסן אז ס'איז דא נאך אזא פאל?

פלאוויוס » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 6:56 pm

· #347435
הקטן

איז די שמחה אז מען האט געטראפן א פלאנעט, אדער די שמחה איז אז דאס קען מעגליך האבן לעבן?

נישט דאס און נישט דאס. מ'רעדט נישט וועגן דעם אז דארט "איז דא" לעבן, נאר אז ס'איז מעגליך צו לעבן דארט (אויב עמיצער וויל אהינפארן פון אונזער וועלט). אין אנדערע ווערטער: מ'קען דארט עפענען א שטיבל.

יואליש » מוצ"ש אוגוסט 27, 2016 10:07 pm

· #347439
הקטן
יואליש
הקטן
"
ווער ווייסט פארוואס סייענטיזעם וויל אזוי שטארק גלייבן אז ס'איז מאלטיפעל יאנעווערסעס זאל אויפהייבן דע האנט
וואס דריקט זיי אן דעם

ווי ביסטו פלוצלינג אנגעקומען פון א שמועס איבער די ערפינדונג פון א פלאנעט און איר רילעשאנשיפ מיט זוכעניש פאר מעגליכע extraterrestrial life צו multiverse טעאריע?

איז די שמחה אז מען האט געטראפן א פלאנעט, אדער די שמחה איז אז דאס קען מעגליך האבן לעבן?

נייס טריי

לאמיר זאגן איינס אדער ביידע פון זיי. אבער ווי קומט דא אריין מולטיווערס, איז מיין פראגע געווען?

בר-כוכבא » זונטאג אוגוסט 28, 2016 12:13 am

· #347452
Re: איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן
מסתבר אז וואס טרייבט סייענס צו יש-ליישב-בדוחק׳ן איבער לעבן אויף אנדערע פלאנעטן שטופט זיי אויך צו דער מולטיווערס טעאריע.

הקטן » זונטאג אוגוסט 28, 2016 12:46 am

· #347454
פלאוויוס
הקטן

איז די שמחה אז מען האט געטראפן א פלאנעט, אדער די שמחה איז אז דאס קען מעגליך האבן לעבן?

נישט דאס און נישט דאס. מ'רעדט נישט וועגן דעם אז דארט "איז דא" לעבן, נאר אז ס'איז מעגליך צו לעבן דארט (אויב עמיצער וויל אהינפארן פון אונזער וועלט). אין אנדערע ווערטער: מ'קען דארט עפענען א שטיבל.

דו מאכט א טעות.

Succeeding in the search for the nearest terrestrial planet beyond our Solar System has been an experience of a lifetime,
and has drawn on the dedication and passion of a number of international researchers.
We hope these findings inspire future generations to keep looking beyond the stars.
The search for life on Proxima b comes next

דא אין ק"ש איז מען געווינט אוועקצימאכן א יעדער סארט סייענטיפישע אבזערוואציע וואס קימט פין איינער וואס איז פארבינדען מיט דיזיין, ווייל ער איז נישט ריין, ער האט דאך אן עגענדע
ווער ס'באמערקט נישט אז דאס איז עגענדע דריווען און האט נישט קיין סיינטיפישע אינטערלאגע איז בלינד

This discovery will be the beginning of extensive further observations, both with current instruments [5] and with the next generation of giant telescopes such as ESO’s European Extremely Large Telescope (E-ELT). Proxima b will be a prime target for the hunt for evidence of life elsewhere in the Universe.

וואו אזוי ביסטו געקימען צי די מסקנה אז מען זיכט א שטיבל פאר א מינין?

הקטן » זונטאג אוגוסט 28, 2016 1:00 am

· #347457
מאטי
הקטן
דא האב איך נייעס פאר אייך

"דער לאנסבערגער רב איז יעצט און טויקיא אין א מערסעדעס קאר פין 1998 וואס דעי לייסענס פלעיט דערפין THR65YH"

מסכים איך האב דאס אלעס אויפגעמאכט, אבער איר וועט מיזען מודה זיין אז ס'איז מעגליך!

איר וואלט אנגענימען אז דאס איז ווארשיינדלעך אזוי נאר ווייל דאס איז מעגליך??
לעבען זאל זיין אויף א פלענעט וואס האט זיכער יא וואסער האט ווייניגער טשענסעס אז דאס זאל ווירקליך וואו דער "לאנסבערגער רב איז יעצט און טויקיא אין א מערסעדעס קאר פין 1998 וואס דעי לייסענס פלעיט דערפין THR65YH"

ווער ווייסט פארוואס סייענטיזעם וויל אזוי שטארק גלייבן אז ס'איז דא מאלטיפעל יאנעווערסעס זאל אויפהייבן דע האנט
וואס דריקט זיי אן דעם

אויב עס דרייען זיך ביליאנען לאנדסבורגער'ס, לייסענס פלעיטס, מערצעדעס'ער אין די וועלט און מ'האט געטראפן איין פאל אז אלע דריי האבן זיך צוזאמגעטראפן. וואס זענען די טשאנסן אז ס'איז דא נאך אזא פאל?

דאס איז טאקע דער פראבלעם זייערע, קיין שום מאטעמאטישע מאדעל געט נישט קיין טשענס אז א לאנדסבורגער זאל זיך טרעפען אין א 1998 מערסעדעס מיט פלעטס THR65YH

דער אמת איז אז דער לאנדסבורגער'ס מערצעדעס מיט די לייסענס פלעט THR65YH טיט נישט קיין דשאסטעס צי אינזער דיסקאשען
ווייל נאך אלעם איז גארנישט out of the ordinary מיט דעם בילד, נא זיצט דער לאנדסבורגער אין א 1998 מערסעדעס THR65YH
וואלט ווען דער פלעט געווען פארצאפאל LANDSBERG
און דער פלעט פין די גבאי געווען פארצאפאל LANDS-GABA (פין טריליאנע פלעטס איז דאס מעגליך, ניין?)
וואלט דאס נאך געווען זייער ווייט פין וואס טוט זיך אפ אין איין לעבעדיגער סעל

מה רבו מעשיך ה'! אויב איך מעג

הקטן » זונטאג אוגוסט 28, 2016 1:02 am

· #347459
בר-כוכבא
מסתבר אז וואס טרייבט סייענס צו יש-ליישב-בדוחק׳ן איבער לעבן אויף אנדערע פלאנעטן שטופט זיי אויך צו דער מולטיווערס טעאריע.

מער וואו מסתבר, און יעדען פאל באציט ער זיך נישט צים עצם נידון, ער וויל ליבערשט הארגענען די messenger, ס'זאל אים זיין לייכטער אויפן הארץ

פערינא » זונטאג אוגוסט 28, 2016 9:42 am

· #347479
האקינס ארבייט שוין א שטיק צייט אויף א קליינטשיק ראבאט וואס מ'וועט ארויף שיסן דורך לעיזער און ס'וועט פליען צוואנציג פראצענט פון speed of light און מ'וועט קענען באזיכן די כמו-וועלט פלאנעט און צוואנציג יאר. דער יודישער מארק זוקערבערג גיט די געלט.

מ'בויט א טורעם. א דור הפלגה.

<a class="postlink" href="http://www.independent.co.uk/news/science/starshot-project-stephen-hawking-and-mark-zuckerberg-to-send-tiny-rockets-to-alpha-centauri-in-most-a6981101.html">http://www.independent.co.uk/news/scien ... 81101.html</a>

הקטן » זונטאג אוגוסט 28, 2016 10:32 am

· #347484
@שבת אחים
אבזערוואציע זאגט אינז אז א יעדער זאך וואס מען דארף האבן knowledge דאס צי מאכן ווערט נישט באשאפען פין זעך אליין, נישט ביי chance אדער עקסידענט, נאר דאס ווערט געמאכט דארך איינער וואס האט דער knowledge דאס צי מאכן, און האט דער כוונה דאס צי מאכן.
צי מאכן א lox אין קרים-טשיס סענדוויטש דארפן מען האבן knowledge וועגן דעם וועט קיינער נישט זאגן אז דאס האט זיך געמאכט דארך אסך עקסידענטס

איך וועל דיר מיזען מודה זיין אז איך ווייס נישט וואו אזוי מען מאכט אן ערעפלאן - וואס איך ווייס אבער יא איז אז דאס האט זיך נישט געמאכט פין זיך אליין
דאס איז זיכער געמאכט געווארן דארך אן ענדג'עניר וואס האט געהט דער knowledge און די כוונה דאס צי מאכן
ווייל אן ערעפלאן דארפמען וויסען וואו אזוי צי מאכן

אז דו ווילסט זאגן אז ׳נאטור׳ somehow האט געוויסט וואס זי וויל און אויך געהאט knowledge וואו אזוי דאס צי מאכן - דאן גא עהעד
ביסט נישט דער איינציגסטער וואס זאגט דאס, ס'איז געווען כופרים פאר דארווין אויך
ווער לאזט נישט זיין אן אלטמאדישער כופר?

דארוועניסטען האבן אבער געהאט א שוועריקייט און אנמעמען אז א מאטרעליסטישע וועלט זאל באזעצען דער סארט knowledge און knowhow,
פין די אנדערע זייט איז ער אבער געווען אריין געבאקסט אין א שמאלער וועלט קוק א וועלט פין מאטרעליזעם
איז ער אויפגעקימען מיט רענדעם מיאטעשען.

אבער וואו דו האסט שוין געזאגט אסך מאל, דו ביסט אן אינדיפענדענט טראכטער, און וואס האסטו מיט דארווין - דארווין שמארווין

שבת אחים » זונטאג אוגוסט 28, 2016 12:03 pm

· #347489
מ׳קען זיך באמת נישט טעהנן אויף ק״ש ווען מ׳קען דאך נישט רעדן פראנק און פריי, די פאריגע תגובה וואס כהאב געשריבן איז געמעקט געווארן על לא דבר, די אייניציגסטע סיבה דערפאר איז ווייל איר האט נישט קיין געהריגע תירוץ דערויף, היינטיגע ק״ש איז מעהר ווייניגער אביסלע מעהר אויפגעקלערט ווי אייוועלט-נישט קיין סאך בעסער, אלזא איז עס נישט אינטערסאנט מעהר. צום לעצטען מאהל, דעס וואס דו זאגסט אז א זאך וואס אינז זעהן מוז זיין אז ס׳איז געוועהן א אינטעלעדזשענט דיזיינער אלזא איז זיכער דא א בורא וואס באשאפט אלעס איז נאר געזאגט געווארן אויב האסטו שוין א געוויסע פראדאקט וואס דו ווייסט פונקטליך וואס דו ווילסט דיזיינען אדער נאכמאכן א געוויסע ענליכע פראדאקט אויף א געוויסע וועג, אבער אונזער וועלט איז באשאפן געווארן און אלע ענערזשי ארום און ארום האבן זיך צוגעשטעלט און צוגעוואוינט accordingly דאס מיינט אונז האבן איוואלוועט צו וואוינען און לעבן אין די מצב, פאר אונז קוקט עס אויס ווי ס׳איז אלעס איז פונקטליך און אלעס קלאפט ווייל אונז זענען צוגעוואוינט צו לעבן אין די ענווייערמענט און דאס איז די איינציגסטע מין לעבן וואס אונז זענען באקאנט און צוגעוואוינט, ס׳איז אבער נישט אזוי, די וועלט איז ווייט פון פונקטליך, ס׳איז א סיסטעם וואס אונז האבן זיך אדאפטירט און פארמירט צו וואוינען דא און נישט פארקערט.

זייטס געזונט, איך גיימיר פון דא. ווען מ׳האט געוויינט אז איינער זאל איבערנעמן קאווע שטיבל האט מען נישט געמיינט אז מ׳זאל עפענען א קאמפעיטשאון מיט אייוועלט! מ׳האט געמיינט אז מ׳זאל לאזן קאווע שטיבל אפען ווי מ׳קען רעדן מעהר אפען כשנים קדמוניות, און אויב איז ק״ש איוואלוועט צוזיין פונקט ווי אייוועלט דאן זייטס מיר אלע געזונט און שטארק.

@געוואלדיג, יישר כח פארן מיך לאזן שרייבן דא ביז יעצט, הצלחה מיט דיין נייע סייט, כהאף דו וועסט האבן לכה״פ אזויפיל הצלחה ווי דיין קאמפעיטשאון אייערוועלט, בד״וו היינט איז די יארצייט פון מיקי מאוז, מ׳פירט זיך צו זאגן גאנץ הלל בו ביום נאך פאר די שקיעה, זאל זיין נשמה האבן א עלי׳ און אלע קראנקע א רפואה,אמן ואמן.

פאר דו לייגסט צוריק דיין אירעסער אין דיין פענסל קעיס פארגעס נישע קענסט שוין מעקן די תגובה אויך פאר די זעלבע געלט.

הקטן » זונטאג אוגוסט 28, 2016 12:32 pm

· #347493
איך וועל קודם איבער זאגן און אנדערע ווערטער וואו אזוי דו ווילסט דיך ארויסדרייערן פין א דיזיינער און דערנאך וועל איך דאס אפענפערן (אויב האב איך נישט געניג קלאר ארויס דיין מהלך קענסטו מיר זאגן)

איך האב געשריבן א סייענטיפישע אבזערוואציע
"א יעדער זאך וואס נעמט knowledge דאס אהער צי שטעלן וועט דאס נאר ווערן אהער געשטעלט דארך knowledge און בכונה תחילה דאס אהער צישטעלן"
אויף דעם קימט שבת און זאגט במה דברים אמירים אויב דער מיין ציל איז א געוויסער ציל - למשל אן אייער שפייס פאר פרישטיג אדער אן ערעפלאן, דאן קענסטו פארגעסען זאל זיך אליין מאכן דארך אן עקסידענט אבער אינזער לעבעדיגער וועלט איז קיינמאל נישט געווען קיין ציל פאר קיינעם, און אז פענט האט זיך געגאסען און ס'האט געקענט אויסקימען סיי וואס איז גאנץ מעגליך ס'זאל איסקימען עפעס אן אינטערעסאנטע בילד - און דער אינטערעסאנטער בילד,און אינזער פאל איז א לעבעדיגער סעל.

האב איך דיך גיט פארשטאנען?

(איך האב אויך געהאט אן אנדער פשט און דיינע ווערטער, בערך אזוי, למעשה מיט אינזער היינטיגע וועג פין טראכטען מאכט נישט קיין סענס אז א זאך זאל זיך אליין באשאפען, און דער סארט מהלך המחשבה איז אויך א תולדה פין עוועלאציע, ממליא קען מען נישט פרעגן די סארט שאלה, ווען דאס זאל זיין דיין כונה דאן נעם אלע סייענטיסטען און הייס זיי פאקן פעק)

פאר ווער ס'האט נישט געזען וואס שבת האט געשריבן
ער האט פחות או יותר געזאגט מען מיז נישט פארשטיין סייענס און מען קען אויף דעם נישט פרעגן קיין שאלות, פינקט וואו מען מיז נישט און מען קען נישט פארשטיין גאט.
און יעצט לייגט ער צו אז די סיבה פארוואס מען האט אים געמעקט איז ווייל דאס איז געווען געוואלדיגע דיברי חכמה וואס מען קען נישט אפענפערן.

שבת אחים
די אייניציגסטע סיבה דערפאר איז ווייל איר האט נישט קיין געהריגע תירוץ דערויף,

דאס צי שרייבן דארף מען האבן אן העכערע כח, ס'קען אויך זיין ווייל ס'איז אגעגען די תקנות אדער עפעס אן אגנדערע סיבה
ס'פאסט נישט אזוי צי שרייבן פאר איינער וואס זיינע החלטות אין לעבן זענען סייענטיפיש אויסגעהאלטן.

איך, פין די אנדערע זייט, בין נישט זיכער פארוואס דו האסט געשריבן די לעצטע ליידיגע תגיבה,
אויב דו ווילסט מער נישט שרייבן וואלסטו דאס אויך נישט געשריבן.
ביסט אויך נישט אזא נער נישט צי קענען מאכן דיין פוינט אויף א וועג זאלסט נישט געמעקט ווערן.
איך און דו ווייסען אז דאס איז נישט דיין לעצטער תגיבה.
איז פארוואס שעלטען און זאגן איך שפיל נישט?
איך בין נישט זיכער, אבער ס'קיקט מיר אויס אז איינע פין די סיבות זענען ווייל איר האט נישט קיין געהריגע תירוץ דערויף.

בר-כוכבא » זונטאג אוגוסט 28, 2016 3:31 pm

· #347508
כ'האב נישט געזען די געמעקטע תגובה פון @שבת אחים. כ'שטעל זיך פאר אז אויב די היפש-לויזע צענזור פון אונזער שטיבל האט פארשטאנען אנצואווענדן א קאנטראל-זי אויף זיינע דיבורים, האט עס מסתמא טאקע נישט געדארפט דא זיין.

איך פארשטיי אויך נישט זיין אבסעסיע מיט די פלפולים וועגן ענערגיע וואס האבן זיך צוגעוואוינט און צוגעפאסט און אויסגעשטעלט און צוגעשטעלט ביז זיי האבן בשעה טובה ומוצלחת בדרך נס(!) פראדוצירט אזא "אומפערפעקטע בריאה" ווי די אין וועלכער מיר לעבן. פארוואס ער קען נישט פאר עטליכע רגעים אויסטאן זיינע פאנאטישע "בורא עולם" ברילן און באהאנדלען די נושא אויף א דערוואקסענעם, ראציאנאלן אופן איז ביאנד מיין אומפערפעקטן שכל. יתכן אז די ענערגיע פון וואס מיין מח איז צוזאמגעשטעלט האט זיך טאקע נישט געהעריג אנטוויקלט (טאקע א שאד דער בורא עולם האט זיך נישט אריינגעמישט און זיכער געמאכט אז מיין שכל זאל נישט זיין אביסל נאנטער צום פערפעקציאניזם וואס "שבת אחים" דערווארטעט פון פאנאטיקערס וואס זענען גראדע יא אפן צו באהאנדלען די נושא אן קיין הנחות קדומות, אבער שוין).

אפגעזען אין וואס @הקטן גלייבט אדער גלייבט נישט, איז ער גרייט צו דיסקוסירן די טעמע מיט אן אפנקייט און א גרייטקייט אנצוקומען צו יעדער מעגליכער מסקנא, על כל פנים עז פאר עז סייענס איז קאנסערנד. ער פילט נישט קיין דראנג אריינצוברענגען "מיקי מאוז" (א חנ'עוודיגע קערעקטער וואס האט אויך געזען ניסים חוץ לדרך הטבע-ענערגיע אין זיין לעבן!) אינעם בילד, און פארקלאפט אויך נישט די טיר מיט א ירגזון נאך דעם וואס דער שמועס האט זיך אנדערש אנטוויקלט ווי זיין געשמאק. אבער, שוין.

אויב איז דאס ווירקליך געווען די לעצטע תגובה פון "שבת אחים", ווינטש איך אים זיכער א גליקליכע רייזע און אן קיין שיער הצלחה אויף זיין וועג צו זיין "עקא טשעמבער" פארום, וואו אלע באטייליגער האבן זיך יא אנטוויקלט מיט א השלמה וואס אונזער טבע דאהי האט נישט געקענט באווייזן, און רעדן אך ורק זאכליכע דיבורים, וועגן א קאסמאס וואס איז אויסגעשפיגן געווארן פון ריין אפס גרייט מיט אן אנטוויקלונגס-מעכאניזם וואס "פארשטייט" פון זיך אליין וויאזוי זיך צו אנטוויקלען און צופאסן צו א נישט-פון-פריער באשטימטן סדר הבריאה.

בר-כוכבא » זונטאג אוגוסט 28, 2016 4:17 pm

· #347511
Re: איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן
שקויעך [emoji2]

פליקער » זונטאג אוגוסט 28, 2016 4:26 pm

· #347513
Re: איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן
איך וואלט געבעטן ביי שבת אחים א געפעליקייט, איידער ער לייגט זיך שלאפן זאל ביטע אראפנעמען זיין אוועטאר פון בערני דער סענדער. נישט אז איך וויל עס, נאר אויב שוין יא אזוי נגזר, זאל כאטש נישט בלייבן לחרפת עולם על ראשו.

מאטי » זונטאג אוגוסט 28, 2016 8:04 pm

· #347547
'

שבת אחים » זונטאג אוגוסט 28, 2016 9:19 pm

· #347556
בר-כוכבא
כ'האב נישט געזען די געמעקטע תגובה פון @שבת אחים. כ'שטעל זיך פאר אז אויב די היפש-לויזע צענזור פון אונזער שטיבל האט פארשטאנען אנצואווענדן א קאנטראל-זי אויף זיינע דיבורים, האט עס מסתמא טאקע נישט געדארפט דא זיין.

איך פארשטיי אויך נישט זיין אבסעסיע מיט די פלפולים וועגן ענערגיע וואס האבן זיך צוגעוואוינט און צוגעפאסט און אויסגעשטעלט און צוגעשטעלט ביז זיי האבן בשעה טובה ומוצלחת בדרך נס(!) פראדוצירט אזא "אומפערפעקטע בריאה" ווי די אין וועלכער מיר לעבן. פארוואס ער קען נישט פאר עטליכע רגעים אויסטאן זיינע פאנאטישע "בורא עולם" ברילן און באהאנדלען די נושא אויף א דערוואקסענעם, ראציאנאלן אופן איז ביאנד מיין אומפערפעקטן שכל. יתכן אז די ענערגיע פון וואס מיין מח איז צוזאמגעשטעלט האט זיך טאקע נישט געהעריג אנטוויקלט (טאקע א שאד דער בורא עולם האט זיך נישט אריינגעמישט און זיכער געמאכט אז מיין שכל זאל נישט זיין אביסל נאנטער צום פערפעקציאניזם וואס "שבת אחים" דערווארטעט פון פאנאטיקערס וואס זענען גראדע יא אפן צו באהאנדלען די נושא אן קיין הנחות קדומות, אבער שוין).

אפגעזען אין וואס @הקטן גלייבט אדער גלייבט נישט, איז ער גרייט צו דיסקוסירן די טעמע מיט אן אפנקייט און א גרייטקייט אנצוקומען צו יעדער מעגליכער מסקנא, על כל פנים עז פאר עז סייענס איז קאנסערנד. ער פילט נישט קיין דראנג אריינצוברענגען "מיקי מאוז" (א חנ'עוודיגע קערעקטער וואס האט אויך געזען ניסים חוץ לדרך הטבע-ענערגיע אין זיין לעבן!) אינעם בילד, און פארקלאפט אויך נישט די טיר מיט א ירגזון נאך דעם וואס דער שמועס האט זיך אנדערש אנטוויקלט ווי זיין געשמאק. אבער, שוין.

אויב איז דאס ווירקליך געווען די לעצטע תגובה פון "שבת אחים", ווינטש איך אים זיכער א גליקליכע רייזע און אן קיין שיער הצלחה אויף זיין וועג צו זיין "עקא טשעמבער" פארום, וואו אלע באטייליגער האבן זיך יא אנטוויקלט מיט א השלמה וואס אונזער טבע דאהי האט נישט געקענט באווייזן, און רעדן אך ורק זאכליכע דיבורים, וועגן א קאסמאס וואס איז אויסגעשפיגן געווארן פון ריין אפס גרייט מיט אן אנטוויקלונגס-מעכאניזם וואס "פארשטייט" פון זיך אליין וויאזוי זיך צו אנטוויקלען און צופאסן צו א נישט-פון-פריער באשטימטן סדר הבריאה.

איך גיי מיך נישט מפלפל זיין מעהר דא, יעדע ווארט וואס דו האסט געשריבן איז לויטערע שטותים מיט הבלים מיט א שטארקע בייעסי אנגעפאנגן אז דו האסט בכלל נישט געכאפט די וויץ מיט מיקי מאוז און צו וועם ס׳איז געוועהן דירעקט צו. אבער ס׳געפעלט מיר ווי דו רופסט מיין שיטה א ״אבסעסיע״ ווידער דיין שיטה איז בכלל נישט קיין אבסעסיע! אויב איינער פון אונז איז אבסעסעט מיט עפעס איז עס נישט איך, איך זאג עס כמו שהוא! די פאקט איז אז ס׳איז דא א Force of nature וואס ארבעט מיט די laws of nature, וואס איז neutral און קען אפהארגענען א מיליאן מענשטען אויף איינמאל מיט א נאטורליכע דיזעסטאר, יעצט דו קלעימסט צו זאגן אז דו ווייסט פונקטליך פון ווי די powerful כוח קומט, איך זאג אז איך ווייס נישט פון ווי סקומט, און דערווייל ווייסט קיינער נישט נאר יעדער קלעימט אז זיי ווייסן, אויב איינער פון אונז צוויי איז אבסעסעט איז עס נישט מיר, און @הקטן איז אזוי אפען צו הערן דעם אמת ווי דו ביסט, ער קען נישט זעהן גארנישט ווילאנג ער האט א inclination צו די וועג וויאזוי ער איז אויפגעוואקסן און די וועג זיין ברעין איז געפראגרעמט צו טראכטן פון קינדווייז אן. בהצלחה.

הקטן » זונטאג אוגוסט 28, 2016 11:49 pm

· #347569
אבזערווירענדיג דו laws of nature זעט מען אז אדאפשען, צי נעטראל סעלעקשען קען נישט באשאפען גארנישט ווערטפאראל
נישט מיט א ציל און אויך נישט אן קיין ציל

אלעס וואס זיי טוען זיך אויף איז געווען פאר אדאפעשן האט געשפילט א ראלע ס'איז געווען peppered moth מיט dark-colored moths פאר זיי האבן זיך אדאפטעד צים נייען אינווייערמענט
אזוי אויך באקטעריע מיט פענעסילען צי פייגעל מיט לאנגע מיילער -אלעס אלעס איז געווען פאר ס'האט זיך אדאפטעט
נעטראל סעלקשען קען לכל היתר זען אז ס'זאל זיין מער דערפין, וואס איז מער פיט פארמערט זיך מער.
ער ווייסט נישט וואס זיי זאגן, פארוואס זאל ער וויסען ער טראכט דאך אליין

דאס זענען אין פאקט די laws of nature, סיי און לעב און אויך אבזערירענדיג די וועלט ארים
קיין זאך וואס נעמט knowledge אהער צישטעלן ווערט נישט אהער געשטעלט דארך א drift אדער א עקסידענט

הקטן » זונטאג אוגוסט 28, 2016 11:57 pm

· #347571
[ציטאט אראפגענומען]

די סיבה פארוואס מען איז אזוי עקסייטעט וועגן דעם כלי וואס קען האלט לעבן איז ווייל מען האפט, מען איז אבסעסט, אז מען וועט טרעפן לעבן - דאס איז אלס נאר אן הכנה

אבער וואו איך האב געשריבן זענען זיי אויך מודה אז ס'איז ביז דערוואל נאר א "שאפינג בעג" וואס קען אפשר זיין אז ס'קען אפשר האלטן לעבן.
די שמחה איז אבער וואו ס'איז ווען די ריעל דיעל

ביבער » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 1:42 am

· #347574
ב"ה מ'האט געקענט נאך א אשכול אראפפירן פון ענין און אריינפירן אין עוואלושאן טענה'רייען צום הונדערטסטן מאל.

#טראללאלערט

@שבת, אז מען קטן'ט אין קאווע שטיבל טרינקט מען מי רגלים.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 10:12 am

· #347591
Re: איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן
צוריק צום נושא.
איך האב געליינט אזא געדאנק
"It is known that there are an infinite number of worlds, simply because there is an infinite amount of space for them to be in. However, not every one of them is inhabited. Therefore, there must be a finite number of inhabited worlds. Any finite number divided by infinity is as near to nothing as makes no odds, so the average population of all the planets in the Universe can be said to be zero. From this it follows that the population of the whole Universe is also zero, and that any people you may meet from time to time are merely the products of a deranged imagination."
דאס באלאנגט אין זענא'ס פאראדאקסען? זבלון?

פרייוויליג » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 3:06 pm

· #347634
הקטן
ווער ווייסט פארוואס סייענטיזעם וויל אזוי שטארק גלייבן אז ס'איז דא מאלטיפעל יאנעווערסעס זאל אויפהייבן דע האנט וואס דריקט זיי אן דעם

מיר ווייסן אז עס זענען פארהאנען מיליאנען עולמות, אבער אן עולם עשיה, אן עולם הגשמי איז נאר דא איינס. לדעתי איז די סיבה פארוואס עס גייט זיי אזוי אין לעבן איז, ווייל אויב וועלן זיי טרעפן נאך אן ערדישע יוניווערס, דאן פארלירט אונזער וועלט די גאנצע חשיבות, אונזער בחירה, שכר ועונש איז נישט בלעדי, ווייל מהיכי תיתי! עס זענען פארהאנען נאך עולמות וואו מענטשן פאשענען קיען, און פארקויפן אויף עמעזאן. לכאורה דאס איז די סיבה פארוואס עס טרייבט זיי אזוי שטארק, אבער זענען ביזדערווייל געווען אומסוקסעספול.

ביבער » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 4:35 pm

· #347650
פרייוויליג

סא אויב טרעפט מען יא לעבן ערגעץ אנדערש מיינט עס אז אסאך גייען טאקע אויפהערן צו היטן? דו וואלטסט אויפגעהערט?

פרייוויליג » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 4:36 pm

· #347651
ביבער

וואס זאל איך דיר זאגן, עס וועט אויפברענגן אסאך קשיות, לאמיר קודם ווארטן עס זאל אפיר קומען.

ביבער » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 4:43 pm

· #347652
נישט געזארגט, דער גאט אויף די געפס איז זייער גרויס, אדרבה ער ווערט נאר גרעסער מיט יעדער סייענטיפיש געפונס.

אונזער אמונה דארף זיין אזוי שטארק אז אפילו מיליאנען וועלטן וועלן געטראפן ווערן וועט עס אונז נישט רירן פון פלאץ. אגב פון ווי נעמסטו אז אן עולם העשי' איז נאר דא איינס?

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 4:47 pm

· #347654
ביבער
אגב פון ווי נעמסטו אז אן עולם העשי' איז נאר דא איינס?

אויך געוואונדערט.

והשנית, 'עולם העשיה' מיינט פארשטייט זיך די גאנצע אבזעוועבל יוניווערס.

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 4:52 pm

· #347656
כ'האב מעודי נישט פארשטאנען די וואס האבן א פראבלעם מיט 'לעבן' ערגעץ אנדערש. מצידי זאל זיין נאך מלך הבשנס [וע"פ לומדות, אויב איז דא ערגעץ נאך אן עם הנבחר - זענען מיר איין עם הנבחר. ווייל איך בין דא און יענער אויף מארס?].

ס'דערמאנט מיר פון מיין טאטנ'ס ענגליש פרינציפעל וועלכער האט גע'טענה'עט אז מ'וועט נישט לאנדען אויף די לבנה ווייל ס'שטייט השמים שמים לה'.

פרייוויליג » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:04 pm

· #347658
ביבער
אונזער אמונה דארף זיין אזוי שטארק אז אפילו מיליאנען וועלטן וועלן געטראפן ווערן וועט עס אונז נישט רירן פון פלאץ.

אמונה איז Beyond reason. סא אפילו עס איז נאר דא איין וועלט דארף איך גלייבן Beyond reason.

וויאזוי האט א איד געענטפערט פאר א קריסט: אויב אותו האיש וועט זיך באווייזן צו אונז לעבעדיג, וועליך גלייבן אין אים, בלייבט נאר איבער פאר אים זיך צו באווייזן.. מען האט נאכקיינמאל נישט געפונען קיין בריאה וואס איז גלייך צו אונזערע יוניווערס, וואו מענטשן קענען שפאצירן אן קיין אקסזישען מאסק. אויב וועט זיך די וועלט באווייזן, איך וועל אים קענען זען, וועל איך גלייבן אין דעם. כל זמן איך זע דאס נישט גלייב איך אין איין ערדישע עולם.

moshav zekeinim » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:08 pm

· #347661
טאמער רעליגיע האט איבערגעלעבט דארווינען וועט עס שוין אלעס איבערלעבן.

ביבער » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:09 pm

· #347663
ונבנתה העיר
כ'האב מעודי נישט פארשטאנען די וואס האבן א פראבלעם מיט 'לעבן' ערגעץ אנדערש. מצידי זאל זיין נאך מלך הבשנס [וע"פ לומדות, אויב איז דא ערגעץ נאך אן עם הנבחר - זענען מיר איין עם הנבחר. ווייל איך בין דא און יענער אויף מארס?].

ס'דערמאנט מיר פון מיין טאטנ'ס ענגליש פרינציפעל וועלכער האט גע'טענה'עט אז מ'וועט נישט לאנדען אויף די לבנה ווייל ס'שטייט השמים שמים לה'.

לויט די שמועות איז טאקע געווען שווערע צייטן דאן פאר געוויסע, ובתוכם דער בעל דברי יואל וואס לפי השמועה האט ער געזאגט שוין לאחר המעשה אז ס'קען נישט זיין ווייל השמים שמים לד'...

בנוגע לעבן אויף אנדערע פלאנעטן שרייבט הרמ"מ אז נאר די תורה איז דא איינס אבער לעבן איז נישט אויסגעשלאסן.

ביבער » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:12 pm

· #347665
פרייוויליג
ביבער
אונזער אמונה דארף זיין אזוי שטארק אז אפילו מיליאנען וועלטן וועלן געטראפן ווערן וועט עס אונז נישט רירן פון פלאץ.

אמונה איז Beyond reason. סא אפילו עס איז נאר דא איין וועלט דארף איך גלייבן Beyond reason.

עקזעקטלי, זאג הקטן ער זאל עס איבערגעבן די סייענטיסטן, א שאד די שווערע ארבעט און ביליאנען דאלארן, אונז גיימיר סייווי בלייבן מיט אונזער אמונה.

moshav zekeinim » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:15 pm

· #347667
אבער במציאות איז דא מער באווייזן אויף מער ווי איין תורה ווי אויף מער ווי איין וועלט. און טאמער ווענד זיך עס אין זיין איינערקענען, דאן מוז ער נישט איינערקענען אין אן אנדערער וועלט אויך נישט, אפילו מען וועט אזיינס טרעפן.

קל וחומר » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:26 pm

· #347670
Re: איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן
אינעם בוך במחיצתם ברענגט ער פון ר' משה פיינשטיין ז"ל אז ווען דער ארמסטראנג איז ארויף צום לבנה האט זיך געטוען שווערע וויכוחים אויב מען וועט דארט טרעפן לעבעדיגע באשעפענישן אדער נישט.
ר' משה האט געזאגט מיט א זיכערקייט אז מ'גייט דארט גארנישט טרעפן וויבאלד אין חז"ל ווערט נישט דערמאנט קיין שום רמז דערויף.

moshav zekeinim » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:29 pm

· #347671
מען האט שוין א סך זאכן געטראפן בהעדר רמז מחז"ל.

קל וחומר » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:31 pm

· #347673
Re: איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן
ר' משה ווייס איך האט געקענט אלעס פון חז"ל. דו אויך?

שמערל » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:31 pm

· #347674
Re: איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן
וואס טוט זיך מיט מיקראבן אויף די וועלט? לויט רעב משה עקזיסטירן זיי נישט? ווייל חז"ל האבן נישט געוואוסט דערפון?

קל וחומר » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:36 pm

· #347676
Re: איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן
ווערט גערעדט אין גמרא פון קליינטשיגע יצורים וואס כאפן זיך ארויף אויפן מוח.
בכלל מהיכי תיתי אז רוחות רעות (פון אומריינקייט) מיינט נישט בעקטעריעס וכדו'?

כ'קום נישט זאגן אז אלע היינטיגע ערפונדונגען זענען שוין געווען באקאנט פאר חז"ל, ס'קען אבער זיין אז ר' משה האט געהאלטן אז יעדע ערפינדונג האט כאטש א רמז. (אלס איז מרומז אין די תורה)

(אדער אפשר דוקא לגבי די לבנה וואס ס'שטייט כי היא חכמתכם ובינתכם לעיני העמים)
בלאט: 1 2