☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » וויסנשאפט » איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן

איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן

71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10828
בלאט: 1 2

שמערל » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:44 pm

· #347678
Re: איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן
די גמרא פסקנ'ט אז מ'מעג עסן ווערם וואס ווערן באשאפן אין די פרוכט, אזאך וואס מענטשן האבן דעמאלטס געגלייבט, ווייל די אייער פון די ווערם זענען קלענער ווי וואס דאס מענטשליכער אויג קען זעהן.

נאר שפעטער מיטן אויסטרעף פונעם מיקראסקויפ, איז איבערצייגט געווארן אז ס'איז נישטא אזא זאך אז ווערם זאל באשאפן ווערן פון א פרוכט, נאר יעדע באשעפעניש קומט פון א טאטע מאמע.

אזוי אויך די הלכה אז מ'מעג הרג'נען א כינה שבת, איז געבויט אויף די טעות פון נישט וויסן פון די עקזיסטענץ פון מיקראבן.

בכלל ס'איז פארהאן צענדליגער אויב נישט הינדערטער ראיות אז חז"ל זענען נישט געווען בקי אין די סייענס פון די וועלט. (איינער האט לעצטנס מחבר געווען א גאנץ ספר דערויף). וואספארא שטות איז דאס צו זאגן אז נאר וואס ווערט דארט דערמאנט איז אמת?

קל וחומר » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:53 pm

· #347681
Re: איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן
איך וועל לייגן די הנחה אז דו האסט נאכנישט געקוקט מיין תגובה, אדער האסטעס נישט פארשטאנען.

שמערל » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 5:59 pm

· #347682
Re: איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן

קל וחומר » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 6:20 pm

· #347685
Re: איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן
שוין געזען

איש חזון האט עס געלייגט מיט א צוויי חדשים צוריק

זוכער » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:56 am

· #347799
איך זעה נישט קיין שום סתירה צו אמונה בה' אויב מ'טרעפט נאך וועלטן, אדער אוניווערסן.
היינט ווייסן מיר זענען פאראן טריליאנען גאלאקסיס. יעדע גאלאקסי פארמאגט טריליאנען שטערנס. פיל גרעסער, מאסיווער און שיינען מיליאנען מער שטערקער פון די זון - איז עס עפעס משנה?
היינט ווייסן מיר פון טריליאנען קלאסטערס און סופער-קלאסטערס וועלכע זענען ביליאנען ליכט-יאר אוועק, און זענען גרויס ביליאנען-ליכט-יאר, איז עס עפעס משנה? איז טייטש אז דאס איז געווארן אליין?
סאו, מיר וועלן טרעפן א XO פלאנעט וואס איז פינקט אזוי ווי אינזער וועלט, אדער מיליאנען XO פלאנעטן וועלכע מיר קענען וואוינען דערויף, האט דאס פאסירט אליין?

אויב מיר טרעפן ביליאנען באנאנע ביימער, איז טייטש אז "איינס" דערפון איז באשאפן געווארן רענדאם? עפעס א כעמישע רעקאקציע האט פערצופאל פאסירט און עס האט אנגעהויבן וואקסן א הערליכע דעלישעס מעלאנע, צו א בונדל איז געוואקסן און עס פארמאגט פראטינס און פייבער וואס זענען "פערצופאל" געזונט פאר די איינוואוינער פון דעם פלאנעט?

וואס איז דער פראבלעם פון נאך פלאנעטן און נאך אונוויערסן און נאך ברואים אויף יענעם אוניווערסן? וועמען שטערט עס, און פארוואס איז דאס נישט די זעלבע הוכחה אז גארנישט פאסירט נישט אליין. גארנישט.
די סימפל אלטמאדישע פסח'דיגע מצה, וואס פארמאגט גארנישט אין זיך, חוץ פון אביסל מעל מיט וואסער, קען נישט געשען אליין אפילו אין 10000000 טריליאן יאר פון רענדאם מיוטעישאנס.

לאמיר זאגן אז NASA פראקלאמירט אז זיי האבן געטראפן א שאכטל מצות אויפן מארס, וועט דאך ווערן אזאך מין שמחה אז מענטשן (עיליענס) זענען דארט און זיי האבן עס געמאכט, און מ'וועט שטודירן צי זיי זענען קלוגער פון אונז דא אדער נישט.
וועט אפילו איינער זאגן אז עס האט פאסירט מעצמו. במשך די ביליאנען יאר וואס זיי זאגן אז ס'איז אלט - איז סאם-האו, סאם-וועי ערגעץ איז געווארן א טייגל און עס האט זיך אפגעבאקן און עס איז ראוי צום עסן? היעלה על הדעת?

לאמיר גיין ווייטער:
לאמיר זעהן אז זיי זאלן ערצייגן א ספישיס (מענטשן, חיות צי ראטן) זאלן זיין "פייער פרוף" און נישט פארברענט ווערן אין פייער? פארוואס זאל מען נישט קענען? נעטשרול סעלעקשאן איז דאך א מציאות ניין?
לאמיר זעהן אז די סייענטיפישע וועלט זאל "טוישן" אז א פיש זאל קען לעבן אינדרויסן פון וואסער פאר וואכן אין חדשים. (נישט קיין סיעלס אדער עלעקריק איעלס וואס גאט האט אזוי באשאפן) זאלן זיי מאכן רענדאם מיוטעישאנס און לאמיר זעהן זייער וואונדער.
לאמיר זעהן אז זיי זאלן ערצייגן אז אן עלעפאנט זאל געהעריג קריכן אויף א בוים, וואס רוב חיות קענען באווייזן?
לאמיר זעהן זיי זאלן ערצייגן א "סלאוט" (מיט די דריי פינגערס) ער זאל קענען לויפן.
לאמיר זעהן אז זיי זאלן מיט זייער גרויסע קענטעניס שיפטן א האריקעין, צי א טארנעידא אז עס זאל נישט קומען אהער?
לאמיר זעהן אז זיי זאלן פארמיידן א ערד-ציטערניש?
לאמיר זעהן אז זיי זאלן פארמיידן א פארפלייצונג, אויב עס רעגנט צופיל, זאלן זיי אריינשיסן אין די וואלקענעס, און סטאפן דעם רעגן צי רוקן די וואלקענס אין ים אריין?

דאס וועט נאך אויך נישט עפעקטן מיין אמונה, ווייל קיין שום זאך פאסירט נישט אליין. NOTHING! ניטאמאל וועט עס ברענגען א ספק.

אויב ווילט וויסן וואס עס קען מעגליך דעמידזשען מיין אמונה?
אויב זיי וועלן באווייזן צו טוישן דעם סייקל פון די זון. אז עס זאל אויפשטיין אויף מערב זייט, און אונטערגיין אויף מזרח. דעמאלט וועל האב מיין ערשטע טשעלענדזש.
אדער אויב זיי וועלן מאכן זון קאלט.
אדער אויב זיי וועלן טוישן דעם סייקל פון די ארביט פון די לבנה, אז זאל זיך ארומדרייען די וועלט איינמאל אין 2 חדשים, נישט יעדן חודש.
אדער זיי וועלן טוישן דעם ארביט פון פלאנט ערד, אז עס זאל טוישן סדר, זומער זאל עס זיין אויף סאוט, און ווינטער אויף נארט, פארקערט ווי עס איז יעצט.



דערווייל בין איך זייער קאנפידענט. ווייל "אלעס" גייט גענוי ווי גאט האט געוואלט - א טריליאן X טריליאן X טריליאן נייע פלאנעטן צייגט גארנישט.

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 8:17 pm

· #347856
moshav zekeinim
טאמער רעליגיע האט איבערגעלעבט דארווינען וועט עס שוין אלעס איבערלעבן.


דאס איז געווען די גרינגסטע זאך פאר רעליגיע.

זבולון » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 9:21 pm

· #347861
אוי מיין הקב״ה!!!

פארוואס מוז אזא פשוטע נייעס׳ל ווערן פארוואנדלט אין אן אויסגעדראשענע וויכוח וועגן סייענס ווס. רעליגיע, עס איז דא גענוג אשכולות וועגן דעם, מען קען זיך טענה׳ן און טענה׳ן דארטן.

אויב פיהלסטו אז יעדע נייעס׳ל צושאקלט דיין/יענעם׳ס אמונה, דאן פעלט דיר סעקיוריטי אין דיינע גלויבונגען. איך זעה נישט פארוואס די עקזיסטענץ פון גאט איז געוואנדן אין די נושא פון ׳חיים מחוץ לכדור הארץ׳, אדער דא רעדט מען נאר פון ׳תנאי חיים מחוץ לכדור הארץ׳.

moshav zekeinim » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 9:53 pm

· #347867
ר׳ אליעד כהן, א ברסלב׳ער מנהיג אין ארץ ישראל, איז מסביר ר׳ נחמן׳ס שארפער קעגנערשאפט צו חקירה, ווייל ער האט געהאלטן אז אמיתת היהדות איז נישט מעגליך אויפציווייזן.

מען קען הערן זיינע פילאזאפישע שמועסן און שיעורים בספרי ר׳ נחמן זצ"ל אויף יו טוב.

moshav zekeinim » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:13 pm

· #347873
דער ספר הברית דרינגט ארויס פון זוהר אז עס איז יתכן ברואים אויף אנדערע פלאנעטן, אבער נישט מענטשן בעלי שכל.

moshav zekeinim » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:18 pm

· #347875
פארוואס איז דער אנטדעקונג פון אמעריקא נישט געווען א משבר באמונה, די מענטשן דארטן זענען דאך נישט פון די בני נוח? ד.ה. אז על כרחם האבן חוץ בני נח איבערגעלעבט דעם מבול?

moshav zekeinim » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:25 pm

· #347876
אויף אומאידענטיפיצירטע ברואים (עיליען) זענען דא וואס טענה׳ן אז זיי קענען זיך געפונען אפילו אויף די לבנה, און אומזוניגע פלאנעטן. אבער די עיקר שאלה וואס אינטרעסירט גי מענטשהייט איז צו עס געפונט זיך א פלאנעט וואו ברואים אזויווי פון אונזער וועלט קענען לעבן.

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:14 pm

· #347885
moshav zekeinim
פארוואס איז דער אנטדעקונג פון אמעריקא נישט געווען א משבר באמונה, די מענטשן דארטן זענען דאך נישט פון די בני נוח? ד.ה. אז על כרחם האבן חוץ בני נח איבערגעלעבט דעם מבול?

הקטן » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:02 am

· #347886
ונבנתה העיר
כ'האב מעודי נישט פארשטאנען די וואס האבן א פראבלעם מיט 'לעבן' ערגעץ אנדערש.

פאר די מאמין איז נישט קיין נפקא מינא איין צי שי עולמות

אבער דער כופר וואס דריקט אים אז the laws of nature קען גארנישט גארנישט אינווענטען, האט נאך קיינמאל גארנישט אינווענטען זיכער נישט קיין ליווינג סעל
און זיכט זייער שטארק זיך אליין צי קאנוויסען אז לעבן קען יא געשען פין זיך אליין ,זיי זענען זייער אנגעוויזען צי טרעפן לעבן חאטש וואו.
הגם וואס וועט דאס ווייזען ?
אבער ווער מיינסטו איז אויף געקימען מיט גאט אף די געפס?
דאס איז זייער מיינד סעט -
דאקינס למשל האפט אז סוף סוף וועט מען געפינען Extraterrestrial life און מען וועט זיי מאכן אחראי אויף דער וועלט
איי וואס וועט אים דאס העלפן?!? ער האט סך הכול געפאשט די באל ווייטער - אבער דאס איז די מיינד סעט פין זייער גאט אף די געפס.

דער עטיאיסט זאגט אז ער האט א טעאריע וואו אזוי דער וועלט איז דא
ווען דער עטיאיסט שרייט אז עוועלאציע איז פאקט מיינט דאס אז די טעאריע איז א פאקט וואס קען זיין - נישט אז ער ווייסט אז פאקטיש איז דאס אזוי געווען, ער איז נישט דארט געווען - ער זאגט אבער אזוי מסברא - א טענת שמא
דער מאמין ווידער, גלייבט נישט אין בראשית ווייל דאס איז זיי איינציגער הסבר וואו אזוי אזא וועלט קען זיין, דער מאמין'ס קלעם איז אז ער האט דירעקט knowledge וואו אזוי דער וועלט איז דא
אין ער האט דער נאליד'ש דארך זיין מוסרה פין דער בורא עולם אליין, וואס האט דאס איבער געגעבן למשה מיסיני

דא שאלגן זיך נישט ארים צוויי טעאריעס
משל למה הדבר דומה :
ראובן איז אויפגעקימען אז א 747 ערעפלאן קען צישטאנד קימען דארך גאר א שטארקע האריקען
יעצט וויל ראובן זאגן אז די פליגערס פין דעלטע קימען אלע פין האריקענס (אגב מען קען זען ראובן ארים זיכען ערעפלאנען און אלע מדבריות)
שמעון פארשטייט זיך לאכט, און זאגט פאר ראובן זיי נישט קיין נער קיין ערעפלאן געשעט נישט פין קיין האריקען - אבער לאמיך דיר עפעס זאגן ראובן - מיין פעטער איז די CEO פין באינג און ער האט מיר פארציילט ווער עס האט דאס געבויט

דער כופר שרייט ווייטער מי השם אשר אשמע בקולו
אבער די געפס זענען קיינמאל נישט געווען די איד'ס גאט
דער כופר קען נישט מער וואו טענהען א טענת שמא, ער זיכט ראיות פין א יעדער סארט געפ ווידער דער מאמין טענעט א טענה'ס ברי
ס'איז א שאד, ביבער, נישט צי קענען דיין אייגענע מסורה.

אברהם אינזער זיידע דער ערשטער סייענטיסט, דער ערשטער וואס האט געפרעגט "תאמר שהעולם הזה בלא מנהיג" צי זיין מסקנה איז ער נישט געקימען ווייל נאר דאס האט אים געמאכט סענס, בכלל נישט! זיין מסקנה האט ער באקימען דארך הציץ עליו הקב"ה ואמר לו אני הוא בעל העולם

משל לאחד שהיה עובר ממקום למקום, וראה בירה אחת דולקת אמר תאמר שהבירה זו בלא מנהיג, הציץ עליו בעל הבירה, אמר לו אני הוא בעל הבירה, כך לפי שהיה אבינו אברהם אומר תאמר שהעולם הזה בלא מנהיג, הציץ עליו הקב"ה ואמר לו אני הוא בעל העולם

חקירה איז דא נאר דערנאך וואס אינז ווייסען שוין, ווייל מיר האבן דאך ערשט האנטיגע אינפערמאציע, קימט חקירה און מאכט דאס זאל זיין מער נבלע בדם און לעבן דערמיט (פאר די וואס האבן געהאלטן דעפין)

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 11:43 pm

· #352456
.
📎 2016-10-13 23.28.00.jpg

בן אדם » פרייטאג אקטאבער 14, 2016 8:34 am

· #352484
אפשר האלט אין איין צוקומען נאך מיט די מצוות און מעשים טובים וואס מיר טוען...

ביבער » מוצ"ש אקטאבער 15, 2016 8:51 pm

· #352534
די נייעס באריכטעט אין אייוועלט, ליינט די נאכפאלגענדע תגובות דארטן מיט די משלים וואס איז מסביר וואס סייענס איז, איך בעט זייער נישט צו לאכן דאס איז גארנישט פאני, אזוי קוקט מען אויס ווען מען לערנט נישט.

<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=31691">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=31691</a>

טעכניש » מאנטאג יולי 10, 2017 2:43 pm

· #378537
Re: איבעראשונג: כמו-וועלט פלאנעט געפונען ארום נאנטסטער שטערן
moshav zekeinim
אויף אומאידענטיפיצירטע ברואים (עיליען) זענען דא וואס טענה׳ן אז זיי קענען זיך געפונען אפילו אויף די לבנה, און אומזוניגע פלאנעטן. אבער די עיקר שאלה וואס אינטרעסירט גי מענטשהייט איז צו עס געפונט זיך א פלאנעט וואו ברואים אזויווי פון אונזער וועלט קענען לעבן.

ניין. די עיקר שאלה איז, צו עס איז דא סיי וואסערע שפירן פון "לייף" אויף אנדערע פלאנעטן.

שבת אחים » דינסטאג יולי 11, 2017 2:13 am

· #378614
געוואלדיג
moshav zekeinim
טאמער רעליגיע האט איבערגעלעבט דארווינען וועט עס שוין אלעס איבערלעבן.


דאס איז געווען די גרינגסטע זאך פאר רעליגיע.



נישט אמת. דעס איז געוועהן די ערגסטע זאך פאר רעליגע. אדרבה זאג וואס איז געוועהן ערגער פאר רעליגע ווי ״עוועאלציע״ און ״סייענס״. אמאל איז ״יעדער איינער״ געוועהן רעליגעז, ניין און נייציג פראצענט האבן געגלייבט אין עפעס א געטשקע, זינט דארווין זענען די נומבערס פון רעליגע צופאלן אויף שטיקער, עד כדאי כך אז רוב מערב אייראפישע (חוץ די נייע איסלאמע אימגראנטן און זייערע קינדער) זענען גענצליך פריי און סעקיולער.

דארווין׳ס איידיע פון עוואלאציע דורך ״נאטירליכע סעלעקעציע״ איז געוועהן די ״גרעסטע רעוועלאציע״ אין סייענס! אין ביאלגיע זיכער...! טויזנטער ביכער בלי גוזמא זענען ארויסגעקומען נאר אויף דארווינס איידיע, קענסטו יעצט זיצן לערנען/ליינען ביכער איבער עוואלאציע און אלעס ארום דעם פאר דיין גאנץ לעבן און דו וועסט לכאורה נאכאלץ נישט קענען אפליינען אלע ביכער פון די סובדזשעקט.


דארווין האט איבערגעדרייט די וועלט במלא מובן המילה, זיין קאנטאריווערסול איידיע איז געבליבן א ״חלק פון היינטיגע סייענס״ וואס ממש יעדער דאקטער, סייענטיסט, ביאלגיסט, זואלגיסט, אינטעלעקטשול נעמט אן אט די ווערסיע אלץ ״מעשה בראשית״!

דארווין׳ס בוך The Origin of Species האט זיך פארקויפט די מערסטע ביכער זייט די וועלט שטייט נאך די קריסטליכע בייבל.

דארווין איז א legend און א ״העלד״ אין די אויגן פון יעדע קלוגע מענטש אויף די וועלט. זיינע ווערק האט געטוישט די סייענטיפישע און מעצדינישע וועלט אויף אייביג, ער איז געוועהן פון די ערשטע צוזעהן די פראסעס פון עוואלאציע.

ונבנתה העיר » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 3:19 pm

· #392291
<a class="postlink" href="https://www.extremetech.com/extreme/261197-nasa-wants-launch-exoplanet-probe-2069">https://www.extremetech.com/extreme/261 ... probe-2069</a>

ברוך שפינוזה » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 3:52 pm

· #392294
שבת אחים

דארווין׳ס בוך The Origin of Species האט זיך פארקויפט די מערסטע ביכער זייט די וועלט שטייט נאך די קריסטליכע בייבל.

בבחינת "גם את כל חפץ זה לעומת זה עשה האלהים. טוב לעומת רע".
(וועלכע איז די רע, און וועלכע איז די טוב, לאז איך אפן.)

שבת אחים » דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:25 pm

· #392348
ברוך שפינוזה
שבת אחים

דארווין׳ס בוך The Origin of Species האט זיך פארקויפט די מערסטע ביכער זייט די וועלט שטייט נאך די קריסטליכע בייבל.

בבחינת "גם את כל חפץ זה לעומת זה עשה האלהים. טוב לעומת רע".
(וועלכע איז די רע, און וועלכע איז די טוב, לאז איך אפן.)


ר׳ איד וויפל איז די שיעור פון דרייען באליס???

אין יעדע אלטע אשכול געסטו אזא מין גרעפס אריין...
אפשר איז צייט צוגיין זוכן א זשאב? וואאס???? איינער האט דא ארבעטס פארמיטלונג נומבער??
בלאט: 1 2