☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי

כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי

74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10820
בלאט: 1 2

טרויבן88 » זונטאג אוגוסט 21, 2016 11:10 pm

· #346689
כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי
דא איז בייגעלייגט א קליפ וויאזוי קינדער שיסן אייער אויף א קאר אלץ א אקטיוויטי און די קאר דארף פארשטעלן ביבי נתניהו זיצן דארט... וויל איך הערן וואס זענען אייערער ריאקציעס. און אויב דעס איז עפעס אנדערש ווי כאמאס? און בכלל וויל איך וויסן אויב למשל איינער וויל אריינשיקן א קינד אין א מוסד אין ער טראכט יא סאטמאר אדער נישט סאטמאר וועט די קליפ אינפלוענסן ?

Sent from my BLU LIFE ONE X using Tapatalk
http://cloud.tapatalk.com/s/57ba6dac5e032/1_331650683038076923.mp4

טרויבן88 » זונטאג אוגוסט 21, 2016 11:14 pm

· #346690
Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי


Sent from my BLU LIFE ONE X using Tapatalk

יהושע חיים » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 1:49 am

· #346705
Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי



דער דאס » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:42 am

· #346708
איז דאס עכט??? כ'מיין וואס קומט נעקסט??

ליפא » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:50 am

· #346709
נעקסט קומט א חיזבאלא טרעינירינג לאגער

דער דאס » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:55 am

· #346710
.

דער דאס » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:57 am

· #346711
דער דאס
איז דאס עכט??? כ'מיין וואס קומט נעקסט??

כ'רעד פון די "היימישע" מנאפאלי געים, קאם אן, ס'מאכט נישט קיין טראפ סענס, איז דאס נאך א וועג צו 'מעניפעלעטן' אונזער קינדער?? פארדרייען יונגע מוחות? ס'איז מער ווי כ'קען דערהייבן...

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 3:26 am

· #346714
רבותיי עטץ פארשטייטץ נישט. דאס איז א חלק פון קאלארוואר (נוסח סאטמאר 2016 למספ'). עכט זיצט אין קאר הרב שטיינמאן. אויב מ'זאלל גלייך אויסזאגן פאר די קינדער, די צאן קדשים אז הרב שטיינמאן זיצט אין קאר וועללן זיי אפשר נישט וועללן ווארפן די אייער. נאכדעם וואס די קינדער האבן שוין געווארפן די אייער מיט גרויס התלהבות וועט דער הויפט מדריך אויס שרייען ...קאלארוואר...ס'איז עכט געווען רב שטיינמאן אין קאר. און ער האט געכאפט גוטע אייער... ס'האטציך געטראפן א חשוב'ער נדבן וועלכער האט מנדב געווען א טרעילער-לאוד מיט אייער פון נישט ציוניסטישע הינדלעך... 😂 🙄

שבת אחים » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 9:24 am

· #346725
יא יא, די חרדישע קולטור ווערט מעהר און מעהר עקסטרעם, אנשטאט מאכן נארמאלע אקטיוועטיס מיט די קינדער ווי שפילן באול וכודומה ברעינוואשט מען זיי מיט עקסטרעמע פארטיישע אנטי-ציוני אידיאליגעס, וואס וויל מען פון קליינע קינדער? לאז זיי שפילן באול און זאלן זיי אליין מחליט זיין וועם ליב צו האבן און וועם פיינט צו האבן אן קיין בייעסי.
<a class="postlink" href="http://www.jpost.com/Diaspora/Videos-leaked-from-Satmar-camps-show-kids-protesting-Israel-464680">http://www.jpost.com/Diaspora/Videos-le ... ael-464680</a>

בן אדם » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 9:46 am

· #346728
“They are showing them democratic values so when they grow up they can express themselves and demonstrate. We teach them freedom of speech.” He said the children are taught the values and principles that belong to their community, saying it is a “beautiful thing” that it is their right to protest a state and prime minister who, for instance, “force their brothers to go to the army.”


ער לערנט דאך אויס דעמאקראטיע...! הערסט א מעשה?

טרויבן88 » מאנטאג אוגוסט 22, 2016 10:53 am

· #346742
Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי
דא האט איר בייגעלייקט די ווידיא פון נאך א mock פראטעסט <a class="postlink" href="https://youtu.be/FIm3BmheF-k">https://youtu.be/FIm3BmheF-k</a>

סימפל » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:53 pm

· #346903
Y

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:58 pm

· #346906
ווער האט מתיר געווען צו שרייען אויף ענגליש? שקצים

מאטי » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 12:22 am

· #347348
<a class="postlink" href="http://www.rationalistjudaism.com/2016/08/summer-camps-and-summer-camps.html?m=1">http://www.rationalistjudaism.com/2016/ ... s.html?m=1</a>

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 1:15 am

· #347353
איך אויך
ווער האט מתיר געווען צו שרייען אויף ענגליש? שקצים

די וואוילע גויים. די חסידי אומות העולם פון אבאמא ירום הודו דארפן דאך פארשטיין וואס מ'שרייט. חוץ דעם. די עשה פון שעלטן די ציונים איז דוחה די לא תעשה פון נישט רעדן ענגליש. זיי וויללן נעבעך. אבער זיי קענען נישט. פון וואו זאלל מען קענען...?! אז מ'ווארפט ספיט-באללס אויפ'ן ענגליש טיטשער און מ'רופט עהם שייגעץ...!

קל וחומר » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 8:37 am

· #347367
Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי
יעצט האב איך שוין אויך וואס צו פארברענען בעצם יום הפורים.

לבלר » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 5:45 pm

· #347428
Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי
יעדער קינד וואל זיין א טאטא...
דאס אז די קינדער טיען עס האב איך נישט קיין פראבלים, די פראבלים פאנקט זיך און ווען די טאטעס שרייען! וד"ל

לַבְלָר היה אדם שידע קרוא וכתוב

טרויבן88 » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 6:39 am

· #381671

נעבעך פאר די קינדער... און דער בחור וואס רעדט דארט, א קעמפ אן אקטיוויטעטן, נאר על טהרות הקודש... דער סייענטיסט שווארץ זאגט פאר די קינדער צי שרייען העכער ווייל אויפן גאס ווערט די קול פארלוירן... לערנט מען דאך יא עפעס אויס...
יו טוב

איך אויך » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 7:43 am

· #381673
עקטשועלי גאנץ פיינע אינטערטעינמענט.

יהושע חיים » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 8:58 am

· #381677
Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי
ווי טרעפט מען אין סאטמער א בחור מיט אזא גוטן ענגליש? Wow

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

ציבעלע-קיגל » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 10:52 am

· #381687
די קאמעניסטען האבען אויך גענומען קינדער און זיי אינדאקטרינירט און געברעין וואשט. מען מיז דאך איבער געבען דאס רשעות פאר'ן נייעם דור... ח"ו זיי זאלען אויפוואקבען נארמאלע מענטשען

דער גאלדענער אדלער » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 10:53 am

· #381688
Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי
אנפריקן ביליוועיבל, דער איניסענט בחור'ל וואס האט אזוי שיין געגעבן די סטעיטמענט פאר די דרויסענדע גויאישע וועלט, וועט נאך געבן א סטיעטמענט פון סופארט פארן איזראעילישע גאווערמענט, יודא משיזהב, יואליש קרויס יוכיח

היסטאריקער » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 11:04 am

· #381691
זייער שיין,

די עלטערן וואס שיקן דארט זענן מסכים דערצו, און עס איז זייער חשוב צו איינפלאנצן די שיטה הק' אין די קינדער ביז ווילאנג מ' העצט נישט צו געוואלדטאטן אדער קעגן יחידים

דיסקלעימער, איך באלאנג צו צד מהר"א, אבער וואס איז גיט דארף מען משבח זיין

Ben-Shishim » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 11:20 am

· #381693
איך אויך
עקטשועלי גאנץ פיינע אינטערטעינמענט.

איש את רעהו » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 1:56 pm

· #381713
היסטאריקער
זייער שיין,

די עלטערן וואס שיקן דארט זענן מסכים דערצו, און עס איז זייער חשוב צו איינפלאנצן די שיטה הק' אין די קינדער ביז ווילאנג מ' העצט נישט צו געוואלדטאטן אדער קעגן יחידים

דיסקלעימער, איך באלאנג צו צד מהר"א, אבער וואס איז גיט דארף מען משבח זיין


גערעכט
פונקט ווי מען לערנט די קינדער צו משבח זיין מעשה פנחס וואס האט דערהארגעט צום טויט 2 מענטשן ובתוכם א נשיא שבט מישראל,
די זאכן דארף מען נישט ווארטן צו לערנען שפעטער.

איש את רעהו » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 1:58 pm

· #381714
ביי די בעלזעאים אין קעמפ לערנט מען צעירי הצאן וויאזוי די כנסת מעמבער'ס פירן די אידישע פאליטיק,
ביי די סאטמארע תלמידים לערנט מען צו לוחם זיין קעגן די מעשי הרשעים.

newkave » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 2:11 pm

· #381716
אמת, איך האב נארוואס געזען די קליפ פון די בלזאים.
געפערליך איז מילד גערעדט, היל'ת עפ'ל

diff » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 2:12 pm

· #381718
געלערנטע קנאות איז רשעת shame on the blatt

היסטאריקער » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 2:38 pm

· #381726
איש את רעהו
גערעכט
פונקט ווי מען לערנט די קינדער צו משבח זיין מעשה פנחס וואס האט דערהארגעט צום טויט 2 מענטשן ובתוכם א נשיא שבט מישראל,
די זאכן דארף מען נישט ווארטן צו לערנען שפעטער.

זעסט אמאל האלט מיר שוין די זעלבע,
כלנו בני איש אחד אנחנו [emoji1]

היסטאריקער » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 2:39 pm

· #381727
diff
געלערנטע קנאות איז רשעות shame on the blatt

ווייסט איינער וואס ער שרייבט דא

איש את רעהו » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 2:44 pm

· #381728
היסטאריקער
איש את רעהו
גערעכט
פונקט ווי מען לערנט די קינדער צו משבח זיין מעשה פנחס וואס האט דערהארגעט צום טויט 2 מענטשן ובתוכם א נשיא שבט מישראל,
די זאכן דארף מען נישט ווארטן צו לערנען שפעטער.

זעסט אמאל האלט מיר שוין די זעלבע,
כלנו בני איש אחד אנחנו [emoji1]

ווען נישט?
מיר זענען אלץ אויף איין פעידזש, מאכט זיך אמאל די זויערטייג פון די געבעקס כאפט זיך אריין.

גאנצל » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 2:46 pm

· #381729
היסטאריקער
איש את רעהו
גערעכט
פונקט ווי מען לערנט די קינדער צו משבח זיין מעשה פנחס וואס האט דערהארגעט צום טויט 2 מענטשן ובתוכם א נשיא שבט מישראל,
די זאכן דארף מען נישט ווארטן צו לערנען שפעטער.

זעסט אמאל האלט מיר שוין די זעלבע,
כלנו בני איש אחד אנחנו [emoji1]

שגיאות מי יבין

פיו הכשילך מחמת גרויס מהירות שמהרת איז ארויסגעקומען פון דיר א שרעקליכע פאטאלע מכשול
דו ביסט איינס מיט א סיקריק/נטורי/מחריבי קרתא?

זיי זענען דאך פון די ערגסטע סארט! זיי געבן דאך די מערסטע שטאף פאר די בריונים, אין זייער זכות האלטן זיי זיך ווייל זיי זענען מחריב די כח פון עדה החרדית מיט זייער שטענדיגע פיילן אקעגן די ערליכע און נארמאלע פון די עדה,

זיי האבן יעצט שלום געמאכט מיט איינע פון די גרעסטע אגודאים שותף אין די ממשלה, זיי האבן יעצט אנגעפילט זייערע פאבליק סקולס מיט הייליגע טייערע ריינע נשמות פון ילדי צרפת און זיי פארגיפטעט על מזבח הציוני,

אויף אזעלכע שרייבסט בני איש אחד נחנו?????

diff » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 2:56 pm

· #381731
היסטאריקער
diff
געלערנטע קנאות איז רשעות shame on the blatt

ווייסט איינער וואס ער שרייבט דא

איינס אז קנאות קענמען ניש לערנען ס'דארף קומען פון היץ. צווייטס א ביליגקייט פון בלאט צו ברענגען אזעלכע בילדער

איש את רעהו » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 2:59 pm

· #381733
גאנצל
שגיאות מי יבין
פיו הכשילך מחמת גרויס מהירות שמהרת איז ארויסגעקומען פון דיר א שרעקליכע פאטאלע מכשול

נעבעך נישט קיין שגיאה
דרייען זיך שוין היינט ארום אין מהר"א לאגער פארפארענע וואס האבן מער קיינע נערוון צום אדמו"ר, עס קאסט זיי צו טייער.

diff » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 3:23 pm

· #381738
מה, הם זלזלו?

גאנצל » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 3:35 pm

· #381740
diff
מה, הם זלזלו?


דו פרעגסט נאך ? ער האט עס מסתם געהערט ערשטהאנטיג פון דעם פרעדיגער אויף ר' אהרן יענקעלע כהן

אדער האט ער עס אליין געזען פון יצחק ווייס אויף בחדרי חדרים

ירח בן יומו » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 7:59 pm

· #381772

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 8, 2017 8:44 pm

· #381780
ירח בן יומו: דיינע תגובות מאכן מיך געוויינליך קוילערן פאר געלעכטער...!

עפעס איז דא פורימ'דיג אדער ס'האט צו טון מיט קאלאר וואר. ווייל די ערליכע, הייליגע אידענעס פון מאה שערים שטייען און לאכן זייער שטארק בשעת זיי האלטן פאלעסטינער פענדעלעך. און אן איזראעלי פאליס לעידי שטייט און קוקט זיך צו. ס'איז זיכער א קאלאר וואר שטיקל פון א חסיד'ישע, הייליגע דעי קעמפ אין ארץ ישראל אדער אין אמעריקע. והא ראיה. מ'האט באשטעלט א פאליס לעידי. און נישט קיין מאן. אזוי אז אלעס איז על טהרת הקודש...קיעפ איט אפ...!

diff » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:28 am

· #382125

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:32 am

· #382128
סדר הבאסעס?

געוואלדיג » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:48 am

· #382135
א שאד די טשולנט בונדלעך, מען קען מיט דעם שבת הרג'ענען אפאר ציונים...

סמבטיון » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:58 am

· #382138
בערל, גראדע איז די בילד א אמתע בילד פון מאה שערים, און די פרוי אויפן בילד איז נישט קיין אנדערע ווי דער פרוי פונעם באקאנטן יואליש קרויס וואס די ציוניסטישע פרעזידענט האט אים באפרייט לעצטענס, און דאס איז די הכרות הטוב פון די שלאנג, פלאטערט מיט א פאן פון אש"ף, ווי איז דיין הכרת הטוב און ווי איז דיין טראפ מענטשליכקייט? עקעלהאפטיגע סיקריק

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 12:03 pm

· #382139
איז נישט געווען ערגעץ באשריבן אז יואליש קרויס האט געמאכט א שארפע יו-טוירן און גענומען שטיצן גיוס און נאך ענליכעס???

טרויבן88 » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 12:10 pm

· #382142
בכלל נישט געמאכט א יו טורן, ער האט נאר געזאגט לויט זיין עקסטרעמע שיטה אז אויב די נעמסט געלט פון די מדינה מוזט גיין אין מיליטער ווייל לדעתו איז אלעס אסור...

דא האסטו דעם ארטיקל
<a class="postlink" href="http://www.kikar.co.il/240639.html">http://www.kikar.co.il/240639.html</a>

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 12:23 pm

· #382144
שכוח @טרויבן פארן ארטיקל, כ'האב עס ארום געזוכט און נישט געקענט טרעפן.
למעשה קוקט אויס פונעם ארטיקל ווי ער גייט נאר צו די הפגנות שבת. וועגן די עדה החרדית, קוקט ער שוין אויס מער פארעוועדיג, שוין מער נישט אזוי עקסטרעם, קען נאך זיין אז ער וועט נאכגיין יודא משיזהב, הלוואי

diff » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 12:32 pm

· #382145
ער אין זיין וייב שטימן נישט ככל הסיקריקים

טרויבן88 » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:45 pm

· #382152
דא האסטו דעם ארטיקל
<a class="postlink" href="http://www.kikar.co.il/240639.html">http://www.kikar.co.il/240639.html</a>

איך האב געזען די ארטיקל א שטיק צייט צוריק, און יעצט האב איך געניצט די סירטש ענדזשין אויף "ככר השבת" צי טרעפן די ארטיקל,

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:14 pm

· #382154
כ'האב עס געזוכט אויף דעם טרייפענעם גוגל און בשו"א נישט ארויף געקומען

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:34 pm

· #382156
ליטוואק פון בודאפעסט
סדר הבאסעס?

דעם סדר ה'באסעס באשרייבט מען נאר ווען מ'גייט פראטעסטירן קיין מאנהעטן אדער וואשינגטאן. משא"כ ווען מ'גייט לאקאל דארף מען נישט קיין באסעס. אבער אונזער גוטער פריינט הרב ישראל דויד ווייס שליט"א (וואס אונז שעם מיר זיך טיילמאל מיט איהם. ווען ער ציהט איבער דאס שטריקל. למשל ביי די האלאקאוסט דענייעל קאנפערענס, וואו ער איז געווען אן נ'איש מכובד. דער אורח הכבוד פון אכמאדיניזשאד, ימ"ש וחבריו די נאציס פון די וועלט.) וועט מאכן זיכער אז די קארעספאנדענטס פון 2 וויכטיגע נייעס נעצן זענען דארט ביים פראטעסט. און שיקן צוריק בילדער פאר זייערע משפחות בכל עולם הערבי-פלסטיני. ה"ה (מיט'ן אזלא גרש) אל זשאזירא און אירנא נייעס ארגאניזאציע. און דורכדעים וועללן זיי אראפנעמען דעם קיטרוג פון כלל ישראל. און די אלע אנטיסעמיטישע רוצחים וועללן שוין אויפהערן צו הרג'נען אידן...ובא לציון גואל...! אוי. מ'טאר עס נישט זאגן...!

נ.ב.: ווען איך שרייב דעיס אויף אייוועלט, וואלט מען מיך שוין לאנג געמעקט. אבער דא אויף קאוע שטיבל לאזט מען במנוחה, ב"ה. העכסטנס וועט הרב שמעקעדיג קרומען מיט די נאז און אויפמאכן אן אשכול אז דער באלאגאלעה דארף א דאקטער. מיין שאלה איז נאר אויב ער נעמט מעדיקעיד...ייש"כ... 😂

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:52 pm

· #382157
יעדער חסידישע פאסירונג קומט מיט א סדר הבאסעס. א יארצייט, א דינער, א יום הצלה און סתם א כינוס לצדיקים.
בלאט: 1 2