☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי

כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי

74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10820
בלאט: 1 2

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:54 pm

· #382158
ליטוואק פון בודאפעסט
יעדער חסידישע פאסירונג קומט מיט א סדר הבאסעס. א יארצייט, א דינער, א יום הצלה און סתם א כינוס לצדיקים.

@ליטוואק אויך קומט עס מיט בליטשקעדיגע לעקטערס, ס'ברענגט ארויס דעם חלק קידוש שם שמים

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:56 pm

· #382159
אנטשולדיגט, אבער קידוש שם שמים קומט פון לייגען א ריב סטעיק אויף א קאכעדיגע הייסע גריל, מיט קראכעדיגע קישקע וכו׳. אזוי האט וואטסעפפ אונז לעצטענס אויסגעלערנט.

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:58 pm

· #382161
@ליטוואק דו מאכסט מיך הינגעריג, כ'מיין איך כאפ מיך אריבער צו שמעלקע אויף שב"ק

גר ותושב » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 3:02 pm

· #382164
דו וועסט אונז כאטש איבערגעבן די געשעענישן?

שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 5:49 pm

· #382183
berlbalaguleh
העכסטנס וועט הרב שמעקעדיג קרומען מיט די נאז און אויפמאכן אן אשכול אז דער באלאגאלעה דארף א דאקטער. מיין שאלה איז נאר אויב ער נעמט מעדיקעיד...ייש"כ... 😂

ר' בערל, איר דארפט גיין גאר צו אן אנדערען דאקטאר ווי לכתחילה געמיינט. עפעס אין אייער קיבאורד איז געפערליך צוקריצט אזוי ווי א צעבראכענע CD וואס האלט אין איין איבערזאגן/איבערשרייבן דעם זעלבן ווארט 😛

berlbalaguleh » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 6:23 pm

· #382188
דער גאלדענער אדלער
שכוח @טרויבן פארן ארטיקל, כ'האב עס ארום געזוכט און נישט געקענט טרעפן.
למעשה קוקט אויס פונעם ארטיקל ווי ער גייט נאר צו די הפגנות שבת. וועגן די עדה החרדית, קוקט ער שוין אויס מער פארעוועדיג, שוין מער נישט אזוי עקסטרעם, קען נאך זיין אז ער וועט נאכגיין יודא משיזהב, הלוואי

דער גאלדענער אדלער: יהודה משי זהב איז אויכעט געבוירן און אויפגעוואקסן אין דעם שמאלץ פון די סיקריקים אין מאה שערים. און ער איז געווען בבחינת תינוק שנשבה. ער האט נישט געוואוסט עפעס בעסער ווי ווארפן שטעינער און שרייען און שעלטן. (פארברענען גארביטש קאנטעינערס און צוברעכן טרעפיק לייטס, ווי די היינטיגע סיקריקים טוען איז נאך דאמאלס נישט געווען געווען אין סטייל.). עד כדי כך אז מ'האט איהם גערופן דער קמב"ץ (קצין מבצעים) פון מאה שערים. על פיו ישברו ועל פיו יחנו. אבער היות ער איז א מענטש מיט א ברייטן פארשטאנד. און ער האט אייביג זיך אינטרעסירט צו וויסן וואס ס'טוט זיך אינדרויסן פונ'ם שמאלן ענגן באקס, האט ער זיך צו געלערנט און אויסגעפונען אז ס'זענען דא נארמאלע מענטשן אויף די וועלט אויך. און ער איז געווארן זייער א נארמאלער מענטש. און ר'האטציך אפגעלאזט פון די אלע שטותים והבלים. ער איז היינט צו טאג זייער א וויכטיגער מענטש אין די סאסייעטי אין ארץ ישראל. ער האט געגרינדעט די חשוב'ע און הייליגע ארגאניזאציע, זק"א. (זיהוי קרבנות אסון, רח"ל.) ער פארט אין די גאנצע וועלט וואו ס'געשעהט אן אומגליק מיט אידישע קרבנות, ל"ע קומט ער און זיינע שלוחים אן. און זיי העלפן. סיי ביקרא דחיי און סיי ביקרא דשכבי...!

דער גאלדענער אדלער » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 7:03 pm

· #382195
Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי
berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער
שכוח @טרויבן פארן ארטיקל, כ'האב עס ארום געזוכט און נישט געקענט טרעפן.
למעשה קוקט אויס פונעם ארטיקל ווי ער גייט נאר צו די הפגנות שבת. וועגן די עדה החרדית, קוקט ער שוין אויס מער פארעוועדיג, שוין מער נישט אזוי עקסטרעם, קען נאך זיין אז ער וועט נאכגיין יודא משיזהב, הלוואי

דער גאלדענער אדלער: יהודה משי זהב איז אויכעט געבוירן און אויפגעוואקסן אין דעם שמאלץ פון די סיקריקים אין מאה שערים. און ער איז געווען בבחינת תינוק שנשבה. ער האט נישט געוואוסט עפעס בעסער ווי ווארפן שטעינער און שרייען און שעלטן. (פארברענען גארביטש קאנטעינערס און צוברעכן טרעפיק לייטס, ווי די היינטיגע סיקריקים טוען איז נאך דאמאלס נישט געווען געווען אין סטייל.). עד כדי כך אז מ'האט איהם גערופן דער קמב"ץ (קצין מבצעים) פון מאה שערים. על פיו ישברו ועל פיו יחנו. אבער היות ער איז א מענטש מיט א ברייטן פארשטאנד. און ער האט אייביג זיך אינטרעסירט צו וויסן וואס ס'טוט זיך אינדרויסן פונ'ם שמאלן ענגן באקס, האט ער זיך צו געלערנט און אויסגעפונען אז ס'זענען דא נארמאלע מענטשן אויף די וועלט אויך. און ער איז געווארן זייער א נארמאלער מענטש. און ר'האטציך אפגעלאזט פון די אלע שטותים והבלים. ער איז היינט צו טאג זייער א וויכטיגער מענטש אין די סאסייעטי אין ארץ ישראל. ער האט געגרינדעט די חשוב'ע און הייליגע ארגאניזאציע, זק"א. (זיהוי קרבנות אסון, רח"ל.) ער פארט אין די גאנצע וועלט וואו ס'געשעהט אן אומגליק מיט אידישע קרבנות, ל"ע קומט ער און זיינע שלוחים אן. און זיי העלפן. סיי ביקרא דחיי און סיי ביקרא דשכבי...!
ר' בערל יא פיין אראפגעלייגט, כ'געדענק נאך משיזהב פון אמאליגע צייטן.
כ'האב גראדע זייער הנאה געהאט ווען מ'האט עם מכבד געווען מיטן צינדן א פאקל ביי די טקס הדלקת המשואות אין ה' אייר

טרויבן88 » מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 7:46 pm

· #382202
Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי
דער גאלדענער אדלער
שכוח @טרויבן פארן ארטיקל, כ'האב עס ארום געזוכט און נישט געקענט טרעפן.
למעשה קוקט אויס פונעם ארטיקל ווי ער גייט נאר צו די הפגנות שבת. וועגן די עדה החרדית, קוקט ער שוין אויס מער פארעוועדיג, שוין מער נישט אזוי עקסטרעם, קען נאך זיין אז ער וועט נאכגיין יודא משיזהב, הלוואי

איך האב געהערט אסאך מענטשן מאכן דעם חשבון, וואס ווער ספארשטייט די יסודות'דיגע חילוק פון נטורי קרתא און סאטמאר ווייסט אז עס פאנגט זיך בכלל נישט אן, אין סאטמאר האט מען נישט געהאלטן פון די מדינה אבער איז קיינמאל נישט געווען אין א מצב פון האלטן אז די מדינה דארף ווערן אויפגעלעזט, ווידעראום לויט נטורי קרתא איז זייער שיטה געווען און בפשטות נאך אלץ אז די מדינה דארף ווערן אויסגעלעזט און די אראבער זאל עס איבערנעמען, און יואליש קרויס איז פון נטורי קרתא זאגט ער די טעארעטישע שיטה אז אויב די נעמסט געלט פון מדינה דארפסטו גיין אין מיליטער, ווייל לשיטתו טאר מען ביידע נישט, ער האט אויך נישט קיין פאספארט פון מדינת ישראל אויכעט וויבאלד ער אנערקענט נישט אין די מדינה, דעריבער האט זיין ווייב עם נישט געקענט באזוכן אין טורמע בשעת ווען ער איז דארט געווען, און געווען אין טורמע איז ער אויך וויבאלד ער האט נישט ארויסגענומען א פערמיט צי אפערירן א שחיטה און ער האט נישט באצאלט דיין טעקס וויבאלד סאיז דאך נישט דא קיין מדינה,
ממילא זענען איך נישט ווי די מדובר פאנגט זיך אן

diff » מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 9:04 pm

· #382203
.

diff » מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 9:04 pm

· #382204
נ"ק וואלטען קיינמאל נישט געזאגט אזוי. בפרט צום פרייע.

#הציץ ונפגע

berlbalaguleh » מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 11:15 pm

· #382214
טרויבן 88: איך וויל נאר א ביסל מרחיב את הדיבור זיין אין דיינע ווערטער. לויט דעם אינטערוויו וואס יואל'יש קרויס האט געגעבן האט ער געזאגט זייער פשוט'ע און שכל'דיגע ווערטער. ער האט געזאגט אויף זיך..."איך, וואס איך נעם נישט קיין פרוטה פון די מדינה. און כ'האב נישט קיין שום שייכות צו איהר רעגירונג. איך קען רעדן אקעיגן גיוס. משא"כ הרב אויערבאך וסייעתו. הפלג הירושלמי, ווי זיי רופן זיך. זיי נעמן כל'ערליי געלטער פון די מדינה.געלט פאר די ישיבות. נאכדעים נעמען זיי קינדער געלט פון ביטוח לאומי. אויך זענען זיי נהנה פון די אפיציעלע קופת חולים. זיי דארפן גיין אין מיליטער. אנישט זענען זיי היפאקריטן און פאלשע ברואים. אט דאס וואס זיי זענען טאקע. איז לאמיר נישט פארדרייען זיינע ווערטער. ער האט קלאר ארויסגעזאגט וואס ער האלט. לשיטתו טארן זיי נישט נעמען געלט פון די מדינה. נאר זיי קענען נישט נעמען געלט פון די מדינה. און זיך מאכן פרום און קנאות'דיג פון די צווייטע זייט...!

diff » זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:24 am

· #382233
.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג אוגוסט 13, 2017 8:20 am

· #382234
Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי
קודם כל, די א.ג. קנאים זענען אויך היפאקריטס. א מדינה איז נישט נאר קינדער געלט. זיי געניסען פון די פאליציי מיט די מיליטער, די גאסען און די ענווייראמענט, די שמירה אז די עסען איז נישט פארגיפטעט און די הייזער קענען ביישטיין א קליין ווינט. יואליש קרויס, און דער תולדות אהרן רבי און משה הירש ע"ה האבען אלע גענוצט דער מדינה און נהנה געווען פון איהר (שלחן איזבל, טאמער דו ווילסט).

דאס וואוינען אין א.י. און נישט האבען דער ׳מידנעסטע שייכות׳ איז א בלאף און א שקר.

און הרב אויערבאך, על אף זיין היינטיגע מהלך געפעלט מיר נישט, איז גארנישט אנדערש ווי פריערדיגע גדולים אין דער הינזיכט. מ׳האט אלץ באקעמפט די מדינה אין פארשידענע וועגען און אויך גענומען געלט. פונקט היינט שלאגט ער זיך אויף אן אנדערען אופן ווי פריער, אבער די שיטה האט זיך נישט גע׳ענדערט. פארקערט, הרב שטיינמן זאגט אלץ אז די וואס פיהרען זיך אומ׳אחריות׳דיג אין די עניינים איז ווייל זיי פארשטייען נישט די רשעת הציונים אזוי גוט ווי איהם. דאס נעמען געלט איז א חשבון פון שטייערען, נישט צושטימונג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער » זונטאג אוגוסט 13, 2017 1:10 pm

· #382262
Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי
[ציטאט אראפגענומען]
און דאב אינקלוד עם אליין אויך

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 12:00 am

· #382347
און דער סאטמאר'ע רבי זי"ע האט עס אויך פארשטאנען. אזוי ווי ער האט אמאל געזאגט פאר ר' עמרם בלוי (בדרך צחות) אז ער וועט איהם אויפווייזן אז ער (ר' עמרם בלוי) איז דער גרעסטער ציוני. האט ער אנגעשטעלט א פאר אויגן און געזאגט. סאטמאר'ע רבי. איך ווארף מיך דאך אראפ אין פראנט די טראקטארס...! האט איהם די סאטמאר'רע רבי געענטפערט. טאקע פון דארט איז א ראיה...פארוואס ווארפסטו דיך אראפ פאר'ן טראקטאר. ווייל דו האלטסט אז ער וועט זיך אפשטעללן. הייסט אז דו האלטסט אז דער טראקטאר דרייווער איז א גוטער מענטש און נישט קיין רוצח...ביסטו א גרויסער ציוני...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 3:24 am

· #382360
Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי
דער מימרא איז פון בריסקער רב זי"ע וואס פלעגט איהם באזידלען ביי זיין מעריב מוצ"ש. ער האט מצד אחד געשעצט זיין תמימות׳דיגע גאנג פון מסירות נפש ומצד שני נישט געהאלטען פון זיין תמימות׳דיגע גאנג פון מסירות נפש.

אבער די ׳הוגי דעות׳ אויף אראפ צו קוקען אויף יענעם אנשטאט׳ס באקוקען די אייגענע ציצית קומען בכלל נישט אויפ׳ן טיש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:30 am

· #382365
ליטוואק: א יעדער חסיד לייגט עס אן אויף זיין רבי'ן. פונקט אזוי ווי א מופת. וואס איך האב געהערט 3 חסידים פון פארשידענע אנדערע רבי'ס. לייגט עס א יעדער אן אויף זיין רבי'ן...! נאר , קלו וקלו דברי אלוקים חיים...ס'האט געקענט געשעהן בייי ביידע רעבעס...סיי דער מהרי"ז מ'בריסק און סיי סאטמאר'רע רב האבן געהאט די כלים צו זאגן אזא טעירעה...!

יהושע חיים » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 8:54 am

· #382381
Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי
בריסקע רב האט מקבל געווען פון זיין טאטע אז ציונים זענען רוצחים און דאס איז ביי עהם געווען תורת משה

וועגן דעם איז צו קיין הפגנה קיינמאל נישט געגאנגען חוץ גיוס בנות ווייל דאס איז טאקע יהרג ואל יעבור

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

diff » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 4:33 am

· #382706
KKK March

Neo Tzitzis Rally

טרויבן88 » מאנטאג מאי 21, 2018 8:43 pm

· #403134
לג העומר איז פארגעקומען אזא אינצידענט וואס איז שוין געווען באריכטעט אין די אשכול, די ערגסטע מין סארט און מיט א כוונה ברורה אויפציציען קינדער מיט האס, געט א קוק לג בעומר הסתה
YouTube
פאר די וואס האבן נישט יו-טוב other link

berlbalaguleh » מאנטאג מאי 21, 2018 10:26 pm

· #403140
[ציטאט אראפגענומען]

ריכטיג: איך וויל נאר פארשטיין, וויאזוי. לשיטתו...!

אונטער חכם » דינסטאג מאי 22, 2018 2:36 am

· #403144
Re: כאמאס טרעינירונג לאגער אין ווילי
זעהט אויס עס זענען אויך דא אצ"ל אדער לח"י טרענירונג לאגערן

<a class="postlink" href="https://www.kikar.co.il/276102.html">https://www.kikar.co.il/276102.html</a>

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 22, 2018 3:18 am

· #403147
אונטער חכם: ייש"כ. אויף דעם לינק פון כיכר השבת הערט מען ווי דער רבי שליט"א רעדט פון קאווע שטיבל/עך...!!
די רבי זאגט אז אין קאווע שטיבל רעדט מען ציונות בגלוי. מ'שעמט זיך גארנישט...! יא. די רבי שליט"א ווייסט אז אין קאווע שטיבל איז דא א גרויסער ציוני. בערל בעל עגלה...!

איך האלט אז דער כינוס פון כ' סיון הבעל"ט איז נאר צוזאמגערופן געווארן דורכ'ן רבי'ן שליט"א צוליעב בערל בעל עגלה וועלכער שטייט און פרעדיגט ציונות. בלי שום בושה כלל...!

Gimpel » דינסטאג מאי 22, 2018 1:03 pm

· #403179
עס איז דא א שיינע ביך אויף רבי עמרם בלוי אין עברית איינער ווייס ווי מען קויפט עס
בלאט: 1 2