☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » משיח? בית המקדש? גאולה?

משיח? בית המקדש? גאולה?

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10795

וואלווי » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 1:51 am

· #345352
משיח? בית המקדש? גאולה?
עס קומט יערליך ארויף א נושא וואס איז נישט אזוי באטעמ'ט צו רעדען דערפון.

איז דא בנמצא א מנין מעמבערס פון קאווע שטיבל אדער ערגעץ אנדערש וואס גייען דע קומענדיגער זונטאג עכט קלאגען אז עס איז נישט דא היינט א בית המקדש?

איך רעד נישט פון מענטשען וואס נער'ן זיך און יענעם. איך בין נייגעריג צו היינט איז עכט דא דורך שניטליכע יודען שומרי תורה ומצוות וואס גלייבען אין באשעפער און ווילען טוהן גוטס וואס האבן באמת א פראבלעם, אן זיך דארפן קאנווינסען דורך זאגען א טעלעפאן בוך פון קינות איינגעקנייטשט דורשטיגערהייט, אז מ'איז נישט מקריב קרבנות בזמן הזה ווייל די בית המקדש איז חרוב געווארען צוויי טויזענט יאר צירוק. איך מיין נישט די ענין פון אמונה אין ביאת המשיח, איך מיין דוקא די געדאנק אז עס באדערט איינעם בכלל.

אמת, מענטשען האבן פריוואטע צרות וואס אפשר די גאולה וועט אויסהיילן. אודאי איז דא דא כללית'דיגע צרות פון גלות ליידען און דעס שטערט טאקע א יעדען איינציגע יוד נישט קיין חילוק ווי פרום ער איז. אבער איז דא מענטשען וואס וועט באדערען טאמער נאכדעם ווי אנטעסמיטיזם וועט זיך אויפהערען און פריוואטע פראבלעמען וועט נעלם ווערען וועט משיח נאך אלס נישט דא זיין און די בית המקדש וועט בלייבן ווייטער מכוון דארט אויבען ווי עס איז יעצט?

איין לימוד זכות איז אז דאס גופא איז א חלק פון די פראבלעם וואס אידישע קינדער מאכן מיט אלס חלק פון חורבן הבית. מ'האט אוועק גענומען איינע פון די יסודות פון יודישקייט אין עבודת השי"ת עד כדי כך אז עס באדערט נעבעך קיינעם נישט.

דער דאס » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 2:02 am

· #345354
עיין עדיטאריעל פון @אנאנים אין 'דער וועקער' #3

נאכן ליינען, פארשטייסט מען אביסל מער, אויף וואס ס'איז דא צו וויינען.

זבולון » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 2:10 am

· #345355
עס איז באקאנט פון חסיד'ישע ספרים אז א איד דארף לעבן מיטן זמן.

ווען מיר פראווען א יום טוב לזכר א געוויסע נס אדער פאסירונג, איז עס נישט סתם א היסטארישע געשעהניש וואס מיר צייכענען אן, עס איז עפעס וואס מיר דארפן אפעלירן צו אונזער יעצטיגע מצב. ווען חז"ל האבן געשריבן "בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו יצא ממצרים", די דגש איז אויף בכל דור ודור, מ'דארף זיך מתחבר זיין צו די יציאת מצרים פון דעם דור.

דאס זעלבע איז מיטן חורבן ביהמ"ק, מיר דארפן אפעלירן די ווייטאג פון חורבן צו אונזער היינטיגן מצב. דאס קענען מיר זעהן ביי די קינות, אז במשך די דורות האבן אלע מקוננים פארפאסט קינות וואס באוויינען די צרות און פאגראמען וואס זענען פארגעקומען אין זייערע צייטן.

היינטיגע צייטן, ווען מיר לעבן אין א רעלעטיוו רואיגע תקופה, אין ארץ ישראל הערשט א דעמאקראטישע רעגירונג, אין דא אין אמעריקע איז דער מצב אויך נישט אזוי שלעכט, איז זייער שווער צו זיך מתחבר זיין צו דעם טאג. און עס פעלט אויס א באזונדערע עבודה... אקעי, מיינע אויגן קלעבן זיך שוין צו, וועלן מיר ממשיך זיין מארגן.

וואלווי » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 2:15 am

· #345356
דער דאס
עיין עדיטאריעל פון @אנאנים אין 'דער וועקער' #3

נאכן ליינען, פארשטייסט מען אביסל מער, אויף וואס ס'איז דא צו וויינען.


אמת ער שרייבט טאקע הערליך און האב נאנישט געהאט געליינט די עדיטאריאל ביז יעצט.

אבער כ'האב מורא צו זאגען אז זיין משל מיט'ן צאנזער רב אנציקט אונז היינט ליידער אויך נישט...

וואלווי » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 2:17 am

· #345357
זבולון
אקעי, מיינע אויגן קלעבן זיך שוין צו, וועלן מיר ממשיך זיין מארגן.


האומר אשכים ואשנה וכו'

פארגעס אויך נישט אז מארגען איז due דיין הערליכע שיעור אויף פרשת השבוע

בן אדם » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 9:10 am

· #345374
ביי מיר איז א גרויסע חילוק פון ת"ב ביינאכט און אינדערפרי, ווייל ביינאכט האלט מען נאך א סעודת המפסקת אדער א של"ש און מ'איז אין די גיסטע צו ווערן עמוציאנאל און וויינען, אבער אינדערפרי ווען מ'איז אויסגעטריקנט און פארקנייטשט אעז שוין אן אנדער מעשה...

שלום על ישראל » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 10:48 am

· #345381
צוויי ווערטער: אטמאספער און מחשבה. אקעי, נישט ממש נאר די צוויי.

דאס איז אמת, נישט נאר תשעה באב צו וויינען, נאר פסח ביי די "לראות את עצמו", צו ערענסקייט שבועות צופרי (אדער ותיקין) ביי אהבה רבה, אדער א הארציגע געטענץ שמחת תורה, א.א.וו.

די יסוד פאר א ווארעמע עקספיריענס אין יעדע מצב, איז קודם זיך ארומנעמען מיט ריכטיגע מענטשן. ס'שווער צו לאזן א טרער ווען דער עולם ארום שיקט וואטסעפפ\טעלעגראם אדער שטיפט ארום. ווי אויך וויינט זיך גאר גרינג ווען מען זעהט א צווייטען וויינט (הכל לפי המבייש והמתבייש).

צווייטענס, העלפט אסאך צו פארקוקען - קודם און בעת - איבער די ענינים. אוודאי ווייס יעדער די געשיכטע אויסעוויינדיג, אבער עס דורכשפילן אין מוח, קומט נישט אהן גרינג אהן די דערמאנונג פון ספרים הקדושים. ווי אויך העלפט די כוח הדמיון וואס איז אנדערש פון איין מענטש צום צווייטן. די זעלבע העלפט זיך פארקוקן פאר אלע ימים טובים (און נישט-אזוי טובים) זיך צו אריינשטעלן אין די דעטאלן.

איי וואס האב איך פון דעטאלן ווען דו שפירסט אז די פראבלעם איז אז עס איז דיר נישט נוגע? דאס וועסטו נאר זאגן ווילאנג דו ביזט "אינדערויסען". איינמאל דו ווארעמסט זיך אהן, וועסט נישט פארשטיין פארוואס דו האסט עס געפרעגט.

קל וחומר » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 11:57 am

· #345387
Re: משיח? בית המקדש? גאולה?
ס'דא א באקאנטע ווארט פונעם שפת אמת אויפן מחבר ס"א ס"ג ראוי לכל ירא שמים שיהא מיצר ודואג על חורבן בית המקדש. און טאמער איז ער נישט קיין ירא שמים זאל ער קלאגן אויפן אייגענע חורבן!
מיר זענען ליידער אזוי ווייט און טיעף אין גלות אז עס איז פארגעסן געווארן די נאנטע קשר וואס מיר האבן געהאט מיטן פאטער. געדענק, די ווירטשאפט אין ביהמ"ק איז נישט געווען סתם א מעשה קוף בעלמא, ס'איז געווען א פארעם פון זיך מתדבק זיין און איבערבעטן מיטן באשעפער וואס מען האט געשפירט בחוש! א יעדע איד וואס איז אריין אין ביהמ"ק האט דארט געקענט מנבא זיין! קענסטעך פארשטעלן די טיעפע הרגשים און געגועים וואס איז דארט פארגעקומען!

שמעקעדיג » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 12:10 pm

· #345389
יעדע מאל ווען מען הייבט אן קלאגן אז מיר זענען "ליידער אזוי טיף אינעם גלות", ווילט זיך מיר פרעגן, אשר על כן? וועמען בלעימט מען? וואס זאלן מיר טון אז מיר זענען פאריאגט און פארפלאגט על המחי' ועל הכלכלה, אין לך יום שאין קללתו מרובה מחברתו, מען האט דאגות און נסיונות ברוחניות ובגשמיות, עקספעקט טאקע השי"ת אז מיר זאלן האבן הרגשים און בענקשאפט צום בית המקדש, א זאך וואס מיר האבן ממש נישט קיין מושג דערין?

רוב פון די וואס וויינען יא וויינען נאר אויפן חורבן בדורינו, וואס איז טאקע א רעזולטאט פונעם חורבן ביהמ"ק, אבער בעצם שפירן א בענקשאפט צו א זאך וואס מיר קענען זיך ניטעמאל פארשטעלן אין דמיון, איז ממש על מנת שתעלה לרקיע!

איך זעה אסאך מאל אז ספרים שרייבן דערוועגן, צב"ש בספה"ק נועם אלימלך עה"כ היתה לי דמעתי לחם יומם ולילה באמור אלי כל היום אי' אלקיך, אז דער אריכות הגלות איז ווייל די טרערן איז נאר אל הלחם, און נישט מען זוכט דער באשעפער, און אזוי איז פאראן אסאך חסידישע טייטשן, עס איז מיר שווער צו פארשטיין, אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו, אין די אלע שוועריגקייטן וואס מיר גייען אדורך מבית ומבחוץ, ערווארטעט ער טאקע אז מיר זאלן וויינען אויפן חורבן ביהמ"ק?

אפשר קען מיר איינער מסביר זיין.

בן אדם » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 3:42 pm

· #345420
דאס אז משיח קומט נישט וועגן דעם מיינט נאך נישט אז מ'דארף למעשה אזוי טון. ס'דא אסאך זאכן וואס אויב 'מ'וואלט עס געטון וואלט שוין משיח געקומען' ווי למשל ווען אלע אידן וואלטן געווארן הייליג אדער אפשר אויב מ'וועט אויסהארגענען אלע גוים פון די גאנצע וועלט וכו' וכו'. ס'איז פשוט אז דער נועם אלימלך רעדט בעיקר צו צדיקים.

וואלווי » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 8:38 pm

· #345448
שמעקעדיג

רוב פון די וואס וויינען יא וויינען נאר אויפן חורבן בדורינו, וואס איז טאקע א רעזולטאט פונעם חורבן ביהמ"ק, אבער בעצם שפירן א בענקשאפט צו א זאך וואס מיר קענען זיך ניטעמאל פארשטעלן אין דמיון, איז ממש על מנת שתעלה לרקיע!

איך זעה אסאך מאל אז ספרים שרייבן דערוועגן, צב"ש בספה"ק נועם אלימלך עה"כ היתה לי דמעתי לחם יומם ולילה באמור אלי כל היום אי' אלקיך, אז דער אריכות הגלות איז ווייל די טרערן איז נאר אל הלחם, און נישט מען זוכט דער באשעפער, און אזוי איז פאראן אסאך חסידישע טייטשן, עס איז מיר שווער צו פארשטיין, אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו, אין די אלע שוועריגקייטן וואס מיר גייען אדורך מבית ומבחוץ, ערווארטעט ער טאקע אז מיר זאלן וויינען אויפן חורבן ביהמ"ק?

אפשר קען מיר איינער מסביר זיין.


וואס שש שרייבט איז טאקע אינספרעישינעל אבער עס איז ווייט פון די מציאות ביי רוב בני אדם וואס קענען נישט לאזן טרערען אויף דעם.

ווידער די עצות פון ליינען דאס און יענס איז טאקע גוט אבער נאר נאך אסאך קאנווינסען און נאר בשעתו ווייל א טאג צוויי נאכדעם האט מען שוין לאנג פארגעסען און ס'רירט נישט אן די מענטש באמת.

וואלווי » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 8:51 pm

· #345449
שלום על ישראל
צו ערענסקייט שבועות צופרי (אדער ותיקין) ביי אהבה רבה, אדער א הארציגע געטענץ שמחת תורה, א.א.וו.



די נפק"מ פון תשעה באב און שבועות איז אז צו תורה קען מען רילעיטען ס'איז עפעס וואס איז נוגע היינט צו א יעדען למחצה ולשליש וכו'

אזוי אויך די צו שטעל צו אנדערע ימים טובים העלפט נישט צו פיל ווייל די פראבלעם פון טרויער אין תשעה באב איז באמת א פראבלעם ביי אנדערע ימים טובים אויך אביסל ווען מ'פרייט זיך נאר מיט ושמחת בביתך אתה ובנך ובתך מיט אין שמחה אלא בבשר וביין ובשלאפן שפעט וקאלאצען אין שוהל. דארט איז אויך דא א פראבלעם צו דערגרייכען אמת'ע רוחניות'דיגע שמחה, אבער ווי נישט ווי קען מען זיך פרייען און די מענטש איז בשמחה. משא"כ תשעה באב איז אבי געקלאגט.

שלום על ישראל » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 9:46 pm

· #345456
וואלווי
שלום על ישראל
צו ערענסקייט שבועות צופרי (אדער ותיקין) ביי אהבה רבה, אדער א הארציגע געטענץ שמחת תורה, א.א.וו.



די נפק"מ פון תשעה באב און שבועות איז אז צו תורה קען מען רילעיטען ס'איז עפעס וואס איז נוגע היינט צו א יעדען למחצה ולשליש וכו'

אזוי אויך די צו שטעל צו אנדערע ימים טובים העלפט נישט צו פיל ווייל די פראבלעם פון טרויער אין תשעה באב איז באמת א פראבלעם ביי אנדערע ימים טובים אויך אביסל ווען מ'פרייט זיך נאר מיט ושמחת בביתך אתה ובנך ובתך מיט אין שמחה אלא בבשר וביין ובשלאפן שפעט וקאלאצען אין שוהל. דארט איז אויך דא א פראבלעם צו דערגרייכען אמת'ע רוחניות'דיגע שמחה, אבער ווי נישט ווי קען מען זיך פרייען און די מענטש איז בשמחה. משא"כ תשעה באב איז אבי געקלאגט.

איך האב נישט קיין פראבלעם צו רעלעיט'ן צו שכינתא בגלותא.

שלום על ישראל » פרייטאג אוגוסט 12, 2016 12:47 pm

· #345519
אוודאי ווי דו זאגסט, נאר די שמועס איז געפארן אז וויאזוי קען א מענטש אין די היינטיגע דור און מצב זיין צובראכען פאר א פארלוסט פון קרוב צו 2,000 יאהר צוריק? צו שפירן מיר בכלל די שעבוד הגלויות?

אבער, ווי כ'האב אקורשט געשריבן
שלום על ישראל
איך האב נישט קיין פראבלעם צו רעלעיט'ן צו שכינתא בגלותא.

וואלווי » זונטאג אוגוסט 14, 2016 4:29 am

· #345597
שלום על ישראל
איך האב נישט קיין פראבלעם צו רעלעיט'ן צו שכינתא בגלותא.


כל הכבוד לך, אדרבה זיי מסביר דיינע הרגשים ווי אזוי די רילעיטס צו שכינתא בגילותא אנדערע זאלען דאס אויך קענען פילן. ייש"כ.

שלום על ישראל » זונטאג אוגוסט 14, 2016 10:35 am

· #345602
וואס איך זאג איז אז איך דארף נישט אייגענע פראבלעמען צו טרויערן; פאר מיר איז ביטער צו זיין טרויעריג - און שפירן שלעכט און שולדיג - פאר די שכינתא בגלותא, וואס מיר האבן גורם געווען.

דאס האב איך געמיינט, אבער כדי צו קענען שפירן די הרגשים, וועסטו דארפן טון דיין האום ווארק, ווי אויבן דערמאנט.

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 14, 2016 3:38 pm

· #345617
שלום על ישראל
אוודאי ווי דו זאגסט, נאר די שמועס איז געפארן אז וויאזוי קען א מענטש אין די היינטיגע דור און מצב זיין צובראכען פאר א פארלוסט פון קרוב צו 2,000 יאהר צוריק? צו שפירן מיר בכלל די שעבוד הגלויות?

אבער, ווי כ'האב אקורשט געשריבן
שלום על ישראל
איך האב נישט קיין פראבלעם צו רעלעיט'ן צו שכינתא בגלותא.

שלום על ישראל:מיט דעם מצב פון רילעיטן צו דעם חורבן בית המקדש און זיין פארטריבן אין גלות האביך נישט קיין פראבלעם. אבער דאס ארבעט נאר ווען מ'איז נישט פון די פארשימלטע מוחות וועלכע פרייען זיך אייביג צו צרות ישראל. און זיי ווילן אייביג אויפווייזן ווי גערעכט זיי און זייער דרך (שיטה) איז. און אז די ציונים זענען די גרעסטע עמלקים און זיי זענען שולדיג אפילו פאר'ן חורבן ביהמ"ק און פאר גזרות ת"ח ות"ט. ווייל א נארמאלער מענטש (איד) קען זיך אייביג פארשטעללן וואס ס'וואלט געווען אויב די מיליטער פון ארץ ישראל וואלט ח"ו פארלוירן די מלחמה, אזוי ווי דער מצב האט אויסגעזעהן אום יום כיפור תשל"ג. און דער אייבישטער, יא די אייבישטער, נישט די סיטרא אחרא האט געהאלפן און די אידן האבן געהאט א ניצחון. ווייל די זעלבע מצב איז געווען 1948 יאר צוריק בשעת'ן חורבן בית המקדש. און די אלע צרות וועלכע האבן נאכגעפאלגט ווען טיטוס הרשע ימ"ש און זיין מיליטער האבן אדורכגעבראכן די מויערן פון ירושלים.
משא"כ די היפאקריטישע און פארדרייטע חברה ואין צריך לפרטם כי ידועים הם. זיי וועללן דאך רידזשעקטן משיח'ן אליינס,ווייל טאמער וועט ער קומען פון אנ'אנדער חסידות טויג ער שוין נישט...און ער איז מסתמא אן אפיקורס מיט דעות כוזבות,רח"ל מהאי דעתא...!

שלום על ישראל » זונטאג אוגוסט 14, 2016 4:07 pm

· #345620
איך האב געזאגט אז פארקוקען העלפט ארויס, אבער ס'ווענדט זיך ווי מ'קוקט זיך פאר...

berlbalaguleh » זונטאג אוגוסט 14, 2016 4:24 pm

· #345622
און ס'ווענדט זיך ווער ס'קוקט זיך פאר...!

איש חזון » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 10:56 am

· #347057
קיבלתי קונטרס בשם "צפית לישועה - באמת", כ'האב נאר געליינט אביסל, אבער ס'ליינט זיך זייער געשמאק. מצו"ב.
📎 ציפית לישועה-באמת.pdf

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 6:25 pm

· #347127
א שאד ס'איז אין עברית, אפשר איז עס פאראן אויף היימיש מאמע לשון?

איש חזון » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 10:36 am

· #347380
אדערווייל בין איך זיכער אז עס איז נישט דא אויף יודיש ווייל ס'איז קוים ארויס פון אויוון, אבער מען קען זיי אפשר בעטן...

נאכ'ן ליינען רוב פון די קונטרס זעה איך אז דאס איז א געשמאקע (...) אנרכיסטישע קונטרס. ער לייגט אראפ די גאולה בשיטת ספר דרישת ציון לרצ"ה קלישר, אז די גאולה וועט זיין דורך מענטשליכע (ליין: ציוניסטישע) פעולות... און ער טענה'ט אז עס פעלט זיך אויס פון חרד'ישע יודן צו פאר'יודיש'ן ארץ ישראל וכו' וכו'.

און אויף דעם שרייען געוויסע: פוי! (ק. לפ"ב'ס חתימה)

אבער למעשה האט עס מיט די נושא פון דעם אשכול בטוב טעם ודעת.