☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #10787

אשכול אן א טיטל #10787

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10787
בלאט: 1 2

— » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 4:49 pm

· #344925

דער פאסט איז אראפגענומען געווארן

פליקער » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 5:05 pm

· #344927
אמן
BTW it will never happen

ע"כ גיב איך אויף

קל וחומר » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 5:06 pm

· #344929
א קנאק פון אן ארטיקל!!!

כ'האף אז ס'גייט אריין אינעם וועקער מיט בילדער פון אלע בעלי חטא הידוע (קענסט נעמען פון כל העולם כולו וכדו') כדי די עולם זאל וויסן צו שטיין ווייט.

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 5:19 pm

· #344934
פשיהא, אזא ארטיקל..!! טאקע פונקט פאסיג פאר די 9 טעג פאר התבוננות!

און נישט נאר דאס, נאר כמעט תורה לשמה! פונקט די וואך האב איך געלייענט אין דער איד ענליך פונעם צאנזער רב ז"ל...
דא האסטו א קאפיע, ברוך שכיוונת!

.
📎 Moshiach.jpg

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 5:22 pm

· #344935
און אגב אז מען רעדט שוין, האב איך געשריבן גאנץ ענליך אין דעם אשכול

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/10038">viewtopic.php?f=24&t=10038</a><!-- l -->

berlbalaguleh » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 5:24 pm

· #344936
אנאנים: שפתיים ישק...! נאר איך וויל צוגעבן א ביסל בדרך דרוש און א סאך בדרך הלצה/הצלה...!
שתי הערות יש בדבר: איינס פון די הויפט סיבות פארוואס משיח איז נאכנישט געקומען,כאטש אונז האבן שוין מתקן געווען די מערסטע חטאים. די פראבלעם איז, אז די גרויסע ארגאניזאציעס ורבותניו בראשינו, ווילן אייביג מתקן זיין יענעם'ס חטאים. ווען מ'וועט אנהייבן ארייצוטראכטן אז אפשר טויג איך אליינס נישט, אולי יחוס עם עני ואביון, אולי ירחם...!
ועוד יש לומר. ווען אונז זעמיר אויפגעוואקסן איז נאר געווען איין חטא הידוע. שטייצעך אז אין דעם איז שוין נכלל געווען אלע אנדערע עבירות שבשיטה...און דאס איז ציונות...אט דער חטא איום ונורא האט מעכב געווען די גאולה. יעצט אז איך הייב שוין אן מפשפש צו זיין במעשי. אפשר איז דא נאך א טעם. לולא ד'מסתפינא וואלט איך געזאגט אז דאס וואס די נשים טראגן סנאאדס. פון רויטע טורבאנ'ס רעד איך שוין נישט. און אז זיי קושן די קינדער, רח"ל מהאי דעתא ווען די הייליגע באס דרייווערס און די הייליגע באס רעבעס שליט"א קומען צו פארן.
אחרי פיש-פוש במעשים זעמיר געקומען צו די מסקנא אז צוליעב פיהרן פאלשע און קארופטירטע דין תורה'ס דורך אלטע באטשי'ס וואס דרימלען ווען די בעלי דינים רעדן און זיי פסק'נען סייווי לויט ווי איצא שייגעץ ווערט באצאלט. און אז מ'ווארפט זיך ארום מיט די בני עניים אין ת"ת'ס און מיידל סקולס ווי גלייך זיי וואלטן געווען א באנטש אוו טוטה-פיקס אדער פויערלעך אויף א שאך ברעט, דאס איז זיכער נישט פון די זאכן וועלכע זענען מעכב די גאולה...ס'קען נישט זיין... 🙄

שמעקעדיג » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 5:50 pm

· #344945
[ציטאט אראפגענומען]

פון די 2 ווערטער האב איך עקסטער הנאה געהאט 😂 😂

נהורא נפישא » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 6:08 pm

· #344956
די רבי זי"ע האט אמאל צוגעלייגט אז ווער ס'גלייבט נישט אין די מאמר חז"ל אז די ביהמ"ק איז חרוב געווארן וועגן שנאת חנם און מחלוקות דער איז א כופר בעיקר, און ווער ס'איז זיך רח"ל מתחבר צו די בעלי מחלוקות ווערט נכשל רח"ל אין הארבן איסור פון התחברות לרשעים.

mevakesh » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 6:20 pm

· #344961
איין זאך איז לכאורה קלאר כל מי שלא נבנה בימיו כאילו נחרב בימיו אין מען מיינט מיינע עבירות און נישט יענעםס
על כן זאלן די רבנים מתקן זיין זייערס און אונז וועלן מתקן זיין אונזערס

פרייוויליג » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 6:35 pm

· #344965
נהורא נפישא
די רבי זי"ע האט אמאל צוגעלייגט אז ווער ס'גלייבט נישט אין די מאמר חז"ל אז די ביהמ"ק איז חרוב געווארן וועגן שנאת חנם און מחלוקות דער איז א כופר בעיקר, און ווער ס'איז זיך רח"ל מתחבר צו די בעלי מחלוקות ווערט נכשל רח"ל אין הארבן איסור פון התחברות לרשעים.

וועכע רבי? אמת'דיג. @נהורא נפישא

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 6:50 pm

· #344969
הערליך און צום זאך. @אנאנים, איך גיב דיר אן אלטימעטום: אדער לייג עס אריין אין די וועקער אדער אהער מיט א PDF. איך נעם מיך אונטער עס צו פרינטן פאר מיין אבי, רב און זייערע קינדער.

Let's stop the bleeding

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 10:44 pm

· #344993
[ציטאט אראפגענומען]

א ריזיגע דאנק. לאמיך רופן מיין רב און מאכן אן אפוינטמענט...

זבולון » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 11:41 pm

· #345000
[ציטאט אראפגענומען]


איך פארשטיי אויך נישט, דארפסט רעדן צו מיין ברודער / פלומעניק / קאזין.
איך בין אן אוהב שלום ורודף שלום, די אנדערע צד זיי זענען די מחרחרי ריב, זיי היצן אן די מחלוקות'ן ביי כלל ישראל.
איך האב נאך קיינמאל געטשעפעט קיין פליג, אויסער ווען כ'האב זיך געמוזט פראטעקטן ווען די צד שכנגד האט געוואלט אונטערברענגען די יסודות הדת.

בן אדם » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 12:04 am

· #345006
צוריקגעצויגן

קאצקע ציקער » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 12:06 am

· #345007
שש אן אייזערנע ארטיקל . איך מיין זאלסט צושרייבן ביי יעדע פרשה וואס דו רעכענסט אויס , די נאמען פונעם הויף, אלטץ לצנותא דעבודה זרה . אויך בין איך נישט אזוי באהעווענט אין יעדע שטות מחלוק'לע ווי
[ציטאט אראפגענומען]


[ציטאט אראפגענומען]


[ציטאט אראפגענומען]

דער דאס » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 2:00 am

· #345028
כ'קליק רעאגיר, כ'וויל אנהייבן שרייבן.... מחשבות דרייען זיך אין קאפ, ווי א וואש מאשין מוצאי תשעה באב, ווי הייב איך אן? וואס שרייב איך קודם? כ'טריי אביסל צוזאם נעמען די געדאנקען, עפעס גייט דא נישט, כ'טראכט און טראכט אפשר דאך..

ביז כ'בין געקומען צו די מסקנא, ס'נישט דא וואס צו צילייגען! ס'איז יעדע ווארט 100% אמת ויציב! קריסטל קלאר ארויס געברענגט די ווייטאג'ליכע מציאות...

berlbalaguleh » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 4:44 am

· #345034
כ'האב מיך יעצט דערמאנט נאך אן אינטרעסאנטן עפיזאד: זיצנדיג אמאל אין אפיס פון התאחדות הרבנים. (ווען כ'האב נאך געגלייבט אז זיי האבן נאך א ביסל ערליכקייט און יושר). דער מוסד וואס די רבי זי"ע האט געגרינדעט מיט בלוט און שווייס אז דער היימישער עולם זאלל זיך ח"ו נישט מישן מיט די ציוניסטישע אגודת הרבנים, רח"ל. הער איך ווי דער סעקרעטאר (נישט א טמא'נע אישה, ח"ו) ענטפערט אויף א טעלעפאן קאלל בלשון שאלה..."נו, וואס איז דאס סיליקאן? און ער איז ממשיך און זאגט, אבער וואס איז דאס סיליקאן...? כ'האב נישט געהערט דעם ענטפער וואס יענער האט איהם געגעבן. אבער כ'האב מיר געמאכט א חשבון אז אזא גרויסע ארגאניזאציע וועלכע געט הכשרים אויף טויזנטער פראדוקטן זאלל נישט האבן קיין מושג וואס סיליקאן איז. או.קעי ער מוז נישט זיין קיין ענזשיניער. אבער ער וואלט דאך געמעגט האבן א מושג פון א כעמיקאל וואס ווערט באנוצט דורך פאבריקן וואס נעמען השגחה...!
דאס דערמאנט מיך א מעשה'לע וואס כ'האב אמאל געליינט אין אן אנטיסעמיטישן בוך פון ענגלאנד. כ'עלל עס פארציילן אין די אריגינאלע שפראך. אויף ענגליש..!

Moses worked for a rich landowner. He was managing his properties. One day, the boss calls Moses to his office and tells him the following..." I like Pink Poodles very much. If you bring me a Pink Poodle within 2 weeks, I will pay you 300 Pounds. Moses starts arguing with his boss and tells him..."No. I want 500 Pounds. Boss says. No. I'll pay you only 300P. The argument went on. After a while, the boss gave in and agreed to pay Moses 500P. That day Moses went home and asked his wife..."Sarah, What's a Pink Poodle...?"
דאס איז גענומען פון אן אנטיסעמיטישן ביכל וועלכע האט געדארפט אויסלערנען צו רעדן ענגליש...!
נמשל כבהמות נדמו. דאס איז די גרויסע און הייליגע התאחדות וועלכע געבן השגחה אויף טויזנטער פראדוקטן און זיי פארקויפן אויך א ביכל מיט א ליסט פון אלע כשרות פראדוקטן אויף פסח. און זייער סעקרעטאר האט נישט קיין מושג איבער א בעיסיק פראדוקט וואס ווערט באנוצט אין די אינדוסטרי... 😂 🙄

נהורא נפישא » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 10:53 am

· #345058
פרייוויליג
נהורא נפישא
די רבי זי"ע האט אמאל צוגעלייגט אז ווער ס'גלייבט נישט אין די מאמר חז"ל אז די ביהמ"ק איז חרוב געווארן וועגן שנאת חנם און מחלוקות דער איז א כופר בעיקר, און ווער ס'איז זיך רח"ל מתחבר צו די בעלי מחלוקות ווערט נכשל רח"ל אין הארבן איסור פון התחברות לרשעים.

וועכע רבי? אמת'דיג. @נהורא נפישא

סאטמאר רב פלעגט אייביג זאגן, ווער ס'האט אפילו א מחשבה'לע פון א ספק איבער די ווארהייט פון א מאמר חז"ל איז דאס מינות רח"ל און איך וויל נישט אזא איינער זאל זיך געפונען ביי מיר אין ביהמ"ד.

בן אדם » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 11:55 am

· #345067
זענען נישט די רבי'ס געבוירען געווארן צו עלטערן וואס האבן זיך שוין געקריגט? נו אויב אזוי זענען זיי דאך נאר תינוקות שנשבו..?

קנאק-יענקל » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 1:35 pm

· #345082
[ציטאט אראפגענומען]


פשט??

איש חזון » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 4:06 pm

· #345112
איך געס אז ער מיינט הרב שך.

משולם שטיינפעלד » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 9:00 pm

· #345166
שש'ל טייערע.
יעדער פארשטייט צו זיינע עגאאיזם און תאוות.

פרובירן זאל איינער צוצונעמען פון דיר א צוויי טויזענט לייקס.... א מלחמת חרמה וועסטו ערקלערן קעגן אים. טראץ דעם וואס אלע זעקסטע הקפה טאנצערס האבן נישט קיין השגה וואס די מחלוקת איבער א לייק איז.

דו פארשטייסט נישט זייער תאווה צום זעקסטן מידה, זיי פארשטייען נישט דיין תאוה צום לייק.

קאצקע ציקער » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 11:23 pm

· #345184
און נישט נאר דאס. ווען שש דארף לייקס טרעט ער אויף די תורה? ווען שש דארף לייקס מאכט ער א חורבן בית המקדש ?? איך מיין וואס אין די וועלט איז דיין צושטעל פון רבנים וואס טאנצן קדוש און מאכן אן חרבנות. אבער די סמארטפון איז שילדיג!

סמבטיון » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 11:40 pm

· #345186
בארואיגטס ענק, משולם האט עס נישט געמיינט אזוי ערנסט ווי עטס נעמטס עס אן.

קאצקע ציקער » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 11:46 pm

· #345189
סמבטיון
בארואיגטס ענק, משולם האט עס נישט געמיינט אזוי ערנסט ווי עטס נעמטס עס אן.

Thanks for clarifying

משולם שטיינפעלד » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 12:28 am

· #345195
סמבטיון איז גערעכט אז איך האב עס נישט געמיינט אזוי ערנסט. אבער קוק ווי ערנסט שש'ס פענס נעמען זיך אן פאר אים בלויז פאר די הוה אמינא פון רירן זיין קרוין פון לייקס.

אמת, עס איז א ווירטואלע וועלט, און מען איז נישט עובר קיין שום איסור מיטן צו נעמען לייקס, מיטן כובש זיין לייקס, און אפילו פארן טריצן מיט הער משזר איז מען נישט עובר קיין שום איסור.

אבער אז עס איז א ווירטואלע וועלט וואס ווערט מען אזוי צושפילט?
פארוואס אין די רעאליסטישע וועלט ווען איין רבינס חסידים ווערן צושפילט אז דער צווייטע רבי טשעפעט זיי און טריצט מיט זיי קען מען עס אינגאנצן נישט פארשטיין?

איך 'פארשטיי' מער אז א חסיד זאל זיין פארווייטאגט ווען ער פילט אז דער צווייטער נעמט אים עפעס צו, ווי אז א ניק דא זאל זיך אננעמען אויב מען טשעפעט מיט א צווייטן.
ער קען זיין מער 'בארעכטיגט' ווייל אין ריעל לייף שפילט מען מיט איסורים, אבער עס איז אזוי נישט צום פארשטיין?

משולם שטיינפעלד » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 12:37 am

· #345197
[ציטאט אראפגענומען]

די שפראך דערמאנט מיר פון א חסיד וואס שטייט ביים עק זאל ווען זיין רביס משזר טאנצט אינדערמיט אויפן ניגון פון די וועקער און ער רוימט אריין צו זיין חבר אין אויער אז עס גייט אים נישט אן וויפיל חסידים יענער האט ווייל ער טאנצט עניוועי אףף ביעט

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 6:20 am

· #345215
מי מלל מי פלל? דער רבי זי"ע גיבט א דרשה וועגען דער פאסקודנע חטא הידוע און איינער שטייט אויף די בארענטשעס און אנשטאט'ס מיט צו וויינען איז ער גאר עוסק בגופו של חטא אין מיט'ן דרשה. ווי איז ר' יחזקאל ווען מ'דארף איהם האבען?

ליהוי ידוע מר שטיינפעלד, איך ווייס נישט צו איהר ווייסט, אבער אין צימעס איז פארהאנען צענדליגע אשכולות וועגען דער פייט איבער גארנישט וואס ס'רופט זיך 45 ווס. 48. איך בין זיכער דו וועסט עפעס טרעפען כרוחך.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 7:36 am

· #345217
חברה בארוהיגטס ענק כ'זעה נישט וואס משולם זאגט אזוי שלעכט אז מען זאל עם באפאלען. ס''ה זאגט ער אז יעדער האט זיך זיינע זאכן וואס עס גייט עם בנפשו ,ביי איינעם איז עס נארישקייטן ווי לייקס און ביי אנדערע איז עס כאטשיק בנינים מיט חסידים.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 7:38 am

· #345218
נישט בניינים נאר דער נאמען פון א דארף אין מערב גאליציא

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 7:40 am

· #345219
ביי א דריטן איז עס די תאווה צו זיין א קילע פערדסקאפ און שרייבן אז דער בעש''ט איז ווי יאשקע.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 7:44 am

· #345220
איך האב דאך געזאגט איך גלויב נישט.
און אגב אורחא, וואס איז דען די גרויסע איסור? ענדעריש לייקענען דער בעש"ט ווי פיהרען מחלוקת על ענייני קש ותבן בכח האגרוף ועש"ג

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

shem-tov » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 8:48 am

· #345222
דאס געלעכטער אין א זייט פאר איין מינוט, האט מען ביי חסידים און ביי יודן אייביג געוויסט אז מחלוקת לשם בויען יודישקייט איז אינגאנצן נישט קיין פעלער, אדרבה עס איז א גרויסע מעלה וואס יסודתם בהררי קודש נאר אזוי קען מען זיך האלטן ערליך נישט דורכצופאלן מיט די אמתדיגע חטא הידוע ווייל מען ציטערט אימת מות פונעם קאמפעטישאן וזה יסוד העולם. עכ"ז איז אלעמאל דא אינאסענט וויקטעמס וואס בריען זיך ליידער אפ, דערפאר דארף מען שטיין גאר ווייט, אבער בויען פרישע מוסדות התורה להרבות כבוד שמים בעולם אדער די מצוה פון התבדלות מרשעים דאס מיינט בכלל נישט די מחלוקתן פון וואס די תורה רעדט אדער די גמרא פון קמצא בר קמצא כי מצוה גדולה הוא מאוד און די רשעים מיט זייער אחדות אינאיינם זאלן גיין קראכן אין ים סוף ווי שנעלער

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 9:14 am

· #345224
נורא נוראות! הוי אומרים לרע טוב......
דער תורה הייסט זיך דערווייטערען פון מחלוקת, אבער דאס זאך המכונה 'יידישקייט' פאדערט עפעס אנדעריש.

וליהוי ידוע לך, בויען א מוסד ווען ס'פעלט נישט אויס, איז נישט קיין ריבוי כבוד שמים. און מ'קען בויען מוסדות אן זיך צו שלאגען איבער א נאמען.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

משולם שטיינפעלד » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 9:19 am

· #345228
ליטוואק פון בודאפעסט
נורא נוראות! הוי אומרים לרע טוב......
דער תורה הייסט זיך דערווייטערען פון מחלוקת, אבער דאס זאך המכונה 'יידישקייט' פאדערט עפעס אנדעריש.

וליהוי ידוע לך, בויען א מוסד ווען ס'פעלט נישט אויס, איז נישט קיין ריבוי כבוד שמים. און מ'קען בויען מוסדות אן זיך צו שלאגען איבער א נאמען.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

כידוע איז די ליטווישע ישיבות נתרבה געווארן ווען עס איז געווארן א מחלוקת אין וואלאזשין. פארוואס האט אויסגעפעלט די מחלוקת צו בויען נאך א ישיבה?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 9:21 am

· #345229
ווער זאגט ס'איז דעמאלס געווען א גוטע זאך. ווען ס'האט זיך פארמאכט וואלאזין האט מען געדארפט אנדערע

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

געוואלדיג » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 10:43 am

· #345235
shem-tov
דאס געלעכטער אין א זייט פאר איין מינוט, האט מען ביי חסידים און ביי יודן אייביג געוויסט אז מחלוקת לשם בויען יודישקייט איז אינגאנצן נישט קיין פעלער, אדרבה עס איז א גרויסע מעלה


אפשר בין איך נישט פון חסידים, אבער פון אידן בין איך זיכער און איך האב קיינמאל זיך אנגעשטויסן מיט עפעס מעין פון די מהלך, אפשר צייגסטו עפעס מקורות פאר די סטעיטמענט,

א דאנק

איש חזון » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:14 pm

· #345263
[ציטאט אראפגענומען]

איך האב א שטיקל קלער אז דאס האסטע געשריבן כדי לא להשאיר הנייר חלק, ועכ"פ האסט עס נישט דורכגעטוהן מיט אזא קלארקייט ווי דו האסט דורכגעטוהן חסידות בעלזא כמבואר במקו"א. בין איך גערעכט? (האסט פארגעסן אז דו ביסט דא א מוכיח בשער?)
אגב, איך האב גארנישט מיט גור.

איך אויך » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 2:16 pm

· #345271
גראדע מיט דעם בקיאות ענין איז שש גערעכט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:07 pm

· #345280
איך האב קיינמאל נישט געהערט קלאר אז דאס איז די סבה. ערשטנס ר' שאול איז גארנישט אזא ת"ק ווי מ'וויל איהם מאכען, ועוד והוא העיקר, אז דער גערער רבי איז חשוד נישט צו פארשטייען אז תורה ווערט נישט געמאסטען מיט דפים און ער וואלט ערנסט געקענט האלטען אז דער עיון איז א שאד די צייט.

קל וחומר » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:12 pm

· #345282
איך גלייך דיין הומאר ליטוואק.
קומסט אזוי טיילן אדער צונעמען תוארים פון די גרעסטע קעפ (יא, ר' שאול אלטר איז באקאנט צו זיין פון די גרעסטע קעפ אין היינטיגן דור) כאילו דו האסט זיי שוין אלע לאנג צוריק איבערגעשטיגן.
ס'איז מביא לידי גיחוך.

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:33 pm

· #345288
ליטוואק פון בודאפעסט
ערשטנס ר' שאול איז גארנישט אזא ת"ק ווי מ'וויל איהם מאכן.

ערשטענס, לעיקוואד איז באוואוסט אוועקצומאכען יעדער גאון און ת"ח אויב זיי לערנען נישט די זעלבע ווי די פארקוועטשטע לעיקוואדער דרך הלימוד ווי מ'קאמפיט ווער ס'קען זיצן לענגער אויפן ערשטן תוספות...!

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:35 pm

· #345289
ער האט געזאגט א שיעור דא אין במג און זיין מחותן האט זיך באגראבען פאר בזיונות. איך ווייס אז יעדער וואס האט פיינט גער האט ליעב אויסצורימען ר' שאול. איך וויל נאר איין זאך פרעגן, וועלכע תלמידי חכמים גייען ביי איהם רעדן אין לערנען מיט זייער שוועריקייטען אין לערנען?

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:42 pm

· #345293
(ביי מיר איז ר' שאול פונקט אזוי ווי אלע גערער, אבער האמת ניתן להאמר). זאג מיר ווער זענען די ת"ח וואס קומען רעדןן אין לערנען מיט ר' מלכיאל, ר' ירוחם און ר' מתתיהו? (אוי, ער קען דאך נישט...) און אויב ס'איז דא, ווער זאגט זיי גייען נישט צו ר' שאול נאר אן א פאמפע?

איך וואלט גערופן דער מחותן צו גיין קיין א"י רעדן אויב ער איז אזוי פארזיכערט...

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:44 pm

· #345295
דיין הנחות זענען אויף גארנישט געבויט. ר' מלכיאל און ר' ירוחם האבען קיינער נישט פראבירט צו מאכען פאר א ת"ק. צוויי פלעינער מענטשען, וואס זייער ספרים זאגען אונז צו וואס זיי טויגען.
דו האסט זיך עפעס איינגערעדט אז איך בין דער זעלבע שוואנץ ווי דיר, נאר איך שוואנץ פאר לעיקוואוד ווען א צווייטע טוט עס פאר וויזניץ באבוב בעלזא סאטמאר גער. איך שוואנץ פאר קיינעם, איך האב נישט קיין שיעבודים צו קיינעם.
זיין מחותן איז א געהעריגע בעלעבאס, נישט עפעס א לומד. ער האט זיך נאר געשעמט וויאזוי דער עולם האט עס אנגענומען.

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:47 pm

· #345296
איך האב קיינמאל נישט געזען אדער געהערט קיין חידוש פון זיי אבער כ'האב געמיינט אז זיי זענען דיינע גאונים.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:52 pm

· #345298
פ"וו האסטו אזוי געמיינט? ווייל איך בין א ליטוואק וואס וואוינט אין לעיקוואוד. מעסט נישט יעדעם מיט דיין הויזען.

בן אדם » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 4:16 pm

· #345303
ליטוואק פון בודאפעסט
דו האסט זיך עפעס איינגערעדט אז איך בין דער זעלבע שוואנץ ווי דיר, נאר איך שוואנץ פאר לעיקוואוד ווען א צווייטע טוט עס פאר וויזניץ באבוב בעלזא סאטמאר גער. איך שוואנץ פאר קיינעם, איך האב נישט קיין שיעבודים צו קיינעם.

That's not not my problem

קל וחומר » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 4:20 pm

· #345305
אין רוב ישיבות אין א"י נעמט מען פון ר' שאול אלטר'ס מ"מ פאר עיון, איך האב געהאט אפאר מגי"ש אין א"י שיינע ת"ח און אלע האבן אויסגערימט זיינע מראה מקומות ווי שיין מ'קען צאמפלעכטן איינס מיטן אנדערן. (און יעדע מגי"ש האט זיך געהאט אן אייגענע מהלך אין לערנען)

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 5:17 pm

· #345311
דער שמועס איז שוין בערך א טויזענט מייל אפגערוקט פון די נושא 😕 😕
בלאט: 1 2