☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » אשכול אן א טיטל #10787

אשכול אן א טיטל #10787

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10787
בלאט: 1 2

איש חזון » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 3:33 pm

· #345419
-

קנאק-יענקל » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 5:56 pm

· #345433
שמעקעדיג
דער שמועס איז שוין בערך א טויזענט מייל אפגערוקט פון די נושא 😕 😕

לאו דוקא, די נושא איז מרבה צו זיין מיט 'חטא הידוע' פון מחלוקת....

berlbalaguleh » מאנטאג יולי 31, 2017 5:49 pm

· #345475
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: ייש"כ פאר מפרש זיין. אבער דו האסט געהאט א הווה אמינא אז ער איז אזא תם (כ'מיין נישט תמים) אז ער האט נישט געוואוסט פון פריער. וואסי. ער לעבט אויף די לבנה...?!

גרויסע מענטשעלע » מאנטאג יולי 31, 2017 6:52 pm

· #380921
berlbalaguleh
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים: ייש"כ פאר מפרש זיין. אבער דו האסט געהאט א הווה אמינא אז ער איז אזא תם (כ'מיין נישט תמים) אז ער האט נישט געוואוסט פון פריער. וואסי. ער לעבט אויף די לבנה...?!



די רעדסט צו @שש ווי כאילו ער דרייט זיך אינטערן פיס כמיש אהער אהין כזעה נישט קיינעם.

נעגעל וואסער » דינסטאג אוגוסט 1, 2017 9:48 am

· #380969
איי, דאס הארץ בענקט נאך @אנאנים!
נפשי חולת ארטיקלך.

ארי נוהם » דינסטאג יולי 24, 2018 3:05 am

· #409671
נעגעל וואסער
איי, דאס הארץ בענקט נאך @אנאנים!
נפשי חולת ארטיקלך.

מצטרף.


ס'איז שוין אריבער נאך א יאר, ועדיין לא נושענו!
מ'ברויך מאכען חזרה.

רביה''ק זי''ע » דינסטאג יולי 24, 2018 10:38 am

· #409680
די אלע אמעראצים וואס זענען אזוי פארנומען מיט די גרויסע עבירה פון 'שנאת חינם' זאלן זיך ביטע פארמאכן דאס מויל, די לאו פון 'לא תשנא את אחיך בלבבך' איז גארנישט ערגער ווי סיי וועלכע אנדערע מצוה אין די תורה, פארשטאנען? ווען די גמרא זאגט אז ירושלים איז חרוב געווארן וועגן שנאת חינם מיינען זיי נישט אלץ עונש פאר עפעס א געפערליכע עבירה, זיי מיינען פשוט פראקטיש גערעדט אז מיט זייער פיינטשאפט איינער צום אנדערן האבן זיי זיך אליינס חרוב געמאכט. ופשוט היא לכל מי שעיין פעם במקורות.

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 12, 2018 10:00 am

· #410917
רביה''ק זי''ע
די לאו פון 'לא תשנא את אחיך בלבבך' איז גארנישט ערגער ווי סיי וועלכע אנדערע מצוה אין די תורה, פארשטאנען?

זעהט אויס דו ווייסט נישט אז עבירות שבין אדם לחבירו איז פיל הארבער ווי בין אדם למקום.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 12, 2018 11:14 am

· #410919
שלש תשובות בדבר:
א. להד"ם. לא תרצח איז בכלל נישט הארבער פון לא תנאף, און לא תשנא את אחיך איז די זעלבע הארב ווי לא תאכל כל נבילה.
ב. לא תשנא איז נישט דער איינציגסטער לאו שבן אדם לחברו.
ג. קענסט זאגן וויפיל שאלשידעס תורה דו ווילסט, אבער לייג עס נישט אן אויפ'ן גמרא.

דער גאלדענער אדלער » זונטאג אוגוסט 12, 2018 1:09 pm

· #410926
רביה"ק זי"ע, ווען מ'זאגט אז בין אדם לחבירו איז הארבער, מיינט מען געווענליך צו זאגן, אז מיט גאט איז גרינגער זיך דורך צו קומען, ווי מיט א בשר ודם. און דאס וואס דו זאגסט אז לא תשנא איז נישט די איינציגסטע לאו, ביזטו גערעכט, אבער שנאה בלב אויף א צווייטן איד איז דער געווענליכע דרייווער פאר אסאך עבירות שבין אדם לחבירו ווי למשל לה"ר ורכילות.

רביה''ק זי''ע » זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:13 pm

· #410933
אין אנדערע ווערטער, די עבירה בעצם איז נישט הארבער, ס'איז נאר א טעכנישע פראבלעם אז די דארפסט זיך דורכקומען מיט נאך איינעם.

בכל אופן, ס'שטייט נישט קיין ערגעץ אז די בית המקדש איז חרוב געווארן אלץ עונש ווייל מ'האט עובר געווען אויף די לאו פון לא תשנא את אחיך.
בלאט: 1 2