☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » הערשי דייטש שרייט ארויס זיין ווייטאג

הערשי דייטש שרייט ארויס זיין ווייטאג

90 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10785
בלאט: 1 2

שטאפענע קאפעליטש » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 1:36 am

· #344853
הערשי דייטש שרייט ארויס זיין ווייטאג
אין ליכט פונעם suscide פון א אינגערמאן יענקי קראוס ע״ה זענען זיינע חברים עפעס זייער אקטיוו אין טוען כל מה שאפשר.
פון weinbars ביז פעיסבוק בלאטן וגו׳

א בחור מיטן נאמען דייטש (נישט צו פארמישן מיט בארי דייטש) איז ארויס געקומען מיט א קליפ ווי ער ברענגט ארויס ווי אין די ערד (אין זיין עפיניען) אונזער חסידישע קעמינויטי איז.
די קליפ איז געגאנגען גאנץ וויריעל אין אויפן יו טוב אונעם קאמענטס איז שוין געוון א געפעך אויך.

דא האט מען נאכנישט אדורך געטוען די נושא, אפשר וואלט געווען כדי אראפ צו ברענגן די קליפ אין די עולם זאל לאזן הערען די מיינונג
<a class="postlink" href="https://t.co/rGtomFlN1U">https://t.co/rGtomFlN1U</a>

בן אדם » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 3:11 am

· #344860
ער זאגט גוט. אבער פארוואס קען ער זיך נישט אנטון א היט און רעקל און רעדן א היימישן אידיש?

moshav zekeinim » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 9:36 am

· #344867
לדעתי איז עס ריזיג אראפ געלייגט. דאס איז אבער בלויז נאך א טראפ וואסער צו לעכערן דעם שטיין. עס וועלן אלעמאל זיין לייכטזוניגע ליצים וואס וועלן אוועק מאכן בכף היד די שרייעדיגסטער און טראגישסטער אמת, כדי נישט געשטערט צו ווערן פון זייער קאמפארט מצב.

כדי צו ראטעווען דעם טראגישן מצב וואס חרדיזם באדרויעט אונז, מוז מען נעמען פיל ערנסטערע שריט.

קל וחומר » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 9:53 am

· #344869
Re: הערשי דייטש שרייט ארויס זיין ווייטאג
די פראבלעם מיט די צעבראכענע נשמות איז אז זיי מיינען אז דאס וואס זיי זענען נעבעך אדורך געגאנגן איז וואס אונזער קאמיוניטי סטענדס פאר.
מיר לעבן טאקע נישט אין אן עולם התיקון, אבער ווען מ'ווערט געוואר זאכן טוט מען.
יא, ס'מאכט זיך ליידער מלמדים, שכנים, קרובים וכו' וואס מאכן אן חרבנות, אבער טאמער גייט מען גיין ווילד אן קיין חשבון פארשעמט מען גאנצע משפחות און ס'זייעט נאר אן מער חורבן. ענדערש טוט מען בשתיקה יעדעם שיקן צו זייער טעראפי וואס זיי ברויכן און מ'האפט פאר דאס בעסטע.
מיין כלל ביי אזעלכע פעלער איז אז מ'דארף אנקוקען די מעשה כאילו איין פון דיינע קינדער האט מאלעסטעד א צווייטע קינד דיינס. ווי אזוי וואלסטו עס דאן באהאנדלט??? טאקע אזוי באהאנדלען מיר עס אלס א קאמיוניטי!
א מלמד וואס עס קומט א קאמפלעינט אויף אים ווערט תיכף אפגעזאגט און געשיקט צו וואו ער ברויך גיין. ד'אס מיינט אבער נאכנישט אז די גאנצע גאס דארף יעצט האבן זיין נאמען און משפחה נאמען אין מויל און זיינע אומשילדיגע קינדער דארפן נישט אריבער גיין די בושות וואס אזא זאך איז גורם אין אזא טייט קאמיוניטי.

C/p

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 11:20 am

· #344876
קל וחומר

דאס זיין OCD מיט די כבוד פון די משפחת החזירים בעת מ'טרעט אויף די וויקטימס מיט 'שו בוטס', איז א פערפעקטער ביישפיל אויף כל שנעשה רחמן על האכזרים, לסוף נעשה אכזר על רחמנים.

נ.ב. טון בשתיקה = טון גארנישט

קל וחומר » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 11:32 am

· #344878
Re: הערשי דייטש שרייט ארויס זיין ווייטאג
ביסטו אפשר נחום??

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 11:35 am

· #344879
קל וחומר
ביסטו אפשר נחום??

#עדהומינום

קל וחומר » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 11:39 am

· #344881
Re: הערשי דייטש שרייט ארויס זיין ווייטאג
*אד הומינום

וכדרך שעשית כן עשיתי.

האסט בכלל נישט פרובירט צו פארשטיין וואס יענער זאגט, קומסט גלייך מיט איבערגעדראשענע באפקעס וואס זענען בכלל נישט מתייחס צו די טענה.
דאס איז ריין נחום סטיל.

קאמענטירער » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 11:46 am

· #344882
דאס זיין OCD מיט די כבוד פון די משפחת החזירים בעת מ'טרעט אויף די וויקטימס מיט 'שו בוטס', איז א פערפעקטער ביישפיל אויף כל שנעשה רחמן על האכזרים, לסוף נעשה אכזר על רחמנים.

וואסערע פשט האט דאס גיין מאכען א קליפ סזאל ארומפארען וויירעל דו פארשטייסט צו וועמען ער רעדט אין ענגליש?? צו מיר?? צו די רבנים ??
סתם סזאל ארומפארען א קליפ פון אפאר מינוט און צושמירען די גאנצע קאמיונטי ? איז די גאנצע זאך אזא אדיזעסטער און הולקאסט וואס די קליפ לייגט אראפ? ווילסט אויפטון גיי רעד צו די רבנים ווילסט נישט? גיי רעד צו עסקנים, צו זיי ווילסטו אויך נישט? רעד צום ציבור פון אינעווייניג ווילסט אויך נישט?? עפן אויף א פאנד פאר די וויקטימס, מאך סעמינערס, שבתון'ס, ספארטט גרופס, מדארף נישט געבן עצה'ס ווען איינער וויל אויפטון, און איך מיין מדארף אויך נישט געבן עצה'ס פאר איינער וואס וויל אונטערייסען באגראבען באשמוצען,

מעג ער זיין פארווייטאגט משל למה הדבר דומה איינער האט א פראבלעם מיט די אמעריקאנע IRS אנשטאטס צו גיין אין געריכט אדער זיך מסדר זיין מיט אגענטור וועט ער גיין צו רוסלאנד-אסאסנזש וכדו' און פינדערויסען וועט ער זיך אריינהעקן אין די קאמפיוטערס אין ארויסגנבענען געלט מיינסט אז איינער וועט אויסהערן ווען ער וועט שרייען אז מהאט אים בעווהל'ט? דאס זעלבע איז מיט א סייסיעטי סדא פראבלעמען סדא לעזונגן זאל יעדער אפמאכען פאר זיך וועסט שרייען און אטאקירען פינדערויסען וועט דיר אזוי אויך קיינער נישט אויסהערן

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 12:23 pm

· #344884
קל וחומר
*אד הומינום

וכדרך שעשית כן עשיתי.

האסט בכלל נישט פרובירט צו פארשטיין וואס יענער זאגט, קומסט גלייך מיט איבערגעדראשענע באפקעס וואס זענען בכלל נישט מתייחס צו די טענה.
דאס איז ריין נחום סטיל.

איך האב אים פיין פארשטאנען נאך ווען ס'האט זיך געוואלגערט אויף טעלעגראם.

ווען ער שרייבט "ענדערש טוט מען בשתיקה ... און מ'האפט פאר דאס בעסטע" האב איך פארשטאנען אז דאס איז אין די ראנג דירעקציע.

ווי איז בכלל געהערט געווארן אז מ'קוקט אויף א געמיינע קרימינאל לויט ווי איינער וואלט געקוקט אויף זיין אייגען קינד?! אין די אידישע הלכה? אין געזעץ? טאקע דארפאר איז נישט קיין קרוב ערלויבט צו זיין דער ריכטער, און אפילו נישט אלס עדות.

און דאס וואס איך האב אויפגעברענגט די כל שנעשה רחמן על האכזרים, איז טאקע דערפאר, ווייל אז שוין יא זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס שיך, טא פארוואס נישט זיך אריינלייגן אין די וויקטימ'ס שיך און פרעגן וויאזוי איינער וואלט גע'משפט אויב די "וויקטים" איז זיין זוהן?... פארשטייט זיך אז איך האלט פון דעם אויך נישט, טאקע ווייל אלס קרוב איז ער פארבלענדט, עאכו"כ די אנדערע וועג.

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 12:31 pm

· #344885
קאמענטירער
דאס זיין OCD מיט די כבוד פון די משפחת החזירים בעת מ'טרעט אויף די וויקטימס מיט 'שו בוטס', איז א פערפעקטער ביישפיל אויף כל שנעשה רחמן על האכזרים, לסוף נעשה אכזר על רחמנים.

וואסערע פשט האט דאס גיין מאכען א קליפ סזאל ארומפארען וויירעל דו פארשטייסט צו וועמען ער רעדט אין ענגליש?? צו מיר?? צו די רבנים ??
סתם סזאל ארומפארען א קליפ פון אפאר מינוט און צושמירען די גאנצע קאמיונטי ? איז די גאנצע זאך אזא אדיזעסטער און הולקאסט וואס די קליפ לייגט אראפ? ווילסט אויפטון גיי רעד צו די רבנים ווילסט נישט? גיי רעד צו עסקנים, צו זיי ווילסטו אויך נישט? רעד צום ציבור פון אינעווייניג ווילסט אויך נישט?? עפן אויף א פאנד פאר די וויקטימס, מאך סעמינערס, שבתון'ס, ספארטט גרופס, מדארף נישט געבן עצה'ס ווען איינער וויל אויפטון, און איך מיין מדארף אויך נישט געבן עצה'ס פאר איינער וואס וויל אונטערייסען באגראבען באשמוצען,

מעג ער זיין פארווייטאגט משל למה הדבר דומה איינער האט א פראבלעם מיט די אמעריקאנע IRS אנשטאטס צו גיין אין געריכט אדער זיך מסדר זיין מיט אגענטור וועט ער גיין צו רוסלאנד-אסאסנזש וכדו' און פינדערויסען וועט ער זיך אריינהעקן אין די קאמפיוטערס אין ארויסגנבענען געלט מיינסט אז איינער וועט אויסהערן ווען ער וועט שרייען אז מהאט אים בעווהל'ט? דאס זעלבע איז מיט א סייסיעטי סדא פראבלעמען סדא לעזונגן זאל יעדער אפמאכען פאר זיך וועסט שרייען און אטאקירען פינדערויסען וועט דיר אזוי אויך קיינער נישט אויסהערן

קאם אן! ער זאל גיין צו וועם? ער קומט אויף די אינטערנעט צו רעדן צו אונז אלע, עלטערן פון קינדער. רבנים און עסקנים הערן נישט אויס און פלעגן באגראבן די מעשה, און האבן פארלוירן די טראסט פון רוב עמך. וויאזוי ממינשטו קען מען רעדן "צום ציבור פון אינעווייניג"? דינגן קאנטינענטאל?...

איך פארשטיי און שפיר פארשעמט ווי אונז אלע אז די אלע סאשעל קליפס זענען בזיונות, און א דראסטישע חילול השם. אבער איך לאז נישט מיינע דיפענסיווע געפיהלן איבערנעמען די שכל הישר, און די שכל זאגט אז אנדערשט ווערט גארנישט אלעדיגט. ו'אסאסנזש יוכיח.

קל וחומר » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 12:40 pm

· #344887
Re: הערשי דייטש שרייט ארויס זיין ווייטאג
צייג מיר פונקטליך וואו ער ווייזט ארויס רחמנות אויפן מאלעסטער באקומסטע א הונדערטער.

זיינע ארומיגע זענען פונקט אזוי אומשילדיג ווי זיינע קרבנות און ס'נישט דא קיין ענין אויסצושטעכן די אויגן פון א גאנצע שטאט ווייל ס'דארט דא איין חיה.

אין די משל ברענגט ער טאקע אויך אז איין זוהן איז די קרבן, און דאס איז טאקע מעורר א שנאה אויפן קינד דער חזיר ואעפ"כ גייט ער נישט מבזה זיין די גאנצע משפחה נאר ענדערש שיקן ביידע פאר הילף (וואס כו"ע מודי איז די מערסטע עפעקטיוו).

וועגן די בשתיקה חלק ווייס איך נישט וויזוי דו ווייסט אנדערש, אחוץ טאמער דו ביסט אנוועזנד ביי אלע בשתיקות און דו זעהסט דאס פארקערטע. (כלומר לא ראינו אינו ראיה)

קאמענטירער » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 12:53 pm

· #344888
שלום על ישראל
קאם אן! ער זאל גיין צו וועם? ער קומט אויף די אינטערנעט צו רעדן צו אונז אלע, עלטערן פון קינדער. רבנים און עסקנים הערן נישט אויס און פלעגן באגראבן די מעשה, און האבן פארלוירן די טראסט פון רוב עמך. וויאזוי ממינשטו קען מען רעדן "צום ציבור פון אינעווייניג"? דינגן קאנטינענטאל?...

איך פארשטיי און שפיר פארשעמט ווי אונז אלע אז די אלע סאשעל קליפס זענען בזיונות, און א דראסטישע חילול השם. אבער איך לאז נישט מיינע דיפענסיווע געפיהלן איבערנעמען די שכל הישר, און די שכל זאגט אז אנדערשט ווערט גארנישט אלעדיגט. ו'אסאסנזש יוכיח.

וואס הייסט מפאלירט די טראסט פון רוב עמך? סהייסט נעמסט א גאנצע ציבור און די לייגסט זיי אויף א באלעמער פון רשעים? דו רעדסט צו מיך דו רעדסט צו דיין חבר זיי הערן דיר נישט אויס? זיי נעמען זיך גלאט אן פאר רודפים?
און אז מעדערמאנט שכל הישר דאס איז דאך די קאורנער סטאון פון מיין טענה די האסט ווייטאג? איך פיל מיט, אבער מיט אזא מהלך ווילסטו וואס? אויפטון? דאס איז נאר דעסטראקטעוו, ווילסט אופטון? ארבעט מען מיט די מענטשען נישט קעגן

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 12:58 pm

· #344890
קאמענטירער
שלום על ישראל
קאם אן! ער זאל גיין צו וועם? ער קומט אויף די אינטערנעט צו רעדן צו אונז אלע, עלטערן פון קינדער. רבנים און עסקנים הערן נישט אויס און פלעגן באגראבן די מעשה, און האבן פארלוירן די טראסט פון רוב עמך. וויאזוי ממינשטו קען מען רעדן "צום ציבור פון אינעווייניג"? דינגן קאנטינענטאל?...

איך פארשטיי און שפיר פארשעמט ווי אונז אלע אז די אלע סאשעל קליפס זענען בזיונות, און א דראסטישע חילול השם. אבער איך לאז נישט מיינע דיפענסיווע געפיהלן איבערנעמען די שכל הישר, און די שכל זאגט אז אנדערשט ווערט גארנישט אלעדיגט. ו'אסאסנזש יוכיח.

סשרייט ארויס די העצע פון די תגובה אז איך ווער טויב וואס הייסט מפאלירט די טראסט פון רוב עמך? סהייסט נעמסט א גאנצע ציבור און די לייגסט זיי אויף א באלעמער פון רשעים? דו רעדסט צו מיך דו רעדסט צו דיין חבר זיי הערן דיר נישט אויס? זיי נעמען זיך גלאט אן פאר רודפים?
און אז מעדערמאנט שכל הישר דאס איז דאך די קאורנער סטאון פון מיין טענה די האסט ווייטאג? איך פיל מיט, אבער מיט אזא מהלך ווילסטו וואס? אויפטון? דאס איז נאר דעסטראקטעוו, ווילסט אופטון? ארבעט מען מיט די מענטשען נישט קעגן

ביטע לייען איבער וואס איך האב געשריבן. איך האב נישט געשריבן ריבערן פארלירן טראסט אין רוב ציבור; איך האב געשריבן אז אוב ציבור האט פאלוירן טראסט אין די א.ג. עסקנים.

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 1:01 pm

· #344892
קל וחומר
צייג מיר פונקטליך וואו ער ווייזט ארויס רחמנות אויפן מאלעסטער באקומסטע א הונדערטער.

זיינע ארומיגע זענען פונקט אזוי אומשילדיג ווי זיינע קרבנות און ס'נישט דא קיין ענין אויסצושטעכן די אויגן פון א גאנצע שטאט ווייל ס'דארט דא איין חיה.

אין די משל ברענגט ער טאקע אויך אז איין זוהן איז די קרבן, און דאס איז טאקע מעורר א שנאה אויפן קינד דער חזיר ואעפ"כ גייט ער נישט מבזה זיין די גאנצע משפחה נאר ענדערש שיקן ביידע פאר הילף (וואס כו"ע מודי איז די מערסטע עפעקטיוו).

וועגן די בשתיקה חלק ווייס איך נישט וויזוי דו ווייסט אנדערש, אחוץ טאמער דו ביסט אנוועזנד ביי אלע בשתיקות און דו זעהסט דאס פארקערטע. (כלומר לא ראינו אינו ראיה)

ווער זאגט אז ער דער מוסטער פון א בעל רחמנות? ווי קומט דאס בכלל אריין? ער זאגט טאקע ביים סוף אז מ'זאל ביטע נישט ווערן סטאק איבער זיין פערזאנע, נאר אדרעסירן די נקודה.

אין די משל "פאר דיר און מיר" ברענגט ער טאקע צו ארויסברענגן די געפיהל, פאר טויפמערקזאמקייט. אבער דער קאפי-פעיסט מעסעדזש רעדט פון מעניש זיין א מאלעסטער מיט פארטעמטע געפיהלן.

קל וחומר » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 1:04 pm

· #344893
Re: הערשי דייטש שרייט ארויס זיין ווייטאג
איך ווייס נישט בחייכון פון וואס איר רעדט, ווייל איך האב מיך אינגאנצן באצויגן צום ק/פ. און דו האסט נאך גארנישט געענטפערט דערויף.

קאמענטירער » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 1:05 pm

· #344894
כמיין מזאל אריינטראכטען אז אזא קליפ איז נישט געגאנעגען פון ארבעל ארויס סליגט אין דעם מער ווי די מינוטען וואס כהאב עס געזען (איך ווייס נישט פונקטליך וויפיל געלט, צייט, כח, סאיז אריין אין דעם) עכ''פ אויב וויל מען העלפען באטראפענע איז דא מהלכים פיין מקען טענה'ן איך ווייס אז מען באשטראפט נישט גענוג די רוצחים וכדו' מקען פירען דיקאשענס אן ענד אן אבער עכ''פ מוזט נישט (קענסט נישט) אויסראטען די גאנצע אייזבארג אויף איינמאל מקען פארשפרייטען אויפקלערונגס ביכער ביי קינדער. אויפוועקן אן איערנעיס ביים ערוואקסענעם ציבור, און ווי כהאב שוין דערמאנט מדארף נישט געבן עצה'ס, ''כשם שאפשר לקלקל בודאי שאפשר לתקן'' אבער עכ''פ וואס איז די מהלך צו פירען אן הסתה קאמפיין? ווען אין די זעלבע צייט קען מען נעמען די זעלבע עפארט און פירען א פאזאטיווע קאמפיין? מקען נעמען די זעלבע עקטער און אראפלייגען די שווערע חורבן וואס סמאכט אן אויף א קינד וכדו'

קאמענטירער » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 1:05 pm

· #344895
שלום על ישראל
קאמענטירער
שלום על ישראל
קאם אן! ער זאל גיין צו וועם? ער קומט אויף די אינטערנעט צו רעדן צו אונז אלע, עלטערן פון קינדער. רבנים און עסקנים הערן נישט אויס און פלעגן באגראבן די מעשה, און האבן פארלוירן די טראסט פון רוב עמך. וויאזוי ממינשטו קען מען רעדן "צום ציבור פון אינעווייניג"? דינגן קאנטינענטאל?...

איך פארשטיי און שפיר פארשעמט ווי אונז אלע אז די אלע סאשעל קליפס זענען בזיונות, און א דראסטישע חילול השם. אבער איך לאז נישט מיינע דיפענסיווע געפיהלן איבערנעמען די שכל הישר, און די שכל זאגט אז אנדערשט ווערט גארנישט אלעדיגט. ו'אסאסנזש יוכיח.

וואס הייסט מפאלירט די טראסט פון רוב עמך? סהייסט נעמסט א גאנצע ציבור און די לייגסט זיי אויף א באלעמער פון רשעים? דו רעדסט צו מיך דו רעדסט צו דיין חבר זיי הערן דיר נישט אויס? זיי נעמען זיך גלאט אן פאר רודפים?
און אז מעדערמאנט שכל הישר דאס איז דאך די קאורנער סטאון פון מיין טענה די האסט ווייטאג? איך פיל מיט, אבער מיט אזא מהלך ווילסטו וואס? אויפטון? דאס איז נאר דעסטראקטעוו, ווילסט אופטון? ארבעט מען מיט די מענטשען נישט קעגן

ביטע לייען איבער וואס איך האב געשריבן. איך האב נישט געשריבן ריבערן פארלירן טראסט אין רוב ציבור; איך האב געשריבן אז אוב ציבור האט פאלוירן טראסט אין די א.ג. עסקנים.

סארי כהאב נישט ריכטיג פארשטאנען כקען נאך תשובה טון?

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 1:07 pm

· #344896
קאמענטירער
סארי כהאב נישט ריכטיג פארשטאנען כקען נאך תשובה טון?

יעצט אין די ימי הרחמים? א שאלה?!

מיט א לייק קענען מען עפענן אלע טויערן...

יעקב מענטש » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 3:25 pm

· #344911
זייער א הארציגע קליפ, איך בין נישט אין די ליין צו קענען וועריפייען צו ס'איז אזוי שרעקעדיג ווי ער מאכט עס אדער אפשר ווייניגער אדער אפשר נאך ערגער.

בכל אופן בין איך נישט קלאר וואס ער ציהלט, און פארוואס ער בלעימט די "קאמיוניטי", ער ווייסט וויפיל זענען שוין געהאלפן געווארן דורך די קאמיוניטי ? וויפיל קעיסעס פון בחורים וואס האבן געהאלטן ביים גיין א.ט.ד. און מ'האט זיי צוריקגעברענגט ?

@שלום, זיי דיך מצייר ווען דיין טאטע זאל ווען זיין א מאלעסטער וויאזוי וואלסטו ווען געוואלט מ'זאל הענדלן די זאך ? א פיקטשער אינעם ניו יארק פאוסט ? אדער מ'זאל אים גיבן אפיס ארבעט אין ישיבה אנשטאט מלומדת + שיקן צו טעראפי ?, וועלכע מהלך וואלט געווען זיכערער אז דיין גורל זאל נישט זיין אזוי ווי די סקעלעטאנס פון וואס הערשי דייטש רעדט ? די ערשטע אדער די צווייטע ?

ער רעדט פון אביוסיוו עלטערן, איז דאס א מחלה וואס אפעקטירט די "קאמיוניטי" אדער אינדיווידואלע עלטערן אזוי ווי אין יעדע אנדערע קאמיוניטי ?

סך הכל זעה איך א קאמיוניטי וואס פיהרט זיך שוין זייט די האלאקאוסט אויף א געוויסע דרך (מיט שנויים אויף לינקס אינעם פעלד פון חינוך), און לעצטענס האט זיך געהויבן די פראצענטן ארויסגעפאלענע, פארוואס זאל איך טראכטן אז די חרידישע 'סיסטעם' איז שולדיג, ווען דער זעלבער סיסטעם האט פיין געארבעט דורכאויס די יארן ?

בן אדם » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 3:45 pm

· #344913
יעקב מענטש
אדער אפשר ווייניגער

יא

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 3:58 pm

· #344914
יעקב מענטש
@שלום, זיי דיך מצייר ווען דיין טאטע זאל ווען זיין א מאלעסטער וויאזוי וואלסטו ווען געוואלט מ'זאל הענדלן די זאך ? א פיקטשער אינעם ניו יארק פאוסט ? אדער מ'זאל אים גיבן אפיס ארבעט אין ישיבה אנשטאט מלומדת + שיקן צו טעראפי ?, וועלכע מהלך וואלט געווען זיכערער אז דיין גורל זאל נישט זיין אזוי ווי די סקעלעטאנס פון וואס הערשי דייטש רעדט ? די ערשטע אדער די צווייטע ?

שלום על ישראל
ווי איז בכלל געהערט געווארן אז מ'קוקט אויף א געמיינע קרימינאל לויט ווי איינער וואלט געקוקט אויף זיין אייגען קינד?! אין די אידישע הלכה? אין געזעץ? טאקע דארפאר איז נישט קיין קרוב ערלויבט צו זיין דער ריכטער, און אפילו נישט אלס עדות.

און דאס וואס איך האב אויפגעברענגט די כל שנעשה רחמן על האכזרים, איז טאקע דערפאר, ווייל אז שוין יא זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס שיך, טא פארוואס נישט זיך אריינלייגן אין די וויקטימ'ס שיך און פרעגן וויאזוי איינער וואלט גע'משפט אויב די "וויקטים" איז זיין זוהן?... פארשטייט זיך אז איך האלט פון דעם אויך נישט, טאקע ווייל אלס קרוב איז ער פארבלענדט, עאכו"כ די אנדערע וועג.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 4:07 pm

· #344917
דער מענטש רעדט צו 'א קאמיוניטי', וועלכע? ער זעט מיר אויס כאילו ער איז אויפגעוואקסען אין טינעק. נו, שוין איינמאל דארף ער רעדען ענגליש

בן אדם » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 4:24 pm

· #344920
דו ביסט א לעיקוואדער און ס'זעט דיר אויס ווי ער איז אויפגעוואקסן אין טינעק??? דו ווילסט דא סתם דרייען א קאפ??

moshav zekeinim » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 4:46 pm

· #344922
רבותי, ווער עס האט נישט טועם געווען פונעם אונטערערדישן חרדישן טעראר דער וועט קיינמאל מאל נישט פארשטיין די וועלעכע באקלאגן זיך. ביז איך האב נישט געשפירט אויף מיין אייגענער הויט ווי מיט ערמה האט מען מיר צוגרונד געלייגט צוליב אפאר פארפרומטע שטיק, האב איך אויך נישט געוואלט צו לייגן אן אויער צו אנדערנס ביטערניש אויף חרדיזם. היינט אבער, ווען איך פארשטיי וואס פאר אן ערמה ותחבולות עס ווערן גענוצט, האט זיך מיין קאפ געעפנט צו זעען ווי פארפירט איך בין געווען דורך די חרדישע פראפעגאנדע. און וואס פאר א מומחים זיי זענען מיט די מצווה פון על כיסוי הדם, צו פארוואסערן און פארטושן די שוידערליכסטע פראבלעמען היוצאים מתחת ידיהם.

אבער אזויווי ביי זכריה הנביא, וועלן די בלוט פון אלע אומגיקומענע און געשעדיגטע ע"י החרדים ומעשהם, קאכן און זידן, ביז עס וועט קלאר ווערן לעיני השמש בשל מי רתיחת הדם הזה. לאמיר נאר האפן אז מיר וועלן נישט דארפן א נביזרדן כדי אויפצודעקן דעם סוד פון די בלוט קאכעניש.

moshav zekeinim » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 5:13 pm

· #344931
און צו די אלע וואס שרייען אז אנשטאט באשמוצן זאל מען העלפן די קרבנות, דעו נא רבותי, דער חורבן און טראומא וואס די מענטשן גייען דורך איז טיילמאל אזוי טיף שניידנד, אז עז איז כמעט אוממעגליך זיי צו העלפן. א מענטש וועמענס מיינד סעט פון געבורט איז אז משפחה לעבן איז די חשובסטע, קען זייער שווער איבערקומען די אלע טשזעלענדזשעס וואס זיינע "ברודער" זענען אים גורם, במיוחד ווען ער פארמאגט נישט די כלים וויאזוי זיך אומצוגיין אין די גרויסער וועלט.

דער חרדישע עולם וויל על פי רוב נישט זיין שלעכט, אבער מען כאפט זיך פשוט נישט אז דורך קרימע בארעכטיגונגען איז מען גורם פאר מענטשן ענדלאזע שלעכטץ על לא עול בכפם.

קל וחומר » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 5:18 pm

· #344933
Re: הערשי דייטש שרייט ארויס זיין ווייטאג
מושב, איך ווייס נישט דיין פרשה, אבער לויט ווי ס'שיינט ביסטו שטארק אנגעווייטוגט און קען זיין אז מיט רעכט (דהיינו מ'האט זיך אויפגעפיהרט צו דיר ווי בהמות).
קענסט אבער נישט בעשן דעם כלל החרדיזם פאר דיינע פרטישע דורכלעבענישן. קומסט מיר פאר ווי אן ארבער וואס האקט אויף מדינת ישראל (יעצט גייסטע אודאי זאגן אז זיי זענען גערעכט)...
הכלל יעדע כלל האט אין זיך נישט גוטע פרטים'לעך וואס ברויכן פארראכטן ווערן, אבער מ'קאן נישט דן זיין א כלל פון פרטים. חוץ מזה איז משמע אין דיינע תגובות (בכל העניינים) אז דו ביסט א היבשער פעסימיסט (יעצט בלעים ווייטער די חרדים אויף דעם...).

יעקב מענטש » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 5:32 pm

· #344937
שלום על ישראל
יעקב מענטש
@שלום, זיי דיך מצייר ווען דיין טאטע זאל ווען זיין א מאלעסטער וויאזוי וואלסטו ווען געוואלט מ'זאל הענדלן די זאך ? א פיקטשער אינעם ניו יארק פאוסט ? אדער מ'זאל אים גיבן אפיס ארבעט אין ישיבה אנשטאט מלומדת + שיקן צו טעראפי ?, וועלכע מהלך וואלט געווען זיכערער אז דיין גורל זאל נישט זיין אזוי ווי די סקעלעטאנס פון וואס הערשי דייטש רעדט ? די ערשטע אדער די צווייטע ?

שלום על ישראל
ווי איז בכלל געהערט געווארן אז מ'קוקט אויף א געמיינע קרימינאל לויט ווי איינער וואלט געקוקט אויף זיין אייגען קינד?! אין די אידישע הלכה? אין געזעץ? טאקע דארפאר איז נישט קיין קרוב ערלויבט צו זיין דער ריכטער, און אפילו נישט אלס עדות.

און דאס וואס איך האב אויפגעברענגט די כל שנעשה רחמן על האכזרים, איז טאקע דערפאר, ווייל אז שוין יא זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס שיך, טא פארוואס נישט זיך אריינלייגן אין די וויקטימ'ס שיך און פרעגן וויאזוי איינער וואלט גע'משפט אויב די "וויקטים" איז זיין זוהן?... פארשטייט זיך אז איך האלט פון דעם אויך נישט, טאקע ווייל אלס קרוב איז ער פארבלענדט, עאכו"כ די אנדערע וועג.

אנטשולדיגט, אבער די פארמישט יוסטיץ מיט סעלושענס.

ווען ס'איז סנהדרין על מקומם און מ'קען גובע עדות זיין דארף מען עס אוודאי טוהן, היינטיגע צייטן זענען מיר נישט בכוח דאס צו טוהן, במילא אונזער איינציגע פליכט איז 1)העלפן אידן אין זייער פראבלעם 2) פארמיידן ווייטערדיגע שאדענס.

דיין רייץ פאר נקמה (אונטערן שלייער פון יוסטיץ) פראדוצירט שעדליכע הצעות וואס וועט זיכער ברענגן מער שאדן ווי ריוח, דו ביזט גרייט צו מפקיר זיין דעם עתיד פון א גאנצע שטוב שלא טעמו טעם חטא, אלץ נאר צו לערנען בלק דעם טאטן וועם די הנהלה קען -און טוט- במילא עלימינירן פון טוהן ווייטערדיגע שאדענס, דו וואלסט דיך אוודאי פאסמאקעוועט מיט א טרייעל ווי דער נפגע טרעט אויף און גיבט אן עמאצינאלן דרשה, און דו וועסט קענען זאגן אזוינע סטעיטמענטס ווי wow ממש דאס האט ער געטוהן ? מ'דארף אים איינשפארן און אוועקווארפן דעם שליסל!! וכדומה.

ס'איז קלאר אז דיין כוונה איז נישט די וואוילזיין פון די קאמיוניטי, נישט די צער פון די נפגעים.

moshav zekeinim » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 5:38 pm

· #344938
א
קל וחומר
מושב, איך ווייס נישט דיין פרשה, אבער לויט ווי ס'שיינט ביסטו שטארק אנגעווייטוגט און קען זיין אז מיט רעכט (דהיינו מ'האט זיך אויפגעפיהרט צו דיר ווי בהמות).
קענסט אבער נישט בעשן דעם כלל החרדיזם פאר דיינע פרטישע דורכלעבענישן. קומסט מיר פאר ווי אן ארבער וואס האקט אויף מדינת ישראל (יעצט גייסטע אודאי זאגן אז זיי זענען גערעכט)...
הכלל יעדע כלל האט אין זיך נישט גוטע פרטים'לעך וואס ברויכן פארראכטן ווערן, אבער מ'קאן נישט דן זיין א כלל פון פרטים. חוץ מזה איז משמע אין דיינע תגובות (בכל העניינים) אז דו ביסט א היבשער פעסימיסט (יעצט בלעים ווייטער די חרדים אויף דעם...).
חכם איינער, כלפי חרדיזם בין איך א פעסעמיסט, וואס דען?! אבער דאס האט נישט צום ענין צו איך בין א פעסעמיסט צו נישט, דאס איז דאך טאקע איינע פון די פאפולערע חרדישע טאקטיקן צו פארדרייען די נושא מיט זאכן וואס האבן נישט צום ענין און עס מאכן אויסקוקן ווי דער וויכטיגסטער פאקטור. קבל את האמת ממי שאמרו.

איך בין נישט דן צוליב מיין מצב, מיין מצב האט מיר בלויז געעפנט די אויגן וויאזוי אנצוקוקן אנדערע מעשיות וואס ביז יעצט האב איך עס באטראכט פונעם חרדישן פרעספעקטיוו, צו זעהן אז דער אנדערער זייט מטבע איז גארנישט אזויווי מען האט מיר פארקויפט.

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 6:16 pm

· #344958
קל וחומר
מושב, איך ווייס נישט דיין פרשה, אבער לויט ווי ס'שיינט ביסטו שטארק אנגעווייטוגט און קען זיין אז מיט רעכט (דהיינו מ'האט זיך אויפגעפיהרט צו דיר ווי בהמות).
קענסט אבער נישט בעשן דעם כלל החרדיזם פאר דיינע פרטישע דורכלעבענישן. קומסט מיר פאר ווי אן ארבער וואס האקט אויף מדינת ישראל (יעצט גייסטע אודאי זאגן אז זיי זענען גערעכט)...
הכלל יעדע כלל האט אין זיך נישט גוטע פרטים'לעך וואס ברויכן פארראכטן ווערן, אבער מ'קאן נישט דן זיין א כלל פון פרטים. חוץ מזה איז משמע אין דיינע תגובות (בכל העניינים) אז דו ביסט א היבשער פעסימיסט (יעצט בלעים ווייטער די חרדים אויף דעם...).

עס שיינט נישט ווי ער איז אנגעווייטוגט; ער שרייבט קלאר אז ער האט עס געשפירט אויף זיין אייגענער הויט.

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 6:23 pm

· #344962
בכלל וויל איך ארויספברענגן, פארוואס הערט זיך ביי אונז די ווארט "אנגעווייטוגט" ווי עפעס וואס דער אנגעווייטוגטער דארף זיך שפירט שולדיג און אפילו שמוציג?

"דער קומט מיר פאר אנגעווייטוגט"... שוין, אפגעפרעגט! א מחייה. נקעסט!

דער? ער האט דאך גערירט זיין בארד... אפגעפרעגט! זעהסט כאטש ווי זייער קעיס זעהט אויס?...

גיימיר ווייטער. דער? ער האט א שוועסטער וואס, שוין בעסער מ'רעדט נישט... דער וואס ווייסט, ווייסט... אפגעפרעגט! אוי בין איך גוט...

עס קומט פאר ווי אן עדיקשאן צו אויסקרוסירן דעם נושא און פעיסן די מוזיק. אויב איז ער\זי א אינגערמאן\ווייבל וואס דרייט זיך אין די קאמיוניטי, מיטן לבוש און די שאר ירקות, דאן זאגט מען "זעהסט? עס שאדט נישט. אבי מ'מאכט א מצב." אז יענער ווערט טורנ'ד אָף און מאכט טוישן אין לעבן, דאן זאגט מען "ווער איז אינטערעסירט צו הערן וואס ער האט צו זאגן? ער איז א אויבער-חכם." ווער רעדט נאך אז די [אומערוועלטער יחידים וואס פירן די] קהלה\מוסד האבן אים ארויסגעווארפן צוליב קורצע סקורט, דאן זאגט מען "ער האט אפגעשניטן די קשר, און ער איז שוין פאררעכנט אלס א א.ט.ד. ער איז שוין מער נישט אונזער פראבלעם."

קל וחומר » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 6:28 pm

· #344963
Re: הערשי דייטש שרייט ארויס זיין ווייטאג
נעמסט ארויס ווערטער פון קאנטעקסט און דו בויעסט בנינים אשר לא שערום אבותינו.

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 6:43 pm

· #344967
קל וחומר
נעמסט ארויס ווערטער פון קאנטעקסט און דו בויעסט בנינים אשר לא שערום אבותינו.

נאכאמאל און נאכאמאל, שיס נישט די מעסענדזשער, נאר אדרעסיר די נושא. פרעג נישט אפ די בעל המעשות ווייל דו האסט נישט ליעב זייער נאז און מאך נישט אוועק קיין טענות מיט לצנות. ענטפער וואס מיר טוען. נאר דאס איינס ענטפער מיר: וואס טוען מיר צו לייזן דעם פראבלעם?

אן ביטע זאג מיר נישט אז עס ווערט קער גענומען פריוואט אין די שטיל. איינער דארף דאס גלייבן? די זעלבע וואס האבן יאהרן "בשיטה" געהאלטן פון גארנישט טוהן, וויילן אז מיר זאלן גלייבן אז יעצט אז די גערידער מאכט טויב האבן זיי זיך גענומען צו די ארבייט. איי ווי קען מען זעהן? אה, דו וועסט מוזן נעמען זייער ווארט פאר א ראיה... סארא לצנות.

די פראבלעם איז אבער אז עס זענען יא פארהאן - באוויסטע און אומבאוויסטע - מציאות'ער ווי מ'זאגט קיינעם ניטאמאל אפ פון אמט, והכל על מקומו יבוא שלא בשלום, רח"ל.

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 6:55 pm

· #344970
יעקב מענטש
ווען ס'איז סנהדרין על מקומם און מ'קען גובע עדות זיין דארף מען עס אוודאי טוהן, היינטיגע צייטן זענען מיר נישט בכוח דאס צו טוהן, במילא אונזער איינציגע פליכט איז 1)העלפן אידן אין זייער פראבלעם 2) פארמיידן ווייטערדיגע שאדענס.

דיין רייץ פאר נקמה (אונטערן שלייער פון יוסטיץ) פראדוצירט שעדליכע הצעות וואס וועט זיכער ברענגן מער שאדן ווי ריוח, דו ביזט גרייט צו מפקיר זיין דעם עתיד פון א גאנצע שטוב שלא טעמו טעם חטא, אלץ נאר צו לערנען בלק דעם טאטן וועם די הנהלה קען -און טוט- במילא עלימינירן פון טוהן ווייטערדיגע שאדענס, דו וואלסט דיך אוודאי פאסמאקעוועט מיט א טרייעל ווי דער נפגע טרעט אויף און גיבט אן עמאצינאלן דרשה, און דו וועסט קענען זאגן אזוינע סטעיטמענטס ווי wow ממש דאס האט ער געטוהן ? מ'דארף אים איינשפארן און אוועקווארפן דעם שליסל!! וכדומה.

ס'איז קלאר אז דיין כוונה איז נישט די וואוילזיין פון די קאמיוניטי, נישט די צער פון די נפגעים.

רגע, אז קיין סנהדרין, קיין יוסטיץ?

קיינער פארלאנגט נישט מער ווי העלפן אידן אין זייער פראבלעם און פארמיידן ווייטערדיגע שאדענס. אבער אלל די וועי. קיין מאַלפע-געשעפטן.

קל וחומר » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 7:24 pm

· #344976
Re: הערשי דייטש שרייט ארויס זיין ווייטאג
שלום על ישראל
קל וחומר
נעמסט ארויס ווערטער פון קאנטעקסט און דו בויעסט בנינים אשר לא שערום אבותינו.

נאכאמאל און נאכאמאל, שיס נישט די מעסענדזשער, נאר אדרעסיר די נושא. פרעג נישט אפ די בעל המעשות ווייל דו האסט נישט ליעב זייער נאז און מאך נישט אוועק קיין טענות מיט לצנות. ענטפער וואס מיר טוען. נאר דאס איינס ענטפער מיר: וואס טוען מיר צו לייזן דעם פראבלעם?

אן ביטע זאג מיר נישט אז עס ווערט קער גענומען פריוואט אין די שטיל. איינער דארף דאס גלייבן? די זעלבע וואס האבן יאהרן "בשיטה" געהאלטן פון גארנישט טוהן, וויילן אז מיר זאלן גלייבן אז יעצט אז די גערידער מאכט טויב האבן זיי זיך גענומען צו די ארבייט. איי ווי קען מען זעהן? אה, דו וועסט מוזן נעמען זייער ווארט פאר א ראיה... סארא לצנות.

די פראבלעם איז אבער אז עס זענען יא פארהאן - באוויסטע און אומבאוויסטע - מציאות'ער ווי מ'זאגט קיינעם ניטאמאל אפ פון אמט, והכל על מקומו יבוא שלא בשלום, רח"ל.

און אז כ'וועל דיר זאגן אז איך ווייס פון צוויי מלמדים (איינס אין ב"פ, איינס אין ווילי) וואס מ'האט אפגעזאגט און געשיקט צו טעראפי אין די לעצטע צוויי דריי יאר און דאס איז על אף וואס איך ליג נישט אינעם נושא (פשוט געהערט אין די אומעמטליכע מקוה נייעס פון קראנטע מקורות) וועט עס דיר עפעס צוגעבן? אדער דו גלייכסט סתם צו בעשן ווייל פארוואס נישט?

שלום על ישראל » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 10:47 pm

· #344994
קל וחומר
און אז כ'וועל דיר זאגן אז איך ווייס פון צוויי מלמדים (איינס אין ב"פ, איינס אין ווילי) וואס מ'האט אפגעזאגט און געשיקט צו טעראפי אין די לעצטע צוויי דריי יאר און דאס איז על אף וואס איך ליג נישט אינעם נושא (פשוט געהערט אין די אומעמטליכע מקוה נייעס פון קראנטע מקורות) וועט עס דיר עפעס צוגעבן? אדער דו גלייכסט סתם צו בעשן ווייל פארוואס נישט?

האבן זיי עקסעס צו קינדער?

נ.ב. ביטע רעד נישט פון מיין בעשן, און האלט זיך צום סובדזשעקט.

קל וחומר » מאנטאג אוגוסט 8, 2016 11:13 pm

· #344997
Re: הערשי דייטש שרייט ארויס זיין ווייטאג
מ'האט זיי געזרקעט לחלוטין.
צו זיי האבן א משגיח תמידי ווייס איך נישט, אבער לכאורה האט מען זיי געשיקט אויף הילף.

שלום על ישראל » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 12:18 am

· #345011
קל וחומר
מ'האט זיי געזרקעט לחלוטין.
צו זיי האבן א משגיח תמידי ווייס איך נישט, אבער לכאורה האט מען זיי געשיקט אויף הילף.

טערעפי "קען" העלפן, אבער מוז נישט העלפן. אויב האט מען אים ארויסגעווארפן פון די מוסד, און ער ארבייט יעצט ביי די אנדערע חדר down the road (אדער די ברידער'ס מוסדות), האט מען געראטעוועט 30 נשמות אויף די חשבון פון 30 אנדערע.

זבולון » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 12:21 am

· #345012
איך האב אויסגעהערט נאר די אודיא, און איך האב מיר פארגעשטעלט אז דער רעדנער לאזט וואקסן א לאנגע בארד, טראגט א שווארצע ביבער הוט און א לאנגע רעקל, יעצט קען איך מגיב זיין לגופם של דברים.

ווען איך הער ווייטאג, פראביר איך יענעם צו פארשטיין בעפאר איך טראכט ווי אזוי איך דארף זיך באשיצן פון יענעמ'ס באשולדיגונג. איך ווייס נישט וואס איז דער לייזונג אויף דער פראבלעם, איך ווייס נישט צו די פראבלעם איז נאר ביי אונזער קאמיוניטי. אבער איך גלייב אז ער האט נישט אויפגעמאכט אומזיסטע מעשיות, און איך האב סימפאטיע מיט זיין ווייטאג. און איך באגריס זיין קוראזש צו עס אויסדריקן און פאבלישן.

לאמיר א מינוט ארויסנעמען פון אונזער דיקשאנערי די טערמס "אףף דע דערעך" און "אן דע דערעך", קענען מיר נישט זיין איין גרויסע לעבעדיגע קומה שלימה? קענען מיר שוין נישט פיהלן די ווייטאג פון איינער וואס טראכט אביסל אנדערש פון אונז?

מיין ענטפער פאר דיר הערשי: איך פיהל דיין ווייטאג. איך האב פול סימפאטיע מיט דיר און מיט אלע דיינע פריינד. דיין מעסעדזש איז אנגענומען געווארן מיט פארשטאנד. איך האף אז די סארט ווייטאג וועט פארמינערט ווערן אין די קומענדיגע יאהרן. איך האף אז די וועלט אין וועלכע איך לעב וועט זיין זיס פאר יעדן איינעם, אז קיינער זאל נישט וועלן אנטלויפן דערפון.

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 12:21 am

· #345013
איך האב מיטגעהאלטן א מעשה פון א מלמד וואס מען האט געווארפן און געשיקט פאר הילף, און די מוסד האלט א אויג אז אויב גיבט ער זיך אן אלס מלמד אדער סאבסיטוט זענען זיי מודיע פאר יענע חדר.

שלום על ישראל » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 12:25 am

· #345015
געוואלדיג
איך האב מיטגעהאלטן א מעשה פון א מלמד וואס מען האט געווארפן און געשיקט פאר הילף, און די מוסד האלט א אויג אז אויב גיבט ער זיך אן אלס מלמד אדער סאבסיטוט זענען זיי מודיע פאר יענע חדר.

גאנץ שיין, אבער למעשה איז דאס היפש שווער - אויב בכלל מעגליך צו דורכפירן. לויפן זיי אים נאך אין די קאנטרי? ווייסן זיי אויב ער לערנט פריוואט מיט קינדער (נאכמער מסוכן)? גייען זיי מיט אים אין מקוה און אין ביהמ"ד?

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 12:49 am

· #345017
האסט א בעסערע עצה?

שלום על ישראל » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 1:08 am

· #345022
געוואלדיג
האסט א בעסערע עצה?

אדער גייען מיר צו די געזעץ, ווי די הלכה פארלאנגט, אדער כאטש מפרסמים עושי עבירה

קל וחומר » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 1:12 am

· #345025
Re: הערשי דייטש שרייט ארויס זיין ווייטאג
אהא, און וואס גייט דעמאלט פאסירן?

שלום על ישראל » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 1:24 am

· #345026
קל וחומר
אהא, און וואס גייט דעמאלט פאסירן?

די געזעץ וועט זיי האלטן אפגעטיילט. מפרסים זיין העלפט עלטערן און אלע-וועלטליכע מחנכים צו האלטן די קינדער אוועק פון אים.

#זעלבספארשטענדליך

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 5:07 am

· #345036
[ציטאט אראפגענומען]

העי דו חוצפהניאק! רעדט נישט אויף מיין רעליגע! דו כופר איינער! שייגעץ ארויס!.. אה כהאב שיעור פארגעסן איך בין נישט אין וויזניץ מעהר...

איך דיסאגרי מיט דיר, בודהאזים און ליבעראליזים שאדט נישט פאר קיינעם! ווען די גאנצע וועלט וואלטן געוועהן בודהאיסטן וואלט מען קיין מלחמות מעהר קיינמאל נישט געהאט, יעדער וואלט געלעבט בשלום ובשלווה, יעדער וואלט זיך פארגינען איינעם דעם צווייטן, ס׳וואלט נישט געוועהן קיין מילטער און באורדערס צווישן איין לאנד און צווייטן, יעדער וואלט געוועהן העכער אלע שטותים מיט אומזיסטיגע תענוגים, אוי אילו זכינו...

ווען אלע מענטשען וואלטן וועין געמאכט מעדיטאציע און יוגא און געלערנט די חכמה פון בודהא וויאזוי צוזיין פרייליך און צופרידן אין יעדע סיטאוציע אין לעבן וואלט באמת געוועהן א תיקון השלום.
אדרבה לאמיר הערן, וואס איז שלעכט מיט ליבעראליזים און בודהאזים? זיי זענען נאך די איינציגסטע פארבליבענע פיעספול נארמאלע מענשטען אויף די פלאנעט ווי ווייט איך ווייס, זיי זענען די איינציגסטע מענשטען וואס פייטן פאר איקוואלטי פאר יעדעם און האבן רעספעקט פאר אלע רעליגיעס און יעדעם צוגלייך, זיי זענען די מערסטע טאלארענט צו יעדעמס משוגעתן און מאכן די ווייניגסטע קאפ וויי פאר אנדערע מענטשען און פאר די וועלט.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 5:23 am

· #345039
Re: הערשי דייטש שרייט ארויס זיין ווייטאג
ווייל ס'איז דא מענטשען וואס מוזען זיך שלאגען, פארפאלען. נישט יעדער איינער זוכט די לעבען פון רואיגקייט. און ווען ס'איז דא שלעגער'ס, מוז מען זיך שיצען. קומען חו גייען מיליטער'ן און גרעניצען וכולי וכולי.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

שבת אחים » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 5:29 am

· #345040
ליטוואק פון בודאפעסט
ווייל ס'איז דא מענטשען וואס מוזען זיך שלאגען, פארפאלען. נישט יעדער איינער זוכט די לעבען פון רואיגקייט. און ווען ס'איז דא שלעגער'ס, מוז מען זיך שיצען. קומען חו גייען מיליטער'ן און גרעניצען וכולי וכולי.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

אמת אבער זייער נעריש און קינדעריש! איך בין א גרעסערע טאטע ווייל איך בין שטארקער! מיינע געווער זענען די שטערקטסטע! אונז זענען מעכטיג! אסאך שטערקער ווי די צוריקגעשטאנע רוסלאנד און אינדיע! פארשטינקע pride און american exceptionalism 😉

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 6:55 am

· #345041
Re: הערשי דייטש שרייט ארויס זיין ווייטאג
דאס ענין פון 'מיינס איז גרעסער ווי דיינס' איז א סבה פאר א ריזיגע פערצענט פון די וועלטס טעטיגקייטען. זאג דו מיר, וויפיהל רפואות פאר שווערע מחלות קומען פון די רואיגע אינדיאנער באפעלקערונג? אוודאי. איז עס נעריש, מ'קען אבער נישט לייקענען אז א ריזיגע פערצענט פון דער וועלט מיט וועמען מיר לעבען טראכט און שפירט אזוי

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

נאסע ליילעך » דינסטאג אוגוסט 9, 2016 10:24 am

· #345052
Re: הערשי דייטש שרייט ארויס זיין ווייטאג
שבת אחים
[ציטאט אראפגענומען]

העי דו חוצפהניאק! רעדט נישט אויף מיין רעליגע! דו כופר איינער! שייגעץ ארויס!.. אה כהאב שיעור פארגעסן איך בין נישט אין וויזניץ מעהר...

איך דיסאגרי מיט דיר, בודהאזים און ליבעראליזים שאדט נישט פאר קיינעם! ווען די גאנצע וועלט וואלטן געוועהן בודהאיסטן וואלט מען קיין מלחמות מעהר קיינמאל נישט געהאט, יעדער וואלט געלעבט בשלום ובשלווה, יעדער וואלט זיך פארגינען איינעם דעם צווייטן, ס׳וואלט נישט געוועהן קיין מילטער און באורדערס צווישן איין לאנד און צווייטן, יעדער וואלט געוועהן העכער אלע שטותים מיט אומזיסטיגע תענוגים, אוי אילו זכינו...

ווען אלע מענטשען וואלטן וועין געמאכט מעדיטאציע און יוגא און געלערנט די חכמה פון בודהא וויאזוי צוזיין פרייליך און צופרידן אין יעדע סיטאוציע אין לעבן וואלט באמת געוועהן א תיקון השלום.
אדרבה לאמיר הערן, וואס איז שלעכט מיט ליבעראליזים און בודהאזים? זיי זענען נאך די איינציגסטע פארבליבענע פיעספול נארמאלע מענשטען אויף די פלאנעט ווי ווייט איך ווייס, זיי זענען די איינציגסטע מענשטען וואס פייטן פאר איקוואלטי פאר יעדעם און האבן רעספעקט פאר אלע רעליגיעס און יעדעם צוגלייך, זיי זענען די מערסטע טאלארענט צו יעדעמס משוגעתן און מאכן די ווייניגסטע קאפ וויי פאר אנדערע מענטשען און פאר די וועלט.

קודם כל איז דאס נאר א טעאריע, ווייל אויפווייזן קענסטו עס נישט. צווייטנס, מעגליך אז קיינער וואלט זיך נישט געהרג'עט מיטן צווייטן אבער דער עולם וואלט זיך אליינס געהרג'עט. נישט פאר יעדן איז יאוגע גענוג סיבה דורכצוגיין דעם שווערן גשר צר. וואויל איז פאר דיר אז מעדיטאציע מאכט דיר גליקליך.
בלאט: 1 2