@אנאנים, די סיסטעם איז נישט אומפערפעקט, די סיסטעם איז נישט למחצה לשליש, די סיסטעם איז אויסגעשטעלט אויף נישט צו ארבייטען! ממש אזוי? יא!
מיר האבן א קאמבינאציע פון פאלשע חומרות אויפגעמאכטע קילות וואס נעמט ארויס ׳געזעץ׳ פון די מיקס. נישטא קיין דיינים וואס זאלן אויפנעמען א אזא מצב, און גיי און געריכט ביזטו אויס יוד. נישטא קיין פאליציי און קיין סנהדרין. וואס בלייבט? א הנהלה וואס האט א קלארע היסטארי פון לאזן דעם חזר אויף זיין פאזיציע, מיט נייע אומגלויבליכע הבטחות. אפגערעדט אז עס איז נישט פארהאן קיין שום אפציע צו ראטעווען א שטוב וואס די טאטע אדער מאמע איז קלאר עביוזיוו, פיזיש אדער עמאציענאל. נאר רעדן דערוועגן וועט דיך אפשטעמפלען אלס א נחום. ועיין לעיל.
דו רעדסט פון א סיסטעם וואס ארבייט 85%-90%, פון וואס רעדסטו? ווי איז דער סיסטעם? אפשר מיינסט די פאליציי און געריכט סיסטעם, דאס האבן מיר נישט אין דזשולענד. אויב רעדסטו פון חרדיזם אלס א גרעסערע סיסטעם, נישט דאס איז די נושא. די אישו איז אונזער סיסטעם צו באהאנדלען אלע סארטן עביוז.
בנוגע די טוישן לטובה, איז נישט נאר טו ליטל טו לעיט, נאר איז אומטראסטבאר, זינט עס פארלאנגט זיך צו טראכטן די זעלבע אלטע פארשווייגערס, און נאכדערצו אז זיי טוען גוטס ׳אין דער שטול׳. דאס איז נישט קיין בעד-טיים סטארי; דאס איז א לעבנס און טויט סיטואציע.