☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » פרשת השבוע מיט זבולון

פרשת השבוע מיט זבולון

71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10735
בלאט: 1 2

זבולון » פרייטאג יולי 15, 2016 2:48 am

· #342271
פרשת השבוע מיט זבולון
איך וויל מקדיש זיין דעם אשכול, פאר א רואיגע ווינקל צו אויסלופטערן מיינע געדאנקען און בויכ-ווייען אויף די פרשת השבוע מידי שבת בשבתו.

זבולון » פרייטאג יולי 15, 2016 2:50 am

· #342272
פרשת קורח און ברעקזיט
גענומען פון דא:

א דורכגעפאלענע רעוועלוציע. קורח מיט נאך 250 נאכשלעפער האבן רעוואלטירט אקעגן די דיקטעיטערשיפ (לויט זייער טענה), "כי כל העדה כולם קדושים", זיי האבן געפאדערט גלייכבארעכטיגונג, אבער זיי האבן מיאוס פארלוירן.

"וישמע משה ויפול על פניו". משה - א סימבאל פון אן אמת'ער מנהיג בישראל, לערנט אונז אויס די ריכטיגע רעאקציע צו א ווידערשטאנד. משה האט נישט פראבירט צו טעראריזירן אדער פארמאכן די מויל. נאר "וישמע משה" משה האט די ערשטע זאך פראבירט אויסהערן מיט רעספעקט די טענות פון די רעוואלטירער.

משה איז געווען פארן פאלק, "וירד משה מן ההר אל העם" ער איז געווען פארן פאלק, ער איז נישט ארומגעפלויגן אין די הימלען, "ויעמוד העם על משה מן הבוקר עד הערב", ער האט זיך נישט ארויסגעדרייט פון זיינע אחריות'ן אלס א מנהיג פארן פאלק.

און טאקע צוליב דעם, איז קורח'ס טענה נתבטל געווארן, צוליב דעם וואס דער מנהיג איז דא פארן פאלק, איש על העדה, דאן איז נישט פארהאן קיין טענה פון "כל העדה כולם קדושים".

די תורה לערנט אונז די ריכטיגע וועג פון שלטון ע"פ צדק ויושר, עס איז נישט קיין מהלך צו געבן די כח ההחלטה פאר יעדן יחיד. אנארכיע איז נישט קיין מעטאד וואס קען ארבעטן רעאליסטיש אויף אונזער עולם העשיה, "כי כל העדה כולם קדושים, ומדוע תתנשאו" איז זייער א שטארקע טענה, אבער עס איז נישט רעאליסטיש, מיר קענען נישט איבערגעבן דעם שלטון אין די הענט פונעם ציבור עקסלאסיוולי.

דעמאקראטיע איז די ריכטיגע באלאנס צווישן אנארכיע און דיקטאטורע, מ'קען נישט איבערגעבן החלטות וואס פאדערן פארשטאנד און ברייטקייט אין די הענט פונעם פשוט'ן בירגער, וואס ער אליינס ווייסט נישט פונקטליך וואס די עפעקט פון זיין ווארט וועט למעשה האבן אויף זיין אייגענעם לעבן.

ברעקזיט - איז געווארן באשטעטיגט דורך א רעפערענדום, מ'האט געגעבן אן אייניגע טשויס פאר אלע איינוואוינער צו לאזן הערן זייער מיינונג, די קאנסעקווענצן דערפון איז נאכנישט קלאר פאר קיינעם, אבער עס איז איינמאל זיכער אז נישט יעדער בירגער האט געוואוסט פונקטליך וואס די עפעקט פון זיין ווארט וועט האבן אויף זיין אייגענע לעבן.

נו, איז וואס איז בעסער? זאל מען לאזן די החלטות פאר א דיקטאטור? זאל מען צונעמען די טשויס פונעם פשוט'ן בירגער און עס געבן נאר פאר די עליטיסטן? ניין. דאס איז אויך קיין עצה נישט, ווייל דער מציאות ווייזט אונז אז מיר קענען נישט אייביג טראסטן די וועלכע זיצן ביים בענקל, מיר מוזן האבן די טשויס זיי צו קענען אויסקלויבן און ארויסשטויסן.

אויב אבער איז דער מנהיג טאקע דער אידיאלער מנהיג וואס מיינט נאר די טובה פונעם פאלק, ער איז נישט מושחת און נישט פארדארבן, דעמאלס איז עס היבש בעסער ווי דעמאקראטיע, וויבאלד דער מנהיג פארשטייט צו הנהגה און ער ווייסט וואס איז די ריכטיגע זאך פארן פאלק.

ביי די הפטורה די וואך, זעהן מיר ווידער ווי כלל ישראל האט שוין איינגעזעהן די טעות פון קורח "כי כל העדה כולם קדושים" איז ריכטיג אבער עס איז נישט קיין רעאליסטישע מהלך. שאול זאגט פארן פאלק - די וואך אין די הפטורה - לכו ונלכה הגלגל ונחדש שם המלוכה. עס איז צייט צו אויפקעניגן א ריכטיגער מלך פונעם פאלק, דורכן פאלק, פארן פאלק.

זבולון » פרייטאג יולי 15, 2016 2:51 am

· #342273
פרשת חוקת - יש לך רשות להרהר אחריה
זאת חקת התורה זאגט אונז רש"י " - לפי שהשטן ואומות העולם מונין את ישראל לומר מה המצוה הזאת ומה טעם יש בה לפיכך כתב בה חקה גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה".

גייט נישט פארביי עטליכע פסוקים און רש"י ברענגט און ברענגט פון רבי משה הדרשן, און עס איז געווארן פון א חוקה ביז א פרשה זו יפה נדרשת.

און דא פרעגט יעדער איינער, וואס גייט דא פאר מעג מען יא פרעגן אדער מ'טאר נישט פרעגן, יש רשות להרהר אדער אין רשות להרהר?

האב איך שוין אמאל געשריבן דעם באקאנטן ווארט, אז מ'זעהט ביי די הגדה, דער חכם פרעגט א קשיא "מה העבודה הזאת לכם", און מ'נעמט אים אויף מיט אפענע ארעמס, יעדער וויל שמועסן מיט אים און פארברענגען מיט אים, ווידער – דער רשע פרעגט די זעלבע קשיא, און מ'האקט אים אויס די ציינער, און מ'ווארפט אים ארויס פון פענסטער. וואס איז דער חילוק – פרעגט די וועלט- פון דעם חכם און דער רשע, ביידע פרעגן די זעלבע שאלה, אויף וואס ארויף איז באזירט די דיסקרימינאציע.

נאר וואס דען, דער חילוק איז, אז דער חכם איז גענוג קלוג צו פרעגן די זעלבע קשיא פון די רשע, און בלייבן דער חכם אן ווערן פארוואנדלט אין א רשע, און דא ליגט באהאלטן זיין גרויס חכמה.

דאס איז פשט ביי אונז, ווען דער שטן און די אומוה"ע קומען זיך רייצן מיט אונז, זיי פראבירן פרעגן מה טעם יש בה, ענטפערן מיר זיי גזירה היא מלפני, עס איז טרוקן איך האב קיין תירוץ נישט דערפאר, אבער ווען איינער וויל קלוגערהייט קען מען עפענען די גאנצע נושא און עס לייגן אויפן טיש.

דאס איז פשט פון די באקאנטע מדרש די וואך, "מי יתן טהור מטמא לא אחד", דער חילוק פון טומאה און טהרה איז דער קליינער ניין, וואס דער פרעגער וואס קומט פון א ריינע מקור, ער וויל פארשטיין, זיין נשמה לעכצעוועט צו וויסן די טעמי התורה, אנדערש ווי די וועלכע פרעגן די זעלבע קשיות וואס קומען ממקור הטומאה.

פארן שטן און די אומה"ע וועלן מיר ענטפערן אז די תורה איז טויט, מ'טאר נישט פרעגן, מ'קען נישט טוישן, עס איז אזוי ווי עס איז. אבער מיר טארן נישט פארגעסן דער עיקר, אז דאס איז נישט די אמת'ע תורה, דאס איז נאר א שיינע תירוץ וואס מיר דארפן ענטפערן פאר די וועלכע ווילן נישט וויסן און פארשטיין.

פאר אונזערע קינדער און פארן בן החכם ענטפערן מיר נישט אט דעם תירוץ, פונקט פארקערט, פארן חכם זאגן מיר יש לך רשות להרהר אחריה, פרעג און פרעג און געב נישט אויף, דרוש וקבל שכר.

די אמת'ע תורה איז א תורת חיים, א ליווינג דאקומענט, עס לעבט און אטעמעט, עס וואקסט און בריקעט, מיר ספראווען זיך דערמייט בחיי היומיום, מיר פראבירן עס צושטעלן צו אונזער 2016 לעבנסשטייגער, בכל יום יהיו בעיניך כחדשים.

שמעקעדיג » פרייטאג יולי 15, 2016 10:12 am

· #342293
הערליך, שפתים ישק!

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 15, 2016 10:35 am

· #342294
דאס איז דאך געוואלדיג, ובפרט לאור דברי הרמב"ם אין הקדמה צו מורה אז א מצורע נפש זאל דא נישט אריינקוקען. איינער וואס זוכט צו פארדרייען אדער פארענטפערען זיין כפירה'דיגע עגזיסטענץ, זאל נישט אנהויבען מיט זיין ספר. און מ'זעט טאקע, די אלע וואס דערמאנען מורה פאר זייער צוועקען, האבען דער ספר נישט דורכגעלערנט, ניטאמאל אויבערפלעכליך. א שנעלעם בליק און געהערט עפעס נאכגעזאגט, און אזוי אפגעפאסקענט.
מיין טאטע זז"ג זאגט מיר אלס, "ווען די שונאי תורה שרייען אלס 'דער רמב"ם איז געווען א דאקטאר, וואס גייט איהר נישט אין קאלעדזש?!', מיין תירוץ צו זיי איז 'דער דאקטאר איז געווען א רמב"ם, פארוואס גייסטו נישט לערנען?!'. והן הן הדברים.

זבולון » פרייטאג יולי 22, 2016 12:31 am

· #343154
פרשת בלק - דער חילוק פון בלעם און אברהם
מיר ווייסן אלע אז פריערדיגע צדיקים זענען געווארן אויסגעלויבט במשך די דורות ביי די ערציילונגען אז זייער דיבור איז נאר געווען על פי ה'. ס'הייסט אין אנדערע ווערטער, אז דאס אז די מעשה איז נאר על פי ה' מיינט נאך נישט אז מ׳איז אויף עפעס א הויכע מדריגה, דאס איז סך-הכל וואס עס פאדערט זיך פון אן ערליכער איד. כדי צו ווערן אנגערופן א צדיק דארף מען זיין אין נאך א העכערע מדריגה, נישט נאר זיינע מעשים זענען אויסגערעכנט ע"פ שולחן ערוך, נאר אפילו זיין דיבור איז אויסגערעכנט און טייער. דער צדיק וועט נישט זאגן קיין דיבור אן דעם וואס ער זאל פארזיכערן בעפאר אז דאס איז וואס גאט וויל פון אים.

אלזא, לערנען מיר די וואך אין די פרשה, "עתה היכול אוכל דבר מאומה, הדבר אשר ישים אלקים בפי אותו אדבר". ווער זאגט אט די ווערטער? נישט משה רבינו, נישט רבא, נישט ר' מרדכי'לע נעשכיזער, דאס זאגט בלעם. בלעם איז געווען אויף די הויכע מדריגה, ער האט זיך נישט גערירט קיין זיז כלשהי אן דעם באשעפער'ס באפעל, נישט במעשה און אפילו נישט בדיבור. מיר הערן פון בלעם אזעלכע הויכע דיבורים וואס מיר זענען געוואוינט צו הערן פון תלמידי בעל שם לדורותיהם. בלעם זאגט "אם יתן לי בלק מלא ביתו כסף וזהב לא אוכל לעבר את פי ה' אלקי לעשות קטנה או גדולה", ער ווערט נישט נתפעל פון קיין געלט און כבוד, ער וויל נאר טוהן דעם רצון השם.

עס איז באקאנט פון אונזערע מקורות אז בלעם איז געווען די זעלבע מדריגה פון משה רבינו, נאר ביי משה רבינו איז עס געווען מדריגות הקדושה און ביי בלעם איז עס געווען מדריגות הטומאה. די מדריגה פון משה וואס איז געווען "ותחסרהו מעט מאלקים", ער איז געווען ממש קרוב צו גאט, בלעם איז געווען די זעלבע זאך, אבער מצד הטומאה. דער ספרי זאגט: "לא קם נביא עוד בישראל כמשה - בישראל לא קם, אבל באומות העולם קם ומאן הוא? בלעם", אזוי אויך איז משמע אין געוויסע מדרשים אז בלעם איז נאך אפילו געווען אין א העכערע מדריגה ווי משה רבינו.

פרעגט זיך די קשיא, וואס איז די דיסקרימינאציע? אויב בלעם האט אריינגעהארעוועט אין עבודת השם אויפ'ן זעלבן פארנעם ווי משה רבינו און אנדערע נביאים, פארוואס איז ער נישט געווען פאררעכנט צו זיין מצד הקדושה, פארוואס איז זיין נביאות געווען ויקר און נישט ויקרא? איז עס סתם א דיסקרימינאציע באזירט אויף ראסע? קען דאך נישט זיין.

אט די קשיא פרעגט די משנה, איז לאמיר איבערגעבן דאס ווארט פארן תנא (אבות פ"ה מי"ט): "כל מי שיש בידו שלשה דברים הללו, מתלמידיו של אברהם אבינו. ושלשה דברים אחרים, מתלמידיו של בלעם הרשע: עין טובה, ורוח נמוכה, ונפש שפלה, מתלמידיו של אברהם אבינו. עין רעה, ורוח גבוהה, ונפש רחבה, מתלמידיו של בלעם הרשע".

הייסט עס, דער תנא דערציילט אונז, דער חילוק פון בלעם און אברהם איז נישט געווען ווער עס האט געשריגן העכער אמן יש"ר, בלעם האט עניטיים געקענט ביטן אברהם אבינו דערמיט, דער חילוק איז אויך נישט געווען ווער עס קען שטערקער וויינען און טאנצן ביי די פארשידענע מעמדים, בלעם האט עס זייער שיין דעליווערט, בלעם האט געקענט "נופל וגלוי עיניים", ער האט געקענט די אויגן-ווארפעריי ביזנעס בעסער ווי יעדער רבי, אבער נישט דארטן האט דער חילוק געשטעקט.

בלעם האט נישט געקענט פארגינען אנדערע מענטשן, אברהם האט יא געקענט, בלעם האט זיך געפילט העכער און בעסער ווי אנדערע, אברהם האט נישט געפילט אזוי, בלעם האט געזוכט צו נאכיאגן די וועלט און לעבן א שווענדערישע לעבן אויפן חשבון פון אנדערע, און אברהם האט זיך באגנוגנט מיט וואס ער האט געהאט.

דאס לערנט אונז א מורא'דיגע יסוד אין לעבן. די מטרה פון די תורה און דינען דעם באשעפער איז נישט געגעבן געווארן צו טאנצן אין די וועלט אריין. עס זענען דא קאר וועליוס וואס מאכן אונזער ערד-קוגל א בעסערן פלאץ צו לעבן, און דאס איז די טעסט צו מ'איז פון אברהם'ס חדר אדער פון בלעם'ס.

וואלווי » פרייטאג יולי 22, 2016 12:51 am

· #343158
זבולון עט היס בעסט!

אולי, וועגען דעם שטייט "מתלמידיו" של וכו' וואס איז מרמז אויף א "דרך הלימוד" אזוי ווי חז"ל זאגען (קידושין ל' ע"ב) אויף דעם פסוק את והב בסופה (פאריגע וואך) אמר רבי חייא בר אבא אפילו האב ובנו הרב ותלמידו שעוסקין בתורה וכו' ואינם זזים משם עד שנעשים אוהבים זה את זה שנאמר "אֶת וָהֵב בְּסוּפָה", אל תקרי בְּסוּפָה, אלא בְּסוֹפָהּ. דאס מיינט אז מ'פארגונט איינער פאר'ן צווייטען.

געוואלדיג » פרייטאג יולי 22, 2016 11:40 am

· #343194
אוי זאגסטו גוט און אמת, אויב וואלט מען מיך מכבד געווען ערגעץ צו רעדן שבת וואלט איך דאס נאכגעזאגט און טאקע בשם אומרו ר' @זבולון מעיר ק"ש יצ"ו.

וואלווי » פרייטאג יולי 22, 2016 5:57 pm

· #343214
ס'איז יששכר זבולון צוזאמען. די כוללים פאנדרעיזערס קענען נישט אנרעדען זבולון אז ער דארף א יששכר זבולון געשעפט. ער פארמאגט ביידע.

וואלווי » פרייטאג יולי 22, 2016 5:59 pm

· #343215
געוואלדיג
אוי זאגסטו גוט און אמת, אויב וואלט מען מיך מכבד געווען ערגעץ צו רעדן שבת וואלט איך דאס נאכגעזאגט און טאקע בשם אומרו ר' @זבולון מעיר ק"ש יצ"ו.


וועלעכע קאנטרי ביזטו? איך קען ארלעדיגען מ'זאל דיך מכבד זיין שבת נאכמיטאג מיט א פרקי אבות וואטערמעלאן שיעור.

berlbalaguleh » זונטאג יולי 24, 2016 12:28 am

· #343240
געוואלדיג
אוי זאגסטו גוט און אמת, אויב וואלט מען מיך מכבד געווען ערגעץ צו רעדן שבת וואלט איך דאס נאכגעזאגט און טאקע בשם אומרו ר' @זבולון מעיר ק"ש יצ"ו.

געוואלדיג: וויאזוי וואלסטו אנגעהויבן די דרשה...ס'ווערט געברענגט אין קאווע שטיבל די וואך בשם ר' זבולון שליט"א...ס'איז שוין גארנישט קיין געלעכטער. דער הייליגער בלאט ברענגט א סאך מאל נאך ארטיקלען וועלכע זענען אריגינאל אויפגעברענגט געווארן דא אין קאווע שטיבל. איך האב איהם שוין געכאפט לכה"פ 2 מאל...! נאר שטייצעך ער זאגט עס נישט נאך בשם אומרו...!

געוואלדיג » זונטאג יולי 24, 2016 11:54 am

· #343263
וואס הייסט וויאזוי איך וואלט אנגעהויבן, פונקט ווי ווען איך וויל נאכזאגן א ברסלבער ווארט אין סקווירא, עס ווערט געברענגט... איך האב געזעהן א הערליך טייטש...

berlbalaguleh » זונטאג יולי 24, 2016 1:24 pm

· #343284
געוואלדיג
וואס הייסט וויאזוי איך וואלט אנגעהויבן, פונקט ווי ווען איך וויל נאכזאגן א ברסלבער ווארט אין סקווירא, עס ווערט געברענגט... איך האב געזעהן א הערליך טייטש...

געוואלדיג: ... 😂 😂 😂 אתה מצחיק אותי...ביי דיר מעג מען רעדן די שפה הטמאה. כ'ווייס נישט. כ'האב מורא אז דו וועסט מיך ארויסיאגן פון ביהמ"ד... 🙄 😂

זבולון » פרייטאג יולי 29, 2016 12:49 am

· #343923
אין פרשת פינחס מוזן מיר האבן א ספעציעלע אריכות, וויבאלד דא לערנען מיר זייער גרויסע יסודות אין אידישקייט און אין לעבן אין אלגעמיין, ווי אזוי א איד דארף אנקוקן און באהאנדלען ווען ער זעהט אז א צווייטער איד פיהרט זיך נישט אויף ווי אזוי עס דארף צו זיין לדעתו.

בעפאר מיר גייען ווייטער, וועלן מיר איבערגעבן דאס ווארט פאר דער איז'ביצער, די באקאנטע שטיקל וואס ער שרייבט איבער די קאנפליקט פון פינחס און זמרי:

דער איז'ביצער
וירא פנחס בן אלעזר בן אהרן הכהן, ויקח וכו'. ולא יעלה ח"ו על הדעת לומר שזמרי היה נואף ח"ו כי מן הנואף לא עשה הקב"ה פרשה בתורה, אך יש סוד בדבר הזה. דהנה יש יו"ד נקודות בזנות, הנקודה הא' מי שמקשט עצמו והולך במזיד לדבר עבירה,היינו שהאדם בעצמו מושך עליו היצה"ר, ואח"ז יש עוד ט' מדרגות, ובכל המדרגות שניטל מהאדם כח בחירתו ואי אפשר לו להמלט מעבירה, עד המדריגה היו"ד, היינו מי שמרחיק עצמו מן היצה"ר ושומר עצמו מן העבירה בכל כוחו עד שאין ביכולתו לשמור א"ע יותר מזה, ואז כשנתגבר יצרו עליו ועושה מעשה אז הוא בודאי רצון הש"י, וכענין יהודה ותמר, ואיהי בת זוגו ממש. וזה הענין היה גם כאן, כי זמרי היה באמת שומר עצמו מכל התאוות הרעות, ועתה עלתה בדעתו שהיא בתו זוגו מאחר שאין בכוחו לסלק א"ע מזה המעשה, ופנחס אמר להיפך שעדיין יש בכוחו לסלק עצמו מזה, וזה שמרמז הגמ' (סנהדרין פב ב) יו"ד נסים נעשו לפנחס, וכדאיתא שם אלו פירש זמרי והרגו לפנחס היה פטור כי באמת היה כאן שקול הדעת, כי גם על פנחס היה מקום לבעה"ד לחלוק שמצוי בו מדה הנראה לעינים שהוא כעס כמו שבאמת טענו עליו זאת והיה הדין בזה שודא דדיינא ופירש ר"ת (ב"ב לה. ד"ה שודא) ע"ז שיכולת הדיין ליתן לקרוביו, ולכך יצא פנחס זכאי לפי שהיה קרוב למרבע"ה, וז"ש (במדבר כה יד) ושם האיש ישראל המוכה, היינו שהקב"ה הראה לפנחס אחר מעשה שעשה עם מי היה המלחמה שלו, שאל יחשוב כי נואף גמור היה ח"ו, ופנחס מחמת שהי' בא מזרע יוסף שנתברר בסיגופים ונסיונות בענין זה ולכך הרע בעיניו מאד על מעשה זמרי, וע"ז נאמר (הושע יא א) כי נער ישראל ואוהבהו, וזה ממש ענין פנחס שהיה דן את זמרי לנואף בעלמא, ע"כ דן אותו קנאין פוגעין בו, ונעלם ממנו עומק יסוד הדבר שהיה בזמרי כי היא היתה בת זוגו מששת ימי בראשית, כמו שמבואר בכתבי האר"י ז"ל (שער מאמרי רז"ל/מדרשים), עד שמרבע"ה לא הכניס א"ע בזה לדונו במיתה. ונמצא שפנחס היה במעשה הזה כנער היינו שלא היה יודע עמקות הדבר רק עפ"י עיני שכל אנושי ולא יותר, ואעפ"כ הש"י אוהבו והסכים עמו כי לפי שכלו עשה דבר גדול בקנאתו ומסר את נפשו.



מען קען אסאך שפאקולירן און אריינלערנען אין דעם שטיקל, עס זענען פארהאן שטיקלעך אין די תלמידים פון דעם איז'ביצער וואס מ'זעהט ווי זיי חזר'ן איבער אט די נקודה, (לדוגמא - צדקת הצדיק אות מ"ג), אבער לאמיר ארויסברענגען די עיקר נקודה וואס אויף דעם איז באזירט דעם איז'ביצערס געדאנק.

איך האב שוין אמאל געשריבן איבער די לעבעדיגע סתירה פון בחירה און ידיעה, וואס א מענטש לעבט דערמיט זיין גאנצן לעבן, עס איז נישט פארהאן קיין שום לאגישע וועג ארויס דערפון, דעטערמעניזם מיט פרי-וויל גייען נישט צוזאמען. א מענטש קען זיך נישט ארויסדרייען דערפון, און מ'קען לעבן מיט די סתירה ביזן סוף לעבן, (צו אונזער מזל, איז א מענטשנ'ס מוח איז נישט ווי א קאמפיוטער פראגראם וואס פאלט צוזאם ווען עס שטימט נישט לאגיש).


אבער אונזער תורה איז א תורת חיים, עס איז נישט קיין לאגיק בוק וואס קומט אונז מאכן סדר אין אונזערע פילאסאפישע פראבלעמען, עס איז א א ספר וואס איז געקומען אונז לערנען הוראות בחיים, אינסטראקשנס ווי אזוי צו אדורכלעבן אונזער לעבן אויף די ריכטיגע וועג.


ווען עס קומט צו די סתירה פון בחירה און ידיעה, ווייסן מיר אז אויב וועלן מיר גייען מיט ידיעה און דעטערמעניזם, מיינט עס אז מיר פארלוירן די גאנצע מושג פון שכר ועונש, אדער בכלל פון הוראות, ווייל די גאנצע בריאה איז שוין דעטערמענד און אלעס וואס מיר גייען טוהן איז שוין פאראויסגעשריבן, און נאכמער - ווי דער איז'ביצער זאגט "עס איז דער רצון השם!". דאס מיינט אז וועלכע עבירה מיר וועלן נאר קאממיטן וועלן מיר זיך קענען פארענטפערן מיט דעם תירוץ.


אבער ווי געזאגט, עס איז דא פלעצער וואס מיר גייען מיט ידיעה, און איינע פון די פלעצער איז, ווען עס קומט צו יענעמ'ס עבירה, ווען דו זעהסט א צווייטן עפעס טוהן, אויב איז יענער נישט אונטער דיין אחריות, דעמאלס קומט נישט אריין קיין בחירה דא, און מיר סוויטשן אריבער צו ידיעה, מיר ווייסן אז דאס וואס יענער טוהט איז דער רצון השם.


די גאנצע מושג פון נעמען אחריות אויף יענעמ'ס אקטן איז אקעגן דעם רצון השם, פון אונזער פוינט אוו וויאו, איז עס ווי איינער וויל פייטן דעם אויבערשטנס פלאן פון די בריאה, און דאס איז זיך גובל מיט כפירה. די גמרא שרייבט שוין דערויף אז "בהדי כבשי דרחמנא למה לך?", דאס מיינט אז מיר זענען נישט באלעבאס אויף די גאנצע וועלט, און קיינער פאדערט נישט פון אונז צו זיין באלעבאטים אויף די וועלט, יעדער איינער דארף מאכן זיכער אין זיין באגרעניצטע ספעיס צו מאכן זיכער אז ער פאלגט נאך דאס וואס פאדערט זיך פון אים, צו ברענגען די וועלט פון אן ערגערע מצב צו א בעסערע.


עס איז דא מצבים וואס די תורה געבט אונז נישט קיין הוראה וואס צו טוהן, און מיר סוויטשן אריבער צו דעטערמעניזם, און דאס איז די דוגמא וואס דער איז'ביצער ברענגט: "שודא דדיינא", וואס לויטערט אז מ'קען טוהן וואס מ'וויל, ווייל דער באשעפער וועט שוין פירן אז עס זאל זיך אויסארבעטן לויט זיין מאסטער פלאן וואס ער האט דיזיינט פאר די גאנצע שפיל וואס ער האט אונז אריינגעווארפן דערין.

געוואלדיג » פרייטאג יולי 29, 2016 7:08 am

· #343935
א שיין געדאנק, אבער ווי שטימט דאס מיט הוכח תוכיח את עמיתך, די חיוב פון תוכחה ווען מען זעהט ווי א צווייטער טוהט א עבירה.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 29, 2016 8:06 am

· #343937
דאס האט ער געזאגט, ווען ס'איז דיר נישט נוגע, אז דו קענסט נישט מוכיח זיין, מוזט דו נישט טראכטען פון יענעם.
זיין געדאנק איז אז דער מענטש מוז דורכלעבען דער סתירה, און ווען דארף ער אננעמען דער צד און ווען יענער צד? ס'איז אוממעגליך צו געבען א קלארער הוראה, אבער דאס איז פשוט אז מצוות דארף מען האלטען. דעריבער ווען ס'איז דא א מצוה מקיים צו זיין, מוז ער אננעמען דער בחירה צד. ווען תוכחה איז דער מצוה, מוז ער אננעמען דער בחירה צד. ווען ס'איז נישט דא קיין מצוה, קען ער אננעמען ידיעה.

איך געדענק א מאמר אין א צייטונג, אן אינטערוויו מיט'ן קלויזענבורגער רבי זצ"ל ווען ער איז אריבער קיין א"י. מ'האט איהם געפרעגט זיין מיינונג אויף די מדינה. ער האט גע'ענטפערט אז מ'האט נישט געפרעגט די שאלה און ער מוז עס נישט ענטפערען. ער דארף נאר דינען דער באשעפער און אויסלערנען אנדערע און מחזק זיין מצוות. עפענען און פארמאכען מדינות איז נישט זיין געשעפט.

הוגה » פרייטאג יולי 29, 2016 8:19 am

· #343938
געוואלדיג
א שיין געדאנק, אבער ווי שטימט דאס מיט הוכח תוכיח את עמיתך, די חיוב פון תוכחה ווען מען זעהט ווי א צווייטער טוהט א עבירה.


הוכח תוכיח מיינט זאגן יענעם אז ער טוט עפעס נגד התורה. דער מוכיח דארף אבער געדענקן אז אויב יענער האט געטון אן עבירה, איז אזוי געווען די רצון ה'. א מענטש קען נישט זינדיגען אויב די באשעפער וויל נישט אז ער זאל זינדיגען. אבער די זעלבע באשעפער וואס האט געוואלט אז יענער זאל מחלל שבת זיין, וויל יעצט אז איך זאל יענעם פארליינען דעם פסוק מחלליה מות יומת. די איזביצער פארענטפערט טאקע זמרי זייער שיין, אבער ער נעמט נישט צו דעם בריתי שלום וואס פנחס האט באקומען צוליב'ן הרג'נען זמרי.


.

זבולון » פרייטאג יולי 29, 2016 10:56 am

· #343948
געוואלדיג
א שיין געדאנק, אבער ווי שטימט דאס מיט הוכח תוכיח את עמיתך, די חיוב פון תוכחה ווען מען זעהט ווי א צווייטער טוהט א עבירה.

הוגה און ליטוואק האבן שוין געענטפערט אז דאס גייט נאר אן ביי "כל מי שיש בידו למחות", און דעמאלטס איז עס א נייע חיוב וואס ליגט אין די הענט פונעם מוכיח.

געוואלדיג » פרייטאג יולי 29, 2016 11:53 am

· #343951
דאס טאקע האב איך געוואלט עס זאל ווערן ארויסגעברענגט, די הכרה אז יעדער האט זיין רצון הבורא ער זאל טוהן, און איז צומאל להיפוך פון א צווייטנס ושניהם אמת.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יולי 29, 2016 12:43 pm

· #343954
Re: פרשת השבוע מיט זבולון
דאס איז פון דער איזביצער'ס פראבלעמאטישע מהלך. זבלון רעדט וויאזוי דאס צו שטימען מיט די אלגעמיינער גלויבונג אין בחירה

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

שמואל פרימו » פרייטאג יולי 29, 2016 3:41 pm

· #343961
זבולון
גענומען פון דא:

א דורכגעפאלענע רעוועלוציע. קורח מיט נאך 250 נאכשלעפער האבן רעוואלטירט אקעגן די דיקטעיטערשיפ (לויט זייער טענה), "כי כל העדה כולם קדושים", זיי האבן געפאדערט גלייכבארעכטיגונג, אבער זיי האבן מיאוס פארלוירן.

"וישמע משה ויפול על פניו". משה - א סימבאל פון אן אמת'ער מנהיג בישראל, לערנט אונז אויס די ריכטיגע רעאקציע צו א ווידערשטאנד. משה האט נישט פראבירט צו טעראריזירן אדער פארמאכן די מויל. נאר "וישמע משה" משה האט די ערשטע זאך פראבירט אויסהערן מיט רעספעקט די טענות פון די רעוואלטירער.

משה איז געווען פארן פאלק, "וירד משה מן ההר אל העם" ער איז געווען פארן פאלק, ער איז נישט ארומגעפלויגן אין די הימלען, "ויעמוד העם על משה מן הבוקר עד הערב", ער האט זיך נישט ארויסגעדרייט פון זיינע אחריות'ן אלס א מנהיג פארן פאלק.

און טאקע צוליב דעם, איז קורח'ס טענה נתבטל געווארן, צוליב דעם וואס דער מנהיג איז דא פארן פאלק, איש על העדה, דאן איז נישט פארהאן קיין טענה פון "כל העדה כולם קדושים".

די תורה לערנט אונז די ריכטיגע וועג פון שלטון ע"פ צדק ויושר, עס איז נישט קיין מהלך צו געבן די כח ההחלטה פאר יעדן יחיד. אנארכיע איז נישט קיין מעטאד וואס קען ארבעטן רעאליסטיש אויף אונזער עולם העשיה, "כי כל העדה כולם קדושים, ומדוע תתנשאו" איז זייער א שטארקע טענה, אבער עס איז נישט רעאליסטיש, מיר קענען נישט איבערגעבן דעם שלטון אין די הענט פונעם ציבור עקסלאסיוולי.

דעמאקראטיע איז די ריכטיגע באלאנס צווישן אנארכיע און דיקטאטורע, מ'קען נישט איבערגעבן החלטות וואס פאדערן פארשטאנד און ברייטקייט אין די הענט פונעם פשוט'ן בירגער, וואס ער אליינס ווייסט נישט פונקטליך וואס די עפעקט פון זיין ווארט וועט למעשה האבן אויף זיין אייגענעם לעבן.

ברעקזיט - איז געווארן באשטעטיגט דורך א רעפערענדום, מ'האט געגעבן אן אייניגע טשויס פאר אלע איינוואוינער צו לאזן הערן זייער מיינונג, די קאנסעקווענצן דערפון איז נאכנישט קלאר פאר קיינעם, אבער עס איז איינמאל זיכער אז נישט יעדער בירגער האט געוואוסט פונקטליך וואס די עפעקט פון זיין ווארט וועט האבן אויף זיין אייגענע לעבן.

נו, איז וואס איז בעסער? זאל מען לאזן די החלטות פאר א דיקטאטור? זאל מען צונעמען די טשויס פונעם פשוט'ן בירגער און עס געבן נאר פאר די עליטיסטן? ניין. דאס איז אויך קיין עצה נישט, ווייל דער מציאות ווייזט אונז אז מיר קענען נישט אייביג טראסטן די וועלכע זיצן ביים בענקל, מיר מוזן האבן די טשויס זיי צו קענען אויסקלויבן און ארויסשטויסן.

אויב אבער איז דער מנהיג טאקע דער אידיאלער מנהיג וואס מיינט נאר די טובה פונעם פאלק, ער איז נישט מושחת און נישט פארדארבן, דעמאלס איז עס היבש בעסער ווי דעמאקראטיע, וויבאלד דער מנהיג פארשטייט צו הנהגה און ער ווייסט וואס איז די ריכטיגע זאך פארן פאלק.

ביי די הפטורה די וואך, זעהן מיר ווידער ווי כלל ישראל האט שוין איינגעזעהן די טעות פון קורח "כי כל העדה כולם קדושים" איז ריכטיג אבער עס איז נישט קיין רעאליסטישע מהלך. שאול זאגט פארן פאלק - די וואך אין די הפטורה - לכו ונלכה הגלגל ונחדש שם המלוכה. עס איז צייט צו אויפקעניגן א ריכטיגער מלך פונעם פאלק, דורכן פאלק, פארן פאלק.


איך האב ליב געהאט דעם געדאנק, אמת לאמתו, אבער אויב שוין יא אויף דער מהלך, פארוואס זאל מען דאס נישט מטעים זיין מיט א אידישער בליק?

א מנהיג א דיקטאטאר איז א געפערליכע זאך, אבער א מנהיג וואס איז אויסדערוועלט געווארן פון באשעפער און ערפילט ערליך די שליחות פון באשעפער - אן קיין אייגענע נגיעות, און מיט אהבה צום פאלק, אזוי ווי משה-רבינו, דאס איז א ריכטיגער מנהיג.

קורח'ס טענה הערט זיך ריכטיג, ווען עס רעדט זיך אין א געהעריגע מדינה. וואספארא ווירטשאפט איז דאס, ער נעמט זיך מלוכה, גיבט פארן ברודער כהונה און פאר זיין שבט לויה? - כי כל העדה כולם קדושים, יעדער קען אויסשטייגן, יעדער קען ווערן גרויס.

גערעכט גערעכט, אבער ווען עס האנדלט זיך פון א מנהיג וואס דער באשעפער האט אים אויסגעקליבן און אויסדערוועלט פון דעם גאנצן פאלק, ווערט אלעס געפירט לויט דעם באשעפער'ס ווילן און גליסט. די אלע שררות וואס ווערן אויסגעטיילט זענען נישט צוליב אייגענע נגיעות - אפילו ווען עס קוקט דיר אזוי אויס. עס איז בלויז רצון השם צו תחתונים.

ווען משה האט געהערט די טענות פון קורח, שטייט אין פסוק, וישמע משה ויפול על פניו. וואו איז אהרן געווען? - שרייבן די מפרשים אז אהרן האט זיך מכניע געווען צו די הנהגה, ער האט נישט געהאט קיין מיינונג אין דער נושא און דעריבער איז ער נישט געפאלן אויפן פנים. אהרן האט געגלויבט אין השגחת השם, ער האט נישט געפילט ווי מען וויל אים עפעס צונעמען און אז ער דארף עפעס טון דערצו. ער האט פארשטאנען אז משה רבנו איז דער שליח פון באשעפער און אלעס ווערט געטאן על פי צווי השם, ווידער אויב וועט דער אויבערשטער מסבב זיין אז קורח זאל געוואונען די מערכה, איז דאך דאס אויך דער רצון השם. דעריבער האט די גאנצע פרשה נישט גערעדט צו אים פערזענליך.

ווידער משה רבנו האט געהאט א פליכט. אלס מנהיג ישראל האט ער געדארפט אויסהאמערן צווישן דעם באשעפער מיט די אידן, אראפנעמען דעם קפידה פון אויבן און אויסבעטן פאר אידישע קינדער, דעריבער איז בלויז משה געפאלן אויף די פנים.

דאס איז א ריכטיגע דוגמא פון א מנהיג וואס איז אויסדערוועלט געווארן פון באשעפער, וואס דעריבער זענען קורח'ס טענות בכלל נישט אין פלאץ געווען.

דאס איז דער לימוד פון פרשת קורח.

געוואלדיג » פרייטאג יולי 29, 2016 4:30 pm

· #343963
ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז פון דער איזביצער'ס פראבלעמאטישע מהלך. זבלון רעדט וויאזוי דאס צו שטימען מיט די אלגעמיינער גלויבונג אין בחירה

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk


אפשר וויל ער דאס מאכן שטימען, אבער מיטן ר' צדוק גייט דאס נישט.

יב הלוי סאלאווייטשיק » פרייטאג יולי 29, 2016 6:00 pm

· #343965
Re: פרשת השבוע מיט זבולון
"
אבער אונזער תורה איז א תורת חיים, עס איז נישט קיין לאגיק בוק וואס קומט אונז מאכן סדר אין אונזערע פילאסאפישע פראבלעמען, עס איז א א ספר וואס איז געקומען אונז לערנען הוראות בחיים, אינסטראקשנס ווי אזוי צו אדורכלעבן אונזער לעבן אויף די ריכטיגע וועג.



דיבורים קילורין לעיניים....!!!


בנוגע די דברים ידועים פינעם איזשבצן די וואך ,
דעתו אם אותם גדולי ישראל שדבריו (בזה) ציריכים גנוזה, וטעה בדבר משנה הותה..

זבולון » פרייטאג יולי 29, 2016 7:25 pm

· #343966
יב הלוי סאלאווייטשיק

בנוגע די דברים ידועים פינעם איזשבצן די וואך ,
דעתו אם אותם גדולי ישראל שדבריו (בזה) ציריכים גנוזה, וטעה בדבר משנה הותה..

?Would you care to elaborate

אין אלגעמיין, וואלט איך נישט געהאלטן אז אויב האט מען חילוקי דעות מיט איינעם דארף מען גונז זיין יענעמ'ס ווערטער. קען מען נישט חולק זיין אויף יענעם און לאזן יענעם זאגן זיין ווארט?
ווען מ'מוז יענעמ'ס ווערטער גונז זיין, געווענליך איז די אייגענע דעה נישט באזירט אויף גרונטליכע יסודות, אז די איינציגסטע וועג צו אפפרעגן דעם קעגנערס מהלך איז מיטן עס גונז זיין.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש יולי 30, 2016 10:19 pm

· #343968
ס'איז אן אויסדרוק. דער פשוט'ער טייטש איז אז ס'גייט נישט אריין אינ'ם ע' פנים לתורה, נאר ס'איז אינגאנצען ארויס פון ביהמ"ד.

לדעתי, זאל מען עס ענדעריש נישט גונז זיין. מ'זאל מאכען קלאר דער יסוד, כדי מ'זאל מאכען וויסען אז א חלק פון די גלויבונגען פון די חדר איז פראבלעמאטיש און מ'קען נישט אלס פארענטפערען.

בד"וו, א חלק פון די פראבלעם פון זיין ווערטער איז אז ס'איז נישט אינגאנצען אומבאזירט. ער ברענגט נישט קיין ראיה, קיין מקור, גארנישט! אזוי אונטערצוברענגען אן עיקר הדת אן קיין שום ראיה!?

אחד העם » מוצ"ש יולי 30, 2016 11:05 pm

· #343970
יב הלוי סאלאווייטשיק
"
אבער אונזער תורה איז א תורת חיים, עס איז נישט קיין לאגיק בוק וואס קומט אונז מאכן סדר אין אונזערע פילאסאפישע פראבלעמען, עס איז א א ספר וואס איז געקומען אונז לערנען הוראות בחיים, אינסטראקשנס ווי אזוי צו אדורכלעבן אונזער לעבן אויף די ריכטיגע וועג.



דיבורים קילורין לעיניים....!!!


בנוגע די דברים ידועים פינעם איזשבצן די וואך ,
דעתו אם אותם גדולי ישראל שדבריו (בזה) ציריכים גנוזה, וטעה בדבר משנה הותה..

איך האלט אז פרשת פנחס גופא איז טעון גניזה.

א מין גערעדאכס, ער איז נישט משיג, לייגט ער עס אין גניזה.
גיי דו אין גניזה.

אגב, איינער וואס קען זאגען אויף דעם שטיקל טעה בדבר וכו', איז נישט משיג די פודאמענטאלע יסודות פון איזשביצע און רבי צדוק, און איך וואלט אפילו מוסיף געווען אז ער איז נישט משיג ס'גאנצע עמקות פון קאצק.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש יולי 30, 2016 11:59 pm

· #343972
הייסט'ס ווייל ער טראגט א נאמען פון א שטאט אין פולין, ווערט עס שוין בארעכטיגט? קאצק קען נישט זיין אפגעפרעגט, נאר ווען ער הייסט סתם ר' מנחם מענדיל?

פאר עפעס א סבה האבען געוויסע מענטשען א שטארקע שטופ צו פארטיידיגען דער שטיקעל מי השילוח, אבער מיט די גאנצע ארבעט, באמיט מען זיך נישט צו זוכען א מקור פון חז"ל און ראשונים, כאילו זייער מיינונג איז דא נישט נייטיג. די ווערטער פונ'ם איזביצער ווערען אנגענומען פאר א תושב"כ און דער וואס גייט וויטער אין דער אלגעמיינעם גאנג פון דער אידישע גלויבונג אין בחירה, וואס דער רמב"ם אין הל' תשובה רעדט אויס קלאר און זיס, והדברים קילורין לעינים, זענען גאר די ווערטער וואס דארפען א מקור. איך קען נישט קיין מענטש וואס לעבט זיין לעבען מיט'ן גלויבונג פון פרי-דעטערמינעישען, אפשר ווייט אוועק אין אינדיא צו טאיוואן קען מען אזוינס טרעפן. יעדער נעמט קרעדיט פאר זיין מעשים און באשולדיגט אנדערע פאר זייער שלעכטס. פונקט ביי מצוות ועבירות איז מען גרייט אונטער צו ברענגען דער גאנצע פשטות על סמך א ווערטל פון א ווייניג באקאנטע רבי, נישט געבויט אויף פריימארי יסודות ומקורות. עפעס א מאדנע דרענג פון מענטשן....

אחד העם » זונטאג יולי 31, 2016 2:39 am

· #343980
בקיצור, זאגסטו אז ביסט אויך עוסק אין שמות געווארפאכס, און אורטיילען גניזה פסקים פאר זאכן וואס מען פארשטייט נישט.
מסכים.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 31, 2016 6:07 am

· #343988
כמבואר למעלה, טעון גניזה איז אן אויסדרוק, א מליצה. דאס מיינט אז ס'איז אינגאנצן ארויס פון ביהמ"ד. מ'מעג עס נאך דרוקען און ליינען, נאר אויף למעשה איז עס נישט אמת.

יב הלוי סאלאווייטשיק » זונטאג יולי 31, 2016 9:04 am

· #343990
(שוין כ'האב אינזינען געהאט צו מעקן תיכף מוצ"ש אבער 'סאיז לאחר המעשה..)

טעון גניזה... ווייל סאיז נישט דא וואס צו ענטפערן, ניין נישט ממש.. לענ"ד קען מען כמעט פון יעדע פרשה חומש און צענדליגע מאמרי חז"ל שרייען כנגד זה, ואכמ"ל בזה.

די סבה פאר גניזה איז פאר די זייער פארשטענדליכע תוצאות פון אזעלכע דיבורים..

בלי ספק אז איינע פון די הויכע כוונת פון אותו האדמו"ר - וואס מ'האט לעצטנס אהיים געברענגט קיין א"י פאר א אינדייטמענט - איינע פון די רזי דרזין זיינע כשהלך לעשות מלאכתו, איז געווען יענעם מי השלוח...
(תורת ברסלב איז אים נישט גענוג געווען, ווייל ברסלב איז למעשה נישט געגאנגען אזוי ווייט, על אף זיי האבן אויך געטעמפערט מיט ידיעה ובחירה..)
ועל כגון דא אמרו חז"ל חכמים הזהרו בדבריכם, שוין אפגערעדט אז מ'איז נישט גערעכט אויכעט..

מיינע רבי'ס האבן זיך אמאל אויסגעדריקט, אז צו מזל האט יוסף הצדיק נישט געדענקט דעם מי השילוח, ווען יא וואלטן זאכן זיך אנדערש געענדיגט..
און דוד המלך קוקט אויך נישט אויס אז ער האט געוואוסט פון דעם איז'ביצען, ווען יא וואלט ער זיך בעסער געשפירט לאחר המעשה..
(נו וואס ווילסטו, ס'איז נאך געווען פארן התגלות אורו של בעל שם... אויך מיר א קשיא..)

דער "איינער" וואס טענה'ט אז מ'האמיר נישט זוכה געווען להשיג תורת איז'ביץ וכו', גראדע האמיר פונקט לעצטן שבועות גע'דרש'נט ברוב עם בתורת איז'ביץ בענין הלוחות והשברי הלוחת והמסתעף,
און מ'האמיר שוין אפאר מאל פארברענגט ביי "קרלבך-איז'ביץ" קומזיצן, ודי בזה.

און פאר דער וואס האט ליב צו זינקען אין די תאוה פון 'ספיקות און צומישקייט' כל ימי חייו, און נוצט תורת קאצק אנצוהאלטן "איין פוס אין די בלאטע", פארשטיי איך זייער פיין פארוואס אביסל אבסעלוטיזם רעגט אים אויף..!!

ולבי אומר לי אז די יעניגע וואלטן טאקע שנעלער אהיים געשיקט "פרשת פנחס" פאר א(זא) שטיקל מי השילוח.

זבולון » זונטאג יולי 31, 2016 11:44 am

· #343999
אז דו רעדסט פון אבסעלוטיזם וואלטסטו געדארפט זיין דער ערשטער צו זאגן אז ווען עפעס איז מסוכן מאכט עס נאכנישט אומריכטיג.

עס שיינט אז דו האסט נישט ארויס דו עומק פון דעם איז'ביצער מהלך. אותו האדמו"ר וואלט געטוהן וואס ער האט געטוהן (אדער נישט) מיטן איז'ביצער צו אן דער איז'ביצער, קום מיט מיר א שפאציר אין ג'עיל, וועל איך דיר טרעפן עטליכע קרימינאלן וואס ווייסן נישט פון דער איז'ביצער צו זאגן. זמרי אליינס האט נאכנישט געוואוסט וואס דער איז'ביצער וועט שרייבן אויף אים.

למעשה, דער מהלך נעמט נאכאלס נישט אוועק דעם מושג פון אחריות, דער אנגענומענע געדאנק אז א מענטש דארף טראגן רעספאנסעביליטי אויף די תוצאות פון זיינע מעשים. און כדי עס צו ערקלערן וועל איך דערציילן א מעשה:

געווען אמאל א קרימינאל וואס איז געברענגט געווארן פאר גערעכטיגקייט אין פראנט פון א ריכטער און געריכט הויז, דער ריכטער האט אים פארגעהאלטן הלמאי ער האט באגאגאנען די קריים, האט ער געענטפערט אז ער איז א דעטערמעניסט, און ער גלויבט אז ער האט נישט געהאט קיין בחירה נישט צו באגיין דעם קריים.
דער ריכטער האט געהערט די דברים של טעם פון דעם קרימינאל, האט ער אים געזאגט: "ווארט נאר איין מינוט!", ער האט ארויסגעגעבן אן אורטייל מיט זיין פארדינטע שטראף, און דערנאך האט ער ערקלערט פארן קרימינאל, אז ער איז אויך א דעטערמעניסט, און ער גלויבט אז ער האט נישט געהאט קיין בחירה אים צו שטראפן מיט א גרינגערע אורטייל.

וואס איך מיין צו ארויסברענגען איז, אז פארשטענדליך די וועלט שטעלט זיך נישט אפ מיט דעם איז'ביצער'ס מהלך, עס גייט ווייטער אן דער מושג פון אחריות און תוצאות.

בדרך אגב, עס איז משמע פון @יב הלוי סאלאווייטשיק'ס שפראך, און אזוי אויך פון @ליטוואק פון בודאפעסט, אז איר האט א בעסערע מהלך ווי אזוי זיך צו באגיין מיט די סתירה פון בחירה און ידיעה. אדרבה, לאמיר עס הערן. פתחו פיכם ויאירו דבריכם.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יולי 31, 2016 7:09 pm

· #344047
איך האב נישט קיין ישוב אויף ידיעה און בחירה, נאר דער קשיא גילט אויף יעדעם, כצדיק כרשע, און איך זעה נישט קיין סבה צו טראכטן אז פנחס האט עפעס שלעכט געטוהן. געזען אן עבירה און מקנא געווען קנאת הוי"ה. מחדש זיין אז זמרי האט גאר א מצוה געטוהן, נגד דער קלארער פסוק, על סמך גארנישט, האט נישט מיט ידיעה און בחירה.

מפוזרי » זונטאג יולי 31, 2016 10:02 pm

· #344061
זבולון,
דער דאזיגער שטיקל איזשביץ איז טאקע באַרימט, אבער פארט אומפארשטאנען.

ס'טאקע באקאנטן אין איזשביץ דעם ענין, אז צום סוף וועט נתברר ווערן אז אלץ וואס אידן האבן געטון, איז עס געווען צוליב רצונו ית׳, ואם יהיו חטאיכם כשנים הסדורות מששת ימי בראשית וכו', אבער ס'האט נישט אהער.

דא רעדט מען אויפן צד פון בחירה. לעתיד, ווען ס'וועט נתגלה ווערן דער עומק האמיתי, וועט מען זען אז אלע צען מדרגות זענען געווען רצון השם. אבער לעת עתה הייסן די ערשטע ניין מדרגות יא חטאים.
נאר וואס דען, דאס איז פשוט אז אפילו בעולם הבחירה איז שייך א מושג פון אונס. קיינער וועט נישט זאגן אז ווייל איך האב בחירה קען איך נישט באצווינגען ווערן דורך א ליסטים מזויין. און דאס אז דער יצר הרע זעלבסט איז צומאל דער ליסטים מזויין, איז אויך נישט קיין גרויסע חידוש.

דער עומק פונעם רבי'ן דא, איז אסאך מער ראדיקאל.
פנחס האט יא געטון אן עבירה, און ער האט יא געהאט בחירה צו פארשטיין אז אפשר האט זמרי נישט קיין בחירה. ער איז דא דורכגעפאלן. און פונדעסטוועגן קריגט ער שכר, - נישט ווי דיין משל מיטן שופט, - נאר דערפאר וואס דער רבש״ע האט אים ליב. און דאס הייסט שודא דדיינא, נישט ווייל מ'פארלאזט זיך אז מ'וועט צוטרעפן צום אמת, נאר אז מ'וועט טאקע געבן פאר דעם וואס ס'קומט זיך נישט בלויז דערפאר וואס מ'האט אים ליב.

אין קורצן, דער רבש״ע קען פארקוקן אויף אן עבירה נישט נאר וויבאלד אליבא דאמת איז עס נישט קיין עבירה, נאר אפילו על הצד אז ס'איז יא אן עבירה.

כמובן כשיתברר וכו' וועט מען זען אז דער שלא כדין איז יא געווען ביושר וכו', אבער נישט דאס איז די נקודה דא.

זבולון » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 12:28 am

· #344166
@מפוזרי, אויב איך פארשטיי גוט זאגסטו אזוי:

אפילו ביי נישט דעטערמעניסטן זענען פארהאן זאכן וואס זענען דעטערמענט, יעדער איינער פארשטייט אז ווען א גלאז דרייט זיך איבער פאלט ארויס די וואסער צוליב די נאטור געזעץ, וואס דאס איז דעם רצון השם. די זעלבע זאך איז מיט געוויסע פעולות פונעם מענטש, כאטש מיר וועלן זאגן אז אין אלגעמיין האט ער א בחירה חופשית, איז פארהאן מצבים וואס ער האט נישט קיין בחירה, און דעמאלס איז עס ווי די וואסער וואס פאלט ארויס פונעם איבערגעדרייטן גלאז.

סא, דאס איז נישט קיין כלל אויף די גאנצע בריאה, פנחס און זמרי זענען נישט אייניג, ווייל פינחס האט יא געהאט א בחירה.
איך מיין אז דו ביסט גערעכט, עס שטימט בעסער אזוי ווי דו לערנסט עס אפ. ייש"כ פארן קלארער מאכן. אבער כאטש דער איז'ביצער אליינס זאגט עס נישט, מיין איך נאך אלס אז איך בין גערעכט מיט די הבחנה וואס איך שרייב, אז ווען עס קומט צו א צווייטן דארף מען אים משפט'ן מיט ידיעה איידער ווי מיט בחירה. ואיכמ"ל.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 10:33 am

· #344202
נאר ווען ס'איז נישט נוגע למעשה, וכנ"ל. און דעריבער גילט עס גיכער ביי פנחס'ן ווי ביי זמרי. אז מ'וויל זאגען דער איזביצער תורה, זאג עס אויף פנחס וואס ס'איז קיינער נישט נוגע, איז מסתמא זיין מעשה איז פרי-דעטערמינד, משא"כ זמרי וואס די הלכה זאגט אונז קנאים פוגעין בו, וואס דארט איז נייטיגער בחירה ווי ידיעה.

אברך משי » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 11:51 am

· #344237
מי אנכי להכניס ראשי בין ההרים הגדולים, און אוודאי האב איך נישט דאס מינדנסטע הבנה אין די הייליגע ווערטער פון הרה"ק מאיזביצא זי"ע וואס זענען קדשי קדשים און קילורין לעינים. במחילת כבוד תורתכם פון די אלע וואס זעען אין דעם 'פראבלעמאטישע רייד' אדער 'טעונים גניזה' ח"ו, איני יודע על מה ולמה יצא הקצף, לויט מיין קליינע פארשטאנד איז דאס דברים פשוטים, אז אין דעם גאנצן ענין פון זמרי איז נישט געווען קיין 'יא און ניין' סיטואציע ווי ביי רוב אנדערע זאכן פון די תורה. ס'האט גארנישט מיט הוכח תוכיח ווען א פשוט'ער יוד איז עובר אן עבירה וואס דענסמאל מוז מען עם מוכיח זיין און אויסבעסערן, און על אחת כמה וכמה אז ס'האט גארנישט צו טון מיט פרשיות פון מענטשן בני דורנו וואס זענען (אולי, ואינו מסתבר) נכשל געווארן מיט ניאוף רח"ל.

די נקודה איז איין ווארט: אז סא'יז אמאל דא ווען דער רצון ה' איז אז ס'זאל דווקא יא געשען א געוויסע זאך, און ווי ס'איז באמת געווען ביי זמרי ווען ער איז צוגעקומען צו א מצב וואס מהאט עם 'באמת' מן השמים געפירט צו כזבי און עם נישט געלאזט זיך מנתק זיין פון איר ווייל ס'איז איהי בת זוגיה אין די עולמות עליונים.

ווייטער פנחס האט צוליב זיינע סיבות - מחמת וואס ער שטאמט פון יוסף הצדיק, געטון דאס זייניגע און מקיים געווען דעם קנאין פוגעין בו, ווייל אזוי איז עם אויסגעקומען מיט זיין בירור 'על פי תורה' אז דאס דארף מען יעצט טון כדי צו מקיים זיין רצון השי"ת. איי מ'קען זיך דינגען און זאגן אז ס'האט שייכות מיט כעס און אנדערע הרגשים וואס קענען שפילן א ראלע אין קנאות, אויף דעם איז דא א 'שודא דדיינא' און מחמת זיין קירבה צו משה רבינו ע"ה, דהיינו אז אלעס וואס ער האט געטון, און בפרט ביי די מעשה, האט ער געהאט די ריכטיגע מסורה און קבלה פון זיין רבי'ן משה, האט מען אנגענומען מיט א פשטות אז דעתו איז דעת תורה און ער האט גוט געטון דערמיט.

ווייטער דער אויבערשטער האט עם געגעבן שכר אויף זיין אקט, ווייל ס'קומט עם באמת שכר, ווי געזאגט איז דא נישט געווען קיין 'יא און ניין' סיטואציע ווי ס'איז דא נאר איין וועג צו טון, נאר א בחינה פון 'אלו ואלו דברי אלקים חיים' און הגם זמרי האט געטון וואס קודשא בריך הוא האט עם צוגעפירט צו טון מחמת די סודות אין די עולמות העליונים וואס האבן צו טון מיט נשמות און בת זוג, האט אבער פנחס נאך אלס ריכטיג געטון מיט זיין קנאות, ווייל לויט זיין בירור הלכה איז דאס געווען the right thing to do, און ס'ווערט נישט באטראכט ווי א בטעות'דיגע הנהגה פון בדיעבד און פון תמימות, נאר אין זיין וועלטל האט ער ריכטיג באהאנדלט די סיטואציע לפי ראות עיניו הטהורות, ולכן זכה למה שזכה ובדין הוא שיטול שכרו.

איך פארשטיי בכלל נישט די בלבול המוחין וואס ס'כאפט אָן פאר געוויסע מענטשן ווען זיי לערנען דאס. אוודאי איז עס נישט קיין וויזניצע גימטריאות, אדער בריסקע שפאלטן און חילוקים, אדער אונגארישע דרוש-סטייל תורות וואס מיר גלייכן צו הערן. ס'איז אביסל העכער און שארף, און נישט אין אונזער תפיסה-ראנג צו דערהייבן מיט די פארשטאפטע קעפעלעך, ווייל מ'הייבט אן צו פרעגן קשיות פארוואס דוד המלך האט נישט אזוי געפילט אדער יוסף הצדיק... אבער די תירוץ איז הא גופא, אז אין די הימל זאכן פארשטייען מיר סייווי גארנישט, און דארט איז געווען די רצון העליון אנדערש ווי ביי זמרי. און בפרט ביי יוסף הצדיק אויב למעשה האט ער זיך געקענט מנתק זיין פון אשת פוטיפר - וואס ער האט טאקע געטון בפועל, נמצא אז ס'איז בכלל נישט געווען די זעלבע ווי ביי זמרי, ווייל זמרי איז דורכגעגאנגען אלע צען מדריגות פון תאוה און ער האט זיך נישט געקענט אפרייסן (און דאס איז געווען א אמת, נישט קיין געפיל אדער דמיון ח"ו) מוז זיין אז ביי יוסף איז נאך יא געווען א מבוא וואס מ'האט עם איבערגעלאזט פון הימל, והא ראי' אז ער האט זיך טאקע אוועקגעריסן.

און ניין, קנאות און הוכח תוכיח איז נישט קיין סתירה צום master plan פונעם בורא ברוך הוא, ווייל אז ער האט צוגעלאזט אז פנחס זאל דאס קענען טון איז פשט אז דער רצון העליון איז אז ווען איינער טוט א זאך וואס איז נישט אויסגעהאלטן אויף 'דער וועלט' עפ"י תורה, אפילו ער באהעפט זיך מיט זיין בת זוג פון די עולמות עליונים, מעג ער (און אפשר אמאל 'מוז ער') ווערן גע'הרג'עט דורך קנאים פוגעים בו, און דאס אלעס איז געווען א חלק פון די פלאן אפילו סאיז געווען בהיתר ובהכרח מן השמים.

מ'קען אין דעם מאריך זיין נאך און נאך, אבער דער עיקר איז אז מ'דארף קודם פרובירן צו פארשטיין, און נאר נאכדעם ווערן זאכן לעכטיג פאר די אויגן.

מפוזרי » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 3:36 pm

· #344274
@אברך; זאגסט גוט, און אזוי איז עס אין אלגעמיין, אבער נישט דא ביי פנחס'ן.

הוכח תוכיח, איז א חיוב. אין אזא פאל קען מען נישט דן זיין, נאר לויט ווי די אייגענע אויגן זעען.
טאמער איז דער בעל עבירה פאר זיך אן אונס, איז דער מוכיח פאר זיך אויך אן אונס. ווי דו און זבולון האבן אזוי שיין מסביר געווען.
אזוי אויך, ווען איינער איז עובר אויף אן עבירה בפני עדים ובהתראה, און מ'ברענגט אים צו בי"ד אז מ'זאל אים דן זיין לפי משפטי התורה, מוז ב"ד דן זיין לפי ראות עיני הדיין.

אבער דא רעדט מען נישט פון אזא פאל. 'קנאות' איז נישט קיין חיוב, ס'איז מאקסימום א רשות, און אפשר אפילו א שלא ברשות. דא העלפט נישט דעם "אין לדיין אלא מה שעיניו רואות". ווער האט דיר געבעטן ווערן א דיין? און טאקע דערפאר אילו היה בא לבי"ד לימלך לא היו נותנים לו רשות, ואילו הרגו זמרי לפנחס היה פטור.

איז פארוואָס'זשע קומט אים שכר? דא קומט דער אויפרייס פונעם איזשביצער; אז מ'קען אמאל טון עפעס אומריכטיג און פארט באקומען שכר דערויף, נאר צוליב דעם וואס המלך חפץ ביקרו, כי נער ישראל ואוהבהו. והוא ע"ד עבירה לשמה.
און דאס הייסט שודא דדיינא, אז אמאל גיבט מען פאר דעם וואס מ'האט ליב, לאוו דווקא פארן גערעכטן.

בכלל דארף מען געדענקן, אויף ריין צו וואשן זמרי, דארף מען נישט דעם איזשביצער, דאס טוט שוין דער אריז"ל. און בכלל, מיט וואס איז ער א קלענערער יחסן פון קרח, וואס אלע ספרים פארהייליגן?
וועם דער איזשביצער וויל דא ריינוואשן, איז פנחס. שהיו ישראל מבזין אותו, וכידוע האבן אידן א גוטע שמעק. און אין איין וועגס ערקלערן דעם מאדנע הלכה ואין מורין כן פון קנאות, וואס אויב מיינט מען נישט ריין לשמה איז עס די גרעסטע עבירה, און ווען ס'איז יא ריין לשמה קען מען קריגן אזא גרויסע שכר.

אברך משי » דינסטאג אוגוסט 2, 2016 4:55 pm

· #344281
הערליך! געוואלדיג! מתוק מדבש!

אבער לאמיר נישט פארגעסן, מ'קעממער פארדייען אויך אזא הפלא'דיגע חידוש פונעם איזביצער אפילו לגבי 'קנאות' וואס איז א הלכה ואין מורין כן. ווייל ווען עס פלאקערט אינעם הארץ א קנאת השם צבקות אזש ביז דער מענטש רייסט זיך אויף און שטעלט איין דאס לעבן למען שמו יתברך באהבה, איז דאס די זעלבע ווי "אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות". גערעכט טאקע אז קיינער האט עם נישט געשטעלט אלץ דיין און די הלכה האט דאס נישט 'פארלאנגט' פון עם. דא קומט אבער אריין אין בילד דאס פינטעלע איד און אהבת הבורא וואס דארף פלאקערן אין א אידיש הארץ, און איבערהויפט ביי פנחס וואס שטאמט מזרעיה דיוסף און ער האט געטון דאס וואס ער האט געפילט געטריבן דערצו מנהמת לבו. און פארדעם האט ער זוכה געווען צו שכר, נישט אויף די 'תכלית' פון הארגענען זמרי'ן (וואס האט טאקע נישט אויסגעפעלט לויטן איזביצער) נאר בלויז פארן אקט און פאר די פנימיות פון זיין לויטערע הארץ. וואס אגב, איז אין דעם נישט שייך צו מאכן א חילוק יא טעות נישט טעות, וויפיל מ'גייט נאכעס הארררררץ (ווי רב בידערמאן גלייכט מדגיש צו זיין דער רי"ש) פאר הקב"ה איז שוין נישט קיין נפקא מינה אויב מ'האט עס יא געדארפט טון צו נישט. און לכאורה הן הן כוונת דברי מי השילוח. יישר כוח פארן אויסשמועסן...

ועוד, אין קאצק איז געווען עפעס א נוסח "אז דער אויבערשטער האט געזען אז סדרייט זיך ארום א שארפער אינגערמאן פנחס, האט ער געזאגט לאזט עם גריסן - לכן אמור הנני נותן לי את בריתי שלום" (כווייס נישט די פונקטליכע מקור אבער עפעס אזוי זאגט מען. אין שם משמואל שטייט נאר די ערשטע האלב "אז דער אינגערמאן גיראהט"). הכלל די כוונה איז דאס זעלביגע, פאר הקב"ה איז געפעלן כביכול די פנימיות און דאס האררררררץ וואס פנחס האט אהערגעשטעלט, דאס רעשטע איז שוין ניטאמאל משנה צו עס איז געווען א מצוה אדער אן עבירה. ודו"ק והבן היטב כי זהו עומק המכוון פון קאצק איזביצא ופרשיסחא...

זבולון » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 11:07 am

· #344394
איך זעה נישט די גרויסע עמקות פון הגרא"י מבריסק'ס תשובה. יעדער איינער וואס לערנט דעם איז'ביצער קען פרעגן די "גאונישע" קשיא. דו פרעגסט ווער זאגט? דער תירוץ דערויף איז, אז דער איז'ביצער זאגט עס.

אין אלגעמיין, ווען איינער מכח זיין אי-בחירה האט געטוהן עפעס אן עוולה כלפי דעם באשעפער, דאן האט ער א חשבון בינו לבין קונו, און ער קען זיך גרינג אויסקומען מיטן קל רחום וחנון. אבער ווען איינער וועט טוהן אן עוולה כלפי א צווייטער מענטש, אפילו אויב ער האט נישט געקענט באהערשן זיין כעס, האבן מיר נאך אלס א כלל "אדם מועד לעולם", כלפי בין אדם לחבירו, העלפט נישט דעם תירוץ. (דאס האט גארנישט מיטן איז'ביצערס ווארט, דאס איז דברים פשוטים).

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 12:19 pm

· #344397
איך ווייס נישט קיין חילוק צווישן בין אדם למקום און בין אדם לחברו. טאמער ער איז אנוס עפ"י הדיבור, קען עס פונקט זיין דא ווי דארט.

זבולון » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 1:25 pm

· #344417
דער חילוק איז טאקע דער "כלפי שמיא גליא", וואס דאס קען נאר געשעהן בין אדם למקום. בין אדם לחבירו קען מען נישט לאזן קיין הפקר וועלט, ווען יעדער איינער וועט טענה'ן א טענת אונס.

אברך משי » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 2:39 pm

· #344432
זבולון
איך זעה נישט די גרויסע עמקות פון הגרא"י מבריסק'ס תשובה. יעדער איינער וואס לערנט דעם איז'ביצער קען פרעגן די "גאונישע" קשיא. דו פרעגסט ווער זאגט? דער תירוץ דערויף איז, אז דער איז'ביצער זאגט עס.


דברים כֵּנים פשוטים ואמתיים.
דער עולם האט גענומען דעם שטיקל איזביצער און פרובירן עס אפלערנען ווי א בריסקער תורה אויף א רמב"ם. ווען מיר זאלן וועלן קובע זיין די גדלות פונעם איזביצער מכוח דער ווארט זיינער, קען מען פרעגן די אלע קשיות און פארקערטע הערות. דער חילוק איז נאר, אז דער איזביצער'ס גדלות דארף נישט קיין הוכחה פון דאנעט, (די לנו בזה אז ר' צדוק מיט ר' לייבעלע ועוד זענען געווען זיינע תלמידים), און ממילא אויב זאגט ער איז עס ווארשיינליך יא פון די ע' פנים לתורה (לאפוקי ממאן דאמר הכא דלא) וואס ער האט ברוב קדושתו מרגיש געווען. עס איז ביי מיר ברור אז ער איז נישט געזעצן ווי ר' אברהם יושע און געקלערט פון פראנאויס וואספארא סארט קנייטש מ'קעממער היינט אריינקוועטשן אינעם פנחס און צו דערשנאפן א נייער דערהער אין זמרי'ן, ווייל ווען יא וואלט ער טאקע געקענט פונקט אזוי אויפקומען מיט דער פארקערטע טעאריע. קוקט אויס אז זיין הרגשה אין תורת אמת האט געארבעט נאר אין די דירעקציע דייקא, און נישט פארקערט.

(הגם איך קען נישט זאגן אז כהאב נישט הנאה געהאט פנעם עצם ווערטל, פאר א ווערטל איז עס גוט) אבער מ'דארף מיר געדענקן אז א חסידיש ווארט איז נישט קיין בריסקער תורה...

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 2:54 pm

· #344434
מ'איז נישט מרגיש דער ע' פנים לתורה דורך רוב קדושה. מ'פארשטייט עס מרוב עמילות און די מ"ח קנייני התורה. איך ווייס נישט וואס הרא"י בריסקער האט געטוהן משיג צו זיין זיין ווארט, אבער ער האט אויך פיינע תלמידים טאמער דאס איז די קובע.

אברך משי » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 5:01 pm

· #344442
@ליטוואק פון בודאפעסט יקירי ומכובדי!
איר זענט טאקע פונעם ליטווישן חדר, אבער איך האלט אייך נישט פאר קיין נאַר צו טראכטן אז אונז וועלן טראכטן אז איר טראכט טאקע דאס וואס איר האט דא געשריבן...
און יא, מרגיש זיין קדושת התורה האט אויך עפעס צו טון מיט קדושה זעלבסט בנוסף אויפן עמלות.

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 5:13 pm

· #344443
צדיקי אמת בעלי רוה"ק שטיקלעך פייער האבען מגלה געווען אז 'דאס וואס איז נישט פון עמילות נאר השגה, איז נישט קיין תורה, און דאס וואס איז נישט קיין תורה, איז נישט אינטרעסאנט'.
די דאזיגע בעלי רוה"ק האבען געהאט תלמידים נאך אזוי גרויס ווי ר' צדוק, און נאך א מעלה האבן זיי אז זייער ווערטער זענען באזירט אויף תורה.

פרייוויליג » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 6:49 pm

· #344453
איינער קען ביטע ארויפלייגן א מראה מקום צו די מי השולח?

ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך אוגוסט 3, 2016 6:57 pm

· #344457

זבולון » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 1:18 am

· #344647
פרשת מסעי - גלות און גאולה
אֵלֶּה מַסְעֵי בְנֵי יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר יָצְאוּ מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם. פרעגט דער בעל התניא זי"ע (ליקוטי תורה פרשת מסעי, פח, ג), וואס איז פשט פון דעם ווארט 'מסעי', וואס איז א לשון רבים, עס איז דאך געווען נישט מער ווי איין מסע וואס די אידן זענען ארויס פון מצרים, דאס איז נאר די ערשטע מסע פון רעמסס, די אנדערע מסעות דערנאך זענען דאך שוין געווען ארויסגעגאנגען פון אנדערע פלעצער.

נאר איז ער מסביר באריכות, אז דער ענין וואס מ'רעדט דא, איז דאס וואס די אידן גייען ארויס פון די מיצרים דקדושה, פון די באגרעניצונגען, יעדער מסע איז ארויסגעגאנגען פון די פריערדיגע גרעניצן צו די קומענדיגע מסע. די פריערדיגע מקום וואס די אידן זענען געווען איז געווען א בחינה פון מצרים לגבי די יעצטיגע מקום, און די יעצטיגע מקום איז א בחינה פון מצרים לגבי די קומענדיגע מקום, ביז מ'קומט אן צו די פולקאמע גאולה אין ארץ ישראל.

עס ווערט דערציילט אז איינער האט אמאל געפרעגט פאר פראפעסער ישעיהו לעיבאוויטש ז"ל, ווי אזוי קענען מיר זאגן אז די י"ג עיקרי אמונה וועלן אייביג בלייבן לנצח נצחים. לכאורה ווען משיח וועט קומען וועט דאך מער נישט זיין נוגע די אמונה בביאת המשיח און דאן וועלן מיר האבן נאר צוועלף עיקרים. האט ער געענטפערט, אז דער מושג פון אויסווארטן פאר א בעסערע צוקונפט, דאס וועט אייביג בלייבן אפילו נאך ווען משיח וועט קומען.

דער עומק פון דער ענין פון גלות און גאולה אין וועלכע מיר זענען יעצט עוסק, איז דער מושג פון אומ-צופרינדקייט מיט א האפענונג פאר א בעסערע צוקונפט, אונזער קלאג אויפן גלות איז נישט קיין ייאוש, עס איז א שיר של תקוה.

יעדער מענטש האט מיצרים און גבולות, ער האט געוויסע באגרעניצונגען אין זיין פריוואטן לעבן וואס לאזן איהם נישט ווייטער גיין, זיי שטערן אים דערגרייכן זיין ציהל, דאס איז זיין פריוואטע גלות. אויב ציהלט ער צו ארויסגיין פון זיין יעצטיגן מיצר, דארף ער זיין גרייט אז דער מרחב ווי ער גייט אנקומען וועט גלייך זיין א מיצר פארן קומענדיגן מרחב.

מיר אלע קענען עס, וואו מיר ווארטן קוים אויס פאר א בעסערע מצב, און ווען אונז קומען אן אהין, זענען מיר נאך אלס נישט צופרידן, מיר ווארטן שוין אויף עפעס בעסער. א יידישע נשמה איז קיינמאל נישט צופרידן, ער איז אייביג אין גלות, ער ווארט אייביג אויף אן ארויסגאנג מן המיצר אל המרחב. אויב ווערט ער שוין צופרידן, דאן איז עס צרות.

גאולה עקזיסטירט נישט נאר נאך א גלות, גלות פאר זיך איז נישט קיין מטרה, עס איז נאר א שטאפל צום קומענדיגן גאולה. גאולה איז נישט קיין איינמאליגע געשעעהניש, נאר עס געשעהט נאכאנאנד ביי יעדן שטאפל אין לעבן. דעריבער זאגן מיר ביי שמונה-עשרה "גואל ישראל" און נישט "גאל ישראל", ווייל דאס איז א לשון הווה, יידן גייען נאכאנאנד פון גלות צו גאולה.

די תורה פאדערט פון אונז נישט צו משלים זיין מיטן מצב פון גלות. עס זענען געווען אין די היסטאריע אסאך פעלקער וואס זענען געווען אונטערטעניגט אונטער אנדערע, אבער אידן האבן קיינמאל נישט משלים געווען מיטן מצב, זיי האבן קיינמאל נישט געזעסן מיט פארלייגטע הענט און געווארט פאר א פלוצלינגע איבערנאטורליכע גאולה.

אן אמת'ע אידישע נשמה וואס איהר פייער איז נאכנישט געווארן פארשטיקט איז קיינמאל נישט צופרידן, עס ברענט א פייער ואורה כאור החמה, די אינערליכע פלאמען ווילן פארברענען אלע גרעניצן, אויפברעכן אלע מויערן, ארויסטאנצן פון איהרע פיזישע באגרעניצונגען, די נשמה קען נישט פארנעמען די פארדאבנקייט און שלעכטסקייט וואס ווערט אויסגעפירט קעגן איר, זי האפט פאר בעסערע צייטן, זי חלומ'ט פון צייטן וואס "לא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה", די נשמה בעט זיך "קרבה אל נפשי גאלה"!.

וואלווי » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 1:30 am

· #344649
אויסערגעווענטליך שיין און תוכן'דיג!

ס'שטייט טאקע אין די הייליגע ספרים פון די גוטע יודען אז די מצות תשובה וועט אויך נישט בטל ווערען לעתיד ווייל דעמאלטס וועט עס זיין אז יעדען טאג וועט מען תשובה טוהן אויף די עשה טוב פון נעכטען.

יב הלוי סאלאווייטשיק » פרייטאג אוגוסט 5, 2016 3:01 pm

· #344682
Re: פרשת השבוע מיט זבולון
אייזן שטארק ..!
די קשיא פין י״ג עיקרים איז לכאורה נאריש, אבער די פוינט איז גאר שטארק.

כאב מיר אלע מאל געווינדרט ווען מזאגט אז אין סאקמער וועלן נישט אזוי גרינג גלייבן אין משיח.. ני יעצט ווייס איך וואס די שמועס וועט זיין
׳אז די עצם ביאת המשיח איז כנגד די י״ג עיקרים..!׳
בלאט: 1 2